דרינגענד!! גערוך פון א טויטע באשעפעניש אין מיין הויז! עצה?

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שחיטה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: דרינגענד!! גערוך פון א טויטע באשעפעניש אין מיין הויז! עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

ממש אזוי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 11:48 pm
שחיטה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 11:22 pm
ממש אזוי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 11:12 pm
שחיטה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 11:11 pm
ווען די האסט געמאכט קאנסראקשען האסטו גע' Mice proofed די ווענט פארן צומאכן מיט שיטראק?
אויב נישט האסטו די תשובה

זיי מסביר
די אלע בעלי חיים קענען עסן האלץ וכ"ש שיטראק אשר על כן אויב וויל מען נישט ליידן שפעטער איז קריטיש צו לייגן בלעך אדער צעמענט אין אלע מעין (דרויסענדיגע) ווענט פאר מען לייגט שיטראק
אויב מען האט בידים געמאכט לעכער אין די ווענט אראפ צום בעיסמענט פאר פייפס וכדומה און נישט זיכער געמאכט אז ס'איז געסיעלט איז עס געווענליך א זיכערע......

קלאר?
די איינציגע פראבלעם איז אז יענע וואנט האט מען נישט געטאטשט.

די ערשטע מאל וואס איך האב געשמעקט דעם אומווערדיגן גערוך האב איך דאס געשמעקט (איך האב גאר א שטארקע חוש הריח ב״ה, איך וועל אויפכאפן א שמעק אסאך פריער ווי רוב מענטשן) ביי א ספעציפישע ארט. נאך צוויי טאג וואס איך האב געזען אז די גערוך ווערט מיר א שטיקל תושב האב איך באשלאסן צו שפיאנירן אביסל מער און מיט די הילף פון מיין ב״ב זענען מיר אנגעקומען צו א מסקנא אז די גערוך קומט ארויס די שטערקסטע פון א לייט סוויטש טאקע אין יענע ספעציפישע פאר פוס ווי דער אומווערדיגער גערוך האט זיך צום ערשט באוויזן. האב איך געטראכט אפשר גאר איז דאס אן עלעקטריש-פארבינדעטע אישו (די כח פון דינייעל). האב איך אראפגערופן א חבר מיינע אן ערפארענער לייסענסד עלעקטרישאן, ער האט געעפנט דעם לייט סוויטש קעסטל און בייגט זיך צו און זאגט מיר מיט מיטגעפיל אז דאס איז אן קיין ספק א בעל חי וואס האט באגעגענט דעם מלאך המות און זיך נישט געקענט ארויסדרייען פון אים. און די הסתלקות און קידש בית החיים החדש איז העכסט ווארשיינליך פארגעקומען דא אין דעם געגענט פון די כותל.
איינמאל זיי קומען ארויף אין די וואנט טרעוולען זיי ארום און אלע ווענט
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: דרינגענד!! גערוך פון א טויטע באשעפעניש אין מיין הויז! עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

שחיטה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 11:22 pm


די אלע בעלי חיים קענען עסן האלץ וכ"ש שיטראק אשר על כן אויב וויל מען נישט ליידן שפעטער איז קריטיש צו לייגן בלעך אדער צעמענט אין אלע מעין (דרויסענדיגע) ווענט פאר מען לייגט שיטראק
אויב מען האט בידים געמאכט לעכער אין די ווענט אראפ צום בעיסמענט פאר פייפס וכדומה און נישט זיכער געמאכט אז ס'איז געסיעלט איז עס געווענליך א זיכערע......

קלאר?
איך האב קיינמאל נישט געזען אז א הויז אין אפסעיט זאל ווערן ארומגענומען מיט בלעך, איז דאס א אייגענע חידוש?
שחיטה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: דרינגענד!! גערוך פון א טויטע באשעפעניש אין מיין הויז! עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 1:07 am
שחיטה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 11:22 pm


די אלע בעלי חיים קענען עסן האלץ וכ"ש שיטראק אשר על כן אויב וויל מען נישט ליידן שפעטער איז קריטיש צו לייגן בלעך אדער צעמענט אין אלע מעין (דרויסענדיגע) ווענט פאר מען לייגט שיטראק
אויב מען האט בידים געמאכט לעכער אין די ווענט אראפ צום בעיסמענט פאר פייפס וכדומה און נישט זיכער געמאכט אז ס'איז געסיעלט איז עס געווענליך א זיכערע......

