שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

איך שרייב די שורות נאך זייענדיג אונטער די רושם פון שבת שלהבת פארגאנגענעם פרשת לך לך וואס איך האב זוכה געווען צו מיטהאלטן, מיינע געפילן שטורעמען נאך ר' בערל טויבער שליט"א האט מיר גענומען אויף א רייד! ס'האט זיך מיר געעפענט א וועלט צו וויסן פארוואס בין איך דא, וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר.
ס'איז בעצם נישט שייך צו מסביר זיין פאר איינעם וואס איז נישט דארט געווען וואס די שבת באדייט אלס, אבער אויפן שפיץ גאפל וועל איך עס פרובירן צו אראפשרייבן ואולי יהי' לתועלת פאר אנדערע אידן צו קומען אמאל צו אזא שבת און געוואויר ווערן וואס דאס מיינט א אידיש לעבן (וזאת למודעי איך בין נישט קיין אגענט פאר זיי איך שרייב פשוט אראפ מיינע געפילן, די שורות האב איך שוין בעצם געשריבן פאריגע וואך גלייך נאך דעם שבת, איך האב נאר נישט געהאט קיין צייט עס דא ארויפצולייגן) .
ס'איז שוין בעצם די צווייטע מאל וואס איך האלט דאס מיט די ערשטע מאל איז געווען נאך פסח תשפ"ב, אבער די שיעורים זענען מיר אריין אין די ביינער דאס מאל אסאך מער ווי פאריגע מאל.
אנגעהויבן מיט די ערשטע שיעור פרייטאג צונאכטס נאך מנחה (מ'האט געדאווענט בשעה 4:15 פארן פלג אזוי אז מען זאל קענען רואיג דאווענען מעריב שפעטער אפי' ס'איז נאכנישט נאכט). ר' בערל האט אריינגעפירט דעם שבת און ארויסגעברענגט וואס גייען מיר געוואויר ווערן דעם שבת, בקיצור נמרץ האט ער געפרעגט וואס איז מיין זכי' אז איך בין א איד וואס וואלט געווען שלעכט ווען איך בין ווען א גוי מיט וואס שטיי איך בעסער פון איהם?
נאכן סעודה איז פארגעקומען א שיעור ווי ער האט זייער שיין צונומען וואס דאס מיינט א אידיש לעבן וואס דאס מיינט לעבן איין מינוט אלס איד מיט שיינע משלים און געדאנקען פון די הייליגע ספרים ס'איז געווען עפעס WOW כ'האב נישט קיין ווערטער דערויף ווי גוט ער האט עס ארויסגעברענגט, און בעיקר וואס איז געווען מיט אברהם אבינו וואס די תורה זאגט אברהם הכיר את בוראו לכאו' האט ער דאך געהאט א זיידע נח א זיידע שם האט ער דען נישט געוואוסט אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט? האט ער עס זייער שיין פארברייטערט וואס ס'איז נוגע פאר אונז בימינו אלה.
ס'איז מיר זייער געפאלן די מעשה וואס ער האט פארציילט אז זיין טאטע ר' עזריאל ז"ל האט געזאגט אמאל אז ווען ער ווערט יעצט געוואויר אז ביי די מלחמה האט מען פארטוישט זיין מאמע און בעצם איז זי א גוי וואס דאס מיינט אז ער איז אויך א גוי לכל הדיעות און מ'וואלט געהאט דערויף כשר'ע עדות וואלט ער געלאפן צום בי"ד זיך בעטן טוטס מיר א טובה און זייטס מיר מגייר איך וויל נישט לעבן אפי' נאך איין מינוט ווי א גוי, האט ר' שמשון פינקוס ז"ל געזאגט דערויף ר' עזריאל איר זענט זייער גערעכט אבער איך וואלט נאך געמאכט איין סטאפ אויפן וועג צום בי"ד, איך וואלט געגאנגען קויפן א בהמה און מקריב געווען