נקדימון'ס נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קודם טראכט
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודם טראכט »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 11:06 pm
שמן ששון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:48 pm
פאטאל?
זעט נישט אויס.

דער פרא מדינת ישראל מאן ווערט אנגעקלאגט אויף עטליכע קלאגעס. ער וועט ערשיינען מארגן פאר א ריכטער
אלווין ברעג האט געמופט קיין באסטאן?
פאר סיי וועלכע געברויך איו עניני חו"מ א שטר, טוענות, קעיס מענעדזשמענט, ביטע שיקן א אישי אדער אימעיל צו [email protected] מיר האבן שטארקע קשרים פאר א גוטע צוגענגליכע ארבעט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ליידער א איד פאר'משפ'ט צום טויט?

די קאנגא מיליטערישע געריכט האט היינט פאראורטיילט 37 אויפשטענדלער צום טויט פאר פרובירן דורכפירן א פוטש צוריק אין מאי.

צווישן די פאראורטיילטע ציילט זיך 6 אויסלענדישע בירגער, 3 פון זיי אמעריקאנער. איינער פון זיי איז בנימין זלמן פאולען. לכאורה א איד ליידער רח"ל.


די געשיכטע צוריק אין מאי קען מען ליינען דא:
◄ ווייז ספוילער
נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:18 pm
אוטאריטעטן אין דער אפריקאנער לאנד קאנגא האבן אפגעשטעלט א פוטש פארזיך צו איבער ווארפן די רעגירונג.

קריסטין מאלאנגא וואס האט געוואוינט אין אמעריקע, און אמאל געדינט אין די קאנגא ארמיי האט שוין אן אלטע היסטאריע מיט סטראשען צו איבער ווארפן די ארטיגע רעגירונג.

מאלאנגא וואס וויל צוריק ברענגן די אמאליגע לאנד זאַאיר (ווער עס האט געליינט די בוך דער געיעג דערמאנט עס אביסל) אנשטאט דער היינטיגער קאנגא, האט זיך געלאזט מיט א גרופע באוואפנטע לייט און איבערגעפאלן א צאל וויכטיגע הייזער און געביידעס אין הויפטשטאט קינשאַסאַ.

זיי האבן באוויזן זיך צו איינברעכן אין די הייזער פונעם פרעמיער מיניסטער, דער קריגס מיניסטער און דער צוקונפטיגער פארזיצער פונעם פארלאמענט. אזוי אויך האבן זיי אקופירט די פרעזידענטליכע פאלאץ.

די ארטיגע מיליטערישע כוחות האבן שנעל געברענגט די סיטואציע אינטער קאנטראל. זיי האבן געהארגעט מאלאנגא און ארעסטירט בערך 50 קעמפער, אריינגערעכנט לויט זיי עטליכע אמעריקאנער בירגער.




20240520_135543.jpg
20240520_135543.jpg (56.2 KiB) געזען 5354 מאל
20240520_135553.jpg
20240520_135553.jpg (66.36 KiB) געזען 5354 מאל
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

פאספארט שטייט בנימין ראובן

א קאזין מיט הערש גאלדבערג-פוילן?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קאמאראס (נעבן מאדאגאסקאר) פרעזידענט אַזאַלי אסמאני איז געשטאכן געווארן מיט א מעסער. די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אינעם הויפטשטאט ווי איינער האט באוויזן צו שטעכן דעם פרעזידענט. ער איז לייכט פארוואונדעט געווארן און דער שטעכער איז אפגעפירט געווארן אין קרימינאל
20240913_144151.jpg
20240913_144151.jpg (107.8 KiB) געזען 5195 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן א ראלי קומענדיגע מיטוואך אין נאסא קאלעסיום אין לאנג איילענד.

רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט מייק לאולער און מארק מאלינערא וועלן - ווי עס הייסט - זיך נישט באטייליגן ביים ראלי נאר זיך אויפהאלטן אין וואשינגטאן.
20240913_165045.jpg
20240913_165045.jpg (129.95 KiB) געזען 4918 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נייע קאמישענער פון די NYPD טאם דאנאלאן טרעפט זיך מיט די פאליצייאישע פירערשאפט. דאס קומט נאך וואס דער ביז יעצטיגער קאמישענער קאבאן האט געדארפט רעזיגנירן.


