וואס זאגט איר צו מיין אַרט???
שלום וברכה טייערע אידן!
מיט א צייט צוריק, האב איך אנדעקט אין מיר א באהאלטענע טאלאנט וואס איך האב קיינמאל געוויסט אז איך באזיץ. ס'קען זיין אז איך חלום, און איך רעד זיך בלויז איין אז ס'איז אזוי גערופענע 'מאדערען ארט', אבער פארט רעדט עס צו מיין נשמה. איך שפיר ווי איך קען זיך ארויסגעבן דאס הארץ מיט'ן בערשטל אין האנט.
נישט זיך צו פארלאזן אויף מיין אייגענע מבינות, קען איך טאקע באשטיין צו הערן פון דעם ברייטן ציבור אן אויפריכטיגע מיינונג וואס איר זאגט צו מיינע ווערק. איך וועל דא בעז"ה ארויפשטעלן עטליכע מאלערייען וואס איך האב בס"ד ערצייגט מיט מיינע פינגער, און זאל דער עולם זאגן וואס זיי זעען, וואס זיי שפירן, און וואס דער מאלעריי דערציילט.
מיט ווייניג זעלבסט זיכערקייט האב איך געצייגט מיינע ווערק פאר נאנטע חברים און משפחה מיטגלידער, טראכטענדיג אז דאס זענען טאקע בלויז דמיונות. אבער דער עולם איז זייער נתפעל געווארן און יעדער האט עס אויסגערימט. נו, ס'האט זיך טאקע אנגעהויבן זעצן ביי מיר אין קאפ אז אפשר דאך ליגט דא עפעס באהאלטן. (אז לוי איז א מייסטער פאטאגראפיסט, קען איך אפשר זיין א מעלער?...)
די דאזיגע מאלעריי וואס איך שטעל צום ערשט ארויף, איז ארויס גלייך פון מיין הארץ צום רויע קאנוואס. צומאל וועט דער מח ארויסהעלפן מיט דעם געדאנק, אבער אט די מאלעריי איז ריין הארץ. ווען איך האב אויפגעהויבן מיינע געצייגן און באשלאסן אהערצושטעלן עפעס חנוכה'דיג, האב איך נישט געהאט קיין אנונג וואס אזאנס עס קומט. דאס הארץ האט געטון דאס זייניגע און ווי פון הימל אראפ איז געקומען די מתנה וואס איך טייל מיט אייך מיט צום ערשטן מאל.
די מנורה זעלבסט איז באהאלטן ווי דער אור הגנוז און צום ערשט איז עס נישט מערקבאר. דאס געבט א געוויסע אנדייטונג אז די מנורה איז נישט די עיקר. ס'איז די לעכטעלעך וואס רייסן זיך ארויס מיט א שארפקייט און שניידן דורך אלעס אין וועג. די שיין לויפט מיט אן אתערותא דלתתא גלייך צום הימל ארויף אן קיין אפשטעל. זי לויפט העכער דעם בילד צו א פלאץ וואס קען ניטאמאל אריינגיין אינעם בילד.
ביטע ארויסהעלפן מיט מבינות און ווי אויך אויב מעגליך וויפיל האלט איר אז איך קען בעטן דערפאר.
א דאנק.
נ.ב. די בילד איז נישט אזוי קלאר, איך האב עס געמיזט פארקלענערן ארויפצושטעלן דא. איך האף באלד צו קענען אפלאודען א קלארערע ווערסיע.

- אטעטשמענטס
-
- אור המנורה.jpg (189.88 KiB) געזען 447 מאל