היסטאריע פון מלכי יהודה\ישראל - אין פארזעצונג

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

היסטאריע פון מלכי יהודה\ישראל - אין פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אין דעם גליון וואס איך פלעג ארויסגעבן האב איך יעדע וואך געהאט אן אפטיילונג פון כלל ישראל'ס היסטאריע בזמן הבית, אנגהויבען פון סוף ימיו פון דוד המלך ע"ה. בעזה"י וועל איך עס איבערארבעטען און ברענגען לכה"פ איין קאפיטעל א וואך, ביז מיר וועלן האבען א דבר השלם.
אלעס וואס איך שרייב איז גענומען בלויז פון די פסוקים אין ספר מלכים וספר דברי הימים לויט ווי די מפרשים (מראות גדולות המאור) האבען עס אפגעלערנט. אויך פראביר איך צו ברענגען דרשות חז"ל עד היכן שידי מגעת, ווילאנג עס טוט נישט צו שטארק ארויסשלעפען פון פשוטו של מקרא.
אינעם מעשה גופא גיי איך נישט אריין אין קיין פיהלע פשטים וכדומה, נאר ווען עפעס פארלאנגט א לענגערע הסבר פארצייכען איך עס מיט אן אות, און פון אונטען שרייב איך צו דעם הערה. אויפען פארום זענען אלע אותיות גלייך דעם גרויס און איך האב נישט דעם געדולד צו פארקלענערען, אבער אינעם PDF זענען די אותיות פארקלענערט.
בדרך כלל זענען די ווערטער אין bold (אינעם PDF) דעם לשון הפסוק.
מיין ציהל איז דאס איין טאג ארויסצוגעבן אלץ א בוך, אלזא בעט איך דער וואס האט סיי וועלכע הערה, צי אין פשט, צי אין גענויאיגקייט, צי גאר אין אויסלייג אדער גראמאר, זאל מוחל און שרייבען. בכדי דער ליינער זאל גרינגערהייט קענען אפליינען אלע פרקים וועל איך עפענען א באזונדערע אשכול פאר הגהות און הערות און איך בעט מען זאל אלעס שרייבען דארט.


והמלך דוד זקן בא בימים – דער גרויסע און מעכטיגע קעניג דוד האט זיך געעלטערט און עס האט זיך ארויסגעוויזען. זיינע פיהלע און שווערע איבערלעבענישען האבען געמאכט א רושם אויף איהם און זיין הייליגען גוף איז געווארען אפגעשוואכט. מער האט ער שוין נישט געהאט קיין כח צו פירען די קיין קאמפען ווי אמאל, און ער האט שוין נישט געפירט דעם פאלק מיטען גאנצען קראפט ווי אין די יונגע יארען. די זקנה האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט אויף איין אופן: ער האט זיך תמיד געשפירט קאלט. אויך ווען מען האט איהם איבערגעדעקט מיט דיקע קליידער האט עס נישט געהאלפעןא.
עס האט זיך גענויטיגט א ספעציעלע גבאי וואס זאל איהם שטענדיג באדינען, האבען זיינע באדינער איהם געשאפט א דינסט-מיידעלב מיטען נאמען אֲבִישַׁג, איהם צו באדינען. זי איז געקומען פונעם שטאט שׁוּנֵם און מען האט איהר גערופען אבישג הַשׁוּנַמִית. זי האט לעולם געוואלט אז דוד המלך זאל מיט איר חתונה האבען, און זי האט דאס אפילו אנגעטראגען פאר איהם, אבער ער האט אפגעווארפען איר באגער צוליב דעם וואס ער האט שוין געהאט אכצען פרויעןג.

דוד המלך האט געהאט א זון מיטען נאמען אֲדוֹנִיָהוּ בן חַגִית, א הויכע מאן מיט א שיין געשטאלט, וואס האט נאטורליך געצויגען צו זיך פיהל מענטשען, צווישען זיי גאר חשוב'ע לייט, ווי צ.ב.ש. יוֹאָב בן צְרוּיָה און אֶבְיָתָר הכהן. אדוניהו האט געהאט א שיינעם רייטוואגען מיט פערד און ווען ער האט געדארפט ערגעץ רייטען פלעגט ער האבען פופציג מענטשען וואס זענען געלאפען פאראויס פון זיין רייטוואגען. זייענדיג אזוי געלונגען און באליבט פלעגט ער זיך שטענדיג גרויסען "אני אמלוך – איך וועל קעניגען נאכען הסתלקות פון מיין טאטע דודד."
ער וואלט אפשר געוועהן פאסיג פארן מלוכה, אבער דוד האט שוין געהאט צוגעזאגט פאר בת שבע אז איר זוהן שלמה וועט קעניגען נאך איהם. די הבטחה איז געוועהן עפ"י ה', און דערפאר האבען נָתָן הנביא, צָדוֹק הכהן, בְנָיָהוּ בן יְהוֹיָדָע, שִׁמְעִיה, רֵעִיו און די גיבוריםז פון דוד (וועלכע זענען אלע געוועהן געטריי צו דוד המלך) געשטיצט שלמה'ן.

ויהי היום האט אדוניהו געמאכט א סעודה נעבן דער גרויסע שטיין אֶבֶן הזוֹחֶלֶתח, וואס איז געוועהן ביים קוואל עֵין רוֹגֶל - דער פלאץ וואו מען פלעגט וואשען קליידער. ער האט גע’שחט‘ען פיהל געשטאפטע אקסען און שאף און גערופען אלע זיינע מענטשען. דער סעודה האט געזאלט זיין אן הכתרה פאר אדוניהו, און דערפאר זענען געוועהן געלאדענט בלויז זיינע געטרייע מענטשען, און נישט זיין ברודער שלמה וסייעתו.
נתן הנביא האט זיך דערוואוסט פון דעם סעודה און ער האט באלד געשיקט רופען בת שבע. ”זאלסטו וויסען אז אדוניהו פאררופט זיך אלץ מלך. ער פראוועט יעצט א סעודה מיט זיינע מענטשען, וואו ער האט גערופען אלע זיינע קרובים אויסער זיין ברודער שלמה און די וואס שטיצען איהם. דאס אלעס האט ער געטוהן אהן דעם וויסען פון אונזער האר דוד.
”אצינד וועל איך דיר געבן אן עצה וויאזוי זיך צו ראטעווען צוזאמען מיט דיין זוהן: גיי אריין צום קעניג און פארצייל איהם וואס האט דא פאסירט, און טוה אים פארהאלטען היתכן ער לאזט דאס צו. פארלאנג פון איהם ער זאל האלטען זיין צוזאג און נישט צולאזען אזא מרידה.
”ווילאנג דו שטייסט דארט און רעדסט וועל איך שוין אריין קומען און קלארער פארשטעלן דעם גאנצען בילד.“

דוד המלך איז שוין געוועהן אלט און שוואך און האט שוין נישט געהאט קיין כח ארויסצוגיין. אבישג השונמית איז געוועהן ביי איהם אין צימער און איהם באדינט ווען בת שבע קומט אריין און בוקט זיך.
”וואס איז דיין באגער?“ פרעגט איר דוד המלך.
”מיין האר דוד,“ הייבט זי אהן זאגען, ”דו האסט מיר דאך צוגעזאגט אז מיין זוהן שלמה וועט קעניגען נאך דיר, אבער אצינד האט אדוניהו בן חגית זיך געקרוינט. ער פראוועט יעצט א סעודה מיט אלע זיינע אנהענגער, און ער האט גערופען אלע דיינע קינדער אויסער מיין זוהן שלמה און זיינע תומכים האט ער נישט געלאדענט."
דוד המלך איז געווארען ערשטוינט פון דעם נייעס, אבער בת שבע לאזט איהם נישט אריינהאקען. ”די אויגן פונעם פאלק זענען געוואנדען צו דיר צו זעהן וועמען דו וועסט באשטימען אלץ ממלא מקום. טאמער וועסטו גארנישט טוהן יעצט, דאן נאך דיין פטירה וועל איך מיט מיין זוהן שלמה בלייבען אויסגעשפילטט.“

בשעת זי האט אזוי גערעדט צו דוד המלך איז אריינגעקומען נתן הנביא און זיך געבוקט. ווען בת שבע האט געענדיגט וואס זי האט געהאט צו זאגען האט זי זיך שטילערהייט ארויסגערוקט, און נתן הנביא האט איבערגענומען דעם ווארט. ”אדוני המלך,“ פרעגט ער, ”האסטו געזאגט אז אדוניהו וועט קעניגען נאך דיר? ווייל ער פירט יעצט א סעודה מיט אביתר הכהן און דער גענעראל יואב און זיי רופען אויס ’יחי המלך אדוניהו‘. איז דאס טאקע דיין ווילען? און אויב יא, פארוואס האסטו מיר גארנישט פארציילט?“
ווען דוד המלך האט געהערט ווי נתן באשטעטיגט אז אדוניהו בן חגית האט זיך טאקע אליין געקרוינט האט ער אויסגערופען, ”רופטס צוריק בת שבע."
זי איז געקומען פאר איהם און האט זיך געבוקט.
”איך שווער אין נאמען פון דער באשעפער וואס האט מיר אויסגעלייזט פון אלע צרות,“ הייבט אהן דוד צו זאגען, ”אז פונקט ווי איך האב דיר אמאל געשוואוירען אין זיין הייליגען נאמען אז דיין זוהן שלמה וועט קעניגען נאך מיר, אזוי וועל איך שוין אינעם היינטיגען טאג אויספירען.“
ביים הערנדיג די ווערטער האט בת שבע זיך ווידער געבוקט צו דוד און געזאגט, ”יחי המלך דוד לעולם.“
”אצינד,“ איז דוד המלך ממשיך, ”ברענגטס מיר אהער צדוק הכהן, נתן הנביא און בניהו בן יהוידע.“
ווען זיי זענען אנגעקומען האט ער זיי באפוילען, ”נעמטס מיינע קנעכט מיט אייך, און צוזאמען זאלט איר ארויפזעצן שלמה אויף מיין מויל-אייזל (פְּרֵידָה), און ברענגטס איהם צום טייך גיחוןי. דארט זאלען צדוק הכהן און נתן הנביא איהם זאלבעןיא. מען זאל בלאזען שופר און אויסרופען ’יחי המלך שלמה‘. דערנאך זאלט עטס איהם צוריק ברענגען אהער און איהם זעצן אויף מיין בענקל. אזוי וועט זיין פעסטגעשטעלט ביי גאנץ כלל ישראל אז ער וועט זיין דער נעקסטע קעניג.“
בניהו ענטפערט פאר דוד’ן, ”אמן, כן יהי רצון. דער באשעפער, דער גאט פון אונזער האר דוד, זאל אויך אזוי זאגען. מיר וואונטשען אז דער רבוש”ע זאל שטענדיג זיין מיט שלמה פונקט ווי ער איז געוועהן מיט דיר, און זיין מלוכה זאל איבערשטייגען דיינסיב.“

זיי האבען באלד אראפגענידערט שלמה צום גיחון ווען ער רייט אויף דעם קעניג’ס מויל-אייזל. זיי האבען מיטגענומען מיט זיך דער כלי פון שמן המשחה וואס איז געלעגן ביים ארוןיג, און דער כְּרֵתִי וּפְּלֵתִייד. צדוק הכהן האט געזאלבט שלמה אלץ מלך, מען האט געבלאזען שופרטו און יעדער איינער האט אויסגערופען ’יחי המלך שלמה‘. עס איז באלד געווארען א גרויסע שמחה ביי אלע יודען. מען האט געשפילט מיט טראמפייטערס און די קולות פון שמחה זענען געוועהן גאר הויעך.

דערווייל האט אדוניהו בן חגית נאך געפראוועט זיין הכתרה. די פארזאמעלטע האבען נארוואס געענדיגט עסן ווען זיי הערן פלוצלינג שופר בלאזען פון שטאט. רופט זיך אהן יואב, ”וואס זענען די קולות וואס מיר הערן?“
ער האט נישט עספיעט צו ענדיגען זיין פראגע ווען זיי דערזעהן יונתן בן אביתר הכהן ווי ער דערנענטערט זיך. ”קום,“ רופט צו איהם אדוניהו, ”דו ביזט דאך פון אונזערע מענטשען און דו האסט אוודאי עפעס א גוטע בשורה.“
”צום באדויערען האב איך היינט נישט קיין גוטע בשורה פאר דיר, אדוניהו. דוד המלך האט יעצט באפוילען צו קרוינען דיין ברודער שלמה און פראקלאמירען אז ער וועט קעניגען נאך איהם. זיינע געטרייע מענטשען האבען געפירט שלמה אויפען קעניג’ס מויל-אייזל און איהם געזאלבט ביים גיחון. דער טומעל וואס דו הערסט אין שטאט איז פון דער עולם וואס פרייט זיך מיט.
”די עבדי המלך זענען שוין אפילו געגאנגען צו אונזער האר דוד איהם אנוואונטשען אז שלמה’ס מלוכה זאל זיך שיין ציהן, און ער זאל נאך איבערשטייגען זיין פאטער. און דוד אליין האט זיך געבוקט אויף זיין בעט און געדאנקט דער אויבעשטער אז ער האט זוכה געוועהן צו זעהן ווי זיין זוהן קעניגט.“

ווען אדוניהו בן חגית מיט זיינע מענטשען האבען געהערט אז דוד המלך האט עפענטליך געקרוינט שלמה’ן האבען זיי באלד פארשטאנען אז זיי האבען פארשפילט, און עס האט זיי אנגעכאפט א ציטער דוד און שלמה זאלען זיך נישט נוקם זיין אין זיי, און משפט'ן אלץ מורדים במלכות. די מסיבה האט זיך באלד אויפגעלאזט און אלע זענען זיך פונאנדערגעגאנגען.
אדוניהו אליין האט דאס מערסטע מורא געהאט און ער האט געציטערט אז דוד זאל איהם נישט דן זיין למיתה. אויס מורא פאר זיין לעבן איז ער געלאפען צום מזבחטז און זיך אנגעכאפט אין איר ווינקלען. מיט דעם האט ער געקלערט זיך צו ראטעווען זיין לעבן ווייל ער האט פארשטאנען אז מען וועט איהם נישט הרג’ענען אין אזא מקום קדוש.

שלמה המלך האט געהערט אז אדוניהו איז ביים מזבח און ער וויל נישט נאכלאזען ביז ווען שלמה וועט שווערן אז ער וועט איהם נישט טויטען. אין ווארהייט האט אדוניהו נישט געהאט וואס צו זארגען ווייל שלמה האט אצינד נישט געהאלטען ביי איהם מעניש זיין.
דער ניי-געקרוינטע קעניג האט איהם געשיקט איבערגעבן, ”טאמער וועסטו זיך אויפפירען לייטיש און מיר דינען וועל איך דיר גארנישט טוהן און דו קענסט לעבן רואיג. אבער וויסען זאלסטו, טאמער וועסטו נאך עפעס בונטעווען, אפילו מיט א קלייניגקייט וואס נארמאל געזעהן קומט נישט דערפאר טויט שטראף, וועל איך אבער יא גיין מיטען פולסטען שטרענגקייט און דיר הרג’ענען.“
אויף שלמה’ס באפעל האט מען אראפגענומען אדוניהו פונעם מזבח און ער איז געקומען פאר שלמה. אדוניהו האט געמיינט אז ער וועט פון יעצט מוזען זיין א באדינער פאר שלמה, האט ער האט זיך געבוקט צום נייעם קעניג און געווארט צו הערן וואס זיינע פליכטען זענען. שלמה האט איהם אבער געלאזט אהיים גיין, געבענדיג צו פארשטיין אז ער איז דערווייל פריי פון דינסט, און ווען מען וועט איהם דארפען וועט מען איהם רופען.


אחז"ל זאגען אונז אז דאס איז געוועהן אן עונש פאר אפשניידען דעם עק פון שאול המלך'ס קלייד, יארען פריער ווען שאול האט איהם נאכגעיאגט. היות ער האט מבזה געוועהן דעם בגד האבען קליידער אצינד נישט געווירקט פאר איהם.
בדער תפארת שלמה ערקלערט פארוואס האבען די קנעכט געברענגט א דינסט-מויד. ער געבט צו פארשטיין אז כדי א מענטש זאל בלייבען לעבן אויף דער וועלט דארף ער פירען א שטענדיגע מלחמת היצר. דאס איז דערפאר ווייל דער גאנצע תכלית פונעם בריאה איז אז דער מענטש זאל זיך שלאגען מיטן יצה”ר און באקומען זיין שכר, און ווילאנג מען לעבט מוז מען בהכרח האבען נסיונות.
דוד המלך, דער צדיק וקדוש, האט עדות געזאגט אויף זיך ולבי חלל בקרבי- מיין יצה”ר איז טויט. ווען זיינע באדינער האבען געזעהן אז ער איז שוין אינגאנצען בייגעקומען זיין יצה”ר און ער האט נישט מער קיין שום נסיונות האבען זיי מורא געהאט אז ער וועט ווערן אוועקגענומען פון דער וועלט. דערפאר האבען זיי איהם געברענגט אבישג השונמית און דאן האט ער געהאט א פרישע נסיון, נעמליך צו נעמען מער ווי אכצען פרויען און מיט דעם האבען זיי איהם געראטעוועט זיין לעבן.
גא פשוט'ע מענטש מעג חתונה האבען מיט וויפיהל פרויען ער וויל (אויסער די בני אשכנז נאכען חרם דרבינו גרשום). א קעניג האט אבער א מצוץ לא תעשה פון לא ירבה לו נשים – ער טאר נישט נעמען צופיהל פרויען. חז"ל דרש'ענען אז דער באגרעניצונג איז אכצען פרויען.
דאדוניהו בן חגית האט זיך געקענט אזוי גרויסען און ווידערשפעניגען אין זיין טאטן ווייל ולא עֲצָבוֹ אביו מימיו - זיין פאטער האט איהם קיינמאל נישט אריינגעזאגט קיין שטראף רייד, אפילו ווען עס איז זיך איהם געקומען. אז דער טאטע געבט קיינמאל נישט קיין פסק פארן קינד וואקסט ער קרום. [עס איז דא א טייטש פון ספה"ק ולא עצבו אביו מימיו – עס האט נישט געעגבערט פאר אדוניהו וואספארא טאטע ער האט און אז דאס ברויך איהם מחייב זיין.]
הדער מצודת שרייבט אז שמעי איז מעגליך געוועהן שמעי בן גֵרָא.
ודער מצודות וויל אויך זאגען אז רעי איז אפשר נישט קיין נאמען פון א מענטש נאר עס איז מלשון רֵעַ - א פריינט. לויט דעם זאגט ער אז דאס גייט ארויף אויף חוּשַׁי הָאַרְכִּי וועלכע ווערט אנגערופען דעם רע המלך - דער פריינט פונעם קעניג.
זדי גיבורים, ברענגט דער מצודת, זענען געוועהן עֲדִינוֹ אֶלְעָזָר און שַׁמָה, ווי עס ווערט געברענגט סוף ספר שמואל (ב’ כ”ג) אז זיי זענען געוועהן די גיבורים פון דוד.
חדער שטיין אבן הזוחלת איז געוועהן א שווערע שטיין ביים וועלכען בחורים פלעגן זיך צוזאמקומען אויסצופראבירען זייער כח, זעהן ווער עס קען שטופען אדער הייבען דעם שווערן שטיין.
טבת שבע האט גענוצט דער לשון והייתי אני ובני שלמה חטאים וגו’. די מפרשים ערקלערן אז חטא איז טייטש פעלן– דהיינו עס וועט פעלן פון זיי דער גרויסקייט פון מלכות (רש”י). אנדערע לערנען אז זי האט געמיינט צו זאגען אז זיי וועלן פעלן פון דער וועלט, ווייל אדוניהו וועט זיי הרג’ענען (מצודת). נאך א פשט אז חטאים איז טאקע מלשון חטע ועון, דהיינו מען וועט זאגען אז שלמה און בת שבע זענען זינדיגער, דערפאר האט ער נישט געקעניגט.
יעס פלעגט זיין דער שטייגער צו זאלבען א קעניג ביי א טייך, עס זאל זיין צו א גוטע סימן. נעמליך, אז דער מלוכה זאל זיך ציהן אזוי ווי א טייך. (דאס אז איינס פון די טעמים פון גיי 'תשליך' אום ראש השנה.]
יאדער הלכה איז אז א מלך בן מלך פון מלכות בית דוד דארף מען נישט זאלבען, אויסער ווען עס איז דא א מחלוקת. דערפאר האט מען געדארפט זאלבן שלמה המלך ווייל עס איז געוועהן א מחלוקת מיט אדוניהו.
יבפון דער ברכה וואס בניהו האט געוואונטשען דוד אז שלמה’ס מלוכה זאל איבערשטייגען זיין אייגענע, לערנען חז”ל ארויס אז א מענטש איז נישט מקנא זיין זוהן, און אפילו ער זעט אז זיין זוהן איז מער מצליח ווי איהם פרייט ער זיך.
יגדער שמן המשחה איז געלעגן אין א כלי וואס איז געוועהן אינעם פארעם פון א האָרן. דאס איז געלעגן ביי דוד המלך אינדערהיים ווייל בימים ההם איז דער ארון נישט געוועהן אין דער משכן נאר ביי דוד’ן.
דרך אגב, ווען דער ארון איז נישט געוועהן אין דער משכן האט דער מזבח פונעם משכן געהייסען ’בָּמָה גדולה‘. ווען מיר טרעפען אין חז”ל דינים פון א במה גדולה רעדן זיי פון אזא צייט וואס דער ארון איז נישט געוועהן אין משכן.
ידלויט איין פשט פון חז”ל איז כרתי ופלתי געוועהן דער אורים ותומים. לויט א צווייטע פשט אין חז"ל איז כרתי ופלתי געוועהן די סנהדרין, און בניהו בן יהוידע איז געוועהן דער ראש הסנהדרין.
אין תרגום יונתן טרעפען מיר א פשט אז זיי זענען געוועהן די סאלדאטען וואס האבען געצילט מיט פייל-און-בויגענס.
א פערטע פשט איז פארהאן אז זיי זענען געוועהן צוויי חשוב’ע משפחות, און בניהו בן יהוידע איז געשטאנען בראשם. (רד”ק)
טזדער טעם פארוואס מען האט געבלאזען שופר איז געוועהן כדי מודיע צו זיין פארן רבים אז מען האט געקרוינט א נייעם קעניג. להבדיל ביים מלך מלכי המלכים טוהן מיר אויך אזוי - מיר בלאזען שופר אויף ראש השנה ווען מיר זענען איהם כביכול ממליך.
טזאין רש”י שטייט אז ער איז געלאפען קיין גבעון צום גרויסען מזבח אינעם אהל מועד. דער מצודות זאגט אבער אז ער איז געגאנגען צום מזבח וואס איז געוועהן בבית דוד פארן ארון.



©כל הזכיות שמורות לאנעים זמירות – אידישע וועלט. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
ביטע שרייבען הערות והארות אין דעם אשכול
אטעטשמענטס
מלכים 1.pdf
(122.27 KiB) געווארן דאונלאודעד 226 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 5:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

צווייטע קאפיטעל - דער הסתלקות פון דוד המלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ויקרבו ימי דוד למות – עס איז געקומען די צייט פאר דוד המלך נפטר צו ווערן האט ער געלאזט רופען זיין זוהן שלמה און איהם איבערגעגעבן זיין לעצטע צוואה. ”מיין טייערע זוהן, עס איז געקומען מיין צייט צו גיין פון דער וועלט. איך ווייס אז דו ביזט נאך יונג, נישט מער ווי צוועלף יאר אלט, אבער דו זאלסט זיך שטארקען און אויפפירען ווי א דערוואקסענע מענטש. גיי שטענדיג אין דעם אויבעשטער’ס וועגן און בזכות דעם וועט ער אויספירען זיין הבטחה צו מיר, וואס ער האט מיר צוגעזאגט אז אויב מיינע קינדער וועלן זיך ערליך פירען וועט די מלוכה זיך אייביג האלטען ביי זיי. על כן זאלסטו זעהן זיך צו האלטען צום אויבעשטער’ס דרכים און טוהן די מצוות ה’."
שלמה נעמט אהן מיט ערנסטקייט די רייד פון זיין פאטער, אבער דוד איז נאכנישט פארטיג. ”איך געב דיר איבער דריי חשבונות וואס דו זאלסט צוענדיגען:
א. דו ווייסט גאנץ גוט וויאזוי יואב בן צרויה האט גע’הרג‘עט מיינע צוויי גרויסע און הייליגע גענעראלען אַבְנֵר בן נֵר און עֲמָשָׂא בן יֶתֶר, אויף גאר א נידערטרעכטיגען אופןא. איך האב נישט געקענט נקמה נעמען אין איהם אבער איך בין פארזיכערט אז דו, מיט דיין קלוגשאפט, וועסט זיכער מאכען אז ער זאל נישט נפטר ווערן בשלום אויף זיין בעט.
ב. מיט די קינדער פון בַּרְזִילַי הַגִלְעָדִי, דאגעגען, זאלסטו זיך יא גוט באגיין און זיי זאלען עסן פון דיין טיש. דאס איז דערפאר ווייל ער האט מיר געשפייזט ווען איך בין אנטלאפען פון מיין זוהן אבשלום.
ג. אין שִׁמְעִי בן גֵרָא זאלסטו זיך אויך נוקם זיין ווייל ווען איך בין אנטלאפען פון אבשלום האט ער מיר געשאלטען און נאכגעשריגען מיט זייער מיאוס’ע לשונות. איך האב שפעטער געשוואוירען אז איך זעלבסט וועל איהם נישט הרג’ענען, אבער דו זאלסט יא טרעפען עפעס א תירוץ איהם צו טויטען, און זעהן אז ער זאל שטארבען דארך דיין שווערד.“
דוד המלך האט זיך געזעגנט פונעם וועלט און מען האט איהם באגראבען אין מצודות ציון – עיר דוד. סך הכל האט ער געקעניגט פערציג יאר - זיבען יאר אין חברון און דריי און דרייסיג יאר אין ירושלים."

****

[בכדי צו האבען א שטיקעל בילד ווער איז געוועהן יואב אן צרויה און פארוואס דוד המלך איז געוועהן אזוי בייז אויף איהם, וועלן מיר דא ברענגען א קורצען איבערבליק פון זיין לעבן. היות עס איז נישט מעגליך אין פארלויף פון עטליכע שורות צו באשרייבען דעם רייכען לעבן פון יואב מיט אלע זיינע ערלעבנישען און טהאטען, וועלן מיר שניידען רוב פרטים און נאר פארציילען אויף זייער אן אויבערפלעכליכען שטייגער, דער ליינער זאל כאטש האבען עטוואס אן אהנונג איבער וועם און וואס מען רעדט.]

די משפחה פון יִשַׁי בן עוֹבֵד:
• ישי בן עובד האט געהאט (צווישען אנדערע) א זוהן מיטען נאמען דוד (המלך) און צוויי טעכטער, צְרוּיָה און אֲבִיגַיִל.
• דוד המלך האט חתונה געהאט מיט עטליכע פרויען און פון זיי האט ער געהאט: אֲדוֹנִיָהוּ בן חַגִית, אַבְשָׁלוֹם בן מַעֲכָה, אַמְנוֹן בן אֲחִינוֹעַם און שְׁלֹמֹה בן בַּת שֶׁבַע (ועוד).
• צרויה האט חתונה געהאט מיט שְׂרָיָה בן קְנַז און געהאט דריי זוהן: יוֹאָבב, אֲבִישַׁי און עֲשָׂהאֵל.
• אביגיל האט חתונה געהאט מיט יֶתֶר (ווערט אויך אנגערופען יִתְרָא) און זיי האבען געהאט א זוהן מיטען נאמען עֲמָשָׂא.
קומט אויס אז אבשלום בן מעכה, אדוניהו בן חגית, שלמה המלך, יואב בן צרויה און עמשא בן יתר זענען אלע געוועהן געשוויסטער קינדער.

