די 'היילן' און 'מגילות' אין מדבר יהודה - זייער היסטארישע אינהאלט -

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די 'היילן' און 'מגילות' אין מדבר יהודה - זייער היסטארישע אינהאלט -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בילד

- אין די נידעריגסטע באדן אויף די וועלט - אויף מזרח זייט פון ירושלים עיה"ק, צווישן די הרי יהודה און ים-המלח - האט די הייסע אומפרוכטבארע "מדבר יהודה" פאר טויזנטער יארן באהאלטן אין איהר אסאך געהיימעניסן פון די מענטשליכע אויגן - טיף אין איהרע לופט שטיקענדע, זאמד פארשטויבטע היילן.

מדבר יהודה, דער פלאץ וואו דוד המלך נעים זמירות ישראל האט זיך באהאלטן פון זיינע שונאים און געלויבט דעם באשעפער אין אלע אומשטענדן און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ, אויסבעהטנדיג פאר אידישע קינדערליך עד סוף כל הדורות. ווי דוד המלך זינגט מיט געגועים צום באשעפער אין קאפיטל סג: "מזמור לדוד בהיותו במדבר יהודה: צמאה לך נפשי... בארץ ציה ועיף בלי מים:"

אויך ווערט די ארט עטליכע מאהל דערמאנט אין נ"ך מיטן נאמען "מדבר זיף" וואו עס שטייט אין די ערשטע פסוקים פון שמואל א' פרק כ"ו: "ויבאו הזפים אל שאול הגבעתה לאמר הלוא דוד מסתתר בגבעת החכילה על פני הישימן: ויקם שאול וירד אל מדבר זיף ואתו שלשת אלפים איש בחורי ישראל לבקש את דוד במדבר זיף". דוד המלך האט אויף דעם געבעטן דעם אויבערשטן אין תהלים קאפיטל נד "בבוא הזיפים ויאמרו לשאול הלא דוד מסתתר עמנו".

די געהיימעניסן אין מדבר יהודה זענען אנטפלעקט געווארן פאר ארום זיבעציג יאהר צוריק דורך א יונגער פאסטוך, וואס האט דערנאך געפיהרט צו א נאכאנאנדע קייט פון זוכינגן און געפינסן מיט פארמעסטן צווישן אפיציעלע ארכעאלאגן וואס האבן זיך געיאגט צו באווארענען די אומשאצבארע געפינסן און אנדערע גרופעס וואס האבן קאנקורירט און דאס נאר געזוכט צו קענען פארקויפן אויפן שווארצן מארק צו פארדינען א גרינגן דאלער, אהן דאס אפהיטן מיט וואכזאמקייט צובאשיצן איהר אלטע איידעלן צושטאנד.

ווי די אנגענומענע געשיכטע גייט, האט אין יאהר תש"ז (1947) א יונגער בעדואינער פאסטוך פון די ת'עמירה שבט, איבערגעלאזט זיין סטאדע צו זוכן א פארבלאנדזשעטע ציגעלע. אנקומענדיג צו א פעלז-שפיץ ביי 'חורבת קומראן', האט ער געזעהן א טיפע לאך צווישן די פעלז. פאר נייגער האט אריינגעווארפן א שטיין אינעם טונקעלן הייל, אובערראשט און ערשטוינענד איז ער געווארן הערענדיג ווי עס קומט ארויס א ווידערקלאנג פון כלים וואס צו ברעכן זיך פון די עפענונג, וואס האט אפגעהילכט אינעם שטילן מדבר.
בילד


פון גרויס נייגער איז דער יונגער פאסטוך אראפגעקראכן אונטערזוכן פון וואס די קלאנג איז געקומען, טרעפנדיג דארט א זאמלונג פון גרויסע ערדענע קרוגן, מערסטנס ליידיגע, אבער עטליכע האבן געהאט אויף זיך א צודעק וואס אין דעם האט ער געפונען דריי אלטע שריפטן, טייל איינגעוויקלט אין לענן וואס איז געווארן פארשווארצט פון אלטקייט. (בילד:
די פאסטוכער אויף דער עלטער)

בילד

דער פאסטוך 'דזשומע' מיט זיין פריינד 'מוחמד א-דיב' האבן גענומען די דריי מגילות צו אן אנטיק הענדלער אין בית לחם, "חליל אסקנדר שאהין" באקאנט אלץ קאנדו (א שוסטער). דער סוחר ווערענדיג באגייסטערט פון דעם געפינס האט זיי געבעטן זיי זאלן צוריקגיין צו די הייל זוכן נאך מגילות. צו זיין פרייד זענען זיי צוריקגעקומען מיט נאך פיהר מגילות. אומוויסנד צו איהר ריכטיגע ווערד, האבן זיי פארקויפט פיהר מגילות פאר דעם אנטיק סוחר און אנדערע דריי פאר אן אנדערע סוחר 'צלאחי'.

דער קלאנג וואס האט זיך ארויסגעהערט פונעם הייל יענעם הייסן זוממער'דיגן טאג אין מדבר יהודה האט אפגעקלינגן גאר ווייט און זיך געהערט איבער ווייטע שטרעקעס איבערן וועלט אזש ביז אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע אין די רוישענדע ניו יארק סיטי. (בילד: א קלאסיפייד אין די "וואל סטריט דזשורנאל" כ"ט אייר תשי"ד (1954))
בילד

ווי נאר עס איז געווארן באקאנט איבער די זיבן מגילות האט זיך אנגעהויבן העפטיגע זוכינגן פאר נאך מגילות אין די געגנט. נאך אלעם האט מען געפונען טויזנטער פראגמאנטן אין 10 אנדערע היילן אלעס צוזאמען איז געפונען געווארן איבער ניין הונדערט שריפטן.

לאמיר א קוק טוהן מיט די הילף פון א פונקטליכע מאפע , פון די זעכציג מייל אויף וואס די היילן זענען אויסגעשפרייט, אין אן עטוואס קורצע כראנאלאגיע איבער די היילן מיט זייער אפיציעלע נומער, ווי מען רופט די כתבים וואס מען האט דארט געפונען, די צייט ווען מען האט עס אנדעקט און וואס מען האט דארט געפונען.


בילד
מערת קומראן 1 (Q1) איז אנטפלעקט געווארן אין תש"ז (1947) דורך דעם יונגן בעדואינער פאסטוך און געווארן אינגאנצן אויסגעליידיגט אין תש"ט (1949) וואו מען האט געטראפן נאך 70 מגילות וואס זענען געווען גוט פראזעווירט דורך די יארן אין די קילע הייל, פארמאכט אין ערדענע קרוגן און נאך פראגמאנטן פון די ערשטע זיבן מגילות וואס דער בעדואינער פאסטוך האט ערשט געפונען. פון דא האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע אויפדעקונגען פון אנדערע היילן אין די קומראן געגענט.

די נעמען פון די מגילות וואס האבן נישט קיין מקור אין תנ"ך, האבן זיך עטוואס געטוישט דורך יארן דורך די פארשער וואס האבן דאס שטודירט. דאס איז "מגילת סרך היחד", "מלחמת בני האור בבני החושך", "מגילת הודיות", ישעיה א', ישעיהו ב', "מגילת למך" און "מגילת פשר חבקוק".


בילד
מערת קומראן 2 (Q2) איז אנטדעקט געווארן אין תשי"ב (1952) דורך בעדואינער. דא האט מען געטראפן קטעים פון חומשה חומשי תורה, ספר ירמיהו, ספר תהלים ספר יובלות און ספר חנוך.


בילד
מערת קומראן 3 (Q3) איז אנטדעקט און אויסגעזוכט געווארן דורך ארכעאלאגן אין תשי"ב. דא האט מען געפונען די באקאנטע "מגילות הנחושת" מיט נאך צוועלף מגילות.


בילדבילד
מערת קומראן 4 (Q4) איז אנטדעקט געווארן דורך בעדואינער אין תשי"ב ממש אונטער די נאז פון ארכעאלאגן וואס האבן העפטיג געארבעט דערנעבן אין חורבת קומראן. די מערה איז פון די טייערסטע, ווייל דא האט מען געפונען פינעף און זיבעציג פראצענט פון אלע מגילות ים המלח. טויזנטער שטיקלעך פון הונדערטער כתבי ידות ווי אויך תפילין און מזוזות. אבער עס זייער שווער עס צו ליינען צוליב די ארימע צושטאנד ווי עס איז געווען באהאלטן אין די הייל. באזונדער איז דא פון די הייל עטליכע קטעים וואס זענען 'מעגליך' פון מגילת אסתר איבערגעטייטשט פון גריכיש, וואס דאס איז די איינציגסטע פון גאנץ תנ"ך וואס מען האט דערווייל נישט געפונען. עס איז דא עטליכע מיינונגען פארוואס מגילת אסתר איז נישט געווען אנגענומען ביי די "כת קומראן" - ווי די מענטשן וואס האבן מעגליך געשריבן די מגילות ווערן אנגערופן.


בילד
מערת קומראן 5 (Q5) איז אנטדעקט און אויסגעזוכט געווארן דורך ארכעאלאגן אין תשי"ב געפינענדיג ארום פינעף און צוואנציג שריפטן.


בילד
מערת קומראן 6 (Q6) איז אנטדעקט געווארן געווארן דורך בעדואינער אין תשי"ב וואו מען האט געפונען ארום איין און דרייסיג מגילות, מערסטנס פון זיי זענען געשריבן אויף פאפירוס.


בילדבילד
מערת קומראן 7-10 (Q7 - Q10) איז אנטדעקט געווארן דורך ארכעאלאגן אין תשט"ו (1955) די שריפטן אין מערה 7 זענען געשריבן אין גריכיש, צווישן זיי א תרגום אויף ספר שמות. אין 'מערה 8' האט מען געפונען קטעים פון ספר בראשית, תהלים, א פיוט, א מזוזה, א תפילין און אויך שטיקלעך לעדער. אין מערה 9 האט מען געפונען איין מגילה אויף פאפירוס און אין מערה 10 איין אסטריקון.


בילד
מערת קומראן 11 (Q11) איז אנטדעקט געווארן דורך בעדואינער אין תשט"ז (1956) וואו מען האט געפונען ארום 30 שטיקלעך פון כתבי יד צווישן זיי ספר ויקרא אין כתב עברי עתיק, תהלים און א תרגום אין אראמיש אויף ספר איוב. א באזונדער געפינס איז די לענגסטע מגילה וואס ווערט אנגערופן 'מגילת המקדש'.

בילד
מערה 12

די געיעג און פארמעסט צווישן די ארכעאלאגן און די בעדואינער האט זיך גערוקט פאראויס אין די קומענדיגע צעהן יאהר אריינציענדיג ווייטער פון קומראן צו די געגענטער פון "וואדי מורבעאת" און "נחל חבר". די מערות פון די ערטער זענען דאטירט צו די צייטן פון בר כוכבא.


בילדבילד
וואדי מורבעאת (נחל דרגה, MUR) איז ארום 18 קילאמעטער פון חורבת קומראן. עס איז אנטדעקט געווארן אין תשי"א דורך בעדואינער. דארט האט מען געפונען ארום הונדערט און זיבעציג כתבי יד צווישן פינעף היילן. מערסטנס פון די בריוו'ן זענען פון די מורדי בר כוכבא וואס האבן זיך דא באהאלטן און אויך בריוו'ן מיט באפעלן צו די מורדים פון שמעון בר כוכבא אליין, די ערשטע מאהל וואס מען האט געזעהן די ריכטיגע נאמען פון בר כוכבא. און נאך מגילת פון תנ"ך, די חשוב'סטע איז א מגילה פון תרי עשר.



מערת נחל חבר 5-6 (5/6Hev) ווערט גערופן "מערת האיגרות" עס געפינט זיך צווישן "עין גדי" און "מצדה". עס איז אנטדעקט געווארן דורך בעדואינער. עס איז אונטערזוכט געווארן אין די יאהרן פון תש"כ און תשכ"א אויף א גרויסע פארנעם דורך ארכעאלאגן, וואו מען האט געטראפן פון די גרעסטע געפינסן פון אלע כתבי יד אין מדבר יהודה, ווי מיליטערישע באפעלן פון בר כוכבא און פריוואטע בריוו'ן און דאקומענטן פון די פליטים, וואס פארציילט צום ערשטן מאהל און גיבט א נאנטן בליק איבער די לעבנס שטייגער, פון די וואס האבן געלעבט אין יענע צייט.