דער גרויסער טונקעלער אין צענטער האט זיך אויך זיין אייגן פעקל סקאנדאלן
20240913_181225~2.jpg
20240913_181225~2.jpg (178.94 KiB) געזען 4655 מאל
20240913_181204~2.jpg
20240913_181204~2.jpg (98.31 KiB) געזען 4655 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:36 pm
פאליציי אין באסטאן מאסאטשוסעטס פארשן אן אינצידענט. עס האטצעך אפגעשפילט עטליכע שעה צוריק ווען עס זענען געשטאנען עטליכע פרא מדינת ישראל פראטעסטירער און קעגן איבער די גאס האט א פרא פאלעסטינער זיי נאכגעשריגן. די געשרייען זענען געגאנגען אהין און צוריק.

אינדערמיט איז דער פרא פאליסטינער א וואנזיניגער אריבערגעלאפן די ברייטע שאסיי צווישן די פארבייפארנדע אויטאס און צוגעשפרינגען ווילד צו איינע פון די פרא מדינת ישראל חברה און אים אראפגעווארפן צו די ערד מיט די הענט ארום זיין קאפ.

די חברה האבן זיך געראנגלט בשעת אנדערע זענען געקומען צו הילף און אריינגעגעבן ביטערע קלעפ פאר דער אטאקירער. אינדערמיט האצעך געהערט א שאס. דער אטאקירטער, אן איראקער מלחמה וועטעראן האט ארויסגעצויגן א ביקס און אריינגעשאסן אין דער פרא פאלעסטינער.

שפעטער זעט מען ווי דער שיסער פרובירט צו העלפן ראטעווען דער פרא פאלעסטינער ביז הילף איז אנגעקומען.

פאליציי פארשט די אינצידענט פונקטליך וואס עס האט זיך אפגעשפילט און צו די שיסן איז געווען זעלבסט פארטיידיגונג.

ווי עס הייסט איז דער פרא מדינת ישראל פראטעסטירער נישט קיין איד נאר איינער וואס שטעלצעך כסדר צו צו די סארט מצות


דער מדינת ישראל שטיצער ליגט רעכטס און דער פאלעסטינע שטיצער לינקס, מיטן ווייסע שיך צו זיין קאפ.

Screenshot_20240912-222256~2.jpg
Screenshot_20240912-222331~2.jpg
20240912_222019.jpg
אפדעיט,



ביידע וועלן ווערן אנגעקלאגט.


דער אטאקירטער וואס האט שפעטער געשאסן, סקאט העיס, איז אינדרויסן אויף 5 טויזענט דאלער בעיל.

ער ברויך ארומגיין מיט א דזשי-פי-עס מאשינקע אויפן פיס, אינטער קורפיו שעות, טאר זיך נישט דרייען אינעם שטעטל פונעם סצענע און טאר נישט פארמאגן קיין ביקסן ביז די געשיכטע ווערט געשלאסן.
20240914_215124.jpg
20240914_215124.jpg (182.65 KiB) געזען 4307 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א האלצערנע שיפל איבערגעפילט מיט פעלד ארבעטער אין ניגעריע האט זיך איבערגעדרייט אין א טייך אין זאמפארא ניגעריע.

די פעלד ארבעטער שווימען אריבער די טייך יעדען טאג צו זייער ארבעט און צוליב די גאר שוואכע טראנפארטאציע, שטיפן זיך ארויף וויפיל חברה עס לאזט זיך. פון די 70 רייזענדע זענען בלויז 6 אפגעפונען געווארן לעבעדיג.
20240914_220954.jpg
20240914_220954.jpg (112.19 KiB) געזען 4139 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ווענעזועלער אוטאריטעטן זאגן אז זיי האבן ארעסטירט א גרופע אויסלענדער, צווישן זיי אמעריקאנער בירגער און 400 אמעריקאנער ביקסן. זיי זאגן אז די גרופע האט פלאנירט צו אנדרייען מהומות און צו דעסטאביליזירן ווענעזועלע.


אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט באשטעטיגט אז אן אמעריקאנער מיליטערמאן איז אונטער ארעסט און מעגליך נאך 2 אמעריקאנער אבער לייקענען סיי וואספארא שייכות מיט א פוטש פארזוך קעגן ניקאלעס מאדורא
20240914_221747.jpg
20240914_221747.jpg (366.63 KiB) געזען 4070 מאל
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

נקדימון האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 2:16 pm
ליידער א איד פאר'משפ'ט צום טויט?

