צו דערציילן ביים שבת טיש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער בעל שם פון מיכלשטאט אלץ קינד


הַגָאוֹן הַקָּדוֹשׁ רַבִּי נָתָן אַדְלֶער זְצַ"לְ הָאט גֶעהַאט אַ גָאר חָשׁוּבְן תַּלְמִיד פוּן דֶער שְׁטָאט מִיכְלְשְׁטַאט מִיטְן נָאמֶען רַבִּי יִצְחָק אַרְיֵה זֶעקְל. עֶר אִיז שְׁפֶּעטֶער גֶעוֶוען בַּאקַאנְט אַלְס דֶער "בַּעַל שֵׁם פוּן מִיכְלְשְׁטַאט".

אַלְס קִינְד אִיז עֶר גֶעוֶוען אוֹיסְגֶערופְן אִין דֶער גַאנְצֶער שְׁטָאט וִוי א זֶעלְטְן אוּן וואוּנְדֶערְלֶעךקלוג קִינְד. הָאט אַמָאל דֶער מַאיָאר פוּן מִיכְלְשְׁטַאט גֶעבֶּעטְן בַּיי יִצְחָק אַרְיֵה'סִ פָאטֶער צוּ שִׁיקְן דָאס קִינְד צוּ זַיין פַּאלַאץ. עֶר וִויל מִיט אִים שְׁמוּעְסן. אוֹיף דֶעם פָאטֶער'סִ פְרַאגֶע וֶוען עֶר זָאל אִים אֲהִינְשִׁיקְן. הָאט דֶער מַאיָאר אִים געעֶנְטְפֶערְט, מָארְגן זֵייגֶער 3 נָאכְמִיטָאג. עֶר הָאט צוּגֶעלֵייגְט אַז עֶר בֶּעט דָאס קִינְד זָאל קוּמֶען אַלֵיין, אָן בַּאגְלֵייטֶער.

אַ פָּאר מִינוּט פַאר 3 אֲזֵייגֶער, הָאט דֶער מַאיָאר גֶעהֵייסְן זַיינֶע בַּאדִינֶער זִיךְ בַּאהַאלְטְן כְּדֵי דָּאס קִינְד זָאל זֵיי נִישְׁט קֶענֶען פְרֶעגְן וואוּ צוּ גֵיין. עֶר הָאט גֶעוָואלְט זֶען צִי עֶר וֶועט אַלֵיין פַארְשְׁטֵיין וואוּ זַיין צִימֶער אִיז. דֶער מַאיָאר הָאט זִיךְ אַוֶועקְגֶעשְׁטֶעלְט בַּיים פֶענְצְטֶער פוּן זַיין צִימֶער. אוּן אַרוֹיסְגֶעקוּקְט אִינְדְרוֹיסְן דוּרְךְ דֶעם פִירְהַאנְג וָואס אִיז גֶעהָאנְגֶען אִיבֶּערְן פֶענְצְטֶער, וַוארְטְנְדִיק אוֹיפְן קִינְד.

זֵייגֶער 3 קוּמְט אָן דָאס נַיין-יֶערִיק קִינְד אִין פָאדֶערְשְׁטְן הוֹיף פוּן פַּאלַאץ. אוּן עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ אָפּ. נִישְׁט וִויסֶנְדִיק וואוּהִין צוּ גֵיין, עֶר הָאט זִיךְ גֶעוואוּנְדֶערְט פַארְוָואס שׁוֹמְרִים שְׁטֵייעֶן נִישְׁט דָא. אוּן הָאט בַּאלְד פַארְשְׁטַאנֶען אַז דֶער מַאיָאר וִויל אִים אוֹיסְפְּרוּבִּירְן צִי עֶר וֶועט אַלֵיין וִויסְן וואוּ צוּ גֵיין. גִיט עֶר אַ קוּק אַרוּם אַרוֹיפְצוּ, אוּן בַּאלְד גֵייט עֶר אַרַיין אִין אֵיינֶעם פוּן דִי טִירְן. אוּן וֶוענְדֶעט זַיינֶע טְרִיט אַרוֹיף מִיט דִּי שְׁטִיגְן צוּם צְוֵוייטְן שְׁטָאק. עֶר גֵייט צוּ אַיין טִיר, קְלַאפְּט אָן דֶערוֹיף, אוּן דֶער מַאיָאר עֶפְנְט עֶס, פְרֶעגְט דֶער מַאיָאר:

- וִוי אַזוֹי הָאסְטוּ גֶעוואוּסְט אַז אִיךְ בִּין אִין דֶעם צִימֶער אַז דוּ בִּיסְט גֶעקוּמֶען גְלַייךְ אַהֶער דָא?

אֲרֵיינְקוּמֶענְדיק אִין פָאדֶערְשְׁטְן הוֹיף, הָאבּ אִיךְ אַרוֹיפְגֶעקוּקְט אוּן בַּאמֶערְקְט וִוי דִי פִירְהֶענְגֶער אוֹיף דִי פֶענְצְטֶער פוּן אַלֶע שְׁטִיבֶּער זַיינֶען אָפְּגֶערוּקְט אִין דֶער זֵייט כְּדֵי דִי טָאג-לִיכְטִיקַייט זָאל אַרַיינְקוּמֶען, אוּן בְּלוֹיז דָאס פֶענְצְטֶער פוּן אַיין שְׁטוּבּ אִיז פָארְהַאנְגֶען אִינְגַאנְצְן, הָאבּ אִיךְ פַארְשְׁטַאנֶען אַז דָארְט גֶעפִינְט זִיךְ דֶער מַאיָאר. וֶועלְכֶער שְׁטֵייט אוּנְטֶער דֶער צוּגֶעדֶעקְטֶער פֶענְצְטֶער כְּדֵי צוּ זֶען וָואס אִיךְ וֶועל טוּהן...
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער עושר זעט איין זיין פעלער

ס'איז געווען אין די צייטן פונעם בעל שם טוב הקדוש א איד וואס איז געווען א גרויסער עושר, און האט זיך אויסגעצייכענט מיט די מצוה פון הכנסת אורחים וועלכע ער פלעגט מקיים זיין בסבר פנים יפות. יעדער גאסט וואס איז געקומען אין זיין שטאט פון נאנט און פון ווייט, האט שוין געהערט אז ביי דעם איד קען מען אלעמאל טרעפן אן אפענעם טיר, און ווי אויך א אפענע האנט ווען מ'דארף, מיט'ן זיין גאנצן חיות פלעגט ער שטענדיג עוסק זיין אין אט די גרויסע מצוה.
איין פעלער האט ער נאר געהאט, אז נאכדעם וואס ער פלעגט אויפנעמען א גאסט אזוי ווארעם און בשלימות און ווייזן זיין גאנצע פארמעגן וואס ער האט פארמאגט, די אלע הייזער ארום און די פעלדער און שיינע גערטנער, פלעגט ער אבער אלעמאל ענדיגן מיט א פראגע צום אורח, וואס זאגט איר איז דען מעגליך אז דאס גרוסע עשירות זאל אמאל אוועקגענומען ווערן פון מיר, און איך זאל דארפן אמאל צוקומען צו אן אנדערן בעטן א שטיקל ברויט?....
דער איד איז געוואקסן גרעסער און גרעסער מיט זיין הצלחה ביז ער איז שוין געווען אזוי נאנט מיט די שרי מלוכה, אז אפילו דער מלך אליין איז אים געקומען באזוכן צו אים אין שטוב, און ווי פארשטענליך אז דעם אידס זיכערקייט ביי זיך איז אויך געווארן שטארקער און פלעגט ווייטער אנגיין מיט זיין שטייגער צו פרעגן יעדן אורח די אויבנדערמאנטע פראגע.
האט דער בעל שם טוב אמאל געזען, אז אין הימל ביים בית דין של מעלה איז דא א גרויסער קטרוג אויף דעם איד וואס ער איז אזוי זיכער ביי זיך מיט זיין עשירות און מ'וויל ארויסגעבן א גזר דין אויף דעם איד אז ער זאל פארלירן זיין גאנצע פארמעגן און ער זאל מוזן ארומגיין ח"ו נע ונד פון טיר צו טיר ער זאל נישט האבן צו געבן א שטיקל ברויט פאר זיינע קינדער.
האט דער הייליגער בעל שם טוב פארלאנגט אז מ'זאל נאך ווארטן מיט'ן פסק, ער וויל נאך קודם אויספריווען דעם איד, אפשר וועט ער ענדערן זיין אויפפירונג צום גוטן, און אויב עס וועט נישט העלפן דעמאלט וועט מען ארויסגעבן די גזירה אויף אים, האט מען מן השמים מסכים געווען צו ווארטן.
דער הייליגער בעל שם טוב האט אויסגעוועלט פון צווישן זיין הייליגע חבריא איינעם פון זיינע חשוב'סטע תלמידים דעם גרויסן צדיק ר' דוד'ל מיקאלאיעווער זכר צדיק לברכה, און האט אים איבערגעגעבן וואס ער האט צו טאן, און ער האט אים געשיקט ער זאל פאָרן צו דעם איד.
ר' דוד'ל האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג און איז געפארן ביז ער איז אנגעקומען אין דער שטאט וואו דער איד האט געוואוינט, ר' דוד'ל האט זיך נאכגעפרעגט אויף דעם איד, האט מען גלייך געוויסט צו זאגן וואו דער איד וואוינט, ווען ר' דוד'ל איז אנגעקומען איז אים דער איד טאקע אנטקעגנגעקומען מיט א ברייטן שלום עליכם און מיט א ווארעמע אויפנאמע פונקט ווי ער איז געווען געוואוינט אלעמאל אויפצונעמען אלע געסט, ער האט אים צוגעגרייט א פיינע סעודה ווי ס'פּאַסט און ער האט אים מכבד געווען ער זאל זיך וואשן צו די סעודה.
ווען ר' דוד'ל האט געענדיגט די סעודה, האט אים דער איד אענגעהויבן צו ווייזן און דערציילן זיין גרויסן רייכטום וואס ער פארמאגט ביז ער איז צוגעקומען צו זיין "פראגע" און געפרעגט נו, וואס זאגט איר ר' דוד קען איך דען אמאל פארלירן אזא עשירות, איז דען מעגליך אז איך זאל נאך אמאל דארפן צוקומען צו יענעם?
ווי נאר ר' דוד'ל האט געהערט די פראגע, האט ער געענטפערט הערט מיר אויס ר' איד, עס איז שוין שפעט, און איך בין מיד פון דער נסיעה, ווייזט מיר אָן יעצט א פלאץ וואו איך קען זיך לייגן שלאָפן, און מארגן אם ירצה השם ווען איך וועל זיין אויסגערועט וועלן מיר ווייטער שמועסן וועגן דעם ענין.
דער איד האט מסכים געווען און האט איבערגעהאקט דעם שמועס, און האט אנגעוויזן פאר ר' דוד'ל א פלאץ צו שלאפן און זיי זענען ביידע געגאנגען שלאפן.
אזוי אינמיטן שלאף האט זיך דעם איד גע'חלומ'ט אז ער זיצט אין זיין שיינעם גאָרטן און פלוצלונג קומט א ידיעה אז דער קעניג קומט אים באזוכן, ער איז מיט גרויס פרייד אקעגן געגאנגען און אויפגענומען דעם קעניג און ער האט אים אריינגעפירט אין זיין פּראַכטפולן אויפנאמס צימער, און ער האט מכבד געווען דעם קעניג מיט א ווארימע טיי, און זיי האבן אנגעפאנגן זייער שמועס, ווי דער קעניג האט אבער אויסגעטרונקען זיין טיי, האט דעם איד אנגעכאפט א שרעק זעענדיג ווי דער קעניג איז אראפגעפאלן און ל"ע געשטארבן אויפ'ן פלאץ.
עס איז געווארן תיכף א גרויסער רעש און טומל צווישן די שרי המלוכה וועלכע זענען געווען דארט אנוועזענ, און אזוי ווי זיי האבן ממילא געהאט קנאה אויף דעם איד וואס זיין הצלחה און זיין גרויסקייט האט געהאלטן אין איין וואקסן, האבן זיי גלייך ארויסגעגעבן דעם אורטייל, אז דער איד האט געהרג'עט דעם קעניג דורך א סם וואס ער האט אריינגעלייגט אין די טיי און ס'קומט אים טויט שטראף, און מ'האט גלייך ארויסגעלאזט א ידיעה אין די גאנצע שטאט, אז מ'זאל זיך צוזאמקומען זען ווי מ'גייט הענגען דעם איד רחמנא ליצלן.
א גרויסער עולם האט זיך פארזאמעלט און מ'האט שוין ארויסגעפירט דעם איד צום תלוי', אלעס איז שוין געווען מוכן ומזומן, פלוצלונג האט אויסגעבראכן א גרויסע שריפה אין די שטאט און די אלע פארזאמעלטע זענען זיך פאר שרעק צולאָפן זען וואס עס האט פאסירט, אפשר קען מען עפעס ראטעווען, קינדער אדער פארמעגנס.
דער איד האט געזען וואו ער האלט, האט ער זיך צוזאמגענומען די כוחות און האט אנגעהויבן צו לויפן איבער פעלדער און וועלדער פון דאָרף צו דאָרף וויפיל כח ער האט נאר געהאט, איז ער געלאפן מ'זאל אים נישט טרעפן נאכאמאל, ביז ער האט שוין געמוזט בלייבן שטיין ווייל ער האט שוין נישט געהאט קיין כח צו גיין ווייטער, האט ער געזען אז ער געפינט זיך אין א דערפל האט ער זיך נאכגעפרעגט וואו עס וואוינט א איד, און ער האט זיך געשלעפט ביז צו דעם איד אין הויז, און האט זיך איינגעבעטן ביי דעם איד אין שטוב און געפרעגט אויב ער קען דארטן איינשטיין. דער בעל הבית איז פונקט דעמאלט נישט געווען אין שטוב, נאָר די משפחה האט אים אויפגענומען און מכבד געווען מיט א שטיקל טרוקן ברויט און אביסל וואסער, און זיי האבן אים אנגעוויזן א ווינקל אין שטוב וואו ער קען זיך לייגן שלאפן.
נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה האט ער זיך געמוזט זעצן עסן דאס טרוקענע שטיקל ברויט און נאכטרונקען מיט'ן וואסער וואס ער האט באקומען, און ער זיך געגאנגען לייגן שלאפן און אויסרוען זיך אביסל צוריק צוקומען צו די כוחות. אינדערפרי ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געפרעגט איינעם פון די משפחה, צי ער וועט קענען דא בלייבן א לענגערע צייט? ער איז גרייט אנצונעמען ארבעט ער זאל קענען באצאלן פאר'ן קאָסט און קוואטיר.
האבן זיי אים געענטפערט, זייער גוט, אונזער טאטע איז א וואסער טרעגער און אויך א האָלץ האקער, און ער איז יעצט אין שטאט, און ער דארף היינט צוריקקומען, ער זוכט טאקע א העלפער צו זיין ארבעט, דער איד האט זיך דערפרייעט אז ער האט שוין א שטיקל מנוחה, אבער אין די מחשבה האט ער זיך אנגעהויבן מאכן א חשבון הנפש געוואלד! וואו בין איך דא? וואס איז געשען מיט מיר?...
ס'איז געווארן נאכאמאל נאכט און דער איד האט זיך ווייטער געלייגט שלאפן אין זיין ווינקל, און פלוצלונג עפענט זיך די טיר דער בעל הבית איז אריינגעקומען פון שטאט, אין שטוב איז א שמחה, יעדער פרייעט זיך, די מאמע, די קינדער, דער טאטע איז אהיימגעקומען.
ער הייבט אָן צו דערציילן די לעצטע נייעס אין שטאט, איר הערט? עס איז געשען א מורא'דיגע מעשה אין א שטאט נישט ווייט פון דא האט מען געטראפן דעם קעניג טויט אין דעם שטוב פון א איד אן עושר, וואס דער עושר האט אים פאר'סמ'ט מיט א גלעזל טיי און מ'האט גע'פסק'נט פאר דעם עושר אז עס קומט אים צו הענגען און דורך א פלוצימ'דיגע שריפה וואס האט אויסגעבראכן נעבן די תלוי', איז דעם עושר געלונגען צו אנטלויפן אין די לעצטע מינוט, און דער רעגירונג האט ארויסגעגעבן א מודעה אז ווער סוועט אים טרעפן און צוריקברענגען דער וועט באקומען א געוואלדיגע סומע געלט, אויך האט מען אויסגעמאלן א בילד פון די צורה פון דעם עושר, ווי אזוי ער זעט אויס און מען האט עס ארומגעשיקט איבעראל, איך האב מיך אויך גוט צוגעקוקט אין זיין צורה פונקטליך וויאזוי ער זעט אויס, און ווער ווייסט אפשר איז דער גרויסע גליק באשערט פאר אונז? הלואי זאל ער נאך אריינקומען אין מיינע הענט, ס'וואלט זייער גוט געווען...
ס'איז איבעריג צו שילדערן די געוואלדיגע שרעק וואס האט אנגעכאפט דעם "עושר" וואס איז שוין געלעגן אויף זיין געלעגער הערנדיג ווי דער מצב זעט אויס, ער האט זיך איינגעצויגן און זיך צוגעדעקט וויפיל ער האט געקענט, און ער זיך פרובירט צו שטארקן ער זאל זיך נישט פארלירן אין אזא שרעקליכן מצב.
ס'איז שוין אדורך נאך א פּאָר שעה, און ווען ער איז שוין געווען זיכער אז יעדער שלאפט שוין, האט ער זיך פלוצלונג אויפגעכאפט און אנטלאפן וואו ער האט געקענט און ער איז ווייטער געלאפן ביז ווילאנג ער האט נאך געהאט דאס לעצטע ביסל כח, ווען ער האט שוין נישט געקענט ווייטער לויפן, האט ער זיך אריינגעווארפן אין א גרוב וואס ער האט דארט געפינען, און ער האט פון גרויס צער און צובראכנקייט אנגעהויבן צו מאכן א חשבון הנפש, וואס ער העאט אדורכגעלעבט אין אזא קורצע צייט ווי ווייט ער איז ארונטערגעפאלן פון זיין מדריגה פון איין עק ביז צום אנדערן, און ער אליין האט זיך אנגעהויבן צו מתוודה זיין, אז דאס אלעס איז געקומען אויף אים צוליב זיין אויפפירונג, וואס ער איז געווען אזוי זיכער ביי זיך אין דעם "כוחי ועוצם ידי" אז דער אויבערשטער קען אלעס און פירט יעדע זאך ווי מיר זאגן אין דעם ערשטן אני מאמין, אז מיר גלייבן באמונה שלימה אז דער אויבערשטער באשאפט און פירט אלע באשעפענישן, און ער האט געטאן און טוט און וועט טאן אלע מעשים, פון דעם גרעסטן געשעעניש ביז'ן קלענסטן ריר.
און אזוי ליגענדיג און טראכטענדיג האט ער זיך פלוצלונג אויפגעכאפט, און ער האט זיך דערזען אז ער ליגט ביי זיך אין זיין רייכע שטוב, די גאנצע זאך איז נאר געווען א חלום, מיט א קלאַפענדיג הארץ האט ער איבערגעקלערט דעם גאנצן ענין וואס דא האט פאסירט, און האט קלאָר פארשטאנען דעם וואונק וואס דער חלום האט אים געוואלט ווייזן.
ס'איז געווארן טאג, דער עולם איז אויפגעשטאנען, ר' דוד'ל איז צוגעגאנגען צום עושר, און ער האט אים געזאגט נו יעצט בין איך שוין אויסגערועט, און איר קענט מיר פרעגן וואס איר ווילט, און איך בין אייך גרייט צו ענטפערן, דער עושר האט אים געענטפערט איך האב שוין נישט וואס צו פרעגן פון אייך, ווייל די נאכט האט מען מיר שוין זייער קלאָר געענטפערט אויף מיין פראגע...
האט אים ר' דוד'ל געזאגט, איר זאלט טאקע וויסן אז טאקע נאר צוליב דעם בין איך צו אייך געקומען, ווייל פון הימל האט מען שוין געוואלט ארויסגעבן אויך אייך א שלעכטע גזירה חס ושלום, נאר מיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב האט אויסגע'פועל'ט אז מ'זאל נאך ווארטן ביז מען וועט אייך געבן דעם לעצטן געלעגענהייט, אפשר וועט איר אייך צוריקקערן צום גוטן וועג.
און דאס אלעס איז נאר אין דעם זכות פון הכנסת אורחים און צדקה, ואס איר זענט מקיים, האט איר געהאט די זכי' געראטעוועט צו ווערן פון די שווערע גזירה רחמנא ליצלן. און איר זאלט וויסן פון היינט און ווייטער, אלעמאל זיך צו האלטן פעסט בייצושטיין אלע נסיונות און האבן די קלארע ריינע אמונה אז דער אויבערשטער איז דער וואס מאכט רייך און ער מאכט ארים צוגלייך, און אין די זכות פון אמונה וועט דער אויבערשטער ווייטער העלפן, און עס וועט אייך זיין אלעמאל גוט סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט.
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אמאל איז דער הייליגער שפאלער זיידע זכותו יגן עלינו געפארן מיט אן עלטערע איד וועלכער האט נאך געקענט דעם בעל שם טוב זי"ע, און אויפ'ן וועג האט אים דער שפאלער זיידע געבעטן ער זאל אים דערציילן א מעשה פונעם בעל שם טוב.
האט אים דער איד דערציילט, אז איינמאל יום כיפור נאך שחרית איז דער בעל שם טוב צוגעגאנגען צו זיין תלמיד ר' וואלף קיצעס, און אים אריינגערוימט עפעס שטילערהייט אין זיין אויער, יענעם יום כיפור האט אינמיטן טאג געשיינט די זין, און פאר תפלת נעילה איז געווארן פארוואלקענט, מ'האט געדאווענט נעילה מיט מעריב, נאכן דאווענען האט מען נישט געקענט מאכן קידוש לבנה ווייל ס'איז געווען זייער פארנעפלט, האט דער הייליגער בעל שם טוב מיט זיינע תלמידים געמאכט הבדלה און זיי האבן עפעס טועם געווען, און זיי האבן זיך זייער געפרייעט, און זיי האבן געטאנצן, און דער בעל שם טוב האט מיטגעטאנצט מיט זיי.
ביני לביני האט איינער פון די תלמידים באמערקט אז ר' וואלף קיצעס איז נישטא, און ער האט געפרעגט וואו ער איז, אבער דער הייליגער בעל שם טוב האט אים געווינקען ער זאל שווייגן און זיך נישט וואוסענדיג מאכן פון דעם, דערנאך זענען זיך אלע תלמידים צוגעגאנגען און זיי זענען געגאנגען שלאפן.
אינמיטן די נאכט איז ר' וואלף געקומען און געקלאפט אויפ'ן פענסטער פון בעל שם טוב און אים געזאגט, רבי מ'קען שוין קומען מחדש זיין די לבנה ווייל די וואלקענעס האבן זיך שוין צושפרייט און דער הימל איז שוין קלאר, און דער הייליגער בעל בעל שם טוב מיט זיינע תלמידים האבן מחדש געווען די לבנה מיט א גרויסע שמחה, נאכדעם וואס זיי האבן מחדש געווען די לבנה האבן זיך דער הייליגער בעל שם טוב און ר' וואלף זייער געפרייעט און זיי האבן געטאצט און אלע תלמידים האבן מיטגעטאנצט מיט זיי, אבער זיי האבן נישט געוואוסט וואס איז פארגעקומען, אבער זיי האבן פארשטאנען אז ס'איז עפעס אינטערסאנט.
אזוי ווי אלע יארן האט זיי דער בעל שם טוב דערציילט וואס עס האט זיך אפגעטאן אין די עולמות העליונים, האט ער זיי דערציילט, אז בשעת'ן דאווענען שחרית, האט מען אים מודיע געווען פון הימל אז ס'איז דא א גרויסער קטרוג אויף אידישע קינדער, און ער וועט דארפן גיין פון דער וועלט, און מ'האט מיר געגעבן א סימן אז בשעת מ'וועט דאווענען נעילה וועט ווערן פארוואלקענט און מ'וועט נישט קענען מחדש זיין די לבנה, דערפאר האט דער בעל שם טוב אריינגערוימט דעם סוד פאר זיין תלמיד ר' וואלף, און ר' וואלף האט שטארק איינגעריסן ביי זיין דאווענען ווילאנג ער האט אויסגע'פועלט אז דער הייליגער בעל שם טוב זאל בלייבן לעבן צווישן אונז.
דאס אלעס האט דער עלטערער איד דערציילט פאר דעם הייליגער שפאלער זיידע, און ווען ער האט געענדיגט צו דערציילן די מעשה, האט אים דער שפאלער זיידע געזאגט מען זעט פון די מעשה אז ס'איז אמת, כי האמת ניכר.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מעשה נורה מענין של תשובה

