נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עס האט זיך אנגעהויבן צוביסלעך און שטיל, אבער די טרענד ווערט לעצטנס מער אפיציעל, א נייע וועג פון מאכן געלט אויפ'ן חשבון פון די קאסטומערס, און ווי מאנכע רופן עס אן "א דרייווערס נייטמעהר". ממש א מגיפה...

פרייזן פון קארס בכלליות זענען די לעצטע 10 יאר דראסטיש געשטיגן, צוליב מערערע אורזאכן. סיבות איז כולל אינפלאציע, א מאנגל פון טשיפס צוליב וואס קארס ווערן וואס אמאל מער פארגעשריטן און קאמפיוטערייזד אין כמעט יעדע הינזיכט און דאס פאדערט א געוואלד פון טשיפס וואס קאסטן טייער, און די אלע סעלף-דרייווינג סעיפטי סיסטעמס וואס כמעט יעדע נייע קאר פארמאגט היינט, מיט סענסארס אויף אלע ארבע רוחות, א זאך וואס מיט א 10-15 יאר צוריק האבן קוים די גאר לוקסוריעזע קארס דאס פארמאגט. און סתם, די ארבעטער (יוניאן) פאדערן א רעיז פונקט ווי מיר און דיר און אז נישט מאכן זיי פאטאש פון די קאמפאניס מיט ערנסטע ווייטאגליכע סטרייקס, ויצא העגל הזה, אז צב"ש א מיניווען וואס האט 10-15 יאר צוריק געקאסט ארום 25,000 קאסט היינט נישט ווייניגער ווי 40-45 אלפים.

קאר מאנופעקטשורערס פארדינען ביליאנען פון די קאר סעילס, אבער דאס איז זיי ווייט נישט גענוג. יש לו מנה רוצה מאתיים. זיי האבן גענומען זייערע הכנסות צו די נעקסט לעוועל אויף א חוצפה'דיגן אופן, נעמליך: טשארדזשן די קאסטומערס חודש'ליך (אדער יערליך) פאר סובסקריפשאן סערוויסעס!

אנגעהויבן האט זיך עס – אויב געדענק איך גוט – נאר ביי לוקסעריעזע קארס. למשל BMW האט געמאכט א נייע תקנה אין די מוסדות אז זיי בויען אריין היעטעד סיעטס און היעטעד סטירינג ווהיל אינעם אויטא, אבער אויב ווילסטו עס נוצן מוזטו איינצאלן א סכום הגון פאר די מוסדות הק' וואס זאל לויפן חודש'ליך, אז נישט קענסטו דרוקן דעם הייצונג קנעפל פון היינט ביז מארגן – עס ארבעט נישט!

כמעט אלע קאר מאנופעקטשורערס האבן היינט א "עפפ" אויפן קלוגן טעלעפאן וואס איז נוצבאר פאר געוויסע פונקציעס, ווי צב"ש רעמאוט סטארטער, האלטן חשבון אויף די קאר וואו מען האט געפארקט, אדער זעהן די חשבון פון די מעינטענענס, וכדו'. געווענליך געבן זיי דאס אומזיסט פאר 3 יאר, דערנאך הערט עס אויף צו ארבעטן – מען מוז איינצאלן חודש'ליך צו קענען ממשיך זיין עס צו נוצן!

געוויסע קאר קאמפאניס לייגן גאר דרוק אויף די דיעלערס אז מען זאל מוטשען די קונים צו אינסטולירן די עפפס. אסאך פון די דיעלערס באקומען א עקסטערע באנוס פאר יעדע עפפ וואס ווערט אינסטולירט און רעגיסטרירט בשעת די קאר סעיל. מאנכע קענען טראכטן – בפרט הייליגע אידן וואס האבן נישט די כלים – מה לי ולו, איך דארף נישט דעם עפפ... עס איז טאקע אמת, מען "דארף נישט", אבער למעשה פארלירט מען פילע מעגליכקייטן, אסאך קאמפאניס וועלן נישט געבן געוויסע באקוועמליכקייטן וואס מענטשן ווילן האבן דורך אן אנדער אופן.

נעם א דוגמא אזא קאמפאני ווי מאזדא. זיי געבן נישט די געשמאקע אפציע פון א רעמאוט סטארטער אויפן שליסל, די פונקציע איז עוועילעבל אויס"שליסל"יך נאר דורכ'ן עפפ. הייאנדעי/קיע וועלן יא געבן די אפציע אויפ'ן קי-פאב, אבער קענסט עס נוצן נאר איינמאל פאר 10 מינוט, און מער קען מען עס נישט סטארטן (ביז דו צינדסט עס אן מעניועלי). אויכעט וועט עס אויטאמאטיש זיך אנצינדן מיט א מיטלגאטיגע טעמפעראטור, וואס זאל זיין ערגעץ אינצווישן פונקט גוט סיי ווינטער און סיי זומער. אבער אויפ'ן עפפ קענסטו עס אנצינדן מער ווי איין מאל, און אנשטעלן צו עס זאל זיך אנצינדן מיט עירקאנדישאן אדער סטיעם, צווישן פילע אנדערע אפציעס.