די קאנגא מיליטערישע געריכט האט היינט פאראורטיילט 37 אויפשטענדלער צום טויט פאר פרובירן דורכפירן א פוטש צוריק אין מאי.

צווישן די פאראורטיילטע ציילט זיך 6 אויסלענדישע בירגער, 3 פון זיי אמעריקאנער. איינער פון זיי איז בנימין זלמן פאולען. לכאורה א איד ליידער רח"ל.


די געשיכטע צוריק אין מאי קען מען ליינען דא:
◄ ווייז ספוילער
נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:18 pm
אוטאריטעטן אין דער אפריקאנער לאנד קאנגא האבן אפגעשטעלט א פוטש פארזיך צו איבער ווארפן די רעגירונג.

קריסטין מאלאנגא וואס האט געוואוינט אין אמעריקע, און אמאל געדינט אין די קאנגא ארמיי האט שוין אן אלטע היסטאריע מיט סטראשען צו איבער ווארפן די ארטיגע רעגירונג.

מאלאנגא וואס וויל צוריק ברענגן די אמאליגע לאנד זאַאיר (ווער עס האט געליינט די בוך דער געיעג דערמאנט עס אביסל) אנשטאט דער היינטיגער קאנגא, האט זיך געלאזט מיט א גרופע באוואפנטע לייט און איבערגעפאלן א צאל וויכטיגע הייזער און געביידעס אין הויפטשטאט קינשאַסאַ.

זיי האבן באוויזן זיך צו איינברעכן אין די הייזער פונעם פרעמיער מיניסטער, דער קריגס מיניסטער און דער צוקונפטיגער פארזיצער פונעם פארלאמענט. אזוי אויך האבן זיי אקופירט די פרעזידענטליכע פאלאץ.

די ארטיגע מיליטערישע כוחות האבן שנעל געברענגט די סיטואציע אינטער קאנטראל. זיי האבן געהארגעט מאלאנגא און ארעסטירט בערך 50 קעמפער, אריינגערעכנט לויט זיי עטליכע אמעריקאנער בירגער.





20240520_135543.jpg
20240520_135553.jpg
אמעריקע האט שוין פרובירט אינטערווענירן פאר זייער בירגער?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

יא. אמעריקאנער אמבאסאדע איינגעשטעלטע זענען אנוועזנד געווען ביים פארליינען זייער אורטייל.

אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער געבן אן, אז ער גלייבט מען וועט פרובירן צו אפילען די אורטייל

די 3 אמעריקאנער בשעת זייער אורטייל ווערט באשטימט. לינקס איז בנימין זלמן פאולען
20240914_223322.jpg
20240914_223322.jpg (105.83 KiB) געזען 3845 מאל
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

פון וועלכע לענדער זענען די אנדערע 3 אויסלענדער?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פראפעסאר האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 10:40 pm
פון וועלכע לענדער זענען די אנדערע 3 אויסלענדער?
ענגלאנד, קאנאדע און בעלגיע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

לעבעדיג אין מעיאר אדאמס אדמינסטראציע...


ליסא זארנבערג, טשיעף ליגעל קאנסול צו מעיאר אדאמס האט פריער רעזיגנירט. קיין גענויע סיבה נישט אנגעגעבן דערווייל


דער מעיאר האט פריער ארויסגעשטעלט אז סטעיטמענט דערצו
20240914_233739.jpg
20240914_233739.jpg (247.5 KiB) געזען 3480 מאל
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

נקדימון האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 11:36 pm
לעבעדיג אין מעיאר אדאמס אדמינסטראציע...


ליסא זארנבערג, טשיעף ליגעל קאנסול צו מעיאר אדאמס האט פריער רעזיגנירט. קיין גענויע סיבה נישט אנגעגעבן דערווייל


דער מעיאר האט פריער ארויסגעשטעלט אז סטעיטמענט דערצו

20240914_233739.jpg
הרב איצקאוויטש האט אפגעפיצט באצייטענס..ַַ..
Break
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:17 am
נקדימון האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 11:36 pm
לעבעדיג אין מעיאר אדאמס אדמינסטראציע...


