** תשעה באב נאכמיטאג - פראיעקט תשפ"ב **
דעם ת"ב (נדחה) נאכמיטאג אויב משיח איז נאכנישט דא, וויל איך בע"ה - מיט די באטיילינגונג פון אונזערע חשוב'ע שטאב פון מתנדבים - איבערדריקן אן אלט ספר'ל אדער כתב יד באשרייבענדיג פארצייטישע צרות, גזירות און גירושים רח"ל.
איך האב שוין אן אויג אויף א געוויסע אלטע ספר, אבער איך בין אפן פאר נאך פארשלאגן. אבער דער ספר אדער כת"י דארף זיין גענוג קליין אז מ'זאל עס קענען פארענדיגן במשך ת"ב.
דערפאר ווענד איך זיך צו אלע מתנדבים, ווער עס וויל קלאפן אביסל דעם ת"ב נאכמיטאג זאל ביטע אריינקומען.
ווי אויך אויב האט איר עפעס א געדאנק פון א ספר אדער כ"י בעניני חורבן הבית, גלות, צרות ישראל, וכדומה וועלכע איר האלט איז פאסיג פאר א ת"ב נאכמיטאג פראיעקט, ביטע שרייבט עס דא און מיר וועלן מאכן אן ענדגילטיגע באשלוס במשך קומענדיגע וואך אי"ה.