יואב'ס לעבנס-געשיכטע:
נאך ווען שאול המלך איז גע’הרג‘עט געווארען במלחמה און דוד המלך איז געווארען קעניג, איז ער געקומען אייננעמען דער פעסטונג מְצוּדַת צִיוֹןג פון די יְבוּסִים. יואב בן צרויה איז געוועהן דער וואס האט ערמעגליכט דאס איינצונעמען (חסרים פרטים הרבה וכנ”ל) און אלץ שכר האט איהם דוד המלך געמאכט פאר זיין גענעראל (שַׂר צְבָא). יואב האט געטריי געדינט דוד’ן און חז”ל זאגען אז די מלחמות און גבורות פון יואב האט ערמעגליכט פאר דוד צו זיצען און לערנען. לויטען ירושלמי איז יואב אליין געוועהן א ראש הסנהדרין.
בימים ההם איז געגאנגען דער שר צבא פון שאול המלך, אַבְנֵר בן נֵר, און געקרוינט שאול’ס זוהן אִישׁ בּוֹשֶׁת אלץ ממלא מקום פון זיין טאטע און קאנקערענץ פון דוד המלך. אין אנהייב האט ער געקעניגט איבער שבט אפרים, שפעטער אויך אויף שבט בנימין און צום סוף איבער אלע יודען אויסער שבט יהודה (וועלכע זענען געוועהן טעניג אונטער דוד).
איינמאל האבען די צווי גענעראלען יואב מיט אבנר געפירט א מלחמה און ביי יענעם שלאכט האט אבנר גע’הר‘געט עשהאל דער ברודער פון יואב (גם כאן חסרים פרטים הרבה). פון דעמאלס אהן איז יואב געוועהן א בלוט-שונא פאר אבנרד.
א צייט שפעטער האט פאסירט דאס איש בושת האט באליידיגט אבנר ווען ער האט איהם חושד געוועהן אויף אנ’עבירה. דאן האט אבנר געשיקט איבערגעבען פאר דוד אז ער איז גרייט אריבערצוקומען אויף זיין זייט און גלייכצייטיג אריבער ברענגען דעם גאנצען כלל ישראל צו זיין אונטער דוד. דוד המלך האט אנגענומען זיין פארשלאג און ווען אבנר איז געקומען האט דוד געשלאסען א בונד מיט איהם און איהם פארשיקט בשלום.
ביים שליסען דעם בונד איז יואב נישט געוועהן נעבן דוד, און ער איז ערשט אנגעקומען נאך אבנר איז געגאנגען. ווען ער האט געהערט וואס איז פארגעגאנגען האט עס איהם שטארק פארדראסען, און ער האט גע'טענה‘ט צו דוד אז אבנר האט זיך נאר געמאכט ווי ער וויל זיך אונטערטעניגען כדי ארויסצובאקומען די מיליטערישע סודות פון דוד, אבער דוד האט נישט אנגענומען זיינע טענות.
יואב האט דאס נישט געוואלט דורכלאזען און ער האט געשיקט צוריקרופען אבנר. ווען אבנר איז אנגעקומען איז יואב געגאנגען צו איהם מכלומר'שט פרעגן א הלכה'דיגע שאלה (אבנר איז געוועהן א גרויסע ת"ח): גידמת האיך חולצת – וויאזוי קען א פרוי אהן הענט מאכען חליצהה?
ווען אבנר האט זיך אראפגעבויגען ווייזען ווי זי קען אויסטוהן דער שוך מיט די ציין, האט יואב ארויסגענומען א שווערד און איהם גע'הרג'עט. ווען דוד המלך האט געהערט וואס יואב האט געטוהן האט ער זיך שטארק געבייזערט. ערשטנס האט איהם געארט אז יואב האט געהרג’עט א מענטש אהן רשות פון קעניג, אבער נאך מער האט איהם פארדראסען אז איינער וועמען ער האט פארשיקט בשלום, נאכען שניידען מיט איהם א בונד, זאל ווערן געהרג’עט דורך זיין אייגענע גענעראל.
ער האט אויך מורא געהאט אז מענטשען וועלן חושד זיין אז ער זעלבסט האט דאס אונטערגעשטעלט. וועגן דעם האט דוד טאקע געטוהן אלעס וואס איז מעגליך צו ווייזען אז דאס איז נישט געוועהן דורך זיין באפעהל. ער האט באפוילען פאר אלע מענטשען זיך צו קליידען מיט זעק און צו קלאגען אויף אבנר. דוד האט זיך אליין משתתף געוועהן אין די לויה און ער האט איהם באוויינט הויעך אויפען קול. דעמאלס האט דוד געשאלטען יואב מיט שווערע קללות (וועלכע זענען שפעטער אלע מקוים געווארען ביי די אייניקלעך פון דוד).

יארען שפעטער האט אבשלום געהרג’עט זיין ברודער אמנון, און איז נאכדעם אנטלאפען אויס מורא פאר זיין פאטער דוד. דעמאלס האט יואב פארארבעט זיי זאלען שלום מאכען און אבשלום איז צוריק געקומען. מיט א צייט שפעטער, אבער, האט אבשלום מורד געוועהן אין זיין פאטער און דוד המלך האט געדארפט אנטלויפען.
אין יענע צייט איז יואב געטרייערהייט מיטגעשטאנען מיט דוד. זיין געשוויסטער קינד עמשא, דאגעגען, איז געוועהן אויף אבשלום’ס זייט און ער איז געוועהן אבשלום’ס שר צבא. איינמאל בשעת דוד מיט זיינע מענטשען זענען אנטלאפען איז שמעי בן גרא ארויס קעגן זיי און האט געשאלטען דוד מיט מיאוס'ע קללות און נאכגעשריגען אלערליי געמיינע טיטלען.
ענדע איז געלונגען פאר דוד'ן צו בייקומען אבשלום'ס ארמיי און אבשלום האט געמוזט אנטלויפען. ווען דוד’ס זעלנער האבען איהם נאכגעיאגט האט דוד זיי באפוילען נישט צו טייטען זיין זוהן. יואב האט אבער נישט געפאלגט און ווען עס איז איהם געלונגען צו כאפען אבשלום האט ער איהם געשטאכען מיט דריי שפיזען און דערביי גע’הרג‘עט. דוד האט איבער דעם אוועקגעפירט יואב פון זיין גרויסקייט און געמאכט אויס גענעראל.
דאן האט דוד געשיקט א שליחות צו די זקנים פון יהודה וועלכע זענען געשטאנען צוזאמען מיט אבשלום, און ער האט זיי פארבעטען צוריק צו קומען צו איהם. ער האט עקסטער געשיקט זאגען פאר עמשא בן יתר, ”דו ביזט דאך מיין קרוב (פלימעניק), פארוואס זאלסטו דען נישט צוריק קומען צו מיר? טאמער וועסטו זיך אומקערן, שווער איך, אז איך וועל דיר מאכען מיין גענעראל אנשטאט יואב.“
שמעי בן גרא האט זיך געפעדערט צו קומען איבערבעטען דוד המלך. ער האט מיטגענומען מיט זיך טויזענט מענטשען פון שבט בנימין אין צוגאב צו נאך פון אנדערע שבטים, און מיט זיי איז ער געקומען פאר דוד און געפאלען צו זיינע פיס מיט א געבעט. ”מיין האר, דוד, איך בעט דיר זיי מיר מוחל אויף דעם געפערליכען זינד וואס איך בין באגאנגען קעגן דיר. אצינד בין איך געקומען דער ערשטע פון אלע יודען דיר מפייס צו זיין. איך בעט דיר זאלסט מיר פארגעבן ווייל איך האב שטארק חרטה אויף מיינע שלעכטע מעשים.“
אבישי בן צרויה איז דארט געשטאנען און געהערט ווי שמעי בן גרא פראבירט איבערצובעטן דוד. רופט ער זיך אהן, ”וואס, מיט אזא קלייניגקייט קען שמעי זיך פטר‘ן? ער איז דאך חייב מיתה אלץ מורד במלך, זאל מען איהם יעצט פארצייען בלויז ווייל ער איז געקומען בעטען מחילה?“
אבער דוד המלך האט נישט געוואלט אננעמען די רייד פון אבישי און ער האט יא מקבל געוועהן שמעי, ווייל ער האט געהאלטען אז אויב הרג’עט ער שמעי בן גרא וועט קיינער שוין נישט קומען זיך איבערבעטען מיט איהם. דוד האט דעמאלס טאקע געשוואוירען פאר שמעי אז ער וועט איהן נישט הרג’ענען (ווי דערמאנט האט ער אבער יא באפוילען שלמה זיך נוקם צו זיין).

דעמאלס איז אונטערגעקומען א פרישע צרה פאר דוד המלך. דארט איז געוועהן אן איש בליעל - אהן קיין עול פון באשעפער - מיטען נאמען שֶׁבַע בן בִּכְרִי. ער האט געבלאזען שופר (אלץ צייכען פון אן אויפשטאנד) און אויסגערופען, ”מיר האבען נישט קיין חלק ונחלה אין דוד בן ישי! פארוואס רעדט עטס בכלל פון זיין טעניג אונטער דוד?! גייטס זיך יעדער אהיים צו זיין געצעלט.“
ווען די יודען האבען דאס געהערט האבען זיי זיך אפגעשאקעלט פון דוד המלך און נאר די בני יהודה זענען אים געבליבען געטריי. דוד איז באלד צוריקגעפארען קיין ירושלים און אנגעהויבען קלערען וויאזוי צו שטילען דעם מרידה. ער האט גערופען דער נייע שר צבא, עמשא, און איהם געזאגט, ”גיי ארום אין די שטעט פון יהודה און נעם צוזאם אלע מענטשען. ביז דריי טעג זאלסטו זיין צוריק מיט גאנץ שבט יהודה, און צוזאמען וועלן מיר קענען נאכיאגען שבע בן בכרי.“
עמשא האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו טוהן דער שליחות פון מלך, אבער דא האט עפעס פאסירט. אונטערוועגנס איז ער אנגעקומען אין ישיבה און דארט זעט ער ווי זיי האבען פונקט אנגעהויבען א נייעם מסכתא. עמשא האט גע’דרש‘ענט פון א פסוק אז ווען עס קומט צו דברי תורה איז ער נישט מחויב צו פאלגען דעם קעניג און ער איז דארט פארבליבען מיטהאלטען מיט די שיעורים.
אויף דערווייל גייען דורך די דריי טעג און עמשא קומט נישט צוריק. דוד המלך האט זיך נישט געקענט ערלויבען מער צו ווארטען ווייל ער האט מורא געהאט אז שבע בן בכרי גייט אנמאכען א חורבן אין זיין מלוכה. האט ער באפוילען אבישי בן צרויה צו נעמען די קנעכט פון דוד און אויפזוכען שבע.
אונטער איהם איז געגאנגען יואב מיט זיינע סאלדאטען, צוזאמען מיט דער כרתי ופלתיו, און געהאלפען נאכיאגען שבע. אינמיטען וועג איז עמשא זיי אנטקעגען געקומען. יואב איז ארויס איהם באגריסען ווי א גוטע פריינט אבער אין הארץ איז ער געוועהן שטארק אויפגעברויזט אויף עמשא (סיי פאר צונעמען זיין אמט אלץ גענעראל און סיי פאר איבערלאזען די ארמיי אין אזא שווערע צייט). ער האט אבער מורא געהאט ארויס צו גיין אין אן עמטליכע קאמף קעגן עמשא, ווייל עמשא זעלבסט איז אויך געוועהן א מעכטיגער קעמפער.
האט יואב געטוהן מיט א שפיצעל צו הרג'ענען עמשא. ער האט אנגעבינדען זיין שווערד אויף זיינע לענדען גאר לויז, עס זאל גרינגערהייט אראפפאלען. ווען ער האט זיך באגעגענט מיט עמשא האט ער זיך געגעבן א קליינעם רוק דער שווערד זאל פאלען אויף דר'ערד, און ער האט זיך אראפגעבויגען דאס אויפהייבען. עמשא האט געמיינט אז יואב וויל בלויז אויפהייבען זיין שווערד האט ער זיך נישט אפגעהיטען פון איהם (משא"כ טאמער וואלט ער געזעהן ווי יואב קומט קעגן איהם מיט א שווערד וואלט ער ארויסגעצויגען זיין אייגענעם שווערד). יואב איז פלוצלינג איבערגעפאלען עמשא'ן און איהם גע'הרג'עטז.
שפעטער האט יואב געכאפט שבע בן בכרי און איהם באשטראפט, און די מלוכה האט זיך אומגעקערט צו דוד. יואב איז שוין פארבליבען אלץ שר צבא, ווייל עמשא בן יתר, צו וועם דוד האט געוואלט איבערגעבען דעם פּאָסטן, איז גע’הרג‘עט געווארען.

מיט דעם האבען מיר געפארטיגט (בקיצור) די תולדות פון יואב. פון דעם אלעם האבען מיר א בילד פון א גענעראל וואס איז געוועהן שטארק געטריי פאר זיין פעטער דוד, אזש צומאל האט ער געטוהן אומרעכטע שריט אויס טריישאפט צום קעניג. למעשה, אויף די צוויי שרי צבא וואס ער האט גע’הרג‘עט, אבנר און עמשא, האט ער געהאט טענות זיך צו פארטיידיגען, אבער זיי זענען נישט געוועהן אויסגעהאלטען. (עכ"פ על הריגת עמשא. וע”ע סנהדרין מ”ט.)
רש”י ערקלערט אז דוד המלך האט באפוילען שלמה ער זאל הרג’ענען יואב’ן ווייל אזוי וועט ער ניצול ווען פונעם גיהנום. קומט אויס אז סוף כל סוף האט דוד יא אפגעצאלט יואב פאר זיין טרייען דינסט.




אדוד המלך איז געוועהן בייז אז יואב האט געמארדעט די ביידע גענעראלען דארך א באהאלטענע קונץ, און איז נישט ארויס אפען אין א קאמף קעגן זיי - אויף אן אופן ווי זיי וואלטען זיך געקענט שיצען (סוף פונעם קאפיטעל ווערט דערציילט באריכות וויאזוי יואב האט זיי גע'הרג'עט).
במען האט איהם גערופען אויפען נאמען פון זיין מאמע (בן צרויה און נישט בן שריה) משום כבודו פון דוד המלך.
גדאס איז געוועהן א פעסטונג אין ירושלים וואס עס איז געוועהן א קבלה אויף דעם אז נאר דער מלך ישראל וועט עס קענען אייננעמען. נאך דוד האט עס איינגענומען איז עס געווארען זיין וואוין און מען פלעגט עס רופען עיר דוד.
שפעטער האט דוד דארט אריינגעברענגט דעם ארון מיט גרויס פאמפע און עס איז דארט געוועהן ביז צום בנין ביהמ”ק. דארט איז אויך געשטאנען א מזבח (במה) לה', ווייל פון ווען משכן שילה איז חרוב געווארען ביז דער ביהמ”ק איז געבויעט געווארען איז געוועהן מותר מקריב צו זיין אויף א במה.
דפון חז”ל איז משמע אז ער האט געהאט רעכט פיינט צו האבען און שפעטער הרג’ענען אבנר, אלץ גואל הדם פון זיין ברודער.
הדי תורה לערנט איז דאס ווען איינער שטארבט רח"ל און לאזט נישט איבער קיין קינדער איז דא א מצוה אויף זיין ברודער חתונה צו האבען מיטען אלמנה, כדי עס זאל בלייבען א זכר צום פארשטארבענעם. (די מצוה הייסט יִבּוּם, דער ברודער הייסט א יָבָם און די אלמנה א יְבָמָה.) טאמער וויל דער ברודער נישט חתונה האבען מיט איהר מוז ער מאכען חֲלִיצָה. די יבם און יבמה גיין אין בי"ד, זי טוט אויס זיין שוך, שפייט אויף דר'ערד און זאגט, "אזוי זאל מען טוהן פאר איינער וואס וויל נישט אויפשטעלן א זכר צו זיין ברודער." אצינד האט יואב געפרעגט אבנר'ן וויאזוי א יבמה וואס האט ליידער נישט קיין הענט קען מאכען חליצה און אויסטוהן דעם שוך.]
ועי' קאפיטעל א' הערה י"ד.
זדאס האט ער געטוהן דערפאר ווייל ער האט געהאלטען עמשא פאר א מורד במלכות, מיט דעם וואס ער איז נישט צוריקגעמען ביז דריי טעג. ער האט שוין אויך געהאט א פול הארץ אויף עמשא פון פריער איבער דעם וואס עמשא האט געשטיצט אבשלום. בפרט אז ער האט געזעהן ווי נישט נאר וואס דוד המלך האט איהם צוריקגענומען נאר ער האט איהם נאך געשטעלט אלץ גענעראל.


©כל הזכיות שמורות לאנעים זמירות – אידישע וועלט. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
ביטע שרייבען הערות והארות אין דעם אשכול
אטעטשמענטס
מלכים 2.pdf
(179.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 219 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

דריטע קאפיטעל - שלמה המלך’ס חלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אין דער אנהייב פון זיין מלוכה איז שלמה המלך געגאנגען אין די וועגן פונעם רבש”ע. דער פסוק דריקט זיך אויס אויף איהם אז ער האט ליעב געהאט דעם באשעפער און ליעב געהאט צו גיין אין זיין טאטע דוד’ס וועגן . בימים ההם פלעגן רוב יודען מקריב זיין אויף במות און אזוי האט זיך אויך שלמה המלך געפירט.
דעמאלס ווען ער איז געווארען קעניג האט ער געזאגט פאר די שרי האלפים, שרי המאות און די שופטים אז זיי זאלען מיט גיין מיט איהם קיין גבעון צום אהל מועד, ווייל ער וויל דארט גיין מקריב זיין קרבנות אויף די במה גדולה (מזבח הנחושת שעשה בצלאל). דארט אין גבעון האט ער מקריב געוועהן טויזענט עולות אויף אמאלא.

יענעם נאכט האט ער געהאט מורא’דיגע חלום. דער אויבעשטער האט זיך כביכול אנטפלעקט צו איהם אין א מראה נבואה און געזאגט, ”בעט פון מיר וואס דו ווילסט און איך וועל דיר נאכגעבן.“
שלמה המלך ענטפערט פארן באשעפער, ”דו ביזט שטענדיג געוועהן מיט מיין טאטע דוד ווייל ער האט זיך געפירט ערליך און דיר געדינט מיטען גאנצען הארץ. דו האסט איהם אויך באגנאדיגט מיט דעם אז ער האט זוכה געוועהן זיין זוהן זאל ירש’ענען די מלוכה און זיצען אויף זיין שטוהל.
”ה‘ אלוקי, דו האסט טאקע געמאכט מיר, דיין קנעכט, קעניגען אנשטאטס מיין טאטע, אבער איך בין נאך זייער יונג און איך ווייס נאכנישט וואו אויס און וואו איין. בפרט אז דער פאלק איז אזוי גרויס און מען דארף גרויס חכמה זיי צו קענען ריכטיג משפט'ן. בעט איך דיר אצינד דו זאלסט מיר געבן דעם ריכטיגען שכל און דעת איך זאל קענען געהעריג פירען דיין עם סגולה.“
פאר כביכול איז שטארק געפאָלען דעם בקשה און ער זאגט פאר שלמה’ן, ”דו האסט דאך יעצט געהאט דעם געלעגנהייט צו בעטען אויף אריכות ימים, עושר וכבוד אדער צו באזיגען דיינע פיינט. דו האסט אבער נאר געבעטען אויף א קלוג הארץ צו קענען פירען דעם כלל ישראל, און דו האסט גארנישט געבעטען פאר דיין אייגען געברויך. בשכר זה וועל איך דיר נאכגעבן סיי וואס דו האסט געבעטן און סיי וואס דו וואלסט געקענט בעטען.ב
”דו וועסט באקומען פיהל חכמה און בינה, און דו וועסט מיט דעם איבערשטייגען אלע אנדערע מענטשען פון דער וועלטג. אויך וועל איך דיר געבן גרויס עשירות און כבוד וואס אזאנס האט קיין שום מלך נאכנישט געהאט, און, ווילאנג דו לעבסט, וועט קיין נברא אזאנס נישט האבען. אין צוגאב צו דעם אלעם, אויב וועסטו זיך ווייטער פירען ערליך, וועל איך דיר אויך שענקען אריכות ימים ושנים במנוחהד. “

שלמה המלך כאפט זיך אויף אינדערפרי אינגאנצען איבערגענומען מיט דעם חלום, אבער ער איז נישט זיכער צי דאס איז געוועהן אנ’אמת‘ן חלום צי נישט. ווי ער קווענקלט זיך אזוי, באמערקט ער פלוצלינג אז ער פארשטייט די שמועסען פון די חיות און בהמות. ער דערגייט יעדער קוויטש פון א פויגל. אצינד ווייסט ער אויף זיכער, יא, ער האט אין ווארהייט באקומען די מתנה פון חכמה.
שלמה איז צוריקגעקאנגען קיין ירושלים מלא שמחה. ער האט זיך אוועקגעשטעלט פארן ארון און האט מקריב געוועהן עולות און שלמים אויפען מזבח וואס איז דארט געשטאנען, כדי צו לויבען דער אויבעשטער. דערנאך האט ער געמאכט א גרויסע סעודה פאר זיינע באדינער צו פייערען דעם נייעם מתנה וואס ער האט נארוואס באקומען.

דער ניי-געקומענע חכמה פון שלמה איז באלד געשטעלט געווארען צום פארהער. צוויי פרויען וואס האבען געהאט אן עסן-קלייט זענען געקומען פאר שלמה. איינער נעמט דאס ווארט און זאגט, ”אדוני המלך, איך מיט מיין פריינדין וואוינען ביידע צוזאמען אליין אין איין הויז. מיט געציילטע טעג צוריק איז מיר געבוירען א יונגעל דארט אינעם הויז. צום דריטען טאג האט מיין פריינדין אויך געבוירען א יונגעל.
”צום באדויערען, אינמיטען נאכט, שלאפענדיג אין בעט צוזאמען מיטען קינד, האט זי זיך ארויף געקייקעלט אויפען איר זוהן און איהם ל"ע גע'הרג‘עט. זי האט נישט געקענט צוקוקען אז איך זאל יא קענען ערציהן מיין זוהן אינדערצייט וואס איר קינד איז אוועק, איז זי געגאנגען שטילערהייט ביינאכט און געביטען די צוויי קינדער. זי האט גענומען מיין לעבעדיגן קינד פאר זיך און געלאזט דעם טויטן קינד ביי מיר אין בעט.”
די צווייטע פרוי ענטפערט באלד, ”מיין האר, די מעשה איז אמת גענוי, נאר מיט איין קליינע שינוי - דער לעבעדיגער קינד איז מיינע און איהר’ס איז דער טויטע. זי איז געוועהן דער וואס האט געביטען די קינדער ביינאכט.“
אבער די ערשטע פרוי שרייט צוריק,“ניין, דיינס איז דער טויטע און מיין זוהן איז דער לעבעדיגע.“
אלע אנוועזנדע האבען געווארט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם צו זעהן וויאזוי דער יונגע קעניג וועט דא פסק'ענען. דער האט זיי נישט געלאזט ווארטען לאנג און רופט זיך אהן צו די זיי, ”די פרוי שרייט בני הַחַי וּבְנֵךְ המת, און די אנדערע פרוי שרייט לא כי בנך המת ובני הֶחָי. ווייסט עטס וואס, איך וועל מאכען א פשרה און ביידע געבן א האלבן קינד. ברענגטס מיר אצינד א שווערד און מען וועט שניידען דעם לעבעדיגען קינד אויף צווייען. האלב וועט גיין פאר די פרוי און האלב פארן אנדערע פרוי.“
ווי נאר דער אמת’ע מאמע הערט די רייד הייבט זי באלד אהן צו שרייען, ”איך בעט דיר, אדוני המלך, שנייד נישט דעם קינד. זאל מען איהם ענדערש געבן פארן צווייטען פרוי אבי ער זאל בלייבען לעבן.“
אבער דער צווייטע פרוי לאזט זיך נישט, ”שניידטס דעם קינד! זאלען ביידע נישט האבעןה.“
אויף דעם האט שלמה געווארט! ער רופט זיך אהן, ”געבטס דעם קינד צו די פרוי וואס האט נישט געלאזט שניידען. א מאמע וואלט קיינמאל נישט געלאזט צושניידען איר קינד. יעצט זעהט איר קלאר די ווארהייט פון איהר ריידו.“
ווען די יודען האבען געזעהן שלמה המלך’ס קלוגשאפט האבען זיי איהם אנערקענט אלץ קעניג, און מורא באקומען פאר איהם.


אפון חז”ל איז משמע אז די טויזענט עולות האט ער ממש מקריב געוועהן אויף אמאל. אנדערע מפרשים לערנען אז עס איז נישט געוועהן ממש אויף איין מאל נאר ער האט מקריב געוועהן טויזענט עולות אין איין טאג.
נאך א פשט איז דא אז די טויזענט עולות זענען געוועהן במשך די גאנצע צייט פון זיין באזוך אין גבעון, אבער לאו דוקא אין איין טאג.
בעס איז דא א טייער ווארט פון ר’ יחזקאל אברמסקי זצ”ל צו ערקלערן וואס איז געוועהן דא דער גרויס התפעלות פון כביכול. לכאורה, פרעגט ער, יעדער כולל יונגערמאן וואס וועלט אויס צו לערנען אנשטאט צו מאכען געלט טוט דאך דאס זעלביגע ווי שלמה המלך ווען ער האט געבעטן חכמה און נישט געלט.
נאר דער חילוק איז אז דער כולל יונגערמאן איז מחליט צו גיין אין כולל וואכערהייט. דאס איז נישט אזא גרויסע קינץ, ווען מען קען געהעריג אריינטראכטען, אויסצוועלן תורה איבער געלט. משא”כ שלמה המלך האט דאך אזוי געענטפערט פארן באשעפער אינמיטען שלאף. דעמאלס איז טאקע א גדולה אז דער מענטש ווייסט וואס איז וויכטיג און ריכטיג.
גמיר טרעפען פארשידענע מיינונגען אין די מפרשים איבער דעם ענין פון ’חכם מכל אדם‘. טייל לערנען אז ער איז נאר געוועהן קלוגער פון אלע אנדערע מלכים, אדער פון אלע מענטשען פון זיין דור. ער איז אבער נישט געוועהן קליגער פון משה רבינו.
אנדערע מפרשים לערנען אז שלמה איז יא געוועהן קלוגער אפילו פון משה רבינו. נאר אין דעם אליין דענען דא חילוקי דעות, צי ער איז נאר געוועהן קלוגער אין וועלטליכע ענינים, ווי למשל די נאטורען פון יעדער בוים וכדומה, צי אויך בחכמת התורה.
דרש”י ערקלערט אז די הבטחה פון עושר וכבוד האט דער באשעפער געגעבן אהן קיין תנאי אבער אריכות ימים האט ער איהם נאר צוגעזאגט בתנאי ער בלייבט ערליך.
הזי האט נישט געהאט קיין אינטערעסע אין אויפציהן יענעם’ס קינד. זי האט נאר נישט פארגינט אז די צווייטע זאל יא האבען און זי נישט. יעצט אז שלמה האט געהייסען שניידען דעם קינד איז זי געוועהן צופרידען אז זי וועט איהם זיכער נישט דארפען ערציהן.
ועס איז כדאי צו ברענגען אז אין זוה"ק ווערט געברענגט דאס די מעשה פון שלמה מיט די שתי נשים זונות האט גאר א טיעפע אינהאלט, און דאן האט שלמה אונטערטעניגט די צוויי באקאנטע קליפות כיל"ח. ווי דערמאנט שוין איז שלמה המלך ביי יענע מעשה געוועהן בלויז צוועלעף יאר אלט. פון דא זעט מען גודל קדושתו ווי ער האט געקענט בייקומען די גרעסטע כוחות פון די סט"א אין אזא יונגען עלטער.

©כל הזכיות שמורות לאנעים זמירות – אידישע וועלט. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
ביטע שרייבען הערות והארות אין דעם אשכול
אטעטשמענטס
מלכים 3.pdf
(184.24 KiB) געווארן דאונלאודעד 203 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

פערטע קאפיטעל - פטור געווארען די שונאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אדוניהו בן חגית איז געקומען צו בת שבע אויף א באזוך. זי האט איהם אויפגענומען מיט פארדאכט און געפרעגט, "דו קומסט מיט א פרידליכען ציהל?"
"בהחלט יא," ענטפערט ער, "איך בין געקומען בעטען פון דיר א קליינע טובה. נאר קודם וויל איך זאלסט מיר גוט אויסהערן און איינזעהן אז איך מיין נישט קיין שלעכטס. דו ווייסט דאך אז אין אמת'ן אריין בין איך עלטער פון דיין זוהן און די מלוכה איז זיך געקומען פאר מיר. איך בין נישט דער איינציגסטע וואס האט אזוי געהאלטען נאר רוב כלל ישראל האט מיר געוואלט האבען. דאך, אויס דעם באפעהל פונעם אויבעשטער, האט שלמה געקעניגט. איך האב אנגענומען דעם גזירה און איך האב מיר אינגאנצען אונטערגעווארפען אונטער שלמה. איך שטיי איהם צו דער האנט און איך בין גרייט צו טוהן וואס ער דארף. דאס אלעס וואס איך זאג דיר יעצט איז באקאנט פאר אלע יודען.
"דאס אלעס," איז ער ממשיך, "דארף זיין גענוג דיר צו איבערצייגען אז איך קום אין פרידען און איך בעט בתם לבבי. מיין טאטע דוד האט געהאט א דינסט-מויד מיטען נאמען אבישג השונמית. זי געפעלט מיר זייער און איך וויל חתונה האבען מיט איר. איך האב אבער מורא צו טוהן אזא שריט אהן רשות פונעם קעניג, בעט איך דיר אז דו זאלסט פועל'ן ביי שלמה'ן ער זאל מיר געבן אבישג פאר א ווייב."
בת שבע האט מסכים געוועהן צו זיין פארלאנג און זי האט איהם צוגעזאגט מקיים צו זיין זיין בקשהא. שלמה המלך איז געזעסן אויף זיין שטוהל ווען זיין מאמע קומט אריין. ער האט זיך באלד אויפגעהויבען און געבוקט צו איר, און געהייסען ברענגען נאך א שטוהל, וועלכע ער האט געשטעלט אויף זיין רעכטע זייט. ווען זי האט זיך געזעצט קערט זיך שלמה המלך צו איהר הערן וואס זי האט צו זאגען.
"איך האב צו דיר א קליינע בקשה," בעט בת שבע ביי איהר זון, "און איך בעט דיר דו זאלסט מיר נאכגעבן."
"אוודאי געוויס! וואס דו בעטסט וועל איך דיר געבן."
"איך בעט דיר דו זאלסט לאזען דיין ברודער אדוניהו הייראטען אבישג השונמית ווייל ער וואלט שטארק געוואלט זי האבען פאר א ווייב."
שלמה המלך האט גאנץ גוט פארשטאנען וואס דער כונה פון אדוניהו איז, און ער ענטפערט בת שבע מיט א סארקאסטישע פראגע. "פארוואס בעטסו נאר אז איך זאל איהם געבן אבישג השונמית? אז דו קומסט שוין יא בעטען אזא זאך קענסטו דאך בעטען אז איך זאל איהם אינגאנצען אוועקגעבן די מלוכה. ער איז דאך עלטער, אפשר זאל ער טאקע זיין דער קעניג. און אז דו בעטסט שוין פאר איהם אפשר בעטסטו אויך אז איך זאל גרויס מאכען אביתר הכהן און יואב בן צרויה - זיי זענען דאך אלע פון דעם זעלבע קליקע."