א קרבן אויף א במה וואס דאס איז א זאך וואס א גוי מעג טוהן מקריב זיין א קרבן פארן אויבערשטען אויף א במה משא"כ א איד טאר נישט, האט ר' עזריאל געזאגט ר' שמשון ניין איך וואלט דאס נישט געטוהן דו ווייסט וואס דאס מיינט איין מינוט פריער זיין א איד איך דארף נישט דעם גאנצן קרבן אויב איך קען זיין א איד פאר נאך איין מינוט לענגער, זאגט אים ר' שמשון יא ר' עזריאל איר זענט זייער גערעכט נאר זעהט אויס אז איך האב צופיל געלערנט קדשים....
עכ"פ נאך דעם שיעור איז מען אריבער צו א צווייטן שטיבל ווי ס'איז פארגעקומען א שטיקל באטע מיט מעדנים לכבוד שבת ספעציעל פאר די מענער מ'האט געזינגען קה אכסוף און דערנאך האט ר' בערל געגעבן א שיעור וואס דאס מיינט א שבת טיש וויאזוי פראוועט מען עס, ער האט בקיצור נמרץ ארויסגעברענגט אז די שבת סעודה איז אז א איד פארברענגט מיטן אויבערשטען פריוואט ביי א שבת טיש אתקינו סעודתא דמלכא, און די גאנצע בליק אויף א שבת טיש האט זיך מיר געטוישט, האפנטליך דעם קומענדיגן שבת ווען די קינדער וועלן בארדענען ביים טיש וועט עס מיר שוין נישט אזוי באדערן ווייל איך ווייס וואס דער באשעפער וויל יעצט פון מיר.
שבת צופרי נאכן דאווענען איז געווען א ברייטע קידוש צוגעשטעלט און דערנאך האט ר' בערל געגעבן א שיעור פאר מענער און פרויען בעניני בין איש לאשתו וואס דאס מיינט אז יעדע פרוי איז ספעציעל דיזיינט פאר איר מאן און די זעלבע פארקערט יעדע מאן פאר זיין ווייב וכדו' אינאיינוועגס איז אויסגעשמועסט געווארן וואס דאס מיינט אז פרויען זענען פטור פון מצוות עשה שהזמן גרמא פארוואס זיי קענען נישט עדות זאגן וכדו' אז דאס איז נישט קיין דיסקרימינעישן ווי די גוי'שע גאס קוקט דאס אהן נאר די תורה האט די בעסטע פארשטאנען וואס א פרוי איז און וועגן דעם האט די תורה אזוי געזאגט.
שפעטער נאכמיטאג איז געווען שלש סעודות ווי מ'האט שיין פארברענגט און געזינגען זמירות אינאיינעם מיט א ווארימקייט, דערנאך איז פארגעקומען א שיינע שיעור פון ר' בערל וועגן חינוך וויאזוי מ'קען ענדזשויען די קינדער יעדע קינד וויאזוי ער איז, וואס דאס מיינט חינוך ס'האט זיך געעפענט א וועלט.
שפעטער מוצ"ש האט ר' בערל געגעבן א שיעור בענין בטחון והשתדלות וואס מיינט בטחון איך קען זאגן אז ס'איז לכאו' די ערשטע מאל וואס איך האב אזוי גוט ארויסגעהאט וויאזוי ס'ארבייט צוזאמען בטחון אויף אויבערשטען און נאכאלס טוהן השתדלות וויאזוי ארבייט תפלה וויאזוי דארף מען בעטן דעם אויבערשטען וויאזוי קען איך בעטן פונעם אויבערשטען אז ער זאל מיר טוהן א געוויסע זאך אפשר איז פאר מיט נישט גוט אזוי נאר פארקערט איז בעסער אפי' איך פארשטיי עס נישט.
שפעטער איז פארגעקומען א שיעור פאר די מענער בעניני שלום בית וואס פאר מיר פערזענליך איז דאס געווען פון די מערסטע אקטועלע שיעורים פון דעם שבת מ'קען נישט צופיל מאריך זיין איבער דעם שיעור וד"ל.
