פארוואס איז דא מער כהנים ווי לוים
יחוס און אפשטאם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
א קשיא וואס באדערט מיר שוין לאנג אין כאב מיר היינט ביים ליינען נאכאמאל דערמאנט דערפון, נעמליך ע"פ חשבון וואלט געדארפט זיין מער לוים ווי כהנים ווייל כהנים זענען געווען נאר די קינדער פון אהרן הכהן אין אין מדבר זענען געווען צום מערסטענס פינעף כהנים אין דער צייט וואס די לוים האבן זיך געציילט צוויי אין צוואנציג טויזענט לוים, טא פארוואס איז היינט צוטאגס דא מער כהנים
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6437
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע:אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
ים רויבער האט געשריבן: א קשיא וואס באדערט מיר שוין לאנג אין כאב מיר היינט ביים ליינען נאכאמאל דערמאנט דערפון, נעמליך ע"פ חשבון וואלט געדארפט זיין מער לוים ווי כהנים ווייל כהנים זענען געווען נאר די קינדער פון אהרן הכהן אין אין מדבר זענען געווען צום מערסטענס פינעף כהנים אין דער צייט וואס די לוים האבן זיך געציילט צוויי אין צוואנציג טויזענט לוים, טא פארוואס איז היינט צוטאגס דא מער כהנים
די סיבה איז זעהר פשוט, ווייל אזוי שטיפן זיך שוין אויך א באנדע לוויים, אויף יעדן כהן, ווען עס קומט צו וואשן די הענט צו ברכת כהנים
אונזער גאט אין הימל האט רחמנות געהאט אויף זיינע כוהנים, זיי זאלן חלילה נישט צודריקט ווערן אינטער די כאפטע לווים, אין די מאסיווע שטיפעריי.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע:אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
ים רויבער האט געשריבן:דער תהילים איד האט געשריבן: ערשטנס, פארעכט דיין קעפל.
צווייטנס, כהאב אלס געמיינט אז ס'זענען טאקע היינט דא מער לויים. מהיכי תיתי אז נישט?
ערשטנס, ש'כח
צווייטענס גיי קוק יעדע מאנטיג אין דאנערשטיג אין ביהמ"ד
אין ווירקליכקייט ווענדעט זיך ווי א מקום. מ'זיכט מער מאל אין די בתי מדרשים א כהן על הדוכן, ווי א לוי צו שני.
און אין דער לעצטער פאל זיכט מען אים אסאך מער דרינגענד. וויבאלד קיינער פארגינגט נישט דעם כהן א במקום לוי.
און דריטנס, מיר ליגט אין קאפ אז א גרויסע חלק פון די שבט זענען אומגעברענגט געווארן נאך די עגל. ביי די קאמפן מיט די אנדערע שבטים.
און דאכצעך מיר אויך ביים טראגן די כלי המקדש.?! די קהת משפחה.?!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1674
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
פעדער, דאס וואס די לוים זענען גהרגט געווארן נאך די עגל (וואו שטייט דאס? מן הסתם מיינט איר די מלחמה וואס די לוים האבן געפירט מיט די אידן ווען זי זענען צוריקגעגאנגען נאך אהרן הכהן'ס פטירה, וואס רש"י ברענגט צו די וואך) איז נישט גענוג ווייל די וואך פרשת פנחס איז נאך געווען שלשה ועשרים אלף לוים (מבן חודש ומעלה) קעגן איינצעלנע כהנים (וויפיל שטייט נישט).
די זעלבע איבער כלי המקדש, מען האט שוין געהאלטן סוף מ' שנה, נאכדעם האט מען שוין כמעט נישט געטראגן די ארון.
איך מיין אז די ריכטיגע תירוץ איז, אז רוב לוים ווייסן פשוט נישט דערפון, א כהן האט אסאך מער זאכן מיט וואס ער איז אנדערש ביים טאג טעגליכן לעבן געדענקט זיך עס, משא"כ לוים בהמשך הדורות איז אסאך פארגעסן געווארן.
(סמוכין לזה, די דיון איבער כהנים מיוחסים בימינו).
די זעלבע איבער כלי המקדש, מען האט שוין געהאלטן סוף מ' שנה, נאכדעם האט מען שוין כמעט נישט געטראגן די ארון.