אין די צייטן פון דעם מקובל ר' משה דיליאן זכותו יגן עלינו, וואס ער איז געווען א גרויסער צדיק, און מ'האט געזאגט אויף אים אז די שכינה רוט אויף זיין פנים, און ווער עס שטייט אין זיינע ד' אמות פאלט אויף אים א שרעק און ווערט באלד נתעורר לתשובה, און ער קומט בעטן א תיקון אויף זיינע עבירות, האט אמאל פאסירט אז א גרויסער רשע וואס ער האט געטאן אלע הארבע עבירות איז איינמאל אדורכגעגאנגען דעם ר' משה דיליאן, און ס'איז געפאלן א מורא'דיגן פחד אז ער האט גלייך מהרהר געווען בתשובה, און איז געקומען צו ר' משה בעטן ער זאל אים ארויסגעבן א תשובה, און ער האט אים געזאגט אז ער האט נישט קיין אנדערע תיקון נאר אז ער מקבל אויף זיך שריפה, דאס מיינט אז מ'זאל אריינגיסן אין זיין האלז הייסע בליי, און דער רבי האט אים צוגעזאגט אז אויב ער וועט אזוי טאן דעמאלט איז מען אים מוחל אלע עבירות וואס ער האט געטאן, און ער וועט זוכה זיין צו עולם הבא.
דער רשע האט גענומען אויף זיך אז זיין טויט זאל זיין א כפרה אויף אלע זיינע עבירות, דער רב האט געברענגט א אייזערנע לעפל אנגעפולט מיט בליי און האט דאס געלייגט אויפ'ן פייער ביז די בליי איז געווארן אויפגעלאזט, דערנאך האט ער געהייסן דעם איד ער זאל זיך אראפלייגן אויף דער ערד, דער רב האט גענומען א שמאטע און ארומגעבינדן זיינע אויגן, און האט אים געהייסן זאגן ווידוי אויף זיינע עבירות, און ליינען קריאת שמע, דער איד האט געטאן ווי דער רב האט אים געהייסן און האט געליינט קריאת שמע מיט גרויסע בכיות, דערנאך האט אים דער רב געזאגט, עפן דיין מויל און כ'וועל אריינגיסן די בליי און דו וועסט אויסגיין אויף קידוש השם פאר'ן גאנצן עולם וואס זענען יעצט דא.
דער בעל תשובה האט גלייך געעפענט זיין מויל, דער רב האט גענומען א לעפל און עס אנגעפולט מיט האניג און אריינגעגאסן אין זיין האלז און האט אויסגערופן דעם פסוק וסר עונך וחטאתך תכופר, דער איד האט זיך אויפגעשטעלט פון דער ערד און אנגעהויבן ביטערליך צו שרייען אז דער רב האט אים אויסגענארט, ווייל ער האט מקבל געווען צו שטארבן מתוך תשובה, האט אים דער רב געזאגט, דארפסט נישט מורא האבן פאר דעם, ווייל השי"ת וויל נאר אז מ'זאל תשובה טאן, און מיט דעם וואס דו האסט מקבל געווען אויף דיר פון דיין אייגענעם גוטן ווילן צו שטארבן, ווערט גערעכענט ווי דו וואלסט געשטארבן און מ'האט דיר מוחל געווען אויף דיינע עבירות.
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מעשה נורא פון רבי מרדכי יפה בעל הלבושים
=-=-=-=-=-=-=-=--=-=-=-=-=-=-=-=-=-===
א מעשה נורא וועגין דעם חשיבות פון ענטפערען אמן יהא שמיה רבא
א מעשה רב ונורא איז פארגעקומען אין דער צייט פון דעם גאון רבי מרדכי יפה דער בעל הלבושים. אין די מעשה וואס האט פאסירט איז אזוי:
דער גאון ר' מרדכי יפה איז געוועהן דער אב בית דין און ראש ישיבה אין א קלענער שטעטעל, און השי"ת האט אים דערהויבען צו זייער א גרויסער מדריגה און זיין נאמען איז געווארען שטארק מפורסם,ביז עס איז געקומען שלוחים פון דער גרויסער קהלה קדושה פוזנא אים אויפצונעמען אלס דעם אב בית דין און ראש ישיבה ביי זייער שטאדט .
ווייל ער איז געוועהן זייער גרויס אין נגלה און אויך אין נסתר, ווי יעדער קען דאס זעהן פון זיינע הייליגע ספרים, וואס ער האט מחבר געוועהן מיט דעם נאמען "עשרה לבושים". אין אנפאנג איז זייער כוונה געוועהן צו מערען דעם כבוד שמים, ווייל זיי האבען נאר גענומען אן אב"ד נאר א גדול בתורה, און ווען זיי האבען אים געברענגט דעם"איגרת הרבנות" , ווי דער מנהג איז, האט דער גאון געענפערט צו די שליחים , אז איך וועל מקבל זיין דעם "כתב רבנות" פון אייך און איך בין וויליג צו ווערען אייער מורה הוראה.אבער באלד אויף דעם מאמענט קען איך נאך נישט קומען צו אייער שטאדט און זיין מיט אייך.דאס איז דערפאר וואס איך האב נאך נישט גענוג געלרענט די חכמה פון "עיבור החודש" און דערפאר וויל איך פריער פאהרען אין דער מדינה פון איטאליע אין דער שטאדט וויניציאה צו די "חכמי הספרדים" ווייל זיי זענען קלאר אין דער גרויסע חכמה,און ערשט דערנאך וועל איך זיין גרייט איבערצונעמען דאס רבנות אין אייער שטאדט פוזנא.
און כך הוה דער גאון איז באלד געפארען און אנגעקומען קיין איטאליע, און געלערנט ביי דעם גרויסען חכם מהר"י אבוהב. ער האט דארט פארברענגט ביי דעם גרויסען חכם מהר"י אבוהב אן ערך פון דריי חדשים צייט און ער האט זיך אויסגעלערנט די גאנצע חכמה גאר גוט . ווי מיר קענען דאס זעהן פון זיין ספר "לבוש אדר יקר" פון הלכות ראש חודש. פון דארטען קען מען זעהן אביסעל דאס גרויסקייט פון דעם גאון אויך אין דער חכמה פון עיבור החוודש.ווען ער האט שוין געהאלטען ביי דער ענדע פון די דריי חדשים וואס דער גרויסער גאון האט פארברענגט ביי דעם מהר"י אבוהב, איז געשעהן די מעשה.
דער מהר"י אבוהב האט געהאט א אינגעל. וועלכער איז דעמאלט אלט געוועהן פינף יאר . און דאס אינגעל האט געהאט אין דער האנט א פרי און דאס אינגעל האט געמאכט א ברכה "בורא פרי העץ" – און דער גאון רבי מרדכי יפה זצ"ל האט אומווילענדיג נישט געענטפערט אמן אויף דעם קינדס ברכה (ווי ליידער צום באדויערען זיינען דער רוב עולם געשטרויכעלט וואס זענען אין דעם נישט נזהר)
און ווי דער חכם דער רבי פון דעם פריער דערמאנטען גאון האט דאס געזעהן , אז ער האט נישט געענפערט אמן אויף די ברכה פון דעם קינד, איז ער זייער שטארק אין כעס געווארען אויף אים (אויף דעם גאון רבי מרדכי יפה) און ער האט געשריגען אויף אים און ער האט אים מנדה געוועהן.
דער גאון רבי מרדכי יפה האט געוווארט ביז נאך דרייסיג טעג ווי דער דין איז ווען א רבי איז מנדה זיין תלמיד, און דערנאך איז דער גאון רבי מרדכי יפה געגאנגען צו זיין רבי’ן און געוואלט אים מפייס זיין אבער דער רבי זיינער האט זיך נישט געלאזט מפייס זיין .
דער גאון האט געזאגט צו זיין רבי'ן זייט מיר מוחל מיין האר מיין זונד, וואס האב איך זיך אזוי שטארק פארזינדיגט אקעגען אייך און פארוואס איז אייער צארן אויף מיר אזוי גרויס . האט דער חכם אים געענפערט און געזאגט דו זאלסט וויסען אז א גרויסע ליבשאפט האב איך דיך ליב געהאט אזא אהבה שאינה תלויה בדבר , איך האב דיך ליב געהאט נאך מער ווי איך האב ליב מיין זון אבער דו זאלסט וויסען מיט אמונה אז דו ביזט געוועהן מחויב מיתה. אין דער צייט ווען דו האסט נישט געענפערט אמן אויף דער ברכה פון מיין קינד אבער איך בין דיר מוחל מיט אן אמת און מיט א גאגנצקייט . נאר אויף דעם תנאי אז אין יעדען ארט און אין יעדער קהלה ווי נאר דיינע טריט פון דיינע פיס וועלען טרעטען זאלסטו דארטען דרש’נען ברבים און דו זאלסט זיי מודיע זיין די זינד און דעם גרויסען פגם וואס עס טוט דער וואס ענפערט נישט קיין אמן אויף א ברכה וואס ער הערט פון א איד .
און איך באפעל דיר אז דו זאלסט באפעלען פאר דיינע קינדער און אייניקלעך ביז דעם סוף פון אלע דורות אז זיי זאלען דערציילען די גרויסע און שרעקליכע מעשה וואס איך וועל דער יעצט דערציילען און אזוי איז געוועהן די מעשה .
אין די מדינות פון שפאניע איז געוועהן פאר די גזירות פון יאהר תתנ"ו גרויסע קהלות קדושות און אין איינע פון די מדינות איז געוועהן א גרויסע שטאדט פון אידען יראים ושלמים און דער שטאדט איז געוועהן אמלך וואס האט שוין פיל מאהל געוואלט פארטרייבען די אידען פון דער שטאדט נאר דארט איז געועוהן א רב וואס איז געוועהן א גרויסער למדן און א חסיד און א גרויסער עניו ער איז אויך געוועהן זייער יריך און ער האט נושא חן געוועהן ביים מלך . יעדעס מאהל ווען דער מלך האט געוואלט פארטרייבען די אידען איז דער רב געקומען און פארשטערט די עצות פון די שונאי ישראל און אפגשריגען די די ביטערע גזירה.

איין טאג איז דער קעניג אין כעס געווארען אויף די אידען או ער האט ארויסגעגעבען א באפעהל צו פארטרייבען די אידען פון דער שטאדט זיינען געקומען די מענטשען פון דער קהלה צום רב דער גרויסער חסיד, און זיי האבען אים געבעטען אז ער זאל גיין ממליץ זיין פאר זיי ביי דעם מלך און ער זאל מבטל זיין די גזירה ווי ער פלעגט דאס צו טוהן פון צייט צו צייט .

