קומי צאי, מ׳מאכט א מהפכה!

אחראי: אחראי

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

קומי צאי, מ׳מאכט א מהפכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך קום אריין און איך קוק מיר ארום, איך מוז זאגן דער ארכיטעקטער דא איז צעפלויגן מיט דריי פליגלען, קאם אן אפילו דער יאצמעך פון קעגן איבער די סיידוואלק איז שוין מער צעחושיט. א פיס אויפן בענקל, פליגלען אונטער די קיטשן, דריי באליס צאמגעמאכט מיט א רויטע פימפל, אבער א אינטש פארוקט פון די נאז. א צווייטער מאכט שקוילעס ווי א ציג מיט דריי פיס, בוליעוועט ווי א בער אן א נאז. א גראד ווארט קען מען נישט רעדן, א קרים ווארט וויל איך נישט רעדן, שטעל דיר פאר איך וויל ווען יא, כאילו איינער האט מיר געפרעגט. און ווען יא? ווען נישט? הו קעירס..

סאיז אזוי ווי מען נעמט צוויי האט פעפערס אריינמישן מיט 7 אויסגעשפראכענע טיילווייז באקראצע פלאמען, סארי באט ס׳ארבעט נישט אזוי. קענסט נישט אנקומען אינמיטן א שמועס און אנהייבן שיסן מבינות לייק נעווער טאמראו. ווילסט זאגן מיין דעה? קראנקערהייט! אבער פארדעם דארפסט שוין בינדן דיין שיך פון אונטן ארויף?! מיין קליין טאכטער רחל כאפט שוין שנעלער די באלי אראפ פונעם דרייוועי.

יא יא... יעדער פארשטייט וואס מ׳רעדט, און אויב נישט, טאקע דיר מיינט מען. מ׳כראפעצט אריין ביזן אדמה, מ׳שיסט עדיטוט פארשמירט מיט אויסגענוצטע טוטבראשעס. די צוזאמשטעל פון די לעצטע צוויי איז א קאמבינעישן ווי א באבע וואס וואקט אריין אינמיטן די חתונה פון איר ניסעס עלטערן. איי ס׳קענדאכניש זיין? טאקע דאס טענה איך, פארוואס אין די פארויכערטע פארציע מיינסטו אז דו וועסט קענען קאנווינסן פאר׳תמ׳טע קעפ מיט בעיסיק קאמען סענס?!
ווען מ׳האט געטיילט האבן זיי דאך גענומען מיט א שעפ לעפל. פון וואו ווייס איך? איך בין דארט געשטאנען. נאר דער אויבער חכם האט דאס אריינגעגאסן ביי מיר אין מוחי, ער׳ט געמיינט ער טוט מיר אפ אדערווייל פוצט ער זיין נאז, און ביי אים איז געבליבן א אויסגטרינקענע באטל מילך, קוים אפאר טראפעלעך האט ער באוויזן צו צוזאמקראצן. גיסט אריין די פאר טראפן, אבער זייענדיג אזוי היציג אז דאס ביסל אויך פארשימלט. און ער קומט מיר יעצט פארהאלטן פארן דרייוון אויף זיין פארקוועי. ׳סטע געהערט אזאנס?!
גיי דיר פון וואו איך בין געקומען און פאלג מיר א גאנג (ס׳מיינטאס?), פארשימלטע פאטעטעס, פרעש מיט טאמעיטא סאוס, געצוויקלטע פלוימען מיט פארכמארעטע שאלאטן. גארנישט אנדערש זעט אויס ווען דו קומסט אריין צום שמועס, ס׳הייבצעך אן פיס מיט נעזער, און ענדיגט זיך מיט שיך אן קיין בענדלעך (נאכוואו, מ׳קען מיינען זיין מאמע האט אים נישט אויסגעלערנט.. חי חי...).

נאך א האלבע שעה דרייט ער זיך אויס און הייבט אן מיט גילוי.. העי רעבע ס׳איז טווענטי טווענטי טרי (ער זאגט עס נאך מיט א פראפעניאלאטעיטישע אקצענט, טשרי.. דערצילל פאר מיין עלטער באבע אז דו קענסט ענגליש..), נישט מיין באבע און נישט דיין זיידע האבן אין דריטן חלום זיך בכלל געקנט קענען. אין די פיפטע ווייסעכניש, מ׳האט מיר דענסמאל שוין ארויסגעשליידערט פון בעט. נעבעך מיין קישן, זי פארגיסט נאך ביז יעצט טייכן טרערן אזש זי מאכט נאס די קישן (חחח.. א קישן באנעצט א קישן.. אזא דבר בהיפוכו קאנסעפט).

פלאג (מיט א פינטל אין די פיי) אים א ראנק, ער וויל נאר שטייגן, אבער גיי זיי אים מסביר אז ס׳קומצעך אים ווי א באנאנע אינמיטן סדר נאכט, אקעי, ניש ממש, זיין טאטע פלעגט דאס נוצן פאר כרפס, אבער עטליסט נישט מיט חרוסת.