איך מיין אז די ריכטיגע תירוץ איז, אז רוב לוים ווייסן פשוט נישט דערפון, א כהן האט אסאך מער זאכן מיט וואס ער איז אנדערש ביים טאג טעגליכן לעבן געדענקט זיך עס, משא"כ לוים בהמשך הדורות איז אסאך פארגעסן געווארן.
(סמוכין לזה, די דיון איבער כהנים מיוחסים בימינו).
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע:אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
יכול להיות .
כ'האב משפחה כהנים. כמעט אלע זענען זיי מער אינגלעך.
און מ'רעדט פון א פאמיליע: ציווישן 10 - 15 קינדער פון 10 קינדער פון זיידן
אבער ס'איז לאוו דווקה מוכרח ביז קראנטע הארטע באווייזן !
אויסער אידישקייט. גלויב נישט א זאך ביז ווי לאנג די זעהסט עס. און דעמאלטס אויך נאר אויב ס'פאסירט מיט דיך.
און אפילו דאן מוזטו עס נישט שטענדיג פארציילן!
סיידן ס'קען איינעם א שמייכל מיטטיילן
כ'האב משפחה כהנים. כמעט אלע זענען זיי מער אינגלעך.
און מ'רעדט פון א פאמיליע: ציווישן 10 - 15 קינדער פון 10 קינדער פון זיידן
אבער ס'איז לאוו דווקה מוכרח ביז קראנטע הארטע באווייזן !
אויסער אידישקייט. גלויב נישט א זאך ביז ווי לאנג די זעהסט עס. און דעמאלטס אויך נאר אויב ס'פאסירט מיט דיך.
און אפילו דאן מוזטו עס נישט שטענדיג פארציילן!
סיידן ס'קען איינעם א שמייכל מיטטיילן
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1674
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
פעדער האט געשריבן: יא זייער שיין ! א פארשטענדליכער ענטפער !
כ'וואלט אבער נאך מער געשטראלט . ווען די טרעפסט א מקור .
דרך אגב פאנט ווייסטו אז עס זענען געווען בלויז איינצעלנע כהנים?
א מקור האב איך נישט, איך האב עס געזאגט מסברה וואס איך האלט פאר א אמת.
לגבי די כהנים סוף פערציג יאר, איינצעלנע האב איך געמיינט לאפוקי טויזענטער. פון די לוים איז זיכער געווען צען פאכיג מאל אזויווי די כהנים. די כהנים האבן געהאט בשעת הקמת המשכן בלויז צוויי כהנים אן קיין קינדער (נאר פינחס, ולכן לא נתכהן עד מעשה זמרי), און אין פערציג יאר האבן זיי זיכער נישט אויפגעשטעלט קיין טויזענטער.
- דער קוטשער
- שר חמש מאות
- תגובות: 776
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע:אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
[center]
דאס האב איך שוין נישט ממש פארשטאנען.א מעשה'לע האסטו מיר יא דערמאנט ר' מאשקע קרעמער, טייערער
די האסט דאך שטענדיג ליב, ווען מ'פארלירט נישט דעם גוטמוטיגן בגלופין'דיגער שמייכל אויפן געזיכט.
וויל איך טאקע נישט אנוואוירן דעם איינע וואונטש דיינעם, נעמליך האלטן דעם ניווא פון הומאר, אויף הויעכע שטאפלען .
דענק איך א געשיכטע. פאסירט האט עס אין איינע פון די קליינטשיגע ארימע דערפעלעך, ווי א רעכטע לייטישע דראשקע איז געווען א יקר המציאות.
דארט אין א קליינע פארכמורעטע אפגעסמאליעטער, כאטקע. - ווי די ווענטאלאך צוזאמגעשטעלט פון שמאלע אלטע לייסטלעך באהאפטן איינע צו די אנדערע מיט אביסל ציקער וואסער, - זענען געשטאנען האלב איינגעפאלענע, און זיך געוויגט מיט יעדע'ס לייכטער ווינטל, ארויסלאזענדיג דערביי שטילע קרעכצן,
פאר א צוקוקנדער, וואלט זיך געדוכט, ווי דער גאנצער ווענטל וועט זיך יעדע וויילע אויסציעהן, צו איר לעצטער רוה, און די אינעווייניגסטן טייל פון די הייזקע וועט בלייבן אנטבלויזט צו א נאקעטער הימל. אויסגעשטעלט צו א שפע רב פון די שלאקסן רעגן וואס האבן צייטנווייז אהן ווארענונג זיל אראפגעלאזט און אדורכגענעצט די שטאט מיט אלעס וואס אין איר.
