איצט באשטעטיגט ביי א מקור ראשון, וואס האט עס פערזענליך געהערט פון ר' משה מארגערעטען. ביידן האט פאקטיש שוין מודיע געווען מעלאוני'ען, אז ער וועט אים נאכ'ן אהיימגיין פון קאנגרעס, אים געבן א סיניור פאזיציע אינעם ווייסן הויז. א געוואלדיגע טובה פאר כלל ישראל.
אויף וויפיל איך ווייס איז די מצב בכלל נישט אזוי גלאנציג ווי עס ווערט דא אראפגעלייגט עס איז אמת אז מען רעדט אז מעלאוני גייט באקומען א הויכע פאזיציע און די ווייסע הויז אבער ביז דערווייל שוימט ער פאר כעס אויף די היימישע עולם פארן העלפן אים ארויסוואוטן די אייבערשטער זאל אונז היטן אז עס זאל ארוסקומען נאר גוטס.
אגב ער האט ביזדערווייל נאך אפי' נישט גערופען סקווירא אין וויזניץ זיך באדאנקן פאר זייער אינדארסמינט לעת עתה איז די ביסל קשר וואס מען האט געהאט מיט די ווייסע הויז אינגאנצן אפגעהאקט זייט די וואלן פרעגט אייך נאך ביי די קהילות עסקנים
אמת ויציב. לויט ווי איך הער האט די אידישע כח העסקנים בכלל ביי אחינו בני ישראל אין ניו יארק געכאפט א גאר גאר שטארק קלאפ, סיי אין ניו יארק סיטי ווי מהאט פארלוירן 3 גאר שטארקע אידן פריינט אין די אסעמבלי די וואס האבן געשוויצט פאר אונז און געהאלפן בכל עת מצוא, און סיי אין ראקלענד קאונטי ווי מהאט פארלוירן די גאר שטארקע אידן פריינט - און יא די מצב איז בכלל נישט גלאנציג קיינער גלייכט נישט קיין פארלוסט, עס טוט זייער שטארק וויי, און עס טוט נאכמער וויי ווען מבאקומט עס פון א נאנטע וואס מהאט גאר אסאך געהאלפן, מעלאוני וואס האט געהאלפן אידן אין וועסטשעסטער און קרית יואל און אידן אין אלגעמיין אין קאנגרעס פילט גאר שטארק בעווהלט, און בכלל די פאליטישע לופט איז געווארן היבש פארביסן צו אונזער זייט.