צווישן די דאקומענטן איז דא דריי בינטלעך. איין איז פון פופצן כתבים אין לשה"ק, אראמיש און גריכיש, רוב פון בר כוכבא. א צווייטע בינטל מיט פינף און דרייסיג שריפטן איינגעוויקלט אין א לעדערנע זעקל, פון וואס מען לערענט ארויס דאס פריוואטע לעבן פון א פרוי מיטן נאמען בּבּתּא (מפוענח באזונדער אי"ה) . די דריטע איז פינף קאנטראקטן פון א פארמער פון עין גדי מיטן נאמען אלעזר בר שמואל (מפוענח באזונדער אי"ה) .


בילדבילד
מערת נחל חבר 8 (8Hev) ווערט אנגערופן "מערת האימה" וואו מען האט געפונען פערציג סקעלעטן מיט פיהר 'אסטראקונס' מיט נעמען פון די מתים וואס איז שווער ארויסצולייענען, אויף איינס שטייט "שאול בר שאול שלו[ם]" אויף אן אנדערע שטייט מעגליך "יהוסף בר שמעון". אין די הייל האט מען געפונען א מגילה פון תרי עשר אויף גריכיש אין זייער א גוטן צושטאנד.

אלע ביינער וואס מען האט געפונען אין די מערות פון "נחל חבר", זענען באערדיגט געווארן אין איין קבר העכער נחל חבר אין תשמ"ב.בילד


אוסף סואל (XHev/Se), איז א זאמלונג פון מגילות וואס מען האט אפגעקויפט פון בעדואינער און מען ווייסט נישט קלאר פון וועלכע מערה עס קומט. די בעדואינער באהויפטן אז עס קומט פון א מערה אין "נחל צאלים", אבער עטליכע שטיקער פאפיר זענען שפעטער באשטעטיגט געווארן אז עס פאסט צו, צו שריפטן פון מערות האיגרות וואס איז אין נחל חבר און פון וואדי מורבעאת.

א גאר ספעציעלע געפינס פון די סואל קאלעקציע, איז אכט דאקומענטן פון א פרוי מיטן נאמען "שלום קומאיסה בת לוי" ('סלומה' בארמי) ובת "שלום גרפטה", וואס איז געשריבן אין אראמיש און אין גריכיש. אזוי ווי די "בּבּתּא" דאקומענטן, איז דאס פון די עלטסטע פריוואטע דאקומענטן פון וואו מען לערנט ארויס א טייל פון איהר לעבנס ביאגראפיע און די עקאנאמישע לעבנס שטייגער אין די צייט. זי האט געוואוינט אין די געגענט פון 'עגלתין' (מחוזה).
צווישן טבת ג'תר"ל און חשון ג'תרל"ג איז אוועק איהר מאן "שמוע (סמואס) בן שמעון" און זי האט געירשנט זיינע נכסים און קרקעות. אין יאהר תרל"ג האט זי נאכאמאל חתונה געהאט מיט ישוע בן מנחם. (מפוענח באזונדער אי"ה)


בילד
וואדי דליה, מערת אבו שינדזשע (WD) איז ארום פערצן קילאמעטער פון יריחו , עס איז אנטדעקט געווארן דורך בעדואינער אין תשכ"ב (1962) וואו מען האט געפונען ארום פערציג פאפירוס'ן אין אראמיש, וואס איז מערסטנס שטרות איבער פארקויפטע עבדים צו בעלים פון שומרון, וואס זענען מעגליך אנטלאפן ווען אלקסאנדר מוקדון האט איינגענומען די שטאט. אויך האט מען געפונען אין די הייל פריוואטע זיגלען, מטבעות און ביינער פון 205 מענטשן. עס איז דא צייכנס אז די מענטשן זענען מעגליך אומגעקומען נאכדעם וואס מען האט די הייל אונטערגעצונדן.


בילד
מצדה (Mas) איז געווארן אונטערזוכט דורך ארכעאלאגן אויף א גרויסע פארנעם צווישן תשכ"ג און תשכ"ה. וואו מען האט געפונען עטליכע פראגמאטן פון ספר בראשית, ספר ויקרא, ספר דברים, ספר יחזקאל, ספר תהלים. אויך האט מען געפונען א פיוט אויף שבת און א א טייל פון ספר בן סירא. די מגילות פון מצדה זענען נישט געפונען געווארן אין היילן נאר באהאלטן צווישן די ווענט אין די פאלאץ פון הורדוס.

באזונדער איז געפונען געווארן אין די הורדוס פאלאץ אין מצדה פאפירוס'ן אין די גריכישע און לאטיינישע שפראך וואס באציהט זיך איבער מיליטערישע אנגעלעגנהייטן פון רוימישע סאלדאטן.

עס איז מעגליך אז די אנטדעקונג פון די מגילות ים המלח גייט צוריק מיט פיהר און זעכציג יאהר בעפאר תש"ז.

משה שפירא איז געווען אן אנטיק הענדלער און זאמלער. ער איז געבוירן געווארן צו א פאמיליע פון תלמידים פונעם ווילנא גאון אין קעמניץ אוקראינע. אלט זייענדיג פינף און צוואנציג יאהר אויפן וועג קיין ירושלים זייענדיג אין בוקארעסט, האט ער אנגענומען אויף זיך דעם קריסטליכן גלויבן און געטוישט זיין נאמען צו "מאוזעס ווילהעלם שאפירא" און געזוכט צו באקומען דייטשע בירגערשאפט. זייענדיג אין ירושלים האט ער געעפנט אן אנטיק געשעפט. שאפירא האט באקומען א שטארקע אינטערעסע אין ארכעאלאגישע געפינסן ווען עס איז אפיהר געקומען די אויפדעקונג פון די מצבת מישע .

אין תרמ"ג (1883) האט ער געשטעלט צו פארקויפן פופצן מגילות פון פארמעט וואס האט אנגעבליך געהאט אין זיך ספר שמות, במדבר און דברים געשריבן אין כתב עברי עתיק. שאפירא האט באהויפטעט אז די מגילות האט ער אפגעקויפט פון בעדואינער, וואס האבן עס געפונען אין א הייל נעבן ים המלח. עס האט שוין געהאלטן ביים ווערן פארקויפט פאר די בריטישע מוזיאום פאר די סומע פון א "מיליאן בריטישע פונט", ווען "גאננעאו", דער וואס האט אנדעקט די "מציבת מישע" האט דערקלערט אז די אלע מגילות זענען געפעלשט דורך שאפירא.

די גאנצע געשעפט איז געווארן אפגערופן און שאפירא'ס געשעצטע נאמען איז געווארן איבעראל פארשמירט אלס א ביליגע שווינדלער. מיט זיין לעבנס רעפוטאציע רואינירט האט שאפירא געוואנדערט איבער שטעט אן א ציהל פאר זעקס חדשים, ביז ער האט זיך גענומען דאס לעבן מיט א ביקס אין די בלומענדאל האטעל אין רוטרדאם האלאנד. די מגילות זענען פארברענט געווארן ווען די הויז וואו עס האט זיך געפונען האט אפגעברענט.

מיט די אנטדעקונג פון די מגילות ים המלח איז צוריק אויפגעברענגט געווארן די פראגע איבער די אטענטישקייט פון די "שאפירא מגילות" . איז שאפירא געווען א רעזולטאט פון א קאנספיראציע פון אומפארגינער? האט מען ווירקלעך פארלוירן א זעלטן טייערע געפינס?

עס פארבלייבט א מיסטעריע.


די אנטדעקונג פון די באקאנטע מגילות ים המלח אין די היילן פון קומראן, האט טראנספארמירט די באעדואינע טעמרה שבט פון געבוירענע פאסטוכער צו דילעטאנטע ארכעאלאגן. זייער אפעטיט נאך א גרינגן דאלער האט זיך נישט אפגעשטילט מיט זייער ערשטע געפינס. מיט א נאכאנאנדע רייץ, האבן זיי פאר די קומענדיגע יארן ארומגעקלעטערט אין מדבר יהודה זוכענדיג פאר נאך היילן. טייל מאהל אין טויטליכע אומשטענדן קריכענדיג אויף גראדע פעלזן ווענט, וואו די היילן זענען הונדערטער פיס העכער געפארפולע טאלן.

אין נובמבר 1951, האט "חליל איסקנדר שאהין" פון בית לחם באקאנט אלס קאנדו (שיסטער), אנגעבאטן פאר א נוצרישער גלח "פערע דע וואָו" פארשידענע שריפטן, מיט א פארזיכערונג אז די שריפטן קומען אויך פון די היילן אין קומראן. פאר "דע וואו" האט עס אויסגעקוקט אנדערש פון די מגילות פון קומראן און האט געדרוקט קאנדו צו מודה זיין פון וואו עס קומט. קאנדו האט זיך מודה געווען אז עס קומט ווארליך פון אן אנדערע הייל, אבער נישט ווייט פון קומראן. "דע וואו" איז געווען גוט באקאנט אין די מגילות ים המלח, ווייל די ירדן'ע ארכעאלאגן האבן איהם גערופן, ער זאל זיי אויסלייענען וואס עס שטייט אין די מגילות. דאס איז געווען נאכפאר די וועלט האט געוואוסט איבער די אלע געפונסן.

"דע וואָו" האט אין ענדע אפגעקויפט עטליכע שריפטן פון קאנדו. צווישן די שריפטן איז געווען א פאפירוס וואס לייענט זיך: "משמעון לישוע בן גלגולה שלום". אין יאנואר 1952 האט ער אפגעקויפט פון קאנדו און פון די באדואינער נאך שריפטן, צווישן די שריפטן האט ער געטראפן אן ענליכע שריפט וואס לייענט זיך: "משמעון בן כוסבה לישע בן גלגלה ולאנשי הכרך שלום"

"דע וואָו" האט פאר יעדן פרייז געוואלט וויסן פון וואו די פאפירוסן קומען. נאך גרויס אינטערווענץ און פאר'ן ריכטיגן פרייז, האט ער ארויסבאקומען פון די תעמרה בעדואינער אז די שריפטן קומען פון איינע פון די היילן אין וואדי מרובעאת. ווען "דע וואָו" איז אנגעקומען מיט זיין גרופע צו די הייל, האבן פלוצלינג ארויס געשלייכט פון דארט פיהר און דרייסיג בעדואינער, דערזעהנדיג אז מען האט זיי אנדעקט, זענען זיי געשווינד פארשוואונדן געווארן פון דעם ארט. ער האט דארט געפונען פיהר באזונדערע היילן. נאך א גרינטליכע אונטערזוכונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע בר כוכבא דאקומענטן וואס דרייען זיך ארום אויפן שווארצן מארק, קומען געוויס פון די היילן.

א קורצע צייט שפעטער איז ווידער ארומגעגאנגען קלאנגן איבערן גרעניץ מיט 'ירדן', איבער פרישע ענליכע דאקומענטן וואס די בעדואינער אפערן צו פארקויפן, וואס איז אנגעבליך "פון אן אומבאקאנטע פלאץ". עקספערטן האבן אבער פארשטאנען אז עס קומט פון מדבר יהודה. פאר די בעדואינער האט א גרעניץ גארנישט געמיינט, פאר זיי וואוינענדיג אין מדבריות אין פארצייטישע געצעלטן איז אלעס איין טעריטאריע.

