טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

יצוו
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:17 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצוו »

Wow a1 האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 8:52 pm
tree האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 6:01 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 5:11 pm
tree האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:22 pm
איז דא א אפשען פון א אפיס פאון סיסטעם וואס קען ארבעטן מיט א סעל?
דורך אן עפפ יא
אן א עפפ?
איך ניץ רינג סענטראל, מען קען מאכן אז אלע קאלס זאלן זיך פאערן צו דיין פערזענליכע נאמבער.
אבער.
מען קען נישט ארויסקאלן פון די ביזנעס נאמבער.
די ווייסט נישט וועלכע מיסט קאל איז ביזנעס אבער פרעזענליך.
אויב די ניצט Business AT&T מיט RingCentral קענסטו זיי ביידע integrating אז דיין סעלל פאן זאל קענען ארויס קאלן פון די ביסנעס נאבער ווייל דיין סעלל ווערט א חלק פון די בוסנעס אזוי נאך אן עקסטענטען office@hand https://www.business.att.com/products/o ... -hand.html
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נאך אזויפיל אישיס און בקשות, וועל איך נעמען די צייט און שרייבן נאלעדש וועגן דעם פראדוקט וואס הייסט ביזנעס פאונס.
(פאר מיר איז עס השתדלות, און געלט געבט השי״ת. צוויי באזונדערע זאכן)

יעדע טרייט צו שפרינגען אין די ביזנעס פאונס ליין.
ווערייזאן, מייקראסאפט, עיטיענדטי, זאוהאו, וכדומה.
די פאקט איז אז די פראדוקט וואס זיי שטעלן צו איז ״זייער״ שוואך. זיי זענען אין די סעלפאון ביזנעס, ״נישט״ אין די PBX ביזנעס.

PBX איז די סאפטווער וואס הייבט אויף דעם קאל, שפילט א Greeting און געבט דעם אפציע צו דיילן 1, 2, וכדומה און נאכדעם קאנעקטן דעם קאל און שיקן קלינגען צו א פיזיקל פאון (אדער א עפפ, אדער ביידע, אדער קודם דאס, נאכדעם יענס, און אויב נישט דאס אין יענץ, טוה עפעס אנדערש)

צו בויען א PBX איז זייער סימפל. יעדער מיט אביסל פראגרעמינג וויסענשאפט, קען זיך אויפסעטן א סערווער, אדער אויף עמעזאן AWS צו ערגעץ אנדערש, ער קען אראפלאודן ״בחינם״ פרי סחורה וואס איז דא בנמצא אנליין, למשל איין שטארקע איידיע איז Fusion PBX און ער האט א PBX סאפטווער. בראוואו! איך וועל גיין נאך ווייטער, די גאנצע Fusion PBX (וואס געוויסע לאו קוואליטי פירמעס פארקויפן פארן עולם מיט ״גראבע״ פראצענטן פארן עידשענט, ווייל דער פראדוקט איז ביליג)
אבער עס איז געבויט אויף א אפענע בער ענד קאוד סיסטעם וואס הייסט Free Switch וואס יעדער קען נעמען בחינם open source און דעוולאפן א שיינע פראנט דעזיין (וואס אגב ״קיינער״ האט נאך נישט באוויזן) און שרייבן אייגענע געדאנקען מיט פיטשערס. און יעצט האט ער א ״אייגענע סיסטעם״ וואס נאר ער האט!
אזוי ווי מייקראסאפט עקסעס לאזט דיר בויען פראגראמען אויף די בעק ענד וואס מייקראסאפט שטעלט צו.

אבער, א גרויסע אבער, אויב מייקראסאפט האט נישט געוויסע קעפביליטיס, למשל, ס׳זאל זיין geo redundant
דאס מיינט סערווערס ארום אמעריקע און אויב איינס קראכט נעמט די צווייטע איבער, (א שמועס פאר זיך) דאן איז די פראגראם וואס מ׳האט אריינגעגאסן א מיליאן דערין ״לימיטעט״ מיט אזא וויכטיגע לייעביליטי!