דאן האט שלמה זיך אנגערופען הויעך, “איך שווער אינעם נאמען פונעם אויבעשטער וואס האט מיר געמאכט קעניג אז נאך אינעם היינטיגען טאג וועט אדוניהו שטארבען!"
ער האט געשיקט בניהו בן יהוידע אויסצופירען דעם גזר דין, און בניהו האט גע‘הרג‘עט אדוניהו. דערנאך האט ער גערופען אביתר הכהן און געזאגט, “איך ווייס אז דו ביזט געוועהן דער וואס האט געגעבן אדוניהו דער עצה צו פארלאנגען אבישג השונמית. אינ'אמת'ן אריין קומט זיך דיר פאר דעם טויט שטראף אלץ מורד במלכות. פארט, צוליב דעם וואס דו ביזט אזוי געטריי געוועהן מיין פאטער דוד ווען ער האט געדארפט אנטלויפען פון אבשלום, און דו האסט געליטען מיט איהם, וועל איך דיר שוינען.
"אבער, דעם איינע שטראף וועסטו יא באקומען, אז דו וועסט שוין מער נישט זיין כהן גדול און די כהונה גדולה וועט זיך אפטוהן פון דיינע קינדער. קער דיך אום צום שטאט עֲנָתוֹת פון וואו דו קומסט און קום מער נישט צוריקב."
ווען יואב האט געהערט וואס דא איז פארגעגאנגען האט ער מורא באקומען אז אצינד גייט מען זיך נעמען צו איהם. איז ער אנטלאפען צום געצעלט וואו דער ארון האט זיך געפונען און זיך אנגעכאפט אין די ווינקלען פונעם מזבח וואס איז דארט געשטאנעןג.
ווען שלמה המלך האט געהערט אז יואב איז אנגעכאפט אינעם מזבח האט ער באפוילען פאר בניהו בן יהוידע צו טייטען יואבד. בניהו קומט אהן צום געצעלט און ער רופט אויס צו יואב, "דו וועסט ממילא סוף כל סוף שטארבען, אלזא קום ארויס און זיי נישט מטמא דעם הייליגען ארט.”
יואב האט אבער נישט געוואלט ארויס גיין און ער זאגט פאר בניהו ער זאל איהם דארט אויפען פלאץ הרג'ענען. יואב קערט זיך אום צום קעניג און ער געבט איבער די רייד פון יואב.
"איך בין מסכים," רופט זיך אהן שלמה, "הרג'ע איהם דארט אזוי ווי ער האט געבעטןה. דער שטראף פון די בלוט פון די צוויי צדיקים, אבנר און עמשא, וואס איז אומשולדיגערהייט פארגאסען געווארען, וועט זיך דערמיט אפטוהן פונעם הויז פון דוד און אומקערן אויפען קאפ פון יואב."
בניהו איז צוריקגעגאנגען צום געצעלט און האט גע'הרג'עט יואב. ער איז באגראבען געווארען אין זיין הויז וואס איז געוועהן אין מדברו.

דאן האט שלמה המלך אנגעזאגט פאר שמעי בן גראז, “בוי דיך א הויז אין ירושלים און דארט זאלסטו וואוינען. אינעם טאג וואס דו גייסט ארויס פון ירושלים, ווייטער ווי דער טייך קִדְרוֹן, וועסטו זיין חייב מיתה (פאר נישט פאלגען דער גזירת המלך).”
שמעי האט אנגענומען דעם באפעהל פון שלמה און ער האט געשוואוירען בשם ה' אז ער וועט דאס מקיים זיין. ער האט טאקע דארט געוואוינט פאר דריי יאר און איז נישט ארויס. צום סוף פון דריי יאר האט זיך געמאכט אז צוויי קנעכט פון שמעי זענען אנטלאפען פון זיין הויז און זיי זענען געגאנגען צו אָכִיש בן מַעֲכה דער קעניג פון גַת.
ווען שמעי האט אויסגעפונען דערפון האט ער איינגעשפאנט זיין אייזעל און האט זיי נאכגעיאגט קיין גת. דארט האט ער פארלאנגט פון אכיש'ן ער זאל איהם אפגעבן זיינע עבדים, און ווען ער האט זיי צוריקבאקומען האט ער זיך אומגעקערט מיט זיי קיין ירושלים.
באלד ווי מען איז געקומען דאס פארציילען פאר שלמה המלך האט ער געשיקט רופען שמעי בן גרא און איהם געפרעגט, "איך פארשטיי דיר נישט, איך האב דיר דאך אנגעווארענט אז דו טארסט נישט ארויסגיין פון ירושלים, און טאמער דו ביזט עובר אויף מיינע רייד וועסט קריגען טויט שטראף. דו האסט צו דעם מסכים געוועהן און האסט אפילו געשוואוירען אינעם אויבעשטער'ס נאמען אז דו גייסט פאלגען. טא פארוואס האסטו זיך אצינד אזוי באנארישט און נאכגעיאגט דיינע קנעכט ארויס פון ירושלים?
"נאר דער תירוץ איז," האט שלמה פארענטפערט זיין אייגענע פראגע, "דאס איז נאר דערפאר ווייל דער באשעפער האט פון דיר צוגענומען דיין שכל אלץ עונש פאר דאס וואס דו האסט געטוהן צו מיין טאטע דוד. אצינד וועסטו באקומען וואס עס קומט זיך דיר.
“און מיט דעם וועל איך זיין געלויבט דורך אלע מענטשען ווען זיי וועלן זעהן אז איך שוין נישט אפילו מיין אייגענע רבי אין א צייט ווען ער איז עובר אויף א שבועת ה'. אויך מיין טאטע דוד'ס שבועה צו דיר, אז ער וועט דיר נישט טייטען, וועט מקוים ווערן, ווייל דו וועסט שטארבען צוליב דיין זינד פון שווערן פאלש, און נישט צוליב דאס וואס דו האסט איהם געטוהן."
שלמה האט באפוילען בניהו בן יהוידע צו הרג'ענען שמעי און ער האט אזוי געטוהן. אצינד, אז אלע אלטע שונאים זענען שוין גע'הרג'עט געווארען האט זיך די מלוכה באפעסטיגט ביי שלמה'ן.
דאןח האט שלמה המלך חתונה מיטען טאכטער פון פרעה. ער האט איר אריינגענומען צו וואוינען אין עיר דודט (מצודת ציון) און זי איז דארט געוועהן ביז ווילאנג שלמה האט געבויט זיין אייגענע פאלאץ.



אדי הלכה איז קיינער טאר זיך נישט באנוצען מיט די פערזענליכע חפצים פונעם קעניג, צ.ב.ש. זיין שטוהל און זיין בענקל, אויסער אן אנדערע מלך. אבישג השונמית האט אויך געהאט א דין פון א פערזענליכע חפץ און נאר א קעניג וואלט געמעגט חתונה האבען מיט איר.
דאס איז געוועהן דער באהאלטענע כונה פון אדוניהו ווען ער האט געבעטען חתונה צו האבען מיט אבישג. ער האט געוואלט די יודען זאלען זיך מאכען דעם חשבון אז ווארשיינליך איז ער דער אמת'ע קעניג, ווייל טאמער נישט וואלט ער נישט געטארט חתונה האבען מיט אבישג. אזוי ארום וועט עס איהם געלונגען צו מאכען א מרידה אין שלמה.
בת שבע האט נישט פארשטאנען זיין כונה און דערפאר האט זי מסכים געוועהן צו גיין בעטען שלמה ער זאל דאס צו לאזען.
באביתר הכהן האט געשטאמט פון עלי הכהן וואס אויף די משפחה איז שוין געוועהן פארגעזאגט בנבואה אז עס וועט פון זיי ווערן צוגענומען די כהונה גדולה (כמבואר בספר ש"א קאפיטעל ב').
גדי הלכה איז אז א כהן וואס האט גע'הרג'עט א מענטש בשוגג טאר דער גואל הדם איהם נישט הרג'ענען אינדערצייט ווען שטייט ער אויפען מזבח און טוט די עבודה. ביי יואב זענען געוועהן דריי סיבות פארוואס דער מזבח זאל איהם נישט קולט זיין (ארייננעמען און שיצען):
א. ער האט גע'הרג'עט במזיד.
ב. ער איז נישט געוועהן א כהן בעבודתו.
ג. נאר דער דאך פונעם מזבח איז קולט און נישט די ווינקלען.
עס איז דא א מחלוקת חז"ל צי יואב האט זיך טועה געוועהן ווען ער האט זיך אנגעכאפט אינעם מזבח, צי ער האט געהאט דערביי א אנדערע חשבון.
דדי מפרשים ברענגען עטליכע פשטים פארוואס יואב איז יעצט געוועהן חייב מיתה. דער רד"ק ערקלערט אז מיט זיין אנכאפען זיך בקרנות המזבח זיך צו שיצען האט ער געוויזען אז ער האט מורא מען זאל איהם נישט הרג'ענען. אויב איז ער אומשולדיג, וואס האט ער מורא צו האבען, שלמה האט דאך נאך גארנישט באפוילען איהם צו כאפען? אלא מאי ער האט אויך געהאט א יד אינעם געפלאנטען מרידה, און ער ווייסט וואס גייט קומען. קומט אויס דאס זיין אנכאפען זיך בקרנות המזבח איז דער גרעסטע באווייז אז ער איז טאקע חייב מיתה.
העס זענען דא פארשידענע פשטים וואס יואב האט דא געוואלט אבער מיר וועלן בלויז ברענגען כפירש"י. יואב האט גע'טענה'ט אז עס קומט זיך איהם נישט סיי גע'הרג'עט צו ווערן און סיי צו האבען די קללות וואס דוד המלך האט איהם געשאלטען. האט ער דא פארלאנגט אז שלמה זאל נעמען אויף זיך די אלע קללות און נאר דאן וועט ער זיך לאזען ווערן גע'הרג'עט. שלמה האט מסכים געוועהן צו דעם פארלאנג, און אלע קללות זענען טאקע שפעטער מקוים געווארען ביי די מלכי בית דוד.
וחז"ל טייטשען דעם פסוק בביתו במדבר אז יואב'ס הויז איז געוועהן הפקר און אפען פאר געסט פונקט ווי א מדבר איז אפען פאר יעדן.
זשמעי איז געוועהן איינער פון די ראשי הסנהדרין און דער רבי פון שלמה המלך. (ער איז אויך געוועהן דער זיידע פון מרדכי הצדיק און ער איז דער 'שמעי' וואס ווערט אויסגערעכנט אין מגילת אסתר ביי די יחוס פון מרדכי.)
חזי איז געוועהן איינע פון מערערע גוי'אישע פרויען מיט וועמען שלמה האט חתונה געהאט (נאכען זיי מגייר זיין). ביי אלע איז זיין ציהל געוועהן אייניג - זיי אריינצוברענגען תחת כנפי השכינה און מיט דעם אונטערטעניגען די קליפות און כוחות הטומאה. טראץ זיין גוטע כונה ווערען די נשים נכריות, ובפרט די בת פרעה, פאררעכענט אלץ א חטא פאר שלמה המלך.
חז"ל לערנען פון דא אז א מענטש זאל תמיד שטרעבן צו וואוינען נעבן זיין רבי. ווייל ווילאנג שמעי בן גרא האט געלעבט האט שלמה געדינט דעם אויבעשטער אהן דעם מינדעסטען פגם. ערשט נאך שמעי בן גרא איז גע'הרג'עט געווארען האט ער חתונה געהאט מיטען טאכטער פון פרעה.
טרב יהודה דערציילט (סנהדרין כ"א:) אינעם נאמען פון שמואל אז ווען שלמה האט פארהייראט בת פרעה האט גבריאל אריינגעשטעקט א שטאנג אינעם ים. דאס איז שפעטער געווארען א יבשה און אויף איר איז געבויט געווארען דעם שטאט רוים. צום סוף האבען די רוימער חרוב געמאכט דעם צווייטען בית המקדש. קומט אויס אז דער פסוק וואס זאגט אז שלמה האט אריינגעברענגט בת פרעה בעיר דוד איז זייער מדויק. ווייל צוליב די חתונה מיט בת פרעה זענען ארויסגעקומען די פיינט וועלכע זענען שפעטער אריין אין ירושלים.


©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
ביטע שרייבען הערות והארות אין דעם אשכול
אטעטשמענטס
מלכים 4.pdf
(111.3 KiB) געווארן דאונלאודעד 209 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

פיפטע קאפיטעל - מלכות שלמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דער צייט וואס שלמה המלך האט געוועלטיגט אויף די יודען איז געוועהן די בעסטע תקופה אין די יודישע היסטאריע. עס האט דעמאלס געהערשט א רואיגקייט און א פרידען און יעדער איז געזעצן איש תחת גַפְנוֹ ותחת תְּאֵנָתוֹ.
שלמה המלך האט געוועלטיגט נישט נאר אויף אלע יודען, נאר אויך אויף די גוי'אישע פעלקערא. ער האט געוועלטיגט פון תִּפְסַח ביז עַזָהב, וואס זיי זענען געוועהן שטעט בעבר הנהר, און די פארשידענע מלכים וועלכע האבען געקעניגט פון נהר פרת ביז פלישתים ביז מצרים (זייער א גרויס געגענט), פלעגן איהם יעדן טאג שענקען מתנות פון גאלד, זילבער און בהמות.
ביי זיין טיש איז געוועהן אזא הרחבה אז יעדן טאג פלעגט מען ניצען דרייסיג כּוֹר זעמל מעהל און זעכציג כור פשוט'ע מעהל - נאר פאר דער עֲמִילָן של טַבָּחִים (א טייג וואס די קעכער פלעגן ניצען אפצושעפן דער שמוץ פונעם געקעכץ). צעהן געשטאפטע אקסען, צוואנציג נאטורלעך-געהאדעוועטע אקסען און הונדערט שאף, אין צוגאב צו פילע הערשען און אינדען וכדו', פלעגט מען שחט'ען טעגליך נאר פאר די צִיקֵי קְדֵרָה (א מין מאכל וואס איז געווענטליך געמאכט מיט איבערגעבליבענע שטיקלעך פלייש).
דאס עשירות פון יענע צייט איז געוועהן אזוי גרויס אז אנהייב שלמה'ס מלוכה האט זילבער נישט געהאט קיין שום ווערט! שפעטער, נאך ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון פרעה איז ער באשטראפט געווארען אז עס שוין יא געוועהן ווערט עפעס - אזויפיהל ווי שטיינער! שלמה האט טאקע געלייגט ריזיגע שטיינער געמאכט פון זילבער אין די גאסען פון ירושלים (צוליב זייער גרויסקייט און שווערען וואג האט מען זיי נישט געקענט גנב'ענען).

אויסצוהאלטען אזא מלוכה האט זיך פארלאנגט אסאך געלט, און דאס איז געקומען בעיקר פון שטייערען. ארץ ישראל איז צוטיילט געווארען אין צוועלעף געגענטער און אויף יעדער געגנט איז געוועהן אן אנדערע נִצָב (באאמטער) וואס האט געדארפט צוזאם שטעלן דאס געלט. זייער נעמען זענען ווי פאלגענד:
בן חוּרג - בן דֶקֶר - בן חֶסֶד - בן אֲבִינָדָב (ער האט חתונה געהאט מיט טָפַת בת שלמה) - בַּעֲנָא בן אֲחִילוּד - בן גֶבֶר - אֲחִינָדָב בן עִדֹא - אֲחִימַעַץ (זיין ווייב איז געוועהן בָּשְׂמַת בת שלמה) - בַּעֲנָא בן חוּשָׁי - יְהוֹשָׁפָט בן פָּרוּחַ - שִׁמְעִי בן אֵלָא - גֶבֶר בן אֻרִי.
יעדע נצב האט געדינט אין אן אנדערע חודש, און אזוי האבן זיך געדעקט די הוצאות פון א גאנץ יארד. [אין ספר מלכים א' פרק ד' איז מבואר פונטקליך איבער וועלכע געגנט יעדע נצב האט אמטירט.]

די מיניסטארען פון שלמה זענען געוועהן ווי פאלגענד:
• עֲזַרְיָהוּ בן צָדוֹקה איז געוועהן דער כהן משוח מלחמה.
• אֱלִיחוֹרֶף און אֲחִיָהו די קינדער פון שִׁישָׁא זענען געוועהן די סופרי המלך - צו פארשרייבען אלעס וואס האט זיך דארט אפגעטוהן (דברי הימים).
• יְהוֹשָׁפָט בן אֲחִילוּד איז געוועהן דער סעקרעטאר - צו באשטימען ווער און ווען עס גייט אריין צו ווערן גע'משפט.
• בְנָיָהוּ בן יְהוֹיָדָע איז געוועהן גענעראל.
• צָדוֹק און אֶבְיָתָרז זענען געוועהן כהנים גדולים.
• עֲזַרְיָהוּ בן נָתָן איז געוועהן אן אויפזעהר איבער די נצבים.
• זָבוּד בן נָתָן איז געוועהן דער פריינד פון קעניג. זיין אויפגאבע איז געוועהן זיך שטענדיג געפונען נעבן קעניג, אז דער קעניג זאל האבען מיט וועם צו רעדן און פארברענגען.
• אֲחִישָׁד איז געוועהן דער שטוב פארוואלטער.
• אֲדוֹנִירָם בן עַבְדָא (ווערט אויך אנגערופען הֲדוֹרָם) איז געוועהן אויפען שטייער אמט.

שלמה המלך האט זיך אנגעזאמעלט א מאסיווע סומע פערד. ער האט פארמאגט פערציג טויזענט שטאלען וואס אין יעדער שטאל איז געוועהן פיהר טויזענט קעמערלעך פאר פערד (לויט אנ'אנדערע שיטה איז געוועהן פארקערט, פיהר טויזענט שטאלען פון פערציג טויזענט קעמערלעך - א קיימא לן פון הונדערט זעכציג מיליאן קעמערלעך).
די פערד פלעגן די מצרי'שע סוחרים אליין ברענגען פאר שלמה'ן פון מצרים און פונעם פלאץ קְוֵא (וואו עס האבען זיך געפונען אסאך פערד). יעדער פערד האט געקאסט הונדערט און פופציג שטיקער זילבער. קומט אויס אז די פערג פאר איין רייטוואגען פון פיהר פערד ווי עס איז געוועהן דער שטייגער דאן) האט געקאסט זעקס הונדערט שטיקער זילבער. צו זיי האט ער געהאט צוועלף טויזענט רייטערח.

די פסוקים דערציילען אונז איבער די גרויס חכמה פון שלמה וויאזוי ער איז געוועהן קלוגער פון פיהל באקאנטע חכמים. מיר וועלן דא ברענגען דעם לשון הפסוק און מפרש זיין כפי פשוטו:
וַתֵּרֶב – עס האט זיך פארמערט חכמת שלמה מחכמת כל בני קֶדֶם – זיין קלוגשאפט מער ווי די חכמה פון בני קדם וועלכע האבען געקענט דער גאנג פון די שטערענס וכדו' און אויך דער שפראך פון פייגלען, ומכל חכמת מצרים – אויך מער ווי די מצרי'שע חכמים וועלכע זענען געוועהן מומחים אין חכמת הטבע, און אין חכמת החרטומים. ויחכם מכל האדם – ער איז געוועהן קלוגער פון יעדע מענטש, סיי מֵאֵיתָן הָאֶזְרָחִי – פון איתן דער זוהן פון זרח בן יהודה, ווי אויך איתן'ן ברידער וְהֵימָן וְכַלְכֹּל וְדַרְדַע – וואס זענען אלע געוועהן קינדער פון זרח, און וועלכע זענען געוועהן בני מָחוֹל – לויים וואס האבען געקענט מאכען שיינע מזמורים צו שפילען פארען אויבעשטער במחולות – מיט טענץט.
וידבר שלשת אלפי משלים – ער האט געזאגט דריי טויזענט משלים (וואס רוב פון זיי זענען פארלוירען געגאנגען), ויהי שירו חמשה ואלף – און ער האט פארפאסט טויזענט און פינעף פיוטים, יעדעס איינס אויף א צווייטע ניגון (אויך פארלוירען געווארען)י.
ער האט געזאגט חכמה איבער אלע ערליי באשעפענישען און געוויקסען, ווי למשל וואו און וויאזוי צו פלאנצען יעדער סארט בוים און פלאנצונג, און וויאזוי זיי צו היילען. וועלכע האלץ איז גוט פאר וועלכע בנין. וואס יעדער בעל חי עסט און וואס איז דער בעסטע אופן איר אויפציהן. פון וואס ערנערן זיך די פיש און די קריכעדיגע באשעפענישען. ווי אויך האט ער געזאגט טעמים אויף אלע מצוות ה'.
עס פלעגן קומען צו גיין קעניגען פון אלע ווייטע לענדער כדי צו הערן זיין חכמה און דאס צוריק טראגען צו זייערע היים לענדער. שפעטער ווען די מלכים זענען אהיימגעקומען פלעגט דער גאנצע פאלק קומען הערן וואספארא חכמות זיי האבען געלערנט.


אחז"ל פארציילען אז ער האט אויך געקעניגט אויף די חיות בהמות ועופות, און אפילו אויף די שדים.
בעס איז דא א מחלוקת אין מסכת מגילה צי תפסח און עזה זענען ווייט אוועק איינער פונעם אנדערע, און דאן איז דער פשט אז ער האט געקעניגט איבער דער גאנצע וועלט. אדער אז זיי זענען נאנטע שטעט און פשט אין פסוק איז אז ער האט געוועלטיגט אויפען גאנצען וועלט מיטען זעלבען כח וואס ער האט געוועלטיגט איבער די צוויי נאנטע שטעט. (דער זעלבע מחלוקת איז דא לגבי הודו און כוש פון מלכות אחשורוש.)
[עס זענען דא וואס זענען מפרש די מחלוקת אין חז"ל לויט וואס מיר ווייסען אז דער וועלט איז רונדיג ווי א באל, און לפי"ז האט עס נישט קיין אנהייב אדער סוף. קומט אויס דאס ווען מען זאל נעמען צוויי מקומות איינס נעבן אנדערע, טאמער גייט מען דירעקט פון איינער צום צווייטען איז דער וועג גאר קורץ. טאמער זאל מען אבער גיין אינעם פארקערטען ריכטונג וועט מען ענדע אנקומען צום צווייטען פלאץ אבער דער וועג וועט זיין גאר לאנג. צ.ב.ש. לא'מיר זאגען אז פון תפסח צו גיין קיין עזה מוז מען גיין צו מזרח זייט, וועט איינער אצינד ארויס גיין פון תפסח צו מערב זייט, וועט ער אומקרייזען דער גאנצע כדור העולם און ענדע אנקומען צו עזה.
קומט אויס אז דער מחלוקת איז נישט צי תפסח און עזה זענען נאנט איינער צום צווייטען אדער ווייט, ווייל דאס קען מען זעהן במציאות וואו זיי זענען. די שאלה איז נאר צי מען מעסט לויטען נאנטען וועג אדער לאנגען, און לויט וויאזוי מען מעסט ווערט נשתנה פשט אין פסוק.]
גדי וועלכע ווערן דערמאנט נאר מיטען טאטען'ס נאמען איז דערפאר ווייל זייערע טאטעס זענען געוועהן מער באקאנט ווי זיי אליין.
דדי פסוק דערציילט אז עס איז געוועהן נאך איין נצב. אין גמרא איז דא א מחלוקת צי דאס מיינט עזריהו בן נתן וואס איז געוועהן דער אויפזעהר, אדער צי דאס איז געוועהן אן עקסטערע נצב וואס האט געדינט אין אן עיבור יאר.
הער איז לכאורה געוועהן דער זוהן פונעם כהן גדול צדוק הכהן, וואס איז קודם געוועהן דער כהן משוח מלחמה.
וזיי האבען געשטאמט פונעם שטאט כּוּשׁ און זיי זענען געוועהן זייער שיינע מענטשען. מיט זיי האט פאסירט דער באקאנטע מעשה ווען שלמה האט פראבירט איבערקלוגען דער מלאך המות און האט זיי פארשיקט קיין לוז, און זיי זענען אוועק ביים טויער פון שטאט. (סוכה נ"ג:).
זצדוק איז געוועהן כהן גדול און אביתר דער סגן. לויט דעם פשט איז אביתר נישט דער זעלבע וואס איז מיטגעשטאנען מיט אדוניהו בן חגית. דער רלב"ג לערנט אבער אז דאס איז יא דעם זעלבען אביתר און ער איז געבליבען כה"ג אויף אזוי פיהל אז ווען צדוק האט נישט געקענט דינען האט ער צוגעהאלפען.
חעס זענען פארהאן עטליכע שיטות פונקטליך וויפיהל פערד ער האט געהאט אבער לכל הדעות זענען זיי געוועהן א גרויסע סומע. א קעניג איז נאר ערלויבט צו האבען אזויפיהל פערד ווי ער קען נוצען אין מלחמה. אויב שלמה האט געהאט אזא ריזיגען סכום פערד און נאר צוועלף טויזענט רייטער האט ער זיכער געהאט אסאך פערד וואס זענען געשטאנען ליידיג. מיט דעם האט ער עובר געוועהן אויפען לאו פון לא ירבה לו סוסים.
טחז"ל פארטייטשען די פסוקים ווי פאלגענד: איתן האזרחי איז אברהם אבינו וועלכע ווערט אזוי אנגערופען. הימן איז משה רבינו און עס איז מלשון בכל ביתי נאמן הוא. כלכל איז יוסף הצדיק אויף וועם עס שטייט ויכלכל יוסף. דרדע איז דער דור המדבר וואס ווערן באטיטעלט דור דעה (דעם דור פון וויסענשאפט), בני מחול וואס עס איז זיי פארגעבן געווארען דעם חטא העגל.
ירש"י ברענגט א פשט אז אלפי איז מלשון לערנונגען (בלשון תרגום). שלמה האט גערעדט שלשת אלפי - דריי לימודים פון משלים. אין ספר משלי שטייט דריי מאל דעם לשון משלי שלמה. און זיין שיר - דאס גייט ארויף אויף אלע זיינע לימודים צוזאמען, איז געוועהן חמשה - ספר משלי ווערט גערעכנט ווי דריי, צוזאמען מיט קהלת און שיר השירים איז פינעף. ואלף - און מען קען אסאך לערנען פון די הייליגע ספרים.
עס זענען פארהאן נאך אנדערע פשטים בפירוש הפסוקים ואכמ"ל


©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
ביטע שרייבען אלע הערות והארות אין דעם אשכול .
אטעטשמענטס
מלכים 5.pdf
(170.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 191 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

זעקסטע קאפיטעל - חירם מלך צור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

חִירָם\חוּרָםא דער קעניג פון צוֹר, וואס איז נאך געוועהן א גוטע פריינד פון דוד המלך, האט געהערט פון שלמה המלך'ס גרויס חכמה און רייכטום. האט ער איהם געשיקטב זאגען, "מזל טוב צו דיין נייע מלוכה. איך וואונטש דיר פיהל הצלחה און איך האף דו וועסט טאקע זיין דער ריכטיגע ממשיך דרכו פון דיין טאטע דוד. אויך האף איך אז מיר וועלן ווייטער קענען ממשיך זיין מיט דעם בונד וואס איך האב געהאט מיט דיין טאטע, און איך בין גרייט דיר צו העלפען מיט וואס דו דארפסט."
שלמה האט אנערקענט דעם אלטען בונד צווישען זיין טאטע און חירם און ער האט ארויסגעגעבן זיין ווילען דאס אנצוהאלטען. ער האט אויך אנגענומען חירם'ס אָפפער פון הילף און האט געשריבען צו איהם אזוי, "מיין טאטע דוד האט אלעמאל געהאט חשק צו בויען א הויז פארן באשעפער. צום באדויערען איז ער אבער שטענדיג געוועהן פארנומען מיט מלחמות און האט קיינמאל אויסגעפירט זיין וואונטשג.
"דאגעגן מיר האט דער באשעפער געהאלפען אז איך זיץ בשלום ובשלוה און איך האב נישט צו טוהן מיט קיינער. אצינד וויל איך מקיים זיין וואס מיין פאטער האט געוואלט טוהןד און בויען א בית המקדש. בפרט אז דער אויבעשטער האט געזאגט פאר מיין טאטע דוד דאס דער זוהן וואס וועט זיצען אויף זיין שטוהל וועט בויען א הויז פאר זיין הייליגען נאמען.
"באמת איז דאך נישט מעגליך צו בויען א הויז וואס קען ארייננעמען דעם באשעפער ווייל מלא כל הארץ כבודו. דאך, גיין מיר טוהן וואס מיר קענען און דאס מאכען ווי גרויס עס איז מעגליךה. מיר בויען דעם ביהמ"ק נאר כדי מקריב זיין קרבנות און מקטיר זיין קטורת."