קלאר?
איך האב קיינמאל נישט געזען אז א הויז אין אפסעיט זאל ווערן ארומגענומען מיט בלעך, איז דאס א אייגענע חידוש?
אויב עס איז דא א בעיסמענט (סעלער) ברויך עס ווערן געסיעלט, אין די סיטי מיט די ראטן אינפלאציע איז עס וויכטיגער
ס'איז א ביליגע אינוועסטמענט און אז מען מאכט עס גוט האט מען מנוחה פאר יארן
אגב אונזער בעל הא'פראבלעם שרייבט אז ער איז נישט און אפסטעיט
אברך משי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2020 12:33 am

Re: דרינגענד!! גערוך פון א טויטע באשעפעניש אין מיין הויז! עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך משי »

איך האב נישט לאנג צוריק געהאט א ענדליכע עקספיריענס, אויף א געוויסע פלאץ אין מיין הויז האט געשמעקט געפערליך, ממש אזוי ווי ממש אזויהאט א געשריבן, ס'האט זיך געדאכט אז ס'קומט פון א טויטע בעל חי, און כ'בין ארומגעגאנגען מיט די נאז אויסשפיאנירן יעדן ווינקל. ביי איין געוויסע סוויטש אין די וואנט האט גאר שטארק געשמעקט. גערופן עלעקטרישען, ער האט געעפנט די סוויטש אבער גארנישט געזען, ער האט מיך אויסגעלאכט אז ס'איז גארנישט.

הכלל איך בין אבער נישט געווען רואיג דערוועגן. יענער סוויטש איז פארבינדן צו א עיר-קאנדישן (א פשוטער וואנט-יוניט וואס האט א סוויטש צו קענען אויפמאכן די לעקטער און צומאכן אן דארפן צוגיין און אנצינדן די עיר קאנדישן גופא) האבמיר באשלאסן אז די עיר קאנדישן איז סייווי אלט און פאנפעט שוין אביסל אונטער, ווער ווייסט אויב דאס איז נישט דער גורם אנצושטרענגן די ווייערס, און ס'ווערד צו טוישן. דער עלעקטרישען האט געהאלטן אז איך בין משוגע פארן טוישן א עיר קאנדישן סתם צוליב א שמעק אין די סוויטש.
ס'טאקע נישט געווען קיין ביליגע שפיל, אבער פאר מיין מנוחת הנפש האט זיך עס געלוינט.

מ'האממיר געטוישט דעם עיר קאנדישן צו א נייע, ומני-אז האט זיך דער ריח אויפגעהערט.

איז איך קען אייך נישט זאגן אויף זיכער וואס ס'איז געווען. אפשר איז די פילטער געווארן פארשטינקן. אפשר איז געווען א טויטע באשעפעניש אין די עיר קאנדישן און די ריח האט זיך געצויגן דורך די חלל אין די וואנט. איני יודע. איך טייל אייך מיט מיין עקספיריענס אויב איר וועט פילייכט האבן עפעס א טובה דערפון.
אוועטאר
אברך כולל
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 11:52 am

Re: דרינגענד!! גערוך פון א טויטע באשעפעניש אין מיין הויז! עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך כולל »

געהאט א ענליכע מעשה אריינגעמופט אין א נייע דירה און מען האט מיר געצהט איך זאל גלייך מייס פראפען און דאס האב איך געטוהן, צווי דריי וואכן שפעטער האט מען אנגעפאנגן צו שמעקן א געפערליכע שמעק האב איך צוריק גערופען דעם עקסטערמענעטער ער זאל אויספיגערען וואס דא גייט פאר, למעשה האט מען געטראפן א טויטע בעל חי.. (ער האט זיך אנשולדיגט און איבערגעגאנגן אלע פלעצער נאכאמאל) דיין בעסטע סעלאשען איז צו רופען א פערפעשענעל מייס פראפער/ עקסטערמעניטיר און זיי וועלן עס מסדר זיין..
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

