די נייע פלאן פאר דעם פארום

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

די נייע פלאן פאר דעם פארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי יעדער זעהט ארבעטן מיר אויף עטליכע שינוים אין דעם עקזעסטירנדן פארום 'מידי שבת בשבתו' וועלכע איז אין די לעצטערע צייטן אביסל ארויס פון סדר, דער פארום איז בעצם צאמגעשטעלט פון צוויי סארט ענינים וועלכע האבן דערווייל משמש געווען בערבוביא און גורם געווען א צומושעניש ביי די באזוכער ווען עס איז געקומען אפירצוזוכען א געוויסע נושא אדער ענין.

פון איין זייט באשיינען אין דעם פארום די הערליכע אשכולות מידי שבת בשבתו ומועד במועדו ווי חברים היקרים ברענגען אראפ דברי תורה און ווערטלעך על פר' השבוע וכדו' ובראשם ידידינו וידיד כל בית הקרעטשמע כבוד ר' זיידל המכונה זיידעניו הי"ו וועלכע שטעלט צו וועכנטליך לקוטי בתר לקוטי מפי ספרים וסופרים.

פון די אנדערע זייט איז פארהאן אזעלכע וואס זוכען אויסצושמועסן און דן זיין בעניני הפרשה והמועד אויף א לענגערען אופן און ווילען הערן דעת החברים בהענין אן דעם וואס אינצווישן זאלען אריינפאלן טייערע פערל-ווערטער וואס פארשוועמען די תגובות אז ווען די אנדערע חברים קומען אריין זענען די דיונים שוין פארשווינדען און די קשיות בלייבן אן תירוצים.

לאור כל הנ"ל האט די הנהלה אויפגענומען דעם חשובען אחראי פונעם אוצר הספרים, איינער וועלכער איז שוין פקיע שמי' אלס א בר-אורין ובר-אבהן נוח לשמים ונח לבריות, כבוד הרה"ח ר' שמחה שליט"א וועלכע גיט אוועק פון זיין טייערע צייט מסדר צו זיין און אפצוטיילן די אשכולות וואס שטייען שוין, מחלק צו זיין בין הדבקים וליתן ריוח בין עדר לעדר, יעדע וואך און יעדער יו"ט וועט בסייעתא דשמיא פארמאגן (לכה"פ) צוויי באזונדערע אשכולות איינס וועט טראגן דעם נאמען 'לקוטים וענינים על פר'.....' און דאס אנדערע וועט הייסען 'דיונים ועיונים בפר'....' דאס איז אויסער די 'חומש רש"י אשכולות' וכדו'.

עס איז צום האפן אז דער ציבור הרחב וועט פארשטיין דעם תועלת און ארויסהאבן די ציהל פון די חלוקא דרבנן, און מיטהעלפן אנצוהאלטן דעם סדר מבלי מפריע, ובזכות כח של לימוד התורה נזכה כולנו לישועה בקרוב.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

"דאס" הייסט א מנהל!! זאל די וועלט זעהן וויאזוי מ'האנדלט ביי אונז א פראבלעם!! מיללער, דיין יעצטיגע שריט איז נאך א קייט אינעם לאנגן רינגל (וואס?..) פון אויפטון לטובת ולהנאת כל באי שערי עירינו.

מיט אזא שריט, וועט איר זעהן בעז"ה גאר שנעל גוטע פירות, ר' שמחה חזק ואמץ.

