מיד און מאכטלאז-ז-ז-ז.....
זיי ווילן זיך פארקלאפן,
ביושר זיי מעגן,
שוין דעם מידעקייט כאפן.
גיי פארשטיי עס,
דעם מאדנעם קולטור,
מען ארבעט בזיעת,
פאר א גוט געבענטשט יאר.
וואס פארדין איך,
און פארוואס זיץ איך דא,
די מחשבות שפין איך,
איך פיל ווי א קוקו.
מיינע פינגער שוואך,
קוים זיי רעאגירן,
איך זיץ און איך קראך,
לאמיך נאכאמאל פרובירן.
שוין געארבעט היינט,
מערערע שעות,
איך זאג עס קראנט,
דער מאקסימום דא איז.
וויפיל איך פרוביר,
זיך צוזאמצוקלויבן,
עס איז פארמאכט דער טיר,
ער טוט נישט ערלויבן.
מיין מח שרייט,
פון מידעקייט ארויס,
ביסט אינגאנצן צודרייט,
כאפסט באלד א שטויס.
גיי דיר אהיים,
גענוג שוין פאר יעצט,
דו ביסט שוין אווער טיים,
דו ביסט שוין דער לעצט.
און אייגענטליך טאקע,
וואס גייט דא פאר,
אן אמעריקאנער מכה,
פאר א גוט יאר.
די געלט נאכלויפן,
די רייץ עס צינדט,
אבער מ'קען נישט קויפן,
צופרידנהייט און געזונט.
מען דארף קוקן,
גראד און אויפריכטיג,
די תאווה דערשטיקן,
און טון וואס איז וויכטיג.
להתענג על השם,
מתוך אהבה ושלום,
זיך געבן א נעם,
אויפכאפן פון חלום.
געלט איז א מיטל,
און נישט קיין ציהל,
עס פארלירט דעם טיטל,
ווען מען ארבעט צופיל.
איך קען שוין נישט,
טראכטן גראד,
כבין שטארק צומישט,
ווי דער קלאון פון שטאט.
כהאב עכט געוואלט,
א פוינט קלארשטעלן,
אבער פארלוירן קאנטראל,
איר קענציך נישט פארשטעלן.
איך ענדיג די שורות,
ס'זאל בלייבן לזכרון,
דער מצב ווי שווער איז,
אין די גלות יארן.
מען ארבעט זיך איבער,
אווער טיים אסאך,
פארברענגען אין די שטובער,
איז אן אמאליגע זאך...
איך קען נישט מער,
מיין קאפ טוט וויי,
מיד ווי א בער,
ביי ביי.