אין די זעלבע צייט האבן ארכעאלאגן פרובירט צו זוכן פאר נאך היילן אין מדבר יהודה צו אויסכאפן די בעדואינער. יוחנן אהרוני א גרויסער ארכעאלאג און אן אנטיק אינספעקטאר, איז שטענדיג געווען אין א פארמעסט מיט זיינע קאלעגעס איבער ווער עס קען בעסער אנטדעקן היסטארישע מאטריאל. ער האט געהערט אז בעדואינער טרעפן היילן אין נחל חבר. אין ווינטער פון תשי"ג (1953) איז אהרוני געגאנגען אונטערזוכן די בערג אין "נחל חבר". נאך צוויי און צוואנציג טעג זיך קלעטערנדיג אין די שווערע פעלזיגע בערג האט ער אנערקענט אז די בעדואינער זענען שוין אויך דא געווען און דאס פלאץ אויסגעליידיגט, איין גרויסע הייל אין נחל חבר האט די גרופע באמערקט אין די הויכע פעלזן וואס איז כמעט אוממעגליך אנצוקומען אהין. מיט גרויס שוועריגקייט האט זיך די גרופע דערזען אין די הייל נאר צו געוואויר ווערן אז אויך דא האט מען זיי אויסגעכאפט, זעהנדיג צייכנס ווי מען האט שוין דא געגראבן און די קענטליכע שמוץ וואס די באנדיטן לאזן שטענדיג איבער נאך זיך, ווי קליידער, געצעלטן און אפפאל פון ירדן פראדוצירטע ציגארעטלעך. אבער אזויפיל האט זיין גרופע יא דערקענט, אז אויך די היילן זענען געווען באנוצט און פריערדיגע צייטן ספעציעל פון די פילע צובראכענע כלים וואס די באדואינער - נישט האבענדיג קיין נוצן דערפון - האבן איבערגעלאזט. אין תשט"ו (1955) איז אהרוני צוריקגעגאנגען צו נחל חבר, דאסמאהל צו אונטערזוכן די אנדערע הייל אויף די אנדערע זייט קעגן איבער די טאל. נאך גרויס פלאג פרובירענדיג פארשידענע וועגן וויאזוי אנצוקומען צו די הייל מיט שטריק און לייטערס האבן זיי זיך אראפגעלאזט הענגענדיג מיט שטריק צו די הייל צו א טאפלטע אנטוישונג... די בעדואינער זענען אין די הייל אויך געווען. אריינגייענדיג אין די הייל האט זיי אנטפאנגען א שרעקליכע שוידעליכע סעצענע, אויף וואס זיי האבן זיך גארנישט געראכטן. אנשטאט שריפטן, האבן זיי זיך דערזעהן צווישן צענדליגע סקעלעטנס פון מענער פרויען און קינדער צושפרייט איבער די הייל. די גרופע איז געווען אזוי דערשראקן, אז זיי האבן מאמענטאל גערופן די הייל "מערות האימה".בילד
אהרוני'ס גרופע אין די ברענענדיגע היצן, גרייטן זיך אראפצולאזן מיט שטריק צו מערות האימה, נישט וויסענדיג וואס ערווארט זיי.

זעהנדיג אז די בעדואינער האבן שוין באזוכט יעדן הייל און אויך די הייל וואס איז כמעט אומעגליך אנצוקומען דערצו, האט אהרוני צוריקגערופן אלע ווייטערדיגע זוכינגן. אויך אלע ארכעאלאגישע פארשונגען אין מדבר יהודה זענען אפיציעל געווארן אפגעשטעלט.

אין תש"כ ענדע 1959, האט זיך געדרייט קלאנגן אז די דאקומענטן וואס די בעדואינער פארקויפן, 'פון אן אומבאקאנטע פלאץ', קומט פון נחל צאלים. די פלאץ איז נאך דאן נישט געווען אונטערזוכט דורך ארכעאלאגן, נאר די צפון זייט פון מדבר יהודה. האבן זיך א גרופע ארכעאלאגן אנגעפירט דורך אהרוני ארויסגעלאזט אונטערזוכן דעם גאנצן ראיאן אבער זענען צוריק געקומען ליידיג. נאר אלטע אויסגעשאסענע פיילן אין עטליכע היילן, מיט שטיקלעך פון תפילין און צוויי מטבעות, איין פון די צייטן פונעם רוימישן קייזער 'אלאגבאלוס' און איין פון די צייטן פונעם רוימישן קייזער 'אלקסנדר סעווערוס'. די ארכעאלאגן האבן בעיקר געזוכט די טייערע היסטארישע שריפטן.

נישט קענענדיג פארדייען די אלע אנטוישונגען, האט מען באשלאסן צו גיין אויף די אפענסיווע דורך זיך אויסשפרייטן איבערן מדבר און דורכנישטערן דעם גאנצן ראיאן. מען האט זיך צוטיילט אין פיהר גרופעס. גערופן C ,B ,A, און D. מיט די פירערשאפט פון ארכעאלאגישע עקספערטן נחמן אביגד, פסח בר אדון און יגאל ידין. אהרוני האט אויך זייער שטארק געוואלט אנפירן איינע פון די גרופעס, האבנדיג ערפארונג פון זיינע זוכונגען אין די לעצטע יארן האט ער געהאלטן אז ער איז גאר צוגעפאסט פאר דעם, צו דער זייט האט ער געוואלט האבן נאך צויבערדיגע געפינסן אין זיין קאריערע. מען האט איהם ערשט געלאזט אויסוועלן וועלכע אפטיילונג אינעם מדבר ער וויל, ער האט זיך אויסגעקליבן סעקטאר B, צו קענען ארבעטן אין צפון נחל צאלים. אביגד האט זיך געקליבן סעקטאר A, וואס איז געווען אין דרום פון נחל צאלים, בר אדון האט גענומען סעקטאר C, און סעקטאר D, וואס איז געווען ביי נחל חבר האט קיינער באמת נישט געוואלט. זייענדיג אונטערזוכט צוויי מאהל - דורך באדואינער און שפעטער אהרוני, האט קיינער נישט געטראכט אז עס איז נאך דא דארט עפעס צו געפינען. אויסער וואס עס איז געווען די נאנטסטע צו דעמאלטדיגע פיינטליכע ליניעס מיט ירדן, דאס איז איבערגעבליבן פאר יגאל ידין.

אין קעגנזאץ וואס יעדער האט געמיינט האט זיך עס אזוי געפירט אז די ערשטע דריי גרופעס האבן נישט געטראפן עפעס ספעציעל און דייקא די פערטע גרופע 'D' אנגעפירט דורך יגאל ידין געהאט שטוינענדע אנטדעקונגן.

נחל חבר איז זייער א בערגיגע געגענט , עס איז כמעט אוממעגליך אנצוקומען אהין מיט לאסטמאשינען וואס זאלן שלעפן אלע געצייג וואס מען דארף האבן פאר אזא אפאראציע אינעם מדבר ווייט פון באוואוינטע געגענטער. די בערג גייען גראד ווי א וואנט און עס כמעט אוממעגליך אראפצוגיין אין טאל. די ערשטע צו אונטערזוכן איז געווען א הייל אין נחל ערוגות וואס איז זייער הויך און איז שווער צו באמערקן. קלערענדיג אז דאס האט נאך קיינער נישט אונטערזוכט. האבן זיי אראפגעלאזט עטליכע מיט א שטריק פון אויבן פון די פעלז און זיך אזוי אריין געסווינגט אינעם הייל. נאך א לענגערע אונטערזוכונג פון א פאר טעג זענען זיי צוריקגעקומען ליידיג אן קיין געפינסן.בילד
ביים אראפלאזן ארכעאלאגן אין נחל ערוגות.

די איינציגסטע הייל פארבליבן צו אונטערזוכן איז געווען די גרויסע הייל קעגן מערות האימה, וואס איז שוין צוויי מאל געווארן אונטערזוכט בעפאר, צוזאמען מיט די בעדואינער. די שאנסן עפעס צו געפינען איז געווען זעראו... ידין'ס סעקטע D' איז באשטאנען פון א גרופע פון זיבעצן מענטשן, זיבן פון זיי זענען געווען וועטעראנען וואס האבן שוין אונטערזוכט די געגענט מיט אהרוני אין תשי"ג און אין תשט"ו.

לאמיר מיטהאלטן פון דערנאנט ווי יגאל ידין מיט זיין גרופע גייען אויסשפורן נחל חבר מיט אירע היילן און זעהן וואס זיי קענען נאך געפינען. אבער פארזיכטיג! לאמיר נישט אננעמען וואס די ארכעאלאגן זאגן אלס פאקטן, נאר צוקוקן אויסהערן, און באטראכטן די פאקטן מיט די אייגענע באשלוס איבער אלעס וואס די פעלזן אין נחל חבר באהאלטן אין זיך.

אויף ביידע זייטן פון די טאל אויבן אויף די שפיץ פון די פעלזן האט די גרופע געטראפן, וואס קוקט אויס אז עס איז געווען דארט א רוימישע באזע פון וואו מען קען זייער גוט באאבאכטן ווער עס גייט און קומט פון די היילן. דאס האט געהאלפן באשטימען, וואס די פארשער האבן געשאצט אז אין די היילן האבן זיך די בר כוכבא קעמפער אויסבאהאלטן פון די רוימער און זייענדיג באלאגערט פון אויבן פון ביידע זייטן פאר א לאנגע צייט זענען די קעמפער אין די היילן אויסגעגאנגען הונגער און דורשט.
בילדבילדא באזוכער שטייענדיג ביי די רוימישע באזע, צייגט אויף די הייל.

די הייל איז דריי הונדערט און דרייסיג פיס אונטער די רוימישע באזע וואו די וואנט גייט גראד. פון די עפענונג פון די הייל, ביז א ברייטע פאס, איז זעקס און דרייסיג פיס. פון דא גייט די וואנט כמעט גראד אראפ ביז אונטן אינעם טאל פאר נאך זעקס הונדערט און פופציג פיס. אנצוקומען צו די ברייטע פאס אונטער די עפענונג פונעם הייל דארף מען גיין פון מערב זייט פון די רוימישע באזע, דארט איז דא א שמאלע וועג און זייער פארזיכטיג אראפ גיין צומאהל דרוקענדיג זיך צו די וואנט און אנכאפן די שטיינער. די וועג איז זייער געפארפול, אויף עטליכע פלעצער איז עס נישט מער ווי פופצן אינטשעס ברייט, אויף איין פלאץ איז עס נאך שמאלער, איין שלעכטע טריט מיינט פאלן עטליכע הונדערט פיס אינעם טאל רח"ל.בילדבילדבילדבילד

[שווארץ און ווייסע בילדער און נישט קלארע קאלירטע בילדער, זענען פון תש"כ. די קלארע קאלירטע בילדער זענען פון א באזוך פון תש"ס אין א פארזוך צו געפינען נאך שריפטן]

אנקומענדיג אונטער די הייל האט מען צוגעבונדן א לייטער געמאכט פון שטריק און אזוי האט מען ארויפגעקראכן די זעקס און דרייסיג פיס אין די הייל. די וועג האט מען געמוזט דורכמאכן יעדע מאהל וואס מען האט געברויכט גיין ברענגן נאך געצייג פאר די ארבייט.בילדבילדבילד

די הייל האט צוויי עפענונגען. אויף די רעכטע זייט איז דא נאך איין קליינע הייל. די הויפט אריינגאנג איז דורך די לינקע עפענונג. די הייל איז הונדערט און פופציג פיס טיף אינעם פעלז, צוטיילט אין דריי הויפט קארידארן.בילד

דורך די שמאלע און ברייטע טונעלן קאטאגאריזירט מיט די בוכשטאבן 'A' B' C, אנגעווארפן מיט ריזיגע פעלז שטיינער וואס פאלן פון דאך, האט גרופע D' מיט די פירערשאפט פון יגאל ידין אנגעהויבן זייער ארבעט צו מאכן א דורכגרונדליכע אונטערזוכונג אין דעם הייל "צום דריטן מאהל".
בילד

ארויסקוקענדיג פונעם הייל פון אריינגאנג 1
בילדבילדבילד


ביטע ... נישט שרייבן קיין דאנק קאמענטארן. עס פארשווערט דאס לייענען אויף איינמאל.
עס איז נאך דא אסאך צושרייבן.
א דאנק!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

א הייל פון ביינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז געווען כ"ו אדר תש"כ, דעם צווייטן טאג אינעם הייל, מען האט שוין אריינגעברענגט אלע געצייג און איינריכטונגען ווי שאכטלעך, שטריק, לעקטער. א יונגער ארכעאלאג "פנחס פורת" (פרוצקי) קריכט איבערן הייל, אוועק פון זיין דעזיגנירטע גרופע וועלענדיג טרעפן עפעס ספעציעל, ער קומט שוין אהן גאנץ טיף אין די הייל אין קארידאר C'. מיט זיין לאמטערנע אין איין האנט זוכט ער נאך עפענונגען און וועגן וואו מען קען אלץ גיין, ווען ער באמערקט א שפאלט אין די וואנט. ער קוקט אריין און זעהט אז עס גייט טיפער אריין אין די פעלז. ער קריכט אריין. נאך זעקס אהאלב פיס ווערט די הייל זייער ענג - זיך אדורך דרוקענדיג אין די לאך מיט א הויעכקייט פון קוים צוואנציג אינטשעס, ווען פלוצלינג ווערט עס גאר שיף אראפ. אזוי שטיפענדיג זיך פאראויס פאלט ער עטוואס אראפ אויף א גרויסע שטיין.