ווירקליך אבער, איז אין דער שטעטל, א צוקוקנדער פארבייגייער, ווייניג וואס פאריבער.
ווארום מערסטענסטייל פון די היזיגע איינוואוינער האבן געוואוינט אין אלטע פארלאטעטע ביידאלאך. צוזאמגעקלאפט פון אפאר הוילע פוילע קלעצער. און עס זענען געווען מעשים בכל לילה, אז א כאטקע זאל אינמיטן נאכט זיך אויפהייבן בדחילו ורחימו, און אהן ווינטשן עפעס וואס, איז עס ווי עס שטייט און גייט פארשווינדן געווארן אין דעם שווארצן האריזאנט. איבערלאזנדיג די אומשילדיגע. אונטערן שיץ פונעם אלמעכטיגן גאט . און צו די רחמנות פון די בייזע געדיכטע שווארצע וואלקענעס.
דערפאר איז דאס אינגאנצן קיין חידוש נישט געווען . אז אונזער הייזקע איבערגעדעקט מיט א שטרויענעם דעכל .האט אויסגעזעהן ווי עס גייט יעדע וויילע זיך צוזאמלייגן, צו אלע גוטע יאר.
אין איר, אויף א אפגעהויבלטן בענקל וואס איז אגב געווען דאס איינציגסטע שטיקל מעבל אין הויז.
איז געזיצן א איינגעהויקערטע אידל, און מיט א צובראכן הארץ טראכט ער צו זיך.
וואס האב איך צו זיצן אין דעם פארקוועטשן דערפל, אפלעבן מיינע יארן איינזאם און ארים.
ניטאמאהל הערט איינער פון מיר. אך ! ווי אנדערש וואלט געוועהן ווען עס זאל נאר איינער כאטש איינזעהן אין די גאלדענע טאלאנטן וואס איך פארמאג. אה ! וואס פאר א רוהם און עהרע וואלט עס מיר געבראכט .
אפשר איז שוין טאקע געקומען די צייט אז איך זאל מיך ערגעצוואו צום טייוול, אוועקציעהן. און לאזן די דערפישע גליקן צו אלדאס בייזע גיטע יאר.
און דאן, האט אויפגעבליצט א געדאנק אין זיין מח. א בריליאנטענעם איינפאל, וואס וועט זיכער ברענגן די גיטע גליקן אויף וואס ער האפט אזוי ארויס .
געטראכט און געטוהן . ער שפאנט איין זיים האלב אפגעשטאבענעם פערדל און מיט אכזריות האט ער מיט'ן גאנצן קראפט גענימען שמייסן דעם פערדל נעבעך. ביז בלוט.
דאס אומגליקליך פערדל האט געיאמערט און געהירזשעט. אבער ער איז אינגאנצן געווען פארטוהן אין די זיסע פאנטאזיעס איבערן ליכטיגן צוקונפט. אז ער האט בכלל נישט אינאכט גענימען אז ער שמייסט זיין אויסגעמאגערט פערדעלע 60 מאל פער שטונדע.
און זיינע פאנטאזיעס, האט ער זיך בשעת מעשה געזעהן קלאפן אויפן באלעמער -, אין גרויסן קלויז, אלס'ן רייכן ראש הקהל מיטן רינדעכיגן בייכל . - יעדן מאל מיט אן אנדער פארארדענונג . תקנה. אדער פארלאנג.
פארשטענדליך אז ווי נאר ער האט אפגערייזט פון שטאט האט זיין פערדל אויסגעשטרעקט די פיסלאך, און איינגענימען א אייביגע שווייגעניש.
