על מצות ציצית

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די הייליגע ציצית
מיר זאגן יעדן אינדערפרי א ברכה אויף די ציצית, און מיר דאנקן דעם אויבערשטען אויף דעם וואס ער האט אונז געהייסן אנטוהן די הייליגע ציצית, די מצוה פון ציצית איז גאר א גרויסע מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן, דאס איז די איינציגסטע מצוה פון די תורה וואס מען טראגט אויף זיך א גאנצן טאג, און מ'איז מקיים א מצוה יעדע רגע וואס מ'האט עס אנגעטוהן, ווי אויך איז דאס א מצוה וואס איז גאר גרינג צו מקיים זיין, מ'דארף עס נאר האבן אנגעטוהן אויף זיך, און מ'ווערט באלוינט דערפאר אן א שיעור, און מ'באקומט גאר אסאך גוטס דערפאר.

געדענקן אלע מצוות
אין די פרשה פון ציצית זאגן מיר, וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה': מען זאל קוקן אויף די ציצית און אזוי וועט מען געדענקן אלע מצות פון דעם אויבערשטען, קען מען פרעגן: ווי אזוי געדענקט מען אלע מצות ווען מען קוקט אויף די ציצית? דער תירוץ איז ווייל די ווארט ציצית באטרעפט 600, די קניפן איז נאך 5, די פעדימער איז נאך 8, אינאיינעם איז עס 613, פארדעם ווען איינער קוקט אויף די ציצית געדענקט ער אפצוהיטן אלע 613 מצוות.

א אנדענק פונעם קעניג
די הייליגע ספרים זאגן אונז, אז פארדעם האט דער הייליגער באשעפער אונז געגעבן די מצוה פון ציצית, כדי אז מיר זאלן אלעמאל האבן מיט זיך אַן אנדענק וואס זאל אונז דערמאנען פונעם הייליגער באשעפער און פון זיינע מצוות, אזוי ווי א קעניג וועלכע גיט פאר זיינע סאלדאטן א ספעציעלע מעדאל זיי זאלן שטענדיג ארומגיין דערמיט אנגעטוהן אויף זיך און אזוי וועלן זיי קיינמאל נישט פארגעסן פון אים.
עס היט אפ פון עבירות
די מצוה פון ציצית היט אפ דעם מענטש פון עבירות, עס איז אזוי ווי א פּאנצער וואס א סאלדאט טוט אן צו זיין אפגעהיטן אז דער שונא זאל אים נישט קענען הרג'ענען, אזוי אויך די ציצית איז א פאנצער קעגן דעם שונא דער יצר הרע אז ער זאל נישט קענען אונז איינרעדן צו טוהן עבירות און דורך דעם הרג'ענען אונזערע נשמות חלילה.
די גמרא פארציילט אז ס'איז געווען א איד וואס האט זייער שטארק אפגעהיטן אויף די מצוה פון ציצית, אמאל האט ער געהאט זייער א גרויסע נסיון צו טוהן אן עבירה, זיין יצר הרע איז נעבעך געווען אזוי שטארק אז ער איז געפארן גאר א ווייטע וועג צו אן אנדערע שטאט צו קענען טוהן די עבירה, אינמיטן די וועג האט דער אויבערשטער געמאכט בלאזן א שטארקע ווינט און זיין ציצית האט אים געגעבן א שמייס אין פנים, גלייך האט זיך דער איד געגעבן א שטעל אפ אין אנגעהויבן טראכטן: אוי וויי... ווי גיי איך דא... איך בין דאך א איד, איך זעה אז דער אויבערשטער דערמאנט מיך פון הימל נישט צו זינדיגן, ער איז צוריק אהיים געפארן שנעל און ב"ה געראטעוועט געווארן פונעם יצר הרע.