ער הייבט אויף זיין לאמטערנע און פרובירט זיך אומקוקן וואו ער געפינט זיך... עס הערשט א טויט שטילקייט... און א טויט שרעק כאפט איהם אן... ער טרעפט זיך אין א הייל פון זעקס און צוואנציג פיס לאנג און פיהר פיס הויעך. ביי די רעכטע זייט ביי די וואנט איז געליגן א הויפן מיט ביינער פון ' קעפ ', פלאצירט אין עטליכע שטרויענע קארב איינס אויפן צווייטן . אין די ווינקל אויף די רעכטע זייט איז געווען איז געווען נאך א הויפן מיט ביינער אין שטרויענע קארב, איינגעהילט מיט קליידער און טעפיכער, אויף די גאנצע הויפן איז געווען נאך א גרויסע טעפעך. אין א לאך אין דער ערד איז געווען צוזאמגענומען ביינער פון איין מענטש, צוגעדעקט מיט קאלירטע טעפיכער און קליידער, דערנעבן א לעדערנע קארב מיט ביינער פון א קליין קינד צוגעדעקט מיט א קלייד. אויף די שטיינער ביי די וואנט אויף די לינקע זייט איז געווען פארשידענע סחורות מיט צוזאמגעבונדענע האר. אויף די רעכטע זייט וואו מען קומט אריין, איז דא א פלאץ אין די וואנט וואס איז קענטיג אז דא האט פאר א לענגערע צייט געברענט א ליכט, וואס מען דערקענט דורך די שווארצע שטויביגע פלעק וואס פארמירט זיך פון פייער און רויעך.

בילד
אריינקומענדיג אין די הייל.

בילדדי הייל אזוי ווי מען האט עס געפונען.

בילד
די גרויסע טעפעך.

בילד
א קארב פון די הייל.


נאכדעם וואס א דאקטאר האט עקזאמינירט די ביינער, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ביינער קומען פון זיבעצן מענטשן, דריי מענער אכט פרויען און זעקס קינדער וואס זענען מעגליך אויסגעגאנגען צוליב די פארצויגענע רוימישע באלאגערונג פון העכער די היילן, נישט קענענדיג זיך פארזארגן אין די הייל מיט נאך עסן און וואסער און לעבנדיג אין גאר שווערע אומשטענדן אין די שטארקע מדבר'דיגע היץ וואו די לופט אין די הייל איז שטארק געצוימט, איבערהויפט פון רויעך פון די פייער וואס האט שטענדיג געברענט צו באלייכטן די הייל.

די ביינער אין די הייל זענען מעגליך פון א פראצעדור וואס מען פלעגט טוהן אין צייטן פון בית ראשון און בית שני וואס ווערט דערמאנט אין משניות, וואס האט געהייסן "ליקוט עצמות". מען פלעגט קודם לייגן די קערפער אין א צייטווייליגע קבר אדער אין א הייל נאכדעם וואס די קערפער ווערט נתעכל, האט מען מלקט געווען די עצמות און מקבר געווען אין א 'גלוסקמה', אין מסכת שמחות ווערט עס גערופן 'דלוסקמא'. די מקור פון די מנהג איז אין משניות מועד קטן פרק א' משנה ה'. ר' מאיר האלט אז עס איז א יום שמחה, ר' יוסי קריגט זיך מיט ר' מאיר און האלט אז עס איז א יום אבילות.

עס איז נאר דער צווייטער טאג וואס ידין מיט זיין גרופע זענען אין די הייל מיט אזא אויסטערלישע געפינס, וואס האט געהויבן די מאראל פון אלע אנדערע, אז עס איז נאך דא מעגליכקייטן צו טרעפן עפעס נייעס דא. עס איז נישט קיין שריפטן, וואס דאס איז זייער הויפט ציל - אבער פון א ארכעאלאגישע שטאנדפונקט איז עס א זעלטענע געפינס. גאר ספעציעל זענען די קליידער מיט טעפעכער פון פארשידענע סארטן מאטריאל און קאלירן אין אזא גוטע צושטאנד, וואס זענען שפעטער געווארן גערייניגט און שטודירט. די סחורות קען מען דאטירן מיט מער פונקטליכקייט. די רעזולטאטן זענען צוריקגעקומען אלץ נישט שפעטער פון ג'תתצ"ה (ce 135) די ענדע פון די בר כוכבא רעוואלט. אלעס צוזאמען האט מען געפונען פיהר און דרייסיג באזונדערע סארטן פארבן, וואס האט געגעבן די מעגליכקייט צו לערנען וויאזוי מען האט געמאכט פארב פאר סחורות. עס איז אויך מערקבאר, אז קיין איין פון די סחורות האבן נישט אין זיך קיין 'שעטנז'.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

ליילעכער, חלוקים, טליתים (תכריכים?) פון די הייל פון ביינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בילדבילד


די סחורות זענען די בעסטע וואס מען האט געפונען פון די תקופה פון רוימישע אימפעריע אין א גאנץ גוטן צושטאנד. גאר אסאך קען מען ארויס לערנען פון די סחורות. צווישן די וואלענע געוועב איז דא אסאך שמאל און לענגעכיגע סחורות געדאפעלט מיט נאך א סחורה פון איין עק ביז די אנדערע עק וואס זענען צוזאמגענייעט אינדערמיט לאזענדיג א שפאלט צווישן די צוויי סחורות פאר א "בית צאוור" וואו מען טוט עס אהן. עס פארמאגט א שטרייף אויף דער לענג פון ביידע זייטן ביי די אקסלן. דאס איז באקאנט צו זיין אלס א רוימישע העמד וואס ווערט גערופן אין גריכיש "טוניק", עס האט אראפגעהאנגען פון פארענט און פון הינטן.

בילדבילד
א געמאלן בילד וויאזוי עס האט אויסגעזען אין גוטע צייטן.

זייענדיג דאטירט צו די צייטן פון די תנאים איז מעגליך אז דאס איז די קלייד וואס ווערט דערמאנט אויף עטליכע פלעצער אין ש"ס אלס "חלוק" (פשוט טייטש "צוטיילט") וואס מען האט געטראגן אונטערן טלית. אין מסכת נגעים י"א משנה ט "וכן שני דפי חלוק שנראה נגע באחד מהן הרי השני טהור". אין ירושלמי מסכת שבת דף טו ע"א, "א"ר יוסה במפתח חלוק שהוא עשיו כמין שני דפין". אין מסכת נדרים פרק ד' און אין גמרא דף לג ע"א "תא שמע אבל משאיל לו חלוק וטלית" (עיין עוד בתוספתא בבא בתרא ה, א' חלוק של בד מאימתי מקבל טומאה).

די פסים - שטרייפן אויף די העמד, איז דא וואס האלטן אז דאס איז וואס ווערט אנגערופן "אימרא" ווען עס ווערט דערמאנט צוזאמען מיט די "חלוק".
ירושלמי, קידושין ס"ה: "רבי אבון בשם רבי פנחס פירסמו עצמן כאימרא בחלוק".
נגעים י"א משנה י, "חלוק שנראה בו נגע מציל את האומריות שבו, אפילו הן ארגמן".
מועד קטן דף י. "ההדיוט תופר כדרכו: היכי דמי הדיוט אמרי דבי רבי ינאי כל שאינו יכול להוציא מלא מחט בבת אחת רבי יוסי בר חנינא אמר כל שאינו יכול לכוין אימרא בחפת חלוקו".
לויט דעם איז אונזער חלוק, וואס מען האט געפונען אין די הייל פון א אומן, ווייל די אימריות קומען זיך אזוי שיין צוזאם.

אויסער די 'חלוק' איז דא א צאל ליילעכער, עטליכע מיט שטרייפן פון ביידע זייטן און עטליכע וואס האבן א צייכן ביי די עקן פון א לאטיינישע אות על 'L', אדער די דריטע גריכישע אות גאממא 'Γ'.
בילד
געשטרייפטע סחורה - טלית

בילדבילד
א ליילעך בעפארן רייניגן.

וואס זענען די ליילעכער?! דא איז וואונדערליך צוניץ געקומען אן אלטע ביהכ"נ וואס מען רופט "ביהכ"נ בדורא אירופוס". די ביהכ"נ איז אנדעקט געווארן אין די שטאט "בדורא אירופוס" אין סיריע אין יאהר תרפ"ח. די ביהכ"נ איז געבויט געווארן אין שנת ד' אדער שנת ה' אין ד' אלפים.

אויף די "מערב" וואנט פון די ביהכ"נ, ארום די ארה"ק איז דא קאלירטע האנט געפארבטע בילדער פון געשעענישן פון תנ"ך. צום ביישפיל איז דא א בילד ווי משה רבינו באקומט די לוחות; שמואל הנביא זאלבט דוד, פון דוד אלץ קעניג, שלמה המלך, אליהו הנביא, די חזיון פון עצמות יבשות פון יחזקאל הנביא און פון מגילת אסתר און נאך אנדערע.

בילד
די מערב וואנט פון בית הכנסת בדורא אירופוס

די קליידער אין די בילדער זענען עפ"ר געמאלן לויט ווי מען איז
בילד
געגאנגען געקליידעט אין יענע צייט. דאס זענען די צייטן פון די תנאים און אמוראים, וואס איז אויך די צייט צו וואס די קליידער אין די הייל איז דאטירט. אויף די בילדער זעהט מען די מענער געקליידעט מיט די העמד (חלוק) מיט שטרייפן ביי די אקסלן און ארומגענומען מיט א טלית וואס איז ענליך צו די רוימישע "טוגה", מיט וואס חשובה רייכע הערן און הערשער זענען געווען געקליידעט, וואס דאס איז געווען דער טלית ביים איד אין די צייט - עטוואס ענליך צו די שטרייפן פון אונזערע טליתים (או"ח ט ס"ה) - אבער פארשטייט זיך פיהר קאנטיג און מיט ציצית. (בילד: עזרא הסופר)

ווי באקאנט איז מען דאן געגאנגען מיטן טלית א גאנצן טאג. די טוגה איז נישט פיהר קאנטיג און עס איז נישט מחייב מיט ציצית, ווי עס שטייט לויט איין גירסא אין "ספרי" אין פרשת כי תצא, ביי די פרשה פון ציצית "כסותך" זאג די ספרי, פרט לטגא. און אויפן פסוק "פן תדרוש לאלהיהם לאמר" טייטש די ספרי "שלא תאמר הואיל והם יוצאים בטגא אף אני אצא בטגא הואיל והם יוצאים בארגמן אף אני אצא בארגמן הואיל והם יוצאים בתולסין אף אני אצא בתולסין ואעשה כן גם אני". לויט דעם איז אסור זיך צוקליידן מיט די טוגה אזוי ווי די רומאים. (מעגליך אז די רוימישע טוגה האט עפעס שייכות צו ע"ז).

אויף די טליתים פון די בילדער אין ביהכ"נ בדורא אירופוס, זעהט זיך אהן די פסים ביי די זייטן, "די זעלבע וואס מען האט געפונען אין די הייל". פון די טליתים פון די הייל האט מען אין די גאנצע הייל נישט געפונען קיין ציצית, אזוי ווי מען זעהט אין ברכות י"ח ע"א, אז מען האט אראפגענומען די ציצית פון די טליתים מיט וואס מען האט מקבר געווען.
בילד
שמואל הנביא זאלבט דוד

בילד
שרייבענדיג די שורות איז געווארן באריכטעט אז מען האט אנדעקט א מאזעיק ביים רענאווירן א געביידע אין קסריה. מען זעהט דריי פערזאנען, אויף איינעם זעהט מען דעם רוימישן טוגה.

