אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

באבדענלי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 7:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבדענלי »

פעדער האט געשריבן:
ווען איך קום אריין אין מקווה זעה איך אים דארט . ווען איך קום אן צום בור שטייט ער נאכאלס דארט. און ווען איך וויש פלינק אראפ די ווייסער פון פני ידי ורגלי, נאכן ארויסקומען פון לאך, שטייט ער נאכאלס דארט...
ווער איז דאס? פארוואס? אה..הערט אויס וועל איך אייך זאגן...

דער איז שטייט שטענדיג ביי די טרעפן פונעם מקווה גרוב, און קראצט איבערמידליך אריין זיינע פאנגעדיגע פיס אין די שטיינערנע טרעפן, וואס פירן אראפ צום געדעכטן פישזאפט געמויזל...ער שוויצט ממש פאר אנשטרענגונג...ער קראצט א מינוט, און נאכדעם שטעלט ער זיך אפ א מינוט..ער ווארט ...זעהט אויס, כדי אז די קראץ. זאל זיך איינעסן אין די אפגעשיילטע פיס זיינעם ...און די ווייטאגליכע נאך טעם זאל זיך אביסעלע בארוהיגן...

זיין נאמען איז מעכל פיסשמעקער, אייביג קראצט ער זיך..נאך אין קעמפ אלס קינד, פלעגט ער אלס אנשטינקען די באנק, מיט זיינע פארפאנגטע פיס..די חברים פלעגן זיך מחיה זיין זיך איינצוזאמלען אלע מיט די פענס אין די הענט, און אים אריינבלאזן אין פנים...זיי פלעגן הויעך שרייען...חזיר! חזיר! חזיר! הער דיך שוין אויף צו קראצן....

ליפא'לע האט געזאגט אז זיין טאטע האט אויך א אומווערדיגע פאנגעס פראבלעם....און זיי האבן א אויספרובירטע מיטל, פארשריבן דורך זייער היים גויטע, א הויכע שפריצער מיט ווייסע פאדער..מ'עפנט אויף דעם זאק ברייט...און היידא מ'גיסט אריין...ביז א קארגע וואך האט מען גלאטע הויט ווי א בעיבי..זאלסטו אפ' טרייען צו קיצלען מיט 17 ציצית...אדער גיין מיט באצעס אין שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג....!! און ס'העט נאכאלץ נישט קראצן ...סאו ליפא'לע האט זיך געבעטן פון מעכל מיט א גלאנציגע טרער אין די אויגן..

פליז קאל דיין מאמע און זאג איר זי זאל עס קויפן!!! כ'געדענק שוין נישט די נאמען...אבער ס'איז א געלע באטל, און ס'האט א פיקטשער פון א פיס, מיט א רויעך ארום...עפעס אזוי...עניוועי..ס'א מעכטיגע ספרעי...

און נישט קיין ווינדער פ"וו ליפא'לע איז געווען אזוי אויסן אז "פיס שמעקער" זאל זיך אזאנס איינהאנדלען, ווייל ער איז געשלאפן אין איין באנק בעט מיט פיס' וגומ'....און בעצם הלילה פלעגט זיין זיסע שלאף צושטערט ווערן פון מעכל'ס אבנאטירליכע פיס-פליקערייען...מעכל האט זיך געהויבן ווי א ספוטניק, קודם פלעגט ער אריינקראצן איין פיס אין צוייטן, ווייל מיט די הענט האט ער מורא געהאט, אז זיי וועלן גיין צו שארף , און גלייך ספויעלן די פיס...ער האט נישט געוואלט אז די הויט זאל זיך תיכף אויפרייסן ....ער האט עס קודם געוואלט אינדזשויען....כאטש ער האט געוויסט אז ס'גייט עווענטועל געשעהן.