אבער ליידער איז דאס מאהל געלונגען דעם שטן בעוה"ר . די מענטשען זיינען געקומען צו דעם צדיק מנחה צייט און אווענט און דער חסיד האט זיי געזאגט אז ער וויל פריער דאווענען מנחה און דערנאך וועט ער גיין צו דעם מלך, ווי עס שטייט אין פסוק "ראשית חכמה יראת ה'" און די מענטשען האבען אים שטארק געבעטען און זיי האבען צום אים געזאגט אז דאס איז אויך א מצוה צו ראטעווען דעם כלל ישראל און איצט איז אן עת רצון פאר דעם מלך, און דערנאך קענט איר דאווענען מנחה.
דער חסיד האט אזוי געטוהן און ער איז מיט זיי מיטגעגאנגען צום קעניגליכען פאלאץ. ווי נאר דער קעניג האט אים דערזעהן האט ער זייער נושא חן געוועהן ביי דעם מלך, און דער מלך איז אים אנטקעגען געלאפען און ער האט אים געהאלדזט און געקושט דעם גרויסען חסיד. דער חסיד איז געוועהן זיכער ביי זיך אז עס וועט אים אוודאי געלונגען מבטל צו זיין די גזירות פון דעם גירוש. דערווייל האט דער חסיד גערעדט מיט דעם מלך אין אנדערע ענינים .
און מיטען דערינען איז געקומען א גלח פון ערגעץ א מדינה פון דעם קעניג פון די מרחקים וואס האט באלאנגט צום מלך און ער איז געפאלען פאר די פוס צום מלך און ער האט גענומען זאגען אלאנגע און חשוב'ע ברכה פאר דעם מלך אין דער לאטיינישער שפראך.
ווי דער חסיד האט דערזעהן אז די צייט פון מנחה וועט באלד פאראיבער גיין איז ער זיך אוועקגעגאנגען און אן אנדער ווינקעל כדי צו דאווענען מנחה און דער חסיד האט געמיינט אז ער וועט נאך האבען גענוג צייט צו פארענדיגען זיין דאווענן מנחה נאר איידער דער גלח וועט ענדיגען די ברכה פאר דעם קעניג.
דערווייל אין מיטען דערינען ווען דער חסיד האט געהאלטען אין מיטען שמונה עשרה. איז דער גלח אויפגעשטאנען פון דער ערד אויף זיינע פיס און ער האט באפוילען פאר די אלע אנוועזענדע וועלכע זיינען דעמאלס געוועהן ביי דעם מלך אין פאלאץ אז מען זאל ענטעפרען אמן אויף זיין ברכה דערמיט עס זאל מקוים ווערען אלץ וואס ער האט געבענטש דעם קיסר און אלע צוזאמען האבען געענפערט אמן .
אבער דער חסיד האט נישט גענפערט ווייל ער האט נישט געוואלט מפסיק זיין אין מיטען דאווענען
דעמאלס האט דער גלח געפרעגט די אלע וועלכע האבען זיך געפונען אין דעם זאל אויב אלע האבען געענפערט אמן האבען זיי געזאגט אז יא האט דער גלח ווייטער געפרעגט צו דער איד וואס שטייט דארטען אין ווינקעל האט אויך געענפערט אמן?
האבען זיי געזאגט אז ניין און דאס איז דערפאר ווייל ער דאווענט דארטען.
ווי נאר דער גלח האט דערהערט אז דער איד האט נישט געענפערט אמן נאך זיין ברכה פאר דעם קעניג האט ער זיך גענומען רייסען די האר פון קאפ און איז ארויס מיט א גרויס געשריי , און ער האט געזאגט אוי וויי איז מיר אויף דער שלעכטער מעשה וואס צוליב דעם אידען וועט די ברכה וואס איך האב געבענטשט דעם קעניג נישט מקויים ווערין ווייל דער איד האט נישט געענפערט אמן אויף מיין ברכה!
און ווי נאר דער קעניג האט דערהערט די רייד פון דעם גלח איז ער אריין אין א גרויסען צארן און א גרויסען כעס אויף דעם חסיד און ער איז אינגאנצען איבערגעקערט געווארען פון א ליבהאבער צום חסיד אויף אן אכזר און ער האט באלד ארויסגעגעבען א באפעל צו זיינע באדינער אז מען זאל דעם חסיד גלייך הרג'ענען און אים צושניידען אויף שטיקער און מען האט דעם באפעל דורכגעפירט גלייך ווי דער קעניג האט באפוילען . און מען האט גע'הרג'עט דעם גרויסען חסיד מיט שרעקליכע און שוידערליכע יסורים בעוה"ר און מען האט אים צושניטען און דעם צושניטענעם קערפער האט מען אריינגעלייגט אין א קלייד און מען האט דאס געטראטען איןזיין שטוב און נאכדעם האט דער מלך פארטריבען אלע אידען ..
און דער שטאדט איז געוועהן נאך א חסיד וואס ער איז געוועהן דער חבר פון דעם חסיד וואס איז גע'הרג'עט געווארען . ער האט געוויסט אז דער פריער דערמאנטער חסיד איז געוועהן א גרויסער צדיק און א איש קדוש . און דער חבר פון דעם חסיד וואס איז גע'הרג'ט געווארן איז געוועהן ווי א מתרעם אויף די מדות פון הקב"ה ח"ו האט ער דאך נישט געוואלט ביי זיך באשליסען אז חס ושלום איז דען הקב"ה נישט גערעכט מיט זיינע מעשים איז דען הקב"ה חשוד ח"ו אז ער זאל טוהן א דין אהן א משפט האט ער באשלאסען אז עס מוז זיין אז דער דערהרג'עטער חסיד האט עובר געוועהן עפעס אן עבירה פארבארגענעהייט און דער חסיד האט געפאסט און געוויינט און מתפלל געוועהן אז מען זאל אים מודיע זיין פון הימעל פאר וועלכען חטא איז זיין חבר דער חסיד גע'הרג'עט געווארען מיט אזא מיתה משונה .
דער חסיד האט זיך מתבודד געווהן אין א חדר מיוחד און ער איז געזעסען און געטראכט און זיךמתבונן געוועהן פאר וואס יענער חסיד זיין חבר איז דערהרג'עט געווארען .
אין דעם זעלבען טאג האט זיך צו אים באוויזען זיין חבר דער חסיד וואס איז דערהרגעט געווארען . ער איז שטארק דערציטערט געווארן און ער האט זיך שטארק דערשראקען ווען ער האט דערזעהן ווי זיין חבר האט זיך באוויזען צו אים .
דער חסיד וואס איז דערהרגעט געווארען האט געזאגט צום אים האב נישט קיין מורא און שרעק זיך נישט .
זאגט אים דער לעבעדיגער חסיד
איך ווייס דאך אז דו ביזט געוועהן א גרויסער חסיד און דערפאר בעט איך דיך אז דו זאלסט מיר מגלה זיין פארוואס האט מען דיר אזוי געטוהן און פארוואס איז אויף דיר געקומען אזא גרויסע צארן און עונש
האט אים דער דערהרגעטער חסיד געזאגט איך וועל דיר זאגען דעם אמת אין מיין גאנצען לעבען האב איך נישט געטוהן קיין שום עבירה נאר ווי דו ווייסט דאס אז הקב"ה איז מדקדק עם סביביו כחוט השערה צדיקים אפילו ווען זיי זענען עובר אויף א קליינע עבירה ווי א האר איז הקב"ה מדקדק דערויף און דער רוב העולם איז נישט פארזיכטיג בעוה"ר איןד ער עביר האון ער דערציילטוואס פאר אן עבירה ער האט אויבער געוועה.
אייןמאהל האט מיין קליין קינד גמאכט א ברכה אויף ברויט און איך האב געהערט די ברכה פון אים און נישט געענפערט דערויף אמן אוןה קב"ה האט מאריך אויף געוועהן אויף מיר ביז די מעשה וואס איז מיט מיר פארגעקומען ווען איך בין געשטאנען פאר דעם מלך א מלך בשר ודם וואס איך האב נישט געענפערט אמן אויף דער ברכה וואס מען האט אים געבענטשט און דער מלך בשר ודם איז אויף מיר אין כעס געוארען און פונקט דעמאלס אין דער זעלבער צייט האט דער בית דין של מעלה מיך גע'משפט פאר מיין נישט ענטפערען אמן אויף מיין קינד'ס ברכה.
און דערפאר בעט איך דיך מיין פריינד אז דו זאלסט דאס דערציילען פאר דיינע זין און פאר דיינע אייניקלעך און פאר דער גאנצער וועלט אט די מעשה און דו זאלסט זיי ווארענען אז זיי זאלען נזהר זיין און ענטפערען אמן .
נאכדעם איז דער חסיד דער איש האמת צוריק פארשווינדען.
ווען דער ספרדישער חכם האט געענדיגט דערציילען די מעשה פאר דעם גאון רבי מרדכי יפה הנ"ל , האט ער צו אים געזאגט זיי נישט ברוגז אויף מיר וואס איך האב דיך מנדה געוועהן ווייל מיין כוונה איז געוועהן אז כדי דו זאלסט האבען א כפרה אויף דער עבירה און איך בין דיר מוחל נאר בתנאי אז דו זאלסט דרש'ענען ברבים און זיי ווארענען אז מען זאל זיין נזהר צו ענטפערען אמן.
און ווען איך בין אויפגענועמן געווארען אלס בעל דרשן אין א סאך מדינות האט מיר דערציילט מיין שווער ז"ל וויבאלד דו ביסט געווארען משודך מיט די קינדער פון דעם גאון מוה"ר מרדכי יפה הנ"ל ליגט אויף דיר א פליכט צו גיין דרש'ענען אין אלע מקומות וועגען אים און דערציילען די מעשה נורא און דו זאלסט ווארענען די אלע אידען וועגען דעם אז מען זאל זיין געווארענט צו ענטפערן אמן.
און דערפאר דארף יעדער איד וואס איז א ירא שמים און איז פארזיכטיג פאר א דבר ה' אז ער זאל אדורכליינען די מעשה נורא ווייניגסטענס איין מאהל אין א חודש און ער זאל מודיע זיין די מעשה און דער גרויסען עונש וואס עס קומט פאר דעם וואס מען ענפערט נישט נאך קיין אמן נאך א ברכה און אפילו נאך א ברכה פון א קליין קינד.
און פון דאנען קען מען זיך נעמען א ביישפיל אז דאס איז די שטראף אויב מען ענטפערט נישט אויף א ברכה פון א קינד איז דאך אוודאי געוויס ווען מען געפינט זיך אין בית המדרש אדער אין דער שוהל , און דער בעל תפלה זאגט די הויכע שמונה עשרה און מען פארפעלט צו ענטפערען , וואס זאל שוין דעאמלס זיין ...
געדענקט דעם מוסר השכל פון דער מעשה נורא!!!
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

געווארן שומרי שבת און עכטע בעלי תשובה
ר' יוסף יצחק פרנס ע"ה איז געבוירן געווארן י"ג טבת תרל"ה. ער איז געוועהן די עלטסטער זוהן פון ר' אברהם יהושע פרנס ע"ה. ווען ער איז עלטער געווארן, איז יוסף יצחק'ס התמדה התורה געוועהן פונקט אזוי שטארק ווי זיין יראת שמים און אהבת הבורא.
ר' יוסף יצחק'ס משפחה איז ארגינעל געוועהן זייער רייך. זיין טאטע איז געוועהן א תלמיד חכם און א גרויסע בעל צדקה, אבער נאכדעם וואס ר' יוסף האט חתונה געהאט און האט געהאט אכט קינדערלעך, האט זיך זייער פינאנציעלער מצב אויסגעדרייט צום שלעכטען. דער ארימער פאטער האט באקומען אן אנווייזונג פון זיין רבי'ן ר' משה'לע דאמבראווער זצ"ל, ארויס צו וואנדערען מיט זיין משפחה צו די פאראייניגטע שטאהטן-אמעריקא.
ר' יוסף יצחק איז אנגעקומען קיין אמעריקא אין יאהר תרס"ה, און זיין פאמיליע איז ארויסגעפאהרן אביסל שפעטער, זיי האבן זיך באזעצט אין דער לאוער איסט סייד.
אין די פריע יאהרן אין אמעריקא, איז פאר ר' יוסף יצחק זייער שווער אנגעקומען די פרנסה. עס איז נישט געוועהן קיין געלט צו צאהלן די רענט, און צום סוף האט מען זיין גאנצע משפחה ארויס געווארפן פון זייער וואוינונג. נישט האבענדיג קיין אנדערע ברירה האט זיך ר' יוסף יצחק אריינגעצויגען אין דעם קעלער פון די שוהל ווי ער האט געדאווענט.
איין טאג, איז א מאן, וועלעכע האט געהאט יאהרצייט, געקומען דאווענען אין שוהל. ער איז צופעליג אראפ אין קעלער און ער האט באמערקט ווי קינדער לויפן ארום. "וואס טוט זיך דא"? האט ער געפרעגט דעם שמש. דער שמש האט אנגעוויזען אויף ר' יוסף יצחק, וועלעכע איז געשטאנען אין א ווינקל און אריין געקוקט אין א ספר. "איר זעהט דעם מאן דארט לערנען? די זענען זיינע קינדער, זיי וואוינען שוין דא אין קעלער עטליכע וואכן, ווייל מען האט עם ארויס געווארפן פון זיין דירה".
דער מאן איז געווארן בארירט פון ר' יוסף יצחק'ס קלעם. ער איז צו געגאנגען צום פלאץ ווי ר' יוסף יצחק האט געלערנט. "ר' איד, איך זעה אז אייער משפחה האט זיך געדארפט אריינציען אין דעם טינקלען קעלער, צווישן די אויווענעס און קוילן. איך קען נישט צוקיקן אזא זאך. ביטע, גיי טרעף זיך א וואוינונג, און איך וועל דיר געבן די רענט פאר עטליכע חדשים.
"איך זעה אז איר האט נאך נישט געדאווענט", האט ר' יוסף יצחק געענטפערט, "קודם גייטס דאווענען און דאן וועל איך אייך געבן א ענטפער".
פאר דעם מאן איז עס געוועהן א רעטעניש, וואס האט מען צו טראכטן וועגן אננעמען אזא פארשלאג? ער איז אבער טאקע געגאנגען דאווינען.
אין דער צייט האט ר' יוסף יצחק זיך נאכגעפרעגט וועגן דעם מאן. "איז ער א שומר שבת? האט ער געפרעגט. "ניין", האט מען עם געענטפערט, "דעם מאן'ס ביזנעס איז אפען און שבת".
ווען ער האט געענדיגט דאווענען איז דער מאן ווידער צוגעגאנגען צו ר' יוסף יצחק, "נו, וואס זאגסטו"? "א גרויסן דאנק פאר אייער גוטן ווילן, אבער איר קענט מיר נישט העלפן".
דער מאן האט זיך נישט געוואלט גלייבן. "וואס מיינט איר צו זאגן, אז איך קען אייך נישט העלפן? פון ווי ווייסט איר"? "איר זעהט", האט ר' יוסף יצחק מסביר געוועהן, "איך האב א פרינציפ נישט צו ניצן קיין שום געלט וואס איז פארדינט געווארן און הייליגן טאג שבת. איך הער אז אייער ביזנעס איז אפען און שבת, דערפאר קענט איר מיר נישט העלפן".
"איך קען עס פשוט נישט פארשטיין", האט דער מאן געזאגט, ,איר מעגט זיין פרום פאר זיך אליין, אבער וויאזוי קענט איר זיין אזוי אכזריות'דיג צו אייער קינדער"?
פארביטערט און צוטימלט, האט דער מאן פארלאזט די שוהל.
ווען ער איז אהיים געקימען האט זיין ווייב עם באגריסט. "הער זיך צו", האט ער איר געזאגט. "די וועסט נישט גלייבן די מעשה.
ער האט איר פארגעשטעלט ר' יוסף יצחק'ס ארימע צושטאנד. דאן האט ער איר ווייטער דערציילט, ווי אזוי ר' יוסף יצחק האט אפגעזאגט זיין שיינעם פארשלאג.
"אמת'דיג? איך מיז דאס זעהן"!
די פרוי איז מיטגעגאנגען מיט איר מאן מנחה צייט, און זי איז אראפ אין קעלער. ווען זי איז אראפ די טרעפ איז א אינגל אויך אראפ אין קעלער, האלטידיג א פעקל אין זיין האנט. "וואס האסטו אין דעם פעקל, מיין קינד"? האט זי געפרעגט מיט א פריינדליכע שמייכל. דער אינגל האט איר געוויזן זיין סחורה. עס איז געוועהן שטיקלעך בענאנעס פון דעם פרוכט פארקויפער, וואס זענען געוועהן צושניטן, דער שלעכטע חלק איז געוועהן אראפגעשניטן.
די פרוי איז צוגעגאנגן צו ר' יוסף יצחק. "מיין מאן וויל אייך העלפן, מיט'ן געבן פאר אייך געלט פאר רענט. פארוואס ווילט איר עס נישט אננעמען? ווי אזוי קענט איר צוקיקען ווי אייער פרוי און קינדער ליידען אזוי"?
"איך נוץ נישט קיין געלט וואס איז פארדינט געווארן און שבת". האט ר' יוסף יצחק געענטפערט מיט פשטות.
"אבער די מענטשען וועלכע זענען שומרי שבת, אפפערן אייך נישט קיין געלט", האט זיך דער פרוי מתווכח געוועהן. "דאן, דארפן מיר עס נישט. אויב השי"ת וויל מיר זאלן האבן, וועט ער אונז דאס שיקן דירעקט, אדער דורך א שומר שבת איד. אויב ער שיקט עס נישט, איז א סימן אז מיר דארפן אזוי לעבן".
די פרוי איז געוועהן בארירט ביי ר' יוסף יצחק'ס אמת'דיגע אמונה. זי האט גענימען איר מאן אין דער זייט.
"דאס איז א זעלטענע געלעגנהייט, אפשר זאלן מיר צומאכן אינזער ביזנעס נאר פאר איין שבת"? און אזוי, וועט דאס געלט וואס מיר וועלן פארדינען נעקסטע וואך זיין כשר, און מיר וועלן עם קענען געבן דאס געלט".
דער מאן האט מסכים געוועהן, און ווען ער האט עס איבערגעגעבען פאר ר' יוסף יצחק, האט ער אויך מסכים געוועהן צו דעם געדאנק.
יענעם שבת האט דער מאן פארשפארט זיין ביזנעס און ער האט געגעבען פאר ר' יוסף יצחק דאס געלט פאר זיין רענט.
אבער, די מעשה ענדיגט זיך נישט דא. דער מאן און זיין ווייב האבן אנגעהאלטן זייערע קאנטאקט מיט ר' יוסף יצחק, און ווי חז"ל זאגן, "מצוה גוררת מצוה" – "איין מצוה ברענגט צו א צווייטע מצוה". פון האלטן איין שבת און די מצוה פון צדרה, זענען זיי ענדליך געווארן שומרי שבת און עכטע בעלי תשובה.
יאהרן שפעטער, ווען ר' יוסף יצחק איז נפטר געווארן, האט איינער, וועלעכע איז צוריק פון די לוי' באטאנט, "האסטו געזעהן די מענטשען וועלכע זענען געוועהן אין חסידיש'ע מלבושים און האבן געטראגען דעם ארון אויף זייערע פלייצעס א לאנגע וועג? זיי זענען די קינדער און אייניקלעך פון דעם פארפאלק, וועלכע האבן געצאהלט די רענט".
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די שרעקליכע גניבה אין די סוכה

אין פנקס הקהל פון די שטאט קראקא איז פארשריבן א מעשה נורא וואס ס'האט פאסירט ביים מגלה עמוקות אלס יונגערמאן, ומעשה שהיה כך היה
אין די שטאט קראקא האט געוואוינט א איד א גביר א ת"ח ויר"ש, ער האט גענומען איידעמער תלמידי חכמים מופלגגין, דריי איידעמער האט ער געהאט, פאר זיין יונגסטע טאכטער האט ער גענומען א חתן, א בחור א געוואלדיגער ירא שמים און א גרויסער למדן, (ער האט געהייסן ר' נתן נטע שפירא זי"ע מחבר פון ספרה הקדוש מגלה עמוקות), וועלכער האט זיך געפירט בקדושה ובטהרה בפרישות יתירה, זיין שווער האט אים ליב געהאט אהבת נפש, דרכו בקודש איז געווען אז ער פלעגט אויפשטיין יעדע נאכט חצות און אפגעראכטן תיקון חצות מיט גרויס בכיות, אמאל האט ער אנגעזאגט פאר זיין פרוי אז זי זאל אנזאגען שטרענג איר פאטער און זיינע קינדער אז זיי זאלן נישט אריינקומען אין זיין צומער ווען ער רעכט אפ תיקון חצות, ווייל ס'וועט זיי אריינשטעלן אין א סכנה ח"ו.
ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך אויסגעלאכט דערפון, זיינע שוואגערס האבן געזאגט היתכן, ווי קומט פאר אזא יונגערמאן זיך צו האלטן אזוי בגאות און שטאלצירן מיט זיך אז קיינער קען נישט זיין דעמאלטס מיט אים אין צימער!, האבן זיי זיך אפגעשמועסט איינער מיט'ן אנדערן, אז ווען ער וועט גיין מערביד דאווענען אין שוהל אריין, וועלן זיי זיך דעמאלטס באהאלטן אין יענעם צימער צו זעהן וויאזוי ער רעכט אפ תיקון חצות, און ס'וועט זיי זיכער נישט שאדן, ס'וועט זיי גארנישט געשעהן.
זיי האבן טאקע אזוי געטוהן, זיי האבן זיך באהאלטן אונטער א בעט, און דא האט פאסירט אן אומגליק, ווען דער הייליגער יונגערמאן האט אנגעהויבן זאגן דעם תיקון, זענען זיי רח"ל אויסגעגאנגען אויפ'ן פלאץ, אנדעם וואס איינער זאל האבן אפילו געוואוסט פון עפעס.
דעם אנדערען צופרי ווען זיי זענען נישט אהיין געקומען, זענען די ווייבער זייערע געווארן שטארק אומגעדולדיג וואס מיט זיי איז געשען, איז מען זיי געגאנגען זוכן אין ביהמ"ד וואו זיי האבן פריער געלערענט, אבער מ'האט זיי נישט געטראפן דארט, ווען דער הייליגער יונגערמאן איז
געגאנגען אין שוהל אריין דאווענען שחרית, איז דער משרת אריין אין זיין צימער אויפרוימען, ווי ער עפענט די טיר האט זיך מיט אים געווארפן פאר פחד זעענדיג פאר זיך די צוויי איידעמר פונם בעל הבית זיינעם ליגן אויף דער רח"ל, ס'איז געווארן א גרויסער רעש, אלע האבן געוואוסט אז זיי זענען אויסגעגאנגען הערנדיג דעם תיקון חצות פון דעם הייליגען יונגערמאן ר' נטע. די גאנצע שטאט איז געווען איינגעהילט אין גרויס טרויער, יעדער איז גאגאנגען אפגעבן דעם כבוד אחרון פאר די נפטרים, ס'זענען פארגעקומען רייסענדע בכיות ביי די לוי', און דער יונגערמאן ר' נטע ווידער האט נישט געהאט קיין מנוחת הנפש וויסענדיג אז צוליב אים איז געשען דער אומגליק, האט ער געטראכט בשעת די לוי' אז אזוי ווי זייינע שוואגערס זענען אוועק נאר וויילס'האט זיי געשאדט דאס הערן מיין תיקון חצות, בין איך דאך בגדר פון א הורג נפש בשגגה וואס על פי תורה בין איך מחויב גלות, דערפאר האט ער מחליט געווען צו גיין גלות ליידן אלס א כפרה אויף דעם חטא.
ס'איז אדורך די שבעה רח"ל, האט ער דערציילט זיין ווייב וואס ער האט באשלאסן, ער האט איר באשוואוירן למען השם קיינעם נישט מגלה זיין דעם סוד, ער האט זיך איבערגעטוהן אין אנדערע מלבושים און אזוי ארויס שפאצירט פון שטאט און זיך צוגעטשעפעט צו א חברותא פון ארעמע ארחי פרחי'ס, און מיט זיי אינאיינען געגאנגען פון טיר צו טיר.
אין דעם זעלבע צייט איז ביי זיין שווער געווארן חושך, דער הייליגער טייערער יונגערמאן נטע'לע איז נישט דא, מ'האט אים גענועמן זוכען אין אלע גאסן אבער אן ערפאלג, ער איז נישט דא, זיין שווער האט אפגעשריבן פריווען צו אלע רבנים פון די ארומיגע שטעט, אזו אויב זיי וועלן זעהן זיין איידעם מיט די און די סימנים, זאלן זיי אים פארשטענדיגען תיכף ומיד, ער וועט דערפאר באצאלן א שיינם סכום.
ר' נטע איז אזוי ארום געגאנגען א גאנץ קיילעכדיג יאר מיט די באנדע ארימעלייט, ביז ס'איז אנגעקומען חודש אלול, האט ער אנגעהויבן זיך צו זארגען, וואו וועל איך טרעפן א אתרוג א הדר, וואו וועל איך קענען מקיים זיין די מצוה פון שלאפן אין א סוכה אזוי ווי איך בין געווען צוגעוואוינט ביי מיין שווער, ער איז אנגעקומען פאר יו"ט אין א גרויסע שטאט און איז צוזאם מיט אלע ארעמעלייט אריבער געגאנגען צום פרנס החודש אז ער זאל זיי געבן א גורל צו וועלכען בעה"ב ער זאל אנקומען און זיין דארט איבער יו"ט, דער פרנס איז געווען א שטיקל מבין אויף א צורה פונעם מגלה עמוקות, האט ער אים געפרעגט ווער ער איז? האט ער אים געענטפער אז ער איז אן עני ואביון אזוי ווי די אנדערע דא, ער האט אים נישט געוואלט זאגען ווער ער איז.
דער פרנס האט אים געגעבן דעם גורל-צעטיל אין איז געגאנגען דערמיט צו א גביר דארטן, א בר אוריין א ת"ח, אזוי ווי דער יונגערמאן ר' נטע האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון דעם גביר איברגעבנדיג אים דאס צעטיל, האט דער בעל אכסניא געזעהן אויף אים, אז ער איז עפעס א העכעער מענטש און פרעגט אים ווער ער איז, ר' נטע האט נישט געענטפערט קיין קלארע תשובה, ער האט אים אויפגענומען בסבר פנים יפות, אריינגענומען אין אן עקסטערן חדר, מכבד געווען אזוי ווי ס'פאסט זיך פאר אזא איד, ער האט אים געוויזן זיין הערליך שיינעם אתרוג און אים געזאגט אז ער קען אויך אתרוג בענטשן דערמיט, ר' נטע האט געדאנקט דעם באשעפער פאר האבן די מעגליכקייט מקיים זיין די מצות ארבעה מינים מהודרים אויך אין דער פרעמד.