לסדר "הוא ישלח מלאכו לפני" חיי שרה תשס"ט
הק' יגר'ל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א הערצליכן דאנק פאר די געטרייע אחראים, וכל העוסקים בצרכי צבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם, וזכות הרבים תלוי בהם (ווייניג ווערטער וואס זאגן גאר אסאך).
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

טאקע א פלאן צו דער זאך
עשר קטן עליך
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

טאקע א געלעגנהייט זיך צו באדאנקען פאר'ן געערטן מנהל: הרב מיללערעס גיבט קיינע ווערטער אינען צו באדאנקען, איר שיינט צו זיין א פערזענליכקייט וואס ווייסט ווי צו פירן אזא פראיעקט מיט אינטעליגענציע און טאקט. ווי איר שטעלט אריין אייערס א ווארט ווערט ליכטיג, און עס גיט אריין לעבהאפט אינעם שמועס. אייער מיה פאר אונזער וואוילזיין מיט'ן אנפירן אזא שווערן פראיעקט איז זייער געשעצט דורך אונז - רייזענדע וואס פארברענגען דא שעות לאנג אינעם קרעטשמע, און עס ווילט זיך גארנישט ארויסגיין. מען פארגעסט אינגאנצן אז מען איז גאר אונטערוועגנס... תשוח"ח, זאל עס אייך וואויל באקומען, און גא-ט זאל אייך אייערע וואוילטאטן גוט באצאלן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח מר. יידישיסט פאר די ווארימע דברי חיזוק.
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

אויב מעגליך אויך עפנען א פארם פון לט מלאכות און הלכות שבת און מעשיות פון שבת
נאר דער ה' ענק באצאלען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שבת קודש האט געשריבן: אויב מעגליך אויך עפנען א פארם פון לט מלאכות און הלכות שבת און מעשיות פון שבת
נאר דער ה' ענק באצאלען


עס ברויך נישט קיינע עקסטערע פארומס, דא איז א פרייע מדינה, איר קענט עפענען אשכולות און סיי וועלכע נושא איר קלערט אז אידן וועלן נהנה זיין, מיר וועלן פרובירען צו העלפן מיט וואס מעגליך.

יעקב דוב בשם ההנהלה
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

אין וועלכן פארום וואלט געדארפט באהאנדלט ווערן פראגן אין היסטאריע (צ.ב. ווילאנג געוויסע גדולים האבן געלעבט אדער אין וועלכע תקופות א.ד.ג.)?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יידישיסט האט געשריבן: אין וועלכן פארום וואלט געדארפט באהאנדלט ווערן פראגן אין היסטאריע (צ.ב. ווילאנג געוויסע גדולים האבן געלעבט אדער אין וועלכע תקופות א.ד.ג.)?



מיט א צייט צוריק האב איך פארגעשלאגן א פלאן פאר די חשובע הנהלה צו שאפן אן עקסטערע פארום בשם 'זכור ימות עולם' וואס זאל דינען אלס א מקום פאר אלגעמיינע און אויך אידישע היסטאריע, למעשה איז שפעטער אונטערגעקומען די אנדערע פארומס בבית מדרשינו (על הצדיקים און בית סופריהם) וואס האט געמאכט שווערער די סעלעקציע פון 'וואס באלאנגט וואו', דהיינו, אויב וויל מען באשרייבן די היסטאריע פונעם ש"ס, באלאנגט דאס אין 'ידיעות התורה' אדער און 'ימות עולם'? אדער וואו באלאנגט די היסטאריע פון 'נס חנוכה' אין 'מידי שבת' אדער אין 'ימות עולם'? און וואס איז מיט די היסטאריע פונעם נסיעה פון ר' שלמה חעלמא קיין אר"י, 'על הצדיקים' אדער ימות עולם'?

למעשה, וואלט איך געזאגט אז אויב רעדט מען פון פרטיות'דיגע היטאריע פון גדולים וואס איר דערמאנט, זאל עס אריינגיין אין 'על הצדיקים' און אויב רעדט מען פון היסטאריע פון א געוויסע תקופה בכלליות אדער תקופות בתולדות היהודים והיהדות, זאל דאס געשאפן ווערן אען 'ידיעות התורה' ובאם נזכה אז מיר וועלן האבן גענוג חומר פאר א 'היסטאריע' פארום, וועל איך עס נאכאמאל אויפרברענגען פאר די הנהלה ביים קומענדגיען געלעגנהייט.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