די זעלבע איז מיט open source, free switch. די חברה וואס האבן עס געבויט האבן ״שיטות״… איך האב גערעדט מיט זיי. זיי זענען שרעקליך ברוגז אויף מייקראסאפט פארן בויען דעם מאסיוון ״טיעמס״ פראגראם. האבן זיי אזוי דעזיינט דעם free switch בעק ענד, אז ס׳זאל נישט ארבייטן מיט מייקראסאפט טיעמס!

היצטערט פירמע וואס האט געגאסן מיליאנען אין דעוועלאפן א פראנט ענד און האבן א אייגענע סיסטעם, זענען ״סטאק״ מיט זיך צושטעלן צום 2024 געברויכן.
נישט נאר איז free switch אלט און בעק-דעיטעד, נאר דע פירמע וואס בויעט דערויף, קען אנכאפן זייער גאנצע פראיעקט און בויען פון פריש ווייל די וועלט האט זיך געטוישט, און מ׳קען נישט יעדע נייע זאך ״צולייגן״ שפעטער. אויב איז עס א יסוד׳עסדיגע חלק פינעם פראגרעם, דארף מען בויען פון פריש פון סטעפ 1. דאס מיינט ווייטער אויפהאלטן א טייערע טיעם פון דעוועלאפער וואס גייען שרייבן פרישע קאוד.

יעדער ווייסט אז ווען מ׳שרייבט נייע זאכן גייט עס נישט ווי געפלאנט. ס׳איז דא באגס מיט אישוס וואס מ׳קען נישט פאראויס זעהן. ווען אלעס וועט זיין מסודר, זענען זיי ווידער ביהיינד ווי די וועלט פארט פאראויס, וחוזר חלילה. אנלעס זיי זענען א ריזן הויעכע מיליאנען פירמע מיט א טיעם פון הינדערטע דעוועלאפערס וואס האט די ריסארסן אזאנס צו טאן. ״און״ מ׳איז נאך אלץ לימיטעד צו די שיטות פון Free Switch

די זעלבע וואס האבן געשריבן פרי סוויטש, האבן פארדעם געשריבן א צווייטע וואס הייסט ״עסטריקס״. דאס האבן זיי געלאזט פאלן צוליב די אלע לעכער אז מ׳קען עס העקן זייער שנעל, און מ׳קען עס נישט סקעילן אויב מ׳האט א מיליאן פאונס דערויף.

געוויסע פירמעס האבן ניצן נאך היינט צוטאגס א פראנט ענד געבויעט אויף דעם טראבל׳דיגן ״עסטריקס!״
די פירמעס מאכן כסדר שענער דעם פראנט ענד, מ׳לייגט צו פיטשער דא און פיטשער דארט, אבער ס׳איז א ״עסטריקס״ סיסטעם. איך קען איינעם וואס העקט אריין דערין אונטער 3 מינוט! נאך היינט!
ער איז געווען אין די טיעם וואס האט געבויט די נייע פרי סוויטש וואס איז פיל מער סעקיור ״אויב״ אלעס ארום דע סערווער איז סעקיור. און דאס קען מען אויך נישט סקעילן צו שטארק. אנלעס מ׳צאלט עפרות זהב פאר סערווערס אדער עפרות זהב פאר עמעזאן AWS און ס׳איז נאך אלץ לימיטעד צו וויפיל פאונס עס קען הענדלען.

א ריזן פירמע וואס (האט) הייסט ״קאָרדייל״ האט אריינגעלייגט מיליאנען אויף א ״עסטריקס״ סיסטעם, אנגעצויגן העכער א ״האלבע מיליאן״ יוזערס דערויף, געווען ממש די גרעסטע פירמע אין אמעריקע, ביז די העקס האבן אנגעהויבן קומען… נאכדעם האבן זיך די סערווערס סתם אזוי געשאקלט יעדן טאג ווייל ס׳האט נישט געקענט נעמען דעם מאסיון לאוד, און ״עסטריקס״ איז ביסודו נישט געבויעט פאר סקעילעביליטי.
די גרויסע ״קאָרדייל״ האט אנגעהויבן זיך צוזאמצולייגן ווי א דאמינאו אפעקט. זיי האבן געבליטיגט פון אלע זייטן, ריזיגע ביזנעסעס זענען געווען down פאר לאנגע טעג, די דעוועלאפערס (וואס זענען געווען א גרויסע טיעם) האבן געשוויצט און געלאשן פייערן און נישט געקענט נאכקומען צו סטאבאליזירן דעם מצב.