במשך דעם שבת איז אויך געווען פאר די פרויען עקסטערע שיעורים און ווי איך הער פון מיין לעבנס שותף האט זיך אסאך קונה געווען דארט, די שיעורים זענען געזאגט געווארן דורך מרת געלבמאן די שיעורים פאר די פרויען איז געווען בשעת די מענער האבן געדאווענט קבלת שבת איז געווען פאר זיי א שיעור וויאזוי זיי קענען די מערסטע איינזאפן פון דעם שבת, נאכדעם שפעטער ביי די באטע איז געווען עקסטער אנגעגרייט פאר די פרויען און זיי האבן געהאט א שיעור איבער וויאזוי א פרוי קען זיך באהעפטן צום אויבערשטען, ביי שלש סעודות האבן זיי אויך געהאט א עקסטערע שיעור פאר די שיעור פון ר' בערל וויאזוי זיי קענען זיך האלטן פרייליך, און אויך מוצ"ש האבן זיי געהאט א עקסטערע שיעור בעניני שלום בית.
זונטאג נאך פרישטאג האט ר' בערל געגעבן פאר די פרויען א שו"ת סעסיע וואס די פרויען האבן געקענט אריינשיקן שאלות פארשטייט זיך אז ער האט נישט געהאט קיין צייט אלעס צו ענדיגן אבער ער האט זיי געזאגט אז ער וועט עס נאך אריינזאגן אין טעלעפאון ווי די פרויען וועלן עס קענען הערן,
שפעטער איז פארגעקומען א שיעור פון ר' בערל וועגן קבלת יסורים באהבה וואס מיינט דאס וויאזוי קען מען דאס זאגן מיט אן אמת און טאקע זיין פרייליך מיט די יסורים און קענען זאגן ש'כח באשעפער פאר די יסורים, מיינע געפילן האבן געשטורעמט ביי דעם שיעור און ווי כ'האב געהערט פון אנדערע וואס זענען דארט געווען איז ביי זיי געווען די זעלבע ר' בערל האט געענדיגט מיט שיינע גראמען וואס ער האט מחבר געווען אויף די ניגון פון אני מאמין בביאת המשיח איבער די ענין פון קבלת יסורים באהבה און מאכן אונזער אייגענע עקידה און גיין אויף די וועג פון אונזער זיידע אברהם אבינו.
נאכדעם איז פארגעקומען די לעצטע שיעור מיטן נאמען ימות המשיח ווי ר' בערל האט מורא'דיג שיין ארויסגעברענגט דעם גלות הדעת ווי אונז לעבן היינט וויאזוי מען דארף זיך פארמעסטן און וויאזוי דער אויבערשטער ווארט אויף אונז אויף יעדע זאך וואס אונז טוען פאר זיין כבוד און ער וויל אונז זאלן מקדש זיין שם שמים טאקע דארט ווי ער שיקט אונז אריין, און אזא דור אויף וואס די אמוראים האבן געזאגט ייתי' ולא אחמיני' טאקע מיט אט די נסיונות האט דער אויבערשטער אונז געטראסט, און ער ווארט צו הערן פון אונז ווי שטארק אונז גייען אויס פאר ליבשאפט צו איהם, ר' בערל האט געענדיגט דעם שיעור מיט גראמען אויף די ניגון השבעתי ארויסברעגענדיג זייער שיין דעם שחולת אהבה אני.
בקיצור די שבת איז געווען איין שטיק חיזוק און פארשטאנד וואס דאס מיינט א אידישע לעבן מלא תוכן איך וואלט געראטן פאר יעדעם איינעם וואס איז נאכנישט דארט געווען, טעמו וראו כי טוב!
איך וויל נאר עקסטער ארויסברענגען אז די עסן איז געווען מורא'דיג גוט צוגעשטעלט בהרחבה גדולה און זייער בא'טעמ'ט מ'האמיר געהאט פון ביידע וועלטן ב"ה.
און איך האף צו קענען גיין נאכאמאל, משיח זאל אודאי קומען פריער
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
holy yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