שיינעם דאנק הרב מיללער, אייער ארבעט איז אומשעצבאר! איר קלערט און זוכט עצות אויף פארבעסערונגען, און עס דערקענט זיך די מיה. אן עקסטערן יישר-כח פאר אייער ערקלערנוג אין דעם ענין פון היסטאריע, א זאך וואס האט מיך שוין עטליכע מאל געשטערט, נישט וויסנדיג גענוי ווי אויפצוברענגען אזעלכע שמועסן.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

שקויעך הרב מיללער
חכם עתיק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם עתיק »

ישש כוחכם פארן מאכען דאס אויפמערקזאם, איך האב פונקט היינט דאס דערמאנדט לגבי שטעט אין דערפער, ווי למשל כהאב שוין פון לאנג געוואלט וויסען ווער איז געווען דער "ערשטע" רב אין סטראפקאוו, אין ווער נאך איהם, אין די יארען. ווי וואלט געגאנגען אזא אשכול.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

איך האב געוואלט פרעגן/קלארשטעלן אזוי ווי הרב טראכט גוט האט געפענט אשכולות אונטערן נאמען "אינטערסאנטע זאכן אויף די פרשה" וויל איך וויסען צו ס'איז געהעריג אין קראפט טאמער יא צו איינער קען זיך יאווענען אין מאכן א מפתח אויף וועלעכע פרשת ס'איז שוין דא
אין אויך וואלט געווען א גוטע געדאנק אפצוטיילן די"ליקוטים וענינים" אין אריבערפירען די אינטערסאנטע זאכען צו די "אינטערסאנטע זאכן אויף די פרשה"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז כמדומה לי נישט אזוי פראקטיש אפצוטיילן אויסער אויב מען מאכט אן עקסטערע פארום פאר יעדע פרשה אז נישט ווערט עס א גרויסע צומישעניש ווען איין נושא פליט אוועק און מען דארף עס גיין זוכן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

א גרויסע ייש"כ פאר אריין לייגען אזוי פיל צייט כח אין מיא צו בארייכערען די ידיעות פונם מענטשהייט אויף אזא נאבעלע פארנעם. איצטער א פארשלאג פונקט ווי עס איז דא על הצדיקים אין על סופריהם, אזוי אויך זאל זיין עיירים ועיירות, וואס מאנכע ווייסען נישט ווי אריינצולייגען אזאנע אשכולות. דארט קען באשרייבען ווי"בורג אנטווערפען אדער פיטסבורג. א דאנק פאר בלויז מיר אויס הערען.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פארדעם איז דא די זכור ימות עולם פארום

viewforum.php?f=63
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

פארשלאג: לייגען די פארום דירעקט אינטער 'בית המדרש דקהילתינו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פארשלאג: לייגען די פארום דירעקט אינטער "בית המדרש דקהלתינו".

אזוי ווי די 'סוב' פארום פארמאגט שוין קע"ה 10 דפים מיט אשכולות, טראכט איך אז ס'איז שוין ראוי צי זיין מערקבאר אינטער די שירעם פארום "בית המדרש דקהילתינו" אנשטאט זיין באהאלטען - אלס א 'סוב פארום - אינטער'ן "ידועות התורה" פארום.

ס'איז א שאד אז אזעלכע טייערע אשכולות זאלן ליגן 'כיס בתוך כיס'...

כנלע"ד
החותם בתודה למנהלים ואחראים של אייוועלט.קאם.
שמאטע.
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

איינער קען מיר העלפן אנקומען צו די וועכטליכע "די מדרש דערציילט" ?
יישר כח
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2470
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

שכל'דיג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 5:15 pm
איינער קען מיר העלפן אנקומען צו די וועכטליכע "די מדרש דערציילט" ?
יישר כח
דעס?
viewtopic.php?t=21447
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”