די ריזאלט איז געווען, ווי פארשטענדליך… זיי האבן פארלוירן אין א קורצע צייט אפשניט א שיינע מספר קליענטן. און דאס האט אומוועלענדיג אויך אראפגענומען די לאוד פינעם סערווער…
קאָרדייל איז געווען ביים שוועל פון באנקראט.
וויכטיג צו באטאנען אז באדייטענדע צאל אידישע פירמעס פאון סיסטעם׳ס זענען געווען (און א ״ריזן״ ציפער זענען נאך אלץ) אנגעוואנדן אין קארדייל אדער אין א בעקענד פרי סוויטש אדער עסטריקס סיסטעם.

השי״ת האט אזוי געפירט אז קאָרדייל איז געווארפן אפגעקויפט דורך איינס פון די בעסטע און גרעסטע פירמעס וואס קיינער האט נאך ניטאמאל געהערט דעם נאמען ביז איך האב עס פארציילט פארן היימישן ציבור, און יעצט וועקט מען זיך אויף צו א נייע מציאות!

המשך יבוא

ביטע לאזט וויסן אויב די אינפאו איז אינטערסאנט איך זאל שרייבן ווייטער, אדער ענדערש שרייבן אנדערע סאבדשעקט, למשל פעין פּוינטט וואס די אינדוסטרי האט.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
קלויב דיר אויס
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 9:00 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלויב דיר אויס »

יישר כח הרב קליין, הצלחה רבה צו אייער ביזנעס.

וואס איז די פעין פוינט?

סאיז דא אסאך אידישע פאון קאמפעניס

ביי די סאטמאר עקספא פארגאנגנע וואך איז געווען עטליכע, יעדער האט ציפרידענע קאוסטמערס
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

קלויב דיר אויס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:52 pm
יישר כח הרב קליין, הצלחה רבה צו אייער ביזנעס.

וואס איז די פעין פוינט?

סאיז דא אסאך אידישע פאון קאמפעניס

ביי די סאטמאר עקספא פארגאנגנע וואך איז געווען עטליכע, יעדער האט ציפרידענע קאוסטמערס
יאפ. ב״ה.
עטליכע פון די ביים עקספאו האבעך געהאלפן שטעלן אויף די פיס ב״ה זיי ניצן דעם ריכטיגן סיסטעם. די מארקעט איז גרויס. יעדע ביזנעס דארף פאונס. וויפיל ביזנעסער איז דא אין אמעריקע…

למעשה איז מיין סיסטעם אויפגעסעט בעסער פון יעדן איינעם. ס׳הערט זיך אינטערסאנט, אבער ס׳איז א מציאות. יעדער קען האבן פאטאשאפ, ס׳ווענד זיך ווער עס ניצט עס. יעדער האט א קאך מיט צוגעהערן, ווענד זיך ווער די קעכער איז.
צו זאגן אז איך בין די ״בעסטע״ קעכער פון זיי אלע? די ענטפער איז ״יא״. איך האב מיר נישט געגעבן די טאלאנטן. השי״ת האט. יאסעלע פליט איז געווען א חידוש, איך האב ליב די הייליגע יום טוב סידי׳ס איז נאך עד היום די בעסטע, און היצט איזעס ביזנעס פאונס. איך וויל עס ניצן צו העלפן היימישע אידן טאן ביזנעס די בעסטע וואס שייך.

וואס מיר פעלט? איז א בעסערע אויפגעסעטע סעילס טיעם. און עטוואס סיעד מאני. איך האף צום אייבערשטען אז ער וועט מיר העלפן דערמיט. איך בין אפן צום איידיע פון דשוינט ווענטשור אדער פארטנערשיפ מיט די ריכטיגע מענטש.
וויאזוי זאגט יוסי קרויס פון טעקלינק? ס׳איז דא פלאץ פאר נאך עטליכע פאון פראוויידער׳ס. דער עולם דארף פאונס. ער ווייסט וואס ער רעדט, ווייל ער לויפט ארום מיט די פיס.