טאיאטע איז געגאנגען נאך א טריט ווייטער, זיי האבן א (באהאלטענע) אפציע אויף די קי-פאב צו סטארטן די קאר רעמאוטלי (דהיינו, מען דרוקט LOCK דריי מאל, די דריטע מאל פאר עטליכע סעקונדעס), אבער נאך 3 יאר הער עס אויף צו ארבעטן... נאר אויב מען צאלט איין א סובסקריבשאן!

---

א גרויסע עולם וועט נאך געדענקען די צייטן ווען די קאר מאנופעקטשורערס פלעגן טשארדזשן די הויזן פאר א נעוויגאציע סיסטעם אריינגעבועט אינעם קאר. בעפאר גוגל מעפס און וועיז איז געווען אזוי עקסעסיבל ווי היינט איז דאס געווען א ביג דיעל פאר מענטשן, און מען האט צוגעצאלט אפאר אלפים פאר אן אריינגעבויעטן נעוויגעישאן סיסטעם, בעת די פשוט'ערע מענטשן האבן זיך געשלעפט מיט די גארמינ'ס און טאמ-טאמס מיט ווייערס הענגענדיג פון אלע זייטן. היינט איז עס מער נישט פעליג, בעת כמעט יעדער דרייעט זיך ארום מיט א קלוגע טעלעפאן מיט מאפעס וואס שטייגט איבער די קאר'ס נעוויגאציע פאר גענצליך אומזיסט. אפילו די ערליכע אידן קענען זיך שוין היינט איינהאנדלען כשר'ע נעוויגאציע דעווייסעס צו קאנעקטן צום קאר סקרין דורך אנדרויד אוטו אדער עפל קאר פלעי, און א חלק קארס האבן עס שוין גאר ווייערלעסס. זיצן די קאמפאניס און טראכטן הבה נתחכמה, מיר גייען מוזן אויפקומען מיט פרישע המצאות ווי אזוי צו באראבעווען דעם עולם.

אסאך נייע קארס פארמאגן די מורא'דיגע אפציע פון גוגל סערוויסעס אריינגעבויעט אינעם סקרין, אינקלודינג גוגל מאפעס. געוואלדיג, ניין? פאוואליע... זיי געבן עס נאר פאר א שטיקל צייט, און נאכדעם בלייבסטו אויפן וואסער, קענסט מער גארנישט נוצן נאר אויב דו קויפסט א סובסקריפשאן און דו צאלסט איין דעם חודש'ליכע תמיכה פאר די קאסע!

צב"ש טאיאטע טוט עס לעצטנס אויף זייערע מאדעלס. באקומסט אלע סערוויסעס אומזיסט פאר איין יאר, און דערנאך קענסטו גיין לעקיש! GM איז נאך פיל ערגער, זיי געבן דיר די סערוויסעס בלויז פאר איין חודש, און נאכדעם דארפסטו צוצאלן ארום 20-30 טאלער צו קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש (נישט פארגעסן – דאס איז בנוסף צו דיין חודש'ליכע קאר פעימענט!).

GM (ווי שעווי, ביואיק) איז געגאנגען פיל ווייטער ווי דעם. וויסנדיג אז אפילו זיי קענסלען אלע סובסקריפציעס קען מען נאך אלץ אריינשטעקן דעם טעלעפאן אדער נעוויגאציע דעווייס און עס זאל ערשיינען אויפ'ן סקרין דורך אנדרויד אוטו אדער עפל קאר פלעי, האבן זיי געהאט די העזה צו זאגן אז ש'מער און ש'ווייניגער זיי גייען אויפהערן צושטעלן אנדרויד אוטו אדער עפל קאר פלעי סערוויסעס אין דער צוקונפט! מיט א שיינעם אויסרייד, אז וואס פעלט דען אויס צו קאנעקטן דעם טעלעפאן, ווען דו האסט שוין אלע גוגל סערוויסעס אויפן סקרין כשולחן הערוך... כא כא האבן זיך די רויבער צעוויינט.

