נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

בן טוב
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:39 pm
רוממה האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 6:35 pm
די סטעיט דעפארטמענט האט באנייט דאס באנייאונג פון פאספארטן אנליין.
אין 2021 האט עס די DOS אויספראבירט אין די Alpha שטאפל, א טעסט וואס האט אנגעהאלטן ביז אין מארטש 2023. יעצט איז עס ווידער געעפנט געווארן אין די Beta שטאפל.

Pass.jpeg
טעסט רעזולטאטן? פאזיטיוו!
די Beta טעסט פאזע איז אריבער מיט סוקסעס ווען ארום 200,000 האבן גענוצט די דיגיטאלע מעגליכקייט דורכאויס די צייט. יעצט איז די באקוועמליכקייט אפן פאר אלע פאספארט באזיצער

DHS state.jpg
בה
מיר האבן געהאט די זכי' צו זיין א חלק פונעם טעסט...
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10079
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

@רוממה א געשמאק געווען צו ליינען. אונז זעמיר גרייט אויף חלק ב!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5386
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה!!!! דו ביסט דעלישעס צו ליינען, יישר כח!

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5463
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 9:07 pm
זונטאג סך הכל.jpg

א פרייליכן זונטאג טייערע אידן פון איבער די גאנצע וועלט (אויסער אין אינדיע וואו ס'איז שוין מאנטאג...)וואס האלטן מיט די אפדעיטס אין די אוויאציע ווינקל!
אהא.
9:07 PM (ווען א האלבע וועלט האלט שוין דעם פרישן טאג)
און דער באליבטער רוממה זאגט אז נאר אין אינדיע איז שוין מאנטיג...
(געמיינט מנסתם יאפאן ווארום סדא פלענטי לענדער וואס הייבן אן דעם פרישן טאג ביפאר אינדיע - כמאך אפט דעם נאמען טעות)
אלא מאי.
ווען ער האט אנגעהויבן דעם ארטיקל ווען נאר אין אינדיע איז שוין געווען מאנטאג - ארום 11.00 אזייגער זונטאג צופרי דאהי - און גע'ענדיגט 9:07 נאך מעריב...

יישר כח @רוממה אייוועלטס אוויאציע קארעספענדאנט
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (104.03 KiB) געזען 2899 מאל

א דאנק פאר אלע וואס האבן געלייקט חלק א' - אמעריקאנע נייעס , אצינד וועלן מיר אריינווארפן די קרישקעלעך וואס טוען זיך אפ אין די אלוועלטליכע מארקעט.