זייער שיין באשריבן!
האסט מיר אויפגעפרישט די הערליכע דרשות...
איך בין געווען 2 יאר צירוק איך בין שוין אווערדא פאר נאך אזא שבת.... אי"ה

ישר כח @סיפורי צדיקים פאר דיין שיינע באריכט
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

יאפ, שוין געווען איין מאל, גאר שיין אראפגעלייגט.
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

האב איך יעצט באקומען א באריכט פון איינע פון די ארגאניזירער פון שלהבת אז די קומענדיגע שלהבת איז געפלאנט אי"ה אויף שבת בחוקתי
מ'קען עס שוין אריינשרייבן אין די קאלענדער
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

איך זעה אז זיי אדווערטייזן שוין אין די יעזורו די פרישע שלהבת פון דעם זומער
פרשת בחוקתי
זיי האבן א נייע אפציע פון זיך אליינס איינשרייבן ביי זייער וועבסייט, לענ"ד איז עס א שטארקע זאך נאך וואס ביז יעצט האט מען געמוזט אדער שיקן א אימעיל אדער רופן אויפן טעלעפאון
נאך א טויש זעה איך - וואס דאס איז מיר זייער נוגע געווען די פאריגע מאל - אז די פרייז פאר בעיביסיטינג איז אראפ פון 200 צו 125
אויך האבן זיי א עירלי בוירד ספעשיל ביז מאי דער אכטער דאכט זיך אז 70 דאלער ביליגער
שלהבת בחקותי פד.pdf
(260.79 KiB) געווארן דאונלאודעד 32 מאל
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:31 pm
איך זעה אז זיי אדווערטייזן שוין אין די יעזורו די פרישע שלהבת פון דעם זומער
פרשת בחוקתי
זיי האבן א נייע אפציע פון זיך אליינס איינשרייבן ביי זייער וועבסייט, לענ"ד איז עס א שטארקע זאך נאך וואס ביז יעצט האט מען געמוזט אדער שיקן א אימעיל אדער רופן אויפן טעלעפאון
נאך א טויש זעה איך - וואס דאס איז מיר זייער נוגע געווען די פאריגע מאל - אז די פרייז פאר בעיביסיטינג איז אראפ פון 200 צו 125
אויך האבן זיי א עירלי בוירד ספעשיל ביז מאי דער אכטער דאכט זיך אז 70 דאלער ביליגער
שלהבת בחקותי פד.pdf
But it's in the raligh
I was there few times and can't go anymore there even in the better rooms
would they make it somewhere else i would go
אויפן וועג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:52 pm
לאקאציע:הנני בידך לבך

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן וועג »

האט מיר עמיצער אריינגעשיקט פון זיינע ארכיוון ביים 'שבת שלהבת' שנת תש"פ

שבת שלהבת קיץ תשפ
לעצט פארראכטן דורך אויפן וועג אום מאנטאג מאי 06, 2024 3:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

אויפן וועג האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:46 pm
האט מיר עמיצער אריינגעשיקט פון זיינע ארכיוון ביים 'שבת שלהבת' שנת תש"פ

[url=file:///C:/Users/Aron/Desktop/%D7%90%D7%94%D7%A8%D7%9F%20%D7%A2%D7%94%D7%A8%D7%A0%D7%98%D7%90%D7%9C%20%D7%A4%D7%A8%D7%99%D7%95%D7%95%D7%90%D7%98/%D7%9E%D7%99%D7%99%D7%A0%D7%A2%20%D7%91%D7%90%D7%A9%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%91%D7%95%D7%A0%D7%92%D7%A2%D7%9F/%D7%A9%D7%91%D7%AA%20%D7%A9%D7%9C%D7%94%D7%91%D7%AA.pdf]שבת שלהבת קיץ תשפ[/url]
מה זאת?
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 16155
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

איז עס טאקע ווערט $1350, איך קען קויפן קויפן אפאר MP3 פאר אסאך ביליגער
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אויפן וועג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:52 pm
לאקאציע:הנני בידך לבך

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן וועג »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:49 pm
אויפן וועג האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:46 pm
האט מיר עמיצער אריינגעשיקט פון זיינע ארכיוון ביים 'שבת שלהבת' שנת תש"פ

