סיטי איינוואונער: לאמיר שטופן די בילל וואס קען שפארן טויזנטער
די מכה פון פארקינג טיקעטס אין די סיטי אפעקטירט יעדן וואס האט א קאר און נישט קיין דרייוועי... זיי טיילן טיקעטס רעכטס און לינקס אן רחמנות.
אסאך אידן האבן אנגעזאמלט אסאך טיקעטס, און מחמת הלחץ זו הדחק, שטופט מען אפ צו באצאלן און ביז וואס ווי דערזעט מען זיך אז די חוב האט זיך געדאפלט און געטריפלט צולוב די פענעלטיס וואס די סיטי שטעלט ארויף מיט איר ברייטהארציגקייט.
לעצטנס האב איך באמערקט א שטיקל נייעס וואס האט געצויגן מיין אינטערעס, און איך האלט אז מען דארף עס שטארק שטופן אויף אונזערע קאונסעלמען / עסקנים זיי זאלן עס העלפן אויספירן מכח אל הפועל.
פאלגאנד איז די נייעס, ווי באריכטעט אויף קול מבשר:
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/105692
ניו יארק סיטי קאונסיל באטראכט געזעץ צו העלפן מענטשן מיט אסאך טראפיק טיקעט פענעלטיס
מוצ״ש קדושים פ״ד
דער ניו יארק סיטי קאונסילפרוי מענין פון מאנהעטן זאגט, אז זי האט פארגעשלאגן א ביל צו שאפן א דריי חדשים אמנעסטי פראגראם, אין וועלכע די סיטי פינאנץ דעפארטמענט וועט אראפנעמען אלע פענעלטיס פאר יעדן וואס באצאלט די געלט פון די אריגינעלע טיקעטס. קאונסילפרוי מענין זאגט אז דאס וועט ארויסהעלפן לאו אינקאם ניו יארקער וועלכע האבן פשוט געלאזט לויפן טיקעטס נישט קענענדיג באצאלן די טיקעטס אינאיינעם מיט די זייטיגע פענעלטיס.
אויב די געזעץ גייט דורך, קען עס שפארן אלפים ורבבות פאר היימישע יונגעלייט אין די שוין אזוי אויך אנעשטרענגטע פינאנציעלע מצב.
אזויווי איך בין נישט באקאנט וויאזוי מ'קלאפ אן אויף די הויעכע פענסטער, און וועם מ'דארף קאנטאקטן וכדו', בעט איך ווער עס קען זיך אויס זאל זיך אנרופן, ולמצוה גדולה יחשב.