KETAMINE IV טריעטמענט פאר מענטעל העלט און אלעס ארום.
וואס מענטעל העלט אישוס זענען ברויך מען קיינעם נישט מסביר זיין, יעדער דא ווייסט פון נאענטע משפחה, חברים, גוטע פריינט, וואס מוטשענען זיך דערמיט. באטרעפט אינג און אלט, מענער און פרויען וכולי וכולי, והיינו טעמא וואס עס איז דא לעצטענס אזוי פיל ארגאנייזעישאנס און אויסגאבעס צו העלפן אין דעם שווערן פראבלעם.
יעצט איך ערווארט נישט אז איינער דא אויף אייוועלט ליידט איבער סיי וועלעכע עמאישענעל פראבלעם.... כידוע דא אויף אייוועלט שרייבן נאר העכסט געלונגענע... געזונטע.. פערפעקט אינגעלייט, מוצלחים.
אבער....פארט איז דא אסך פון אייוועלט ניקם וואס האבן ארומיגע וואס ליידן פון די פראבלעמען וועם זיי האבן פראבירט צו העלפן אינעם עבר אדער הוה, אדער עתיד, און פאר זיי איז דער אשכול געמאכט, ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.
אין א ניסעל שאלאכטץ הקדמה וואס איז אזוי יוניק מיט KETAMINE IV טריעטמענט אנטקעגן די סטאנדארד טריעטמענט (מעדיקעישאן כמה הויפט גרופעס, טעראפי כמה מיני, און ECT און TMS). די הויפט חילוק איז אז KETAMINE IV טריעטמענט האט באוויזען צו העלפן מענטשען וואס האבן נישט ריספאנדעד צו קיין שום אנדערע טריעטמענט, מענטשען וואס זענען שוין דעפרעסט צענדליגער יארן, און מיט קעטעמין האבן זיי אנגעהויבן פילן ווי ניי געבוירן (הערה, ארבעט נישט ביי יעדעם, אבער ביי זייער אסך יא).
המשך יבוא