ביינאכט נאכ'ן דאווענען זענען זיי אריין אין די הערליכע און שיין אויסגעצירטע סוכה, וכלים מכלים שונים, זילבערנע און גאלדענע כלים אויפ'ן טיש, ר' נטע האט געמאכט קידוש מיט גרויס התלהבות דקדושה און מחדש געווען חידושי תורה ביים טיש, דער בעה"ב דער גביר האט זיך מיט אים שטארק געווען משתעשע געווען און פארברענגט מיט אים א האלבע נאכט, נאכ'ן בענטשן זאגט אים דער בעה"ב אז ער קען שלאפן אין די סוכה א גאנצען יו"ט נאר איין זאך פארלאנגט ער פון אים, נישט צו פארגעסן צו צומאכן די טיהר פון די סוכה ווען ער גייט שלאפן, דער בעה"ב איז זיך געגאנגען לייגן שלאפן און ר' נטע האט ארויסגענומען פון טאש א קבלה ספר און זיך אראפגעשטעלט אין מיטן די סוכה און אזוי שטייענדיג געלערנט א גאנצע נאכט און אפילו נישט מרגיש געווען אז ס'זענען אריין געקומען די גנבים און גענומען אלעס פון טיש מיט די בעטגעוואנט אינאיינעם, און ער איז געשטאנען בהתפשטות הגשמיות נישט געזעהן און נישט געהערט גארנישט.
אין די פריע שעה'ן זייענדיג שוין שטארק מיעד, האט ער זיך אראפגעלייגט אביסל און געדרימלט, אביסל שפעטער איז דער בעה"ב אריינגעקומען אין די סוכה און צו זיין שטוינונג, טרעפט ער די טיר אפען אויסגעליידיגט פון אלעם, ער וועקט אויף ר' נטע'ן און פרעגט אים ר' איד וואו זענען אלע זאכן פון די סוכה? ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אאם האבן, דער בעל הבית איז געווארן אין כעס און האט אים געשלאגין.
באלד דעם ערשטן טאג חוהמ"ס, האט אים דער גביר גענומען צום רב פון שטאט און דערציילט אים וואס דער אורח האט געטוהן, און ר' נטע ענטפערט דעם רב, אז דער איינציגער באשפער איז עדות אז ער ווייסט נישט פון קיין גניבה, ער פילט זיך נאר שולדיג מיט דעם ואס ער האט פארגעסן וואס דער בעה"ב האט אים אנגעזאגט צו צושפארן די טיר פון די סוכה,
דער רב איז אויך געווען פון די צו וועמען ס'איז אנגעקומען א בריוו פון ר' נטע'ס שווער וועגן זיין "אנטלויפן" פון דער היים מיט אלע סימנים זיינע, אזוי קוקענדיג אויף אים און קוקענדיג אינעם בריוו, האט זיך דעם רב צוגעדאכט אז דא שטייט פאר נישט קיין אנדערער ווי דער "איידעם" פון קראקא, די סימנים שטימען! זאגט ער דעם גביר לאז אים אריין טראגען צו מיר אין צימער און דארט וועט ער מודה זיין אויף די גניבה, דער גביר האט מסכים געווען,

דער רב טראגט אים אריין און ווייזט אים דעם בריוו און פרעגט אים, "יונגערמאן" וואס זאגסט דו צו דעם בריוו? ר' נטע איז שטיין געבליבן און זאגט אים, יא! דאס איז מיין שווער פון קראקא, האט אים דער רב געזאגט איך בין גוזר בגזירת מרא דאתרא אז די זאלס מיר דערציילן די סיבה פון דיין אנטלויפען פון דיין שווער, ר' נטע האט נישט געהאט קיין ברירה און האט דערציילט אלעס וואס איז געשעהן מיט זיינע שוואגערס, אז זיי זענען געווען און זיין שטוב בשעת ער האט געזאגט תיקון חצות, און זענען דארט אויפן פלאץ אויסגעגאנגען ל"ע, דערפאר זעהט ער זיך א שוליגער דערין וואס ער האט דערפאר דעם דין ווי א הורג נפש בשגגה, האט ער דעריבער גענומען אויף זיך גלות ליידן, האט אים דער געפרעגט ער זאל אים זאגען די סיבה פון וואס זענען די שוואגערס געשטארבן? האט ער אים געענטפערט אז "ווען איך רעכט אפ תיקון חצות, וויין איך אזוי שטארק אז מ'קען עס נישט אויסהאלטן הערענדיג, און איך האב א זכי' פון הימעל אז איך הער דעמאלטס דאס זינגען פון די מלאכי השרת און דאס האלט מיך ביים לעבן, דערפאר האב איך אנגעווארענט יעדן אז קיינער זאל זיך נישט געפונען דעמאלטס אין צימער ווייל עס וועט זיי שאטן, מיינע שוואגערס האבן זיך אויסגעלאכט דערפון זאגענדיג, ס'איז גארנישט, מ'דארף נישט מורא האבן, און זענען יא אריינגעקומען, הערנדיג דאס קול פון די מלאכי השרת זענען זיי פון נעימות הקול דאס זיסן און געשמאקן קול אויסגעגאנגען רח"ל.
און וועגן די גניבה מעג מיר דער רב גלייבן אז איך בין אינגאנצען ריין דערפון, ער האט דערציילט דעם רב אז ער האט געלערנט א גאנצע נאכט אין די סוכה און ער האט גארנישט באמערקט און גארנישט געהערט און נישט געזעהן.
דער רב איז שטארק נתפעל געווארן פון דעם יונגערמאן און איז ארויס צום גביר וועלכער האט געווארט אינדרויסן און ער האט אים געזאגט, לפי דעתי איז דער איד ריין פון די גניבה און דו דארפסט אים מפייס זיין יעצט דא, דער גביר הערנדיג דאס איז שטארק נתפעל געווארן און איז צוגעגאנגען צו אים מיט גרויס הכנעה און געבעטן פון אים מחילה, האט אים דער יונגערמאן ר' נטע געזאגט אזוי, "זאלסט וויסן, אז ווען דו האסט מך געשלאגען אויף מיין פנים צוויי דריי מאל אן קיין שום חקירות ודרישות, האט מען גע'פסק'נט אין הימעל אויף דיר אדער דארפסטו אוועקגיין פון די וועלט רח"ל, אדער זאלסטו א גאנץ לעבן זיין א גרויסער ארעמאן ועני חשוב כמת", די ברירה איז ביי דיר אין די האנט אויס צו וועהלן איינע פון די צוויי.
דער גביר איז געווארן שטארק דערשראקן, און מיט א צעבראכן הארץ האט ער אויסגעוועהלט און מקבל געווען אויף זיך עניות, באלד איז ביי אים געשעהן א גרויסע שריפה, ס'איז אים אפגעברענט דאס גאנצע פארמעגן ל"ע, זעענדיג דאס, איז דער בעל הבית געפאלן צו די פיס פון דעם יונגערמאן און אים געבעטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים, האט ער אים געזאגט, איך האב רחמנות אויף דיר און איך בין דיר מוחל במחילה גמורה וואס דו האסט מיך געשלאגען, ווייל ווען נישט דו וואלט עס אן אנדערער געטוהן אויב דארף איך עס באקומען, דערפאר בין איך מבטל דעם פסק דין דעם הארבן, נאר איך פסק'ען אז דו זאלסט מער קיין עושר נישט זיין, נאר פרנסה זאלסטו האבן,
דער סוף איז געווען אז ער האט געטראפן די גניבה, און ער האט זיך געמאכט א געשפעט און פון דעם האט ער געצויגען זיין פרנסה, פרנסה בדרך כבוד, אויף צו קענען לעבען.
דערנאך האט ר' נטע געזאגט דעם רב, אז ער וויל שוין אהיים פארן קיין קראקא דער רב איז מיטגעפארן מיט אים, די שמחה ביי זיין שווער איז געווען עד אין לשער,
עטליכע טעג שפעטער איז דער רב אין קראקא נפטר געווארן האט מען געוואלט אויפנעמען אויף זיין פלאץ דעם רב, האט ער געזאגט, איך וויל נישט איבערלאזן מיין שטאט, נאר איך בין אייך מייעץ אז איר זאלט אויפנעמען פאר רב דעם יונגערמאן ר' נטע, ווייל ער איז א גאון און קדוש, מ'האט אזוי געטוהן און ר' נטע איז דאן געווארן די רב אין די גרויסע שטאט קראקא, ער האט דארט מחבר געווען דאס הייליגע ספר "מגלה עמוקות זי"ע.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אריננגעברענגט אן הרהור תשובה

ביים בעל התניא איז געוועהן א חסיד וואס האט געהאט א זוהן וואס איז געווארן א פורק עול ר"ל ער האט נישט געוואלט היטען מער די תורה מ'האט גערעדט מיט אים עטליכע מאהל אבער ס'האט גארנישט געהאלפען.
דער חסיד איז געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט זיין פראבלעם און געפרעגט אן עצה וואס מ'קען מיט אים טוהן, מחזיר למוטב צו זיין. האט אים דער רבי געזאגט אז ער זאל אים ברענגען צו אים, דער חסיד האט געזאגט ער וועט דאך אוודאי נישט איינגיין דערויף צו קומען צום רבי'ן. האט אים דער בעל התניא געזאגט אז מען זאל זיך משתדל זיין און אים אריינפאפן מיט אן ערמה דא אהער צו קומען.
בקיצור מ'האט אנגעוואנדען אלעס ביז מ'האט גע'פועל'ט ביי אים און ער איז געקומען קיין ליאזנא צום בעל התניא זי"ע, רייטנדיג אויף א פערד, נישט מיט קיין געשפאנטן וואגן אזוי ווי ערליכע אידן האבן זיך געפירט (רייטען אויף א פערד האט דעמאלס געהייסען אן אויסגעלאסנקייט און פריצות ווער ס'האט געהאט אין זיך א ריח של תורה האט נישט געריטן אויף א פערד).
דער בחור האט נישט געהאט געטראכט אריינצוגיין צום רבין נאר אדורכצופארן די שטאדט, און פאָרן ווייטער, אבער אנקומענדיג אהין האט מען אים אויפגעהאלטן און מ'האט אים ענדליך אריינגעברענגט צום רבין, דער בעל התניא האט אנגעהויבן צו רעדן מיט אים און בתוך הדברים האט ער געפרעגט "פארוואס ער איז געקומען רייטנדיג".
האט דער בחור געענפערט "ווייל זיין פערד איז זייער גוט" האט דער רבי געפרעגט "וואס איז שייך אז א גוטע פערד איז בעסער פון א פשוט'ן פערד, האט דער בחור געענפערט "אז א גוטע פערד האט א געוואלדיגע מעלה אז ער ברענגט א מענטש ער זאל שנעלער אנקומען וואו ער דארף. האט אים דער בעל התניא געזאגט "דאס איז אלץ גוט אויב מ'גייט אויפ'ן דרך הישר אויב אבער גייט מען אוועק פונעם דרך הישר דעמאלסט האט א גוטער פערד א חסרון אז ער פירט דעם מענטש נאך ווייטער פונעם ריכטיגן וועג" האט זיך אנגערופען דער בחור "אבער אז מ'זעהט און מ'כאפט זיך אז מ'איז פארקראכען און מ'גייט צוריק אויפ'ן דרך הישר דאן ברענגט דער פערד שנעלער צום ריכטיגען וועג" האט דער בעל התניא געזאגט "איז דאך אז מ'כאפט, זיך אז מ'כאפט זיך" די ווערטער האט ער איבערגע'חזר'ט עטליכע מאהל ביז דער בחור איז נתעורר געווארן בתשובה, און האט אויסגעבראכען אין א געוויין ער איז שוין געבליבען ביים רבי'ן דארט אין ליאזנא, און איז געווארן א בעל תשובה גמור.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א פחד איז געפאלען אויף זיי

באלד ווען רבי שלום שרעבי האט איבערגענומען דעם שטול פון ראש ישיבה אין די ישיבה פון די מקובלים בית א-ל האט ער איינגעפירט צו אפרעכטן תיקון חצות ביים כותל המערבי פון וואו די שכינה האט זיך קיינמאל נישט אפגעטוהן.
איינער אליין אהן קיין שום באגלייטערס האט זיך רבי שלום שרעבי ז"ל ארויסגעלאזט פאר האלבע נאכט צום כותל המערבי דארט אפרעכטן חצות, דאס הארץ האט אין איהם אויפגעברויזט פון דעם חורבן בית המקדש וואס ער זעהט פאר זיינע אויגן פון דעם גלות השכינה. פון די יסורים און ליידן פון דעם כלל ישראל און פון טיפעניש פון זיין הארץ האט זיך ארויסגעריסן א גרויסער וויי געשריי באגלייט מיט געוויין קרעכצן און זיפצן.
ארום דעם כותל המערבי האבן זיך באזעצט מאראקער אראבער ימ"ש, זיי האבן פיהל צרות אנגעטוהן פאר די אידן וועלכע זענען געקומען אויסגיסן דאס הארץ ביים כותל המערבי, זיי פלעגן ווארפן שטיינער שיסן מיסט און אדורכגיין מיט זייערע אייזלען אינמיטן דאוונען, זיי האבן געטוהן אלע מעגליכקייטן ענג צו מאכן פאר די אידן כדי זיי זאלן זיך אפהאלטן פון צו קומען צום כותל המערבי.
און דא פלוצלונג אינמיטן דער נאכט אין די שפעטע שעה'ן דערטראגט זיך צו זייערע אויערן יאמערליכע קולות פון דעם כותל המערבי די גוי'שע בלוט האט אין זיי אויפגעקאכט, אזא אומדערהערטע חוצפה!!!
אויף מארגן האבן די גוי'שע שכנים זיך צוזאמענגערעדט און זיי האבן באשלאסן צו דינגען עטליכע געזונטע אראבער זיי זאלען אפווארטן דעם איד אין די געסל וואס פירט אריין צום כותל המערבי און איהם דארטן הרג'נען ר"ל. די געדונגענע אראבער זענען געוועהן באוואפנט מיט מעסער'ס און העק, מיט עטליכע שעה פריער זענען זיי שוין געשטאנען גרייט און אפגעווארט די מינוט וואס דער אידיש'ע רב וועט קומען, פונקט ווי א טיגער וואס לאקערט אויף א שעפסעלע.
פאר האלבע נאכט, רבי שלום שרעבי גייט זיך לאנגזאם אין די שמאלע געדרייטע געשלענגעטע געסאלעך פון אלט שטאדט ירושלים, די מערדערער שטייען גרייט אויסצופירן זייער מערדערישן פלאן, אבער דער הייליגער רש"ש זצ"ל גייט אריבער און קיינער האט זיך קיין ריהר נישט געגעבן זיי זענען געבליבן ווי פארשטיינערט נישט קענענדיג ריהרן קיין גליד. דער רש"ש גייט צו צום כותל המערבי און פונקט ווי נעכטן ביי דער נאכט זעצט ער זיך אוועק אויף די ערד און רעכט אפ חצות מיט געוויין און קלאג.
ווען דער רש"ש ז"ל האט געענדיגט זיינע תפלות איז ער צוריק געגאנגען זיין וועג אדורכגעגאנגען נעבן די פארשטיינערטע אראבער נישט באמערקענדיג זיי און צוריק געקומען קיין בית א-ל.
די שכנים וועלכע זענען געוועהן זיכער אז דער איד וועט ערמארדערט ווערן האבן זיך געלייגט רוהיג שלאפן, ווי ערשטוינט זענען זיי געווארן ווען ארום האלבע נאכט האבן זיך ווידער געהערט די געוויינעריי און געיאמעריי וועלכע האבן זיך דערטראגן פון כותל המערבי.
אויפגערעגטערהייט זענען זיי געלאפן באלד אינדערפרי צו די געדונגענער אראבער, אבער צו זייער גרויסער ערשטוינונג זענען זיי נישט געוועהן אין שטוב, אויך זייערע פאמיליעס זענען געוועהן באזארגט נישט וויסנדיג וואו זיי זענען פארשוואונדען געווארן, זיי זענען אוועק פון שטוב שפעהט אויף דער נאכט נישט דערציילנדיג וואו אהין און ביז דערווייל זענען זיי נאכנישט צוריק געקומען.
קומענדיג צום ארט וואו דער מארד האט געדארפט אויסגעפירט ווערן האבן זיי געטראפן די מערדער שטיין ווי קלעצער זיי האבן נישט געקענט ריהרן מיט קיין גליד און נישט ענטפערן אויף זייערע פראגעס.
די אראבישע שכנים האבן יעצט פארשטאנען אז דאס איז א נס פון הימל און אז דער איד איז א ג-טליכער מאן, אבער ווער איז ער און ווי אזוי קען מען אים טרעפן כדי פאלן אים צו די פיס און אים איבערבעהטן, איידער דער שטראף וועט קומען אויך אויף זיי.
עס ווערט ליכטיגער אויפן טאג, מענטשן הייבן אהן צו גיין אויפן גאס עס נעמט נישט קיין לאנגע צייט און גאנץ ירושלים קלינגט מיט דעם וואונדערכליכע נייעס, מאסן מענשטן זענען געקומען זעהן דעם גרויס וואונדער, נאר די שכנים און פאמיליע פון די געשטראפטע לויפן ארום צוטראגן און ווייסן נישט ווי צו געפינען דעם ג-טליכען מאן.
דער רש"ש צו וועמענס אויערן עס האט אויך דערגרייכט די ידיעה, האט באשלאסן ארויס קומען און מקדש זיין שם שמים, כאטש ער האט נישט געוואלט ארויסגעבן אז עס קומט דורך אים, ער איז אוועק צום ארט וואו די אראבער זענען געשטאנען ווי פארשטיינערט און זיי געפרעגט צו זיי ווילן אים פארשפרעכן אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי מער קיין שלעכטס נישט טוהן פאר די אידן, די אראבער האבן צוגעשאקלט מיטן קאפ, דער רש"ש איז אוועק צום כותל המערבי און מתפלל געוועהן אויף זיי. צוריק קומענדיג האט ער זיי געוואונטשן א רפואה און באלד זענען זיי געווארן ווי אלע מענטשן. צוזאמען מיט די שכנים פון כותל זענען זיי אים געפאלן צו די פיס געקושט די זוימען פון זיינע קליידער און געשוואוירן אז מער וועלן זיי נישט טוהן קיין שלעכטס פאר א איד און זיי וועלן נישט שטערן פאר די אידן אפרעכטן זייערע תפלות ביים כותל המערבי.
דער קידוש שם שמים איז דעמאלסט געוועהן זעהר גרויס און דער נאמען פון דעם רש"ש איז שטארק פארהייליגט געווארן סיי ביי אידן און סיי ביי די גוים. "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך"!!
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