דער אידל האט הערשט דאמאלטס באנימען ווי רשעות'דיג ער איז זיך באגאנגען צו זיין געטרייען פערדל. און ווי סאדיסטיש ער האט איר געשמיצט און געריטעוועט, אהן קיין אפשטעל, בלויז וויבאלד איהם האט זיך געדוכטעט אז די עולם אים קלויז האט נישט גלייך געהערט די הילכיגע קלאפעריי זיינעם, און נישט באלד שטיל געבליבן .אדער אפשר האבן זיינע פויסטן צו איידל באהאנדלט דעם באלעמער און מעגליך אז ער האט גאר געקלאפט אויף אפאר ווייכע קישענעס. דערפאר האט מען אים נישט באלד געהארכט
מיט טרערן האט ער געגלעט דעם פערדל'ס שוואנץ, און מיט א קורצן הספד זיך מיט איר שווערליך געזעגנט .
אויף די פיס האט ער פארגעזעצט דעם וועג איבערלאזנדיג דעם פערדעלעס קערפער אין א קליין שמוציג טייכל פון רעגן וואסער.
אזוי גייענדיג אפאר טאג איז ער אנגעקומען צו א שטעטל ווי ער האט זיך תיכף ומיד אנגעגעבן אלס א רויטער כהן. מדורי דורות. נישט פארגעסענדיג דערביי, שטרענג אנצוזאגן אז ער וועט בשום אין פנים ואופן אויפגעבן אויף זיינע רעכטן וואס קומט זיך איהם אלס כהן.
אזוי האט ער זייענדיג די איינציגסטע כהן אין שטאט גענאסן פון אלע געשמאקע כיבודים וואס ווערט פארן כהן געשאנקן . אנגעפאנגען פון באקומען אן עליה יעדן שני וחמישי, און געענדיגט ביים האבן די כיבוד פון זיין די ערשטע זיך אויסצוקעמען די האר מיט די קעמל לעבן די מקווה טיר, וואס איז אגב געווען די איינציגסטע וואס די שטאט האט פארמאגט.
און אזוי איז אדורכגעגאנגען אפאר יאר און דער אויפגעבאקענער כהן האט זיך יעדן מאנטאג און דארנעשטאג געגארגלט מיט זיין שווארצע קאווע שטימע, "ברכו את ה' המבורך" . ! "ברוך ד' המבורך לעולם ועד" האט דער עולם נאכגעפאלגט ווי א קאצן קאפעליע. אההה......כככ...... האט ער זיך אייביג צושליקעצט און צוהיקעצט... וועלנדיג דערביי אויסניצן די געשמאקע מינוטן און אויסציען ווי לענגער מעגליך
ביז דער רב האט זיך אויסגעדרייט און אים געוואונקען ער זאל ווייטער פארזעצן ...
דאן האבן זיינע 2 אויגן אויפגעלויכט ווי 2 לבנה'ס און מיט א גריצל האט ער אויפסניי פארגעזעצט מיט די ברכה.
אלעס האט געשיינט צו פארן אויף גוטע רעלסן .. ביז יענעם שווארצן דינסטאג.
ווען א איינוואוינער פון זיין פריערדיגן שטעטל האט זיך פארוואגלט זיין זעקל ביינער אין אטא דעם שטעטל.
און והנה.... זעהט ער נישט מער און נישט ווייניגער נאר ווי דער בלעכענער ישראל גייט צו מיט א אויסגעפאטשטן פרצוף אין מיט א קאלטקייט הויבט אהן קרייען זיין געווענליכן "ברכו" דער איד האט עס נישט אויסגעהאלטן ...!
און ווי א ספרונזשינע איז ער ארויסגעפלויגן פון זיין זיץ. און גענימען ליארעמען מיט אומבאנומענע קולות
"די באנדיט איינער! די ליגענער ! די אומפארשעמטער בלאפער ! די ביסט קיינמאל לעבן קיין כהן געשטאנען !
הויבט איהם אויף. און ווארפט איהם ארויס פון דא! האט ער ווייטער געבונטעוועט..
אונזער אזויגערופענער כהן, וואס צו אלע צרות האט ער נאך אויך געהאט א בארד ווי השכיבנו אבינו. - איז געווארן רויט און אנגעבלאזן ווי א געצייטיגטע פאמפקין ! פון זיינע נאז לעכער האט געבלאזן א ווילדע מזרח ווינט... און זיינע ווילד צושטרויבלטע פאות האבן זיך געהויבן אין א קורצע קאדאטשקע.