[url=file:///C:/Users/Aron/Desktop/%D7%90%D7%94%D7%A8%D7%9F%20%D7%A2%D7%94%D7%A8%D7%A0%D7%98%D7%90%D7%9C%20%D7%A4%D7%A8%D7%99%D7%95%D7%95%D7%90%D7%98/%D7%9E%D7%99%D7%99%D7%A0%D7%A2%20%D7%91%D7%90%D7%A9%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%91%D7%95%D7%A0%D7%92%D7%A2%D7%9F/%D7%A9%D7%91%D7%AA%20%D7%A9%D7%9C%D7%94%D7%91%D7%AA.pdf]שבת שלהבת קיץ תשפ[/url]
מה זאת?
פאראכטן
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

הרב_שלום האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:51 pm
איז עס טאקע ווערט $1350, איך קען קויפן קויפן אפאר MP3 פאר אסאך ביליגער
וועל איך דיר ענטפערן וואס איך האלט און די מעגסט מחולק זיין מיט מיר
קויפן א מפ3 הערט מען עס נישט אויס אויפאיינמאל און אסאך מאל בכלל נישט נאר אביסל דא און אביסל דארט, משא"כ דעם שבת ביזטו דעם גאנצן שבת אין די אויר ווי אלעס לויפט ארום די נושאים ווען מ'שטעלט זיך אפ שמועסן שמועסט מען פון די דרשות און בכלל דאס אוועקפארן פון די רוישיגע וועלט און זיך אויספלאגן אויף א שבת גייט עס דורך דעם אסאך בעסער אריין אין קאפ ווי צו הערן אויף א טעיפ
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:12 pm

ומדי דברי בו זיצט לעבן מיר אין מיין אפיס איינער פון די ארגאניזירער פון שלהבת און ער האט געזעהן וואס איך שרייב האט ער מיר אריינגעשיקט די פאלגענדע וואס איז אמאל געשריבן געווארן פאר שלהבת:

סעמינאר'ן - אויף וואס און פארוואס?

עס איז דאך מעגליך צו הערן רעקאדירטע שיעורים?!...

פארוואס דארף מען האבן אזא זאך וואס ווערט גערופן "סעמינאר'ן"?... און נאך גיין צו א האטעל??? (מיר זענען נישט פון די וואס פאר'ן שטענדיג צו האטעל'ן...(,

וואס איז דאס אנדערש ווי סיי וואספארא ענין אין רוחניות, וואס מען באשטעלט א רב אדער מגיד און ער שטעלט זיך אויף אין ביהמ"ד און טרעט אויף מיט ווארעמע ווערטער און אלע הערן צו און ווערן מחוזק, מען זאגט דערנאך קדיש דרבנן, און מ'קערט זיך צוריק אהיים... וואס פעלט אויס די "דראמא" וואס ווערט גערופן "סעמינאר" (אדער אין אנדערע ווערטער "שבת שלהבת")... און נאך דריי טעג נאכאנאנד? און א האטעל?

דער ענין איז פשוט און לאגיש:

פונקט ווי מיר אלע פארשטייען אז די רוטין לויפט אן אפשטעל, און אין לויף פון די צייט פעלט אויס ארויסצוגיין און זיך דערפרישן מיט פרישע לופט כדי צוריקצוקומען צו די כוחות, ובפרט אין אונזער דור וואס דער טעגליכער נפשיות'דיגער זענען איבערגעפילט און שוואך און מען געבט אסאך צו היילן און בארואיגן דעם נפש, מ'קען שטענדיג זעהן א ריזיגע פארלאנג און אלע צימער'ן און שטובער זענען פיל און פארנומען, ווייל אלע אנערקענען און ווייסן די צורך פון זיך אויפרישן און קומען צו די כוחות. אויב אזוי, קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז אונזער רוחניות'דיגער נפש, וואס ווייסט אלעס און טוט אלעס, ער טעגליכער רוטין לויפט און שפאנט אן אויפהער, און דער נפש ווערט מיד.

