מוחל זיין פאר א צווייטן

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

מוחל זיין פאר א צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

נאך א דין ודברים מיט א חשובע ניק ברענג איך די דיסקאשען פארן עולם
לעצטענס הערט מען אסאך וועגן דעם גרויסען ענין פון מוחל זיין איינער וואס האט דיר וויי געטון וכו' וכו', לאמיר לייגן אלע "ענינים" און שיינע מעשיות פון ר' מיילך בידערמאן אין די זייט, לאמיר רעדן דעם חיוב על פי הלכה למעשה.. עס איז א צייט וואס זייער אסאך מענטשן דרייען זיך ארום מיט א שווער הארץ קעגן א צווייטן, איז דבר בעתו עס אויסצושמיסען.
[ביטע נישט ברענגען ענינים און מעשיות איבער די גרויסקייט פון מוחל זיין]

[1] אויב ראובן האט געטון צו שמעון א גרויסע שאדן, סיי געלט שאדן, סיי עם בארעדט און געמאכט שאדן זיין נאמען, וכדו', דארף שמעון מוחל זיין ראובן פשוט ווייל סאיז א גרויסע ענין מוחל צו זיין?
[2] וואס טוט זיך אויב ראובן האלט ווייטער אז ער איז גערעכט מיט וואס ער האט געטון צו שמעון, נאר ער האט באקומען א צרה אין שטוב און וויל אראפנעמען די שווער הארץ וואס שמעון האט אויף עם, צו דארף שמעון מוחל זיין ווייל ער בעט עם איבער?
[3] און וואס טוט זיך אויב ראובן קומט בכלל נישט בעטן מחילה, דארף שמעון עם מוחל זיין?
[4] דארף מען נאך אלס באצאלן נזק צער רפוי שבת בושת ? אדער מען דארף מוחל זיין אפי' יענער באצאלט נישט?
[5] אויב איינער האט געהארגט במזיד א צווייטענס קינד, העלפט מחילה פונעם טאטען ער זאל ווערן פטור פון די עונש מיתה? היינט ווען סאיז נישט דא קיין עונש בי"ד צו קען א טאטע מוחל זיין פארן מערדער?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מוחל זיין פאר א צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ס'איז דאך דינים מפורשים אין רמב"ם הלכות תשובה
ער דארף באצאלן דעם שאדן און הערשט נאכדעם הייבט זיך אן די איבערבעטן פראצעדור
קודם דארף ער איבערבעטן אויב ער איז נישט מוחל ברענגט ער 3 מאל 3 פונעם נפגע'ס חברים און בעט זיך ער זאל איהם מוחל זיין.
נאכדעם וואס דער מזיק/מבייש האט מקיים געווען דעם סדר בקשת מחילה האט דער נפגע א חיוב מוחל צי זיין.

גאנץ קלאר משמע אין רמב"ם אז ביז דעמאלטס איז נישטא קיין חיוב בכלל
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”