ליסא זארנבערג, טשיעף ליגעל קאנסול צו מעיאר אדאמס האט פריער רעזיגנירט. קיין גענויע סיבה נישט אנגעגעבן דערווייל


דער מעיאר האט פריער ארויסגעשטעלט אז סטעיטמענט דערצו

20240914_233739.jpg
הרב איצקאוויטש האט אפגעפיצט באצייטענס..ַַ..
???
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 24014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מקובל אלוקי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:33 am
נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:17 am
נקדימון האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 11:36 pm
לעבעדיג אין מעיאר אדאמס אדמינסטראציע...


ליסא זארנבערג, טשיעף ליגעל קאנסול צו מעיאר אדאמס האט פריער רעזיגנירט. קיין גענויע סיבה נישט אנגעגעבן דערווייל


דער מעיאר האט פריער ארויסגעשטעלט אז סטעיטמענט דערצו

20240914_233739.jpg
הרב איצקאוויטש האט אפגעפיצט באצייטענס..ַַ..
???
לכאורה רעדט ער פון אייזדארפער, עריק עדעמס רעכטע האנט.


גראדע דא זיצט ער צו זיין לינקע האנט...
Jewish-Advisory-Council_698081.jpg
Jewish-Advisory-Council_698081.jpg (57.31 KiB) געזען 3011 מאל
א שמחת תמיד...

ווי איז ישראל הלוי?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א צוזאמשטויס אין מידטאון מאנהעטן האט אריינגעשיקט 2 רייזנדע אין שפיטאל אריין
20240915_005742~2.jpg
20240915_005742~2.jpg (148.07 KiB) געזען 2951 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אן אוניווערסיטעט אין ספרינגפילד אהייא האט געמאלדן אז זיי ריפן אפ אלע איווענטס אויפן קעמפוס נאך ווי זיי זאגן אז זיי האבן ערהאלטן סטראשונקעס אויף מארגן אז איינער וועט שיסן האיטיער סטודענטן.


פרעזידענט טראמפ האט ביי די דעבאטע זיך געלאזט הערן אז (האיטיער) אימיגראנטן הארגענען און עסן קעץ.
20240915_011218~2.jpg
20240915_011218~2.jpg (101.2 KiB) געזען 2821 מאל
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 1:17 am
אן אוניווערסיטעט אין ספרינגפילד אהייא האט געמאלדן אז זיי ריפן אפ אלע איווענטס אויפן קעמפוס נאך ווי זיי זאגן אז זיי האבן ערהאלטן סטראשונקעס אויף מארגן אז איינער וועט שיסן האיטיער סטודענטן.


פרעזידענט טראמפ האט ביי די דעבאטע זיך געלאזט הערן אז (האיטיער) אימיגראנטן הארגענען און עסן קעץ.

20240915_011218~2.jpg
ער האט געזאגט "האיטיער"?
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א צווייטע מיך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 1:20 am
נקדימון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 1:17 am
אן אוניווערסיטעט אין ספרינגפילד אהייא האט געמאלדן אז זיי ריפן אפ אלע איווענטס אויפן קעמפוס נאך ווי זיי זאגן אז זיי האבן ערהאלטן סטראשונקעס אויף מארגן אז איינער וועט שיסן האיטיער סטודענטן.


פרעזידענט טראמפ האט ביי די דעבאטע זיך געלאזט הערן אז (האיטיער) אימיגראנטן הארגענען און עסן קעץ.

20240915_011218~2.jpg
ער האט געזאגט "האיטיער"?
ניין. פאר דעם שטייט די ווארט האיטיער אין קלאמערן.

די שטורעם איז איבער האיטיער אימיגראנטן וואס ספרינגפילד אהייא איז פארפלייצט מיט זיי און באשולדיגט האיטיער אימיגראנטן מיט עסן קעץ, און פון דארט איז עס אנגעקומען ביז פרעזידענט טראמפ.

טראמפ האט געזאגט בלויז אז אין ספרינגפילד אהייא עסן זיי אונזער קעץ.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פאליציי אין די בראנקס פארשן אן אינצידענט ווי א 10 יעריג מיידל איז אפגעפונען געווארן אינעם שטח נעבן א הויכע געביידע ווי זי איז געשפרינגן צום טויט.

