בין פסח לעצרת - מס' שבועות ומס' סוטה

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

בין פסח לעצרת - מס' שבועות ומס' סוטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

ס'איז דאך ידוע דער ענין צו לערנען בימי הספירה איינע פון די צוויי מסכת וואס פארמאגן 49 דפים, מסכת שבועותאדער מסכת סוטה.

דא וועט מען קענען אויסשמעוסן ענינים אויפן טעגליכן דף, פארשטייט זיך אויב ס'איז דא מיט וועם צו רעדן, אויב איינער לערנט איינע פון די מס' ביטע זיך אנרופן...
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: בין פסח לעצרת - מס' שבועות ומס' סוטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אין סוטה ל"ה ע"א רעדט מען עפעס וועגן א חסימה..זאלן די מנהלים אריינקומען מיט דיטעילס.
אי משתעינא אמרי בי מילתא וחסמין לי
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: בין פסח לעצרת - מס' שבועות ומס' סוטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

גברא דקפדנא האט געשריבן: ס'איז דאך ידוע דער ענין צו לערנען בימי הספירה איינע פון די צוויי מסכת וואס פארמאגן 49 דפים, מסכת שבועותאדער מסכת סוטה.

דא וועט מען קענען אויסשמעוסן ענינים אויפן טעגליכן דף, פארשטייט זיך אויב ס'איז דא מיט וועם צו רעדן, אויב איינער לערנט איינע פון די מס' ביטע זיך אנרופן...

שא שטיל
בינעך אביסלע הינטערשטעליג געווארן זייט די טראגעדיע
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: בין פסח לעצרת - מס' שבועות ומס' סוטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

יאג דיר אונטער, לערן יעדן טאג די היינטיגע מיט איין עמוד פון די אויסגעלאזטע, אזוי וועסטו דיר דערכאפן...

היי יאר האב מיר גענומען שבועות, מיט וועמען קען מען רעדן דא אין שבועות?
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: בין פסח לעצרת - מס' שבועות ומס' סוטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

גברא דקפדנא האט געשריבן: יאג דיר אונטער, לערן יעדן טאג די היינטיגע מיט איין עמוד פון די אויסגעלאזטע, אזוי וועסטו דיר דערכאפן...

היי יאר האב מיר גענומען שבועות, מיט וועמען קען מען רעדן דא אין שבועות?

פראביר, האלט מיר יעצט דף ל"ו ע"ב
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: בין פסח לעצרת - מס' שבועות ומס' סוטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

לחיים לחיים!

הדרן עלך מסכת שבועות והדרך עלן, דעתן עלך מסכת שבועות ודעתך עלן, לא נתנשי מינך מסכת שבועות לא תתנשי מינן, לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי!

---
די גמרא אויף דף מח פארציילט אז ס'איז געווען א דיין וואס האט גע'פסק'נט ווי ר' אלעזר (ביתומים מן היתומים) איז געווען א אינגער חכם אין דעם שטאט וואס האט געסטראשעט "איך וועל ברענגן א בריוו פון ארץ ישראל אז די הלכה איז נישט ווי ר' אלעזר!" (די לשון 'אייתינה איגרתא ממערבא' טרעפט מען עטליכע מאל אין ש"ס, א שטייגער ווי היינט זאל מען סטראשענען 'איך וועל גיין צו די בי"ד אין ירושלים אז זיי זאלן ארויסקומען מיט א בריוו'...), האט אים דער דיין געענטפערט "גיי און ברענג" ווי צו זאגן 'כ'האב נישט מורא', למעשה איז ער געגאנגען צו רב חמא און ער האט אים געזאגט "א דיין וואס פסק'נט למעשה אזוי ווי ר' אלעזר איז אויך גוט".

מיין פראגע איז, דער אינגער תלמיד חכם סטראשעט צו גיין אויף ארץ ישראל, און למעשה פרעגט ער רב חמא וואס האט געוואוינט אין בבל?
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”