וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7124
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

יש הנאה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:43 am
יעקב פריינד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:32 am
שרייבסט: "ארויסגעכאפט דעם שטיקל פלייש און צוריק ארויסגעלאפן דורך דעם אפענעם הונטערשטן טיר"
  • פארשער האבן געוואלט ער זאל מרצונו הטוב אריינגיין אין זיין נייער היים
  • זענען זיי אויפגעקומען מיט א געדאנק אים אריינצושלעפּן - זיי האבן אריינגעלייגט פלייש אין א באקס
  • דערנאך האבן זיי פלאצירט דעם באקס אין זיין נייער היים
  • דערנאך האבן זיי געעפנט דעם הונטער טיר פון די בנין הארט נעבן זיין נייעם היים, און אינעם בנין האבן זיי געעפנט זיין שטייג
  • עס האט געארבעט, דער טיגער האט אנגעפאנגען נאכצוגיין דעם שמעק פון די שטיקל פלייש
  • און אזוי איז ער אריינגעשלעפ געווארן אין זיין נייער היים
  • אבער זינט ער איז נאכנישט געווען היימיש דארט איז ער גלייך נאכן ארויסנעמען דעם שטיקל פלייש צוריקגעלאפן צום בנין אין זיין ביז איצטיגער שטייג
נישט געזארגט טייערע ליינער ער וועט נאך ווערן [אויב ער איז נאכנישט] היימיש אין זיין נייער היים.
יוש כ'שעם מיך אז כ'האב געמאכט אזא טעות... געמיינט אז דו שרייבסט אז די צוויי זו באאמטע האבן געכאפט די שטיקל פלייש און ארויס פון די אונטערשטע טיר...

איבערגעליינט יעצט שטימט אלעס...

יישר כח!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

עס איז מיין שולד, איך האב נישט געזאלט אזוי מרמז זיין אז איך בין געווען לייוו אויפן סצענע
יש הנאה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 4:30 pm
און צו די פרייד פון איין ביישויער און צוויי זו באאמטע איז דער טיגער אריינגעקומען אינעם שטח,
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

וואס וואלטן זיי געטון אויב די לעידי וואס איז שוין לאנג מוחזק וואלט פארדעם געכאפט די פלייש?
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:02 pm
וואס וואלטן זיי געטון אויב די לעידי וואס איז שוין לאנג מוחזק וואלט פארדעם געכאפט די פלייש?
די נקיבה איז נישט דארט געווען בשעת מעשה. [צוויי שעה שפעטער האב איך געזען דארט איין טייגער זיך ארומדרייען זייער נערוועז עס האט מיר אויסגעקוקט ווי די נקיבה]
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אוודאי פונקט ווי ביי אונז ביים ערשטן מאל זיך טרעפן
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

א ארבייטער אין די גן החיות און ירושלים איז שווער פארוואונדעט געווארן ווען א קראקעדייל האט אים אטאקירט און געביסן בשעת ער האט דורך געפירט רוטינע ארבייט אינעם שטייג.

א זיכערהייט וועכטער אויפ'ן פלאץ האט דערשאסן דעם קראקעדיל און דער ארבייטער איז אפגעפירט געווארן צי הדסה עין כרם שפיטאל, זיין מצב ווערט באצייכנט אלס בינוני-קשה...
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

פריער אין חודש איז אפגעפינען געווארן א טויטע 'אָרפיש' ביי די ברעגעס פון קאליפארניע - ווען בלויז צוויי טאג דערנאך האט א ערדציטערניש - געמאסטן 4.4 אויפן ריכטער וואג - געוואקעלט לאס אנדזשעלעס…

אן אלטע לעגענדע אנגענומען ביי די אנגענומענע לויטעט אז דער ארפיש אנטפלעקט זיך ביים בארטן איידער א 'נאטורליכער קאטאסטראפע' קומט אן אין די געגענט ווי ער באווייזט זיך [וואס איז אגב אפגעפרעגט געווארן אין די לעצטערע יארן]

דער ארפיש וואוינט אין די טיפע אפגרונדן פון ים דארט ווי עס איז שא שטיל און די וואסער רוישט נישט און דארט שלענגלט ער ארום זיין שלענגליכער קערפער אן קיין שטער, אנדערש אבער אויב קומט ער אן צום אויבערפלאך פונעם וואסער וועט ער עווענטועל שטארבן זינט זיינע שוואכע מוסקלען (איינער האט דא גערעדט פון סלאָטס …?) זענען נישט אויסגעשטעלט צו איבערקומען די כוואליעס פון די רוישיגע וואסערן - און דאס פירט אונז צו די נייעס אז די וואסער שפייט אויס טויטע ארפישן

א טויטע ארפיש ביים ברעג איז א זעלטענהייט אין קאליפארניע אליינס איז דאס בלויז די צוואנציגסטער מאל זינט דעם יאר 1901 למספרם - דאסמאל איז עס געווען אין די געגענט פון סען דיעגא די רעדע איז דא פון א צוועלף פיסיגער דזשייענט ארפיש [short-crested oarfish] - דזשייענט ארפישן קענען זיין ריכטיגע ים-מאנסטערס זיי קענען גרייכן א לענג פון זעקס און דרייסיג פיס

דער ארפיש הייסט אויך 'doomsday fish' וואס באדייט דער לעצטער טאג פון די וועלטס עקזיסטענץ - אן אויסדריק צוליב איר לעגענדע אז עס קומט א קאטאסטראפע


פארשער ביי די העפטיגע ארבעט צו ארויסנעמען דעם טויטן ארפיש
פארשער ביי די העפטיגע ארבעט צו ארויסנעמען דעם טויטן ארפיש
doomsday-fish (1).jpg (119.58 KiB) געזען 1128 מאל
פארשער ביים מעסטן דעם ים מאנסטער
פארשער ביים מעסטן דעם ים מאנסטער
short-crested oarfish.jpg (142.22 KiB) געזען 1128 מאל
אוועטאר
שאול
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 06, 2024 10:36 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול »

שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”