ער האט ווי נישט ווי געהאפט אז זיי וועלן זיך נישט צובליטיגן ...וואס טוה איך סך הכול?? כ'רייב סלאולי אריין די פערשט פון די לינקע פיס , אריין אין די רעכטע פלאך...סאו לכאורה גייט גארנישט געשעהן פאטאל...פיין !! ריכטיג אז ס'וועט צוביסלעך שטערקער און שטערקער. אבער כ'ווייס ווען צו סטאפן....איך האב די קוראזש צו זאגן 'ניין'..ווען כ'וויל...נאר יעצט וויל איך נאך נישט ....

אלזא די ערשטע פאר מינוט איז נאך דאס גענוג געווען ...מיט א וויילע שפעטער האט ער אבער געפילט אזא דראנג אים אריינצוקראצן אין זיידן תרח אריין!! ווייל ס'האט אזוי געביסן און געקיצלט...אז ער האט אריינגעשייערט די פיס אין די מאטראץ, דערנאך אין די אייזערנע פרעים ארום די בעט...ווען דאס איז שוין אויך נישט געווען גענוג, זיך גענימען צו די אפענע שאפע-טיר וואס איז סטאנציאנירט געווען נעבן די בעט...

און ליפא'לע ליגט זיך נעבעך אונטן ....און קען נישט פארמאכן א אויג...ער איז וואך ווי פורים נאכמיטאג..און די שארפע גרוך פון אויבן שניידט אים אריין אין די נאז לעכער....אזא ריח...קען דאך אפ' א פארחלשט'ן יו"כ נאכמיטאג דערמונטערן....די אלטע בעט נאך פון די מלחמה יארן, האט געקריצעט און געריזשעט.....געפיפן און געסקריפעט.....ס'האט אויסגעזעהן ווי ס'גייט זיך אין ליאדע מאמענט צוזאמלייגן ווי א הויפ'ן קארטן...

פון די דערנעבנדיגע בעטן האבן זיך שוין נאך אפאר קעפ אנגעהויבן ארויסשטעקן....און שישקעראציעס האט פון דא און דארט....מתחיל געווען צו פארנעמען דעם חלל...ס'האט אויסגעקוקט ווי נאך א מינוט און ס'וועט ווערן דא הויעך יו"ט...

מעכל האט נאר געוואלט צוענדיג...ווייל דא איז געווען די קלימאקס....נאך איינס ...און נאך איינס ....און יעצט די לעצטע!!!

א רייב! א רייב!! א רייב!!! א רייב!!!! א רייב!!!!! א רייב !!!!!! א רייב!!!!!!!

און ער האט געזעהן אז דאס איז עס א האלבע באנק זענען שוין אין די כלים...און ליפא'לעס נאז פאלט שוין אט אט אראפ....
ער לויפט אראפ פון באנק בעט...אריין צו די טוילעט'ס קארידאר...און ער שטעלט זיך אראפ ביים שוועל..
די שוועל איז געווען געמאכט פון אזא סארט גאלדענע אייזן מיט שפיצן פון די זייטן...וואס דאס האט עס געמאכט פאר א פערפעקט פלאץ ...צו אויסקראצן א פיס....אבער מצד שני זענען די שאנסן געווען פילפאכיג גרעסערע פאר א בלוטיגע רעאקציע פון די פיס....
אבער ווער טראכט יעצט פון דעם???? ווער האט די קאפ צו קלערן איבער די גאנצע קומענדיגע וואך וואו ער וועט קוים קענען שטעלן א טריט....ער וועט מוזן גיין אויף די הענט...ווייל פון גיין אויף די פיס קען ער פארגעסן..

די פינגערס וועט ער ברויכן ארויף בייגן, און טרעטן נאר אויף די אינעווייניגסטע טייל פון די פיס פלאכן...צוליב וואס ער האט דעם פינקי'ן אזוי צוריסן נעבעך אז ער בליטיגט דאך אוועק......
מעכל'ס פיס האבן זיך געריקט אויף די שוועל אהין און צוריק ....ווי א אויגנבליק!!! ממש אזוי ווי א ווינט מיהל...זזשמממ....זזששמממ...זזששמממ...זזששמממ....