וועגן די ליילעכער מיט א 'ווינקל' צייכן ווי א 'L', איז אויך די בילדער אין "ביהכ"נ בדורא אירופוס" וואונדערליך געקומען צו הילף, מיטן אידענטיפיצירן די סארט צייכן אלץ א צווישנשייד צווישן מענער און פרויען קליידער. אויף א בילד וואס מאלט אויס וואו בתי' בת פרעה האט ארויסגעצויגן משה רבינו פון נילוס, זעהט מען אז די פרויען אויפן בילד האבן די זעלבע צייכן אויף זייער קליידער וואס מען זעהט אויף געוויסע ליילעכער פון די הייל.
די זעלבע צייכן זעהט מען געפארבט אויף קאסטענעס פון פרויענישע "מאָמיס" פון מצרים פון די זעלבע תקופה.
בילד


א ספעציעלע געפינס איז א העמד פון א קליין קינד וואס איז געמאכט פון לענן. אויסער וואס דאס געבט א סקרוך אין די ביינער, טראכטענדיג אז דאס קליין קינד מיט זיין/איהר מוטער זענען אויסגעגאנגען אין אזאנע אומשטענדן, איז דאס מעגליך א לעבעדיגע בילד פון וואס עס שטייט אין משניות מסכת שבת פרק ו משנה ט' "הבנים יוצאין בקשרים". דאס קען אפשר זיין פשוט פשט, די גמרא זאגט אויף דעם אן אנדערע פשט. (אוה"ח שא ס' כ"ג).

אין די קשרים פון דאס קינד'ס העמד האט מען געפונען ווייץ, זאלץ, נוס, און נאך זאכן וואס מען קען נישט אידענטיפיצירן, אויך האט מען געפונען קליינע שטיינדלעך און וואס קוקט אויס ווי מיסט.
בילד
דעם קינד'ס העמד אזוי ווי מען האט עס געפונען

בילדבילדבילד
די זאכן פון די קשרים.

ווער איז דאס קינד? און ווער איז זיין מאמע?
אפשר וועלן מיר נאך געוואויר ווערן.

קאמענטארן, דיסקוסיעס, פראגעס און ענטפערס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

א הויפן מיט כלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פאר די קומענדיגע פיהר טעג איז די ארבעט ווייטער אנגעגאנגען אהן קיין געפינס, אבער מיט עקסטער פלייס און גוטער שטימונג. צו געפונען אזא אוצר - א הייל מיט ביינער פון די וואס האבן געוואוינט אין די הייל; מיט א הויפן זעלטענע פארצייטישע סחורות, וואס די בעדואינער האבן נישט באמערקט, האט זיך שוין געלוינט די הארעוואניע.

דינסטאג ר"ח ניסן איז געווען דער מזל'דיגער טאג ווען איינע פון די ארכעאלאגן איז ארויסגעגאנגען עפעס פאררעכטן אינדרויסן פון די הייל. אויפן וועג צוריק האט ער געפונען אויפ'ן פעלז לייסט, דארט וואו די שטריק-לייטער שטייט - א מטבע פון "בר כוכבא". אזא מטבע וואלט נישט געהאט אן עקסטער ספעציעלע ווערט, ווען נישט אז עס איז געפונען געווארן נעבן די הייל, און צו וואס דאס האט צוגעפירט. אין די אנטיק מארק האט שוין דאן צירקולירט די סארט מטבעות.
בילד
די מטבע אויף די לינקע זייט וואס מען האט געפונען נעבן די הייל

מיט די מיינונג אז דאס איז מעגליך פארלוירן געגאנגען פון איינע פון בעדואינער פארלאזענדיג די הייל, האט מען אריינגעברענגט א מיליטערישע "מינע אויפכאפער". כאטש איהר אפיציעלע אויפגאבע איז צו דערשפירן אונטערגעשטעלטע באמבעס פונעם פיינט, קען עס אויפכאפן יעדע סארט אייזן. זאל מען כאטש טרעפן מטבעות צו הייבן די געמיטער.

א דורכגרונדליכע אונטערזוכונג אין די הויפט אריינגאנג נומער 1, האט אנדעקט א שפיז אין א ווינקל, ענליך צו וואס מען האט געפונען בעפאר אין אנדערע היילן אינעם מדבר, און צוויי ענליכע שפיזן קעפ, האט מען געפונען אין אריינגאנג נומער 2. די טיילן פונעם הייל האט מען ניטאמאל דורכגרונדליך דורכגעקוקט, מיינענדיג אז זייענדיג אונטער די ליכטיגקייט פון די זוהן האבן עס די בעדואינער זיכער אינגאנצן אויסגעליידיגט.
בילד
בילד

צוויי טעג שפעטער אפערירענדיג מיט די מינע אויפכאפער אין קארידאר A - ארום דרייסיג פיס פונעם הויפט אריינגאנג צום הייל, האט דער מאשינקע אנגעהויבן צו פייפן מיט א נאכאנאנדע פייף, וואס מיינט אז עס האט דערשפירט אונטער זיך אייזן. אבער זוכענדיג ארום און ארום האט מען גארנישט געזעהן עפעס ספעציעל.

בילד
בילד

מען האט פרובירט וואס מען האט געקענט, מען האט אונטערזוכט די מאשין, אפשר איז עס צובראכן, מען האט אוועק געפירט יעדע זאך וואס האט עפעס אייזן אין זיך, ווי אויך אלע ארבייטס געצייג. אבער עס פייפט און פייפט אן אויפהער. די איינציגסטע אויסוואל איז געווען צו קוקן וואס טוט זיך אונטער די ערד פון די הייל.

אזוי גראבענדיג מיט לייכטע ארבייטס געצייג ווי האמערלעך און שאוולן האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען האט דא אנדעקט א ביה"כ וואס די איינוואוינער פונעם הייל האבן געניצט פאר זייער געברויכן. אבער דער מאשין אלאמירט ווייטער.

אויפדעקענדיג די לאך טיפער פאר ארום פינעף אינטשעס, האט זיך פלוצלינג אנגעזעהן א שטריק. מען האט אוועקגעשארט די ערד ארום די שטריק און עס נאכגעפאלגט. עס איז געווען צוגעבונדען צו א קארב ליגענדיג אויף איהר זייט. מען האט גענידערט די מינע-דיטעקטאר צו די קארב און דער אלארעם איז געווארן שטערקער.
בילד

פון די עפענונג פון די קארב האט מען גלייך געקענט דערקענען א הויפן מיט קופפערנע כלים . אין דעם קארב האט מען געפונען צוועלף קרוגלעך, דריי שאוולן, א בראט-פענדל, איין שליסל און צוויי גרויסע שיסלן. די אנדערע עק פון די שטריק וואס האט צוזאמגעבונדן די הענטלן פון די קארב, איז אויך געווען באהאפטן צו די הענטלן פון א גרויסע שיסל אין די קארב.
בילד
בילד

די געפינס האט געשטעלט די ארכעאלגן פאר א וויילע אין א פארגעלעגנהייט און צומישעניש. די בראט-פענדל מיט די קרוגלעך האבן געהאט אויף זיך גאר פאכמאניש אויסגעקריצטע בילדער פון באקאנטע גריכישע "אפגעטער". ווי קומט דאס אהער? און ווי שטימט דאס מיט די ביז איצטיגע אפשאצונג אז די הייל איז געווען א באהעלטעניש פון אידישע קעמפער קעגן די רוימער אין די בר כוכבא מרידה?

בילד

באטראכטענדיג בעסער די געשטאלטן זעהט זיך אהן אז די געשטאלטן זענען געווארן צוהאקט און אפגעריבן. עטליכע זענען געווען אפגעהויבלט מיט א הויבלער. וואס דאס - צו פארשוועכן א גריכישע ע"ז, איז זיכער געטוהן געווארן דורך אידן וואס האבן מעגליך אין איינע פון זייערע העלדישע שלאכטן, צוגערויבט דעם אוצר פון די רוימער, וואס איז געניצט געווארן אין זייערע קולט'ישע צערעמאניעס.

בילד

עס איז מעגליך אז מען האט עס איינפאך געוואלט פארניכטן דורך צולאזן אין פייער. אבער נישט האבענדיג די מעגליכקייט אינמיטן קריג, האט מען עס קודם געמאכט פעלערדיג ווי די הלכה איז, און עס באהאלטן פאר א קומענדיגע געלעגנהייט. און ווי איז דען דא א גרעסערע פארשוועכונג ווי עס לייגן אונטער א בית הכבוד?!

בילד
א זאלב קרוגל מיט א צוהאקטע צוריבענע געזיכט.
די און ענליכע צייכענס געפינט זיך אויף די אנדערע כלים.


אדער האט מען דאס געפלאנט צו ניצן. זייענדיג אזוי שיין פארפאקט אויף אזא מסודר'דיגע אויפן און אזוי גוט באהאלטן אונטער די ערד האט דאס איינער געהאט אין פלאן צו קומען אפנעמען אין א שפעטערע געלעגנהייט, וואס האט פארשטענדליך קיינמאל נישט פאסירט.

בילד

אין די סוגיה פון ביטול עבודה זרה, וואס איז געזאגט געווארן אין יענע תקופה, רעדט זיך פון פארשידענע אופנים וויאזוי מען קען מבטל זיין אן ע"ז. עס מוז אבער געטוהן ווערן דורך א "געצנדינער" אליין. קען זיין אז די גבורים האבן דאס געטוהן דורך איינע פון די רוימישע געפאנגענע אינעם קריג.

משניות עבודה זרה (פרק ה משנה ד)"...נכרי מבטל עבודה זרה שלו ושל ישראל וישראל אינו מבטל עבודה זרה של נכרי...כיצד מבטלה? קטע ראש אזנה, ראש חוטמה, ראש אצבעה, פחסה אף על פי שלא חסרה ביטלה. רקק בפניה, השתין בפניה, זרק בה את הצואה הרי זו אינה בטילה. מכרה או משכנה רבי אומר ביטל וחכמים אומרים לא ביטל"

תוספתא (ה ז): "כיצד מבטלה? רבי מאיר אומר עד שיכה בקורנס ויחבל, רבי שמעון אומר: אפילו דחאה וסטרה הרי זו ביטלה...".


בילד
בילד
די פענדל (patera). אויף די שפיץ פון איהר אנכאפער אויסגעצירט מיט די קאפ פון א ווידער.

בילד
די קארב ליידיגערהייט

[align=center]-----------------------------------------------------------[/align]

פנחס פורת אין א באזוך אינעם הייל פערציג יאהר שפעטער, דערמאנט זיך דעם מאמענט ווען מען האט געפונען די ניינצן קופפערנע כלים. מיט לעבעדיגע בילדער ווי עס פאסירט.
https://www.dropbox.com/s/xt68uqwbhukr3 ... s.mp4?dl=0

איין זאך איז קלאר, די אלע כלים זענען בכוונה געווארן איינגעפאקט, און גוט באהאלטן. דאס צייגט אז די איינוואוינער פונעם הייל האבן מעגליך געהאט אין פלאן צו אנטלויפן און עס קומען אפנעמען אין א שפעטערע געלעגנהייט.

וואס מיר ווייסן היינט... אז זיי האבן די געלעגנהייט קיינמאל געהאט...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

נאד איגרות - מערת האיגרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אן אריינצוגיין אין די פארשידענע טעאריעס וואס מען שאצט אויף די כלים (איין ביישפיל, א 'ראביי פרוינד' שטעלט צו די 19 כלים, צו די פינף-און-צוואנציג'סטע ארט דערמאנט אין די "מגילת הנחושת".

בילד
די מגילות הנחושת בעפאר מען האט דאס צושניטן.