שלמה המלך האט ממשיך געוועהן מיט זיין בקשה צו חירם, "אצינד בעט איך דיר דו זאלסט באפעלען צִידוֹן'ישע ארבייטערו זיי זאלען פאר מיר האקען טענען-ביימער פונעם וואלד אין לְבָנוֹןז. איך בעט דאס פון דיר ווייל ביי אונז זענען נישט פארהאן אזעלכע גוטע האלץ-מייסטער ווי אין צידון.
"אויך וויל איך דו זאלסט מיר שיקען א קלוגער מאן וואס איז א מייסטער אין ארבעטען מיט גאלד, זילבער, קופער און שטאף, און וואס קען שיין אויסקריצען צורות אין שטיינער. מיינע ארבייטער וועלן ארבעטען צוזאמען מיט דיינע אבער עכ"ז וועל איך דיר באצאלען א פולען פרייז. פאר דיר פריוואט וועל איך געבן א יערליכען באשטייערונג פון צוואנציג טויזענט כֹּר ווייץ און צוואנציג טויזענט כר שמן זית כתית (געשטויסען מיט א שטייסעל, נישט געמאלען).
"עקסטער וועל איך געבן פאר די ארבייטער צוואנציג טויזענט כר חטים, צוואנציג טויזענט כר שעורים, צוואנציג טויזענט בַּתּ אויל (א בת איז דריי סאה) און צוואנציג טויזענט בת וויין. דאס וועט זייערע עסן ווילאנג זיי ארבעטען ביי מיר."
חירם האט ערהאלטען דעם בריעף פון שלמה המלך און איז שטארק נתפעל געווארען פון דעם חכמה וואס איז געלעגן אינעם בריעף. ער האט פארשטאנען וואס שלמה מיינט מרמז זיין מיט יעדן ווארט און ער האט געקוועלט צו ליינען ווי שיין יעדער ענין איז מסודר. האט ער צוריקגעענטפערט שלמה‘ן, "געלויבט איז דער באשעפער דער גאט פון די יודען וואס האט באשאפען הימעל און ערד, אז ער האט געשאנקען פאר דוד המלך אזא קלוגע און וויסענטליכע זוהן. אוודאי צוליב דער גרויס אהבה וואס כביכול האט פאר זיין פאלק האט ער זיי געגעבן אזא קעניג.
"איך האב באקריגען דיין בריעף און איך בין גרייט נאכצוגעבן דיין פארלאנג. מיינע קנעכט וועלן פאר דיר האקען טענען-ביימער און באקסער-ביימער פונעם גרויסען וואלד לבנון. זיי וועלן צוזאמבינדען די העלצער און זיי אזוי אראפנידערען צום ים הגדול. זיי וועלן אזוי פירען די געבונדענע העלצער אינעם ים (א שטייגער ווי פלאכע שיפען, raft בלע“ז) ביז צום פארט-שטאט יָפוֹ. דארט וועלן מיינע באדינער אויפבינדען די העלצער און זיי איבערגעבען צו דיינע ארבייטער, און אויף דיר וועט ליגען די פליכט זיי צו ברענגען קיין ירושלים.
“אויך שיק איך דיר, ווי דו האסט געבעטען, א מייסטער ארבייטער, וואס האט נאך געארבעט ביי מיין פאטער, מיטען נאמען חירם. זיין טאטע ע"ה איז געוועהן פון שבט נפתלי און ער איז אליין געוועהן א מומחה שניצלער און שטיין-קריצער. זיין מאמע, די אלמנה, קומט פון שבט דן אבער זיי וואוינען ביי אונז אין צור. כאטש זיין טאטע לעבט שוין נישט האט חירם זיך אריינגעטוהן אינעם זעלבען פאך ווי זיין פאטער, און ער פארמאגט טאקע די אלע טאלאנטען וואס דו האסט פארלאנגט און ער וועט טוהן וואס דו בעטסט פון איהם.
“איך בין איינשטימיג מיט דעם באצאלט וואס דו האסט פארגעשלאגען און איך וואונטש דיר פיהל הצלחהח.”
חירם‘ס קנעכט האבען טאקע געזעגט די ביימער פון יער הלבנון און זיי געשיקט אויפען וואסער צו שלמה. צוזאמען מיט זיי זענען געוועהן דרייסיג טויזענט יודישע ארבייטער וואס האבען געארבעט פאר שלמה אלץ א שטייערט אונטער דעם אויפזיכט פונעם שטטיער באאמטער אדונירם. דער סדר פון די יודישע ארבייטער איז געוועהן ווי פאלגענד:
צעהן טויזענט מענטשען האבען געארבעט אויף אמאל במשך איין חודש. דערנאך זענען זיי אהיים געגאנגען און אנדערע צעהן טויזענט האבען איבערגענומען. ווען עס איז פארביי נאך א חודש איז די צווייטע קבוצה אויך אהיים געגאנגען און א דריטע גרופע פון צעהן טויזענט איז געקומען ארבעטען. נאך דעם דריטען חודש זענען די ערשטע ארבייטער צוריקגעקומען ארבעטען דורכאויס דעם פערטן חודש. און אויף דעם שטייגער איז געוועהן די גאנצע צייט פון זייער ארבעט. קומט אויס אז יעדער חבורה האט איין חודש געארבעט און צוויי חדשים געוועהן אינדערהיים.
אין צוגאב צו די אויבענדערמאנטע וועלכע האבען געדינט אלץ האלץ-העקער זענען געוועהן נאך פיהל פאכלייט וואס האבען אויסגעהאקט שטיינער פונעם בארג און זיי געברענגט קיין ירושלים. זייער צאהל איז געוועהן אכציג טויזענט שטיין-העקער און זיבעציג טויזענט טרעגער (צו טראגען די שטיינער צום מקום המקדש). איבער זיי זענען געוועהן דריי טויזענט דריי הונדערט אויפזעהר, און די אויפזעהר זעלבסט האבען געהאט נאך דריי הונדערט ממונים איבער זיך. אלע שטיין-העקער זענען געוועהן גרים וועלכע האבען זיך מגייר געוועהן ווען זיי האבען געזעהן דעם גרויסען חכמה און כבוד פון שלמה המלך.
צוזאמען מיט זיי זענען אויך געוועהן ארבייטער פון חירם און גִיבְלִים (פונעם פאלק גְבַל) - וועלכע זענען געוועהן עקספערטען אין האקען שטיינער. עס האט אויסגעפעלט צו האבען גרויסע מומחים ווייל די שטיינער פון די ביהמ"ק זענען געוועהן גאר גרויסע און שווערע, און שיין אויסגעגלעט. די אלע האק-געצייג זענען נאר גענוצט געווארען ביים ארויסהאקען די שטיינער פונעם בארג, אבער בשעת'ן בויען דעם ביהמ"ק האט מען נישט גענוצט קיין שום אייזערנע העק - ווי די תורה זאגט אהן לא תניף עליהם ברזלי.

ווען מיר באשרייבען די הכנות צום בנין ביהמ"ק דארפען מיר אראפ ברענגען צוויי עפיזאדען וואס האבען דעמאלס פאסירט. דאס ערשטע איז געשעהן ווען שלמה המלך האט געזוכט טויגליכע ארבייטער, האט ער געשיקט א בקשה צום מלך מצרים ער זאל איהם צושטעלען גוטע ארבייטער.
דער מצרי'שע קעניג האט דאן גערופען זיינע כישוף מאכער און שטערן-זעהר און זיי געבעטען זיי זאלען איהם צושטעלען א ליסטע פון מענטשען וואס גיין שטארבען אינעם קומענדיגע יאר. די אלע מענטשען האט ער געשיקט צו שלמה'ן מכלומרשט אלץ געלונגענע פאכלייט, מיטען כונה אז שפעטער ווען זיי שטארבען וועט ער אנקלאגען שלמה המלך אין געריכט און פארלאנגען ער זאל באצאלען אויף די אלע 'יונגע און געזונטע' ארבייטער וואס זענען געשטארבען אונטער זיין אויפזיכט.
שלמה המלך, ברוב חכמתו, האט אבער דערקענט אויף די מענטשען אז זייערע צייט איז שוין געקומען, האט ער זיי אלע פארזארגט מיט תכריכים און אהיימגעשיקט. ער האט בייגעלייגט א בריעף צום מלך מצרים" אויב האסטו זיי געשיקט צו מיר ווייל ביי דיר אין מצרים מאנגלען זיך תכריכים, נאַ'דיר תכריכים און ארונות און באגראב זיי אלייןיא!
דעם צווייטען עפיזאד האט פאסירט ווען שלמה המלך האט געזוכט א וועג וויאזוי אויסצוהאקען שטיינער אָהנע זיך באניצען מיט אייזערנע כלים, אבער דער מעשה פארלאנגט שוין א קאפיטעל פאר זיך...

אאין בראשית רבה איז דא א שיטה אז דאס איז דער זעלבע חִירָה הָעֲדֻלָמִי וואס איז געוועהן דער פריינד פון יהודה בן יעקב. לויט די שיטה קומט אויס אז חירם האט געלעבט בערך טויזענט צוויי הונדערט יאר. דארט אין מדרש ווערט אבער אויך געברנגט א צווייטע שיטה אז ער איז נישט דעם זעלבן חירה.
דער אִבְּן עזרא אין פרשת מקץ ערקלערט אז אלע קעניגען פון צור האבען געהייסען חירם, דהיינו חירם איז א צור'ישע ווארט וואס מיינט קעניג - פונקט ווי די מצרי'שע קעניגען האבען געהייסען פרעה מהאי טעמא. דער רשב"ם דארט ברענגט נאך דוגמאות ווי 'אבימלך' און 'מלכי צדק', וואס זענען די ווערטער פאר 'קעניג' אין פארשידענע פלעצער.
בעס איז דא א מחלוקת אין די מפרשים פונקטליך וויפיהל שליחיות זענען געגאנגען אהין און צוריק. היות מיר קענען נישט מכריע זיין צווישען די גרויסע לייבען וועלן מיר נאר שרייבען דעם תוכן השליחיות.
גווילאנג עס זענען דא מלחמות איז נאך נישט געקומען די צייט צו בויען דעם ביהמ"ק, ווי דער פסוק זאגט והניח לכם מכל אויביכם וגו' ערשט דערנאך והיה המקום אשר יבחר ה' וגו'.
דער רד"ק שרייבט אז דאס איז נאר געוועהן א תירוץ. ער האט נישט דערציילט דעם אמת'ן טעם, נעמליך אז דוד האט נישט געבויעט דעם ביהמ"ק ווייל דער אויבעשטער האט איהם נישט געלאזט (צוליב א פגם), אויס כבוד פון דוד המלך.
דער האט געמיינט מרמז צו זיין אז חירם מוז איהם העלפען ווייל מיט דעם איז ער מקיים דעם רצון פון דוד המלך וואס איז געוועהן חירם'ס פריינד.
הדאס האט ער געשריבען כדי חירם זאל נישט זאגען אז עס איז גענוג צו בויען א קליינע בנין. ער האט דא אויך געשריבען אז דער באשעפער איז פילפאכיג גרעסער ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות יעדער ע"ז.
וצידון איז געוועהן הארט נעבן צור און חירם מלך צור האט געוועלטיגט אויך אויף צידון. די לענדער קומען אויס בערך וואו עס איז היינט מדינת לבנון און זיי גרעניצען זיך מיטען ים הגדול (התיכון).
זעס איז דא א מחלוקת המפרשים צי דער וואלד לבנון האט געהערט פאר ארץ ישראל צי נישט. דער רד"ק (ועוד) האלטען אז עס איז געוועהן אונטער די שליטה פון שלמה המלך און ער האט נישט מער ווי געבעטען חירם ער זאל איהם העלפען האקען די ביימער ווייל די צידונים זענען געוועהן מומחים דערין.
דער מצודת (ועוד) לערנען אז לבנון האט געהערט פאר חירם און שלמה'ס בקשה איז געוועהן צוויי-פאכיג: איינס ער זאל איהם פארקויפען העלצער און צווייטענס דאס זיינע ארבייטער זאלען זיי האקען און ברענגען.
חעי' הערה ב' דאס עס זענען פארהאנען פארשידענע שיטות המפרשים פונטקליך וויפיהל בריעף זענען געגאנגען הין און צוריק פון חירם צו שלמה. לויט טייל מפרשים זענען די בקשות פון שלמה צו שיקען האלץ און צו שיקען א מייסטער געוועהן אין צוויי עקסטערע בריעף.
טדער ווארט שטייער אין תנ"ך מיינט נישט דוקא געלט, נאר אפט מאל מיינט עס א שטייער פון ארבעט, אזוי ווי מיר זעהן אין פרשת שמות וישימו עליו שרי מסים, און דארט איז עס געוועהן א שטייער פון ארבעט.
ידער רמב"ם נעמט אהן להלכה די שיטה (פון חז"ל) דאס מען האט געמעגט נוצען אייזערנע העק ביים אויסהאקען פון בארג און דער איסור אויף אייזערנע כלים גייט אהן נאר ביים בויען. אין חז"ל איז אבער דא אן אנדערע שיטה אז עס איז בכלל נישט גענוצט געווארען קיין כלי ברזל אויף די שטיינער און מען פלעגט אויסהאקען די שטיינער מיט א ווארעם וואס האט געהייסען שמיר כאשר יבואר להלן בעזהש"י.
יאמיט דעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז שלמה המלך'ס חכמה האט איבערגעשטיגען די חכמה פון מצרים (ווי עס ווערט געברענגט אינעם פיפטע קאפיטעל דער פסוק אין מלכים א' ה' י').


©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
אטעטשמענטס
מלכים 6.pdf
(155.58 KiB) געווארן דאונלאודעד 179 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

זיבעטע קאפיטעל - שלמה המלך מיט אשמדאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

די גמרא אין מסכת גיטין דערציילט א העכטס אינטרעסאנטע געשיכטע וואס האט פאסירט ווען שלמה המלך האט געוואלט בויען דעם ביהמ"ק. ער האט געשיקט נאך די רבנים און זיי געפרעגט וויאזוי עס איז מעגליך צו האקען שטיינער אהן קיין כלי ברזל.
"ווען משה רבינו האט געוואלט איינקריצען די נעמען פון די שבטים אין די שטיינער פונעם חושן," האבען זיי געענפערט, "האט ער זיך באניצט מיט א קליין ווערימ'ל וואס הייסט שמיר. דעם שמיר האט דער אויבעשטער באשאפען ביים ששת ימי בראשית און כאטש עס איז אזוי קליין ווי א שעורה פארמאגט עס א שטארקען כח צו שפאלטען הארטע זאכען. עס איז נישט פארהאן אין די וועלט קיין שום הארטע זאך וואס קען ביישטיין דעם שמיר, אזש ווען מען וויל עס אריבער פירען פון איין פלאץ צום צווייטען לייגט מען עס אריין אין א בלייענעם רער אנגעפולט מיט ווייכע שטאף.
"מיר אליין זענען נישט באקאנט וואו דו קענסט געפונען דעם שמיר אבער מיר גלייבען דאס די שדים ווייסען. רוף צוויי שדים און פייניג זיי ביז זיי וועלן דיר דערציילען."
שלמה האט טאקע אונטערדריקט א שד און א שידה (נקבה) און פארלאנגט דאס זיי זאלען ארויסגעבן דעם סוד וואו דעם שמיר געפונט זיך. אבער זיי האבען גע'טענה'ט, "מיר האבען נישט קיין אהנונג וואו דו קענסט טרעפען דעם שמיר. בלויז אונזער קעניג אשמדאי ווייסט דאס. מיר וועלן דיר זאגען זיין סדר היום און דערנאך טוה ווי דו פארשטייסט.
"יעדן טאג גייט ער ארויף אין הימעל און לערנט תורה בישיבה של מעלה. דערנאך קומט ער אראפ און לערנט ווייטער אויף דער וועלט. ווען ער איז פארטיג גייט ער צו א געוויסען בארג וואו ער האט דארט צוגעגרייט וואסער און ער טרונקט צו שטילען זיין דארשטא. די וואסער ליגט אין א גרוב און עס איז פארזיגעלט מיט זיין זיגעל און טאמער זעט ער אז איינער האט גערירט דעם זיגעל וועט ער נישט טרונקען דעם וואסער.”

שלמה האט באפרייט די צוויי שדים און געשיקט בניהו בן יהוידע צום בארג וועלכע זיי האבען אנגעצייכענט. ער האט איהם אויסגערישט מיט א רינגעל און א קייט וואס איז געוועהן אויסגעקריצט אויף זיי דער שם ה' – אלץ שמירה פון אשמדאי. אויך האט ער געהאט פעקלעך וואל מיט קריגלעך וויין.
ווען בניהו איז אנגעקומען צו אשמדאי'ס וואסער-גרוב האט ער זיך גענומען גראבען א צווייטען גרוב, אביסעל אראפ-ציער אויפען בארג פון אשמדאי'ס. ער האט דורכגעלעכערט א טונעל פון דעם וואסער-גרוב ביזען נייעם גרוב, אז דער גאנצע וואסער איז אריין גערונען אינעם נייעם גרוב (drain בלע"ז). דעם טונעל האט ער פארשטאפט מיטען וואל, אזוי אז ווען ער פולט צוריק אהן דעם וואסער-גרוב זאל גארנישט ארויסרינען.
דערנאך האט ער געגראבען א דריטען גרוב ארויף-ציער פון אשמדאי'ס גרוב. ער האט פונעם דריטען גרוב אויך דורכגעלעכערט א טונעל אריין אינעם וואסער-גרוב, און דורך דעם טונעל האט ער אנגעפילט אשמדאי'ס גרוב מיט וויין. ווען ער איז פארטיג געווארען האט ער צוריק אנגעפילט דעם אויבעשטען גרוב מיט ערד אזוי אז מען זאל גארנישט דערקענען. נאכדעם איז ער ארויפגעקראכען אויף א בוים זיך צו באהאלטען, און געווארט אויף אשמדאי.
מיט דער צייט איז אשמדאי אנגעקומען צום בארג. נאכען באקוקען זיין זיגעל און זעהן דאס קיינער האט עס נישט גערירט האט ער געעפענט דעם גרוב און געוואלט טרונקען. ווי ערשטונט איז ער געווארען ווען ער זעט אז זיין וואסער איז פארוואנדעלט געווארען אין וויין! זיין ערשטע מחשבה איז געוועהן דאס עס איז א נס מן השמים איהם צו באלוינען און ער וויל זיך צוכאפען צום אראָמאטישען וויין.
אבער דאן האט ער זיך דערמאנט אינעם פסוק אין מִשְׁלֵי (כ' א'): לֵץ הַיַיִן הוֹמֶה שֵׁכָר וְכָל שׁוֹגֶה בּוֹ לֹא יֶחְכָּם - דער וואס טרונקט זיך אהן איז א לץ וואס שרייט קולות אויס שכרות, און טאמער מיינט ער אז דער וויין וועט איהם באקליגען מאכט ער א טעות. ווי אויך האט ער זיך דערמאנט אינעם פסוק פון הושעב (ד' י"א): זְנוּת וְיַיִן וְתִירוֹשׁ יִקַח לֵב - טרונקען וויין נעמט אוועק דעם שכל, האט ער זיך אפגעהאלטען פון צו טרונקען. אבער...דער דארשט ווערט שטערקער און דער וויין ווינקט צו איהם...ענדע האט ער זיך מער נישט איינגעהאלטען און געלאזט וואויל גיין מיטען וויין. דאס האט איהם געמאכט מיד און ער האט זיך דארט געלייגט שלאפט.

ווען ער איז דארט געלעגן איז בניהו בן יהוידע אראפ פונעם בוים און ארומגענומען אשמדאי'ס האלז מיטען קייטל וואס האט געהאט דעם שם ה' אריינגעקריצט אין אירג. ווען אשמדאי האט זיך דערוועקט האט ער געשפירט ווי ער איז געבונדען און האט געוואלט אויפרייסען דעם קייט, אבער ווי נאר בניהו האט געזעהן ווי ער ווארפט און רייסט זיך האט ער אויסגעשריגען צו איהם, "צורייס נישט דעם קייט ווייל דער נאמען פון דיין האר (דער רבש“ע) איז אויף דירד."
ער האט אנגעכאפט אשמדאי און איהם גענומען אהיים פירען צו שלמה'ן. גייענדיג אין וועג האט אשמדאי זיך אנגעגעריבען אין א טייטעל-בוים און שפעטער אין א הויז און זיי זענען ביידע איינגעפאלען. נאכדעם זענען זיי אנגעקומען צו א קליין בודקע אין וועלכע עס האט געוואוינט אן אלמנה. זי איז ארויס געקומען צו זיי און מיט א ווייך שטימע געבעטען אשמדאי דאס ער זאל נישט צו'מזיק'ען איר הויז.
אשמדאי האט זיך אוועקגעקערט פון איר הויז און זיך נישט אנגעריבען אין דעם, אבער ווי נאר ער האט אזוי געטוהן האט זיך ביי איהם צובראכען א ביין. האט ער איבערגעזאגט דעם פסוק (ׁמשלי כ"ה ט"ו) וְלָשׁוֹן רַכָּה תִּשְׁבָּר גָרֶם - א ווייך צינג קען צוברעכן א בייןה.

בשעת זיי האבען ווייטער געשפרייזט אין וועג האט בניהו געזעהן עטליכע אינטרעסאנטע פיהרונגען פון אשמדאי:
• ווען זיי זענען פארביי געגאנגען סיי א בלינדע מענטש און סיי א שיכור וועלכע האבען געבלאנדזשעט האט זיי אשמדאי צוריק געפירט צום ריכטיגען וועג.
• ווען זיי זענען אדורך געגאנגען א חתן וכלה האט אשמדאי זיך צו-וויינט.
• ווען זיי האבען געהערט א מענטש באשטעלט ביים שיסטער שיך וואס וועלן זיך האלטען אויף זיבען יאר האט זיך אשמדאי צולאכט.
• ווי אויך האט ער זיך צולאכט ווען ער האט געזעהן א כישוף-מאכער דערציילט פון דעם צוקונפט (עתידות).

ענדליך זענען זיי אנגעקומען צו שלמה המלך. בניהו איז געגאנגען דערציילען שלמה‘ן איבער דעם הצלחה פון זיין שליחות און אשמדאי האט מען דערווייל איינגעשפארט און געלאזט ווארטען דריי טעג. נאכען ערשטען טאג ווען אשמדאי האט געזעהן אז מען רופט איהם נישט האט ער זיך נאכגעפרעגט איבער שלמה.
"ער האט היינט צופיהל געטרונקען און ער קען דיר נישט אויפנעמען," איז געקומען דעם ענטפער.
האט אשמדאי גענומען א ציגעל און דאס ארויפגעלייגט אויף א צווייטען ציגעל. שלמה המלך האט געהערט וואס ער האט געטוהן און ער האט פארשטאנען דאס אשמדאי מיינט מיט דעם מרמז צו זיין אז מען זאל איהם צו-מארגענס געבן נאך מער צו טרונקעןו.
דעם צווייטען טאג, ווען אשמדאי האט געזעהן דאס מען רופט איהם נאך אלץ נישט פאר שלמה, האט ער זיך ווידער נאכגעפרעגט איבער שלמה המלך. "היינט," האט מען איהם געענפערט, "האט שלמה זיך איבער געגעסן און ער קען דיר נישט אויפנעמען."
האט דער מלך השדים אראפגענומען איין ציגעל און עס געלייגט אויפען ערד. ווען די באדינער פון שלמה האבען איהם דערציילט דערוועגן האט ער געזאגט, "ער מיינט מרמז זיין אז איך זאל מארגען עסן ווייניגער."

ענדליך, אינעם דריטען טאג, האט מען געברענגט אשמדאי פאר שלמה המלך. ווען אשמדאי האט דערזעהן שלמה האט ער אפגעמאסטען פיהר אמות אויף א שטעקןז און עס געווארפען אויפען ערד פארענט פון שלמה‘ן. "איך פארשטיי דיר נישט," האט ער זיך געוואנדען צום קעניג, "ווען דו שטארבסט וועסטו דאך נישט האבען מער ווי פיהר אמות אין וועלכע מען וועט דיר באגראבען. אצינד ביסטו אזוי גרויס געווארען דאס דו געוועלטיגסט אפילו אויף די שדיםח, האסטו זיך נישט באגנוגענט ביז ווילאנג דו האסט מיר געפאנגען?"
"נישט דיר האב איך געדארפט האבען. איך האב דיר געפאנגען כדי דו זאלסט מיר ארויסגעבן דעם לאקאציע פונעם שמיר."
"אויב אזוי האסטו געפאנגען דעם פאלשען פארשוין. דער שמיר ליגט נישט ביי מיר נאר ביים שר פון ים. ער זעלבסט געבט איבער דעם שמיר פאר יעדן תרנגול הבר (ווילדן האן) וואס בעט עס, און ער פארלאזט זיך אויף זייערע שבועה צו איהם דאס זיי וועלן נישט לאזען דעם שמיר אריינפאלען אין פרעמדע הענט.
"דער תרנגול הבר," איז אשמדאי ממשיך, "נוצט עס פאר זיין געברויך איין צו זייען זאָמען אין הארטע בערג וואו עס וואקסען נישט קיין ביימער. ער נעמט דעם שמיר און שפאלט דערמיט דעם בארג, און אינעם שפאלט ווארפט ער אריין זאָמען און קערנדלעך. שפעטער, ווען עס וואקסען ארויס די פלאנצונגען ערנערט ער זיך פון דעם."

שלמה האט געהייסען זיין באדינער אויפזוכען א נעסט פונעם תרנגול הבר. דאן האט דער באדינער געווארט די פויגעל זאל אוועקפליהן, איבערלאזענדיג איר פיצלעך אינעם נעסט. ער האבען ארויפגעלייגט א דורכזיכטיגען גלאז אויפען נעסט און געווארט אויפען מאמע-פויגעל צוריק צו קומען.
ווען די פויגעל האט געזעהן אז זי קען נישט אריין אין עסט - כאטש זי זעט די קינדער פאר די אויגען - איז זי אוועקגעפלויגען און צוריקגעקומען מיטען שמיר. דאס האט זי ארויפגעלייגט אויפען נעסט און דערמיט געשפאלטען דער גלאז. ווען שלמה המלך‘ס באדינער האט דאס צוגעזעהן האט ער זיך גענומען שרייען מיט א הויעכען שטימע, אזוי אז דער תרנגול הבר האט זיך מאמענטאל דערשראקען און אפגעלאזט דעם שמיר. דער באדינער האט דאס באלד גענומען און געברענגט צו שלמה‘ן. ווען דער פויגעל האט געזעהן דאס זי האט עובר געוועהן אויף איר שבועה, האט זי, פון גרויס צער, זיך אליין דערווארגען אויף טויט.

אפילו נאך שלמה המלך האט שוין ערהאלטען דעם שמיר האט ער נאך אלץ נישט ארויסגעלאזט אשמדאיט. בניהו'ן האט נאך געעגבערט דער אינטרעסאנטע געפירעכץ פון אשמדאי ווען זיי זענען געגאנגען אין וועג, האט ער געפרעגט אשמדאי'ן, "פארוואס האסטו צוריק געפירט דעם בלינדען מענטש צום גלייכען וועגי?"
"איך האב געהערט אויסרופען פון הימעל אז דער בלינדער איז א צדיק גמור און ווער עס וועט איהם גוטס טוהן וועט זוכה זיין צו עוה"ב."
"און וואס איז מיט דעם שיכור, פארוואס האסטו איהם געוויזען דעם וועגיא?"
"ביי איהם," זאגט אשמדאי, "איז שוין געוועהן אן אנדערע מעשה. אויף איהם האט איך געהערט א הימעלישען כרוז אז ער איז א רשע גמור, האב איך געוואלט אז ער זאל באקומען דעם ביסעל שכר וואס קומט זיך איהם אפשר אין די וועלט. אזוי, ווען ער קומט ארויף אין יענע וועלט וועט ער גלייך גיין אין גיהנום. יב"
בניהו האט ווייטער געפרעגט, "און פארוואס האסטו געוויינט ווען מיר זענען פארביי געגאנגען א חתן וכלה וועלכע זענען געגאנגען אונטערן חופה?"
"דאס האב איך געטוהן ווייל איך האב געזעהןיג אז אין דרייסיג טעג וועט דער יונגערמאן אוועקגיין פון דער וועלט און זיין אומגליקליכע פרוי וועט מוזען ווארטען דרייצען יאר ביז ווי-לאנג דער יָבָם וועט אויפוואקסען און זיין ראוי מיבם זיין אדער מאכען חליצה."
"און וואס איז געוועהן דער גרויס געלעכטער ווען דו האסט געזעהן דעם מענטש ביים שוסטער?"
"דער נאר," צולאכט זיך אשמדאי, "האט געבעטן דער שוסטער ער זאל איהם מאכען שיך וואס וועלן זיך האלטען אויף זיבען יאר. איך האב אבער געוואוסט דאס ער וועט אפילו נישט לעבן קיין זיבען טעג."
"און וואס האסטו געוואוסט ביים כישוף-מאכער אז דו האסט דיך דארט צולאכט?"
"דער כישוף מאכער האט געוואלט ווייזען זיינע גרויסע חכמות און ברייטע ידיעות אין אלעס וואס גייט פאסירען אויפען וועלט, אינדערצייט וואס ער האט ניטאמאל געוואוסט דאס אונטער זיינע פיס ליגט א ריזן אוצר."

ווי דערמאנט האט שלמה אויפגעהאלטען אשמדאי ביי זיך פאר א לענגערע צייט. איינמאל, סוף ימיו פון שלמה, האט ער זיך געוואנדען צו אשמדאי'ן און געזאגט, "ערקלער מיר דאס, אין תורה (במדבר כ"ד ח') שטייט כְּתוֹעֲפוֹת רְאֵם לוֹ - דער רבש"ע האט כביכול תועפות ראם צו טוהן זיין ווילען. חז"ל ערקלערן אונז אז תועפות גייט ארויף אויף מלאכים און ראם מיינט שדים.
"מילא דאס אז כביכול האט מלאכים וואס קענען טוהן זיין ווילען און קענען זיך נוקם זיין אין רשעים איז א גבורה און לויב פונעם באשעפער. אבער וואס איז שוין די גדולה פון דעם אז ער האט שדים וואס פאלגען איהם, איך זעה דאך דיר שוין אזויפיהל יאר און איך האב נאכנישט געזעהן דיין גרויסען כח."
"אוודאי זעסטו נישט מיין קראפט," ענטפערט אשמדאי, "איך בין דאך געבונדען מיט א קייט וואס עס איז איינגעקריצט אין איר דער שם ה', און דו האסט א רינגעל מיטען אויבערשטער'ס נאמען אויף איר. געב מיר די קייט און דעם רינגעל וועל איך דיר שוין ווייזען וואס איך קען."
שלמה המלך האט איהם אויפגעבונדען און איבערגעגעבן דעם קייט מיטען רינגעל, און ווי נאר אשמדאי האט ערהאלטען אט די צוויי ארטיקלען האט ער צוריקבאקומען זיינע שד'ליכע כוחות. ער האט איינגעשלינגען שלמה המלך, אויסגעשפרייט איין פליגעל (שדים האבען פליגעל) אויף דער ערד און איינס אין הימעל און אויסגעשפיגען שלמה המלך אין א ווייטען פלאץ, פיהר הונדערט פרסה פון ירושליםיד.