דער רב האט גלייך שטיל געמאכט און באפוילן זיינע גבאים מען זאל גלייך בינדן דעם ריזיגן כהן און דיקע שטריק און אים אריינווארפן אין קארצער, וואו קהל וועט שפעטער איהם שוין נעמען אויף א שטרענגע פארהער און זעהן אויב די באשולדיגונגען האבן עטוואס האפט....
עס האט נישט געהאלפן זיינע קאמאנדעוועס און ווילדע שטיקעס .
7 חברה קדישא לייט האבן אים אנגעכאפט און מיט זייערע דיקע פויסטן, האבן זיי אים אהן קיין שוועריקייטן אריינגעשטופט אינעם ד' על ד' קעמערל וואס איז ספעציעל געווען געמאכט, פאר אזוינע פעלער.
שפעטער אין טאג האט זיך קהל צוזאמגעזעצט אויף וויכטיגע אסיפה, ווי מען האט דן געווען בכובד ראש וואס מען האט צוטוהן מיט דעם נידריגן אויסווארף, וואס האט וואך איין וואך אויס באקומען די ערשטע די עפל שטרודל, ביי שלש סעודות.
מען האט אפיר געבראכט דעם כהן געבינדן שבע פעמים שבע, און דיקע שטריק. און נאכן פארליינען זיינע מיראנדא רעכטן האט מען אים פארגעליינט זיין פסק דין, ווי פאלגענד .
נאכן דן זיין די פארלאפנס. מכל הצדדים. זענען מיר געקומען צום מסקנא אז נכון הדברים.
די ווערסט באשילדיגט און זיך פאלש אנטראגן אלס כהן ביי אונז אין קהילה. און אזוי ארום באקומען צענדליגע אומבארעכטיגטע עליות. און דער עיקר די שטרודל וואס האבן זיך שוין געקייעט ציווישן דיינע גומען, בעת אונז האבן נאך געהונגערט . דערפאר קומט זיך דיר ניין און דרייסיג שמוץ אויף'ן קערפער מיט א בליטעדיגע פאסיק. און עס וועט שטרענג און שטייטליך אפגעציילט ווערן, בשעת מעשה. דורכן שמש פון אונזער קהילה.
אומר ועושה. מען האט געבראכט א לאנגע הארטע לעדערנע קאנטשיק .
מען האט דעם אידל אויסגעשפרייט אויף א שיעור טישל.
און תנחום דער קצב האט מיט זיין גרויסע מאסיווע קערפער זיך ארויפגעזעצט אויף אים. ביי דער פיס, און איינגעקלאמערט זיינע פאר דיקע קורצע פיס, ארום דעם כהנ'ס קערפער און דער טיש - מיט אזא קראפט - אז אפילו א מחנה פון צען טויזנט, מלכה באמבע בינען, האבן אים נישט געקענט רירן פון ארט.
"איינס צוויי דריי" האט די שמש'ס שטימע אפגעהילכט אינעם קהל'ס שטיבל.
די ברייטע קאנטשיק האט אהן רחמנות גענימען ריפעווען דעם אידל'ס קערפער, אז פונקען האבן געשפריצט דערפון... און דער שמש האט געברויכט איבערשרייען די דונערדיגע געבראטענע מכות, כדי אז דער פראקער, זאל זיך חלילה נישט פארמישן און גאט באהיט חס ושלום פארפעלן א שמיץ.
און אזוי האט מען געבראקעוועט און געפריקעוועט אז ס'איז געגאנגען א רויעך ...
דער אידל איז נעבעך געלעגן אויף די מזבח דארט, און געכארכלט ווי א אקס פאר די שחיטה.
און זיינע געדאנקען זענען אויפגעלאפן פאר אים אלטע זכרונות, ווי ער האט זיך דערמאנט אן ענליכע פאסירונג צו די איצטיגע, דעמאלטס ווען ער האט געשמיסן זיין אויסגעדארטן פערדל מיט א בארבאריזם און אים עווענטועל אריינגעפלאטשקעט אין א שמוציגע פאדל וואסער, זעהט אויס אז דאס באצאלט איהם יעצט דער אויבישטער צוריק. שוין זאל איך עס כאטש אננעמען באהבה...טראכט דער אידל צוזיך...
אפשר גאר איז דער פערדל מגולגל אדער אין דעם קאנטשיק.