אין די מגילה שטייט "[במ]ערת העמוד של השני [ה]פתחין צפוא מזרח [ב]פתח הצפוני חפור [א]מות שלוש שמ קלל בו ספר אחד תחתו ככ 42" . ער צייגט אהן אז די מערה האט טאקע צוויי עפענונגן און ביי די עפענונג אויף צפון זייט ביי א טיפקייט פון דריי אמות האט מען געפונען די קארב מיט די ניינצן כלים. דאס איז אפגעווארפן ביי אלע פארשער אויף פארשידענע פראנטן. וואו איז מעגליך אז אזעלכע כלים מיט בילדער זאלן זיך געפונען אין ביהמ"ק. אפילו אין די שווערסטע צייטן.)

די געפינס פון די כלים האט אריינגעגעבן פרישע מוט, צו אפרייניגן די מאסיווע פעלזן וואס זענען געלעגן אנגעווארפן צווישן די פלאץ ווי מען האט געפונען די כלים און די דורכגאנג צו קארידאר B', אויף וואס מען האט אויפגעבן בעפאר - נאכדעם וואס מען האט עס פרובירט צו צוברעכן מיט א גרויסע קאנסטראקשן דרילער (jackhammer) אן ערפאלג.

א קורצע וויילע נאכן אנהייבן אויפהייבן און אוועקריקן די מאסיווע שטיינער יענעם זונטאג ו' ניסן, האט "שלמה בקרי (הי"ד)" - א יונג וואס האט ארויסגעוויזן זעלטענע גבורה אין רוקן די פעלזן - באמערקט אונטער א שטיין א שטיקל פארמעט. מיט ציטערדיגע הענט הייבט ער דאס אויף און לייענט... "[מ]י יגור באהלך..." "...[ת]מים ופעל צדק..." "...[לא ע]שה לרעהו רעה..." "...בעיניו נמאס..." . געשריבן אין א הערליכע שריפט. אינטערעסאנט צו באמערקן, אז די קאפיטלעך ט"ו און ט"ז זעהן אויס אפגעטיילט, אזוי ווי מיר האבן דאס היינט.
בילד

https://www.dropbox.com/s/rhd5og4psxlg9 ... t.mp4?dl=0
געפינענדיג דעם תהלים פראגמענט


אינעם זעלבן טאג האט אן אנדערע גרופע, פון דריי פריש געקומענע ארכעאלאגן אנגעהויבן ארבייט אין קארידאר C'. א לאנגע דראט מיט בירנעס און א הויפט דראט צו איינשאלטערן די לעקטער האט זיך געשלענקט אין צענטער פון קארידאר לייכטענדיג כמעט אין יעדן ווינקל.

ביי די טיפסטע טייל פון קארידאר C', איז געווען א גרויסע הויכע פעלז, מיט גאר א שמאלע צווישנשייד צווישן די וואנט פון די הייל און די שטיין. "יורם ויטיס", א צוויי און צוואנציג יעריגער, מיט אן עקסטער נייגער, אין אלעם וואס פאסירט אינעם הייל, האט זיך מיט אלע כוחות אריין געשטופט אין די ענגע עפענונג. אראפגייעדיג צעהן פיס. אין א לאך פון כמעט דריי פיס האט ער געפונען - וואס האט אויסגעקוקט אין די שוואכע ליכטיגקייט ווי א הויפן לעדער. נאכדעם וואס ער האט אוועקגערוקט א מיטלגאטיגע שטיין, אריינשיינענדיג אין די לאך זעהט ער אז דאס איז א גאנצע ציגן הויט (בלשון חז"ל: "נאד מים", "נאד יין"), צוגענייעט מיט לאטעס פון אלע זייטן, אבער אויפגעריסן ביי די בויך און קענטליך פול מיט זאכן.
בילד
די ציגן הויט נאכן עס ארויסברענגן פון איהר לאנג יעריגע באהעלטעניש.

ער איז געווען אזוי צודרוקט צווישן די וואנט אין די שטיין און זיך קוים געקענט באוועגן, עס איז אוממעגליך געווען ארויסצוטראגן די ציגן הויט גאנצערהייט. די איינציגסטע אויסוועג, איז געווען ארויסצונעמען יעדע זאך באזונדער און עס ארויפגעבן פאר זיינע קאלעגעס, וואס האבן עס פלאצירט אין ספעציעלע שאכטלן.

בילד
בילד

די ערשטע זאך ארויסצוקומען איז געווען צוזאמגענומענע קנוילן 'וואל' אין פארשידענע קאלירן. דערנאך איז ארויסגעקומען פארשידענע צירונג שטיינדלעך; ווייבערישע קוסמעטישע געצייג און זאלב, א אויסזעהנדע שפיגל פון גינקופפער אין א הילצערנע האלטער, א העמד פון א פיצל קינד, א באנדל געפארבטע רויע וואל, און פארשידענע שטיקלעך סחורה.
בילד
בילד
בלוי וואל (מ'אינדיגאו)

בילד
אויעררינגלעך מיט צירונג שטיינדלעך.

בילד
אויעררינגל, פוידער שאכטל, ביין הענטל, א פלעשל פון זאלב/דופט

בילד
א שפיגל

בילד
בילד


בילד
א גלאזענע קרוגל וואס מען האט געפונען נעבן די ציגן הויט צובראכענערהייט, נאכן צוזאמשטעלן.

צום לעצט האט ער ארויסגענומען א קליין בונטל צוזאמגעלייגטע פאפירוסן, איינגעבונדן מיט איין דיקע און איין דינע שטריק. צווישן די פאפירוסן איז געווען מערקבאר פיהר דינע לאטעס פון האלץ, אויף וואס מען באלד באמערקט אז עס שטייט עפעס געשריבן דערויף.
בילד
די בונטל בר כוכבא בריוו'ן נאכ'ן ארויסקומען פון איהר לאנג יעריגע באהעלטעניש.

צו מארגענס, זיך גרייטענדיג צוריק צופארן קיין ירושלים אין די קומענדיגע טעג, אין קארידאר BB - א קליינע קארידאר וואס צווייגט ארויס פון קארידאר B' - אין די לינקע וואנט, האט מען געפונען נאך א טיפע הייל מיט ביינער, ענליך צו די ערשטע הייל וואס מען האט געפונען ביים צווייטן טאג. יעצט האט מען נאר פיבעריש געארבעט איינצופאקן די אלע ווערטפולע געפינסן אין פארזיכערטע שאכטלן, דאס אפ צוטראגן אין די באשטימטע לאבאראטאריעס, וואו יעדע זאך איז געווארן גרונטליך שטודירט.

בילד
יגאל ידין לייגט פארזיכטיג אריין די בר כוכבא דאקומענטן אין א באזונדערע שאכטל.

די בונטל פאפירוסן האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן אויסערגעווענליכע אוצר. עס אינהאלט פופצן בריוו'ן מיט באפעלן פון "בר כוכבא", צו זיינע קאמאנדירן אין "עין גדי", "יהונתן בר בעין" און "משבלה בר שמעון". צוויי בריוו'ן זענען געשריבן אין לשה"ק, און צוויי אין גריכיש, די איבעריגע עלעוו זענען געשריבן אין אראמיש.

די פיהר הילצערנע לאטעס שטעלט צוזאם איין בריוו וואס איז געווארן צוטיילט כדי עס צו קענען צופאסן און איינבינדן אין דעם בונטל. עס האט צייכנס ווי א X, וואו די לאטעס קומען צוזאמען אויפן ריכטיגן סדר. די בריוו הייבט זיך אהן: "שמעון בר כוסבה הנסי על ישראל".
בילד

מיט די געפינס פון די בר כוכבא בריוו'ן האט דער הייל באקומען איהר באקאנטע נאמען ווי מען רופט עס היינט "מערת האיגרות".

בילד
געצעלטן וואו די גרופע האט גענעכטיגט אויף דער נאכט.
בילד

https://www.dropbox.com/s/yyi3lqv5650ww ... 0.mp4?dl=0
יגאל ידין מיט זיין גרופע אין מערת האיגרות.

https://www.dropbox.com/s/gy1osef1zvk06 ... A.mp4?dl=0
א שפאציר אין די לופט העכער "נחל חבר" פארענט פון מערת האיגרות.

צוליב די היסטארישקייט פון די געפינס פון די בר כוכבא בריוו'ן האבן מיר זיך פארבונדן מיט דער וואס האט זעלבסט אנדעקט די בריוו'ן - "יורם ויטיס" - ער זאל דאס פארציילן פון זיין קוקווינקל. יורם האט די פארגאנגענע מאנאט געפייערט זיין אכציג'סטע געבורטסטאג און געווען פול מיט פרייד צו פארציילן זיין געשיכטע. ער האט אונז געשיקט א פאמפלעט וואו ער האט לעצטענס אפגעשריבן זיינע מאמענטן און געפילן זייענדיג אין די הייל. מיר שרייבן דא איבער ווארט ביי ווארט וואס איז געבונדן צו אונזער פארציילונג.

יורם פארציילט:
{"מיר זענען געווען א גרופע פון דריי: רמי מינס, חיים ליפשיץ און איך...
...מיר האט זייער געצויגן די גאנץ עק פון די הייל וואו עס איז 150 מעטער (492 פיס) טיף פון איהר עפענונג. איך בין אנגעקומען דארט מיט די הילף פון מיין פלעשלייט, דארט איז געווען א הויכע שטיין, איך האב מיך אנגעלעהנט דערויף פארמאכט מיין לאמפ און אריינגעאטעמט די גרוך פון פלעדערמויזן שמוץ, אויף וואס איך בין געליגן. מיט אפענע אויגן האב איך פרובירט עפעס צו זעהן. אבער עס האט געהערשט א טיפע פינסטערניש און שווארצקייט, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אזא פינסטער. אפילו אין די שטילקייט וואס האט מיר ארומגענומען האב איך נישט געהערט די מינדסטע גרודער. איך בין געווארן פארשלאַפט צו די מיסטישע געפילן פון א פלאץ, וואו גארנישט איז געווארן געזעהן אדער געהערט פאר טויזנטער יארן. איך האב געפילט איינזאם און אויסער באצויבערט און היפנאטיזירט.

פלוצלינג הער איך געשרייען: יורם! יורם! איך האב מיך אויפגעשטעלט און צוריק געשריגן: איך קום! חיים און רומי (מיינע קאלעגעס) האבן באמערקט א שמאלע שפאלט צווישן די וואנט פון די הייל און א ריזיגע פלאכע שטיין, זיי האבן מיך געבעטן איך זאל זיך אריינקוועטשן, ווייל איך בין געווען די דארסטע. איך האב מיך אריינגעדרוקט מיט שווערקייט איך בין אראפ ארום דריי מעטער (צען פיס) אונטער די פאדלאגע פון די הייל. דארט איז געווען א קליין לאך וואו פארשידענע שטוב-זאכן זענען געווען אויסגעשפרייט: צוריסענע לעדער, עטליכע גרויסע קוך מעסערס, א גרויסע צובראכענע גלאזענע קרוג און נאך. איך האב באריכטעט פאר רמי און חיים וואס זענען באלד געלאפן רופן פראפעסאר ידין. ווילאנג זיי זענען אוועק, האב איך באטראכט די געפינסן: א לעדערנע זאק מעגליך א פרויען האנט טאשקע וואס איז געווען צוריסן און אויסגעריבן, פון דעם איז א ארויסגעפאלן און זיך צו שפרייט איהר אינהאלט, קנוילן געפארבטע וואל, א זילבערנע אויעררינגל, א גינקופפער שפיגל אין א הילצערנע האלטער, א פלעשל זאלב פון גלאז און קליינע קאסמעטישע געצייג פון האלץ.

פלוצלינג האב איך געהערט אסאך פיס טריט דערנענטערן זיך און רעדערייען. פראפ' ידין פרעגט רמי: "און וואו איז יורם?" רמי האט אים געצייגט אויף די לאך. ידין האט פרובירט צו קריכן צו מיר אבער אן ערפאלג. איך האב אנגעהויבן איהם איבערצוגעבן די געפינסן. די לעדער זאק האב איך נישט מצליח געווען ארויפצוטראגן ווייל עס איז געווען צו ברייט. ידין האט געראטן איך עס אויסליידיגן און איהם איבערגעבן יעדע זאך באזונדער. און אזוי האמיר געטוהן.