אין יענע ציייט איז שלמה המלך ארום געגאנגען אפגעריסען און איינזאם, גלייך ווי אן ארחי פרחי. ער האט דאן געליינט אויף זיך דעם פסוק וזה היה חֶלְקִי מכל עֲמָלִי – נאר דאס איז מיר געבליבען פון מיין גאנצע הארעוואניעטו. ער האט געוואנדערט פון איין ארט צום צווייטען און פאר יעדן געזאגט, "אני קהלת הייתי מלך על ישראל בירושלים – דאס בין איך טאקע שלמה המלך אליין."
פארשטייט זיך אז קיינער האט נישט אנגענומען די רייד פון אט דעם שנארער, און מען האט איהם באטראכט ווי א חסר דעה ל"ע. שלמה האט זיך אזוי געשלעפט פון איין פלאץ צום אנדערען ביז ווען ער איז אנגעקומען צו די סנהדרין הגדול שבירושלים.
אין אנהייב האבען זיי נישט געלייגט צופיהל געוויכט אויף זיינע ווערטער און איהם באטראכט ווי א צודרייטער - פונקט ווי אלע אנדערע וועלכע האבען איהם באגעגענט. אבער ווען זיי האבען געהערט אז דער 'צודרייטער' לאזט נישט נאך פון זיין קלאַגע און ווען אימער מען טרעפט איהם זאגט ער דאס זעלבע האבען זיי געזאגט צווישען זיך, "דער שטייגער פון א משוגע'ענע איז זיך איין צו רעדן פארשידענע משוגעת'ן. דא האבען מיר פאר אונז איינער וואס רעדט נאכאנאנד דער זעלבע זאך. אפשר דארפען מיר חושש זיין אז עס ליגט עפעס אמת אין זיינע ווערטער."

האבען זיי געשיקט רופען בניהו בן יהוידע און איהם געפרעגט צו דער קעניג האט איהם גערופען אין די לעצטע צייטטז. בניהו האט זיי געענטפערט אז נישט. דאן האבען זיי זיך געפרעגט ביים מלכה איבער איהם, און זיי האבען איר געבעטען צו קוקען אויף דעם קעניג'ס פיס און זעהן צי זיי זענען עפעס אויסערגעווענליך - ווייל שדים'ס פיס זענען אזויווי הינער-פיס. דער קעניגען האט זיי אבער געזאגט דאס ווען דער קעניג רופט איר גייט ער אנגעטוהן מיט זאקען (אדער פאנטאפעל). זי האט אויך פארציילט דאס ער האט זיך אויפגעפירט מיט איר און מיט בת שבע'ן (שלמה'ס מאמע) אויף גאר אן אומ'צניעות'דיגען אופן.
דעמאלס האבען די חכמים שוין פארשטאנען אז עס איז ריכטיג וואס דער מאדנע פארשוין טענה'ט, און ער איז טאקע שלמה המלך. האבען זיי איהם אויסגערישט מיט א רינגל און קייט וואס האבען געהאט דער שם ה' אויסגעקריצט אין זיי, און איהם אריינגעשיקט אין פאלאץ צום קעניג. באלד ווי אשמדאי האט דערזעהן שלמה המלך מיט די צווי חפצים אין זיין האנט האט ער זיך אויפגעהויבען און אוועקגעפלויגען.
פון דאן אהן האט שלמה המלך מורא געהאט צו שלאפען און ער האט זיך נאר געלייגט מיט זעכציג תלמידי חכמים ארום זיין בעט. עס איז דא א מחלוקת אין חז"ל אויף ווי ווייט ער איז צוריק געווארען מלך (אפי' מ"ד מלך והדיוט מודה דלא היה הדיוט ממש), אבער לכולי עלמא האט ער זיך נישט אומגעקערט צו זיין פריערדיגע גדולה.

אחז"ללערנען אונז דאס א טייל פון די וועגן מיט וועלכע שדים זענען גלייך צו מענטשען איז מיט דעם וואס זיי עסען און טרונקען.
בכאטש דער פסוק איז נאכנישט געזאגט געווארען ווייל הושע איז ערשט געוועהן מיט הונדערטע יארען שפעטער, דאך האבען זיי שוין געוואוסט דעם פסוק. (תוספות)
גשדים קענען, לויט זייערע ווילען, זיך בייטען זייערע אויסזעהן אויף פארשידענע ערליי פארעמס. ווען אשמדאי איז געשלאפען האט ער געהאט די צורה פון א מענטש און ווען בניהו האט ארויפגעלייגט אויף איהם דער קייט האט ער פארלוירען רוב פון זיינע שד'ליכע כוחות. (ער האט נאך געקענט מזיק'ן - ווי מיר וועלן באלד זעהן - אבער אויף א פארמינערטען פארנעם.)
דהגם אשמדאי איז געוועהן געבונדען דאך האט ער נאך געקענט מזיק זיין, ווי מיר זעהן אז ער האט געשעדיגט דעם טייטעל-בוים און דער הויז. דערפאר האט אויך אויסגעפעלט אז בניהו זאל האבען א רינגעל וואס האט דעם שם ה' אויסגעקריצט אין איר. (מהרש"א)
האזוי טייטשען זיך די ווערטער פון פסוק ווען מען טייטשט ווארט ביי ווארט. דער פשט איז אבער אנדערש - מיט ווייכע רייד פון תשובה ותפילה קען מען צוברעכען די הארטע גזירות פון דער אויבעשטער. (רש"י שם)
וער האט געוואלט אז שלמה זאל אליין טרונקען און ווערן שיכור פונקט ווי ער זעלבסט, און אזוי וועט איהם אפשר געלונגען צו אנטלויפען.
זווען זיין ביין האט זיך צובראכען אונטערוועגנס האט איהם בניהו געגעבן א שטעקן צו העלפען גיין.
חאויף אשמדאי אליין האט ער נישט געקעניגט ווייל אשמדאי איז געוועהן קעניג פון די שדים און דער כלל איז דאס אֵין מלכות נוגעת בחברתה. וועגן דעם האט ער געדארפט שיקען בניהו פאנגען אשמדאי מיט א גאנצע קונץ.
טאין די ספרי מהר"ל ווערט געברענגט דאס די גאנצע סיפור פון אשמדאי איז א משל וואס איז מרמז צו גאר הויעכע רוחניות'דיגע ענינים איבער די קדושה פון שלמה המלך, ווי ער האט מכניע געוועהן די גרויסע קליפה פון אשמדאי.
ידער מהרש"א ערקלערט דאס ער האט זיך נישט געוואונדערט אויף דעם וואס אשמדאי האט חרוב געמאכט דעם טייטעל-בוים און דער הויז, ווייל עס איז דאך דער שטייגער פון שדים צו מזיק זיין. ער האט זיך נאר געוואונדערט ווען אשמדאי האט געטוהן א זאך וואס איז פארקערט ווי זיין טבע און געהאלפען איינער.
יאבניהו האט אנגענומען דעם תירוץ אויפען בלינדע מענטש און פארשטאנען אז א צדיק גמור וועט אפילו א שד זיין גרייט צו העלפען. עס איז איהם אבער נאך גיבליבען שווער פארוואס אשמדאי האט זיך געפּאָרעט מיטען שיכור, וואס ער איז קלאר נישט געוועהן קיין ערליכער מאן.
יבדאס האט שוין געשטימט מיט זיין געווענטליכע נאטור פון וועלן שעדיגען.
יגוויבאלד שדים פליען אין הימעל ווייסען זיי פארשידענע זאכען פון דער צוקונפט. דאס זעלבע פאסירט מיט פייגעל - ווי מיר טרעפען עטליכע מאל אין חז"ל אז פייגעל האבען געוואוסט וואס גייט געשעהן.
ידארץ ישראל איז ארבע מאות פרסה על ארבע מאות פרסה (א פרסה איז פיהר מיל - בערך פיהר קילאמעטער). די כונה פון אשמדאי איז געוועהן צו פארווארפען שלמה ארויס פון ארץ ישראל.
טואין חז"ל איז דא א מחלוקת צווישען רב און שמואל צי דער ווארט וזה גייט ארויף אויף זיין שטעקן צי אויף זיינע בגדים, ווייל מיט מער ווי די חפצים איז ער נישט געבליבען. עכ"פ, סיי לויט רב און סיי לויט שמואל איז ער געבליבען ממש בעירום ובחוסר כל.
טזזיי האבען פארשטאנען אז אשמדאי וועט זיך שרעקען פון בניהו וויל ער אמאל געפאנגען געווארען דורך איהם.

©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
אטעטשמענטס
מלכים 7.pdf
(144.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 189 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

אכטע קאפיטעל - בנין ביהמ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ויהי בשמונים שנה וארבע מאות שנה לצאת בני ישראל מארץ מצרים, אין דער פיהר הונדערט און אכציגסטע יאר פון יציאת מצריםא (ב‘ תתקכ"חב), דעם פערטע יאר פון שלמה'ס מלוכה, אין חודש איירג האט זיך אנגעהויבען דער בנין בית המקדש.
מיר וועלן נישט באשרייבען די גענויע מאָס און אויסזעהן פונעם בנין ווייל עס זענען פארהאן דערין פארשידענע שיטות הראשונים און מיר קענען נישט מכריע זיין (אויך כדי עס זאל נישט זיין לאנגווייליג!). מיר וועלן זיך באנוגענען מיט א כלליות'דיגע בילד פונעם בנין אליין און נאר מאריך זיין מיט די אינטרעסאנטע כלים וכדו' וואס זענען דעמאלס נתחדש געווארען.
דער ביהמ"ק האט פארמאגט דריי טיילען: אוּלָם, עֲזָרָה און קודש הקדשים. דער אולם איז געוועהן ווי דעם ווארט-צימער, די עזרה איז דער ביהמ"ק אליין און דער קודש הקדשים האט ערהאלטען דעם ארון און די כרובים.
דער קודש הקדשים איז געוועהן דער הייליגסטע פלאץ אויפען וועלט, און אויך בגשמיות איז עס געוועהן געבויט בתכלית השלימות. עס האט געמאסטען צוואנציג אמות אין די ברייט, לענג און הייעך. צווישען דער קודש הקדשים און די עזרה איז געוועהן א וואנט, דיק אן אמהד. איבער דעם עפענונג האט געהאנגען א פרוכת מען זאל נישט קענען אריינזעהן אינעם קודש הקדשים.
דער הייעך פונעם היכל (עזרה) איז געוועהן דרייסיג אמה און זיין לענג פערציג. די מאָס פונעם הייעך (היכל וק"ק) וואס מיר האבען ערווענט איז געמאסטען פון אינעווייניג, פונעם ערד ביזען ערשטען שטאק. דער בנין אליין איז אבער געוועהן אסאך העכער, און פארמאגט עטליכע שטאק.
צווישען די אינעווייניגסטע ווענט און די דרויסענדע איז געוועהן צווישען פינעף ביז זיבען אמות (די העכערע שטאק זענען געוועהן ברייטער, ואכמ"ל). דעם ליידיגען פלאץ האט מען גענוצט פאר קעמערלעך צו האלטען די אומצעליגע כלי המקדש. ביי די קעמערלעך זענען אויך געוועהן עטליכע שטאק און ארויפצוגיין אויף די העכערע שטאק זענען געוועהן שווינדעל-שטיג (spiral stairs בלע"ז) - דאס זענען אזעלכע געדרייטע טרעפ וואס גייען ארויף הויעך אין אן ענגע פלאץ.
אלעס צוזאמען זענען געוועהן אכט און דרייסיג קעמערלעך. די אלע קעמערלעך זענען געוועהן פארמאכט סיי צו דער גאס און סיי אויף אריין אינעם ביהמ"ק. זיי האבען בלויז געהאט אן עפענונג צווישען יעדעס קעמערל, צו גיין פון איינער צום צווייטען, און אן עפענונג אויף ארויף, צו גיין צום העכערען שטאק. אויסער דעם ערשטען קעמערל פון דרום זייט וואס האט געהאט א טיהר צו מזרח זייט (אריין אינעם ביהמ"ק), און דורך איהר האט מען געקענט אנקומען צו אלע קעמערלעך.
די פענסטער פונעם ביהמ"ק זענען געוועהן שְׁקוּפִים אֲטֻמִים – דורכזיכטיג און פארשטאפט. מיר וועלן ברענגען עטליכע שיטות צו ערקלערן פשט אין די ווערטער.
• אונזער גמרא (מנחות פ“ו:) ערקלערט דאס זיי זענען געוועהן שמאָל פון אינעווייניג און ברייט פון אינדרויסעןה.
• דער תרגום יונתן (לויט אונזער גירסא – וישנם עוד גרסאות) טייטשט פונקט פארקערט, שמאל פון אינדרויסען און ברייט פון אינעווייניג.
• דער גר"א זאגט פשט דאס די פענסטער האבען געהאט לאָדענעס וועלכע מען האט געקענט פארמאכען און עפענען, זענען זיי געוועהן צו-מאל דורכזיכטיג און צומאל פארשטאפט.
• דער מצודת לערנט פשוט אז זיי זענען געוועהן פארמאכט מיט גלאז וואס דאס איז דורכזיכטיג און פארשטאפט.

די אינעווייניגסטע ווענט פונעם ביהמ“ק האט שלמה המלך באדעקט מיט דינע ברעטער פון עץ אֶרֶז. אין די ברעטער האט מען אויסגעקריצט פארעמעס פון פיהלע וואונדערליכע צורות פון קייטען, שטריק, בלומען, קנעפ און ארויסגעשטארצטע פארעמס פון אייער.
אויף די הילצערנע ווענט האט מען ארויף געקלאפט א דינעם שיכט פון גאלדו. די גילדענע טאצען זענען געוועהן שטארק ארויף געקלאפט אויפען וואנט, אזוי אז די שיינע צורות זענען געוועהן קענטבאר אין זיי. דעם גאלד האט מען באפעסטיגט צום וואנט מיט גאלדענע נעגלעךו.
אויך דעם פאדלאגע האט מען באדעקט מיט (דיקערע) ברעטער פון עץ בְּרוֹשׁ – א סארט טענען בוים. אזוי ארום האט זיך פון אינעווייניג אינגאנצען נישט ארויסגעזעהן קיין שטיין.
ביים אריינגאנג פונעם עזרה האט מען געבויט צוויי ריזיגע רינדעגע זוילען געמאכט פון קופער, איינס פונעם רעכטע זייט און דער אנדערע פונעם לינקע זייט. די זוילען זענען געוועהן הויל, אכצען אמות די הויעך און צוויי-און-דרייסיג אמות אין די ברייט ארום און ארום (אינעם היקף - circumference בלע"ז(.
אויפען שפיץ פון די זוילען זענען געוועהן קופערנע קרוינען פינעף אמות הויעך. די קרוינען זענען געוועהן (פון אונטען) אביסעל ברייטער פון די זוילען, אזוי אז די אונטערשטע צוויי אמות זענען געוועהן ארויף געזעצט אויף די זוילען. די אויבישטער דריי אמות, וועלכע זענען נישט געוועהן ארויף געפאסט אויף די זוילען, האבען געהאט פארשידענע שיינע צורות פון רויזען, מילגרוימען, געפלאכטענע לולב בלעטער און נאך.
דעם רעכטען זויל (דרום – רעכטס טאמער קומט מען ארויס פונעם ביהמ"ק) האט געהייסען יָכִין, און דער לינקע האט געהייסען בּוֹעַזז. דער גאנצע סדר פון בויען און דעם תבנית הבית האט שלמה המלך געהאט באקומען געשריבענעהייט פון זיין טאטע דוד, וואס ער האט דאס געהאט על פי ה' – הכל בכתב מיד ה' עלי הִשְׂכִּיל.


אדער גר"א מאכט דעם פאלגענדעם חשבון לויט די מנהיגים פון כלל ישראל דורכאויס די 480 יאר:
40 אין מדבר אונטער משה רבינו, 14 פון משכן גִלְגָל בשעת'ן כיבוש וחלוקת הָאָרֶץ אונטער יהושע בן נון, נאך 14 פון יהושע אין שִׁילֹה, 40 פון עָתְנִיאֵל בן קְנַז, 80 פון אֵהוּד בן גֵרָא, 40 פון דְבוֹרָה אֵשֶׁת לַפִּידוֹת, 40 פון גִדְעוֹן בן יוֹאָשׁ (אריינגערעכענט זיבען פון מדין), 3 פון אֲבִימֶלֶך בן יְרֻבַּעַל, 23 פון תּוֹלָע בן פּוּאָה, 22 פון יָאִיר הַגִלְעָדִי (צווישען תולע און יאיר צוזאמען זענען נאר געוועהן 44 יאר, ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין גאנצע 23 און 22 יאר), 18 אונטער די בני עמון, 6 פון יִפְתָּח הַגִלְעָדִי, 7 פון אִבְצָן בֵּית הַלַחְמִי, 10 פון אֵילוֹן הַזְבוּלֹנִי, 8 פון עַבְדוֹן בן הִלֵל, 20 פון שִׁמְשׁוֹן בן מָנוֹחַ (הגיבור), 39 פון עֵלִי הכהן (צוזאמען 369 יאר פון משכן שילה, און סוף ימיו פון עלי איז עס חרוב געווארען).
10 ווען דער משכן איז געוועהן אין נוֹב אונטער שְׁמוּאֵל הַנָבִיא אליין, 1 פון שמואל צוזאמען מיט שָׁאוּל המלך, 2 פון שאול אליין, 40 ווען דער משכן איז געוועהן אין גבעון אונטער דוד המלך, און נאך 4 פון שלמה המלך האלט מען ביי 480, דהיינו אין דער 480'סטע יאר.
בדער ביהמ"ק הראשון איז חרוב געווארען בשנת ג' של"ח, קומט אויס דאס די 410 יאר פאר וועלכע זי איז געשטאנען רעכענט זיך פון ווען מען האט אנגעהויבען בויען.
גאין פסוק ווערט חודש אייר אנגערופען מיטען נאמען חודש זִיו - דער חודש פון שיינקייט. דאס האט דעם צו-נאמען ווייל אין חודש אייר זענען די ביימער שיין.
בדרך אגב איז כדאי אנצומערקען דאס די נעמען מיט וועלכע מיר רופען די חדשים, דהיינו ניסן, אייר סיון וכו', זענען נישט קיין יודישע נעמען נאר בבלי'שע. ווען די יודען זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל נאך גלות בבל האבען זיי מיטגענומען די שמות החדשים אלץ אנדענק פון דעם גלות און גאולה. (כמבואר ברמב"ן פ' בא עה"פ החודש הזה לכם. וע"ע בבני יששכר שבאמת הם שמות יהודיים אלא שלא השתמשו בהם)
דערפאר טרעפען מיר טאקע נישט אין תנ"ך קיין שום נעמען פון חדשים, נאר זיי ווערן אלץ אנגערופען לויט זייער נומער - חודש הראשון, השני וכו'. אויסער אין די ספרי קודש וועלכע זענען געשריבען געווארען אין גלות, לדוגמא מגילת אסתר אדער ספר זכריה, וואס אין זיי ווערן די חדשים יא אנגערופען מיט די באקאנטע נעמען.
דדער אמה האט געהייסען אמה טְרַקְסִין. ביים ביהמ"ק השני האט געפעלט דעם וואנט און אנשטאט איר זענען געוועהן צוויי פרוכות. עס האט אויסגעפעלט צו מאכען צוויי ווייל עס איז געוועהן א ספק צי די אמה טרקסין האט געהאט קדושת עזרה אדער קודש הקדשים.
הא געוועהנליכע בנין מאכט מען מיט די פענסטער שמאל פון אינדרויסען און ברייט פון אינעווייניג, כדי דער ליכטיגקייט פונעם זון זאל אריין שיינען אינעם הויז. ביים ביהמ"ק האט מען געטוהן פארקערט, כדי דער ליכטיגקייט פונעם ביהמ"ק זאל באלייכטען דער וועלט.

ודער גאלד וואס זיי האבען דארט גענוצט ווערט אנגערופען זהב סָגוּר - פארשפארטע גאלד. אין חז"ל טרעפען מיר צוויי פשטים: אדער אז ווער עס האט נאר פון דעם טייערען גאלד פארשפארט עס גוט ביי זיך אינדערהיים און געבט עס נישט ארויס. אדער אז ווען עס עפענט זיך דעם געשעפט וואס פארקויפט אט דעם לויטערען גאלד, פארמאכען זיך אלע אנדערע קלייטען פון גאלד, ווייל זייערע גאלד האט שוין נישט קיין חשיבות.
זדער ציהל פונעם איבערדעקן די ווענט מיט האלץ איז געוועהן צוויי-פאכיג: איינס כדי צו קענען אויסשניצען די אלע שיינע צורות, און דאס קען מען גרינגער טוהן אין האלץ ווי אין שטיין. דער אנדערע טעם איז צו ערמעגליכען דאס אריינהאקען דעם גאלד מיט טשוועקעס, וואס דאס קען מען נאר טוהן מיט האלץ.
חדי מפרשים האבען עטליכע פשטים אין די נעמען יכין ובועז אבער מיר וועלן נאר ברענגען דעם רד"ק'ס פשט (וממש כעין זה במצודת), דאס ביידע נעמען זענען געוועהן לסימן טוב.
יכין איז מלשון יִכּוֹן - עס זאל זיך באפעסטיגען און שטיין אויף אייביג. בועז איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער, בו עז - אין דעם הויז וועט דער באשעפער געבן א שטארקקייט פאר זיין פאלק ישראל.


©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
אטעטשמענטס
מלכים 8.pdf
(128.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 155 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

ניינטע קאפיטעל - די נייע כלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שלמה המלך האט געמאכט פארשידענע נייע כלים – טייל אינגאנצען ניי און טייל איבערגעמאכט און צוגעלייגט אויף די כלים פון משכן. אין דער קודש הקדשים האט ער געלאזט מאכען צוויי כרובים – פייגלעך מיט פנימ'ער פון קינדער. זיי זענען געוועהן אין צוגאב צו די צוויי כרובים וועלכע זענען געוועהן אויפען כפורת, און זענען געשטאנען אויפען ערד. די כרובים זענען געוועהן פון איילבירט-האלץ און איבערגעדעקט מיט גאלד, און האבען געהאט א הייעך פון צעהן אמות.
די כרובים זענען געשטאנען מיט זייערע פליגלען אויסגעשפרייט אין די ברייט, און יעדעס פליגעל האט געמאסטען פינעף אמות. אזוי אז דער כרוב פונעם רעכטען זייט האט מיטען רעכטן פליגעל אנגערירט דעם וואנט פונעם קודש הקדשים און מיטען לינקע פליגעל האט ער דערגרייכט דעם רעכטען פליגעל פונעם צווייטען כרוב. גענוי אזוי איז געוועהן מיטען לינקע כרוב - איין פליגעל האט אנגערירט אינעם וואנט און דער אנדערע פליגעל האט אנגערירט זיין קאלעגע'ס פליגעלא.
אויך אין דעם היכל זענען געוועהן חידושים. שלמה האט געמאכט צעהן מנורות און צעהן שלחנות אין צוגאב צו די מנורה און שלחן פון משרע"ה. די נייע מנורות ושלחנות זענען געוועהן אויסגעשטעלט פינעף צום רעכטען זייט פון די אלטע און פינעף ביים לינקע זייט.
אין חז"ל איז דא א מחלוקת צי מען האט זיך באנוצט מיט די נייע מנורות און שלחנות, צי מען האט נאר גענוצט די פון משרע"ה.
שלמה המלך האט אויך געמאכט צעהן נייע כִּיוֹרוֹת. יעדע כיור האט ערהאלטען פערציג בַּת (הונדערט-און-צוואנציג סאה), און זיי האבען געדינט פאר קידוש ידים ורגלים. אויך די כיורות האט ער אויסגעשטעלט נעבן דעם כיור פון משה רבינו, פינעף פון יעדע זייט.
די כיורות זענען געשטאנען אויף קופערנע מְכוֹנוֹת – שטאנדען. יעדע מכונה האט געמאסטען פיהר אמות אויף פיהר אמות מיט א הייעך פון דריי אמות. די מכונות זענען געוועהן געמאכט ווי קופערנע ראנגען פון א לייטער פון איין זייט צום צווייטען. צווישען די ראנגען זענען לייבען, אקסען און כרובים.
די מכונות זענען ווי געשטאנען אויף פיהר קופערנע רעדער (צוויי פון פארענט און צוויי פון אונטען), אזוי אז זיי האבען אויסגעזעהן ווי קליינע וועגעלעך. יעדע ראד איז געוועהן אנדערהאלבען אמה הויעך.
אויף זיך צו טובל‘ן איז געוועהן א ספעצילען מקוה וואס ווערט אנגערופען 'ים של שלמה'. דאס איז געוועהן א גרויסען קופערנע בעקען פינעף אמות הויעך (כמו mini swimming pool בלע"ז). די אונטערשטע דריי אמות זענען געוועהן קוואדראט (square בלע"ז( און די אויבערשטע צוויי אמות רונדיג.
דער ים האט ערהאלטען צוויי טויזענט בת (הונדערט-און-פופציג מאל א שיעור מקוה). די ווענט פונעם ים זענען געוועהן דיק א טפח אבער פון אויבן, דארט ווי עס ענדיגט זיך, איז עס געוועהן דין - גלייך ווי א גלאז צום טרינקען (וואס פון אויבן איז גאנץ דין).
די צוויי אויבערשטע אמות זענען געוועהן גלאט, און די אונטערשטע דריי אמות פונעם ים זענען געוועהן באצירט מיט פארעמס פון אקסען. די קערפער פון די אקסען האבען ארויסגעשטארצט פונעם וואנט מיט א לענגליכע-רונדיגע צורה (ווי אייער) און פון זייער מויל איז גערינען וואסער.
דער גאנצע ים איז געשטאנען אויף צוועלף קופערנע אקסען - דריי פון יעדע זייט. די אקסען זענען אלע געשטאנען מיטען קאפ ארויס-צי, נעמליך אלע וויידליך זענען געוועהן צוזאמען, פארשטעלט אונטער די ים. די פיס פון די אקסען זענען געוועהן הויל און זיי זענען געוועהן אריינגעגראבען אינעם ערד. דארך די הוילע פיס איז אררינגעקומען וואסער פון א קוואל, אזוי אז עס איז נישט געוועהן מַיִם שְׁאוּבִים. דעם ים האבען די כהנים טאקע גענוצט אויף זיך צו טובל'ען.
די אלע קופערנע כלים (יכין ובועז מיט זייערע קרוינען, די כיורות, מכונות, ים און נאך) זענען בדרך כלל געוועהן געגאסען פון איין שטיק - דהיינו נישט געמאכט פון עטליכע חלקים און באהאפטען. עס איז געוועהן צו שווער צו מאכען פארעמס וואס זענען גענוג גרויס צו קענען גיסען אין זיי די קופערנע כלים. דערפאר האט מען געגאסען די אלע כלים אין גרובער אין דר'ערד. זיי זענען אלע גאגאסען געווארען ביים פלוין פון ירדן, צווישען סֻכּוֹת און צָרְתָן.
ענדליך זענען אלע כלי המקדש פארטיג געווארען און אריינגעשטעלט געווארען אינעם בית המקדש. אויך די אלע גאלד און געלט וואס דוד המלך האט צוזאמען גענומען פארן בנין ביהמ"ק האט שלמה אוועגעלייגט אין די לאגערען (warehouse בלע“ז) וועלכע זענען געוועהן אינעם ביהמ"קב.
איבער זיבן-און-א-האלב יאר האט גענומען דעם בנין בהמ"ק. עס איז פארטיג געווארען אין חודש חשוןג אין דעם עלעפטען יאר פון שלמה המלך. דער בית המקדש איז געשטאנען פארמאכט פאר גאנצע עלעף חדשים ביז דעם קומענדיגע יאר חודש תשריד. די יודען האבען אפילו אנגעהויבען בונטעווען און בארעדן שלמה'ן כאילו דער גאנצע ארבעט איז געוועהן אומזיסט ווייל דער באשעפער וויל נישט רוהן אין שלמה בן בת שבע'ס בנין (ודי), אבער ער האט אלעס געטוהן על פי ה‘.
איידער מיר הייבען אהן דען נעקסטען קאפיטעל ווילען מיר איבערחזר'ן אז מיר האבען שטארק מקצר געוועהן ביים שילדערן דעם בנין ביהמ"ק. ווי דערמאנט, האבען מיר דאס געטוהן כדי נישט צו באלעסטיגען אונזערע ליינער מיט קאמפליצירטע שילדערונגען וואס זענען שווער צו פארשטיין אהן קיין דיאגראמען אדער בילדער. מיר האפען דאס בקרוב וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זעהן פון דער נאנט דעם בנין שעתיד להיבנות באש.