די ציצית ראטעוועט
דורך אפהיטן די מצוה פון ציצית ווערט א מענטש אפגעהיטן פון הימל ס'זאל אים נישט פאסירן קיין שום שלעכטס, אזוי ווי מיר האבן געזעהן אז ציצית איז א פאנצער און היט אונז אפ פונעם יצר הרע, אזוי אויך קען די ציצית ראטעווען א מענטש פון טויט, אזוי ווי דער מדרש פארציילט ביי חנני' מישאל ועזרי' ווען מ'האט זיי אריינגעווארפן אין פייער זענען זיי געווען ארומגעוויקלט מיט ציצית, און זיי זענען נישט געווארן פארברענט.
ווי אויך ווערט דערציילט אויף א צדיק וועלכע האט אמאל שפאצירט אויפן גאס, אין א סאלדאט האט אים אפגעשטעלט און געפרעגט-ווייזענדיג אויף די ציצית-וואס איז דאס? האט דער צדיק צוריק געפרעגט פונעם סאלדאט-ווייזענדיג אויף זיין רעוואלווער-וואס איז דאס? זאגט דער סאלדאט: דאס איז מיין געווער! זאגט אים דער צדיק-אנכאפענדיג די ציצית-און דאס איז מיין געווער! דער סאלדאט האט זיך אויפגערעגט און געפרעגט: זאג נאר דו איד, דו ווילסט אפשר פראבירן וועמענס געווער ארבעט בעסער? זאגט דער צדיק יא! יענע סעקונדע האט פלוצלינג אנגעכאפט פאר דעם סאלדאט א שרעקליכע ציטער און ער האט אנגעהויבן אוועק צו לויפן פון דארט און דער צדיק איז געראטעוועט געווארן.

גדלו וטובו מלא עולם
אז מ'טראכט נאר אביסל אריין אין די מצוה זעהט מען קלאר די גרויסקייט און גוטסקייט פונעם אויבערשטען, ווי אויך די אויסערגעווענליכע ליבשאפט וואס ער האט צו אידישע קינדער, ער גרייט אונז אן די מצוה דורך: רעגן, ערד, זוהן, לופט, גראז, וואסער, שאף, וואל, אא"וו ביז מיר האבן ציצית, און דערנאך באלוינט ער אונז מיט אזויפיל גוטס בלויז פארן גיין אנגעטוהן דערמיט.
דער ווילנער גאון זצ"ל א קורצע צייט פארן נפטר ווערן האט ער זיך אנגערופן צו זיינע תלמידים-האלטענדיג די ציצית אין זיין האנט-אוי ווי שווער עס איז זיך צו געזעגענען פון דער וועלט, פאר א קליינע גרינגע מצוה'לע וואס קאסט אזוי ביליג קען מען זוכה זיין צו אזוי פיל גוטס, אויף יענע וועלט קען מען דאס נישט האבן אפילו פאר גאר אסאך געלט.

מסירת נפש פאר ציצית

עהרליכע אידן געבן אלעמאל אכטונג צו האבן אנגעטוהן שיינע ציצית וואס איז כשר 100 פראצענט, ס'איז געווען צדיקים וואס האבן געהאט ממש מסירת נפש פאר די מצוה פון ציצית, עס ווערט דערציילט אויפן צדיק ר' שלום אליעזר מ'ראטצפערט זצ"ל, ביי די מלחמה ווען מ'האט אים געטראגן אויפן לעצטן וועג צו קידוש השם, האט זיך אינמיטן אפגעריסן א שטיקל פון די ציצית, האט ער זיך אפגעשטעלט און נישט געוואלט גיין ווייטער אפילו איין טריט אן א כשר'ע ציצית, איינע פון די אידן וואס זענען דארט געווען האט אים געברענגט שנעל א כשר'ע ציצית, האט דער צדיק אים צוגעזאגט אז ער וועט בלייבן לעבן, זי"ע.
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

קען איך א חשובע רב א גרויסע ת"ח וואס מאכט אויכט א ברכה אויפ'ן ט"ק (נישט יעדען צופרי אבער ווען ער טוהט אהן א צווייטע אינמיטען טאג אדער א נייע כמדומה לי)
ער האט אמאל געזעהן זיין אייניקעל א בחור אנטון א ציצית אהן א ברכה האט ער עם אפיר געהאלטען היתכן
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

