הילף קעגן ראטן און מייז

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבוד ר' חושים: איר פארדרייט די יוצרות, וואס האט די הייס וואסער טאנק מיט די סטיעם סיסטעם?

די פאקט איז אז אין א גוטע אויפגעהאלטענע סטיעם סיסטעם קומט זייער זעלטן אריין פרישע וואסער, און טאמער יא הרג'עט עס אוועק דעם בוילער, וואס איז קען נישט פארנעמען די אקסידזשען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיר קוקט אויס ענק רעדן פון צוויי סארטן רעדיעטארס.

עס איז פארהאן א "סטיעם" סיסטעם - ארבעט דורך קאכעדיגע פארע, געווענליך אין די אלטע הייזער, נוצט דיקע פייפס.
אויך איז פארהאן א "הייס וואסער" סיסטעם - ארבעט דורך הייס וואסער וואס טרעוועלט ארום אין די קופערנע פייפס פון רעדיעטער צו רעדיעטער, דאס נוצט מען היינט צוטאגס לרוב.

חושים רעדט פון א סטיעם סיסטעם וואס די וואסער צעגייט אין די פארע, און דער בוילער אונטן ווערט כסדר פריש אנגעפילט.
פארשלאפן רעדט לכאורה פון א הייס וואסער סיסטעם וואס נוצן די דעד-מען רעדיעטערס.

ואם טעיתי תקן נא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

איך רעד פון די סיסטעם וואס לויפט דורך פון איינס צום אנדערען, למשל די לעצטע מאל איך געמאכט אזאנס איז געווען 3 יאר צוריק (איך באשעפטיג זיך נישט דייקא אין דעם) האב איך געטוהן אזוי, פונעם האט וואטער טענק קומט ארויס א פייפ (קאפער אדער פעקס) און ס'לויפט צום ערשטן סטיעם, פון דארט צום צווייטן און דריטן וכו' און צוריק צום טאנק. אזוי סורקיולעיט די וואסער ארום און ארום.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער סיסטעם איז דאך די "הייס וואסער" סיסטעם.
דער סיסטעם פארמאגט אויך אן 'עקספענשאן טענק' כדי אויב קומט אריין צופיל לופט זאל זיך די וואסער קענען עקספענדן אין יענעם טענק.

טא ביסטו יא גערעכט אז די וואסער עוועפיורעיט לכאורה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל, איך רעד פון סטיעם פארע אויף מאמע לשון, און יא דו האסט א טעות די פארע ווערט נישט פארלוירן נאר קערט זיך צוריק דורך גראוויטי במלואה צום בוילער.

בד"וו, הייס וואסער הייצונג [דורך גראוויטי] איז עלטער ווי סטיעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

איינער האט עקספיריענס אנטקעגן ראטן?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
Elvin
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elvin »

חושים בן דן האט געשריבן:
בנוגע מייז כ'מיין אז די בעסטע איז זיך צו בייפריינדן מיט זיי, ווייל זיי ווילן די זאלסט דיך רעגן, אז דו וועסט ווייזן אז דו ווערסט נישט אויפגערעגט וועלן זיי אוועקגיין... דשאסט קידינג....
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

Mice Proofing
אטעטשמענטס
mice.JPG
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לכאורה האט געשריבן: פתח במייזן וסיים באייזן

:lol::lol::lol:

דארף מען אפדעיטן דעם קעפל

בכלל האבעך געטראכט ס'וואלט געווען א גלייכע זאך אויב קעמען מאכן אן עקסטערע פארום פאר אזעלכע זאכן. פונקט ווי ס'איז דא פאר קארס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

ווילאמסבורג! עס איז צייט קעיר צונעמען פין די מייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