מעכל האט מער נישט געקענט!!! ער האט געמוזט איינשפאנען די הענט צו דער ארבעט. מיט די לינקע האנט האט ער פעסט און שטארק צוגעהאלטן די פינקי פון די רעכטע פיס...אז ער זאל זיך נישט וואגן צו אנטלויפן..און מיט די רעכטע האנט די איבריגע פינגערס..און אזוי האט ער די אגודל פון די רעכטע אריינגעשמאגלט פלינקערהייט.....מיט א משוגענע שנעלקייט...אריין און ארויס - צווישן די צוויי לעצטע פינגערס פון די פיס...און געווענליך האט ער מקפיד געווען אז ס'זאל גיין מיט איין אטעם....

סאו וואו האב איך געהאלטן ? יא! אצינד אין מקווה פלעגט ער קראצן ..אסאך מער ערוואקסענער...מער מיט פערפעסיאנאליטעט...און דערביי האט ער געקענט געשמאק פארברענגען ...מיט די נטבלים אינעם בור...ער פלעגט טאקע פיהל מאל פארקלאצט ווערן פאר א מינוט , אבער דאס איז געווענליך געווען ווען ער האט משום איז סיבה שהוא, געדארפט הייבן די ספיד פון די קראצעראציע מעכאניזם...און א מינוט דערנאך איז אלעס צוריק געווען ווי נארמאל.

שפעטער ביים זיך אנקליידן, פלעגט ער אויך שטיין אזוי גלייכגילטיג מיט די דבר יום ביומו אין די הענט..נאך דריי פערטל נאקעט... און מיט א קאלטע עזות...און פראנט פון יעדעם איינעם האט ער געסקרעיפט זיינע צופליקטע פיס אין די שטעכעדיגע קארפעט אויף די מקווה באלאטעס!!

אזא מין געמיינער יונג...כ'מיין וואו איז דאס געהערט געווארן?? און ער האט נאך איינגעטיילט טוירנס...געשערט שיפט'ס...יעצט די רעכטע ...און יעצט די לינקע...עטליכע מינוט פאר ביידע....

גייט איך צו אים צו ...און כ'זאג אים אז כ'האב געהערט עטליכע עצות דערקעגן..
עפעס א בליטש פאטענט ...מיט אנאנדערע ארגענאו מיטל...איך זאג אים ביי די וועי צו גיין פאר די צווייטע ..ס'איז בדוק ומנוסה....!! עניועי..כ'האב אים איידל געזאגט אז ס'פאסט נישט זיך צו קראצן אין א מקווה...אויב עפעס זאל ער עס מאכן אין ביהמ"ד..אדער אין קאווע שטוב – וואו ס'איז דא כאטשיג א קאווע גערוך צו ערזעצן די דאזיגע פארסמ'טע לופט...

אבער הערטס נאר וואס דער עז פנים ענטפערט מיר!
נא ס'גוט ...כ'קראץ עס נישט געווענליך...נאר פשוט יעצט, אין מקווה ווייסטאך...ס'איז הייסע טעג...די עולם שמועסט....

יא יא יא !! זיין באבנ'ס גויטע זאל ער גיין פארקויפן תורות לאקשן!!! ער קראצט ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן !!! פשוט און גראד....זיין פיס קוקט אים אויס ווי א שטומפיג שטיקל האלץ ...ווייל ער האט נישט קיין כח המעצר....דעטס איט....דאט!!!
זאל ער זיך איינהאלטן פאר צוויי וואכן...קויפ'ן לעדערנע שיך!! עס אויסטוהן אינדערהיים . בכל עת מצוא...אפטריקענען גוט די רגלים נאכן מקווה!!... טוישן זאקן יעדן טאג!! און אפ' פעמיים ביום....זאגן שיר השירים פערציג טעג....האבן א כח המעצר....זאגן לא מיט אן אלף....וועט עם אים שוין גארנישט קראצן....ער העט אפ' נישט האבן קיין צייט צו קראצן ...קראצן קומט פון ליידיגגייען...
הערטס צו
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 04, 2023 12:32 am

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערטס צו »

רימון גראפיק האט געשריבן:
א שנעלע גוגל סירטש ווייזט אז עס ארבעט און ברענגט גאר שטארקע רעזאלטאטן אן קיין סייד עפעקס. עס לויפט היפש טייער און די געגנט פון א טויזענעטער (אינשורענס קאווערט נישט)
און העלפט פאר אייביג?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

לויט גוגל סוירטש נישט...
עס איז נישטא קיין איינמאל פאר אלעמאל עצה.