וועלטליכע נייעס

אוויאציע רעגולירער אלוועלטליך פאלגן נאך אן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט מיט א A350-1000 פון Cathay Pacific
אום סעפטעמבער 2 האט א פליגער זיך געהאלטן אינמיטן הייבן פון האנג קאנג, ווען אינעם קאקפיט איז אנגעקומען א מודעה דורך אן אלארם אז ס'זעהט אויס אז - פונקט ווי אין ברסלב - ברענט א פייער אין איינע פון די ענדזשינס.
נאכן זיכער מאכן אז - פונקט ווי אין ברסלב - רעדט זיך עס נישט פון א פיזישע אש אוכלה נאר פון עפעס א זאך וואס טריגערט דעם פייער ווארענונג, האט מען געמאכט אביסל הקפות אין די לופטן כדי צו פארלירן אפאר פונט, און זיך אומגעקערט קיין האנג קאנג.
נאכן אינספעקציעס דורך די ארטיגע פארשער, זענען זיי געקומען צו די מסקנא אז די גורם איז געווען א פעלערהאפטיגע פייפ וואס האט זיך איבערגעבראכן אינערהאלב דעם ענדזשין.
די אייראפע'אישע EASA האט איבערגעליינט די האנג קאנג'ישע באריכט, און אויסגעדרוקט זייער מיינונג אז די פראבלעם האט זיך מעגליך געשאפן דורך א אומריכטיגע רייניגונגס פראצעדור פון די עראפלאנ'ס מאטארן, און דירעקטירט אלע עירליינס וואס פארמאגן די ספעציפישע Trent XWB ענדזשינס אויף זייערע A350-1000, איבערצוקוקן די פייפס און טוישן די רייניגונג מעטאד.
---
לופטהאנזא באטראכט זיך ארויסצוציען, אדער לכה"פ שניידן, פון די כינעזע מארקעטצוליב די הויכע קאסטן פון אויסמיידן די רוסישע לופט רוימען.
דאס גייט נאך די "טרענד" פון בריטיש און ווירדזשין וואס האבן זיך גענצליך ארויסגעצויגן פון כינע, און אנדערע אמעריקאנע און אייראפע'אישע לופטליניעס וואס האבן געשניטן די frequency פון וויפיל פלייטס זיי שטעלן צו קיין זשימפינגלאנד.
ס'איז ווערד צו באמערקן, אז די כינעזער זענען העכסט-צופרידן מיט אזעלכע זאכן, ווייל זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו פארן איבער רוסישע טעריטאריע און זיי קעשן איין די מערב-וועלט צוימונגען צו פארברייטערן רוטס און ארויפשרויפן פרייזן (א שטייגער ווי אל-על טוט אין זייער מארקעט).
---
עלטערן פון א 14 יעריג מיידל האבן געשטורעמט קעגן בריטיש עירוועיסאין די ענגלישע מידיא, נאך וועס די עירליין האט לעצט-מינוטיג געטוישט די assigned געיט אויף א פלייט פון פראנקרייך אהיים קיין ענגלאנד, און דאס קינד איז הינטערגעבליבן ווארטן ביים געיט וואס איז געשטאנען אויף איר באורדינג פאס! (מיר האבן באריכטעט עפעס ענליכס פאריגע וואך)
די עלטערן זאגן אז נישט בלויז האט די עירליין געהאנדלט אומ'אחריות'דיג אינדערצייט וואס זיי האבן געוואוסט אז דאס קינד איז שוין אריבער סעקיורעטי און ס'וואלט נישט שווער געווען זיך פארצושטעלן אז זי איז ווארשיינליך ביים ארגינעלן געיט. נאר ווען זי האט געכאפט איר טעות - לאנג נאך די פליגער איז שוין אפגעפלויגן - און געפרעגט די מאנשאפט, האט מען איר באוואשן מיט טענות פארוואס זי איז נישט אנגעקומען צייטליך און אויפגעהאלטן די פליגער.
אבער ס'גייט נאך מער פון דעם. ווען די עלטערן האבן אריינגערופן BA צו מסדר זיין א נייע פלייט, האבן זיי עס בשום אופן נישט געוואלט צושטעלן אומזינסט, נאר פארלאנגט כסף מלאבסך £1,200! בלויז נאכן זיך בעטן פאר א וויילע האבן זיי ערהאלטן א אויסנאמליכע הנחה אראפ ביז £680
ווער ס'נוצט דרכי נועם ווייסט שוין פון לאנג די מעסעדזש: אין קיין שום פאל זאל מען נישט שיקן יונגלעך בחורים אדער מיידלעך אליין...
---
א פילאט פון בראסעלס עירליינסאיז ארעסטירט געווארן ביים נוצן א פאלשע פאספארטאיידערן (וועלן) ארויפשטייגן אויף א פלייט ארויס פון בראסעלס.
דער פילאט - וואס באזיצט א לעגיטימע וואלידע בעלגישע פאספארט - האט ווי עס שיינט פשוט געוואלט מאכן א סטעיטמענט אין פראטעסט קעגן ארטיגע אימיגראציע פאליסיס פון וועלכע פילאטן זענען זייער פרוסטורירט און פירן א מערכה דערקעגן. אבער אנשטאטן אננעמען דעם פראטעסט און זאגן "אקעי, יעצט געב מיך די עכטע", האט מען אים געשיקט אין א פלאץ וואו מ'קען רואיג אריינגיין אן קיין אידענטיפיקאציע בכלל: ניו יארק! אממםםם.... סארי, דזשעיל!
---
אינדערצייט וואס מיר האבן געמיינט אז גלאובעל עירליינס - די געפלאנטע בלויז-A380 לופטליניע - איז געווען א קורץ-טערמיניגע חלום פון וועלכע איינער האט זיך שוין אויפגעוועקט, האט די CEO געמאלדן אז זיי האבן שוין גענומען א טריט נענטער צום ערעפענונג, דורכן שליסן א קאנטראקט מיט א מעינטענענס קאמפאני וואס וועט זיך אפגעבן מיט זייער פלאטע'ס געברויכן.
אין אנדערע ווערטער, ער האט זיך נאך נישט אויפגעוועקט...
---
בריטישע גרעניץ וועכטער אין היטראו לופטפעלדהאבן ארעסטירט א מאן פונעם שטאט Leeds וואס האט זיך אומגעקערט פון טיילאנד ריייזנדיג מיט זיינע צוויי קינדער.
א טאילאנדישע נסיעה מיט די פאמיליע איז גאנץ א שיינע זאך, אבער ווען מ'ברענגט אהיים אלס אן אנדענק עטליכע רענצלעך אנגעשטאפט מיט דראגסאיז עס שוין נישט אזוי שיין...
דער פארברעכער האט זיך ארומגעטראגן מיט 160 פעקלעך פון די ביטערע גראזן צושפרייט אין זיינע 5 רענצלעך. איינע פון די רענצלעך זענען געווען אונטער איינע פון זיינע קינדער'ס נאמען!
ביזנעס גערעדט, ער האט געשלעפט א וואג פון ארום 100 קילא פון אומלעגאלע געווירצן וואס וואלט געקענט הייבן די בריטישע GDP מיט סעילס פון ארום א מיליאן בריטישע פונט!
זעהט אויס א די קאנאביס אינדוסטריע אין טאילאנד איז שטארק, ווייל אפאר טעג פריער האט זיך א געוועזענע בריטישע סאקקער-שפילער אויך צוריקגעקערט מיט פעקלעך פון די פארבאטענע סחורה אין ווערד פון ארום ששים רבוא פונט.