צו זיין אין די פאון ביזנעס דארף נישט זיין אויפן חשבון פון אוועקנעמען ביזנעס פון א צווייטן איד. אנלעס מ׳וויל אליין קומען צוליב א סיבה. ס׳איז דא אזויפיל ״נייע און פרישע״ ביזנעס וואס דארפן פאונס.
ווי אויך איז דא די אלטע גרויסע פירמעס ווי רינג סענטראל, 8x8, נעקסטיווע, וואַנעדש, וכדומה, וואס דארט ווייסעך די שטרוי וואס מ׳עסט זיך אן, און געוויסע לאַקן אריין אין קאנטראקטס.

שעם זיך נישט, און שיק מיר אן אימעיל

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
OFFLINE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

@הרב יואל קליין
א דאנק פארן זייער גוט און קלאר מסביר געווען די חילוקים צווישן פארשידענע סיסטעמ'ס וואס אסאך קאמפאני'ס נוצן, צו א געהעריגע אויפגעסעטע גוטע סיסטעם וואס ברענגט נישט פראבלעמען מיט זיך, און געאייגענט פאר א ביזנעס מיט אלע פיטשיווקעס וואס פעלט אויס אין די היינטיגע מארקעט.
לאמיר האפן וועסט מצליח זיין, און קענען צושטעלן פאר די וועלט און בעיקר די היימישע וועלט א גוטע פראדוקט מלא מעלות.

יעצט וואס טוט זיך מיטן אראפלייגן די חלקים פון דיינע סערוויסעס וואס דו שטעלסט צו, די פלענ'ס, אפציע'ס, פיטשער'ס, מעלות, פרייזן, א.א.וו.
ייש"כ
אוועטאר
קלויב דיר אויס
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 9:00 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלויב דיר אויס »

איך בין א טעלעבראד באניצער, זייער צופרידען.
האט אלע מינע פיטשערס וואס א קאמפעני קען נאר חלומן, די איינציקסטער חסרון סאיז אביסעל קאמפליקעטעט.
יצוו
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:17 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצוו »

קלויב דיר אויס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:25 pm
איך בין א טעלעבראד באניצער, זייער צופרידען.
האט אלע מינע פיטשערס וואס א קאמפעני קען נאר חלומן, די איינציקסטער חסרון סאיז אביסעל קאמפליקעטעט.
האסט שוין אויס געטשעקט טעלעבראוד נייע פארטעל https://account.telebroad.com
ס'איז הערלעך איבער געמאכט די גאנצע אקאנט סעט אפ סיסטעם, זייער אפ טא דעט און זייער סימפל, טשעק עס אויס אין לאז אונז וויסן סיי וועלעכע קאמענטארן
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

יצוו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 5:08 pm
קלויב דיר אויס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:25 pm
איך בין א טעלעבראד באניצער, זייער צופרידען.
האט אלע מינע פיטשערס וואס א קאמפעני קען נאר חלומן, די איינציקסטער חסרון סאיז אביסעל קאמפליקעטעט.
האסט שוין אויס געטשעקט טעלעבראוד נייע פארטעל https://account.telebroad.com
ס'איז הערלעך איבער געמאכט די גאנצע אקאנט סעט אפ סיסטעם, זייער אפ טא דעט און זייער סימפל, טשעק עס אויס אין לאז אונז וויסן סיי וועלעכע קאמענטארן
איך בין אויך א טעלעבראד באניצער, ב"ה זייער צופרידען.

וועגן די נייע פארטעל עס איז זייער געשמאק צו ניצן, אבער אסאך פיטשערס פון די אלטע פעלט נאך.
אוועטאר
קלויב דיר אויס
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 9:00 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלויב דיר אויס »

Wow
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-07-20 181030.png
Screenshot 2023-07-20 181030.png (206.63 KiB) געזען 9150 מאל
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

OFFLINE האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:58 pm
@הרב יואל קליין
א דאנק פארן זייער גוט און קלאר מסביר געווען די חילוקים צווישן פארשידענע סיסטעמ'ס וואס אסאך קאמפאני'ס נוצן, צו א געהעריגע אויפגעסעטע גוטע סיסטעם וואס ברענגט נישט פראבלעמען מיט זיך, און געאייגענט פאר א ביזנעס מיט אלע פיטשיווקעס וואס פעלט אויס אין די היינטיגע מארקעט.
לאמיר האפן וועסט מצליח זיין, און קענען צושטעלן פאר די וועלט און בעיקר די היימישע וועלט א גוטע פראדוקט מלא מעלות.