סאיז מיר שוין אויסגעקומען עטליכע מאל שפאצירינדוג געמוטלעך אין ווילאמסבורג ביינאכט אז א ראט אדער א מייז געט אזא וואק אריין פין פארנט פין מיין פיס.....
אויב וואינט איר אין ווילאמסבורג גלייב איך אז עטס האטס דאס שוין אויך מיטגעלעבט;
די חברה דרייען זיך ארום ווי ביים טאטען אין וויינגארטן אזוי אז איך בין ממש די גאסט וואס האט א ראנג עדדרעס...
אבער אלץ מער איך גיי אויפן זעלבען וועג זעה איך אז דאס גייט פאר נאכט נאך נאכט אויף די זעלבע פלעצער, אין די בעל הבתים פין די הייזער אדער בנינים טוהען גארנישט אוועקצונעמן די עקעל פין שטאט!!!

על כן ביטע אויב ווייסט איר איינער וואס האט די פראבלעם בעט אים ער זאל קעיר נעמען פין דאס עקעל ביי אים אין שטח!
ווי אויך אויב ווייסט איר פין א פלאץ וואס איז מוחזוק מיט די פראבלעם ביטע לייגט דא ארויף א בילד אזוי צו פארשפארן פאר אנדערע די עגמת נפש.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: ווילאמסבורג! עס איז צייט קעיר צונעמען פין די מייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

אן עקסטערמינעטאר האט מיר אמאל געזאגט אז זיינע ערלים רופן ראטלידש צווישן בעדפארד x ווייט "רעט"לעדש

ודפח"ח
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ווילאמסבורג! עס איז צייט קעיר צונעמען פין די מייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פארוואס מיינט איר אז מ'טוט נישט?

מ'איז תמיד פארנומען דערמיט, נאר ס'איז א נעווער ענדינג געים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

ווייסט איינער צו ראקמענדען זאכן וואס טרייבן אוועק מייז? למשל פויזן און גלו טרעפס איז נישט וואס כזוך, כוויל נישט כאפען איך וויל זיי נישט זעהן בעסער איז זיי צו פאטרייבן.
עפעס ליגט מיר אין קאפ סאיז דא א מאשין וואס פייפט אין די קריכעדיגע פארנעמען עס נישט ווייסט איינער צו סהעלפט? או ווי מקען עס קויפן?
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

א שטיק צייט געליטן דערפון, פרובירט די אלע סגולות און עצות, קען אפשר העלפן פאר עטליכע טעג וזהו.

ווילאנג מ'רופט נישט קיין פראפעסיניעלע עקסטערמענעיטאר ווערט מען נישט פטור פון זיי.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

טשעירמאן האט געשריבן:
ווייסט איינער צו ראקמענדען זאכן וואס טרייבן אוועק מייז? למשל פויזן און גלו טרעפס איז נישט וואס כזוך, כוויל נישט כאפען איך וויל זיי נישט זעהן בעסער איז זיי צו פאטרייבן.
עפעס ליגט מיר אין קאפ סאיז דא א מאשין וואס פייפט אין די קריכעדיגע פארנעמען עס נישט ווייסט איינער צו סהעלפט? או ווי מקען עס קויפן?
איך ווייס נישט פון אזא מאשין, ווען יא וואלט איך עס שוין ערלעדיגט עס זאל פייפן און גאנץ וויליאמסבורג,

אבער דיין פראגע איז פאר אינדאר אדער אינדרויסען?
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אינדאר, און מענטשען הערן נישט די פייף
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
שברים
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2022 2:48 pm

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שברים »

איינער מיט א עצה וויאזוי צו הארגענען הונדערטער ראטן וואס טאנצען אונטער די פיס ביי בעדפארד מורטיל ראיאן און ווילמסבורג
ביטע... ס'איז ממש אומדערטרעגליך
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

טשעירמאן האט געשריבן:
אינדאר, און מענטשען הערן נישט די פייף
אינדאר איז די איינציגסטע עצה צו מייז פרופען ביי א פראפעשענאל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אז מען רעד פון מייז.... זיי זענען זייער קלוג און וועלען ארומגיין די טרעפס. וויאזוי ווייס איך?