מיר ווייסן אז עס איז פארהאן א בורא עולם, אבער מיר טרעפן זיך נישט מיט אים, מיר ווייסן אז מיר פארמאגן א גרויסע תפקיד אלס איד, אבער "מיר קומען נישט אן דערצו", מיר ווייסן צו שעצן אונזער תפקיד אויף די וועלט, אבער דער טאג טעגליכער גאלאפ, דער שגרת החיים, געבט אונז נישט קיין מינוט אריינצוקלערן און טראכטן דערפון.

אויב אונזער נפש טוט דאס איריגע בנוגע אירע גשמיות'דיגע באדערפענישן, ווי מיר טרעפן זיך שטענדיג מיד, ערשעפט און אויסגעמוטשעט, און מיר לויפן שטענדיג נאך אביסל לופט און פרישקייט, נישט ווייניגער ווי דעם, נאר אסאך אסאך מער איז אונזער נפש הרוחני וואס האט שוין פאר א לאנגע תקופה זיך נישט געטראפן, און זי האט שוין לאנג נישט אריינגעטראכט איבער איר עתיד און ציל, אויך זי איז זייער מיד, און זי לעכצט און דורשט נאך אביסל פרישקייט.

דאס זענען זייער פשוט'ע און לאגישע ווערטער, און עס איז נישט דא מער וואס צו צולייגן.

ביז צענדליגע יאר צוריק ווען דער וועלט איז באופן כללי געווען אסאך מער רואיגער, יעדע איד האט פארמאגט זיינע רואיגע שעות פאר זיך אליין, מיט זיין פרוי און משפחה, (אן קיין טעלעפאון און אן קיינע פיר הונדערט קאנטאקט'ס וואס פארבינדן זיך מיט אים טעגליך) און יעדער מאמע האט געהאט אייניגע שעות פאר זיך, מיט די קינדער, דא ער ווען זיי שלאפן, (אן טראכטן די גאנצע צייט איבער די ארבעט, ווער וועט נעמען די קינדער צו די בעיבי סיטער'ס, א.א.וו.) יא, יעדע איד האט פארמאגט עטליכע רואיגע שעות ווען ער האט זיך געקענט טרעפן מיט זיך אליין, מיט זיין באשעפער, און בעיקר מיט זיך "ביחס" צום אויבערשטן, וואס ער האט מיט'ן בורא עולם.

אבער היינט... דאס איז נישט קיין סוד אז דער טאג איז היינט זייער פיל און אנגעלייגט, און מיר טרעפן זיך שטענדיג מיט א מאנגל אין צייט, און מיר האבן נישט קיין מינוט פאר ישוב הדעת און אויפצופרישן אונזערע יסודות און הויפט סיבות פארוואס מיר לעבן און מיר זענען דא אויף די וועלט.

אויב וועלן מיר נישט אפשטעלן דעם גאלאפ מיט כח!!! אויב וועלן מיר נישט זיך זעלבסט באצוואונגען טיף אריינצואטעמען!! וועט קיינמאל נישט פאסירן, אז מיר זאלן מחזק זיין אונזער רוחניות און מיר זאלן זיך דערוויסן איבער די הויפט יסודות וואס איז נוגע אונזער טעגליכע לעבן!

דעריבער, טאקע צוליב דעם, איז געגרינדעט געווארן "ארגון שלהבת" – די שלהבת סעמינאר'ן. זיך צו דערווייטערן פון די רוישיגע סביבה, זיך צו רייניגן אביסל דעם קאפ און מח, און זיך אנפילן פון אינעווייניג, אויפרישן אונזער מידע זעהל. צו באקומען פרישע באנייטע כוחות, תעצומות הנפש, קראפט זיך צו פארמעסטן מיט די שוועריקייטן, ווי אזוי צו טרעפן אונזער טאטע אין הימל אינעם טאג טעגליכ'ן גאלאפ, צווישן די בערג וועש און הויפענעס געשיר. זיך צו לערנען וואס מיר האבן צו "געבן" פאר אונזער טאטן אין הימל מתוך שגרת החיים, אין אונזער פארנומענע לעבנ'ס שטייגער, אן פארן דא און דארט...