שטייסטע אזוי אפגעזינדערט?! איי מיען אפגעוינדערט.. האעווער נעווער מיינד באווינדערט. איך מיין זאלסט געבן א קוק די פאנטש ליין און פארמיידן אן אטאקע.
העי איימעניט, וואו אהין מיינסטו גייסטו?! ׳שטא קיין פאנטש ליין בלייב דא. שמעקטיך נישט? שמעק ניש, אדער לויף אריבער די גאס ביים קארנער הויז רינג די בעלל און לויף אוועק..

שוטה דו, בשטויס השוטים בשטותים משותתים קוקטעס אזוי עס, מ׳הייבט אן די שמועס (איך קום שוין צום ווארט, לויפט נישט אוועק ביי שולחן כורך ס׳איז נאך דא א לאנגע גאנג (אה, דאס מיינט פאלג מיר א גאנג, יעצכאפיך, און איך נאר פלאג מיר נאך צו פארמינערן די נאכווייען (וועכע?).

סאו תכלית, די וועלט האט אייביג געהאט שוואכע צייטן, די היסטאריענזישע קעפ ווייסן צו פארציילן איבער פויסטן וואס האבן זיך געשלאגן מיט צעפליקטע הינער און דאך האבן זיי געזיגט מיט א זיגרייכע זיג. שוין יענטסמאל האבן זיי אויפגעקומען מיט די טעאריע אז א יחיד קען סאך מער אויפטון ווען ער קוקט אין יענעמס שפיגל, אבער די וועלט פארשטייטעס ניש, ווענגלייך מ׳נוצט נישט די ווארט דא בכלל, אבער סא׳חילוק, אויב ליינסטו נאך האסטו א שטערנדל אויפן שטערן און אניש קען איך דאך שרייבן וואס איך וויל.. (גרויסער חכם, הייסטעס האסט מיר אויסגענארט יעצט? חי חי חי.. און נאך איינס חי.)

קומען זיך צוזאם יעדן טאג פארשלייערטע פארשוינען סטעמפלען אפ מיט מאדנע סלאגאנען, פאברעצירן סטעיטמענטס ארויס פון די פינקי פינגער, שמעקן שמעקט עס ווי געפילטערטע הערינג געדיפט אין איבערגענכטיגטע אייער.. אה, אייער, נו וואדע ער דרייט א קאמפיין אייער אייער, ווען דו קומסט אן טרעפסטו דארט די טשיקן שלאפן, סאו וואס פונקטליך דרייסטו די יוצרות?!

הערצעך קענטליך, אה? עקזעקטלי דאס איז מיין פוינט, באזעסענע מענטשן קומען זיך צוזאם ווילן זיך ווייזן וויפיל איינער (נישט פארמישן מיט אייער, שוטה..) איז קלוגער פון דריטן, און דער צווייטער שטייט אינצווישן ווי א שמויגער און פרובירט כאפן וואס פונקטליך משה יחזקאל האט געמיינט ווען ער האט געשריבן ׳ס׳גייט יעצט געשען׳. הייסטעס ווען ער שרייבט ווען באלד וואלטיר אלעס געשטומט? פון וואו נעמען מענטשן די שוואכקייט?!

איך מיין די סעלוציע איז זייער קלאר, וברוך שנסר נסרים לקוברים, זיי שווערצן א שווערצעניש, באגראבן אונטער הויפענעס פון הבלים, ברעכן אויס בפני קהל ועדה, לויפן צוריק אריין אין דאמעטארי, און צופרי ווען דער וועקער וועקט זיי איז מפטירין כדאתמול.

ס׳איז אבאוט טיים! נעמט אראפ דעם שלייער ווארפט אוועק די מאסקעס! אליהו וועט נעמען דער גילוי, און דא וועט מען קענען רעדן ווי נארמאלע מענטשן.


קומי צאי -יעדער יחיד ווייל אנדערש וועט דאס נישט ארבעטן.
מ׳מאכט א מהפיכה!איי מיען.. א רעוואלוציע.

זייטס גרייט מיט די פאפירן, ס׳וועט נישט העלפן פארפירן,
יעדעם גייט מען טשעקן, אויף די פראפייל באקומען א טשעקל,
און די עקשנים וועלן קענען גרעבצן אינדרויסן, אייוועלט וועט זיך קענען גרויסן!