דער מיידל איז געווען אליינס אינדערהיים בשעת איר טויט און געווען אין אן ערענסטע געפעכט מיט איר מאמע בעפאר איבער מעגן ניצן אן אייפעד, וואס די געפעכט איז געגלייבט צו זיין פארבינדן מיט איר טויט
20240915_090341.jpg
20240915_090341.jpg (98.66 KiB) געזען 2076 מאל
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

נקדימון האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 9:57 pm
נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:36 pm
פאליציי אין באסטאן מאסאטשוסעטס פארשן אן אינצידענט. עס האטצעך אפגעשפילט עטליכע שעה צוריק ווען עס זענען געשטאנען עטליכע פרא מדינת ישראל פראטעסטירער און קעגן איבער די גאס האט א פרא פאלעסטינער זיי נאכגעשריגן. די געשרייען זענען געגאנגען אהין און צוריק.

אינדערמיט איז דער פרא פאליסטינער א וואנזיניגער אריבערגעלאפן די ברייטע שאסיי צווישן די פארבייפארנדע אויטאס און צוגעשפרינגען ווילד צו איינע פון די פרא מדינת ישראל חברה און אים אראפגעווארפן צו די ערד מיט די הענט ארום זיין קאפ.

די חברה האבן זיך געראנגלט בשעת אנדערע זענען געקומען צו הילף און אריינגעגעבן ביטערע קלעפ פאר דער אטאקירער. אינדערמיט האצעך געהערט א שאס. דער אטאקירטער, אן איראקער מלחמה וועטעראן האט ארויסגעצויגן א ביקס און אריינגעשאסן אין דער פרא פאלעסטינער.

שפעטער זעט מען ווי דער שיסער פרובירט צו העלפן ראטעווען דער פרא פאלעסטינער ביז הילף איז אנגעקומען.

פאליציי פארשט די אינצידענט פונקטליך וואס עס האט זיך אפגעשפילט און צו די שיסן איז געווען זעלבסט פארטיידיגונג.

ווי עס הייסט איז דער פרא מדינת ישראל פראטעסטירער נישט קיין איד נאר איינער וואס שטעלצעך כסדר צו צו די סארט מצות


דער מדינת ישראל שטיצער ליגט רעכטס און דער פאלעסטינע שטיצער לינקס, מיטן ווייסע שיך צו זיין קאפ.

Screenshot_20240912-222256~2.jpg
Screenshot_20240912-222331~2.jpg
20240912_222019.jpg
אפדעיט,



ביידע וועלן ווערן אנגעקלאגט.


דער אטאקירטער וואס האט שפעטער געשאסן, סקאט העיס, איז אינדרויסן אויף 5 טויזענט דאלער בעיל.

ער ברויך ארומגיין מיט א דזשי-פי-עס מאשינקע אויפן פיס, אינטער קורפיו שעות, טאר זיך נישט דרייען אינעם שטעטל פונעם סצענע און טאר נישט פארמאגן קיין ביקסן ביז די געשיכטע ווערט געשלאסן.

20240914_215124.jpg
ווי ס'שיינט איז היינט צוטאגס די באניץ פון א רעוואלווער געווידמעט בלויז דיר צו לייגן און טורמע.

אין אנדערע ווערטער... ס'איז נישט פארהאן קיין סיטואציע אין וועלכע די באניץ פון א רעוואלווער וועט זיין בארעכטיגט.
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א שיסעריי איז פארגעקומען נעבן טראמפ גאלף קאורס אין וועסט פאלם ביעטש בשעת טראמפ האט דארט פארברענגט מיט גאלפינג.

די טראמפ קאמפיין זאגט אז דער פרעזידענט איז סעיף. ווי עס הייסט איז דאס געווען א פייער אויסטויש צווישן 2 און איז נישט געווען פארבינדן מיט טראמפ
20240915_150929~2.jpg
20240915_150929~2.jpg (33.95 KiB) געזען 839 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אין ליכט פונעם שטורעם וואס טענה'ט איבער אימיגראנטן וואס בראטן קעץ אין ספרינגפילד אהייא הערט מען פון די טראמפ לאגער אז פרעזידענט טראמפ פלאנט צו באזוכן די שטאט "בקרוב".

אפשר זאלן די אימיגראנטן אים אפווארטן מיט געבראטענע קעצלעך...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”