אדער ברייט פונעם קודש הקדשים איז געוועהן צוואנציג אמות. אז מען רעכענט פיהר (פליגעל) מאל פינעף אמות קומט מען אהן צו צוואנציג, אזוי אז די כרובים האבען פונקט אריינגעפאסט אינעם קודש הקדשים.
די גמרא שרייבט אז דער קערפער פון די כרובים איז געשטאנען בנס. פשט פון דעם איז דאס טאמער רעכענט מען די ברייט פון יעדער כרוב, פון שפיץ פליגעל ביז שפיץ פליגעל, וואלט געדארפט אויסקומען מער ווי צעהן אמות, צוליב דעם גוף פון די כרובים. למשל ווען א מענטש וויל מעסטען וויפיהל פלאץ ער פארנעמט ווען ער שטייט מיט די הענט אויסגעשטרעקט אין די ברייט, איז נישט גענוג ווען ער מעסט יעדעס האנט באזונדער און רעכענט צוזאם די צוויי נומערען. דאס איז דערפאר ווייל זיין קערפער פארנעמט אויך פלאץ.
אויב אזוי, וויאזוי האבען די כרובים געקענט אריינפאסען אין קה"ק טאמער די פליגעל אליין זענען געוועהן אזוי ברייט ווי דער גאנצע קה"ק? וואס איז מיט די גוף הכרובים? דערפאר ענטפערט די גמרא אז זיי זענען געשטאנען בנס.
באין חז"ל טרעפען מיר צוויי טעמים פארוואס ער האט זיך נישט באנוצט מיט זיי פארען בנין ביהמ"ק, וואס פאר דעם ציהל האט דוד זיי צוזאמען גענומען. איין טעם איז לשבח און דער אנדערע איז לגנאי.
דער טעם לשבח איז ווייל ער האט געזעהן ברוח קדשו דאס דער ביהמ"ק וועט חרוב ווערן. האט ער מורא געהאט טאמער וועט ער נוצען די גאלד וואס דוד המלך האט געשאפט, וועלן די גוים זאגען חלילה אז דאס איז א נקמה פון זייערע אפגעטער אין דוד'ן אויף דעם וואס ער האט געפלונדערט די גאלד פון זיי אין מלחמות. אויס מורא אז עס וועט ארויסקומען א חילול ה' און א דערהייבונג פאר די אפגעטער האט שלמה באשלאסען אינגאנצען נישט צו נוצען דעם גאלד.
דער אנדערע טעם איז ווייל בימי דוד איז געוועהן א הונגער וואס האט געצויגען דריי יאר. ביי יענעם הונגער, האט שלמה גע'טענה'ט, וואלט דוד געדארפט נוצען אט דעם גאלד צו קויפען עסן פאר יודען'ס וועגן. דער אמת'ע כבוד פונעם באשעפער איז נישט ווען מען איז מנדב שיינע כלים צום ביהמ"ק, נאר ווען מען מאכט זיכער אז עס פעלט גארנישט פון זיין פאלק.
גאין פסוק ווערט עס אנגערופען מיטען צו-נאמען ירח בּוּל. דאס מיינט דער חודש ווען די בלעטער און גראזען ווערן פארוועלקט (מלשון נוֹבֵל)ׂ, און מען געבט צו עסן פאר די בהמות עסן וואס געפונט זיך אינדערהיים, ווייל אין פעלד איז שוין נישט דא (מלשון וַיָבָל לחמורים - געגעבן צו עסן).
דאין פסוק ווערט עס אנגערופען ירח האיתנים - דער מאנאט פון די שטארקע. איין פשט איז ווייל דאן זאמעלט מען די פירות און מען ברענגט זיי אריין פון פעלד (אזויווי מיר זעהן אז סכות ווערט אנגערופען חג האסיף). די פירות ווערן אנגערופען 'שטארקקייט', ווייל אין זיי ווענדט זיך די לעבן פון א מענטש.
נאך א פשט טרעפען מיר אין חז"ל (ראש השנה י"א.) אז אין דעם חודש זענען געבוירען די אבות הקדושים וואס זיי זענען די שטארקקייט פון דער וועלט. דאס איז נישט לכל הדעות ווייל כידוע איז דא א דעה אז יצחק איז געבוירען אום פסח.


©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
אטעטשמענטס
מלכים 9.pdf
(228.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 165 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

צענטע קאפיטעל - חנוכת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ענדליך איז געקומען דעם גרויסען טאג, ביום שמחת לבו זה בנין בית המקדש. שלמה המלך האט געשיקט צוזאם רופען אלע יודען אום ח' תשרי. עס א געוועהן א גרויסען שמחה און מען האט איר געפייערט דורך שחט'ען אומצעליגע שאף און רינדער אלץ קרבנות.
אין יענעם טאג איז נישט געוועהן דער סדר המשמורותא ווי געווענליך נאר אלע כהנים און לויים האבען געדינט. די כהנים האבען גענומען דעם ארון פון וואו עס געשטאנען בעיר דוד און דאס אריינגעברענגט אינעם קודש הקדשים. די צוויי בדים האבען עטוואס ארויסגעשטעקט און זענען געוועהן קענטליך דארך דעם פרוכת.
אויך האט מען אריינגעשטעלט אינעם קודש הקדשים די צוויי כרובים און זיי האבען געשיצט מיט זייערע פליגעל אויף דעם ארון. דער פסוק זאגט אויפען ארון און די בדים ויהיו שם עד היום הזה – זיי זענען דארט ביזען היינטיגען טאגב.
ווען מען האט פראבירט אריינברענגען דעם ארון האבען זיך די טויערען פון ביהמ"ק פארקלאפט און באהאפטען איינע צום אנדערען, און מען האט נישט געקענט אריינגיין. האט שלמה המלך געזאגט כ"ד רננותג אבער עס האט נישט געהאלפען און די טויערען האבען זיך נישט געעפענט.
האט ער געבעטען שאו שערים ראשיכם והנשאו פתחי עולם ויבא מלך הכבוד – עפענטס אייערע טויערען און לאזטס אריין דער מלך הכבוד. ווען די מלאכי השרת האבען דאס געהערט האבען זיי געקלערט אז מיט די ווערטער 'מלך הכבוד' מיינט ער זיך אליין, זענען זיי געקומען צו פליהן און איהם געוואלט הרג'ענען. האט ער מפרש געוועהן מי הוא זה מלך הכבוד ה' עזוז וגיבור ה' גבור מלחמה – מלך הכבוד מיינט מען דער הייליגע בוראד. די מלאכים האבען איהם אפגעלאזט אבער די טויערען זענען נאכאלץ געבליבען פארמאכט.
האט ער געבעטען ה' אלוקים אל תשב פני משיחך זָכְרָה לחסדי דוד עבדך – לאז נישט דיין געזאלבטע (שלמה המלך) זיך אוועקדרייען בבושת פנים און געדענק די מעשים טובים פון דיין קנעכט דוד. ערשט דאן האבען זיך די טויערען געעפענט און די כהנים האבען געקענט ארייננעמען דעם ארון לפני ולפנים. באותו שעה זענען פארשווארצט געווארען כשולי הקדירה די פנימ'ער פון אלע שונאים פון דוד המלך ווען זיי האבען געזעהן ווי דער אויבעשטער האט פארגעבן דוד'ן אויפען מעשה (הדומה לחטא) פון בת שבע.
די לויים האבען אפגעווארט די כהנים אינדרויסען אויף מזרח זייט פונעם מזבח, געקליידעט אין לייוואנט, און אויסגערישט מיט קלאפער-געצייג, פידלען, טרומפייטער און אנדערע אינסטרומענטען. דעם כאר האבען אנגעפירט אָסָף, הֵימָן און יְדֻתוּן, און באלד ווי די כהנים זענען ארויס פונעם קודש הקדשים האבען זיי זיך גענומען שפילען און זינגען שירות ותשבחות.
דעם גאנצען מוזיקאלישען כאר איז געוועהן אויסגערעכענט און געלערנט זיי זאלען אלע שפילען צוזאמען, אזוי אז עס האט זיך געהערט ווי איין הילכיגען קול.
דאן איז אראפ געקומען א וואלקען פון הימעל און אנגעפולט דעם גאנצען צימער. ווען שלמה המלך האט דאס געזעהן האט ער זיך אנגערופען, "ה' אמר לִשְׁכֹּן בָּעֲרָפֶלה – כביכול האט דאך געזאגט אז ער וועט רוהן אין א נעפל, אצינד זעה איך אז די שכינה רוהט טאקע אין דעם הויז. און איך זעה אז עס האט זיך געלוינט דעם גאנצען ארבעט פון די אלע יארען צו בויען א הויז פארן בורא ב"ה."
שלמה האט זיך אויסגעדרייט צום ריזען שטייענדיגען ציבור יודען און זיי געבענשטו. דערנאך האט ער געזאגט, "ברוך ה‘ אלוקי ישראל דאס ער האט מקיים געוועהן זיינע פאלגענדע רייד וואס ער האט גערעדט צו מיין טאטע דוד: 'פונעם טאג ווען איך האב ארויסגענומען די יודען פון מצרים האב איך נישט אויסדערוועלט נישט אין א מענטש צו זיין קעניג איבער די יודען, אויך נישט קיין שטאט אין וועלכע צו רוהן. אצינד האב איך בוחר אין דוד אלץ קעניג און אין ירושלים אלץ מיין וואוין-ארט.'
"און מיין פאטער דוד," איז שלמה ממשיך, "האט טאקע געוואלט בויען דעם ביהמ"ק פארן אויבעשטער, נאר דער באשעפער האט איהם נישט געלאזט. ער האט אבער אנגעזאגט מיין טאטע אז זיין זוהן וועט יא האבען די זכיה צו בויען דעם הייליג הויז.
"יעצט האט דער רבש"ע טאקע אויסגעפירט זיין הבטחה, ווען ער האט מיר געזעצט אויף מיין טאטע'ס בענקל און מיר געלאזט בויען דעם ביהמ"ק לכבוד זיין ליבע נאמען. און איך האב טאקע דארט אריינגעשטעלט דעם ארון מיטען לוחות וואס זיי זענען דעם בונד וועלכע כביכול האט געשניטען מיטען כלל ישראל."
דאן איז שלמה ארויף אויפען ספעציעלן קופערנעם פלאטפורמע וועלכע ער האט געהאט צוגעגרייט פארן מזבח – פינעף אמות די לענג און די ברייט אויף א הייעך פון דריי אמות – זיך געשטעלט אויף די קניהן, אויסגעשפרייט זיינע הענט צום הימעל און געבעטען:
ה' אלוקי ישראל אין כמוך אלוקים בשמים ובארץ. דו האסט אויסגעפירט דיין הבטחה צו מיין טאטע דוד אינעם היינטיגען טאג. אצינד בעט איך דיר אויף ווייטער דו זאלסט ממשיך זיין צו געבן דיינע גענאדע פאר מיר און מיינע קינדער וועלכע וועלן גיין אין דיינע וועגן, און די מלוכה זאל זיך נישט אפטוהן פון אונז.
דו זאלסט זיך קערן צו די תפילה פון דיין קנעכט און צו זיין געבעט, כביכול אויסצוהערען דעם לויב און דעם געשריי (לשמוע אל הרנה ואל התפלה) וואס איך בעט מיר ביי דיר.
דיינע אפענע אויגען זאלען שטענדיג זיין געוואנדען צו דעם הויז, אויסצוהערן די תפילות וואס וועלן דא געדאווענט ווערן צו דיר, ווען א יוד וועט זיך איינרייסען ביי דיר זאלסטו איהם אויסהערן און פארגעבן.
טאמער א מענטש וועט זינדיגען צו זיין פריינד און ער וועט אהער קומען דא מאכען א שבועה זאלסטו איהם ריכטיג משפט'ן פון הימעל און באווייזען ווער עס איז דער גערעכטערז.
אויב חלילה וועט דיין פאלק געשלאגען ווערן דארך א פיינט - וואס דאס קומט צוליב דעם וואס זיי האבען געזינדיגט. וועלן זיי זיך אומקערן צו דיר, לויבען דיין נאמעןח און זיך איינבעטען ביי דיר אין דעם הויז. בעט איך דיר ואתה תשמע מן השמים און דו זאלסט זיי פארגעבן. אויך די וועלכע זענען שוין געפאנגען געווארען זאלסטו צוריקברענגען אהער קיין ארץ ישראל.
ווען עס וועט ח"ו זיין אן עצירות גשמים צוליב די עבירות פון כלל ישראל, און די יודען וועלן אהער קומען און זיך מתחנן זיין צו דיר וכו', זאלסטו זיי אנעמען און אנווייזען דעם ריכטיגען וועג.
אויב זייערע זינד וועלן ליידער גורם זיין עס זאל קומען א הונגער - דורך היישערעק אדער שטארקע ווינטען אדער ווייל פיינט וועלן באלאגערען; אויף יעדע נגע ומחלה; אויף יעדע תפלה און תחנה וואס א מענטש וועט זיך דא בעטען און אויסשפרייטען זיינע הענט צו דיר, בעט איך דיר, רבש"ע, נעם אהן די בקשות און זיי מכפר, ווייל דו ווייסט דאך וואספארא שווערען יצה"ר מיר האבען.
אפילו ווען א גוי וועט אהער קומען פון א ווייטען לאנד, און ער וועט זיך שטעלען בעטען צו דיר דו זאלסט באווייזען דיין גרויסען נאמען, דיין שטארקען האנט און אויסגעשטרעקטען ארעם, זאלסטו איהם נאכגעבן אלעס וואס ער בעט. אזוי וועלן אלע פעלקער פון דיר מורא האבען.
אויך ווען דיין פאלק ישראל וועלן זיין מחוץ לעיר אין א קאמף מיטען שונא, און זיי וועלן זיך אויסדרייען צום שטאט דאווענעןט, זאלסטו זיי העלפען בייקומען דעם שונא.
און אפילו ווען זיי וועלן שוין זיין פארטריבען אין גלות וועגן זייערע שלעכטע מעשים און זיי וועלן זיך אומקערן צו דיר בתשובה שלימה, און זיי וועלן זיך אויסדרייען צו דאווענען מיטען פנים קיין ירושלים, וועלן זייערע תפילות ארויפגיין דורך דעם הייליגען לאנד. בעט איך דיר זאלסט זיי אננעמען און צוריקקערן קיין ארץ ישראל.
ועתה קומה ה' אלוקים לְנוּחֶךָ, כביכול זאלסט קומען אויף דיין ענדגילטיגע רוה-ארטי, דיינע כהנים זאלען זיך אנטוהן א ישועה דורך דעם וואס דו וועסט אננעמען די קרבנות און זיך באהעפטען אין זיי. אויך דיינע ערליכע יודען וועלן זיך פרייען מיט אלע גוטס וואס דו וועסט זיי שענקעןיא.
אצינד בעט איך דיר קער נישט אום דעם פנים פון מיר, דיין געזאלבטען, און געדענק די חסדים פון דיין קנעכט דודיב.
ווען שלמה האט געפארטיגט דאווענען - אויף זיינע קניהן מיט די הענט אויסגעשפרייט צום הימעל - איז אראפ א פייער פון הימעל אויפען מזבח און פארברענט די קרבנות וועלכע זענען דארט געוועהן. אויך די היכל איז פול געווארען מיט א געדעכטען וואלקען (וואס האט געוויזען אויפען כבוד ה' און די הייליגע שכינה), אזש אז די כהנים האבען נישט געקענט אריין אינעם היכל טוהן די עבודה.
דאן האט זיך שלמה אויסגעדרייט צום כלל ישראל און זיי געבענשטד מיט א הויעך קול, "ברוך ה' אשר נתן מנוחה לעמו ישראל. געלויבט איז דער באשעפער וואס האט מקיים געוועהן אלעס וואס ער האט צוגעזאגט פאר משה רבינו (דברים י"ב י') והניח לכם מכל אויביכם סביב וישבתם בטח – ער וועט ענק געבן מנוחה פון אלע אייערע פיינט און איר וועט קענען זיצען רואיג און זיכער אין ארץ ישראל.
"יעצט בעט איך יהי ה' אלוקינו עמנו כאשר היה עם אבותינו וגו', להטות לבבנו אליו וגו' ויהיו דברי אלה אשר התחנתי וגו' למען דעת כל עמי הארץ כי ה' הוא האלוקים אין עודיג.
"און ענקער הארץ זאל שטענדיג זיין גאנץ מיטען באשעפער, צו גיין אין זיינע וועגען און טוהן זיינע מצוות מיטען זעלבען ערליכקייט ווי איר האלט היינט – אזוי וועט מיין תפלה פועל'ן."
אין יענע טאג האט שלמה המלך מקריב געוועהן צוויי-און-צוואנציג טויזענט רינדער מיט הונדערט-און-צוואנציג טויזענט שאף פאר קרבנות שלמים, אין צוגאב פון פיהל עולות און מנחות. עס זענען געוועהן אזויפיהל קרבנות אז דער מזבח האט זיי נישט דערהאלטען און שלמה המלך האט מקדש געוועהן די פאדלאגע פונעם עזרה און אויף איר מקריב געוועהן די אלע קרבנותיד.
די יודען האבען געפייערט א יום טוב איבער גאנץ ארץ ישראל, פון וואו מען קומט קיין חֲמָת (צפון א"י) ביז צום טייך פון מצרים (דרום א"י). דער יום טוב האט זיך געצויגען פאר זיבען טאג, פון ח' תשרי ביז י"ד. דערנאך האבען זיי געהאלטען נאך זיבען טאג יו"ט, דעם חג הסכות.
ענדליך אינעם אכטען טאג - שמיני עצרת - האבען די יודען זיך געזעגנט פון שלמה'ן און באקומען רשות אהיים צוגיין. אויף צומארגענס, אום אסרו חג, נאכען בענטשען דעם קעניג, איז יעדער אהיים צו זיין וואוין, פרייליך און גוטמוטיג אויף די גרויסע חסדים וואס דער אויבעשטער האט באוויזען פאר דוד המלךטו און פאר די יודען.
חז“ל לייגען צו צוויי ענינים וואס האבען אריינגעברענגט די יודען אין אזא גוטע שטימונג:
• ווען כלל ישראל האט געפייערט א יו"ט פון זיבען טאג, אנהויבענדיג אום ח' תשרי, איז אויסגעקומען דאס זיי האבען געגעסן אויף יום כיפור. ווען די יודען האבען זיך געכאפט וואס זיי האבען געטוהן האבען זיי שטארק מורא געהאט אז זיי זענען חלילה פארווארפען געווארען פון ביידע וועלטען, ווי דער דין איז ביי איינער וואס עסט אין יו"כ אז ער איז חייב כרת. איז ארויס א בת קול פון הימעל און געזאגט, "כלכם מזומנין לחיי העולם הבא – עטס זענטס אלע אנגעגרייט אנצוקומען אין עולם הבאטז."
• ווען זיי זענען אהיימגעקומען האבען זיי געזעהן אז אלעס איז דארט ווי עס דארף צו זיין, און יענעם יאר האבען אלע זוכה געוועהן עס זאל געבוירען ווערן ביי זיי א בן זכר.


אסיי די כהנים און סיי די לויים זענען געוועהן איינגעטיילט אויף פיהר-און-צוואנציג משמורות. יעדער משמר האט געדינט אין ביהמ"ק במשך א גאנצע וואך און שבת האבען זיי זיך געביטען. אויף יו"ט האבען אלע משמורות געדינט אייניג (ביי די קרבנות פונעם יו"ט), אזוי אז יעדער משמר האט געדינט בערך צוויי מאל א יאר.
ביארען שפעטער האט יֹאשִׁיָהוּ המלך באהאלטען דעם ארון און די כרובים (אין צוגאב צו אנדערע חפצים) אין היילען און קעלערן אונטער דעם ביהמ"ק. דער פלאץ וואו דער ארון איז באהאלטען געווארען געפונט זיך גענוי אונטער דעם קודש הקדשים, אזוי אז דער ארון איז געבליבען אויפען זעלבען ארט, נאר אביסעל טיפער.
גאין זיין תפלה שפעטער אויף די קניהן האט ער דערמאנט 24 מאל רנה, תפלה און תחנה.
דדי שאלה און תשובה ווערן איבער גע'חזר'ט אין פסוק אזוי ווי דער שטייגער איז ביי א געזאנג, איבערצו'חזר'ן די ווערטער. מיר טרעפען מערערע מאל אין תהילים ווי דוד המלך חזר'ט איבער דער זעלבע זאך אין אן אנדערע לשון.
הדאס האט ער ארויסגענומען פונעם פסוק כי בענן אראה על הכפרת - אין א וואלקען וועל איך זיך געפונען אויפען כפורת.
ואין פסוק טרעפען מיר נישט וואספארא ברכה ער האט זיי געגעבן. עס זענען דא ראשונים וואס לערנען אז דאס איז די ברכה וואס ער האט זיי געבענטשט ווען ער האט געענדיגט דאווענען.
זחז"ל זאגען אז דאס גייט ארויף אויף א סוטה וואס איז געווארען נבדק אויף א וואונדערליכען און הימלישען אופן.
חווייל חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברכין על הטוב.
טווי די הלכה איז ביים דאווענען אז מען דארף זיך קערן קעגן ירושלים.
ינישט ווי ביז אהער וואס די שכינה האט כביכול זיך געצויגען פון איין משכן צום צווייטען, דהיינו פון גלגל קיין שילה קיין נוב און קיין גבעון. נאר דער מקום המקדש וועט שוין בלייבען געהייליגט אויף אייביג.
יאווען זיי וועלן קומען אינעם ביהמ"ק מתפלל זיין. נאך א פשט איז דא אז עס גייט ארויף אויף די לויים וועלכע וועלן באקומען מעשרות, אלץ שכר פארן זינגען על הדוכן און אפהיטען דעם ביהמ“ק.
יבמיר האבען געברענגט דעם פסוק ווען מיר האבען דערציילט ווי די כהנים האבען פראבירט אריינצונעמען דעם ארון אינעם קודש הקדשים, און די טויערען האבען זיך פארהאקט. למעשה שטייט דער פסוק ערשט דא. דער רלב"ג לערנט טאקע אז די תפילה פון שלמה האט פאסירט גלייכצייטיג מיט דעם מעשה פונעם ארון, און בשעת די כהנים האבען איר אריינגענומען האט שלמה געדאווענט.
יגמיר זאגען די פסוקים יעדן טאג ביים דאווענען פאר דעם שיר של יום.
ידאזוי פארטייטשט ר' יהודה (זבחים נ"ט.) דעם פסוק קִדַשׁ המלך את תוך החצר. אבער ר' יוסי טענה'ט אז עפ"י חשבון וואלט יא געדארפט זיין גענוג פלאץ פאר אלע קרבנות (עיי"ש), און ער ערקלערט פשט אין פסוק אז שלמה האט מקדש געוועהן דעם עזרה מיט דעם וואס ער האט געבויעט א נייעם מזבח פון שטיינער, אנשטאטס דער קופערנע מזבח שעשה משה.
טומיט דעם וואס דער באשעפער האט געוויזען אז זיין זינד איז פארגעבן געווארען, ווען די טויערען פון ביהמ"ק האבען זיך נאר געעפענט לכבודו.
טזמועד קטן (ט.), ועיי"ש ווי דער גמרא ברענגט א ק"ו צו פארענטפערן פארוואס זיי האבען דאס געמעגט טוהן. אויך טרעפען מיר אז ביים יו"ט פון חנוכת המקדש האט מען מקריב געוועהן קרבנות שלמים אום שב"ק, און אזוי איז אויך געוועהן ביי אלע חנוכות המקדש והמשכן.

©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
אטעטשמענטס
מלכים 10.pdf
(210.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 165 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

עלעפטע קאפיטעל - שלמה המלך'ס פאלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ווען שלמה האט געפארטיגט מיטען בנין ביהמ"ק האט ער זיך גענומען בויען זיין אייגענע פאלאץ. כאטש עס איז געוועהן פיהל קלענער ווי דער ביהמ"ק האט עס אבער געדויערט היבש לענגער צו בויען. דער ביהמ"ק האט מען געבויט במשך פון זיבען יאר און דער פאלאץ האט גענומען דרייצען יארא.
די זעלבע ארבייטער פון חירם וואס האבען געבויט דאס ביהמ"ק האט ער גענוצט פאר דעם פאלאץ, ווי אויך האבען זיי גענוצט די האלץ וואס חירם האט צוגעשטעלט.
ער האט זיך געלאזט בויען א פאלאץ ווי ער וועט קענען וויילען אין די הייסע זימער טעג, און זיך דארט אפקילען. דער פאלאץ ווערט אנגערופען בית יַעַר הַלְבָנוֹן - דער וואלד פון לבנוןב.
די פאלאץ איז געוועהן געמאכט פון שטייעדיגע, טענען-האלצערנע זוילען ארום און ארום ביי די ווענט. אויף זיי זענען געלעגען הילצערנע באלקאנען צו באהעפטען די שטייעדיגע זוילען. איבער דעם זענען געוועהן ברעטער פון טענען האלץ.
אויך די פאדלאגע איז געוועהן געמאכט פון טענען-האלץ. די ווענט זענען געוועהן פון גרויסע און שווערע שטיינער וועלכע רופען זיך גָזִיתג. די יסודות פונעם בנין זענען געוועהן פון גרעסערע שטיינער, פון אכט און צעהן אמות גרויס. עס האט פארמאגט פיהל אפענע פענסטער, ווייל עס האט געדארפט דינען אלץ זימער הויז.
דער פאלאץ איז געוועהן איינגעטיילט אין דרייד, און אין איין חלק איז געוועהן דער זאל ווי זיין שטול איז געלעגן, און דארט האט ער האט גע'משפט די יודען.
דערנעבן איז געוועהן א צווייטען הויז וואס האט געדינט אלץ אפרוה-צימער, ווען שלמה המלך איז געווארען אפגעמוטשעט פון משפט'ן און ער האט זיך געדארפט אביסעל דערמונטערן.
ער האט געבויט נאך א הויז פארן בת פרעה (זיין ווייב) אויסער דעם געביט פון עיר דוד (מצודת ציון). נעבן איר הויז איז געוועהן דער מִלוֹא. דאס איז געוועהן אן אפענע שטח אין עיר דוד, מיט א נידעריגע מויער. דוד המלך האט דאס ספעציעל געלאזט אום-פארבויעט כדי די עולי רגלים זאלען זיך דארט קענען פארזאמלען. יעצט איז שלמה געגאנגען און ער האט פארבויעט דעם מלוא מיט בנינים צו האלטען אלע באדינער פונעם בת פרעה.
ווען איר פאלאץ איז געוועהן פארטיג האט ער זי באלד ארויסגענומען פון עיר דוד און איר אריינגעזעצט אינעם אייגענעם פאלאץ. דאס האט ער געטוהן ווייל ער האט געהאלטען אז יעדער שטיינדעל אין עיר דוד איז געהייליגט געווארען ווען דער ארון איז דארט געוועהן און עס פאסט נישט אז די בת פרעה זאל דארטען וואוינען.

ווען עס איז פארטיג געווארען שלמה המלך‘ס פאלאץ האט זיך דער אויבעשטער נאכאמאלה באוויזען צו איהם בחלום הלילה און געזאגט:
איך האב אנגענומען דיין תפלה וואס דו האסט מיר געבעטען ביים חנוכת הבית פונעם ביהמ"ק. איך האב אויסגעוועלט אין דעם הייליגען הויז דארט צו רוהן מיין נאמען. און, אזויווי דו האסט געבעטען, ווען עס וועט חלילה קומען א טרוקעניש אדער א היישרעק אין ארץ ישראל, אדער איך וועל שיקען א מגיפה אין מיין פאלק, און זיי וועלן קומען צום ביהמ"ק זיך אויסבעטען וועל איך אננעמען זייערע תפילות.
מיינע אויגען וועלן זיין אפען און מיינע אויערען געשפיצט (כביכול) צו הערן די בקשות וואס וועלן פארגאסען ווערן אינעם הייליגען הויז. אויך וועט מיין שכינה דארט רוהן אזוי לאנג ווי עטס וועטס טוהן מיין ווילעןו.
און דיר, שלמה, זאג איך, טאמער וועסטו ווייטער גיין אין מיינע וועגן, וועל איך פעסטשטעלן דעם בונד וואס איך האב געשניטען מיט דיין טאטע דוד. איך וועל מקיים זיין וואס איך האב איהם געזאגט אז די מלוכה וועט נישט פארשניטען ווערן פון זיינע קינדער.
אבער געדענק גוט וואס איך ווארען דיר אהן: טאמער וועלן ענק זיך אוועקדרייען פון מיר און נישט האלטען מיינע באפעלען. אויב וועלן ענק ווידערשפעניגען אין מיינע געזעצן און זיך אפקערן צו פרעמדע אפגעטער. וועל איך ענק פארשניידען און פארווארפען פון דעם לאנד וואס איך האב אייך געשאנקען. די יודען וועלן זיין למשלז וְלִשְׁנִינָהח ביי אלע פעלקער.
און דעם בית המקדש וואס דו האסט פארהייליגט פאר מיר וועל איך אינגאנצען חרוב מאכען. כל זמן עטס פירטס ענק ערליך וועט דאס זיין די ארויפגעקוקסטע פלאץ אין די וועלט, אבער ווען ענק טוהן עבירות וועט דער ביהמ"ק ווערן אינגאנצען וויסט.
עס וועט הערשען אין ארץ ישראל און אויפען הייליגען הויז אזא וויסטעניש אז ווער עס וועט נאר דורכגיין וועט געבן א פייף פון גרויס ערשטוינונג און וואונדער, און פרעגן, "פארוואס האט דער באשעפער אזוינס געטוהן צו זיין הייליג לאנד און הויז?"
וועט מען איהם ענטפערן אויף דעם, "על אשר עזבו את ה' - ווייל זיי האבען פארלאזט דער באשעפער וואס האט אויסגעלייזט זייערע עלטערן פון מצרים און זיי האבען זיך אנגעכאפט אין עבודה זרה'ס. צוליב דעם איז געקומען אזא עונש."


