מחניים - א אידישע קארט-שפיל?

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

פרעשבורגער
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2013 11:52 am

מחניים - א אידישע קארט-שפיל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעשבורגער »

טייערע פריינט! היינט ביי קידוש אין שול איז פארגעקומען דאס פאלגענדעס: אימיצער האט געוואלט טוישן מיט זיין חבר איין שטיקל חלה פאר אן אנדערען. מיט א שמייכל פרעגט ער ״מאכניום״, אזוי ווי צו פרעגן ״ווילסט טוישן?״

שפעטער האט אימיצער מסביר געווען אז ס‘איז דא א אידישע קארט-שפיל וואס הייסט ״מחניים״. יעדער שפילער מוז פארזאמעלן א געוויסען צאל קארטעלעך אין פארשידענע קאטעגאריעס. טאמער א צווייטער שפילער האט א קארטל וואס דו דארפסט האבן, און דו קענסט געבן יענעם א קארטל וואס ער דארף האבן, זאגסטו עם ״מחניים״. וועגן דעם שפיל איז מיר דערוויילע נישט געלונגען גארניט צו דערוויסן. כ‘וויל פרעגן צי אימיצער ווייסט ווגען דעם שפיל. ס‘איז בפירוש ניט דער זעלבער שפיל וואס מ‘היינט רופט אן מחניים. אדאנק פאראויס.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: מחניים - א אידישע קארט-שפיל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

די "מחניים" פאבלישינג, די ארויסגעבער פון די סעריע "דערציילונגען פון צדיקים", האט אויך א קארטל שפיל, אויף העברעאיש.
מסתמא נעמט זיך עס פון דעם.
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”