יעצט וואס טוט זיך מיטן אראפלייגן די חלקים פון דיינע סערוויסעס וואס דו שטעלסט צו, די פלענ'ס, אפציע'ס, פיטשער'ס, מעלות, פרייזן, א.א.וו.
ייש"כ
איך דארף גיין ווייטער מיט דעם באשרייבונג. היצט איז צייט צו גיין זיך אויסבלאזן ביים אוקריינע אשכול… כ׳דארף צולייגן קאפ ווען כ׳שרייב, ווייל איך וויל עס זאל זיין ״נאלעדש״, נישט ספעסיפיק צו איין פירמע.

לגבי מיינע סערוויסעס, פלענס, אפציעס, וכדומה, כ׳וויל זייער דיר געבן אלע אינפאו, איך טראכט נאר הויעך אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר. שיק אן אימעיל מיר קענען רעדן. איך רעדט ב״ה טעגליך צו מענטשן, נישט יעדער איז פון אייוועלט און כ׳וועל קיינמאל נישט פרעגן אויב ס׳איז צוליב אייוועלט. סיי לגבי ריספעקט פאר גילו, און בכלל איזעס נישט פראפעשאנעל.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

לאמיר רעדן בנוגע ״פעין פוינטס״ וואס עגזיסטירט אין די פאון אינדוסטרי. ( כהאב נישט פארגעסן, איך וועל אויך שרייבן ווייטער בעזר השם די המשך פינעם ערשטן ארטיקל, די היסטארי פון PBX , דערווייל לאמיר עפענען נאך א טאפיק).

די פעין פוינט הייסט ״קאסטומער סערוויס״.
נישט וואס איר טראכט… אוודאי אויב טויג עס נישט, איז ראנג, אבער איך וועל שרייבן בנוגע א סוב קאנטשעס אישו וואס מ׳כאפט נישט אז עס טוהט וויי.

לאמיר עס מסביר זיין מיט א למשל וואס איז א עכטע מציאות.
יענקל רופט אריין צו א פירמע אז ער דארף א סיסטעם.
מ׳לייגט ארויף אויפן ליין זייער א העפליכע אגענט, ער זאגט פארן קאסטומער ״זארג נישט, מיר וועלן אלללעס קער נעמען פון אללללעם איר דארפט זיך גאאאארנישט זארגן.
יענקל פרויבירט מסביר זיין וואס ער וואלט געוואלט, און דער אגענט זאגט ״זיכער״ און ער זאגט אויך אז ער וועט אים צושטעלן דאס מיט יענץ און ער ניצט אלע סארט ווערטער אינעם PBX פאון סיסטעם שפראך וואס יענקל שפירט וואס א מינוט לענגער מער און מער אז זיי ביידע רעדן צוויי באזונדערע שפראכן…
יענקל פרעגט איבער זיין ערשטע פראגע וואס ער וויל, און וויל וויסן אויב ס׳איז מעגליך.
דער אגענט זאגט אים איבער דעם זעלבן ענטפער מיט די זעלבע הויעכע באשפריצטע פאון ווערטער וואס יענקל האט שוין פריער נישט פארשטאנען.

יענקל געבט אויף, זאל זיין אזוי. ער וויל האבן א פאון סיסטעם און מ׳געט אים א ״איי-ווי-אַר מיט א ״פיטשער קאוד״ מיט א ״רול״ מיט א ״סקעדשעל״ ער האט נישט קיין בלאסן אהנונג וואס דאס מיינט. אבער ער טראסט דעם סיסטעם. ער פארברענגט עטליכע שעה מיטן אגענט, זיי פארשטייען זיך למחצה לשליש, און דער ״אָנבּאָרדינג״ איז פערטיג. און שטייצעך ער באצאלט א ״סעט-אפּ פי״ אויך.

ס׳קומט דער טאג און יענקל טרעפט אויפן דעסק א שיינע דעסק פאון מיט קאלירטע לעמפלעך און בּאָטענס, ער זעהט אויפן סקרין אז ער איז 101, ער זעהט עס עטליכע מאל אויף עטליכע באטאנס. ער הייבט אויף ער רופט קאלמע און ס׳ארבייט! פיין! יעצט רופט ער אריין פון זיין סעלפאון צו זיין נייע ביזנעס נומבער, און ער הערט א באסאווע שטומע ״טענק יו פאר קאלינג ABC, פאר סעילס דייעל 1, פאר ארדער סטעטוס דייעל 2, פאר קאסטומער סערוויס דייעל זיראו.

