קודם דארף מען אים פארשטיין און אנעמען וויאזוי ער איז.. סאיז בכלל נישט אזוי גרינג צו פארלירען די איבריגע משא, אפי' די וואס פארדינען שנעל.. גייט עס אויך צוביסלעכווייז נאך חדשים אדער יארן ריקט זיך עס יעדן טאג ארויף מיט אפאר פונט, אזוי איין שיינעם טאג דערזעהט מיט זיך מיט אן איבריגען הויפען.. און מען וויל עס פארלירען אינסטענטלי.. און סארבעט נישט אזוי אחוץ סטעפלען שניידן וכדו'
נאכדעם דארף מען זיך אריינהאמערן אין קאפ, מען קען נאר וועלן איין זאך! אויב ווילסטו נאך עפעס ווילסטו יענס, דהיינו אויב דו ווילסט פארלירען פונט און אויך הנאה האבן פון די קעיק, דאן ווילסטו עסן קעיק, סאיז נישט פארהאנען ביי רצון אן הוספה, אדער דאס אדער יענס, מען קען זיך אויסוועלן וואס מען וויל, אבער נאר איין זאך מיין פריינט..
ביי יעדעם ארבעט עפעס אנדערש איעדער האט אנדערע רצונות, נאטורען, און טביעות'ער, סא דארף מען זען וואס עס ארבעט די בעסטע געווענליך העלפט די בעסטע ווען מען איז ביזי (שייך מער ביי ערוואקסענע) און זען צו שטיין ווי ווייט פון עסן פשוטו כמשמעו ואל תביאנו לידי נסיון מיינט ביים איבער עסן, אז מען זאל נישט זיך זעצן ביי א שמחה נאר וואונטשען און גיין, אדער זיך נישט וואשן, אדער זיך דוקא פארפליישיגען נישט צו קענען מיליכגען וכדו'
מיר האט א אינגערמאן געזאגט אז ער האט אפגעמאכט אויף א זייגער געוויסע שעות למשל ער וועט נאר עסן אכט שעה אין טאג די איבריגע שעות איז דער פענטער פארמאכט.. סאיז AFTER HOURS..
נאך א גוטע עצה וואס מען קען נוצען (אויך אין עבדות ה') אז מען טיילט מיט די ארומיגע און גוטע פריינט ''איך בין אויף דייעט'' אזוי קען מען שוין נישט בייסען אין סענדעוויטשעם טעגליך אין פאבליק.. כאטש עפעס..
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.