אפון דא זעט מען שלמה‘ס ערליכקייט אז ביים ביהמ"ק האט ער זיך שטארק געפלייסט און איר געוואלט ענדיגען וואס פריער, אבער ביי זיין אייגענע פאלאץ האט ער זיך געפוילט.
בטייל מפרשים לערנען אז עס האט אזוי געהייסען ווייל עס איז געוועהן געמאכט מיט פיהל האלצערנע זוילען און אסאך אפענע פענסטער און טויערען, אזוי אז עס האט אויסגעזעהן ווי א וואלד. עס איז אבער נישט געוועהן געבויט אינעם וואלד לבנון נאר אין ירושלים. אנדערע לערנען אז איז טאקע געוועהן געבויט אינעם וואלד לבנון און פארדעם ווערט עס אזוי אנגערופען.
געיין במסכת בבא בתרא פרק השותפין (ב'.) צו וויסען פונטקליך די מאס און אויסזעהן פון אבני גזית.
דדי מפרשים קריגען זיך צי עס איז געוועהן צוטיילט אינעם לענג אדער אינעם ברייט.
בכלל זענען דא כמה וכמה מחלוקות אין די מפרשים פונטקליך וויאזוי דער פאלאץ האט אויסגעזעהן, און כמעט אויף יעדער ווארט אין פסוק זענען פארהאנען עטליכע פשטים. דערפאר האבען מיר נישט מאריך זיין צו שילדערען דעם פאלאץ.
הדער ערשטע מאל איז געוועהן אין גבעון ווען דער רבוש"ע האט איהם געגעבן די מתנה פון חכמה. אצינד איז געוועהן דער צווייטע מאל וואס דער אויבעשטער האט זיך באוויזען פאר איהם.
ואין פסוק שטייט והיה עֵינַי ולבי שם כל הימים. דרש'ענען חז"ל כל זמן וואס עס וועט דארט זיין 'לבי', דהיינו כביכול'ס הארץ און ווילען, וועלן אויך זיין דארט עיני, זיינע אויגען געוואנדען אהין.
זווען איינער וועט וועלן געבן א משל פון א צרה וועט ער זאגען, "אזויווי עס האט נעבעך פאסירט מיט די יודען."
חשנינה מיינט רעדן און פארציילען (אזוי ווי ושננתם לבניך). יעדער איינער וועט שמועסען איבער דעם ביטערען שיקזאל פון כלל ישראל


©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
אטעטשמענטס
מלכים 11.pdf
(103.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 157 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

צוועלעפטע קאפיטעל - מלך ביפיו
צוואנציג יאר האט געדויערט ביז ווען עס האט זיך געענדיגט דער בוי-ארבעט פונעם ביהמ"ק און פון שלמה המלך'ס פאלאץ (זיבען יאר דעם ביהמ"ק און דרייצען יאר דעם פאלאץ). דורכאויס די גאנצע צייט האבען די באדינער פון חירם מלך צור געטריי געארבעט פאר שלמה'ן, און איהם געברענגט טענען-האלץ פון לבנון. פון זיין זייט האט שלמה המלך ערליך באצאלט חירם'ן די ווייץ, שמן א.א.וו. וואס ער האט איהם צוגעזאגט.
אצינד אז עס איז פארטיג געווארען די ארבעט האט שלמה געוואלט צוגעבען א באונוס פאר חירם, און דערמיט אויך באפעסטיגען דעם בונד פון אהבה ואחוה וואס האט געהערשט צווישען זיי. האט ער איהם געשאנקען צוואנציג שטעט אין ארץ הגָלִיל (צפון ארץ ישראל). אלץ הכרת הטוב האט חירם צוריק געשאנקען פאר שלמה'ן צוואנציג שטעט אין זיין לאנד און שלמה האט דארט באזעצט יודעןא.
ווען חירם איז אבער געגאנגען זעהן די שטעט וואס שלמה האט איהם געגעבן זענען זיי איהם נישט געפאָלען. "מיין ברודער (בלשון חבה)," האט ער זיך אנגערופען אנטוישט, "וואספארא שטעט האסטו מיר דא געגעבן? זיי זענען אזוי שטארק מאראסטיג און בלאטיג, אז ווען מען שטייט דא זונקען די פיס איין אין די ערד."
חירם האט א נאמען געגעבן די שטעט ארץ כָּבוּל, וואס דאס איז מלשון געבונדען, דהיינו, די פיס ווערן געבונדען און קלעבן צום פלאץ וואו מען שטייט. מיט דעם אלעם האט ער נישט געבראכען זיין פריינדשאפט מיט שלמה. פארקערט, אויס מורא דאס שלמה זאל זיך נישט באליידיגען ווען ער זעט ווי חירם האט נישט גוט אויפגענומען זיין מתנה, האט ער איהם נאך צוגעגעבן הונדערט-און-צוואנציג ככר גאלד.

שלמה המלך האט איינגענומען די שטאט עֶצְיוֹן גָבֶר און זיין שכן אֵילוֹת וואס האבען געהערט פאר אדום. זיי זענען געוועהן דרום פון ארץ ישראל, נעבן דעם ים סוף.
אין עציון גבר האט ער זיך געלאזט בויען שטארקען שיפען וואס זאלען קענען פארען איבער גרויסע ימ'ען צו ווייטע ברעגן. צוזאמען מיט חירם'ס מענטשען - וועלכע זענען געוועהן מומחה שיפלער - זענען די קנעכט פון שלמה געפארען קיין אוֹפִיר זאמלען גאלדב.
דארט איז זיי געלונגען צו שאפען פיהר-הונדערט-און-פופציג ככר זהב. די אויסגאבעס פונעם וועג האבען באטראפען דרייסיג ככר גאלד, איז געבליבען פאר שלמה'ן פיהר-הונדערט-און-צוואנציג ככר.
אין יענעג יאר אליין האט שלמה אריינבאקומען זעקס-הונדערט-זעקס-און-זעכציג ככר זהב! דאס איז אויסער די אלע טייערע סחורות וואס ער פלעגט באקריגען פון די אלערליי סוחרים, יודישע און גוי'אישע, וועלכע זענען דורכגעפארען ארץ ישראל און האבען איהם געברענגט מתנות. ווי אויך פלעגען די אראבישע קעניגען און מיניסטארען איהם צוטיילען כל מיני טייערע געשאנקען.
איין מאל אין דריי יאר זענען זיינע שיפען געפארען קיין תַּרְשִׁישׁ (אפריקע) כדי צו שאפען ווערטפולע ארטיקלען. זיי פלעגען אהיימקומען אנגעלאדענט מיט עלעפאנט-ציין (ivory בלע“ז), מאלפעס און תֻכִּיִים (א סארט שיינע פויגעל).
זיי האבען אויך געברענגט פון אופיר עצי אַלְגוּמִיםד (א ספעציעלע שיינע און בויגזאמע האלץ). שלמה האט דאס גענוצט ווען ער האט געמאכט א וועג פון זיין שטוב ביזען ביהמ"קה. ער האט אויך געמאכט מיט דעם האלץ פידלען און אנדערע מוזיקאלישע אינסטרומענטען פאר זיינע שפילער.
שלמה האט איינגענומען חֲמַת צוֹבָה און איר געהעריג פארבויעט. אזוי אויך האט ער פארבויעט חָצֹר, מְגִדוֹ און גֶזֶר. ביים שטאט גזר האט ער געהאט אן עקסטערע ארבעט איר צו פארבויען ווייל זי איז געוועהן חרוב און פארברענט. מיט א צייט פריער האט פרעה מלך מצרים אייגענומען גזר פון די כנעניים. זיי האט ער גע'הרג'עט און דער שטאט האט ער פארברענט. אצינד האט ער דאס געשאנקען א מתנה פאר זיין טאכטער, די ווייב פון שלמה.
אויך האט שלמה באפעסטיגט די שטעט בַּעֲלָת און תַּדְמֹרו און זיי פארבויעט. בית חוֹרוֹן הָעֶלְיוֹן און בית חורון הַתַּחְתּוֹן האט ער שטארק באפעסטיגט און פארמויערט, ווייל זיי זענען געוועהן ביים גרעניץ און דארט פאדערט זיך א באזונדערע שמירה.
אויף צו בויען די אלע שטעט האט ער זיך באנוצט מיט די איבערגעבליבענע חִתִּים, אֱמוֹרִים, פְּרִזִים, חִוִים און יְבוּסִים, וואס די יודען האבען נישט געקענט פארטרייבען פון ארץ ישראל. יעצט האט שלמה גענומען זיין ארבעט-שטייער פון זיי, אז זיי זאלען בויען די שטעט פאר איהם.
פון די יודען האט ער נישט גענומען קיינער אויף צו ארבעטען נאר ער האט זיי אריינגעשטעלט אין זיין מיליטערז. אויך האבען יודען געדינט אלץ אויפזעהר פון די אלע ארבייטער, און אלץ פארוואלטער פון שלמה המלך'ס פאלאץ.
שלמה האט אויך געלאזט מאכען דריי-הונדערט צִנָהח, וואס יעדעס איינס האט געוואויגען זעקס-הונדערט גאלדענע דינרים. אויך דריי-הונדערט מָגִנִיםל, וואס יעדעס איינס האט געוואויגען דריי-הונדערט גאלדענע דינרים.
די פאנצערען זענען געוועהן געמאכט פון גאר א טייערען און בויגזאמען גאלד, און מען האט זיי געהאלטען אין דעם בית יער הלבנון. דאס רחבות און עשירות וואס איז געוועהן אין יענע צייטען איז אומשאצבאר.

שלמה המלך האט גע'שמ'ט אין די גאנצע וועלט מיט זיין חכמה און עשירות. פון אלע עקן וועלט פלעגן קומען קעניגען און מיניסטארען דאס צו זעהן פון דער נאנט. אויך פון גאר א ווייטע מדינה איז דער הערשער געקומען מיטהאלטען שלמה המלך'ס מלוכה, דאס געוועהן נישט קיין אנדערע ווי די מַלְכַּת שְׁבָא.


אאזוי איז אויסגעקומען אז שלמה האט נישט פארמינערט פון ארץ ישראל ווייל ער האט באקריגען אנדערע צוואנציג שטעט קעגן זיינע צוואנציג.
באין אופיר איז געוועהן גאר טייערע גאלד, ווי מיר טרעפען דעם אויסדרוק אין תהילים 'זְהַב אוֹפִיר'.
גרש"י אין מלכים רעכענט אויס וויאזוי מען איז צוגעקומען צו דעם סכום לויט די מתנות וואס שטיין אין פסוק. דער רלב"ג שרייבט אבער אז דעם סומע האט ער באקריגען יערליך פון שטייערען, מתנות און דורך פארען קיין אופיר.
דטייל מפרשים זאגען אז דאס איז א סארט האלץ וואס הייסט קורא"ל. אין חז"ל טרעפען מיר אבער אז דאס איז געוועהן א ספעציעלע האלץ וועלכע איז נאר געוועהן אין יענע צייט, פארן באנוץ פון שלמה המלך (פונקט ווי דער חיה תחש איז נאר געקומען ביים בנין המשכן).
הדער וועג איז געוועהן א כבש (ramp בלע"ז) וואס האט זיך געצויגען פונעם בית המלך ביזען בית ה'. עס איז געוועהן פארבויעט מיט א דאך און שינעס זיך אנצוהאלטען (rail בלע"ז). מיר טרעפען פארשידענע שיטות אין די מפרשים פונטקליך וועלכע חלק פון דער פארבויעטע וועג איז געוועהן פון אלגומים.
אנדערע מפרשים לערנען אז די אלגומים האט מען גאר גענוצט ביים ביהמ"ק זעלבסט, עס צו באפעסטיגען אדער באשיינען.
ואזוי ווערט די שטאט אנגערופען אין ספר מלכים. אין דברי הימים שטייט אבער געשריבער תמר און מען ליינט עס תדמור (קרי און כתיב). תמר איז מלשון פארבייטען ווייל די תדמוריים האבען זיך פארביטען פון צו זיין גוטע פריינט און מכירי טובה פאר שלמה המלך און די יודען, און זיי זענען געווארען שונאים. ביי ביידע חרבנות האבען זיי צוגעהאלפען פאר די פיינט חרוב מאכען די ביהמ"ק.
ווען מיר טרעפען ווי חז"ל דערמאנען דעם שטאט שטייט עס אלעמאל מיט די אותיות פארביטען - תרמוד. צוליב זייערע כפיית טובה און רשעות האבען אונזערע חכמים פארגעזאגט (יבמות י"ד.) עתידין ישראל דעבדי יומא טבא כי חריב תרמוד - ווען תרמוד וועט חרוב ווערן וועלן מיר פייערען א יו"ט. ענליך צו דעם זאגט רבי אין בראשית רבה (פרשה כ“ו) אשריו כל מי שרואה במפלתה של תרמוד - וואויל איז צו דער וואס זעט אינעם מפלה פון תרמוד.
חז"ל האבען אזוי ווייט פארהאסט די תרמודיים דאס זיי האבען באפוילען (יבמות ט"ז.) אין מקבלים גרים מן התרמודיים - אפילו אויב א תרמודי וויל זיך מגייר זיין נעמט מען איהם נישט אהן. עס זענען נאך דא פילע מאמרי חז"ל איבער דעם רשעות פון תדמור\תמר\תרמוד.
אין דברי הימים איז דער ווארט 'תמר' נאר א כתיב אבער מען ליינט עס תדמור. דאס איז ווייל עס איז נישט לכבודו פון שלמה המלך ארויסצושרייבען אז ער האט אויפגעבויעט און באפעסטיגט א שטאט וואס האט שפעטער אנגעטוהן אזעלכע צרות פאר יודען. דערפאר שטייט ער נאר ברמיזה.
זהגם עס האט דאן געהערשט א שלום, האט ער אבער געהאט עטליכע קליינע שלאכטען ווען ער האט איינגענומען חמת צובה, עציון גבר און אילות.
חצנה איז א פאנצער וואס נעמט ארום דעם מענטש פון דריי זייטען און מָגֵן איז א פאנצער וואס מען האלט פון פארענט.
אטעטשמענטס
מלכים 12.pdf
(142.93 KiB) געווארן דאונלאודעד 147 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דרייצענסטע קאפיטעל - מלכת שבאא
בווען שלמה המלך איז געזעסן על כסא מלכותו אין ירושלים האט ער גערופען אלע חיות, עופות, קריכעדיגס און שדים ורוחות, זיי זאלען קומען פאר איהם און מכבד זיין. זיי האבען איהם אלע געפאלגט און, כמעט אהן אויסנאם, האבען זיך באוויזען צו שלמה'ן. עס האט בלויז געפעלט איין פויגעל - דער זִיז שָׂדַי (תרנגול הבר – ווילדע האן).
ווען שלמה באפוילען האט מען זאל ברענגען דעם זיז שדי און איהם באשטראפען, האט זיך דער פויגעל פארענטפערט, "עס איז שוין דריי חדשים וואס איך האב נישט געגעסען אדער געטרונקען, נאר איך בין ארומגעפלויגען אין די וועלט זעהן צי עס איז נאך דא א מלוכה וואס איז נישט טעניג אונטער שלמה המלך.
"ענדליך בין איך אנגעקומען צו א ווייטע שטאט אינעם מזרח וועלט, מיטען נאמען קִיטוֹר (אינעם לאנד שבא). זייערע ערד איז טייערער פון גאלד, און זילבער ווארפט זיך אין די גאסען ווי מיסט. עס זענען דארט פארהאנען ביימער וואס זענען געפלאנצען נאך פון ששת ימי בראשית, און זיי טרונקען וואסער פון גן עדן.
"זיי האבען א ריזן באפעלקערונג און יעדער גייט אנגעטוהן מיט א גאלדענעם קרוין אויפען קאפ. זיי ווייסען נישט וויאזוי צו פירען מלחמות, אויך נישט וויאזוי צו שיסען מיט קיין פייל-און-בויגען. עס עקזיסטירט נישט ביי זיי קיין שקר. עס קעניגט אויף זיי א פרוי מיטען נאמען מלכת שבא.
"אויב ווילסטו," האט דער פויגעל ממשיך געוועהן, "ועל איך פליהן צום שטאט קיטור אינעם לאנד שבא. איך וועל בינדען זייערע הערען מיט קייטען און זיי ברענגען פאר דיר."
דער פארשלאג איז געפאלען פאר שלמה המלך און ער האט געהייסען די סופרי המלך שרייבען א בריעף צום מלכת שבא. מען האט דאס צוגעבונדען צום פליגעל פונעם זיז שדי, און פארשיקט קיין שבא. ער איז ארויפגעפלויגען אין הימעל, צווישען אלע אנדערע פייגל, און זיי האבען איהם באגלייט קיין שבא.

איין צופרי איז די מלכת שבא ארויס, ווי איר שטייגער, זיך בוקען צום זון, ווען דער זון איז פלוצלינג פארטונקעלט געווארען (וויל די פייגעל האבען עס פארשטעלט). זי האט נישט געוואוסט פון וואס דאס קומט, און פאר גרויס שרעק און עגמת נפש האט זי אנגעכאפט אירע קליידער און זיי צוריסען. ווילאנג זי איז דארט געשטאנען אלארמירט און דערשראקען האט זיך דער זיז שדי אראפגענידערט צו איר און דערלאנגט דעם בריעף.
זי האט עס געעפענט און גענומען ליינען, "פון דער קעניג שלמה, פרידען צו דיר און פרידען צו דיינע מיניסטארען. וויסען זאלסטו אז דער באשעפער האט מיר געקעניגט איבער דעם גאנצען וועלט; מיין מלוכה ציט זיך אויך איבער די חיות, פייגעל און די שדים; פון אלע פיהר זייטען פון דער וועלט קומען די קעניגען מיר באגריסען.
"אצינד, טאמער ווילסטו קומען מיר באגריסען און זיך פרעגן נאך מיין פרידען, וועל איך דיר געבן גרויס כבוד, נאך מער פון אלע קעניגען וועלכע זיצען ביי מיר. אבער אויב נישט, וועל איך שיקען מיינע הערן, רייטער און סאלדאטען מלחמה האלטען מיט דיר.
"טאמער ווילסטו וויסען ווער זיי זענען: די הערן זענען די חיות פון פעלד. די רייטער זענען די פייגעל פון הימעל און די סאלדאטען זענען די שדים ורוחות. די שדים וועלן ענק דערשטיקען אין בעט, די חיות וועלן ענק מארדען אין פעלד און די פייגעל וועלן אויפעסן ענקער פלייש."
ווי נאר די מלכת שבא האט געליינט דעם בריעף איז איר באפאלען א פחד און זי האט נאכאמאל צוריסען אירע קליידער. זי האט צוזאמען גערופען אלע אירע עלטסטע און ראטגעבער, זיי איבער געזאגט וואס עס איז געשטאנען אינעם בריעף, און געפרעגט וואס צו טוהן.
זיי האבען אלע געענטפערט, "מיר האבען נישט קיין אהנונג ווער עס איז שלמה המלך, און מיר זענען נישט אינטרעסירט אין זיין מלוכה. אלזא, מאך זיך נישט וויסענדיג פון די גאנצע מעשה."

די מלכת שבא האט זיך אבער נישט צוגעהערט צו אירע יועצים וועלכע האבען איר אפגערעדט פון צו גיין באזוכען שלמה המלך, און זי האט זיך געגרייט אויף א לאנגע נסיעה. קודם האט זי אנגעפולט שיפען מיט עצי ברושים (א סארט טענען האלץ) און כל מיני טייערע פערל. אויך האט זי געשיקט זעקס טויזענט יונגען און מוידען, וועלכע זענען אלע געבוירען אין די זעלבע יאר, חודש, טאג, שעה און רגע, און האבען אלע געהאט די זעלבע הייעך.
זי האט מיטגעשיקט מיט זיי א בריעף צו שלמה'ן אין וועלכע עס איז געשטאנען: צו גיין פון לאנד קיטור ביז קיין ירושלים איז א וועג וואס נעמט זיבן יאר, אבער איך וועל עס פראבירען צו גיין אין בלויז דריי יאר. אצינד בעט איך דיר געב מיר נאך אויף אזוי לאנג און נעם מיר אהן מיט פריינדשאפט.
צום ענדע פון דריי יאר איז די מלכת שבא אנגעקומען קיין ירושלים. ווען שלמה המלך האט געהערט אז זי איז געקומען האט ער געשיקט בניהו בן יהוידע זי מקבל פנים זיין.
ווי נאר די מלכת שבא האט דערזעהן בניהו, וועמענ'ס פנים האט געלאכטען ווי די פרי-מארגען זון און ווי דער כוכב נוגה וועלכע לייכט צווישען די שטערנס, און זיין געשטאלט איז געוועהן ווי א רויז וואס וואקסט ביים וואסער (וואס וואקסט שיין און גרויס), איז זי אראפ געגאנגען פון איר רייטוואגען און זיך געבוקט צו איהם.
"פארוואס בוקסטו זיך צו מיר?" פרעגט ער איר פארוואונדערט.
"ביזטו דען נישט שלמה המלך?" האט זי צוריק געפרעגט.
"ניין," האט ער געענטפערט, "איך בין בלויז איינע פון די באדינער פון שלמה, קום מיט מיר און איך וועל דיר ברענגען פאר שלמה'ן."
ווען שלמה האט געהערט אז זי קומט שוין האט ער זיך אויפגעהויבען פון פלאץ און איז אריבער געגאנגען צו זיין גלאזערנע פאלאץ. ווי די מלכה איז אריינגעקומען צום פאלאץ האט זי געמיינט אז זי שפאצירט אויף וואסער, האט זי אויפגעהויבען אירע קליידער כדי זיי זאלען נישט נאס ווערן, און איז געקומען צו שלמה המלך, און ער האט אנגעהויבען שמועסען מיט איר.

זי האט אויספראבירט שלמה מיט פארשידענע חִידוֹת צו זעהן זיין חכמה, אבער זי האט איהם נישט געקענט באזיגען. פאלגענד איז איינס פון די רעטענישען מיט וועלכע זי האט איהם אויספראבירט:
זי האט געברענגט עטליכע פון אירע קליינע יונגעל און מיידעל באדינער, און האט זיי אלע אנגעטוהן אין די זעלבע סארט קליידער. דאן האט זי געבעטען שלמה ער זאל זי אנווייזען וועלכע פון זיי עס איז א יונגעל און וועלכע עס איז א מיידעל.
האט שלמה געהייסען זיינע באדינער זאלען געבן ניסלעך פאר די קינדער. זיי האבען געווארפען די ניסלעך אויף די פאדלאגע פארענט פון די קינדער און זיי געלאזט אויפהייבען. די יונגלעך האבען זיך אראפ געבויגען און אויפגעהויבען די ניס, אבער די מיידלעך, וועלכע האבען אן אינערליכע זין פון באשיידענהייט און צניעות, האבען זיך אוועקגעזעצט און אזוי אויפגעהויבען די ניס.
זי איז מורא'דיג נתפעל געווארען פון אלע חכמות וואס זי האט געזעהן. דער פסוק רעכענט אויס וואס זי האט אלץ געזעהן:
וּמַאֲכַל שֻׁׁלְחָנוֹג וּמוֹשַׁב עַבָדָיוד וּמַעֲמַד מְשָׁׁרְתָוה וּמַלְבֻּשֵׁיהֶםו וּמַשְׁקָיוז וְעֹלָתוֹ אֲשֶׁר יַעֲלֶה בֵּית ה'ח וְלֹא הָיָה בָה עוֹד רוּחַט.
זי האט אויסגעדרוקט אירע גרויס התפעלות אויף די חכמת שלמה און געזאגט, "עס איז אמת און וואר אלעס וואס איך האב געהערט וועגן דיר. ביז איך בין אהער געקומען האב איך נישט געקענט גלייבען וואס איך האב געהערטי. אצינד ווייס איך אבער אז דאס איז דער אמת - ווייל איך אליין האב אפילו נישט געהערט האלב פון וואס דו פארמאגסט.
"וואויל זענען דיינע מענטשען און וואויל איז פאר דיינע קנעכט אז זיי האבען דעם געלעגנהייט דיר שטענדיג צו באדינען און הערן דיין קלוגשאפט. געבענטשט זאל זיין דער באשעפער אז ער האט געשאנקען די יודען אזא קעניג ווי דיר.
"אודאי אויס דער גרויסע ליבשאפט וואס כביכול האט צום כלל ישראל האט ער זיי געגעבן אזא ערליכע מלך וואס זאל זיי קענען משפט'ן מיט גערעכטיגקייט און גענאדע."

די מלכה האט געשאנקען שלמה'ן הונדערט-און-צוואנציג ככר גאלד און טייערע שטיינער. אויך האט זי געגעבן אן איינזאמלונג פון פיין-שמעקעדיגע בשמים, וואס אזא גרויסע און טייערע פעקל בשמים איז נאך קיינמאל געזעהן געווארען דארט אין ארך ישראל.
שלמה המלך האט פארברענגט מיט איר און זי נאכגעגעבן אלעס וואס זי האט פארלאנגטיא. דערנאך האט זי זיך אוועקגעקערט און צוריק צו איר לאנדיב.


אאין מסכת בבא בתרא (ט"ו:) שטייט אמר ר' שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר מלכת שבא אשה היתה אינו אלא טועה מאי מלכת שבא מלכותא דשבא. פשטות איז טייטש אז ווער עס זאגט אז די מלכת שבא איז געוועהן א פרוי מאכט א טעות, נאר דער לשון מלכת מיינט דער קעניגרייך, דהיינו דער הערשער.
דער מהרש"א שרייבט אבער אז עס איז נישט מעגליך אזוי צו לערנען פשט ווייל מיר טרעפען דארכאויס די פסוקים ווי זי ווערט אנגערופען בלשון נקבה. ערקלערט די מהרש"א דאס ר' שמואל בר נחמני וויל באווארענען א מענטש זאל זיך נישט טועה זיין און מיינען אז זי איז געוועהן ווי יעדע אנדערע קעניגען אין דער וועלט, נעמליך בלויז די פרוי פונעם קעניג.
דאס איז פשט כל האומר מלכת שבא אשה היתה - דער וואס מיינט אז אירע גאנצע מעלה איז נישט מער ווי דעם אז זי איז געוועהן די ווייב פונעם מלך אינו אלא טועה. נאר וואס דען, זי איז אליין געוועהן די הערשער (מלכותא) פון שבא. אין אנדערע ווערטער די קעניגרייך פון שבא האט געהערט פאר א פרוי.
בדי גאנצע געשיכטע פון די השתלשלות הדברים וויאזוי די מלכת שבא איז אנגעקומען צו שלמה'ן שטייט נישט אין פסוק נאר עס ווערט געברענגט אין תרגום שני אויף מגילת אסתר. דארט שטיין נאך פיהל אנדערע גדולות פון שלמה המלך. לכאורה ליגען אין די מעשה טיפע סודות און עס איז נישט עפ"י פשטות.
גזי האט געזעהן ווי ער האט פארשידענע סארט מאכלים, געשמאקע עסנס און געשטאפטע קאטשקעס.
דזי האט געזעהן ווי יעדע באדינער האט זיך געהאט זיין אייגענע פלאץ ביים טיש, און קיינער האט נישט געטארט זיצען אויפען צווייטען'ס פלאץ עד סוף ימיו.
היעדער באדינער האט זיך געהאט זיין אויפגאבע וואס ער פלעגט טוהן טאג-טעגליך, און עס האט זיך נישט געענדערט פון טאג צו טאג.
ודי באדינער האבען געהאט עקסטערע מלבושים פאר ווען זיי האבען צוגעגרייט די עסנס און געטוהן אנדערע שטוב-ארבעט, און באזונדערע פאר ווען זיי זענען אריין צום קעניג.
זדער אויסוואל און רחבות ביי די געטראנקען. אויך האט זי געזעהן ביי די עסנס (מאכל שלחנו) און די געטראנקען ווי שלמה המלך האט נאר געגעסן געזונטע מאכלים וואס וועלן איהם האלטען בבריאות, און שטארקען זיין גוף לעבודת ה'.
חדער וועג וואס שלמה האט זיך געהאט געבויט צו קענען ארויף דארך איר צום ביהמ"ק. עולתו איז מִלָשׁוֹן ארויף גיין.
טאירע אייגענע חכמה און גייסט האט נישט געהאט קיין שום ווערט קעגן שלמה המלך'ס.
נאך א פשט איז דא אז עס איז געשריבען בדרך גוזמא, כאילו זי איז אזוי פארגאבט געווארען פון שלמה'ס קלוגשאפט אז זי האט נישט געקענט כאפען אירע אטעם.
יגעווענטליך איז דער שטייגער אז וואס ווייטער אוועק מען איז פון א מענטש דערציילט מען גרעסערע גוזמאות איבער איהם. למשל עס קען זיין גאר א גרויסע חכם וואס איבער ווייטע מדינות וועט מען איהם אויסלויבען מיט אלע מיני חכמות, און זאגען אויף איהם די גרעסטע לויב.
ווען מען קומט אבער צום מדינה וואו דער חכם געפונט זיך הערט מען שוין אז עס קען פאסירען ער זאל זיך אמאל טועה זיין. ווייטער דער חכם'ס שטוב-מענטשען, זיי ווייסען אז עס קען פאסירען מערערע מאל.
ביי שלמה המלך האט אבער די מלכת שבא געזעהן דאס פארקערטע - ווי נענטער זי איז געקומען האט זי אלץ געזעהן און געהערט גרעסערע חכמות און שבחים פון שלמה.
יאעס ווערט געברענגט פון אר"י הק' אז שלמה האט זי מגייר געוועהן און געוואוינט מיט איר. זי האט געהאט א קינד פון שלמה'ן און פון איהם איז ארויסגעקומען נבוכדנצר הרשע וואס האט חרוב געמאכט דעם בית ראשון.
יבדער לשון הפסוק (דה"י) איז ותהפוך ותלך אל ארצה, דהיינו זי האט זיך איבערגעקערט פון צו זיין א יוד און זי איז צוריק צו איר ע"ז דארט אין שבא.
אטעטשמענטס
מלכים 13.pdf
(179.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 161 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