גֶעקְלִיבֶּענֶע מַעֲשִׂיּוֹת
אִיבֶּער דָאס מְסִירוּת נֶפֶשׁ פַאר אַ מִצְוֶה אֲפִלּוּ אִין דִי שְׁוֶוערֶע מִלְחָמָה יָארְן
פוּן מָרָן רַבֵּינוּ הַקָדוֹשׁ מסַאטְמַאר זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ


הִתְלַהֲבוּת בַּיים דַאוֶוענֶען
דֶער "בֵּרַך מֹשֶׁה" זי"ע הָאט אַמָאל דֶערְצֵיילְט, וָואס עֶר הָאט גֶעהֶערְט פוּן דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי דֶער "דִּבְרֵי יוֹאֵל" זי"ע, אַז דִי בֶּעטְן אִין לַאגֶער זֶענֶען גֶעוֶוען גֶעמַאכְט פוּן צְוֵויי אָדֶער דְרֵיי שְׁטָאק, דֶער רֶבִּי אִיז גֶעשְׁלָאפְן אוּנְטְן, אוּן הֶעכֶער אִים אִיז גֶעשְׁלָאפְן אַ פְרֶעמְדֶער מֶענְטְשׁ, דֶער רֶבִּי הָאט גֶעדַאוְונְט מַעֲרִיב אִין בֶּעט, אוּן בֵּיי שְׁמוֹנֶה עֶשְׂרֵה הָאט עֶר זִיךְ אוֹיפְגֶעזֶעצְט אוֹיפְן בֶּעט אַרָאפּלֵייגְנְדִיג דִי פִיס אוֹיף דֶער עֶרְד, וֶוען דֶער רֶבִּי הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ דַאוֶוענֶען שְׁמוֹנֶה עֶשְׂרֵה מִיט גְרוֹיס דביקות הָאט עֶר פַארְגֶעסְן וִוי עֶר גֶעפִינְט זִיךְ, אוּן עֶר הָאט זִיךְ גֶענוּמֶען זֵייעֶר שְׁטַארְק שָׁאקְלֶען, אוּן דִי גַאַנְצֶע בֶּעט צוּזַאמֶען מִיט דִי מֶענְטְשְׁן וָואס זֶענֶען גֶעוֶוען הֶעכֶער דֶּעם רֶבִּי'ן הָאט זִיךְ אוֹיךְ מִיטְגֶעשָׁאקְלְט, שְׁפֶּעטֶער הָאט דֶער רֶבִּי יֶענֶעם אִיבֶּערְגֶעבֶּעטְן נִישְׁט כאפנדיג אַז עֶר וֶועקְט אִים אוֹיף.

אַלֶעמָאל הָאט עֶר מִתְפַּלֵּל גֶעוֶוען
דֶער בִּיקְסַאד'עֶר רָב זצ"ל הָאט דֶערְצֵיילְט, אַז אַ שְׁטִיקְל צֵייט אִיז עֶר גֶעשְׁלָאפְן הֶעכֶער דִי בֶּעט פוּנֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן זִי"עַ אִין לַאגֶער, אוּן וֶוען אַלֶע זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען שְׁלָאפְן אִיז דֶער רֶבִּי אוֹיךְ גֶעגַאנְגֶען שְׁלָאפְן, אוּן מֶען הָאט גֶעמֵיינְט אַז עֶר שְׁלָאפְט, אָבֶּער אִיך הָאבּ גֶעזֶעהְן זֵייעֶר אַסַאךְ מָאל, וִוי אַ גַאַנְצֶע נַאכְט הָאט מֶען גֶעזֶעהְן וִוי זַיין מוֹיל שָׁאקְלְט זִיךְ, וֶוען אִיך הָאבּ זִיךְ אוֹיפְגֶעוֶועקְט צוּ אִיז דָּאס גֶעוֶוען אָנְהֵייבּ נַאכְט, צוּ אִינְמִיטְן אָדֶער סוֹף נַאכְט, אַ גַאַנְצֶע צֵייט הָאט זִיךְ זַיין מוֹיל גֶעשָׁאקְלְט אוּן מִתְפַּלֵּל גֶעוֶוען פַארְ'ן הֵיילִיגְן בַּאשֶׁעפֶער, אוּן אַזוֹי הָאט עֶר גֶעדִינְט דֶּעם אֵייבֶּערְשְׁטְן מִיט גְרוֹיס מְסִירוּת נֶפֶשׁ אֲפִלּוּ אִין דִי שְׁוֶוערְסְטֶע צַייטְן.

מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוֹיף נְטִילַת יָדַיִם
ֶס הָאט דֶערְצֵיילְט אַ אִיד וָואס אִיז גֶעוֶוען מִיטְן רֶבִּי'ן אִין לַאגֶער דִי גְרוֹיס מְסִירוּת נֶפֶשׁ וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהַאט בַּיים זִיךְ וַואשְׁן דִי הֶענְט אִינְמִיטְן דִי נַאכְט, עֶס הָאט אֵיינְמָאל פַּאסִירְט וֶוען דִי נַאצִיס הָאבְּן גֶעשְׁטֶעלְט אַ נַייעֶם שׁוֹמֵר זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף דִי רֵיינְקַייט אִין דֶּעם לַאגֶער וואוּ דֶער רֶבִּי אִיז גֶעוֶוען, דֶער מֶענְטְשׁ אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין פְרוּמֶער אִיד, הָאט עֶר גֶעזֶעהְן אַמָאל וִוי נֶעבְּן דֶּעם רֶבִּי'נְס בֶּעט אִיז אוֹיסְגֶעגָאסְן אַסַאךְ וַואסֶער, וֶוען דֶער שׁוֹמֵר הָאט דָּאס בַּאמֶערְקְט אִיז עֶר גֶעקוּמֶען שְׁרַייעֶן אוֹיפְן רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ נִישְׁט וואוּסְנְדִיג גֶעמַאכְט פוּן דֶּעם מֶענְטְשׁ, אוֹיף מָארְגְן אִיז עֶר נָאכְאַמָאל גֶעקוּמֶען אִין עֶר הָאט נָאכְאַמָאל גֶעזֶעהְן דִי וַואסֶער אוֹיסְגֶעגָאסְן, הָאט עֶר גֶעוָוארְנְט פַארְ'ן רֶבִּי'ן אַז עֶר וִויל דָּאס מֶער נִישְׁט זֶעהְן, אַזוֹי אִיז אַרִיבֶּער עֶטְלִיכֶע טֶעג בִּיז דֶער מֶענְטְשׁ הָאט גֶעסְטְרַאשֶׁעט פַארְ'ן רֶבִּי'ן אַז אוֹיבּ עֶר זֶעהְט דָּאס נָאךְ אֵיינְמָאל וֶועט עֶר אִים שְׁלָאגְן, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ נִישְׁט וִויסְנְדִיג גֶעמַאכְט, וֶוען דֶער שׁוֹמֵר אִיז גֶעוואוֹיר גֶעוָוארְן דִי גְרוֹיסְקֵייט פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן הָאט עֶר אוֹיפְגֶעהֶערְט צוּ שְׁרַייעֶן, אוּן אִיז שְׁפֶּעטֶער גֶעקוּמֶען אִיבֶּערְבֶּעטְן דֶּעם רֶבִּי'ן פַארְוָואס עֶר הָאט אִים מְצַעֵר גֶעוֶוען.

דִי הַארְבְּקַייט אוֹיף כָּשֶׁר'עֶרֶע עֶסְן
דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גָּארְנִישְׁט אַרַיינְגֶענוּמֶען אִין מוֹיל פוּן דִי עֶסְן'ס אִין לַאגֶער וָואס מֶען הָאט גֶעקָאכְט אִין דִי קָאךְ פוּנֶעם לַאגֶער, עֶר הָאט זִיךְ בַּאגֶענִיגְט מִיט אַבִּיסְל בְּרוֹיטְ מִיט קַארְטָאפְל וָואס דִי רֶעבֶּעצִין ע"ה הָאט פַאר אִים אַלֵיין צוּגֶעגְרֵייט, דִי רֶעבֶּעצִין הָאט גֶעהַאט אַן עֶקְסְטֶערְן טָאפּ פַארְ'ן רֶבִּי'ן, עֶס אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר אַסַאךְ מָאל וָואס דִי רֶעבֶּעצִין הָאט גֶעדַארְפְט וַוארְטְן עֶטְלִיכֶע שָׁעָה בִּיז זִי הָאט גֶעטְרָאפְן אַ בַּאגְלֵייבְּטֶער מֶענְטְשׁ וָואס קֶען גֵיין צוּם קָאךְ דָּאס אָפְּצוּקָאכְן, אוּן נָאכְדֶּעם הָאט זִי גֶעקֶענְט וַוארְטְן נָאךְ עֶטְלִיכֶע שָׁעָה בִּיז יֶענֶער הָאט דָּאס צוּרִיק גֶעבְּרֶענְגְט, אוּן נָאכְדֶּעם הָאט זִי דָּאס גֶעבְּרֶענְגְט צוּם רֶבִּי'ן.

מֶען דַארְף נִישְׁט זָארְגְן אוֹיף מָארְגְן
וִוי עֶס אִיז בַּאקַאנְט אַז אִין לַאגֶער צוּ בַּאקוּמֶען אַ שְׁטִיקְל בְּרוֹיטְ אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין גְרִינְגֶע זַאךְ, עֶס אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר אַסַאךְ מָאל אַז עֶס הָאט גֶעקֶענְט אַרִיבֶּער גֵיין עֶטְלִיכֶע טֶעג אוּן מֶען זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין שְׁטִיקְל בְּרוֹיט צוּ אַרַיינֶעמֶען אִין מוֹיל, אֵיינְמָאל הָאט פַּאסִירְט אַז אֵיינֶער וָואס אִיז גֶעוֶוען אִין דִי זֶעלְבֶּע לַאגֶער פוּנֶעם רֶבִּי'ן, הָאט אַמָאל גֶעבְּרֶענְגְט צְוֵויי גַאַנְצֶע בְּרוֹיט פַארְ'ן רֶבִּי'ן, וֶוען דֶער רֶבִּי הָאט דָּאס בַּאקוּמֶען הָאט עֶר אַרָאפְּגֶענוּמֶען אַ שְׁטִיקְל בְּרוֹיט וָואס עֶר הָאט גֶעדַארְפְט אוֹיף יֶענֶעם טָאג, אוּן דִי אִיבֶּערִיגֶע הָאט עֶר צוּטֵיילְט פַאר אַנְדֶערֶע אִידְן, אוּן נָאכְדֶּעם הָאט זִיךְ דֶער רֶבִּי אָנְגֶערוּפְן אִיך וִויל נִישְׁט זָארְגְן אוֹיף מָארְגְן, וַוייל דֶער זֶעלְבֶּער בַּאשֶׁעפֶער וָואס הָאט הַיינְט גֶעהָאלְפְן וֶועט אוֹיף הֶעלְפְן אוֹיךְ מָארְגְן.

אוֹיסְגֶעפַאסְט אוֹיף מָארְגְן
אִין יָאר תש"ד אִיז אוֹיסְגֶעפַאלְן דִי תַּעֲנִית שִׁבְעָה עָשָׂר בְּתַּמוּז שַׁבָּת אוּן מֶען הָאט גֶעפַאסְט דֶעמָאלְטְס זוּנְטִיג (וֶוען עֶס פַאלְט אוֹיס שַׁבָּת פַאסְט מֶען זוּנְטִיג דָּאס הֵייסְט תַּעֲנִית נִדְחֶה) , דֶער רֶבִּי אִיז דֶעמָאלְטְס אָנְגֶעקוּמֶען יֶענֶעם זוּנְטִיג אִין דִי שְׁטָאט האנאווער, אִין יֶענֶעם שְׁטָאט וֶוערְט נַאכְט זֵייעֶר שְׁפֶּעט, וֶוען דֶער רֶבִּי אִיז אָנְגֶעקוּמֶען הָאט עֶר נִישְׁט גֶעוואוּסְט אוֹיבּ עֶס אִיז שׁוֹין זִיכֶער נַאכְט, עֶר הָאט אַ גַאנְצֶע צֵייט גֶעקוּקְט אוֹיבּ עֶס אִיז שׁוֹין דָא זִיכֶער דְרֵיי שְׁטֶערְן'ס אוֹיפְן הִימְל, דֶער רֶבִּי הָאט גֶעקוּקְט זֵייעֶר לַאנְג, בִּיז עֶס אִיז שׁוֹין גֶעוָוארְן טָאג , (וַוייל דִי נַאכְט אִיז דָארְט זֵייעֶר קוּרְץ) הָאט שׁוֹין דֶער רֶבִּי נִישְׁט גֶעטָארְט עֶסְן, וֵוייל דֶעמָאלְטְס אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען פַארְ'ן דַאוֶוענֶען, הָאט דֶער רֶבִּי גֶעוַוארְט בִּיז נָאכְן דַאוֶוענֶען אִין דֶעמָאלְטְס הָאט עֶר אוֹיסְגֶעפַאסְט.

דִי מְסִירוּת נֶפֶשׁ פַאר דִי בָּארְד אִין פֵּאוֹת
עֶס אִיז בַּאקַאנְט אַז דִי נַאצִיס ימ"ש הָאבְּן פַאר קֵיינֶעם נִישְׁט גֶעלָאזְט דִי בָּארְד מִיט דִי פֵּאוֹת וֶועגְן רֵיינְקַייט פוּן דִי הָאר וָואס זֵיי הָאבְּן שְׁטַארְק אַכְטוּנְג גֶעגֶעבְּן, אוֹיבּ זֵיי הָאבְּן גֶעטְרָאפְן אַ אִיד מִיטְן בָּארְד אִין פֵּאוֹת, אָדֶער הָאבְּן זֵיי דָּאס גְלֵייך אָפְּגֶעשׁוֹירְן, אָדֶער הָאבְּן זֵיי אִים גְלֵייך גֶעשָׁאסְן, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט פַאר דֶּעם גֶעהַאט גְרוֹיס מְסִירוּת נֶפֶשׁ, עֶר אִיז אַלֶעמָאל גֶעגַאנְגֶען אַרוּמְגֶענוּמֶען דִי פָּנִים מִיט אַ שְׁמַאטֶע, עֶס הָאט אוֹיסְגֶעקוּקְט אַז דָּאס אִיז וֶועגְן צֵיין וֵוייטָאג, אָבֶּער דֶער רֶבִּי הָאט אַלֶעמָאל מוֹרָא גֶעהַאט אַז זֵיי וֶועלְן חָלִילָה טְרֶעפְן אַז עֶר הָאט נָאךְ אוֹיף זִיךְ דִי בָּארְד אִין פֵּאוֹת, אוּן דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט טַאקֶע גֶעהָאלְפְן אַז דֶער רֶבִּי הָאט אִיבֶּערְגֶעלֶעבְּט דִי גַאַנְצֶע מִלְחָמָה אִין גֶעבְּלִיבְּן מִיט דִי בָּארְד אִין פֵּאוֹת.

אַ נֵס מִיט דִי בָּארְד אִין פֵּאוֹת פוּן רֶבִּי'ן
עֶס הָאט דֶערְצֵיילְט דֶער בִּיקְסַאד'עֶר רָב זצ"ל, אַז אֵיינְמָאל אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ נַאצִי ימ"ש צוּ אִיבֶּערְקוּקְן דִי רֵיינְקַייט אִינֶעם גֶעטָּא, עֶר אִיז אַרִיבֶּער פוּן אֵיין צִימֶער צוּ דִי צְוֵוייטֶע אוּן הָאט אִיבֶּערְגֶעקוּקְט אִיבֶּערַאל, אוּן עֶס אִיז גֶעפַאלְן אַ גְרוֹיס שְׁרֶעק אוֹיף דִי נָאנְטֶע מֶענְטְשְׁן פוּנֶעם רֶבִּי'ן זי"ע אַז אוֹיבּ חָלִילָה דֶער רָשָׁע וֶועט טְרֶעפְן דֶּעם רֶבִּי'ן מִיט דִי בָּארְד אִין פֵּאוֹת וֶועט עֶר זִיךְ חָלִילָה נוֹקֵם זַיין אִין אִים, וֶוען דֶער רֶבִּי הָאט דָּאס גֶעהֶערְט אִיז עֶר גֶעוֶוען זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן, עֶס אִיז גֶעשְׁטַאנֶען אֵיינֶער גְרֵייט מִיט אַ שֶׁער מַאשִׁין אוֹיבּ חָלִילָה מֶען וֶועט דַארְפְן אָפְּשֶׁערְן דִי בָּארְד, עֶס הָאט נָאךְ אוֹיסְגֶעפֶעלְט עֶטְלִיכֶע מִינוּט וַוייל דֶער רָשָׁע אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען אֵיין צִימֶער נֶעבְּן רֶבִּינְ'ס צִימֶער, מִיר הָאבְּן גֶעוַוארְט מִיט גְרוֹיס שְׁרֶעק, נָאךְ עֶטְלִיכֶע מִינוּט קוּמְט אֵיינֶער אַרַיין אִין זָאגְט אַז דֶער רָשָׁע אִיז זִיךְ פְּלוּצְלִינְג אַוֶועקְגֶעגַאנְגֶען עֶרְגֶעץ אַנְדֶערְשׁ, מֶען קֶען נִישְׁט מְשַׁעֵר זַיין דִי גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה וָואס דֶער רֶבִּי הָאט דֶעמָאלְטְס גֶעהַאט.