אדער גאר מעגליך אין דעם גראבן תנחום?! "אה".... קרעכצעט ער מיט ווייטאג. "וואס האט ער אזוי געגעסן אז ער זאל אזוי וועגן? .....
זיבן און דרייסיג,! אכט און דרייסיג,! ניין און דרייסיג,! ציילט דער שמש מיט א ברען . און דער אידל פאנגט שוין אהן לייכטער צו קרעכטשן און ברעטשענען....
ברוך השם מען האלט שוין דא.....
פלוצלינג הערט ער מיט שרעק ווי דער שמש ציילט ווייטער....!
"פערציג,! "איין און פערציג"!
וואס גייט דא פאר? פרעגט ער מיט א געשריי. פארוואס ציילט מען ווייטער ? מען האט געפסקנ'ט אויף ניין און דרייסיג"? נישט אזוי?
"יא מיין קינד"! ענטפערט דער אונגארישער גרייז גרויער רב - אין א אונגארישן אקצענט. "די ביסט טייער גערעכט ! אבער וואס איז מיט דער במקום לעיווי'ס וואס די האסט עולה געווען"? מיינסטו אז דאס וועלן מיר דיך אזוי שנעל פארציכטן?!
איז יעצט לענינינו רבותי.....[/center]
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1674
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע:אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
איך בין פארנימען גריבלען אין די געוואלדיגע פארבארגענע אוצרות. וואס ליגן באגראבן אין איי וועלט.
איי איי איי !
ווי בין איך געווען אלע יארן זינט 2000 אזויפיהל האב איך אנגעוואוירן !
געמיינט האב איך דאן אז די וועלט איז דאן אינטערגעגאנען!
באזינדער האב איך הנאה פון די שארפזיניגע רעיונות פון יגרסדהותא!
און די בליציגע תשובות פון והוא פלאי !
יא יא דיין נאמען זאל דיר וואויל באקומען
איי איי איי !
ווי בין איך געווען אלע יארן זינט 2000 אזויפיהל האב איך אנגעוואוירן !
געמיינט האב איך דאן אז די וועלט איז דאן אינטערגעגאנען!
באזינדער האב איך הנאה פון די שארפזיניגע רעיונות פון יגרסדהותא!
און די בליציגע תשובות פון והוא פלאי !
יא יא דיין נאמען זאל דיר וואויל באקומען
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
פעדער האט געשריבן: צו קרעמער: דהיינו?
זייער אן איינפאכע פראגע האב איך געפרעגט, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין דערין
וואו זענט איר געווען ביז א קורצע צייט צוריק ווען איר האט אנטדעקט אייוועלט? קען מען ערגעץ אנדערש אויפן וועלט-ברייטן-געוועב זיך אנליינען מיט אייערע געשמאקע ווארע? פלעגט איר שרייבן אויף פאפיר? עס לייגט זיך נישט אויפן געדאנק אז א פעדער וואס טריפט אזויפיל טינט און אזויפיל זיסע געשמאקע וויצלעך האט זיך נארוואס צועפענט אירע קוועלער.