א דאנק פארן ליינען, נאך א גרעסערע פארן לייקן!
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5386
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א דאנק פאר דיין הומאריסטישע פעדער.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10079
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איין לייק איז נישט געווען געניג. כ’האב געזוכט נאך יעדן וואו מ’קען לייקן דערויף...

אפשר קען מען טאקע עפעס אויסארבייטן צו לייקן אפאר מאל?...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אלטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:37 pm
איין לייק איז נישט געווען געניג. כ’האב געזוכט נאך יעדן וואו מ’קען לייקן דערויף...

אפשר קען מען טאקע עפעס אויסארבייטן צו לייקן אפאר מאל?...
איך האלט ווי דיר...
אפשר וועל איך טאקע אויפהערן צוטיילן די זונטאג סך הכל'ס און מאכן יעדע פאר א עקסטערע תגובה אז מ'זאל עס קענען לייקן עקסטער
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5463
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:49 pm

שיק אריין פאר @אלטער ן דעם לינק (פאר ווער סהאט א איבערפלוס פון דאנקבארקייט)
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

Borrower האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 10:39 am
רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:49 pm
אלטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:37 pm
איין לייק איז נישט געווען געניג. כ’האב געזוכט נאך יעדן וואו מ’קען לייקן דערויף...

אפשר קען מען טאקע עפעס אויסארבייטן צו לייקן אפאר מאל?...
איך האלט ווי דיר...
אפשר וועל איך טאקע אויפהערן צוטיילן די זונטאג סך הכל'ס און מאכן יעדע פאר א עקסטערע תגובה אז מ'זאל עס קענען לייקן עקסטער
שיק אריין פאר @אלטערן דעם לינק (פאר ווער סהאט א איבערפלוס פון דאנקבארקייט)

אלטער האט שוין אויסגעדרוקט זיין הכרת הטוב דארט
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:57 pm
זונטאג סך הכל.jpg