און אין קורצן: ווי אזוי זיך צו פרייען מיט וואס מיר פארמאגן, ממליך זיין דעם אויבערשטן מיט וואס מיר פארמאגן נישט. און זיך צוריקערן אהיים מיט די קריטישע רוחניות'דיגע באגאזשן.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:12 pm
הרב_שלום האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:51 pm
איז עס טאקע ווערט $1350, איך קען קויפן קויפן אפאר MP3 פאר אסאך ביליגער
וועל איך דיר ענטפערן וואס איך האלט און די מעגסט מחולק זיין מיט מיר
קויפן א מפ3 הערט מען עס נישט אויס אויפאיינמאל און אסאך מאל בכלל נישט נאר אביסל דא און אביסל דארט, משא"כ דעם שבת ביזטו דעם גאנצן שבת אין די אויר ווי אלעס לויפט ארום די נושאים ווען מ'שטעלט זיך אפ שמועסן שמועסט מען פון די דרשות און בכלל דאס אוועקפארן פון די רוישיגע וועלט און זיך אויספלאגן אויף א שבת גייט עס דורך דעם אסאך בעסער אריין אין קאפ ווי צו הערן אויף א טעיפ
agree! it's worth the money
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

כ'בין שוין געווען אמאל ביי קרבנתנו אין הנאה געהאט, כ'פארשטיי דעס איז אנדערש, איין רעדנער איין מהלך, וועלכער סארט עולם גייט אהין?
אויפן וועג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:52 pm
לאקאציע:הנני בידך לבך

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן וועג »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:12 pm
הרב_שלום האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:51 pm
איז עס טאקע ווערט $1350, איך קען קויפן קויפן אפאר MP3 פאר אסאך ביליגער
וועל איך דיר ענטפערן וואס איך האלט און די מעגסט מחולק זיין מיט מיר
קויפן א מפ3 הערט מען עס נישט אויס אויפאיינמאל און אסאך מאל בכלל נישט נאר אביסל דא און אביסל דארט, משא"כ דעם שבת ביזטו דעם גאנצן שבת אין די אויר ווי אלעס לויפט ארום די נושאים ווען מ'שטעלט זיך אפ שמועסן שמועסט מען פון די דרשות און בכלל דאס אוועקפארן פון די רוישיגע וועלט און זיך אויספלאגן אויף א שבת גייט עס דורך דעם אסאך בעסער אריין אין קאפ ווי צו הערן אויף א טעיפ
100%

ס'נישט מעגליך אויף די וועלט צו קונה זיין, דאס וואס מ'איז קונה דארט אויף א שבת - אויף א MP3

טראסט מיר נישט - פראביר עס אליינס אויס...
אויפן וועג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:52 pm
לאקאציע:הנני בידך לבך

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן וועג »

ישיש האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:43 pm
כ'בין שוין געווען אמאל ביי קרבנתנו אין הנאה געהאט, כ'פארשטיי דעס איז אנדערש, איין רעדנער איין מהלך, וועלכער סארט עולם גייט אהין?
אלעס היימישע חסידישע אידן, ווי מ'פארברענגט אינאיינעם אוון מ'קלארט זיך אויס, וואס מיינט א איד? וואס איז מיין תפקיד - ציהל אויף דער וועלט? וואס איז מיין תפקיד - ציהל און מיין לעבן, און אין מיין חתונה'געהאטע לעבן
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

זעה איך אין די באלעבאסטע איז אדווערטייזט אז דאס יאר זענען זיי מקדים די שלהבת נאך פאר ראש השנה שבת פרשת כי תבא, א שאד אז ס'ארבייט זיך מיר נישט אויס צו גיין איך וואלט שטארק הנאה געהאט דערפון מעיבי נעקסט טיים
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

Shalheves Ad (Baleb22usta).pdf
(258.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 18 מאל
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

למעשה הער איך עפעס אז ס'איז געווארן געקענסעלט די שבת
איינער ווייסט עפעס מער?
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”