אַ שׁוֹפָר פַאר דְרֵיי הוּנְדֶערְט צִיגְרֶעטְלֶעךְ
וֶוען עֶס אָנְגֶעקוּמֶען דִי טֶעג פוּן פַאר רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִין לַאגֶער, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁטַארְק צוּ אַרְבֶּעטְן עֶר זָאל טְרֶעפְן אַ שׁוֹפָר צוּ קֶענֶען מְקַיֵּם זַיין דִי מִצְוֶה פוּן בְּלָאזְן שׁוֹפָר, דֶער רֶבִּי אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר בַּאזָארְגְט אַז עֶס אִיז נָאךְ נִישְׁטָא קַיין שׁוֹפָר, בִּיז אֵיינֶער אִיז גֶעקוּמֶען זָאגְן פַארְ'ן רֶבִּי'ן אַז אִין דִי דֶערְנֶעבְּנְדִיגֶע מַחֲנֶה וואוּ עֶס גֶעפוּנֶען זִיךְ דִי פּוֹילִישֶׁע אִידְן, דָארְט גֶעפִינְט זִיךְ אַ שׁוֹפָר, אָבֶּער דֶער מֶענְטְשׁ וָואס הָאט דָּאס בֶּעט פַאר דֶּעם דְרֵיי הוּנְדֶערְט צִיגְרֶעטְלֶעךְ, פַארשְׁטֵייט זִיךְ אַז עֶס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען גְרִינְג אִין לַאגֶער צוּ טְרֶעפְן דְרֵיי הוּנְדֶערְט צִיגְרֶעטְלֶעךְ, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעאַרְבֶּעט מִיט אַלֶע כֹּחוֹת בִּיז עֶר הָאט פַארְשַׁאפְט דִי סְכוּם צִיגְרֶעטְלֶעךְ, אוּן מֶען הָאט גֶעבְּרֶענְגְט דִי שׁוֹפָר פַארְ'ן רֶבִּי'ן, וֶוען עֶס אִיז אָנְגֶעקוּמֶען רֹאשׁ הַשָּׁנָה, קַיין מַחְזוֹרִים אִיז דָארְט נִישְׁט גֶעוֶוען, מֶען הָאט גֶעדַאוְונְט אוֹיף אוֹיסְנְוֵויינִיג וָואס מֶען הָאט גֶעקֶענְט, אוּן פַאר דִי תקיעות הָאט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי גֶעזָאגְט אַ דְּרָשָׁה מִיט גְרוֹיס בְּכִיּוֹת, אוּן נָאכְדֶּעם הָאט עֶר גֶעמַאכְט דִי בְּרָכוֹת מִיט גְרוֹיס הִתְלַהֲבוּת פַאר דִי תקיעות אוּן גֶעבְּלָאזְן מִיט דִי שׁוֹפָר.

פִּיטֶער פַאר חֲנֻכָּה לִיכְט
אִין לַאגֶער פְלֶעגְן דִי דֵייטְשֶׁע רְשָׁעִים ימ"ש גֶעבְּן יֶעדְן טָאג פַאר דִי אִידְן אַבִּיסְל פִּיטֶער, אַ שְׁטִיקְל צֵייט פַאר חֲנֻכָּה הָאט דֶער רֶבִּי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ טְרַאכְטְן וָואס וֶועט זַיין מִיט חֲנֻכָּה לִיכְט, בִּיז דֶער רֶבִּי הָאט מַחֲלִיט גֶעוֶוען אַז עֶר גֵייט נֶעמֶען דִי פִּיטֶער וָואס עֶר בַּאקוּמְט יֶעדְן טָאג אוּן דָּאס אַוֶועקְלֵייגְן אוּן מַאכְן פוּן דֶּעם פֶעטְן'ס, כְּדֵי צוּ קֶענֶען מִיט דֶּעם אָנְצִינְדְן דִי חֲנֻכָּה לִיכְט אַנְשְׁטָאט שֶׁמֶן זַיִת, אֲפִלּוּ דֶער רֶבִּי הָאט גֶעוואוּסְט אַז אוֹיבּ דִי רְשָׁעִים וֶועלְן אִים טְרֶעפְן מִיט דִי חֲנֻכָּה לִיכְט קֶענֶען זֵיי אִים גְלֵייך שִׁיסְן.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער עילוי פון שטאט אין גלחים סעמינאר
צווישן די חשוב'ע בחורים אין בית המדרש וואס האבן גע'שמ'ט מיט זייער התמדה, האט זיך געפונען אַן אינגער בחור, א זון פון אַן ארימע אלמנה.
דער-דאָזיגער בחור האט יעדן איבערראשט מיט זיין שארפן מח און טיפן פארשטאנד, ער האט געברענגט די גרעסטע לומדים צו שטוינען אויף זיין בקיאות, דעריבער האבן אים אלע מכבד געווען און געלייגט גרויסע האפענונגען אויף זיין צוקונפט.
טרעפט זיך אמאל ווי דער בחור שפּאצירט אונטער די שטאט פארטיפט אין זיינע מחשבות און באמערקט גאר-נישט ווי קעגן אים שפּאצירט אַן אל-טער גלח, א פּראָפעסאר פון דעם גרויסן גלחים-סעמינאר וואס האט זיך געפונען אונטער די שטאט.
זעענדיג ווי עס גייט א בחור אזוי טיף פארטראכט האט עס דעם גלח זייער געפאלן. דער גלח האט אים אפּ-געשטעלט און עס האט זיך אנטוויקלט צווישן זיי א טיפער שמועס.
פאר'ן בחור וואס האט געהאט אזא גוטן קאפּ איז געווען אינטערעסאנט און געשמאק צו הערן און אויך צו טענה'ן איבער די טיפזיניגע פראגעס, ביז זיי זענען צוגעקומען צו שמועסן אין ענינים פון אמונה.
ביידע זענען געווען אזוי פארקאכט אינעם שמועס אז זיי האבן גארנישט באמערקט ווי עס ווערט שפּעט, און דער נאכט רוקט זיך אונטער. דער בחור האט ביים גלח אזוי שטארק נושא חן געווען, אז דער גלח האט פעסט בא-שלאסן ביי זיך אנצואווענדן אלע כוחות און פאר יעדן פּרייז אריינצופאנגען דעם בחור.
אויך אויף דעם בחור האט דער גלח געמאכט א גרויסן איינדרוק און ער האט געהאט גרויס פארגעניגן פון דעם שמועס מיט דעם פארשטענדליכן און געלערנטן גלח.
ביים אפּטיילן זיך פון דעם בחור האט דער גלח אויסגעדרוקט זיין דאנק פאר דעם גרויסן פארגעניגן וואס דער שמועס האט אים פארשאפט, און גלייכצייטיג האט ער געלאזט וויסן דעם בחור אז אויך אויף צומארגנס וועט ער אין די זעלבע אוונט שעה'ן קומען אין וואלד אריין פארצוזעצן דעם שמועס.
אין אנהויב איז דעם בחור גארנישט איינגעפאלן אז מיט דעם זוכט דער גלח אים צו פאנגען אין זיין נעץ פון טומאה, און דאקעגן האט ער געהאט א גרויסע הנאה סיי פונעם שמועס און נאך מער פון די חנופה-ווערטער וואס דער גלח האט אים אזוי גערימט און ארויסגע-הויבן דאס פארגעניגן וואס ער האט געהאט פון אים, האט ער מיט גרויס הנאה פארשפּראכן צו קומען מארגן אויך אויף א צווייטן געשפּרעך.
זייט דעמאלט פלעגט דער בחור זיך גאנץ אפט טרעפן מיט'ן גלח אין דעם וואלד. פארשטייט זיך אז קיינער האט דערפון נישט געוואוסט. צוביסלעך האט דער גלח געפונען צוטרוי ביי דעם אינגען בחור. פארשידענע געדאנקען האבן ר"ל צוביסלעכווייז אנגעהויבן אריינדרינגען אין זיין הארץ און וואס אמאל איז אלץ געווארן גרעסער די השפּעה פון דעם גלח אויף דעם בחור, דער עילוי וועלכער איז נאך אלץ געזעסן אין בית המדרש ביי די גמרא...
פּלוצלונג איז דאס גאנצע שטעטל אויפגעציטערט געווארן פון די שרעק-ליכע ידיעה... דער בחור, דער עילוי פון די שטאט, איז אנטלאפן און געפינט זיך אין גלחים-סעמינאר וואס איז אונטער די שטאט מעזריטש. ער האט באשלאסן זיך צו שמד'ן ר"ל...
די פעדער איז נישט בכח צו שיל-דערן וואס עס האט זיך אפּגעטאן אין שטעטל. מ'איז געלאפן צו די גלחים, פּרובירט משתדל צו זיין אויף פארשי-דענע אופנים, אבער קיין זאך האט נישט געהאלפן.
עס איז שווער צו שילדערן וואס-פארא שטארקער קלאפּ די-דאזיגע שמערצליכע ידיעה איז געווען פאר די ארימע צעבראכענע אלמנה וועלכע האט געהאפט צו דערלעבן נחת פון איר איינציגן זון. גאנצע טעג איז זי געשטא-נען פאר'ן טויער פון דעם גלחים-סעמינאר טראכטנדיג אז אפשר וועט זי זיך קענען אריינכאפּן און רעדן א ווארט מיט איר זון, בעטן ביי אים ער זאל רח-מנות האבן אויף איר און נישט אנטאן דעם שרעקליכן צער און די חרפּה, אבער דאס אלעס איז געווען אומזיסט, עס איז איר נישט געלונגען.
דער בחור איז געזעסן אין א פאר-מאכטן צימער אויפ'ן טורעם פון די סעמינאר געביידע, צו וועלכן עס איז געווען שווער צוצוקומען, און נאך שווערער איז געווען פון דארט צו אנטלויפן, און אזוי איז ער געזעסן און זיך געגרייט כופר צו זיין ר"ל, טראכ-טנדיג פון דעם גרויסן גליק צו וואס דער גלח האט אים איינגענאַרט.
מיט א פארווייטאגט הארץ איז די פארצווייפלטע אלמנה געלאפן צום הייליגן רבי ר' בער דער מעזריטשער מגיד זי"ע, און זיך אויסגעגאסן איר ביטער הארץ פאר'ן גרויסן צדיק. געווען איז עס א פרייטאג צופרי.
דער מגיד האט טרויעריג געשאָ-קלט מיט'ן קאפּ, ארויסגעלאזט טיפע קרעכצן און מיטאמאל האט ער איר אנגעהויבן צו טרייסטן מיט ווארימע רייד "עס איז נאך נישט פארפאלן, ער איז נאך א איד, איר טאָרט זיך נישט מייאש זיין ח"ו, איר זאלט נישט אויפ-הערן מתפּלל צו זיין צו השי"ת אז זיין הארץ זאל זיך צוריקקערן צו תשובה."
ווען די אלמנה איז אוועקגעגאנגען פון דארט האט דער מגיד פּלוצלונג צוזאמגערופן זיינע נאנטע געהויבענע מקורבים און חסידים און אנגעהויבן א טיפן שמועס אויפ'ן פּסוק "ונפש כי תחטא"... וויאזוי איז ווען א איד זינ-דיגט ח"ו, ווען א אידיש נפש פארלאזט דעם ריכטיגן וועג ח"ו...
די תלמידים האבן נישט פארשטא-נען די באדייטונג דערפון, עס איז פאר זיי זייער אויפפאלנד געווען אז אינמיטן א פרייטאג טאג זאל זיך דער רבי אריינ-לאזן אין אזא טיפן תורה שמועס, אבער זיי האבן אויסגעהערט דעם שמועס מיט גרויס אויפמערקזאמקייט.
אין א שעה ארום האט דער מגיד ווידער צוזאמגערופן זיינע תלמידים און זיך ווידער געשטעלט אויפ'ן פּסוק "ונפש כי תחטא" און אנגעהויבן פירן א שמועס אויף אַן אנדערן אופן.
אין צוויי שעה ארום האט דער מגיד ווידער גע'דרשנ'ט אויפ'ן זעלבן פּסוק און געזאגט א טיפע תורה וועלכע נישט אלע זיינע תלמידים האבן געקענט מיטהאלטן.
א שעה פאר ליכט-צינדן האט ער צום פערטן מאל גערופן דעם עולם און ווידער געשמועסט תורה, אלץ אויף דעם זעלבן פּסוק "ונפש כי תחטא..."
דאס זעלבע האט זיך אויך איבער-גע'חזר'ט ביי אלע שבת'דיגע סעודות, ביי יעדע סעודה האט דער מגיד גע'דרש'נט און געזאגט תורה אויף דעם זעלבן פּסוק.
אבער באזונדערס האט זיך אויסגע-צייכנט דער זיבעטער שמועס אויף דעם פּסוק וואס דאס איז געווען ווען דער מגיד האט געהאלטן ביי שלש סעודות אין די טונקל.
דער-דאזיגער שמועס, די שלש סעודות תורה, איז געווען פארבינדן מיט פיל מוסר און תוכחה באגלייט מיט גרויס התעוררות, אזוי אז עס האט דעם גאנצן עולם שטארק צעבראכן.
הייסע טרערן האבן זיך געגאסן פון די אויגן פון די צוהערער, יעדער איז געווען זיכער ביי זיך אז ער אליין איז דאס דער חוטא, דער זינדיגער מענטש, און נאר אים מיינען די רייד פון דעם גרויסן מגיד.
פּלוצלונג אינמיטן דעם שמועס האט זיך געמאכט א גרויסער ווינט, דער ווינט האט מורא'דיג געבלאזן און געטרייסלט דאס גאנצע הויז אין וועלכן עס האט זיך געפונען דאס בית המדרש מיט'ן פארזאמלטן עולם. אט האט זיך געדאכט פאר יעדן אז עס איז אנט-שטאנען אַן ערד-ציטערניש.
דער רעש האט זיך געשטארקט, דער ווינט האט שטארק געהילכט, אזוי אז מ'האט מער נישט געהערט דאס קול פונעם מגיד.
פּלוצלונג האט דער מגיד אויסגע-רופן: "זאל מען מאכן ליכטיג"!!!
אין דעם זעלבן מאמענט ווען מ'האט געברענגט די צוויי אנגעצינ-דענע ליכט אין בית המדרש האט זיך די טיר געעפנט און דער בחור איז אריינ-געקומען. צולויפנדיג צום מגיד האט ער אויסגעבראכן מיט א יאמערליך געוויין, אויסרופנדיג אָן כח: "חטאתי, עויתי, פשעתי"!
באלד האט מען אפּגעבענטשט, זיך געשטעלט דאווענען מעריב און נאך מעריב איז דער מגיד אריין צו זיך אין שטוב.
דער עולם האט ארומגערינגלט דעם בחור און אים געבעטן ער זאל זיי דערציילן וואס מיט אים האט פּאסירט.
מיט א שטיקעדיגן קול פון געוויין און מיט גרויס צעבראכנקייט האט דער בחור אנגעהויבן דערציילן וועגן זיינע ערשטע באגעגענישן מיט'ן גלח און וויאזוי ער האט אים מיט זיינע גלאטע און קלוגע בלאָפערישע רייד ביסלעכ-ווייז אנגעהויבן צו פירן צו ספיקות. אויך האט ער דערציילט וויאזוי עס האט אים כסדר געצויגן צום גלח, ביז ער האט זיך פּשוט דערפרייט ווען דער גלח האט אים געמאכט דעם מורא'דיגן פארשלאג.
דער בחור האט טיף אפּגעאטעמט און ווייטער דערציילט: "די גאנצע צייט האב איך מיך געשפּירט אין דעם סעמינאר אויסגעצייכנט, עס האט מיר גארנישט געפעלט. דער גלח האט מיך באזוכט עטליכע מאל אין טאג און אזוי מיך צוביסלעך באקענט מיט די יסודות פון קריסטליכן גלויבן. איך האב מיך גענומען גרייטן צו ווערן א תלמיד פון סעמינאר."
דער בחור איז שטיל געווארן אויף א וויילע און דערנאך ווייטער פארגע-זעצט: "אבער נעכטן אינדערפרי, איך ווייס נישט וואָס עס איז געשען, האב איך זיך פּלוצלונג אנגעהויבן מיישב צו זיין און זיך בארעכנט אז איך באגיי א מורא'דיגן פארראט קעגן מיין ארימע צעבראָכענע מוטער, די אלמנה וועלכע האט שוין נישט איינמאל אוועקגע-געבן דאס לעצטע שטיקל ברויט פון איר מויל פאר מיר און אליין האט זי זיך געלייגט שלאפן א הונגעריגע און אלעס פאר מיר, פאר מיין טובה-וועגן און פאר מיין הנאה.
"איך האב מיך אנגעהויבן ארומ-קוקן אין דעם שטיבל וואס איז פאר-מאכט אויך אלע זייטן. מען האלט מיך דא ווי א געפאנגענער אריינצונארן מיט געוואלד צו דעם פאלשן קריסטליכן גלויבן.
"איך האב מיך דערמאנט אז עס איז היינט פרייטאג. באלד וועט זיין שבת אויף דער וועלט. אין בית המדרש פארענדיגט מען יעצט דעם שיעור און מען נעמט זיך מעביר-סדרה זיין, מען הייבט זיך אָן צו גרייטן צום שבת-קודש און דא געפין איך מיך אין א מקום טומאה צווישן גלחים, גרייט צו ווערן א פאררעטער פון מיין פאלק"...
דער בחור האט זיך אפּגעווישט די טרערן און ווייטער דערציילט: "עס האט מיך אנגעהויבן צו פּייניגן א שרעקליכע בענקשאפט, א בענקשאפט צו די גמרא, צום בית המדרש, צו די קדושה פון השי"ת, צו די מאמע וועלכע ליגט אודאי קראנק פון עגמת נפש. עס האט זיך מיר פארגעשטעלט ווי מיין טאטע וועלכער געפינט זיך אויפ'ן עולם האמת איז אויפגעשטאנען פון זיין קבר און רייסט איין וועלטן נישט צו דערלאזן זיין זון צו אזא שרעקליכן שריט.
"פון מינוט-צו-מינוט האט זיך דער דאזיגער געפיל אין מיר געשטארקט און א גרויסער שרעק האט זיך אין מיר דערוועקט, וויאזוי האב איך מיך געוואגט צו טאן אזא שריט? צו ווערן א כופר באלקי ישראל. איך, דער בעסטער בית המדרש בחור, וואס האט יעדן איבערראשט מיט מיין לערנען.
"געוואלד!
"וואס איז מיט מיר געשען?
"איך האב אנגעהויבן צו שפּירן ווי עס ווערט מיר ענג אין מיין שטיבל. פארשידענע פּסוקים און גמרות וואס רעדן וועגן תשובה זענען מיר אויפגע-קומען אין מיין מח, איך האב געוואוסט אז איך בין א חוטא, איך האב מיך זייער מיאוס פארזינדיגט, אבער נאכנישט קיין פארפאלענער.
"וויאזוי קומט מען אבער ארויס פון דא אז די טיר איז פארהאקט און פארשלאסן?
"אט דערנענטערט זיך דער שבת. איך האב אנגעהויבן צו פילן א דערהוי-בנקייט פונעם הייליגן טאג, א שרעקליך רחמנות געפיל האט זיך דערוועקט צו מיר אליין, איך האב אנגעהויבן צו פילן ווי אומגליקליך איך בין, ווי פארשטוי-סן מיין נשמה איז געווארן צוזאמען מיט די פיל תורה וואס האב געלערנט.
"איך האב אנגעהויבן צו פילן ווי איך זינק און פאל וואס אמאל נידערי-גער און נידעריגער און איך וועל זיך שוין ח"ו קיינמאל נישט אויפהייבן צוריק.
"פול מיט פארצווייפלונג האב איך זיך אנידערגעווארפן אויף דער ערד און אנגעהויבן צו רייסן פון מיר די מלבו-שים און די האר פון קאפּ. עס איז מיר געווארן קאלט און ווארעם, איך האב פארלוירן מיינע מחשבות, בלויז איין מחשבה האט געהערשט אין מיין מח, דאס איז דער פּסוק "ונפש כי תחטא", די ווערטער פון דעם פּסוק האבן מיך געשטאכן ווי שפּיזן, זיי האבן מיך געהויבן און דערנאך צוריק אראפּגע-ווארפן מיט די געדאנקען אז נאר איך בין דאס דער דאזיגער וואס דער פּסוק מיינט.
"אין אזא צושטאנד האב איך פאר-ברענגט די גאנצע נאכט און אויך אויפ-צומארגנס. צו די שפּייז וואס מען האט פאר מיר געברענגט האב איך אפילו נישט צוגערירט. צו מיין מזל האט זיך די גאנצע צייט דער גלח נישט באוויזן צו מיר, און איך האב אנגעהויבן טראכטן וויאזוי אויסצופירן מיין פעסטן באשלוס, צו אנטלויפן פון דא צוריק צו מיין פאלק, צו די הייליגע תורה, צו מיין מאמען...
"עס איז אבער לייכט צו זאגן "אנטלויפן" ווען עס איז אפילו נישט מעגליך דעם קאפּ זיך ארויסצושטעקן דורך די טיר. איין אויסוועג איז דא, זיך ארויסווארפן פון פענסטער און אומקו-מען. איז מיר אבער אויפגעקומען דער געדאנק 'איז עס דען נישט א פארברעכן צו נעמען זיך דאס לעבן?'
"שפּעטער איז מיר אבער דער גע-דאנק וואס איז מיר פריער אויפגעקומען זיך ארויסצואווארפן פון פענסטער אויפ'ן שטאק יא געווען צו געפעלן,
איך האב באשלאסן אז פאר מיר וואס איך האב געוואלט ר"ל כופר זיין איז קיין אנדערע כפרה נישטא ווי "סקילה", דורך ארויסווארפן זיך פון פענסטער וואס חוץ דעם וואס ס'וועט זיין פאר מיר א כפרה וועט עס גלייכצייטיג אויך זיין א קידוש ה'.
"איך האב מיך גענומען גרייטן צום טויט. א גאנצן טאג האב איך פאר-ברענגט מיט תשובה און הייסע תפלות אויסגיסנדיג מיין הארץ פאר'ן רבונו של עולם אז מיין תשובה זאל אנגענומען ווערן. איך האב מיך דערמאנט דעם ערשטן שריט ווען איך האב שטילער-הייט אנגעהויבן זיך אוועקצוכאפּן פון בית המדרש צו לערנען די גוי'אישע שפּראך כדי איך זאל בעסער קענען פארשטיין און אנהאלטן די שמועסן מיט'ן גלח, וואס דאס האט מיר גע-ברענגט מיין אומגליק, און ווי נאר עס האט אנגעהויבן צו ווערן פינסטער אינ-דרויסן האב איך געעפנט דאס פענסטער און זיך געגעבן א שליידער ארויס, מורמלנדיג די ווערטער: "רבונו של עולם זאל מיין טויט זיין א כפרה אויף מיין זינד"!!
"ווען איך בין געקומען צו מיר האב איך מיך אומגעקוקט און באמערקט אז איך געפין זיך אונטער די שטאט מעז-ריטש, ווייט פון גלחים סעמינאר, איך האב פארשטאנען אז אט האט פּאסירט מיט מיר א גרויסער נס, א טאפּלטער נס, איך בין געראטעוועט געווארן פון "טויט" און פון "שמד" ר"ל.
"דער ערשטער געדאנק וואס איז מיר אויפגעקומען איז געווען גלייך צו לויפן צום הייליגן מגיד ער זאל ראטעווען מיין נשמה וואס איז אזוי פארשמוצט געווארן מיט זינד. און אט בין איך געקומען צום הייליגן מגיד נאך א תיקון, און איך בין מודה ומתוודה "בפני כל עם ועדה קעגן יעדן איינעם "חטאתי, עויתי, פשעתי"...
די תלמידים וועלכע האבן פריער נישט פארשטאנען די כסדר'דיגע שמועסן און תורות פונעם רבי'ן אויפ'ן פּסוק "ונפש כי תחטא" האבן ערשט יעצט דערפילט וואס פאר אַן עבודה דער רבי האט געהאט...
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