לעצטנס איז געווען אדווערטייזט אין די מאנסי וויו די לעיזער טריעטמענט, כ'האב זיי געפרעגט ביי אימעיל די פרייז און פראצעדור, האבן זיי געזאגט $600 פאר איין פוס, 900 פאר ביידע. עס נעמט עטליכע חדשים, מען דארף אראפגיין 4 מאל אינצווישן.
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

NONYX Nail Gel, a Toenail Fungus Treatment that Clears out Fungus by Removing Keratin Debris where Nail Fungus Grows, 90% of Nails Improve, 4 fl oz
Brand: NONYX
איך האב דעס געקויפט אויף עמאזאן נאך טרייען אלעס גארנישט האט געהלפען איך ניץ דעס שוין בערך דריי חדשים אין איך זע א גרויסע שינו לטובה
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דבר בעתו… לעצטנס אנגעטראפן א אומבאטעמטן אורח אויף די פינגערס.
גייט מען טרייען דאס לעצטע, האפטנליך וועט דאס העלפן. און אניש וועט מען צוריק גיין בלאט נאך בלאט. וויזוי זאגט יענער באבא, איך האב גענוג סגולות די שאלה איז צו דו האסט גענוג טשיקן…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

קעפל געטוישט???
מען ברוכט טוישן פיס...
(עטליסט די זאקן...)
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 22, 2023 3:29 am
לויט גוגל סוירטש נישט...
עס איז נישטא קיין איינמאל פאר אלעמאל עצה.

לעצטנס איז געווען אדווערטייזט אין די מאנסי וויו די לעיזער טריעטמענט, כ'האב זיי געפרעגט ביי אימעיל די פרייז און פראצעדור, האבן זיי געזאגט $600 פאר איין פוס, 900 פאר ביידע. עס נעמט עטליכע חדשים, מען דארף אראפגיין 4 מאל אינצווישן.
וואס איז די סוקסעס רעיט?
Scanner
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:51 pm

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Scanner »

קען זיין מען האט שוין גערעדט דערפון , איך האב יעצט דא אריינגאבלאדזענט, עס איז דא א עצה פאר פאנגיס נעיל בדוק בדוק ומנוסה, עס הייסט jubala עס איז לייקוויד וואס מען שמירט ארויף, די פראבלעם איז א די דאקטוירם האלטען עס נישט ביים פעסקרייווען ווייל זיי גלייבען און די פילן, און נעמען שווארצערהייט פון א פארמעסי איז אויך נישט קיין עצה ווייל א קליין באטעל קאסט $800 , ממילא איך ווייסט דאקטוירם וואס געבען עד ארויס גרינגער ממילא מען קען מיר אישינען איך וועל פרובירען צו העלפען
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

שוין,
וואס טוט זיך למעשה, האט איינער דא א עצה וואס האט געארביט פאר פאנגוס אויף דער פיס/הענט נעגל?
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

שוין פרובירט אלעס און עס קומט כסדר צירוק
די איינציקע זאך וואס האט יא געארבעט איז אויסטאן די שיך רוב טאג און טוישן שיך און זאקן אפטער
פאנגוס קען נאר וואקסן אין ווארעמע פלעצער ווי די זון שיינט נישט
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
באבדענלי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 7:01 pm

Re: אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבדענלי »

ס'געווען צוויי וואכן צוריק אן אינטערוויא אין מאמענט מיט א פיס דאקטער, זאגט ער דארט אז די בעסטע עצה פטדר צו ווערן פון פאנגוס איז גיין מיט קראקס אין מקוה
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”