וועלטליכע נייעס

אוויאציע רעגולירער אלוועלטליך פאלגן נאך אן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט מיט א A350-1000 פון Cathay Pacific
אום סעפטעמבער 2 האט א פליגער זיך געהאלטן אינמיטן הייבן פון האנג קאנג, ווען אינעם קאקפיט איז אנגעקומען א מודעה דורך אן אלארם אז ס'זעהט אויס אז - פונקט ווי אין ברסלב - ברענט א פייער אין איינע פון די ענדזשינס.
נאכן זיכער מאכן אז - פונקט ווי אין ברסלב - רעדט זיך עס נישט פון א פיזישע אש אוכלה נאר פון עפעס א זאך וואס טריגערט דעם פייער ווארענונג, האט מען געמאכט אביסל הקפות אין די לופטן כדי צו פארלירן אפאר פונט, און זיך אומגעקערט קיין האנג קאנג.
נאכן אינספעקציעס דורך די ארטיגע פארשער, זענען זיי געקומען צו די מסקנא אז די גורם איז געווען א פעלערהאפטיגע פייפ וואס האט זיך איבערגעבראכן אינערהאלב דעם ענדזשין.
די אייראפע'אישע EASA האט איבערגעליינט די האנג קאנג'ישע באריכט, און אויסגעדרוקט זייער מיינונג אז די פראבלעם האט זיך מעגליך געשאפן דורך א אומריכטיגע רייניגונגס פראצעדור פון די עראפלאנ'ס מאטארן, און דירעקטירט אלע עירליינס וואס פארמאגן די ספעציפישע Trent XWB ענדזשינס אויף זייערע A350-1000, איבערצוקוקן די פייפס און טוישן די רייניגונג מעטאד.

ליינענדיג דאס, האב איך מיך דערמאנט פון מיינ'ס אן אלטע באריכט דא:
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:00 pm
2023 דובאי עיר-שאו
...

דאסמאל נישט קיין ארדער: עמירעיטס' וואויל-באקאנט-פאר-זיינע-אומגעצוימטע-סטעיטמענטס פרעזידענט, טים קלארק, זאגט אין א סטעיטמענט אז די רוילסרויס טרענט XWB, די איינציגסטע ענדזשין אפציע פאר די 350-1000 וועריערנט, איז "דעפעקטיוו" און אז דאס איז די סיבה פארוואס די עירליין האט נישט באשטעלט די דאזיגע מאדעל וועריענט. (די 900 וועריענט איז ערווארטעט צו ווערן דעליווערט צו עמירעיטס אין 24').
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

nodeJS האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 2:59 pm
רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:57 pm
ליינענדיג דאס, האב איך מיך דערמאנט פון מיינ'ס אן אלטע באריכט דא:
nodeJS האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:00 pm
דאסמאל נישט קיין ארדער: עמירעיטס' וואויל-באקאנט-פאר-זיינע-אומגעצוימטע-סטעיטמענטס פרעזידענט, טים קלארק, זאגט אין א סטעיטמענט אז די רוילסרויס טרענט XWB, די איינציגסטע ענדזשין אפציע פאר די 350-1000 וועריערנט, איז "דעפעקטיוו" און אז דאס איז די סיבה פארוואס די עירליין האט נישט באשטעלט די דאזיגע מאדעל וועריענט. (די 900 וועריענט איז ערווארטעט צו ווערן דעליווערט צו עמירעיטס אין 24').

וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן פון וואספאר דיפעקטס ער האט דעמאלטס גערעדט און וואס ס'איז פשט אז מ'האט נישט גענומען ערנסט זיינע ווערטער
אגב, איך האב דורכגעליינט די גאנצע באריכט דארט און אויך די באריכט פון די פאריזע שאו, כ'האב זייער הנאה געהאט! אפשר קען מען דיך האבן דא מיט אזעלכע אנאליזן לכה"פ מפעם לפעם? (הלואי אפטער)
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

צוויי פארוואונדעט אויף יונייטעד פליגער פארמישט אין סעיפטי אינצידענט
די FAA פארזיכערט אז ס'איז נישט געווען געפארפול