פעדער ייש"כ פאר די קאמפלימענט
נחזור לענייננו
3 הערות אין דעם נושא
1) איך געדענק נישט פונקטליך, נאר עפעס מישט זיך מיר אין קאפ, אז אן דברי הימים ביי חלוקת המשמורות קומט אויס אז מספר הכהנים איז בערך גלייך צו מספר הלויים, וואס איז לכאורה שווער ע"פ טבע
ווי אויך האבן די כהנים א ריבוי שטעט פון די מ"ח ערי לפי ערך מספרם
געדענק איך עפעס א מדרש צו וואס אז די כהנים האבן געהאט א ריבוי אוכלסין מכח ברכה מיוחדת ואני אברכם לכהנים, אדער עפעס אן אנדערע ברכה
דאס וואלט אפשר געקענט פארענטפערן די קשיא
2) בימי עזרא, זענען קיין א"י ארויף געקומען באין ערוך מער כהנים ווי לוויים, ווי עס איז מבואר אין די פסוקים, און די גמ' זאגט אז עזרא האט גע'קנס'ט די לוויים
און עס קען זיין אז מכח דעם איז געבליבן מער כהנים,
בפרט לפי המבואר אצל הרבה מההיסטאריקער, אז גולת אשכנז איז מגולת ארץ ישראל וגולת ספרד איז מגולת בבל, לאחר בית שני, יתכן, שגולת א"י הי' יותר כהנים מלויים, או יתכן שאלו שנשארו בבבל נטמעו, ורוב כלל ישראל היום הם מגולת עזרא
3) וואס איז א אן אינטרעסאנטע אבזאוורוואציע, אז ביי די אונגארישע איז דא אסאך מער כהנים ווי לויים, און ביי דו גאליציאנע איז דא אסאך מער לויים ווי כהנים (רוסישע, פולישע, וכו' האב איך נישט שטודירט)
למשל אין באבוב, איז דא א מספר מצומצם מאד ארגינעלע גאליציאנע משפחות וואס זענען כהנים, און אזוי אויך און בלאזוב און אין סטיטשין. משא"כ לויים
איך האב געטשעקט א סעמפעל פון קלאס ליסטעס פון באבוב יארען צוריק, מיט איינעם וואס האט געקענט די משפחות און עס האט געשטימט
משא"כ ביי די אונגארישע איז דא אסאך מער כהנים ווי לויים, איך האב דאס שוין געטשעקט כמה פעמים מיט ליסטעס פון פארשידענע אונגארישע ישיבות,
איך האב לכבוד דעם אשכול געטשעקט אין א אונגערישע ישיבה און עס איז געווען מער כהנים ווי לויים, און פון די לויים זענען א גרויס חלק געווען אפשטאמיגע פון פולין גאליציע.
איך האב עס נישט גענוג סטאטיסטיש צונויף גערעכנט, אבער עס שטימט
מיינס א פעטער האט מיר אמאל געזאגט, אז ביי די ספרדים איז אויך דא א ריבוי פון ספרדים, און ער האט געוואלט זאגן ווי קרעמער, אז געוויסע זענען זיך מנדב בעת צרה צו ווערען כהנים...
איך האב אבער געטשעקט, און איך האב קשיות אויף דעם טעריא
ועוד חזון למועד

למה זה תשאל לשמי...
פעדער, דו ביסט אייזן! כמותך ירבו באייוועלט!
בנוגע דעם יתרון פון כהנים, איך האב אייביג געקלערט אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון די בני משה'ס נסיעה צום סמבטיון, מיטן ענן על נהרות בבל, דערווייל שטעלט זיך ארויס מכל האמור, אז דאס איז נאר א אונגארישע פענאמען.
ע"כפ יתכן אז עפעס האט עס דערצו צוגעגעבן.

מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע:בין גברא לגברא
איך האב געהערט אז עס איז אמאהל געקומען אנ אמעריקאנייזד איד צום רב
פרעגט ער דעם רב וואס דארף ער טוהן אויף צו זיין א כהן
קוקט אים אהן דער רב
און זאגט וואס מיינסטו מען קען גארנישט טוהן אויף צו זיין א כהן...
שרייט ער געוואלד רבי קענט איר אפשר זוכען אין די גראבע סידורים
איך מוז זיין א כהן...
דער רב זוכט אהין און אהער
ער האט גארנישט געטראפען
זאגט ער צו דעם איד עס טוט מיר לייד איך קען אייך נישט העלפען
וויינט דער איד ביטערע טרערען און מאכט יאמערליכע קולות...
דער רב ווערט צושמאלצען פון רחמנות
און ער פרעגט דעם איד ר' איד פארוואס גייט אייך אזוי אריין אין לעבען צו זיין א כהן...
זאגט דער איד וואס הייסט מיין זיידע איז געווען א כהן מיין טאטע איז געווען א כהן
פארוואס קען איך נישט זיין א כהן...

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל
פעדער!!!
די מעשה האב איך שוין געהארכט אינם פארגאנגענהייט (קרעדיט: פעדער אין אנדערן אשכול, דערצייל א איד א מעשה, כ'האב עס שוין געהערט...), אבער דיין שריפט איז גאר געשמאק צו לעזן! און האט מיר אריינגעפירט אין די האלב פארלאשענע הייזקאלעך, אזש כ'האב מיר דעם קאפ אויף די זייט געבויגן, נישט אים סאפיט אנצוקלאפן...