פערצענסטע קאפיטעל - שלמה המלך'ס שטוהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אצינד אז שלמה האט געהאט אזויפיהל גאלד האט ער זיך געלאזט מאכען א מייסטערפולע שטוהל. דער שטוהל איז בארימט און באקאנט ווי עס איז געוועהן געבויט מיט אסאך חכמה. היות עס זענען פארהאנען פיהל דרשות חז"ל איבער דעם און כמה וכמה גירסאות, וועלן מיר אצינד בלויז שרייבען אן אלגעמיינעם שילדערונג פונעם שטוהל, און נישט אריינגיין אין אלע איינצעלהייטען.
דער שטוהל איז געוועהן געמאכט פון עלעפאנט-ציין און איז געווארען איבערגעדעקט מיט א טייערען און ריינעם סארט גאלד, וועלכע האט געגלאנצט ווי פערל שטיינער (זהב מוּפָז).
אנצוקומען צום שטוהל האט מען קודם געמוזט ארויפגיין אויף א גאלדענעם ראמפע (ramp), און דורך איר איז מען אנגעקומען צו די שטיגען. סך הכל זענען געוועהן זעקס שטיגען און זיי זענען אויך געוועהן באדעקט מיט גאלד. אויף יעדע טרעפ זענען געוועהן צוויי גאלדענע לייבען - איינס פון יעדע זייטא.
נאכען העכסטען שטיג איז געוועהן דער כסא. זי איז געוועהן ברייט און רונדיג, און נעבן איר זענען געוועהן נאך צוויי לייבען, איינס פון יעדע זייט. ביי די צוויי זייטען זענען געוועהן גאלדענע הענטלעך ווי דער קעניג קען אנלאנען זיינע הענט, און איבער זיין קאפ איז געוועהן א שיינעם רונדיגען דעק ווי א קרוין.
די חיות אויף די טרעפ זענען געוועהן אויסגערישט מיט מעכאנישע צאהן-רעדער, וואס האט זיי ערמעגליכט זיך צו רוקען. זיי האבען געדינט סיי אלץ הילף פאר שלמה המלך ארויפצוגיין און סיי אלץ באוועגונגס-שטעלער (immobiliser) נישט צו לאזען ארויפשטייגען דארט איינער וואס איז נישט געוועהן א קעניג פון די גאנצע וועלט. נאר געציילטע יחידים דורכאויס די היסטאריע האבען געהאט דעם זכיה דארט צו זיצען.
דער אופן וויאזוי די מעכאניזם פונעם שטוהל האט געארבעט איז געוועהן ווי פאלגענד: ווען שלמה המלך האט ארויף געטרויטען אויפען אונטערשטע טרעפ האט א גאלדענעם אקס איהם געהאלפען ווייטער ארויפשטייגען צום העכערען טרעפ, און אזוי ווייטער האבען אלערליי חיות און בהמות געהאלפען שטייגען העכער, ביז צום העכסטען טרעפ. ווען ער איז אנגעקומען גאנץ אויבן איז א גאלדענע אדלער געקומען צו פליהן מיט א גילדענעם קרוין, און דאס ארויפגעלייגט אויפען קעניג'ס קאפ.
אנדערש איז אבער געוועהן ווען עס איז ארויף אויפען בענקל א בעטריגער, איינער וואס האט נישט געוועלטיגט איבער די גאנצע וועלטב, האט א לייב געגעבן א שפרונג צו און געקאפעט און געבריקעט דעם אומגערופענעם גאסט. נישט איינער איז אזוי פארבליבען א קאליקע (cripple) פארן גאנצען לעבן.
דער כסא האט געהאט נאך אן אייגענשאפט – דער מעגליכקייט פון די גאלדענע חיות ועופות צו ברילען, ברימען און קוויטשען. דאס האט געדינט ביים אויספארשען עדים, טאמער האט שלמה פארדעכטיגט אז זיי זענען פאלשע עדים, האט ער אנגעדרייט די מערכה פונעם קוויטשערייען, און אויפאמאל האבען אלע חיות ועופות זיך גענומען שרייען, בילען, מעקען, טרילען א.א.וו. ווען די עדים האבען דערהערט די געשרייען האט זיך זיי געדאכט ווי אט אט ווערן זיי דא פארציקט און צוריסען אויף שטיקער, און זיי האבען זיך באלד מודה געווהן און צוריקגעצויגען פון זייערע בייזוויליגע פלענער.
דער שטוהל האט פארמאגט נאך פיהל ערליי קונצען און חכמות, אבער מיר וועלן זיך באגנוגען מיט אונזער באשרייבונג ביז אהער.

אאזוי איז משמע אין פסוק און אזוי לערנען אפ אלע מפרשים. אבער אין תרגום שני פון מגילת אסתר (וואס דארט שטייט באריכות די גאנצע אויסזעהן פונעם שטוהל), שטייט אז עס זענען געוועהן צוועלעף לייבען אויף יעדע טרעפ – א קיימא לן פון צוויי-און-זיבעציג גאלדענע לייבען! און דאס איז נאר אויף די טרעפ!
אויך שטייט דארט אז עס זענען געוועהן צוועלעף אדלער אויף יעדע טרעפ, און די אדלער זענען געשטאנען פונקט קעגן איבער די לייבען. אזוי אויך זענען געוועהן נאך צוויי אנדערע גאלדענע חיות אויף יעדע טרעפ.
בבדרך אגב, אחשורוש, בתחילת מלכותו, האט געקעניגט אויף די גאנצע וועלט. נאך ער האט אפגעשטעלט דעם בנין ביהמ"ק האבען כמעט האלב פון זיינע מדינות ווידערגעשפעניגט אין איהם, און פון דעמאלס אהן האט ער שוין נישט געקענט ארויפגיין אויפען שטוהל פון שלמה. דערפאר האט ער זיך געלאזט נאכמאכען דעם שטוהל ביי די יודישע מייסטער-ארבייטער אין שושן. ווען עס פארטיג געווארען נאך דריי יאר (כשבת המלך אחשורוש על כסא מלכותו אשר בשושן הבירה. בשנת שלש למלכו וגו‘) האט ער געפייערט זיין משתה.
אטעטשמענטס
14 כסא שלמה.pdf
(239.06 KiB) געווארן דאונלאודעד 175 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

פופצענסטע קאפיטעל - די נשים נכריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

פופצענסטע קאפיטעל - די נשים נכריות
דער פסוק דערציילט אונז ווי שלמה המלך האט חתונה געהאט מיט גוי'אישע פרויען (נאך זיי מגייר זיין) פון מואב, עמון, אדום, צדון און חֵתא, און אויך די בת פרעה איז געוועהן זיין פרוי (היא היתה חביבה מכולם).
פון אזעלכע פעלקער וואס דער אויבעשטער האט פארווערט פון אריינצוקומען אינעם כלל ישראלב האט ער גענומען פאר ווייבער. אלץ צוזאמען האט ער געהאט טויזענט פרויעןג – זיבען הונדערט זענען געוועהן רעגולארע פרויען (קעניגענס) און דריי הונדערט זענען געוועהן פילגשים (א פרוי אהן קיין חופה וקידושין). ווי די תוה"ק ווארענט אהן איז מקוים געווארען, און זיי האבען אפגעקערט זיין הארץ פונעם אויבעשטען.
שלמה המלך'ס פרויען האבען געדינט ע"ז און ער האט זיי נישט אפגעהאלטעןד. זיי האבען געדינט עַשְׁתֹּרֶת דער אפגאט פון די צִדוֹנִים, מֹלֶךְ\מִלְכֹּם דער אומווערדיגקייט פון די עַמוֹנִים און כְמוֹשׁ דער אומווערדיגקייט פון די מוֹאָבִים. פאר טייל פון די ע"ז האבען זיי אפילו געבויט במות אויפען הר הזיתים, און דארט געברענגט קרבנות. אזוי אויך האבען שלמה'ס ווייבער מקטיר געוועהן קטורת צו די אלערליי אפגעטערה.
כביכול האט שטארק געצערנט אויף שלמה המלך און ער האט געשיקט זיין נביא אֲחִיָה הַשִׁילוֹנִי איהם איבערגעבן די פאלגענדע רייד:
ווייל דו האסט דיך אזוי געפירט, וויסענדיגו אז דו ביסט עובר אויף מיינע מצוות, וועל איך אוועקרייסען פון דיר די מלוכה און דאס געבן פאר דיין קנעכט. נאר בזכות דיין טאטע דוד וועל איך דאס נישט טוהן בימיך, בלויז אין די צייטען פון דיין זוהן.
איך וועל אבער נישט צונעמען פון דיר די גאנצע מלוכה נאר איך וועל דיר איבערלאזען איין שבטז. דאס טוה איך צוליב מיין קנעכט דוד און צוליב דער שטאט ירושליםח, אין וועלכע איך האב אויסגעוועלט.
דאן האט דער אויבעשטער אנגערייצט אֲדַד\הֲדַד הָאֱדוֹמִי און רְזוֹן בן אֶלְיָדָע, זיי זאלען פירען מלחמות מיט שלמה און איהם אנטוהן צרות. די פסוקים פארציילען אביסעל איבער די היסטאריע פון די צוויי פיגורען:
דוד המלך האט געהאט געשיקט זיין גענעראל יואב ער זאל מלחמה האלטען מיט אדום און עמלק און זיי אפמעקן. יואב האט דארט געוויילט זעקס חדשים און ער האט אויסגע'הרג'עט אלע מאנספערזאנעןט פון עמלק.
דעמאלס איז דער יונגע עַמָלֵקִי פרינץ הדד\אדד אנטלאפען קיין מצרים, צוזאמען מיט עטליכע פון זיין טאטע'ס קנעכט. זיי זענען געגאנגען דורך מִדְיָן און אויפען וועג האבען זיי זיך אפגעשטעלט אין פָּארָן. פון דארט האבען זיי מיטגענומען נאך מענטשען, און אזוי זענען זיי אנגעקומען צו פרעה מלך מצרים (שלמה'ס שווער) מיט א גאנצע טראסק.
דער קליינע הדד איז געפאָלען געווארען פאר פרעה'ן און ער האט איהם פארהייראט מיט זיין שוועגערין, די שוועסטער פונעם מלכה תַחְפְּנֵיס. הדד האט געהאט א קינד מיטען נאמען גְנֻבַת, און ער איז אויפגעצויגען געווארען אינעם קעניגליכען פאלאץ.
יעצט אז הדד האט געהערט דאס סיי דוד און סיי יואב זענען שוין ביידע בעולם העליון איז ער געקומען פאר פרעה און געבעטען רשות אהיים צו פארען.
"נאך וואס טויג דיר דאס?" פרעגט איהם פרעה. "פעלט דיר דען עפעס דא ביי מיר אין פאלאץ?"
אין אמת'ן האט הדד גוט געלעבט אינעם פאלאץ, אבער ער האט געהאט אזא שטארקע שנאה צו די יודען אז ער האט געקענט באשטיין אלעס אפלאזען, און ער'ט זיך גע'עקשנ'ט אז ער וויל אהיים פארעןי. פרעה האט איהם געגעבן רשות און ער איז צוריק קיין אדום. דארט האט ער געקליבען מענטשען צו גיין אין קאמף מיט שלמהט.
אויך דער צווייטע פארשוין, רזון בן אלידע, איז געוועהן אן אלטע שונא פאר דוד ושלמה. ווען דוד האט מלחמה געהאלטען מיט הֲדַדְעֶזֶר מלך צוֹבָה און איהם דער'פטר'ט, איז רזון דאן געוועהן א הויפט פון א בריגאדע.
דעמאלס האט ער איינגעזאמעלט א באנדע גוים, און איז געגאנגען קיין דַמֶשֶׂק, וואו מען האט איהם געקרוינט אלץ מלך. אצינד, סוף ימיו פון שלמה המלך, האט רזון זיך באהאפטען מיט הדד, און צוזאמען פלעגען זיי אנגרייפען די יודען, און פון ווען זיי האבען אנגעפאנגען מיט זייערע אטאקעס האבען זיי שוין נישט אויפגעהערט כל ימי שלמה.

אחז"ל ערקלערן דאס ער האט זיי געוואלט אריינברענגען תחת כנפי השכינה. אויך אין די ספה"ק טרעפען מיר אז ער האט פראבירט מכניע זיין די קליפות פון יעדע פאלק.
בצום ביישפיל עמון ומואב. הגם די הלכה איז עמוני ולא עמונית, און די פרויען זענען געוועהן מותר לבוא בקהל. דאך, פון דעם וואס דער אויבעשטער האט זיי אויסגעשלאסען פונעם כלל ישראל זעהן מיר אז דער גאנצע פאלק איז נישט באוויליגט פאר כביכול. אויך אויף דעם עצם גירות זענען דא שיטות אין חז"ל אז עס האט נישט געטויגט, ווייל זיי האבען זיך נאר מגייר געוועהן מחמת התפעלות פון שלמה, און נישט ווייל זיי האבען באמת געוואלט ווערן יודען.
גהגם די תורה זאגט לא ירבה לו נשים האט זיך שלמה געמאכט דעם חשבון אז ער מעג יא. ווייל דער גאנצע טעם איז דאך נאר כדי די פרויען זאלען נישט אפקערן זיין הארץ פונעם רבש"ע, און ער מיט זיין חכמה, האט ער געקלערט, וועט בלייבען פרום אפילו מיט מערערע ווייבער.
דחז"ל דערציילען אז דער אות י' איז ארויף אין הימעל און געפרעגט כביכול צי ער האט געשריבען אן איבעריגע אות אינעם תורה. "ח"ו," האט כביכול געענטפערט.
"קוק אויף שלמה," האט דער אות י' ממשיך געוועהן, "דו האסט געשריבען לא ירבה לו נשים, און ער האט יא פארמערט."
האט כביכול געענטפערט, ‘"אלען פארלוירען גיין טויזענט אזעלכע ווי שלמה אבער קיין איין אות פון מיין תורה זאל נישט גיין לאיבוד."
למעשה האט ער טאקע נישט געקענט זיך שטארקען איבער זיינע ווייבער און זיי צווינגען צו זיין ערליך.
האין די פסוקים שטייט אז שלמה המלך אליין האט געדינט ע"ז און געבויט די במות, אבער רש"י אויפען ארט ברענגט די דברי חז"ל (שבת נ"ו:) וועלכע לערנען אונז דאס שלמה אליין האט חלילה נישט געדינט ע"ז, נאר ווייל ער האט געזעהן ווי זיינע פרויען דינען און ער האט זיי נישט געשטערט ווערט עס גערעכנט כאילו ער אליין איז באגאנגען דעם זינד. דאס גייט לויטען כלל אז ווער עס האט דער מעגליכקייט מוחה צו זיין בעוברי עבירה און ער איז נישט מוחה, ווערט עס גערעכנט אזוי ווי ער וואלט אליין חוטא געוועהן.
וווייל א מלך איז מחויב שטענדיג צו האבען א א ספר תורה מיט זיך (אויף זיין האנט), האט ער דארט געקענט זעהן וויאזוי זיך צו פירען.
זזיין אייגענע שבט – שבט יהודה. ביים מלך יהודה איז אויך פארבליבען שבט בנימין, נאר די פסוק רעכענט יהודה און בנימין פאר איינס ווייל ירושלים האט געהערט פאר זיי ביידע.
חטאמער עס וועט געוועלטיגען אין ירושלים אן אייניקעל פון שלמה המלך, וועט ער זיין מער זריז און געווארענט צו היטען דער ביהמ"ק און זיך ריכטיג אפגעבן דערמיט, ווייל זיין זיידע האט עס געבויט.
טדי גמרא (בבא בתרא כ"א.) פארציילט ווען יואב איז צוריקגעקומען האט איהם דוד פארגעהאלטען היתכן ער האט נאר גע'הרג'עט די זכרים. "וואס הייסט," האט זיך יואב פארטיידיגט, "עס שטייט דאך תמחה את זָכָר עמלק."
"וואס? ווער איז געוועהן דער רבי וואס האט דיר אזוי געלערנט דעם פסוק?"
דער גמרא איז דארט ממשיך אז ער האט געפרעגט ביים מלמד וויאזוי ער האט געלערנט מיט די קינדער, און ווען ער האט געזעהן אז דער מלמד האט נישט געטויגט האט ער איהם געוואלט הרג'ענען אלץ ארור עושה מלאכת ה' רמיה. עס זענען דא דארט עטליכע פשטים וגירסאות, ועיי"ש.
ידארט אין מצרים האט ער נישט געקענט פירען קיין מלחמות מיט שלמה'ן ווייל דער בת פרעה איז געוועהן שלמה'ס פרוי, דערפאר איז ער צוריק קיין אדום. פון הימעל האט מען איהם אפגעהאלטען און נישט געלאזט טשעפען מיט די יודען רוב ימי שלמה. הערשט סוף ימיו, אלץ עונש פאר שלמה, האט ער געקענט מלחמה האלטען מיט כלל ישראל.
אטעטשמענטס
15 נשים נכריות.pdf
(197.82 KiB) געווארן דאונלאודעד 160 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

זעכצענסטע קאפיטעל – ירבעם בן נבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

יָרָבְעָם בן נְבָט איז געוועהן אן אֶפְרָתִּי (פון שבט אפרים) פון דעם שטאט צְרֵדָה. זיין מוטער צְרוּעָה איז געוועהן אלמנה און זי האט געארבעט פאר שלמה המלך. ירבעם אליין איז געוועהן זייער א טויגליכע, און א שטארקע מאן. ווען שלמה האט דאס באמערקט האט ער איהם ממנה געוועהן אלץ שטייער באאמטער אויף שבט יוסף (אפרים ומנשה).
ירבעם איז געוועהן א תלמיד חכם מופלג און א גבור מושל ביצרו. די גמרא זאגט (סנהדרין ק"ב.) ווען ירבעם און אחיה השילוני זענען געוועהן צוזאמען (להלן) זענען אלע אנדערע ת"ח געוועהן גערעכענט קעגן זיי ווי גראזען פון פעלד. אויך שטייט דארט אין גמרא אז זיי האבען מחדש געוועהן אזעלכע וואזשענע חידושים וואס קיינער אין דער וועלט האט נאך אזעלעכס נישט געהערט.

ירבעם בן נבט האט געהאט דריי פרשות מיט שלמה המלך:
די ערשטע איז געוועהן ביים פארטיגען דעם ביהמ"ק. דורכאויס די גאנצע צייט ווען מען האט עס געבויט האט שלמה זיך אפגעהאלטען פון צו טרונקען וויין, אבער אין די נאכט ווען עס איז פארטיג געווארען האט ער געפייערט א גרויסען יו"ט לכבוד דער חנוכת הבית, און ביים סעודה האט ער געטרונקען וויין.
אין יענע נאכט האט ער אויך געפייערט זיין חתונה צום בת פרעהא. ווען ער האט זיך געלייגט שלאפען האט ער אוועקגעפאקט די שליסלען פונעם ביהמ"ק אונטער זיין קישען. דער בת פרעה האט דאן פארשפרייט איבער זיין קאפ א ליילעך געמאכט פון שווארצע שטאף באצירט מיט דיאמאנטען, וואס האט אויסגעזעהן ווי דער פינסטערע נאכט-הימעל מיט די שטערנס. איהר בייזוויליגע פלאן איז געוועהן דאס ווען שלמה דערוועקט זיך זאל ער מיינען אז עס איז נאך נאכט, און צוריק גיין שלאפען.
דעם נעקסטען אינדערפרי האבען די כהנים געווארט צו קענען אריינגיין אין ביהמ"ק מקריב זיין דער קרבן תמיד, אבער עס איז נישט געוועהן ווער עס זאל זיין גרייט צו אויפוועקן דעם קעניג. אזוי איז דער ביהמ"ק געבליבען אפגעשפארט ביז עטליכע שעה אין טאגב, ביז ירבעם בן נבט האט גענומען די מוט און האט איינגעזאמעלט טויזענט מענטשען פון זיין שבט. ער איז געקומען פאר די חכמי ישראל מיט א גערודער און א ליארעם און געהעצט קעגן שלמה'ן.
ענדליך, ווען שלמה המלך'ס מוטער האט איהם דערוועקט, איז איהם ירבעם באפאלען און גע'מוסר'ט ברבים אויף זיין טהאטג.

די צווייטע פרשה וואס ירבעם האט געהאט מיט שלמה המלך איז געוועהן ווען שלמה האט פארבויט דער מִלוא – אן עפענונג אינעם מויער פון ירושלים – און עס פארוואנדעלט אין א וואוין-ארט פאר די בת פרעה'ס משרתים. דאן האט ירבעם ווידער בארעדט שלמה'ן און איהם גרינגשעצט.
אויך דאס מאל האט ער פארגעהאלטען שלמה המלך אויף וואס ער האט געטוהן, און האט צו איהם גע'טענה'ט, "דיין טאטע דוד האט אפען געלאזט דער מלוא, עס זאל דינען אלץ פלאץ פאר די עולי רגלים זיך צוזאמען צו נעמען. גייסטו און דו פארבויסט עסד פארן בת פרעה?"

דער דריטע מאל איז געוועהן ווען ער האט זיך שוין אפענערהייט גע'חוצפה'ט צום מלך, און האט אויסגעטוהן זיין תפילין פארענט פון שלמה'ןה. דאס איז שוין סתם געוועהן א זלזול אינעם קעניג, אהן קיין שלייער פון קנאות,און דער קעניג האט היבש געצרענט אויף איהם – און מיט רעכט.

דער פאלגענדע געשיכטע וועט אונז געבן צו פארשטיין וואס האט געברענגט ירבעם'ן ער זאל אפענערהייט גרינגשעצן שלמה'ן:
איינמאל איז ירבעם געגאנגען אין פעלד אויפען וועג צו איינמאָנען די שטייערען פון זיין שבט, ווען עס האט איהם באגעגענט דער נביא ה' אחיה השילוני.
עס איז נישט געוועהן פערצופאל וואס אחיה האט איהם דארט באגעגענט, נאר ער האט איהם ספעציעל געזוכט צו טרעפען אויסערען שטאט, ווייט פון מענטשליכע אויגען. דאס איז ווייל ער האט געהאלטען אצינד ביים טוהן א געוואגטען שריט, בשליחות ה', און ער האט מורא געהאט פון שלמה המלך'ס ריאקציעו.
דער פסוק פארציילט אז ער איז געוועהן געקליידעט מיט א נייעם בגדז, און אחיה האט אנגעכאפט דעם קלייד און עס צוריסען אויף צוועלעף שטיקער. דערנאך האט זיך געוואנדען צו ירבעם און באפוילען, "נעם צעהן פון די שטיקער. ווייל אזוי האט געזאגט ה' אלקי ישראל:
איך רייס אוועק די מלוכה פון שלמה און איך גיב דיר צעהן שבטים. נאר דער איינעג שבט וועט בלייבען ביי שלמה'ן, צוליב מיין קנעכט דוד און צוליב דער שטאט ירושליםג.
ווייל ער האט מיר פארלאזט און האט זיך געבוקטח צו עשתורת דער אפגאט פון די צדונים, כמוש דער אפגאט פון מואב און מלכום דער אפגאט פון בני עמון, און ער איז נישט געגאנגען ווייטער אין מיינע וועגן צו טוהן וואס איז גלייך אין מיינע אויגען, ווי זיין טאטע דוד האט געטוהן.
בזכות זיין טאטע דוד וועל איך אבער נישט אוועקנעמען די מלוכה בחייו, נאר ווי לאנג ער לעבט וועט ער בלייבען א פולקאמע קעניג. אבער פון זיין זוהן וועל איך צונעמען צעהן שבטים און איך וועל זיי געבן צו דיר (ירבעם). איך וועל נאר שענקען איין שבט פאר שלמה המלך'ס זוהן, כדי עס זאל בלייבען א הערשאפט פארן מלכות בית דוד.
דיר וועל איך נעמען און דו וועסט קעניגען אויף וואס דיין הארץ באגערט, און דו וועסט זיין מלך ישראל. והיה, אז דו וועסט אננעמען מיינע מצוות, גיין אין מיינע וועגן, און היטען מיינע געזעצן, וועל איך זיין מיט דיר. איך וועל דיר בויען א מלוכה וואס וועט זיך ציהן פאר דיינע קינדער און אייניקלעך.
מיט דיין מלוכה וועל איך באשטראפען די קינדער פון דוד אַךְ לֹא כָל הַיָמִיםט."

ווען שלמה האט געהערט אז אחיה האט געקרוינט ירבעם אלץ מלך, און ער האט געזעהן ווי ירבעם חוצפה'ט זיך צו איהםה, האט ער איהם געוואלט הרג'ענען.
ווי נאר ירבעם האט דערווישט דאס שלמה וויל איהם הרג'ענען, האט ער זיך אויפגעהויבען און איז אנטלאפען קיין מצרים, צום קעניג שִׁישַׁקי. דער האט געשיצט ירבעם'ן, און ער האט זיך אויפגעהאלטען דארט ביזען הסתלקות פון שלמה המלך.


אהגם ער האט שוין חתונה געהאט מיט איר יארען פריער האט ער אבער נאר אפגעראכטען דעם סעודה דעמאלס.
באין יענעם טאג האט מען מקריב געוועהן דער קרבן תמיד אינעם פערטען שעה פון טאג - אנדערש ווי געווענליך ווען מען האט עס מקריב געוועהן אינעם ערשטען שעה.
אויף יענעם טאג האט דער רבש"ע געזאגט פאר ירמיה (ירמיה ל"ב ל"ג) כי על אפי ועל חמתי היתה לי העיר הזאת למן היום אשר בנו אותה – דער שטאט (ירושלים) האט מיר שוין כביכול דערצערנט פונעם טאג ווען זי איז געבויט געווארען.
גחז"ל לערנען אונז דאס ירבעם האט זוכה געוועהן צום קעניגרייך בזכות וואס ער האט גע'מוסר'ט שלמה און ער האט זיך נישט געשראקען, אבער ער איז באשטראפט געווארען צוליב דעם וואס ער האט עס געטוהן ברבים.
דנאך א פשט איז דא אז ירבעם האט גע'טענה'ט, "דיין טאטע האט געלאזט אפען דער מלוא ער זאל קענען גרינג אנטלויפען בשעת הסכנה. אבער דו שלמה, מיט דיין גרויסע גאוה, ביזטו אזוי זיכער דאס קיינער וועט נישט ווידערשפעניגען אין דיר אדער מלחמה האלטען, אז דו האסט נישט מורא געהאט עס צו פארבויען."
העס איז אסור אויסצוטוהן די תפילין (של ראש) פארענט פון א קעניג אדער פון איינעם'ס רבי, ווייל ווען מען נעמט אראפ די תפילין דעקט מען אויף דער קאפ, און עס איז נישט קיין דרך ארץ אזוי צו שטיין פאר אן אדם חשוב.
וכאטש ער איז געגאנגען אויספירען א שליחות פונעם אויבערשטער, איז אבער דער כלל דאס מען ברויך פראבירען ווי ווייט מעגליך זיך נישט פארלאזען אויף א נס. מיר טרעפען מערערע מאל ווי די שלוחי ה' האבען פראבירט צו טוהן וואס זיי האבען געדארפט אהנע צוקומען צו קיין נסים.
זאין חז"ל איז דא א מחלוקת צווישען רב מיט לוי ווער עס האט געטראגען דעם נייעם קלייד, אחיה צי ירבעם (אין פסוק שטייט 'והוא' מתכסה בשלמה חדשה). דער מדרש פירט אויס אמר ר' שמואל מסתבר כמאן דאמר של אחיה - עס לייגט זיך אויפען שכל צו זאגען אזויווי דער וואס לערנט אז אחיה האט געטראגען דעם קלייד, ווייל דער שטייגער פון צדיקים איז צו צורייסען די קליידער במחלוקת של בית דוד.
שוין דערמאנט אז נישט חלילה שלמה זעלבסט האט געדינט ע"ז, נאר ער האט נישט מוחה געוועהן אין זיינע פרויען וועלכע האבען געדינט.
חנישט אויף אייביג. ווען משיח וועט קומען וועט זיך די מלוכה אומקערן צו בית דוד. נאך א פשט איז דא אין חז"ל אז די גזירה איז נאר געוועהן אויף זעקס און דרייסיג יאר, קעגן די זעקס און דרייסיג יאר וואס שלמה האט געלעבט מיטען בת פרעה (פונעם פערטע יאר פון זיין פערציג יעריגען הערשאפט און ווייטער). למעשה איז די גזירה אבער פארלענגערט געווארען (כאשר יתבאר להלן בעזה"י), און די צוויי מלוכות האבען זיך געצויגען איבער צוויי הונדערט און פערציג יאר.
טעס זענען דא צוויי פשטים אין די מפרשים צי ירבעם האט קודם אנגעהויבען גרינגשעצן שלמה ברבים און דערנאך איז ער געווארען געקרוינט, און שלמה האט איהם געוואלט הרג'ענען ווייל ער איז געווארען געקרוינט, צי פארקערט, קודם איז ער געווארען געקרוינט און שפעטער ווען ער האט זיך גע'חוצפה'ט האט שלמה איהם געוואלט הרג'ענען.
ידער פאטער פון שלמה'ס ווייב איז שוין געשטארבען און שישק האט געקעניגט נאך איהם. ער איז נישט געוועהן קיין גוטע פריינד פאר שלמה.
אטעטשמענטס
16 ירבעם בן נבט.pdf
(247.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 182 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
איך בין א יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יוד »

יישר כח
אוועטאר
עמית
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: היסטאריע פון מלכי יהודה\ישראל - אין פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

שכח ארויסגעפרינט יעצט אלע פאר ט"ב
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”