צוויי זענען פארוואונדעט געווארן ווען א יונייטעד 757 האט געמאכט א פלוצלינגדיגע מאנואווערע זייענדיג אויף approach צו סאן פראנציסקא.
ס'האט פאסירט ווען די פילאטן האבן באקומען אן אלערט דורך די TCAS סיסטעם (אן אויטאמאטישע ווארענונג מעכאניזם אינסטאלירט אויף יעדע פליגער) אז א צווייטע פליגער איז נאנט צו זיי און זיי מוזן פארשטייטערן די ספיד אויסצומיידן א קראך. אין רעאקציע האבן די פילאטן שארף גענידערט די פליגער'ס שנעלקייט שאפנדיג א כמו שארט-סטאפ געפיל פאר די רייזנדע.
צוליב די עפעקט פונעם פלוצימ'ע מאנואווערע זענען צוויי פאסאנדזשירן צוקלאפט געווארן און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן לאנדונג (וואס דען? פארדעם?!).
לויט די עירליין איז איינער פון די צוויי נישט געווען איינגעבינדן אינעם זיץ-פאסיק, טראצדעם וואס די סיעטבעלט-סיין איז געווען באלאכטן יענסצייט.

אין די מידיע ווערט די געשיכטע אפגעמאלן אלס אן אלארמירנדע near-miss אינצידענט, אבער באמת איז עס נישט אזוי שרעקעדיג, ווי אן FAA ווארטזאגער געבט צו ערקלערן אז די פליגערס זענען דורכאויס די גאנצע צייט געווען אין א safe distance מער ווי די מינימום פארלאנגט לעגאל. נאר די TCAS האט רעאגירט צו א פאטענציאלע געפאר וואס האט זיך דערנענטערט.

טראצדעם וואס פיל צייט איז שוין פאריבער זייט ס'איז געווען א "טרענד", טוט יעדע "יונייטעד SFO" העדליין כאפן מיין אויג

United SFO.jpg
United SFO.jpg (179.54 KiB) געזען 1461 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איין tire פון אן Aerolíneas Argentinas פליגער האט נישט אויסגעפאלגט די אנווייזונגען, נאר זיך אוועקגערוקט פון פלאץ נאכן לאנדן נאך איידער די סיעטבעלט sign איז געווען אויסגעלאשן
די אינצידענט האט נעכטן פאסירט מיט א 737 פון די לאנד'ס הויפט עירליין וואס האט געלאנדעט אין א לופטפעלד אינעם הויפטשטאט בוענאס איירעס
די פליגער האט נאך געקענט ווייטער פארן אן די איינע רעדל, און זיך אראפגערוקט צום זייט פון די ראנוועי כדי נישט צו שטערן די טראפיק, און שטייט נאך יעצט דארט אינדערצייט וואס מ'פארשט די אינצידענט. כ'האף אז די פאסאנדזשירן זענען שוין אראפגעפירט געווארן...

Wide.jpg
Wide.jpg (71.43 KiB) געזען 1020 מאל
Close.jpg
Close.jpg (102.53 KiB) געזען 1020 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

באואינג האט גענצליך אפגעשטעלט פראדוקציע און אסעמבלי אויף די 737 פליגערס נאך וואס די יוניאן פון זייערע מעכאניקער האט פאררופן א ביטול מלאכה אין די טעג
דאס איז שלעכטע נייעס פאר די קאמפאני, ווייל זיי שטייען שרעקליך הונטערשטעליג מיט ארדערס, און פראדוקציע איז שוין סייווי פארשטייטערט געווארן אויפן פארלאנג פון די FAA
די דראנג וועט זיי ווארשיינליך צווינגען צו זיין ווייכער ביים פארהאנדלונגס טיש, און די ארבעטער קענען ארויסקוועטשן בעסערע קאנסעסיעס