נאכדעם וואס איך האב איהם אלעס איבערגעגעבן, האב איך איהם איבערגעגעבן די לעדערנע ציגן זאק. פלוצלינג איז ארויסגעפאלן פון איהר א קליין בונטל און עס איז אראפגעפאלן אויף דער ערד. ידין האט מיך געפרעגט: "וואס איז דאס?" האב איך איהם געזאגט אז איך ווייס נישט און איך האב עס איבערגעגעבן אין זיין האנט. ער האט דאס גוט באטראכט צו די ליטיגקייט פון א לאמפ. ער האט דאס אריינגעלייגט אין זיין העמד טאש און עס גוט צוגעקנעפעלט. . .

פראפ' ידין האט מברר געווען אז די קליינע בונטל וואס איז ארויסגעפאלן איז געווען א פעקל פון פופצן בריוו'ן וואס איז געשריבן געווארן דורך בר כוכבא, זיי זענען געווען אדרעסירט צו די קאמאנדירן פון די רעוואלט אין עין-גדי און איז געווארן צוזאמגענומען דורך די ווייב פונעם הויפט קאמאנדיר, יהונתן בן בעיה. זי איז אויך געווען דער וואס האט דאס גענומען צו די מערה אין נחל חבר, מיט איהר פאמיליע, זיך צו ראטעווען פון די דערנענטענדע רוימישע מוביליזאציעס."}


יגאל ידין האט פארלאזט נחל חבר בעפאר פסח תש"כ, מיט א גוטן געפיל. אהיים טראגענדיג אזויפיל טייערע געפינסן מיט אזויפיל ארבייט צו שטודירן די אלע געפינסן וואס ווארט אויף אים, ספעציעל די בריוו'ן פון בר כוכבא. ער האט אבער געשפירט אז עס איז נאך דא אסאך ארבייט אין מערת האיגרות. מען האט פארט נישט גענישטערט אין יעדן ווינקל און אונטער יעדן שטיין אונטער די אנגעצויגענע מאמענטן. דער געדאנק אז מען האט מעגליך עפעס איבערגעלאזט האט איהם נישט צורוה געלאזט. אויך האט ער געוואלט צוריקגיין דאקומענטירטן די אויסשטעל פון די הייל און יעדע זאך וואו מען האט דאס געפונען. ער האט פאראויסגעקוקט פאר נאך א געלעגנהייט צוריק צוקומען.

דער געלעגנהייט איז אנגעקומען. אין דעם קומענדיגן יאהר דינסטאג כ"ו אדר תשכ"א פארנאכטס, איז ער געווען אויפן וועג צוריק קיין נחל חבר, נישט וויסענדיג וואס נאך ערווארט איהם דארט.

די בריוו'ן און דאקומענטן פון בר כוכבא פון מערות מרובעאת און מערת האיגרות
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

שטרות אליעזר בן שמואל - בבתא ארכיוון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

דעם אנדערן טאג האט מען זיך אראפגעלאזט צוריק אין די הייל. דאסמאל זענען שוין די באדינונגען געווען עטוואס גרינגער אבער נישט ווייניגער געפארפול. די וועג צו די הייל איז געווען בעסער אויסגעפלאסטערט און אויסגעברייטערט מיט קליינע בריקן ביי געפארפולע לעכער. אויך אין די הייל איז געווען בעסער באלאכטן, וואס האט געגעבן די מעגליכקייט צו זעהן אלעס ארום.

בילד
בילד
בילד

די גרופע - טייל פון די פארגאנגענע יאהר און טייל נייע
בילד
געקומענע וואס זענען געווארן צוגעצויגן הערענדיג איבער די היסטארישע געפינסן פון די פארגאנגענעם יאהר, זענען געווארן צוטיילט אין גרופעס מיט פארשידענע אויפגאבן. איין גרופע האט דורכגענישטערט די פלאץ וואו מען האט געפונען די בר כוכבא בריוו'ן, צו מאכן זיכער אז מען האט דארט גארנישט פארזעהן. אן אנדערע גרופע האט זיך אריינגעשטופט אין די הייל פון ביינער צו דורכנישטערן די גאנצע הייל. אויך האט מען אויסגערייניגט דעם גאנצן קארידאר ביי די צווייטע אריינגאנג.

די פרייד איז געווען גרויס ווען אין די הייל פון ביינער האט מען געפונען נאך פיצלעך שטיקלעך פון קליידער און טעפיכער און אין די לאך פון די בר כוכבא בריוו'ן האט מען געפונען נאך פערל שטיינער און נאך א בר כוכבא זיגל מיט א סימבאל פון א געוויקס. אבער ווי דער טאג איז אדורך און מען האלט שוין אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן אן קיין ספעציעלע געפינס, איז די שטימונג עטוואס געפאלן. עס האט שוין געהערשט א מידיגקייט און נאכלאזיגקייט, פון אטעמען א גאנצן טאג די געדיכטע פארשטויבטע לופט.

און דאן האט עס פאסירט..!

יוסף (ספי) פורת (דער וואס האט ניין יאהר שפעטער אין תש"ל געווען פון די וואס האבן געפונען די באקאנטע "מגילת עין גדי מסדר ויקרא" ) זייענדיג פארנומען אין די גרופע וואס האט אונטערזוכט די פלאץ פון די בר כוכבא בריוו'ן אינעם דריטן קארידאר, איז געווארן זייער לאנגווייליג. איז ער געגאנגען באזוכן אנדערע טיילן אינעם הייל זיך אונטערצוהאלטן. אויף די לינקע זייט אין די מיטלסטע טייל אין דעם דריטן קארידאר, האט א גרופע אונטערזוכט א לאך אין די וואנט וואס מען האט בעפאר נישט געהאט גוט אונטערזוכט. פורת איז געגאנגען זעהן וואס דארט טוט זיך.

גייענדיג אין יענעם ריכטונג אין די שוואכע ליטיגקייט איבער די מאסיווע פעלזן שטיינער, האט ער אריבערגעטערטן אויף א שטיין. אנדערש ווי אלע אנדערע שטיינער האט ער פלוצלינג געפילט ווי דער שטיין האט זיך געגעבן א וואקל פון זיין געוויכט. ער האט באטראכט דעם שטיין מיט פארדאכט און האט פרובירט צו שטעלן די שטיין אויף א מער זיכערע פלאץ. רוקענדיג דעם שטיין האט ער באמערקט א עפענונג צו א גרויסע שפאלט אין א פעלז אונטער איהר. ווי ער רוקט עס מער אוועק פון איהר פלאץ, האט זיך פאר איהם אנטפלעקט א ברייטער טיפער עפענונג און עס איז נאך דריי און א האלב פיס טיפער פון די ערד אין די הייל.

ער איז געווארן ווי פארגלייזט און ערשטוינט, וואס איז דאס? אין די שפאלט ליגט א קארב וואס איז קענטליך אנגעפילט מיט פארשידענס. די שטיין האט ווייזט אויס געדינט אלס א צודעק פאר איהר באהעלטעניש און עס פאכמאניש קאמופלאשזירט צווישן די אנדערע שטיינער.

געשווינד האט ער אלאמירט פראפעסאר ידין איבער זיין אנטדעקונג, וואס איז באלד געקומען די לאנגע וועג פון א ווייטע אפטיילונג אינעם הייל. ידין האט באטראכט די שפאלט מיט באגייסטערונג. אריינגקוקענדיג טיפער אינעם שפאלט איז געווען מערקבאר אז עס באהאלט אין זיך נאך פארשידענע זאכן. כדי צו קענען צוקומען צו די טיפקייט און ארויסנעמען איהר אינהאלט אהן עפעס שעדיגן, האט מען געברויכט אוועקרוקן נאך צוויי גרויסע שטיינער פון ביידע זייטן.

בילד
בילד
די לאך צווישן די פעלז אזוי ווי פורת האט דאס אנדעקט

בילד
מאכענדיג גרייט אלע שאכטלן מיט אלע צוגעהערן צו ארויסנעמען; דאקומענטירן און פאטאגראפירן די געפינסן

מיט גרויס פארזיכטיגקייט האט מען אנגעהויבן ארויסצונעמען די געפינסן פון זייער באהעלטעניש - צו אן אנדערע און מאדערניזירטע וועלט, פון ווען זי איז אריין. א וועלט וואס איז שוין פארעלטערט מיט כמעט צוויי טויזנט יאהר.

די ערשטע זאך האט מען ארויסגעברענגט דעם אנגעפילטן קארב. פון די קארב האט מען ארויסגענומען א קליינע האלצענע שאכטל. רונדיג פון אויבן, געפארבט מיט א געלע קאליר מיט רויטע פונטליך און שווארצע פאסן אין צענטער אויף די לענג און אויף די ברייט. ביי איהר אונטערשטע טייל איז די עפענונג מיט א ריגל צו דער זייט. עס האט אויסגעקוקט ווי א צירונג שאכטל. עפענענדיג דעם שאכטל איז עס געווען אינגאנצן ליידיג.

דערנאך האט מען ארויסגענומען א רייע פון פיהר שיינע ריינע שיסלן פארמירט פון האלץ. דערנאך א אייזענע סיקל - מגל, מיט א האלצענע הענטל. דערנאך איז ארויסגעקומען א פאר פון סאנדלן וואס איז געמאכט פון לעדער. דערנאך דריי שליסלעך. דערנאך עטליכע מעסערס מיט האלץ און ביין הענטלעך.

די אייגנעטומער - ווארשיינלעך א פרוי - האט געהאט גרויס האפענונג צוריק צוקומען אפנעמען די פארמעגן און פארזעצן ערגעץ וואו א רואיג לעבן, דאס האט נעבעך נישט פאסירט. די חפצים זענען אזוי אפגעלעגן איינזאם אינעם מדבר.

בילד
די צוויי זייטיגע פעלזן אוועקגערוקט

בילד
מען נעמט ארויס איינציגווייז די געפינסן פון דעם קארב

בילד
בילד
בילד
בילד
די צירונג שאכטל

בילד
די האלצענע שיסלן

בילד
מען נעמט ארויס די 'מגל' מיט קענטליכע באגייסטערונג
בילד

בילד
די לעדערנע סאנדלן

בילד
בילד
די מעסערס

בילד
די קארב אויסגעליידיגט

מיט די קארב אויסגעליידיגט און איהר אינהאלט פארשריבן און פאטאגראפירט, איז מען צוריק צו די באהעלטעניש. אונטער די קארב איז געווען נאך א גרויסע זאק געמאכט פון ציגן הויט, ענליך צו די וואס מען האט געפונען דאס לעצטע יאהר אין די הייל פון די בר כוכבא בריוו'ן, די ציגן זאק איז אבער געווען צוריסן און צוביסן פון ווערם. שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען דארט דריי ציגן זעק. אויף די רעכטע זייט זענען געליגן עטליכע אייזענע טעפ, וואס איז מעגליך ארויסגעפאלן פון די ציגן זעק.

די ערשטע זאך האט מען ארויסגענומען א פלאכע בראט פענדל, נעבן דעם איז געליגן צוויי קופפערנע קרוגלעך ענליך צו די וואס מען האט געפונען אינעם אונטערערדישע קארב לעצטע יאהר. נעבן דעם איז געווען א שפיגל ענליך צו די וואס מען האט געפונען לעצטע יאהר אין די הייל פון די בריוו'ן.

אויף די ערד פון די לאך אינעם פעלז, איז געליגן א פארמעט איינגעדרייט און פארבונדן מיט א שטריק. די פרייד איז געווען ביז גאר, ענדליך האט מען געפונען א גאנצע מגילה. שפעטער ווען מען האט דאס געעפנט האט זיך ארויסגעשטעלט צו אלעמענס גרויס אנטוישונג אז עס איז ליידיג. דאס איז מעגליך געווען בלויז שרייב פאפיר אויף ווען עס וועט זיך אויספעלן.