9.png
9.png (70.87 KiB) געזען 566 מאל
פון קול הציבור
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

8-min.png
8-min.png (164.35 KiB) געזען 562 מאל
פון דאס איז די נושא?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כ'האב אויפגעפאסט היינט אויף די טליתים קטנים אדער גדולים וואס האבן די גאר דיקע ציצית קען זיך מאכן אז מ'זאל פארפעלן די עיקר הדין פון שליש גדיל ושני שליש פתיל.

2D0EAF8F-51F2-4876-BC6A-75AC360A9BC3.png
2D0EAF8F-51F2-4876-BC6A-75AC360A9BC3.png (146.71 KiB) געזען 290 מאל
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:36 pm
קען איך א חשובע רב א גרויסע ת"ח וואס מאכט אויכט א ברכה אויפ'ן ט"ק (נישט יעדען צופרי אבער ווען ער טוהט אהן א צווייטע אינמיטען טאג אדער א נייע כמדומה לי)
ער האט אמאל געזעהן זיין אייניקעל א בחור אנטון א ציצית אהן א ברכה האט ער עם אפיר געהאלטען היתכן
אזוי דארף מען טוהן איז דא איינער וואס האלט אנדערש?
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

גבריאל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:01 pm
אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:36 pm
קען איך א חשובע רב א גרויסע ת"ח וואס מאכט אויכט א ברכה אויפ'ן ט"ק (נישט יעדען צופרי אבער ווען ער טוהט אהן א צווייטע אינמיטען טאג אדער א נייע כמדומה לי)
ער האט אמאל געזעהן זיין אייניקעל א בחור אנטון א ציצית אהן א ברכה האט ער עם אפיר געהאלטען היתכן
אזוי דארף מען טוהן איז דא איינער וואס האלט אנדערש?
זיכער איז דא וואס קריגן!
די הייליגע מנח"א האט בפירוש געהאלטן אז מ'מאכט נישט קיין ברכה אויפן ט"ק, בעת ווען הרה"ק מ'שינאווא האט געהאלטן אז יא!
לעצט פארראכטן דורך די זוהן פון קהלת אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דאס איז די שיטה פונעם בוטשאטע רב וואס אסאך האבן אנגענימען למעשה
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:39 am
כ'האב אויפגעפאסט היינט אויף די טליתים קטנים אדער גדולים וואס האבן די גאר דיקע ציצית קען זיך מאכן אז מ'זאל פארפעלן די עיקר הדין פון שליש גדיל ושני שליש פתיל.


2D0EAF8F-51F2-4876-BC6A-75AC360A9BC3.png
איך האב איבערגעקניפט מיין טלית גדול און צוזאמגעצויגן די גדיל אז עס זאל זיין שליש גדיל ושני שליש פתיל.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

וואס איז די שיעור ציצית לויט הגר''ח נאה, און וועלכע שיעור אין געשעפט זענען די ציצית?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18085
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די שיעור איז 96 ס"מ די לענג, און עס איז מאס 5 לויט די א"י מאס, 20 אין די אמעריקאנער מאס.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: על מצות ציצית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

הרה"ק מר"ר מענדי'לע מרימנאוב זי"ע, אמר שצריך לילך אם ציצית שאורכו מתחיל ממקום הלב וצריך לכסות את הלב, עד מקום הברכיים
וב"ה בארץ ישראל התחילו הרבה בחורי אנ"ש,וסתם אנשים לילך עם ציצית ארוך כנ"ל

ודרך אגב הרה"ק הנ"ל כותב במכתב קודש (נד' במנחם ציון) אל הרה"ק ר' אייזק'ל קאלוב'ער זי"ע בתוקף שצריך למחות על המודע החדשה באונגער'ן שהציצית אינו מכסה את לב האדם
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”