מיין קליין 3 יעריג מיידעלע (וואס איז שוין היינט א מאמע פון גרויסע קינדער) האט נישט געוואלט גיין שלאפן. זי פלעגט אייביג זאגן אז א וואלף קומט אריין אין איר צימער. און זי האט געוויינט פארוואס מען גלייבט איר נישט... נו... האב איך איינמאל איר געזאגט אז איך וועל קומען אין איר צימער און זי וועט מיר ווייזן די וואלף. זאגט זי מיר אז די וואלף קומט נאר ווען איעדער שלאפט שוין און אויך נאר אויב מען איז זייער שטיל... אוי וויי טראכט איך, עס איז צרות. אבער מען מוז איינמאל פאר אלעמאל זען דעם וואלף! נו... איך האב מיך געלייגט אויף א בעט לעבן איר קריב, און מען ווארט. און זי זאגט מיר שוין, טאטי אויב רירסטו זיך, קומט ער נישט. שוין, איך מיין אז זי שלאפט און איך ליין אזוי, פלוצים זאגט זי מיך, טאטי! דער וואלף איז דא ביים סטיעם! און וואס זע איך, אזא זיסע מייזעלע קריכט ארום ביי די רעדיעיטער, און ער קריכט ארויף, ארום, אבער נאר נישט אינעם טרעפ! יויש... שעפעלע... דאס איז נישט די ביג בעד וואולף פון די בוק! דאס איז א מייזעלע!!!! די ריליעף וואס דאס מיידאלע האט געהאט איז געווען אין לשער. זייט דאן, האבן מיר געהאט א ספארט, ווען זי האט נישט געוואלט איינשלאפן, בין איך געקומען אין איר צימער, מיר זענען געווען שטיל, ביז די מייזאלע איז געקומען, און צוזאמען געגעבן א זעץ מי די פיס אזוי ווי ביי המן, און געשריגן שוץ מייזאלע. און דאס קינד האט געלאכט, אז איך לאך נאך ביים זיך דערמאנען.

נו וואס טוט מען????

1) א בילד פון ר' ישעי' בן ר' משה ארבייט גאר פיין! והא ראי'!!!
איך האב געארבייט אין אפיס מיט אסאך פרויען און מיידלעך. איינמאל הער איך קולי קולות אינדרויסן פון מיין אפיס. קוויטשעריי, אזא מין טעראר אז איך האב געמיינט אז איינער מיט א ביקס איז אריינגעקומען און שיסט. איך קום ארויס, איך גלייב נישט וואס איך זעה. פרויען, מיידלעך מיט מאמעס שטייען אויף די אפיס טישען!!! און שרייען קולי קולות. איך בעט זיך, די מויז ווארט נישט אויף ענק. ער איז שוין לאנג אוועקגעלאפן. אבער מען קען זיי נישט בארואיגן!!! וואס טוט מען? איך געב א גוגל "ראביי מאויז" און איך טרעף א פארטיגע צעטל וואס שטייט סגולה נגד... מיט א בילד פון ר' ישעי', מען מאכט א פרינטאוט און איך קום ארויס, איך הענג עס אויף, און איעדער האט זיך בארואיגט!!!

2) ווי שוין געשריבן, זענען די מייז זייער קליעג, און זיי גייען נישט אריין אין די טרעפס. וואס איך האב געטוהן (אינדערהיים און אויך אין פעקטארי), איך לייג טרעפס ביי די עק פון א צימער אדער האלוועי. און פעקטארי האב איך עס געלייגט עק פון א האלוועי, ווי מען איז אריין פון די אפיסעס צו די וועירהאוז. איך לייג שטיקעלעך אמעריקען קעז ארום די טרעפס פאר א פאר טעג. דאן די מייז הייבן אן קומען איעדען טאג. דאן פארטאגס ווען איך מאך אויף די פעקטארי, געב איך פלוצים א צינד אן די לעקטערס און איך נעם מיך לויפן מיט א שטארקע געלויף און קולות צו די עק האלוועי ווי די טרעפס זענען. די קלוגע מייז ווערן פלוצים אין א פאניק און הייבן אן צו לויפן, און אין א בהלה לויפן זיי אריין אין די טרעפס. עס האט זייער גוט געארבייט ב"ה סיי אינדערהיים, און סיי אין פאקטארי. פארשטייט זיך אז מען האט געהאלטן זייער זויבער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