בילד
די בראט פענדל

בילד
דער שפיגל

בילד
דער ליידיגער פארמעט

נישט ווייט איז געליגן אן אינטערעסאנטע שטעקן. עס האט פון אנהייב אין די שוואכע ליכטיגקייט אויסגעזעהן ווי א מוזיקאלישער 'פלוט'. מיט א קלארערע בליק איז דאס געווען א צוועלף אינטשיגע בעמבו רער (סכך). ביי די צוויי עקן ביי די עפענונג, האט זיך דערקענט ווי עס איז גאר פאכמאניש באהאלטן א אריינגעדרייטע פאפירוס. דערנעבן האט מען געפונען פינעף פאפירוסן איינגעדרייט און איינגעקנייטשט גאר קליין. צוויי האבן פון אנהייב אויסגעזעהן ווי קליינע ציגארן. דערנעבן איז געווען א שטארק צוריסענע לעדערנע זעקל פון וואס די פאפירוסן און אויך די בעמבו זענען ווארשיינלעך ארויסגעפאלן דורך די יאהרן. דאס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין זעקס שטרות דאטירט צו די יארן פון בר כוכבא'ס מלוכה, וואס האבן באלאנגט צו א פארמער פון עין גדי "אליעזר (המכונה קביש) בן שמואל".

בילד
וואס איז דאס? געפינענדיג די בעמבו רער

בילד
די קליינע איינגעדרייטע פאפירוסן

בילד
דער לעדערנע זעקל צוביסן און צוריסן

בילד
דער לעדערנע זעקל, וויאזוי עס האט מעגליך אויסגעזעהן

דערנאך האט מען אויסגעליידיגט די דריי ציגן זעק וואס זענען געווען אונטער די קארב. מען האט ארויסגענומען קנוילן פון צווירן געמאכט פון פלאקס. א הויפן מיט סחורה, קליידער, זעק און נאך שטריק מיט נאדלען צו נייען.

בילד
מען נעמט ארויס די געפינסן פון די ציגן זעק. קנוילן פאדעם

בילד
פארשידענע נאדלן; נעגל און אייזענע געצייג פון די ציגן זאק

בילד
מען נעמט ארויס די ציגן זאק פון איהר באהעלטעניש

בילד
די זעק צוריסן און צוביסן

צום לעצט האט מען געפונען אין איינע פון די ציגן זעק א סחורה'נע זעקל, ארומגעבונדן מיט שטריק עטליכע מאל. אין דעם איז געווען א לעדערנע טאשקע מיט פינעף און דרייסיג פאפירוסן. די פאפירוסן זענען פריוואטע דאקומענטן וואס האט באלאנגט צו א פרוי בבתא בת שמעון, וואס פארציילט איהר רייכע אבער שטורמישע לעבן. זי זארגט זיך פאר איהר טייער זוהן וואס האט יונגערהייט פארלוירן זיין טאטען. זי פארפירט פאר איהם אין געריכט אז ער זאל באקומען גענוג עסן פון זיינע אפוטרופוסים. און פרובירט מיט אלע כוחות צו באשוצן איהר פארמעגן פון איהר צרה מרים און אנדערע קרובים. און נאך פארשידענע רייכע אינפארמאציע איבער די היסטארישע לעבנס שטייגער פון אידן וואס האבן געלעבט כמעט צוויי טויזנט יאר צוריק.

בילד
געפינענדיג די היסטארישע בבתא ארכיוון אין די ציגן זאַק

בילד

בילד
א מאדעל ווי אזוי די בבתא זעקל האט מעגליך אויסגעזען

מיט די צויבערישע געפינסן איז די ארבייט אין די קומענדיגע טעג אנגעגאנגען מיט מער פלייס און אנטשלאסנקייט, און מיט א נייע באפעל: "יעדע שטיין וואס מען קען רירן מיט צוויי אדער דריי מענטשן דארף ווערן איבערגעדרייט און באטראכט פון אלע זייטן".
בילד

די רעזולטאטן זענען געווען זייער גוט. נישט ווייט פון די באהעלטעניש פון די בריוו'ן האט מען געפונען אונטער א שטיין צוויי מעסערס און דערנעבן צוויי וועב ראד (פלך טויה). שפעטער האט מען געפונען נאך א בר כוכבא מטבע אין די הייל. עטליכע טעג שפעטער האט מען געפונען אין א באהעלטעניש פארדעקט מיט קלענערע שטיינער צוויי טעפ. איינס איז געווען אביסל צובראכן און איינס האט אויסגעקוקט ניי, אן קיין שום סימן אז מען זאל עס האבן געניצט. דערנעבן איז געלעגן א גרויסע נעץ צוזאם געדרייט און צוזאמגעבונדן.

עטליכע טעג שפעטער האט מען געפונען באהאלטן אונטער א שטיין אין א לאך אינעם פעלז א הויפן מיט זעקס שליסלעך. שפעטער האט מען געפונען באהאלטן אונטער א שטיין, איין גרויסע גלאזענע שיסל און צוויי קלענערע שיסלן איינס אין צווייטן. עס איז געווען גוט איינגעוויקלט אין שטארק פארבונדן. אויך האט מען געפונען א קליינע שטרויענע קארב, וואס פארשמירט פון פלעדערמויזן שמוץ האט עס אויסגעזעהן ווי א טיפישער שטיין פונעם הייל.

אויך האט מען געפונען דורכאויס די זוכענישן אין עטליכע ערטער אין די הייל, שטיקלעך פארמעט און פאפירוסן, וואס מען האט שפעטער צוזאמגעשטעלט מיט אנדערע שטיקלעך וואס מען האט אפגעקויפט פון די בעדואינער, וואס האבן געזאגט אז זיי האבן עס געפונען אין נחל צאלים. מיט די שטיקלעך וואס ידין'ס גרופע D' האט געפונען אין מערת האיגרות האט מען פעסטגעשטעלט אז גרויסע צאל קומען ווארליך פון מערת האיגרות אין נחל חבר.

בילד
די טאפ וואס מען האט געפונען. עס קוקט אויס מען האט דאס קיינמאל געניצט

בילד
די נעץ אזוי ווי מען האט עס געפונען
בילד
די נעץ אפענערהייט

בילד
בילד
די הויפן מיט שליסלעך

בילד
גלאזענע שיסלען און ווי אזוי עס איז געווען איינגעוויקלט

בילד
די שטרויענע קארב

בילד
א מאפע פון די ספעציעלע געפינסן אין מערת האיגרות

דאס איז אלעס וואס ידין'ס גרופע האט געפונען אין מערת האיגרות אין די צוויי זוכונגען וואס ער האט דורכגעפירט אין תש"כ און אין תשכ"א, אויסער די צוויי פריעדיגע אונטערזוכונגען בעפאר; איינמאל דורך בעדואינער און איינמאל דורכ'ן ארכיאלאג אהרוני.

עס איז מעגליך אז עס געפונען זיך נאך באהעלטענישן אין די מאסיווע גרויסע מערה, אבער מען האט זינט דאן נישט געפונען עפעס ספעציעל, טראץ די נאכאנאנדע פרואווינגען. אזוי ווי אין תשס"א ווען איינער ראביי פרוינד האט אנגעפירט א ארכיאלאגישע באזוך אין די הייל און איז געווען פארזיכערט ביי זיך אז ער קען נאך געפונען נאך באהעלטענישן. ער האט אראפגעטראגן העכסט נייע מאדערנע מאשינען אינעם הייל וואס קענען זעהן אונטער שטיינערנע ווענט. ווי אויך האט ער געהאט א בליציגע בייפאל צו ניצן א כירור'גישע 'ענדאסקאופ' (endoscop) וואס מען ניצט ביי א 'קאלאנאסקאפי' (colonoscopy), (נאכדעם וואס ער אליין איז אדורך דעם פראצעדור ל"ע) וואס איז א בויגזאמע דראט מיט א קעמארע ביים שפיץ, צו קענען קוקען אין גאר טיפע אומגרייכבארע לעכער אין די פעלזן.

זיינע רעזולטאטן זענען געווען אז עס איז דא א מעגלעכקייט אז מענטשן האבן זיך אויפגעהאלטן אין א נידעריגע טייל אין דעם הייל, צוליב די פארשידענע שיכטן ערד וואס די מאשינען האבן אויפגעכאפט. אבער עס איז אוממעגליך צוצוקומען דארט און צו צושטערן דעם הייל איז נישט קיין אויסוואל.

בילד
זיך אראפלאזענדיג מיט שטריק העכער נחל חבר צו די מערה

בילד
די קלענערע עפענונג צו מערת האיגרות

בילד
קריכענדיג אין די שמאלע דורכגענג צווישן איין קארידאר און די אנדערע

בעפאר מיר גייען באזוכן אנדערע היילן, לאמיר א קוק טוהן אין "די שטרות פון אליעזר בן שמואל" און וואס באדייט די אינטערעסאנטע "באמבו רער" וואס מען האט דארט באהאלטן. אויך לאמיר זיך באקענען מיט די פארצווייגטע און טייל מאל קאמפליצירטע געשיכטע פון "די בבתא ארכיוון" , וואס מען האט געפונען אין מערת האיגרות. לאמיר פרובירן צו פארשטיין וואס איז אזוי ספעציעל אז מען האט די אלע דאקומענטן אזוי שטארק אפגעהיטן און גלייכצייטיג לערנען פיל פיל ידיעות פון א פארנעפלטע עפאכע.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

איכה ישבה בדד... קטעי איכה ממדבר יהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קומראן מערה 4 וואו עס איז געפונען געווארן די גרעסטע טייל פון אלע מגילות אין מדבר יהודה, האט מען געפונען א צאל קטעים פון מגילת איכה. נאר עטליכע פסוקים פון קאפיטל א' זענען לייענבאר ( ו' ז' י'-טו יז טז יח). עס האט א צאל שנויים אינעם סדר און אין די ווערטער ווי מיר האבן דאס אין אונזער קינות.

4Q111 lam.jpg
4Q111 lam.jpg (129.5 KiB) געזען 6098 מאל
4Q111 lam infrared image .jpg
4Q111 lam infrared image .jpg (117.36 KiB) געזען 6098 מאל
[ה]יו שריה כאילים לוא֗ לוא מצא ומרעה
[ו]י֗לכו בלי כוח לפני רודף זכו֗רה י-ה-ו-ה
[כ]ל מכאובנו אשר היו מימי קדם בנפל
[עמ]ה ביד צר ואין עוזר צריה שחקו על
[כ]ל משבריה חטוא חטאה ירושלים על
[כן] לנוד היתה [כ]ל [מחב]דיה הזילו כיא ראו
[ע]רותה גם נ[אנחה ותשוב] אחור
טמאתה בש[וליה
[פ]לאות ואין [מנחם לה
[כי] הגדיל [אויב
אשר צויתה לוא יבואו מחמדיה באוכל לה֗שיב נפשה י-ה-ו-ה והבטה
כיא הייתי זולל לוא אליכ[י] הכל עברי֗ ד֗[רך הביטו ור]או אם יש מכאוב
כמכאובי אשר עוללו לי אשר הוגירני י[-ה-ו-ה ביו]ם [חרו]נו ממרום שלח א֗[ש]
בעצמותי ויורידני פרש רשת לרגלי השיבני [אחו]ר נתנני שומם כול
ה֗יום וד[ו]י נקשרה על פשעי בידו וישתרג עולו על צ[וארי] ה֗כשיל כוח֗י נתנני
י-ה-ו-ה ביד לוא אוכל לקו֗ם֗ סלה כול אבודי אדו֗נ֗י בקרבי קרא עלי מ֗ו[עד]
לשבור בחורי גת דרך י-ה-ו-ה לבתולת בת יהודה פרשה ציון בי[דיה אין]
מנחם לה מכול אוהביה צדיק אתה י-ה-ו-ה צפה אדוני ליעקוב סביב[יו]
היתה ציון לנדוח ביניהמה על אלה בכו עיני ירדה דמעתי כיא רחק֗ [מנחם]
מ[מני משיב] נפש היו בני שוממים [כיא] גבר אויב צדיק הוא א[דוני


Qumran cave 4 (4Q) .jpg
Qumran cave 4 (4Q) .jpg (413.34 KiB) געזען 6098 מאל
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: די 'היילן' און 'מגילות' אין מדבר יהודה - זייער היסטארישע אינהאלט -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

יעצט אנדעקט די אשכול געוואלדיג!!!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: די 'היילן' און 'מגילות' אין מדבר יהודה - זייער היסטארישע אינהאלט -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שכח פארן ארויפברענגן, עס איז פיינע ווארע.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”