strike.jpg
strike.jpg (110.63 KiB) געזען 1002 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א לעגאלע אקטיוויסט מיטן נאמען Benjamin Edelman האט אריינגעגעבן א אפיציעלע באקלאגעניש צו די DOT אויף אמעריקען עירליינס, צוליב דעם וואס זיי אדווערטייזן אז מיט זייער קרעדיט קארטל באקומט מען First Checked Bag Free, אבער אין פאקט ערהאלט מען נאר די בענעפיט אויף דאמעסטיק פלייטס
ער שרייבט אז די זאך האט אים געכאפט ווען ער איז געזעצן אויף א פליגער, און מיטגעהאלטן ווי די עירליין טוט אגרעסיוו אדווערטייזן די קרעדיט קארטל, אזש ביזן אנפירקלען יעדע נעפקין וואס ווערט פארטיילט אויפן פליגער מיט די promotion. אבער וואס די נעפקין דערציילט נישט איז אז דאס איז נאר אויף פלייטס אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן
איך ווייס נישט וואס ער האט פון די באקלאגעניש, איך גלייב נישט אז ער וועט באקומען געלט דערפון, און ווארשיינליך וועט אמעריקען נישט דארפן צאלן קיין שטראף אויף אזא מיסברויך. די איינציגסטע די טראנספארטאציע דעפארטמענט קען זיי לכאורה צווינגען צו צאלן, איז א פעקל נייע נעפיקנס...

אויף דעם איז די אויסדרוק: געמאכט אן אישו פון א טישו...

די אפיציעלע קאמפלעינט

s-l1200.jpg
s-l1200.jpg (145.23 KiB) געזען 918 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5463
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:16 pm
א לעגאלע אקטיוויסט מיטן נאמען Benjamin Edelman האט אריינגעגעבן א אפיציעלע באקלאגעניש צו די DOT אויף אמעריקען עירליינס, צוליב דעם וואס זיי אדווערטייזן אז מיט זייער קרעדיט קארטל באקומט מען First Checked Bag Free, אבער אין פאקט ערהאלט מען נאר די בענעפיט אויף דאמעסטיק פלייטס
ער שרייבט אז די זאך האט אים געכאפט ווען ער איז געזעצן אויף א פליגער, און מיטגעהאלטן ווי די עירליין טוט אגרעסיוו אדווערטייזן די קרעדיט קארטל, אזש ביזן אנפירקלען יעדע נעפקין וואס ווערט פארטיילט אויפן פליגער מיט די promotion. אבער וואס די נעפקין דערציילט נישט איז אז דאס איז נאר אויף פלייטס אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן
איך ווייס נישט וואס ער האט פון די באקלאגעניש, איך גלייב נישט אז ער וועט באקומען געלט דערפון, און ווארשיינליך וועט אמעריקען נישט דארפן צאלן קיין שטראף אויף אזא מיסברויך. די איינציגסטע די טראנספארטאציע דעפארטמענט קען זיי לכאורה צווינגען צו צאלן, איז א פעקל נייע נעפיקנס...

אויף דעם איז די אויסדרוק: געמאכט אן אישו פון א טישו...

די אפיציעלע קאמפלעינט

s-l1200.jpg
שטייט דארט טורמס עפליי... - דער גייט נישט אי נערגעץ
#מיין מיינונג
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דעלטא און SAS האבן אונטערגעשריבן א קאודשעיר אגרימענט וואס פארברייטערט די אפציעס פאר ביידע צדדים צו אפפערן פאר זייערע קאסטומערס מער רוטס
דאס קומט עטליכע וואכן נאך וואס SAS האט זיך אנגעשלאסן אין די סקייטיעם אלייענס וואו דעלטא איז אויך אנגעשלאסן

SAS DELTA.jpg
SAS DELTA.jpg (51.45 KiB) געזען 859 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רויטערס באריכטעט אז א בראזיליאנע קארגא און טשארטער עירליין באטראכט צו באשטעלן 4 פון די כינעזע C919 פליגערס .
אויב די עירליין - Total Linhas Aereas - וועט טאקע שליסן אזא דיעל, וועט עס זיין די ערשטע עירליין אן קיין כינעזע פארבינדונגען צו באשטעלן דעם מעיד-אין-טשיינע פראדוקט.
די לופטליניע זאגט אז זיי טוען עס אן קיין צווייטע ברירה, ווייל ארדערס וואס מ'געט יעצט אריין אויף די A321neo און די 737MAX באקומען לכתחילה א דעליווערי דאטום פון לכה"פ 10 יאר ארום!
די רעגירונג פון בראזיל זאגט אז זיי האבן קאמיוניקירט מיט די עירליין איבער די ביזנעס-פלענער אבער וועלן נישט נעמען קיין שטעלונג ביז די עירליין באשליסט צוערשט צו זיי ווילן טאקע גיין ווייטער מיטן ארדער.