Re: דרינגענד!! גערוך פון א טויטע באשעפעניש אין מיין הויז! עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

איך האב ממש יעצט געהאט דעם זעלבן עקספירינעס. דריי וואכן צוריק פרייטאג צונאכטס ווען ס’איז געווען שטאק שטיל אין הויז, אלע קינדער זענען שוין געווען פארזונקען אין א טיפן שלאף, מאכט מיר מיין בני בית אויפמערקזאם אז זי הערט עפעס רישבערן אין די וואנט, כ'האט צוגעלייגט אן אויער און טאקע איך הער עפעס נאויז.

די קומענדע עטליכע טעג האב איך עס נאכאמאל געהערט עטליכע מאל ביינאכט. לויט די נאויז האב איך חושד געווען א ס’איז מייז אדער א קליין פייגל.

כ'האב גערופן אן עקסטערמינעיטאר און ער האט אראפגעשיקט זיין גוי און דער גוי האט געמאכט שבע בדיקת און געזאגט מיט א ברירות אז ס’איז נישט דא קיין מייז אדער אנדערע וויילדלייף, עכ"פ מייז איז עס זיכער נישט ווייל ס’איז נישט דא קיין דראפינגס. ער האט מסביר געווען אז ס'מוז זיין אז נאויז וואס אך הער איז וואסער וואס לויפט אין פייפס. און שוין...

צוויי וואכן צוריק מוצאי שבת גייט מיין בני בית אריין אין איר וואלקינג קלאזעט און ס'שמעקט (שיין געזאגט) עפעס אוים ונורא איך קום אריין אינעם קאלזעט און מיינע מוח פיילס שטעלן גלייך צוזאם דעם גרוך מיט עפעס וואס איך האב עקספירינעסד מיט 15-16 יאר צוריק.

מיט א 15-16 יאר צוריק האב איך געלערענט אין א נאכט סדר כולל און איין טאג האט דארט אנגעהויבן שמעקן געפערליך. אן עקטערמינעיטאר האט געזאגט אז ס’איז א טויטע חיה. די וואס דארפן קער נעמען האבן נישט געוואלט ברעכן קיין ווענט, זיי האבן נישט געוואלט ספענדן די געלט. זיי האבן געזאגט אז מיט די צייט וועט די חיה זיך פארטריקענען און ס'וועט אויפהערן שמעקן. ס'האט אבער נישט אויפגעהערט פאר היפש א צייט און מ'האט עס געדארפט ארויס נעמען.

צו מארגענס האב צוריק גערופן דעם זעלבן עקסטערמינעיטאר, דאס מאל איז שוין ער אליין אראפגעקומען. גלייך ווען ער איז אנגעקומען האט ער באלד געזאגט אז סאיז גרוך פון א טויטע חיה, אבער ער האט מיר גלייך געזאגט אז ס’וועט אים זיין שווער צו טרעפן די פלאץ.

ער האט געקוקט אהין און געקוקט אהער אבער האט עס נישט געקענט אויספיגערן. ממש פאר ער האט געהאלטן ביים גיין האט ער אויפגעהויבן א נידריגע פענעל פון מיין קאסטעס קלאזעט און געפונען דעם סאספעקט - ס’איז געווען א טויטע פיעלד מייז!
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

Re: דרינגענד!! גערוך פון א טויטע באשעפעניש אין מיין הויז! עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

המשך

@ממש אזוי

נאכדעם וואס מ'האט ארויסגענומען דעם הרוג האט נאכאלץ געשמעקט. מ'האט געשפריצט עפעס א ספרעי אבער דאס האט באשאפן א געמיש פון פון צוויי אומאנגעמענע גרוכעס. מ'האט געעפענט די פענסטער און נאכאלץ נישט ארויס.

דערנאך האט מען געקויפט א בעג צוויבל. אויפגעשניטן ארום געלייגט דו פלאץ ווי ס'האט געשמעקט און ביז א האלבע טאג איז די גרוך פארשוואונדן געווארן ברוך ה'.
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”