אויב פאסט דיר נישט צו ראגירן פוץ ארויס פון דא. סימפל, ניין, דו וועסט נישט קענען זאגן העי איך האב געוואוסט, ווייל דו האסט נישט. והא ראיה דו מאכסט צו דעם אשכול און דו רעדסט זיך איין אז יעצט ווערט דאס גערעכנט כאילו דו זאלסט עס נישט האבן געליינט. האב איך פאר דיר פרישע נייס ס׳איז געענדיגט די צייטן.
יעצט פלאץ, איך ווייס עני וועי וואס דו גייסט יעצט טון, נו וואדע מלך פורץ גדר, די צעטיל ליגט און דיין טאש..
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג מאי 04, 2023 10:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ס'קומט דא בלוי און רויטע טשעקלעך אזויווי טוויטער און טרוט?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטומפיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:06 pm
ס'קומט דא בלוי און רויטע טשעקלעך אזויווי טוויטער און טרוט?
אלעס טוט זיך בייטן.
ס׳קומען גוטע צייטן,
אוועק די שלעכטע יארן,
אלץ איז ניי געווארן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קענסט מיר איבערזאגן אין איין ווארט וואס דא שטייט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

כ'פארשטיי נישט קיין ווארט, צו רייך געשריבן פאר מיך, איינער קען מסביר זיין אין קורצען וואס דא גייט פאר...
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך גיי נישט נאכטאנצן.

אפילו ס'איז דא 99.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

אז יעדער זאל זיך מגלה זיין? איך בין גרייט אויב קען מען נישט קליקן אויף א ניק צו זעהן אלע זיינע תגובות.
אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

לשובע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:57 pm
אז יעדער זאל זיך מגלה זיין? איך בין גרייט אויב קען מען נישט קליקן אויף א ניק צו זעהן אלע זיינע תגובות.
איך רעד בעיקר פון מיין ניק מיט איבער 5000 תגובות
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

א דאקטער?...
יו ביסטו צורוקט! קיין גראד ווארט נישט...


אה, דער עולם האקט..
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

מען גייט אויך בעטן $8 א חודש?
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:56 pm
איך גיי נישט נאכטאנצן.

אפילו ס'איז דא 99.
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:56 pm
בטבע בין איך נישט קיין רעוואלוציאנער, אבער אז מ'הייסט פאלג איך.
האיך יתקיימו שניהם?
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך מאי 03, 2023 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

ריבוינוישלוילעם… ווי דער פארט נישט אלס…
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

עפעס דערמאנסטו מיר... מיין זכרון איז סתם צוקנייטשט אדער איך געדענק גוט?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

די וועלט איז נישט פעיר,
ווייל די ערשטע האט דיסעגריעד מיט די אשכול עפענער טאנצט יעדער אים נאך,
נישט אז איך האב יא פארשטאנען איין ווארט, אבער ס'איז דא גענוג אשכולות וואס איך לייען דורך אין איך פארשטיי נישט אפי' איין ווארט אויך נישט,
אבער איך זעה דער עולם איז אין א היי, יעדער באדאנקט זיך אין שמיילכט אזוי שיין,
פלוצלונג דא אזא שכצנות???
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטומפיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 2:05 pm
עפעס דערמאנסטו מיר... מיין זכרון איז סתם צוקנייטשט אדער איך געדענק גוט?
אין לך דבר שאין לו שעה
א מהפיכה׳דיגע רעוואלוציע!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איינס האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 2:01 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:56 pm
איך גיי נישט נאכטאנצן.

אפילו ס'איז דא 99.
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:56 pm
בטבע בין איך נישט קיין רעוואלוציאנער, אבער אז מ'הייסט פאלג איך.
האיך יתקיימו שניהם?
ווייסטו וואס? איך געב דיר מיין אנשי שלומינו ניק.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

נאו אפשענס חברה, צוגרייטן די סאושעלס...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18085
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:53 pm
קענסט מיר איבערזאגן אין איין ווארט וואס דא שטייט?
א מהפיכה..
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 2:15 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:53 pm
קענסט מיר איבערזאגן אין איין ווארט וואס דא שטייט?
א מהפיכה..
מהפיכת סדום אדער דור הפלגה?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

@איינס קומט אריין סאליד קלאר, מיט פשוטע אבער קלארע דיבורים, רעוועלוציע במלוא מובן המילה.

#שקאנאנונג וואס דא שטייט.
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

ס'מיינט צו זאגן: ניין.

(קרעדיט, יואלי לעבאוויטש).
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

פרטים ?
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ווער דארף פרטים ווען ס'קומט א רעוואלוציע!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

וואאאאף!!! שוין לאנג נישט געליינט אזא ארטיקל!!!

אבער דאס איז נאר א אנדערסטעיטמענט קעגן די רעוואליציע!!
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: קומי צאי, מ׳מאכט א מהפיכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

איינס האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:50 pm
שטומפיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:06 pm
ס'קומט דא בלוי און רויטע טשעקלעך אזויווי טוויטער און טרוט?
אלעס טוט זיך בייטן.
ס׳קומען גוטע צייטן,
אוועק די שלעכטע יארן,
אלץ איז ניי געווארן.
א נייע ניק?
שרייב תגובה

צוריק צו “רעוואלוציע”