יענקל איז אימפּרעסד! ער האלט אזוי דעם טרייבל, דער שטומע ענדיגט דעם דרשה, און פאנגט אן עודך פון אנהייב. יענקל דריקט נישט גארנישט, ער ווארט צו זעהן וואס עס געשעהט, נאך בערך 3 מאל איבערזאגן דעם greeting הענגט דער סיסטעם אויף און די קאל איז פערטיג.

יענקל שמעקט עס נישט אזוי, פארוואס אויב איינער דריקט גארנישט זאגט עס איבער פארשטייט ער, אבער פארוואס הענגט עס אויף? זאל עס קלינגען צו זיין סעלפאון! ער מוז וויסן אז מ׳האט נישט געדריקט! ער וויל נישט פארלירן דעם קאל!

ער זוכט אויף אינעם אימעיל דעם אגענט וואס האט אים אויפגעסעט, און דיילט גלייך זיין עקטענשן. דער אגענט איז אים ״העפליך״ מסביר אז זיין ארבייט פון ״אָנבּאָרדינג״ איז פארטיג, און פון דא און ווייטער דארף ער רעדן צו ״סופּארט״.

יענקל איז נישט זייער העפי צו אנפאנגען פון אלף מיט א נייע מענטש. אבער קיין צוויי ברירות האט ער נישט.
ער ווערט געטרענספעד צו סופארט ווי ער ווארט אויפן ליין עטליכע מינוט און הערט שיינע מוזיק מיט קלינגעדיגע ווערטער וואס באגידלען דעם פירמע אז ער איז אין די בעסטע הענט, זיי זענען דא פאר דיין בעסטע סערוויס, בלא בלא בלא. און פאר מער אינפאו זיך אויף אויפן וועבזייטל פראגעס וואס מ׳פרעגט געווענליך און שיק אן אימעל, אדער טשעט מיט א ״פרענדלי רעפרעזענטיטיוו״.

ענדליך הייבט איינער אויף מיט א עקסענט מעבר הים מ׳נעמט אים אויף מיט א שיינע סקריפטעד העלאו מיי נעים איז אוגאנדא היי קען איי העלפ יו טודעי, קען יו פליז טעל מי יור אקאונט נומבער…

יענקל האט שוין פריער געוואלט אראפלייגן, אבער יעצט וויל ער שוין ״עכט״.
יענקל גייט גלייך צום פינטל: ער בעט מ׳זאל מאכן ס׳זאל קלינגען צו זיין סעלפאון נאך דעם שיינעם greeting.
דער אגענט נעמט עטליכע לאנגע מינוט צו פארשטיין וואס ווי ווען. יענקל זידט שוין אינעווייניג אבער האלט זיך רואיג.
דער אגענט איז קענטליך צעמישט ווייל יענקל האט אים געזאגט וואס ער וויל, אבער יענקל האט זיך נישט געקענט מסביר זיין מער פון דעם.
ענדליך פיגערו דער אגענט אויס וואס יענקל וויל און איז עס מסדר איינס צוויי.
ער פרעגט יענקל אויב ער קען אים העלפן מיט נאך עפעס, יענקל זאגט טענק יו און וויל אראפלייגן.
דער אגענט בעט זיך צו ווארטן אויפן ליין פאר א ״סורוועי..״ און בעהט זיך ווי א גזלן אז יענקל זאל זאגן ״5״ פאר יעדע פראגע, ווייל 5 איז די בעסט…
יענקל הענגט אויף און א גוט שבת!

ער רופט נאכאמאל אריין זיין נייע ביזנעס נומער צו הערן אויב יעצט איזעס שוין מסודר. נאכן זאגן 3 מאל דעם greeting, זעהט יענקל א ביפ אויף זיין סעלפאון. דאס מיינט אז ער באקומט דעם קאל. געוואלדיג!