פדף נאר פון די אידיש'ע
אן אוצר, יישר כח!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
פדף נאר פון די אידיש'ע
אן אוצר, יישר כח!
יישר כח
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

זֵכֶר לְחוּרְבָּן

אַמָאל וֶוען דֶער הֵיילִיגֶער אַמוֹרָא רַב אַשִׁי הָאט חַתוּנָה גֶעמַאכְט זַיין זוּן אִיז דָאס גֶעוֶוען גָאר אַ גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה. אַלֶע חַכָמִים הָאבְּן זִיךְ גֶעפְרֵיידְט אוּן גֶעטַאנְצְט מִיט גְרוֹיס לֶעבֶּעדִיגְקֵייט.

וֶוען רַב אַשִׁי הָאט דָאס צוּגֶעזֶעהְן הָאט עֶר גֶענוּמֶען אַ טֵייעֶרֶע גְלָאז וָואס אִיז גֶעוֶוען וֶוערְד פִיר הוּנְדֶערְט זוּז, אוּן עֶר הָאט דָאס אַרָאפְּגֶעוָוארְפְן אוּן אִינְגַאנְצְן צוּבְּרָאכְן. אַלֶע פַארְזַאמֶעלְטֶע הָאבְּן זִיךְ דֶערְשְׁרָאקְן אוּן אַ טְרוֹיעֶרִיגְקֵייט הָאט זֵיי בַּאנוּמֶען.

רַב אַשִׁי הָאט זֵיי גֶעזָאגְט אַז דִי סִיבָּה פַארְ'ן צוּבְּרֶעכְן דִי טֵייעֶרֶע כֵּלִי אִינְמִיטְן אַזַא פְרֵיילִיכֶע צַייט אִיז, וַוייל וֶוען אוּנְזֶער הֵיילִיגֶער בֵּית הַמִקְדָשׁ אִיז חָרוּב פַּאסְט נִישְׁט אַז מֶען זָאל זַיין אַזוֹי שְׁטַארְק פְרֵיילִיךְ.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

תִּיקוּן חַצוֹת בַּיים חֲתַם סוֹפֵר

בַּיים הֵיילִיגְן חֲתַם סוֹפֵר זי"ע, אִיז גֶעוֶוען אַיינְגֶעפִירְט צוּ מַאכְן תִּיקוּן חַצוֹת צוּזַאמֶען מִיט דִי תַּלְמִידִים, יֶעדְן דָאנֶערְשְׁטִיג נַאכְט, גֶעוֶוענְלִיךְ פְלֶעגְט זַיין דֶער שְׁלִיחַ צִיבּוּר דֶער צַדִיק רֶבִּי פִישְׁל סוֹפֵר, וֶועלְכֶער פְלֶעגְט פַארְגִיסְן טַייכְן טְרֶערְן בְּשַׁעַתְ'ן זָאגְן.

אֵיינְמָאל הָאט זִיךְ גֶעמַאכְט אַז דֶער צַדִיק רֶבִּי פִישְׁל הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט קוּמֶען הָאט אַ צְוֵוייטֶער גֶעזָאגְט אַנְשְׁטָאט אִים, אָן דֶעם וָואס עֶר זָאל עֶרְוֶועקְן צוּ אַ גֶעוֵויין אוּן קְלָאג, הָאט זִיךְ דֶער הֵיילִיגֶער חֲתַם סוֹפֵר אָנְגֶערוּפְן נָאכְ'ן עֶנְדִיגְן: מִיר דַאכְט זִיךְ אַז דֶער מֶענְטְשׁ אִיז פוּן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע וַוארְטְן נִישְׁט אוֹיף מָשִׁיחַ, וַוייל וִויאַזוֹי אִיז מֶעגְלִיךְ צוּ מַאכְן תִּיקוּן חַצוֹת אָן אַ גֶעוֵויין אוּן קְלָאג?.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אֵיינֶער קוּקט , אֵיינֶער זֶעהט
דער הֵיילִיגֶער חָפֵץ חַיִים איז אַמָאל גֶעפָארְן אִין וֶועג מִיט א פֶערד און וָואגְן . אִין מִיטְן פָארְן אִיז דֶער בַּעַל עַגָלָה (דֶער וָואס פִירט די פֶערד) גֶעוָוארְן זֵייעֶר הוּנְגֶערִיג ער האט זֵייעֶר שְׂטַארק גֶעוָואלְט עֶפֶּעס עֶסֶען. ער האט זִיך גוּט אַרוּמגֶעקוּקט אוּן האט גֶעזֶעהן פוּן דֶערוֵוייטְנס א הֶערלִיכֶע פְרוּכְט בּוֹים שְׂטֵייט בֵּיי אֵיינֶעם אין גָארטְן מִיט גָאר שֵׂיינֶע זַאפְטִיגֶע פְרוּכְט.
דער בּעל עַגָלָה האט זיך אָפְּגֶעשְׂטֶעלט אוּן אַרָאפּ פוּן די פֶערְד אוּן אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּצוּגֵיין צוּם בּוֹים צוּ קֶענֶען נֶעמְן פון די פְרוּכְט. ער האט זיך גוט אַרוּם גֶעקוּקט אוֹיבּ אֵיינֶער זֶעהט און ער האט שוֹין גֶעוָואלְט גֵיין נֶעמְן פוּן די פרוכט .
פְּלוּצְלוּנג גִיט די הֵיילִיגֶע חָפֵץ חַיִים אַ שְׂרֵיי " אֵיינֶער קוּקט, אֵיינֶער זֶעהט ". דער בעל עגלה איז שְׂנֶעל אַוֶועק גֶעלָאפְן און זיך בַּאהַאלְטְן. נָאך אַפָּאר מִינוּט האט דער בעל עגלה וִוידֶער פְּרוּבִּירט. ער האט גֶעזֶען אז קֵיינֶער זֶעהט נִישׂט און ער האט נָאכאַמָאל גֶעוָואלט נעמן פון די פְרוּכְט.
דער הייליגער חפץ חיים האט וִוידֶער גֶעגֶעבְּן א שְׂרֵיי " אֵיינֶער קוּקט , אֵיינֶער זֶעהט ".דער בעל עגלה האט זיך גֶעוואוּנדֶערט וֶוער זֶעהט ,ער זֶעהט קֵיינֶער נִישׂט. ער פְרֶעגט דער חפץ חיים ווער זֶעהט , ווער קוּקט. האט דער חפץ חיים גֶעעֶנפֶערט דער אייבערשטער אין הִימְל קוקט , ער זֶעהט אַלֶעס וואס מען טוּט גָארנִישׂט איז בַּאהַאלְטְן פוּן אים , עֶר הֶערט אַלֶעס און אַלֶעס שְׂרֵייבְּט ער אַרָאפּ אין בּוך.
דער בעל עגלה האט זיך שְׂטַארְק פַארְשֶׂעמט אוּן ער האט שׂוֹין מער נִישׂט גֶעוָואלְט נֶעמְן פוּן א בּוֹים וָואס גֶעהֶער נִישׂט צוּ אִים וֵוייל ער האט שׂוֹין גֶעוואוּסט אַז אֵיינֶער קוּקט א גַאנצֶע צֵייט.
אורנשטיין משה
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:14 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורנשטיין משה »

Ban Mazel האט געשריבן:
אֵיינֶער קוּקט , אֵיינֶער זֶעהט
דער הֵיילִיגֶער חָפֵץ חַיִים איז אַמָאל גֶעפָארְן אִין וֶועג מִיט א פֶערד און וָואגְן . אִין מִיטְן פָארְן אִיז דֶער בַּעַל עַגָלָה (דֶער וָואס פִירט די פֶערד) גֶעוָוארְן זֵייעֶר הוּנְגֶערִיג ער האט זֵייעֶר שְׂטַארק גֶעוָואלְט עֶפֶּעס עֶסֶען. ער האט זִיך גוּט אַרוּמגֶעקוּקט אוּן האט גֶעזֶעהן פוּן דֶערוֵוייטְנס א הֶערלִיכֶע פְרוּכְט בּוֹים שְׂטֵייט בֵּיי אֵיינֶעם אין גָארטְן מִיט גָאר שֵׂיינֶע זַאפְטִיגֶע פְרוּכְט.
דער בּעל עַגָלָה האט זיך אָפְּגֶעשְׂטֶעלט אוּן אַרָאפּ פוּן די פֶערְד אוּן אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּצוּגֵיין צוּם בּוֹים צוּ קֶענֶען נֶעמְן פון די פְרוּכְט. ער האט זיך גוט אַרוּם גֶעקוּקט אוֹיבּ אֵיינֶער זֶעהט און ער האט שוֹין גֶעוָואלְט גֵיין נֶעמְן פוּן די פרוכט .
פְּלוּצְלוּנג גִיט די הֵיילִיגֶע חָפֵץ חַיִים אַ שְׂרֵיי " אֵיינֶער קוּקט, אֵיינֶער זֶעהט ". דער בעל עגלה איז שְׂנֶעל אַוֶועק גֶעלָאפְן און זיך בַּאהַאלְטְן. נָאך אַפָּאר מִינוּט האט דער בעל עגלה וִוידֶער פְּרוּבִּירט. ער האט גֶעזֶען אז קֵיינֶער זֶעהט נִישׂט און ער האט נָאכאַמָאל גֶעוָואלט נעמן פון די פְרוּכְט.
דער הייליגער חפץ חיים האט וִוידֶער גֶעגֶעבְּן א שְׂרֵיי " אֵיינֶער קוּקט , אֵיינֶער זֶעהט ".דער בעל עגלה האט זיך גֶעוואוּנדֶערט וֶוער זֶעהט ,ער זֶעהט קֵיינֶער נִישׂט. ער פְרֶעגט דער חפץ חיים ווער זֶעהט , ווער קוּקט. האט דער חפץ חיים גֶעעֶנפֶערט דער אייבערשטער אין הִימְל קוקט , ער זֶעהט אַלֶעס וואס מען טוּט גָארנִישׂט איז בַּאהַאלְטְן פוּן אים , עֶר הֶערט אַלֶעס און אַלֶעס שְׂרֵייבְּט ער אַרָאפּ אין בּוך.
דער בעל עגלה האט זיך שְׂטַארְק פַארְשֶׂעמט אוּן ער האט שׂוֹין מער נִישׂט גֶעוָואלְט נֶעמְן פוּן א בּוֹים וָואס גֶעהֶער נִישׂט צוּ אִים וֵוייל ער האט שׂוֹין גֶעוואוּסט אַז אֵיינֶער קוּקט א גַאנצֶע צֵייט.
זכותו יגן עלינו. היינט איז די יאהרצייט
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ייש"כ. שיין.
ועי' משנ"ב סי' קכח ס"ק קכ אודות שבולת סבולת.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ר' נפתלי פון פוזנא

דער הייליגער צדיק ר' נפתלי זי"ע איז געווען רב אין א קליין ארעם שטעטיל, ער אליין האט אויך נישט געהאט פון וואס צולעבן. אז ער האט זיי געוואלט ארויס העלפן פון זייער ארעמקייט און אינאיינעם זיך זעלבסט א טובה טאן, איז געווען זיין מנהג, ביי זיי צובעטן א מתנה. אז זיי האבן אים געקויפט די מתנה זענען זיי אין זיין זכות געהאלפן געווארן.

די שטאט לייט, ווי זיי האבן געזען אז מיט זייער מתנות באקומען זיי הצלחה, האבן פון אים פארלאנגט אז ער זאל וואס מער פאדערן פון זיי מתנות.

איינמאל איז אויסגעקומען פאר עטליכע גרויסע לייט אדורך צופירן דורך יענעם שטעטיל א וואונדערבאר קעסטילע, פון וואס די גאנצע שטאט איז געלאפן באקוקען דאס נייעס. אויך דער רב איז געגאנגען באקוקען און האט באמערקט אז אין עפענען דאס טירל פון דעם וואנדערבארן קעסטל שטעקט א גרויסער סוד, ער האט זיי געבעטן אים טאן א טובה און ווייזן ווי אזוי דאס טירל צו עפענען. זיי האבן אים צוליב געטאן און ער האט אינעווייניג באמערקט גרויסע וואונדער.

ער איז אהיים געגאנגען, אויפ'ן גאנצן וועג האט ער אלץ געטראכט וועגן דעס קעסטעלע. ווילענדיג פראבירן זיינע שטאט'ס לייט צו זיי האבן בטחון צום באשעפער, האט ער באשלאסן צו פאדערען ביי זיי פונקט אזא קעסטעלע וואס ער האט אין יענעם טאג געזען. ער האט געשיקט א בריוול צו עטליכע חשובים וועגן דעם.

זיי האבן איבערגעליינט דאס בריוול, זעענדיג אז דאס איז פאר זיי אונמעגליך, זייער גאנץ עשירות וועט נישט זיין גענוג אויף דעם, האבן זיי באשלאסן, אים גארנישט צו ענטפערן, און ממילא וועט ער שוין פארשטיין אז זיי קענען אים דאס מאל, נישט צוליב טאן.

אויפ'ן צווייטן טאג האבן זיי ווידער פונ'ם רב ערהאלטן וועגן דעם קעסטעלע א בריוול, זיי האבן געמאכט אן אסיפה וואס מען זאל טאן צו מען זאל אים ווייטער נישט ענטפערן, צו מען זאל צו אים שיקן עטליכע מענטשן וואס זיי זאלן אים גובן צו פארשטיין אז ער פאדערט פון זיי צושטארק. דער צווייטער פונקט איז זיי אלעם שטארק געפאלן און בהסכם כולם האט מען אויסגעקליבן דריי מענטשן מיט געשליפענע צינגלעך און זיי געשיקט צום רב.

ווי דער רב האט זיי ביי זיך אין שטוב דערזען, האט ער זיי געפרעגט וועגן וואס זיי זענען געוקמען. עס האט זיך פון זיי אנגעהויבן צו שיטן ווערטער מיט עזות אקעגן דעם רב. דער ערשטער האט געענטפערט: מאכט אייך נישט נאריש און פאדערט נישט פון אונז אזעלכעס, וואס מיר וועלן אייך נישט געבן. דער צווייטער האט געענטפערט אביסל געלאסענער ווי דער ערשטער און האט געזאגט: רבי, פאדערט נישט פון אונז אזעלכעס וואס מיר קענען באין אופן נישט צוליב טאן. דער דריטער האט געענטפערט מיט מער דרך ארץ ווי די ערשטע צוויי נאר אויך אין זיינע רייד האט מען דערקענט עזות. ער האט געזאגט: רבי, לאזט אונז צורו, מיר זענען נישט אומשטאנד אייך צוגעבן אזעלכעס, צען אזעלכע שטעטליך ווי אונזערע וועלן קיינמאל אין דער וועלט אזעלכעס נישט אויספירן, על כן בעטן מיר פון אייך אז איר זאלט אונז נישט אנטאן קיין עגמת נפש מיט אייערע בריוולעך.