C919.jpg
C919.jpg (296.99 KiB) געזען 823 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

נעכטן האבן planes potters באמערקט די A350-900 וואס איז ערווארטעט צו ווערן דעליווערט בקרוב פאר עמיראטס, ווען מ'האט דורכגעפירט פלייט-טעסטס מיט איר אינעם עירבאס פעקטארי אין Toulouse, פראנקרייך
אין א געשמאקע צופאל, איז דאס געווען פונקט אינעם טאג וואס דער אוויאציע-מייסטער @nodeJS האט צוגעצייכנט זיינס א באריכט ווי ער האט דערמאנט אז די עירליין ערווארט די דעליווערי פון די A359ס

EmiratesA359.jpg
EmiratesA359.jpg (148.94 KiB) געזען 614 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די פעדעראלע פאליציי אין אויסטראליע (אזויווי די אמעריקאנע FBI) האבן ארעסטירט א פערשוין וואס האט גענוצט ראדיא דעווייסעס צו שטערן די ATC מיט צווישנרופן...
דער פארשוין האט גענוצט קאמיוניקאציע דעווייסעס און זיי אויסגעארבעט אויף א וועג אז זיי זאלן זיך קאנעקטן צו די frequency אויף וועלכע די פילאטן און קאנטראלערס קאמיוניקירן, און אזוי אריינגעשריגן פארשידענע שטותים סתם צו צומישן דעם שטן...
צווישן אנדערס האט ער אין איין פאל אנגעזייט כאאס, דורכן אריינשרייען "מעידעי" - דאס איז די סיגנאל ווען אן עראפלאן איז אין א עמערדזשענסי געפאר
לויט עקספערטן קען אים ערווארטן א מאקסימום פון 27 יאר אין טורמע

די פאליציי האט ארויסגעשטעלט עטליכע בילדער פון די פריוואטע control tower וואס ער האט אויפגעשטעלט ביי זיך אין צימער
Image two.jpg
Image two.jpg (161.8 KiB) געזען 590 מאל
Image four.jpg
Image four.jpg (258.33 KiB) געזען 590 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
אין איין ווארט
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 31, 2022 11:05 am
לאקאציע:ספעיס

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין איין ווארט »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:57 pm
די פעדעראלע פאליציי אין אויסטראליע (אזויווי די אמעריקאנע FBI) האבן ארעסטירט א פערשוין וואס האט גענוצט ראדיא דעווייסעס צו שטערן די ATC מיט צווישנרופן...
דער פארשוין האט גענוצט קאמיוניקאציע דעווייסעס און זיי אויסגעארבעט אויף א וועג אז זיי זאלן זיך קאנעקטן צו די frequency אויף וועלכע די פילאטן און קאנטראלערס קאמיוניקירן, און אזוי אריינגעשריגן פארשידענע שטותים סתם צו צומישן דעם שטן...
צווישן אנדערס האט ער אין איין פאל אנגעזייט כאאס, דורכן אריינשרייען "מעידעי" - דאס איז די סיגנאל ווען אן עראפלאן איז אין א עמערדזשענסי געפאר
לויט עקספערטן קען אים ערווארטן א מאקסימום פון 27 יאר אין טורמע

די פאליציי האט ארויסגעשטעלט עטליכע בילדער פון די פריוואטע control tower וואס ער האט אויפגעשטעלט ביי זיך אין צימער
Image two.jpg
Image four.jpg
עניבאדי קען קויפן די ראדיאס וואס האבן אוויאציא frequency

אונז האבן מיר אויך אזא ראדיא (כ׳בין א באפער)
קום אין אישי אויב די ווילסט

🖥️ Custom software
🕸️Web Development
☁️Salseforce development

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”