Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג
געב א משל פון א כלי וואס מען קען נישט נוצן פאר גארנישט....יצחק אייזיקל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:32 amער האט עס געזאגט אויף א בעטי?ליבי ובשרי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:31 amמען רעדט דא פון א בעטי, ער האט אזוי געהאלטן למעשה.יצחק אייזיקל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:08 amמ'דארף אכטונג געבן ווען מ'ברענגט נאך א היתר וואס אנדערע קענען נאכדעם נוצן אומריכטיג. כ'האב עס נישט געהערט פון אים, אבער דעם היתר האב איך שוין געהערט. ער האט מסתמא געזאגט אז יעדע כלי וואס מ'קען 'נאר' נוצן ווען ס'איז אריינגעפלאגט, און אויב מ'פלאגט עס ארויס קען מען עס בכלל נישט נוצן פאר גארנישט, האט עס נישט קיין דין כלי נאר מחובר לקרקע ממילא דארף עס נישט קיין טבילה. למשל א פערקילעטאר קען מען נאכאלץ נוצן צו ברענגען צום טיש און גיסן וואסער פון דעם, למעשה רוב מאשינען קען מען אויך נוצן פאר עפעס ווען ס'איז ארויסגעפלאגט, חוץ ממש געציילטע כלים.ליבי ובשרי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:58 amאיך טובל די מאשינען אבער סאיז כדאי צו וויסן (לצירוף וכדו’) אז ר’ פישעלע האט געהאלטן אז יעדע כלי וואס מנוצט אריינגעפלאגט אין די וואנט ברויך מען נישט טובל’ען!
אגב, ס'איז נישט זיין חידוש, אנדערע האבן עס שוין געזאגט פאר אים, דאכט זיך אז ס'ווערט געברענגט פון רבי משה פיינשטיין, און רוב פוסקים האבן אנדערש געהאלטן.
א בעטי קראקער קען מען ברענגען צום טיש און יעדער זאל נעמען סלייסעס פון דעם. אויב ער האט עס נישט געזאגט אויף דעם אליין קען מען נישט מאכן קיין גז"ש
בחייו איז עס נאכנישט געווען גלייב איך, ער האט ב”ה גאר אסאך תלמידים און קיינמאל נישט געהערט די חילוק ביי א פעירקאלעטאר, יעדער ווייסט אז רוב פוסקים האבן למעשה נישט געהאלטן אזוי, אבער מען דארף נישט פארדרייען זיינע וווערטער...