אז זיי האבן אפגערעדט האט דער רבי זיי אויפסניי געפרעגט צו זיי וועלן אים שענקען אזא קעסטעלע ווי יענע? אלע האבן מיט איין קול געענטפערט אז נישט. דאס האט דעם רבי'ן שטארק פארדראסן און ער האט צו זיי געזאגט: נו איך וועל אייך יא געבן מתנות, אבער גאנץ נישט קשה'דיגע. דו, (דער ערשטער) וועסט דעם יאר נישט ענדיגן. דו (דער צווייטער) וועסט אין דעם יאר באגליקט ווערן מיט א גרויס פארמעגן, דיין סוף וועט אדער זיין אז דו וועסט אריינפאלן אין רויבערישע הענט און דארט וועסטו דיין טויט באקומען. דו, (דער דריטער) וועסט באגליקט ווערן מיט עשירות און מיט א געראטענעם זון, חאטש דו האסט נאך קיינמאל נישט געהאט קיין קינדער, נאר ווען דיין זון וועט אלט ווערן דרייצן יאר וועט ער זיך שמד'ען. זיי האבן זיך פון זיינע רייד כמעט ווי אויסגעלאכט, און זענען פון זיין שטוב ארויסגעגאנגען.

ווי זיי האבן די טיר פארמאכט, זענען אנגעקומען די דיינים, וואס פלעגן אלע טאג קומען צום רב. בשעת דער רב האט זיי דערזען האט ער געשיקט נאך משקה. ער האט צו זיי געטרונקען לחיים און געזאגט: ווינשט מיר מזל טוב, א דאנק דעם באשפער בין איך אויסגעקליבן געווארן פאר רב אין פוזנא. זיי האבן אים אנגעקוקט פארוואונדערט און האבן נישט פארשטאנען, וואס זיינע ווערטער באדייטען. נאכדעם ווי זיי האבן אלעס ביי אין אין שטוב געענדיגט זענען זיי פון אים אוועקגעגאנגען נישט צו זיך און שטוב אריין, נאר צו די חשוב'ע לייט פון די שטאט און זיי דערציילט, וועגן דעם מזל טוב וואס דער רב האט זיך געהייסן וואונטשען. די שטאט'ס לייט האבן רוהיג א מאך געטאן מיט זייערע הענט, ווי איינער זאגט נישקשה, ער וועט אונז נישט אפלאזן, ווייל עס פעלט אים גארנישט ביי אונז. זיי האבן גארנישט געוואלט אין דעם אריינקלערן. זיי האבן אבער געהאט א ביטערן טעות., אין דריי טאג ארום איז צו זיי אין שטעטיל אראפגעקומען עטליכע חשוב'ע לייט פון פוזנא. מיט א בריוו צום רב, אז ער זאל שוין מיט זיי מיטפארן קיין פוזנא. און דארטן וועט ער ווערן רב און ראש ישיבה.

דער רבי האט זיך גענומען גרייטן אין וועג אריין. דאס איז מען באלד געוואויר געווארן אין שטעטל, אלע זענען געקומען זיך איבערבעטן דעם רב און ביי אים פועל'ן אז ער זאל זיי נישט איבערלאזן ווי יתומים. דער רב האט זיי געענטפערט אז אזוי ווי עס איז מעגליך אז הימל און ערד זאלן באהעפט ווערן אין איינס, אזוי וועט ער ווייטער בלייבן ביי זיי אין שטאט אלס רב. ער האט זיך מיט זיי געזעגענט און איז אוועק געפארן קיין פוזנא. דארט האט מען אים פיל כבוד אנגעטאן, און ער איז דארטן געווארן רב און ראש ישיבה.

אזוי ווי ער האט פארלאזט זיין שטעטל, האט דארטן אנגעהויבן מקויים צו ווערן די קללות אויף די דריי שלוחים וואס זענען צו אים געהאט געקומען מיט עזות רייד. דער ערשטער איז פלוצלינג געשטארבן. דער צווייטער איז וועגן גרויסע געשעפטן געפארן, און אויפ'ן וועג האבן אים גזלנים דער'הרג'ט. דער דריטער איז זייער רייך געווארן און זיין ווייב האט אים געבוירן א זייער געראטענעם זון - שמעון. אז דער שמעון איז אלט געוארן צען יאר איז די גאנצע שטאט פיל געוועזען פון זיין שארפן העלדישן קאפ. ווער ס'איז געוועזען צופרידען און נחת געשעפט האט אדער נישט געשפירט די וואונדען וואס זענען געווען ביי שמעונ'ס פאטער אין הארץ. ווייל, זעענדיג דעם סוף פון די ערשטע צוויי האט ער געוואוסט אז אויך אויף אים וועט מקויים ווערן דעם רב'ס קללה. ער האט געזוכט אן עצה אז ער זאל זיך כאטש קענען ראטעווען, און מענטשן זאלן אויף אים מיט זייערע פינגער נישט טייטלן אז ער איז דעם משומד'ס פאטער.

אין דעם זעלבן שטעטל איז געווען איינער וואס מ'האט אים גערופן "שלום דער בעטלער" זיין פרנסה האט ער געצויגן דערפון, וואס ער פלעגט ארום פארן, אויף זיינע אייגענע וועגעלע, פון איין שטאט אין דער צווייטער צונויף קלייבן נדבות. אט צו דעם בעטלער האט זיך שמעונ'ס פאטער געווענדעט מיט א בקשה אז ער זאל אים אוועק פירן אין א פרעמדע שטאט, און דארטן אים איבערלאזן אויף א זיכער ארט, כדי ווען ער וועט זיך שמד'ן זאל קיינער נישט וויסן וועמנס זון ער איז. ער האט אים צוגעזאגט דערפאר גוט צו באלוינען און האט אים געגעבן פאראויס פאר א גאנץ יאר.

אין מיטן נאכט, ווען דער קליינער שמעון איז אויף זיין גביר'ש אויסגעבעט געלעגער געליגען, נישט חלומ'נדיג אפילו פון דעם געוועזענעם טאג, האט אים "שלום דער בעטלער"” א שלאפענדען צו זיך אויף דער פור ארויפגעלייגט. די עלטערן האבן דעם בן יחיד זייערן מיט בלוטיגע טרערן און מיט הייסע ברענעדיגע קישן, זיין פנים באדעקט, און זענען באלד פון אים, ווי פון א גרויס אומגליק אוועקגעלאפן. אזא שרעקליך טרויעריגען איינדרוק האט אויף זיי דער געדאנק וועגן זייער זונ'ס שמד געמאכט. ער איז מיט אים אועקגעפארן אין א פרעמדע שטאט אריין.

צומארגינס האט זיך שמעון אויפגעכאפט פון זיין שלאף. ער האט באמערקט אז ער ליגט אויף א פור, צווישן פרעמדע אפגעריסענע קינדער. ער האט זיך אויפגעזעצט און געפרעגט וואו איז ערגיץ זיין פאטער און מוטער. שלום האט אים געפרובט איינדרעדן אז ער איז זיין פאטער. נאר דאס אלעס האט גארנישט געהאלפן, און דער קליינער האט געהאלטן אין איין שרייען צו די עלטערן, אז ער איז מיד געווארן פון וויינען איז ער צוריק איינגעשלאפען. דער צווייטער שלאף האט פון אים אוועקגערויבט די רעשט זכרון און ער האט שוין כמעט פארגעסן זיין אפשטאמונג.

שלום האט אים די ערשטע צייט גאנץ ארענטליך בעהאנדלט, אים געגעבן ווייס ברויט מיט פוטער צו עסן, כאטש ער מיט זיינע קינדער האבן שווארץ טריקען ברויט געגעסן. ער האט אים געלאזט טראגען זיינע רייכע מלבושים. אז עס איז דורכגעלאפן עטליכע וואכן, האט ער אים אויסגעטאן זיינע רייכע מלבושים, אים אנגעטאן אין אפגעריסענע צוגלייך מיט זיינע קינדער, און אים געשיקט פון איין שטוב אין דער צווייטער קלייבן נדבות. ער האט פון אים געהאט א גרויס הכנסה, ווייל זיין פנים האט עדות געזאגט אז ער איז פון רייכע עלטערן און ער האט ביי יעדן אין הארצן רחמנות אויף זיך דערוועקט. שלום איז פון יענער שטאט אוועקגעפארן און געקומען אין א גרעסערע שטאט, מיטנעמענדיג שמעונ'ן אלס בעטלער אין די הייזער.

איינמאל,דאס איז געווען ווינטער אין א גרויסן פראסט, ווען זיינע צוריסענע מלבושים האבן אים קיין קעלט נישט געזשאליוועט, האט זיך שמעון מיישב געווען אנשטאט צוגיין נדבות בעטלען און געפרוירן צו ווערן, איז גלייכער צו גיין אין בית המדרש אריין לערנען, וועט ער אויך באקומען זיין עסן און דערצו, ער וועט מער נישט פרירן. ער האט אזוי געטאן. שלום האט אים אומעטום געזוכט, זעענדיג אז ער געפונט זיך אין ערגיץ נישט, האט ער גערעכנט מסתמא איז ער צוגעשטאנען צו אן אנדערן בעטלער, און ער איז פון דארט באלד אפגעפארן און זיך מער נישט געוויזן פאר שמעונ'ס עלטערן.

שמעון האט זייער גוט געטראפן מיט זיין איינפאל. אין דעם בית המדרש האט מען אים ליב באקומען און אים אפגעשיקט אין א ישיבה. אין דער ישיבה האט ער ארויס געוויזן זיין בקיאות אין פוסקים און דערפאר, האט אים שוין גאר נישט געפעלט. אלע גבירים און שענסטע לייט פון שטאט האבן געהאלטן פאר א זכייה, אז ער האט געוואלט צו זיי אריינגיין עסן. אין יענער ישיבה איז ער נישט מער ווי א האלב יאר געווען, דען מען האט אים געמוזט אפשיקן אין א גרעסערע ישיבה, אבער אויך פון דער צווייטער האט מען אים געמוזט אפשיקן אין א גרויסע ישיבה אריין און מען האט אים געשיקט אין איינע פון די פוזנער ישיבות. דארט האט ער צוגלייך מיט אלע לומדים עוסק געווען אין קבלה. זיין קאפ און פארשטאנד איז געווען איינס אין דער וועלט.

ויהי היום, האט דער רב פון פוזנא, דער הייליגער ר' נפתלי זי"ע, געשיקט בריוו צו אלע ראשי ישיבות אז דעם בעסטן און ארענטליכסטן בחור, וואס איז נאך נישט קיין 18 יאר אלט, זאל מען צו אים שיקן, דען ער וויל אים פרובען און זען צו ער וועט אים קענען נעמען פאר אן איידעם. אלע ראשי ישיבות האבן פון בעסטן און שענסטען צו אים געשיקט. צווישן די געציילטע בחורים איז געווען שמעון אלס דער בעסטער. באלד ווי דער רב האט שמעונ'ן באמערקט צווישן די בחורים, האט ער אין אים דערקענט, אז ער איז אן עילוי און ער האט אים פארבעטן צו זיך אין א באזונדערן צימער און דארטן אים געפרובט אין לערנען. זיין בקיאות האט חן ביים רב געפונען, און ער האט באשלאסן מיט אים זיך צו משדך זיין. אלע בחורים זענען צוריק אין זייערע ישיבות געשיקט געווארן, נאר שמעון איז פארבליבן ביים רב אין הויז. דער רב האט אים געפרעגט ווער און פון וואנען זיינע עלטערן שטאמען, האט ער נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, דען ער האט דאך אין זיין שטאט פארגעסן, ער האט נאר דערציילט די מעשה מיט שלום דער בעטלער. דער רב האט דריי טעג נאכאנאנד געהאט צו טראכטן צו ער זאל אים פאר אן איידעם נעמען, און אז ביי אים איז געבליבן אז יא, האט ער אים געפרעגט צו ער באשטייט דערויף, האט ער געענטפערט אז יא, און עס איז געשריבן געווארן תנאים. דעם זמן החתונה האט מען אפגעלייגט אויף דעם טאג וואס ער וועט ווערן בר מצוה.
עס איז אונטער געקומען די וואך פון די חתונה, די פארבעטענע געסט, מיט אלע ראשי ישיבות זענען אנגעקומען. מען האט געמאכט גרויסע סעודות די עטליכע טעג וואס פאר דעם חתונה טאג, און ביי יעדער סעודה האט דער חתן געהאלטן זייער שיינע דרשות.

יענע וואך איז פונקט געווען א יריד אין פוזנא, און אז די יריד סוחרים זענען געוואויר געווארן וועגן די חתונה וואס דארף פארקומען ביים רב און די זעלטענע שיינע דרשות וואס דער חתן זאגט, זענען זיי געגאנגן הערן די דרשות. צווישן זיי איז געווען איינער א זייער נאנטער קרוב פונ'ם חתן, דעם חתנ'ס פאטער'ס א ברודער. ער האט זיך גוט איינגעקוקט אין דעם חתנ'ס פנים, עס האט אים אנגעהויבן שווינדלן פאר די אויגן, דען ער האט אין אים דערקענט זיין ברודער'ס זון. אן איבעראשטער פון דעם פלוצלינגען באגעגעניש האט ער קוים מיט זיינע פיס זיך דערשלעפט צו דעם ארט וואט ער האט געהאלטען סטאנציע. ער האט זיך אנידרגעלייגט, אויף זיין געלעגער און האט נישט געקענט שלאפן. דאס האט אין שטארק גערגערט און ער איז געבליבן ליגן א פאר'חלש'טער.

נאך דעם וואס מ'האט אים דערמונטערט, און אים געבעטן דערציילן וועלכיס האט אויף אים אזוי שלעכט געווירקטז? ער האט דערציילט שמעונ'ס גאנצע ביאגראפיע און זיין צוקונפט און דער עיקר, אז דער רב האט אים געשאלטן און איצטער נעמט ער אים פאר אן איידעם. דער בעל אכסניא איז אויך געווארן איבעראשט פון דעם געשעעניש און ביידע האבן באשלאסן דאס צו פארציילן דעם רב.
פאר דער חופה, כמעט, פאר מנחה א היבשע צייט, זענען זיי געגאנגען צום רב און אים אלסדינג דערציילט. דער רב האט זיך דערמאנט אז ס'איז טאקע אמת וואס זיי זאגן. ער האט זיי געהייסן ארויסגיין פון יענעם צימער בתנאי, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן פון דעם. זיי זענען ארויסגעגאנגען פארמאכענדיג די טיר אינטער זיך.

דער רב איז איינער אליין געבליבן אין צימער און האט געדאווענט מנחה. נאך מנחה האט ער זיך אנידער געשטעלט וויינען און האט געבעטן ביים רבונו של עולם רחמים, ווייל ער האט געזען אז ער איז זיין טאכטער'ס זיווג.

נאכדעם איז ער ארויס געגאנגען פון יענעם צימער, האט צוגערופן זיינע באדינער און זיי געבעטן אז זיי זאלן אים צוזאמרופן אלע טרעגער'ס פון דער שטאט, אזוי ווי זיי זענען געקליידעט אין זייערע מלבושים, דאן ער וויל פאר זיי מאכן א ספעציעלע סעודה פאר די חופה. צייט צוויי שעה האבן זיך ביים רב אין שטוב פארזאמעלט גענוי צוויי הונדערט טרעגער'ס און מען האט זיי געגעבן צו עסן. נאכ'ן בענטשן האט דער רב צו זיי געזאגט: איצטער וועט זיין די חופה, על כן פאדער איך פון אייך א קליינע טובה, אז איר זאלט שטיין ביי דער חופה און יעדן פרעמדען אפשטויסן, מעג ער זיין פון די שענסטע פון די שטאט, דען אונטער די חופה וועט דער חתן שרייען אז ער וויל לייקענען אין דעם אידישן באשעפער און וועט וועלן אוועקלויפן פון אונטער די חופה, וויל איך אז איר זאלט אים דערין שטערן, און אים מיט אלע אייערע כוחות אראפלייגן צו מיר אין קעלער אריין און אים היטן עטליכע שעה אז ער זאל פון קעלער נישט אנטלויפן, אזוי וועל איך אים קענען ראטעווען. די טרעגער'ס האבן געענטפערט אז זיי זענען גרייט צוטאן אלסדינג וואס ער וועט פון זיי פארלאנגען.

מ'האט אנגעהויבן צו פירן דעם חתן צו די חופה, אז ער איז געשטאנען אונטער די חופה, האבן אים ארומגערינגעלט די מחנה טרעגער'ס און קיין זייטיגע מענטשן האבן זיי נישט צוגעלאזט. ווען ס'האט געהאלטן אז דער חתן זאל מקדש זיין די כלה, האט ער אויפ'ן העכטסטן קול אנגעהויבן שרייען אז ער וויל זיך שמד'ן. ער האט פון זיי געוואלט זיך אפרייסן און זיי האבן אים נישט געלאזט. זיי האבן אים אריינגעלייגט אין אונטערשטען קעלער און אים געהיטן. דער רב איז אריין צו זיך אין צימער און מיט הייסע טרערן מתפלל געווען צו אויבערשטען אז ער זאל מבטל מאכן די שלעכטע גזירה. אלע מינוט איז אן אנדערע ארויפגעקומען זאגן דעם רב אז זיינע קולות זענען מורא'דיג שרעקליך און הויך, און אז ברעכט די אייזערנע קראטען פון פענצטער. דער רב איז זייער שווער געווארן אויפ'ן הארץ, ער האט זיי געהייסן גוט היטן און מיט אלע כוחות זיך גענומען בעטען ביים רבונו של עולם.

פונקט האלב נאכט, צוועלף א זייגער, איז מען ארויפגעקומען זאגן צום רב אז ער ליגט און שלאפט. דער רב איז אליין מיט א ליכט אין זיין האנט אראפגעגאנגען אין קעלער און האט אים טאקע געטראפן שלאפן. ער האט אים געהייסן ארויפטראגען און שטוב אריין, נאך דעם האט ער די טרעגער'ס געדאנקט פאר זייער ערליך ארבייטען און זיי געהייסן אהיים גיין.

צומארגינס איז דער חתן אויפגעשטאנען א ניי געבוירענער, ער האט זיך ארומגעוואשען און געהייסן צוזאמענרופן די געסט צו די חופה.

ביינאכט האט מען געמאכט די חופה און די גאנצע שטאט, פון קליין ביז גרויס זענען געווען פארנומען אין די גרויסע שמחה. דער חתן האט אין נחת עשירות מיט פיל תורה אויסגעלעבט זיינע גליגליכע יארן.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

Ban Mazel האט געשריבן:
מעשה נורא מענין של תשובה
דערנאך האט אים דער רב געזאגט, עפן דיין מויל און כ'וועל אריינגיסן די בליי און דו וועסט אויסגיין אויף קידוש השם פאר'ן גאנצן עולם וואס זענען יעצט דא.
דער בעל תשובה האט גלייך געעפענט זיין מויל, דער רב האט גענומען א לעפל און עס אנגעפולט מיט האניג און אריינגעגאסן אין זיין האלז
שקר?
אן א ברכה!?
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

Ban Mazel האט געשריבן:
ר' נפתלי פון פוזנא
בעל סמיכת חכמים?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”