יענקל כאפט זיך, איין מינוט, אויב איינער דריקט יא זיין עקסטענשן 101, פארוואס זאל עס גיין צום וואויס מעיל אויב איז ער פונקט געגאנגען מאכן א קאווע, זאל עס אויך קלינגען נאך 5 סקונדעס צו זיין סעלפאון. ממה נפשך, איז ער ביים דעסק, הייבט ער אויף, איז ער נישט ביים דעסק זאל זיין סעלפאון גלייך קלינגען!

ענדליך שפירט יענקל אז דער טייערע פרייז וואס ער צאלט פאר זיין ״סיסטעם״ מאכט אים סענס.
ער רופט צוריק ״סופפארט״ היצט רעדט ער צו א דריטן מענטש, ער איז זיך שוין בעסער מסביר וואס ער וויל, דער אגענט כאפט גלייך, און סעט עס אויף איינס צוויי.
יענקל איז נישט קיין נער, ער פרעגט דעם אגענט וויאזוי מ׳מאכט עס ווייל עס וויל עס קענען אליין טוישן אויב ער וויל.
דער אגענט ״זאגט אים״ ווי אינעם סיסטעם ער קען עס מאכן.
יענקל הענגט אויף. ער פרויבירט אריינצולאַגן אין זיין יוזער פּאָרטעל, ער זעהט א ים מיט ווערטער און פעידשעס, ער האט נישט גיין אהנונג וויאזוי מען דרייווד דא ארום, און זיכער נישט וויאזוי ער קען טוישן זיינע סעטינגס. ווייל 5 סקונדעס איז צו שנעל… ער וויל ענדערש 15 סקונדעס.

יענקל האט מורא אליין צו בּאַבּערן, ער באשליסט אז ער וויל נישט אנמעסן זיין נייע סיסטעם. סאו ער קאלט נישט צוריק. ס׳איז אים בכלל נישט אנגענעם צו רופן פאר סופארט! ער האלט נישט ביים רופן! ס׳וועט שוין גוט זין אזוי.

עס גייט אדורך עטליכע וואכן, און דער וואס האט אים אנגעטראגן יענע פירמע (און באקומט א שיינע קאמישן יעדע חודש) טרעפט אים, נו? בוסט צופריעדן??
יענקל זאגט אזא האלבע פארווע יא. אבער ס׳דא אפאר זאכן וואס אים באדערט נאך.

נו??? פארוואס רופסטו נישט ״סופארט?״ זיי האבן 24/7 די ״בעסטע״ סופארט! דאנט ווארי איך וועל ארלעדיגן איינער זאל דיר רופן!
יענקל בעט אים, ביטע, איך קען אליין. שיק נישט קיינעם מיר רופן.
—-
ווייל?
א מענטש האט ״נישט ליב״ צו רופן פאר סופארט! ווי מער מ׳זאגט אים סופארט סופארט, אלץ מער שפירט ער אז קודם וויל ער אליין קענען. אבער די סיסטעם איז אזוי קאמפליצירט אז ער דארף גיין אין קאלעדש פאר א טרענונג וויאזוי עס צו ניצן.
רוב סיסטעמען זענען אזוי.

עס איז דא א צווייטע מהלך.

To be continued

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

די ביסט גיט דו!
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
קלויב דיר אויס
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 9:00 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלויב דיר אויס »

הרב קליין, די זאגסט עפעס.
וואס איז דיין מהלך?
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3457
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

Is teleboard only IP phones or they have regular hotlines too?
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
קלויב דיר אויס
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 9:00 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלויב דיר אויס »

unit 13 האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:46 am
Is teleboard only IP phones or they have regular hotlines too?
No. Telebroad is a business VoIP phone. Teleground is a compnay special for hotlines
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3457
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

קלויב דיר אויס האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:26 pm
unit 13 האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:46 am
Is teleboard only IP phones or they have regular hotlines too?
No. Telebroad is a business VoIP phone. Teleground is a compnay special for hotlines
שכח🙏
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
Voice
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 3:22 pm

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Voice »

ישראלקדושים
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 26, 2010 3:04 am

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלקדושים »

Telernet.com CHIDUSH!
נירעדהאז׳ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 20, 2024 7:35 am

Re: טעלעפאון סיסטעם פאר אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נירעדהאז׳ער »

ביטע ווייזן די פרייזן.

וויפל בערך קאסט אזא מעשה?
שרייב תגובה

צוריק צו “אימעיל און קאמיוניקאציע”