זייער זיס דיינע מעמאורען

געליינט האביך אז זיי קענען זיך ערנערן און סאיז גענוג פאר זיי איין ברעקעלע עסן, און אויך קענען זיי זיך דורשטיפן גאר קליינע לעכער זינט זיי זענען נישט ביינערדיג.

אבער די עולם ווייסט נאכאלץ נישט פון די מאשין?
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

טשעירמאן האט געשריבן:
אבער די עולם ווייסט נאכאלץ נישט פון די מאשין?
יעצט געטראפן די שאלה איז נאר צו סארבעט?...
s-l500.jpg
s-l500.jpg (27.01 KiB) געזען 927 מאל
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

האמער איינגעקויפט א היבשע עקספיריענס די לעצטערע פאר יארן

מייז און ראטן זענען (ווי שוין דערמאנט) קלוגע באשעפענישן און ווייסן מער ווייניגער וויאזוי זיך אויסצוהיטן

מייז קענען לעכערן האלץ און שיטראק און ראטן קענען אויך לעכערן צעמענט

נארמאלערהייט וועלן זיי נישט זוכה אין איבעריגע ארבעט אבער אויב זענען זיי געוואוינט צו גיין א געוויסע וועג אן ס'ווערט פארמאכט וועלן זיי עס ענדערש עפענען

אויך, אויב ווערט אוממעגליך דורכצוגיין זייער אלטע וועג וועלן זיי מאכן נייע וועגן

גלאז און מעטאל קענען זיי נישט דורכגראבן


די גערודער מאשין ארבעט נישט פאר צו לאנג ווייל זיי ווערן געוואוינט דערצו


מינט איז זייער א שטארקע אפשרעקונגס מיטל פאר זיי ווייל זיי זעהען נישט גוט און פארלאזן זיך בעיקר אויף זייער חוש הריח און די גרוך פון מינט שטערט עס

אבער ס'העלפט אויך נישט פאר צי לאנג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

הענדימען האט געשריבן:
מינט איז זייער א שטארקע אפשרעקונגס מיטל פאר זיי ווייל זיי זעהען נישט גוט און פארלאזן זיך בעיקר אויף זייער חוש הריח און די גרוך פון מינט שטערט עס

אבער ס'העלפט אויך נישט פאר צי לאנג
געוואלדיג, עקספיריענס קומט שטארק צוניץ (סמוז נישט זיין אייגענס..)
ווי האנדעלט מען זיך איין די מינט? אדער וואס איז די נאמען פון עס?
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טשעירמאן האט געשריבן:
געוואלדיג, עקספיריענס קומט שטארק צוניץ ( סמוז נישט זיין אייגענס..)

טשעירמאן האט געשריבן:
ווי האנדעלט מען זיך איין די מינט? אדער וואס איז די נאמען פון עס?
Mint rodent repellent
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע:Misplaced

Re: הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yitzchok Shmiel »

טשעירמאן האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:
אבער די עולם ווייסט נאכאלץ נישט פון די מאשין?
יעצט געטראפן די שאלה איז נאר צו סארבעט?...
s-l500.jpg
די באבע עצה איז שוין פונלאנג בדוק ומנוסה אז דאס איז א הוילע בלאף. גוגל וועט מן הסתם האבן גענוג וואס צו זאגן דערויףַ עיין שם
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”