זייערע לוקסוס אויטאס, קעדילעק, בעטן א נדבה פון אפאר טויזענט טאלער צו קענען נוצן די פארגעשריטענע "סופער קרוז" סעלף-דרייווינג פונקציע. די לעצטערע יארן האט GM פארדינט "עטליכע ביליאן" דאלער נאר פון סובסקריפשאנס אליינס!

געוויסע אייראפעאישע קאר קאמפעניס האבן פרובירט א טריק יא צוצושטעלן אנדרויד אוטו אדער עפל קאר פלעי, אבער נאר אויב מען גיט זיי מעשר עני פאר זייער גאו-פאנד-מי קאמפיין...

פארד/לינקאלן געבן אויך די בעיסיק סעלף-דרייווינג פיטשערס אינקלודעד אין די אריגינעלע פרייז, אבער מערערע אפגרעידעד פונקציעס דארף א חודש'ליכע אפצאל.


זעלבסטפארשטענדליך אז די קאסטומערס רעגן זיך, אבער ווי דער עולם ווייסט שוין, די מוסדות רעכענען זיך נישט אלץ מיט די בייזע קונים, וואס זענען סתם נעגאטיווע חברה... עס איז שווער צו זאגן וואס עס גייט זיך אויסלאזן מיט די אלע נידריגע טאקטיקן, ווייל אסאך מענטשן זוכן דאס צו פייטן. איך וועל נישט זיין איבערראשט אויב דאס וועט אנקומען אין קאורט מיט גרויסע לאו-סוטס. אז איך קויף א קאר פאר ממון ודמים און איך צאל פאר געוויסע פיעטשורס, איז עס מיינס פאר אייביג! עס הערט זיך ווי פשוט גניבה אז דו הערסט מיר אויף לאזן נוצן מיין אייגנטום און דו צווינגסט מיר צו צאלן געלט דערפאר.

למעשה די וועלט טוישט זיך צו סובסקריפשאן סערוויסעס אין אסאך עריעס, אינקלודינג סאופטוועיר אויפן קאמפיוטער. מייקראסאפט שטופט צו נוצן אפיס 365 אנשטאט קויפן די גאנצע סאפטוועיר ווי אמאל, אינטואיט טוט דאס זעלבע מיט קוויקבוקס, און אדאבי מיט פאטאשאפ, און נאך אנדערע. כלומר'שט האבן זיי א תירוץ אז אזוי קענען זיי כסדר אפדעיטן די פראגראמען מיט די לעצטיגע פיטשערס און עס אויסרייניגן פון באגס, אבער עס איז טאקע נאר דאס... א תירוץ. זיי גיבן מיר נישט די אפציע צו זאגן מוחל טובות, לא מדובשך ולא מעוקצך (חוץ מייקראסאפט וואס לאזט נאך דערווייל יא האבן א פולשטענדיגע קאפיע פון אפיס).
לעצט פארראכטן דורך דניאל אויערבאך אום מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 11:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צייט איז ווערדפול
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע:גלות

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

שיק אריין דיין תגובה צו משה מ. אפשר וועט מען קענען מאכן א וואוט אין קאנגרעס קעגן דעם...
ר' איד הער מיך גוט אויס:
די טראכטסט פון דיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ ווייבטראכט פון זיך....פינטל .

האלא וויפל אזייגער איז? יוא...ס'שפעט!
עמוקה מני ים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 7:42 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוקה מני ים »

גראדע איז אודי אראפ מיט די פרייז פאר זייערע סובסקריפשן'ס.
און אויכעט לענגער אומזיסט.
ידיעה אינו ידוע.
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

שטעל דיך פאר וויאזוי וואלט ווען אויסגעזען היינטיגע צייטן מיט סטעשאן וועגאנס....

עס וואלסט נישט געווען מעגליך צו קויפן א גאנצע באטל ענטיי-פריז וואס זאל אנהאלטן לעולם וועד, יעדע וואך וואלסטו באקומען אזא קליינע שיפמענט פון 8 אנסעס דורך א דראון-דעליווערי.... סובסקריפשאן סערוויסעס!
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

טאיאטע טריק ארבייט נישט ביי די 22 קארס.
שקצים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2360
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

שכח @דניאל אויערבאך זייער אינטערעסאנט.
האנדא מיינעך איז דערווייל נאכנישט פארכאפט אין די שפיל.
זייערע מוסדות זענען על טהרת הקודש....?
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

איך מיין אז די קאר קאמפעניס האבן זיך סך הבל ציגעשטעלט צום נייעם דור

א דור וואס די קרעדיט קארד לויפט שוין ביי

music סייטס

movie סייטס

עמעזאן פריים

(איך גדענק שוין נישט פינקטליך וואס נאך מיין גוישע שכן האט אויסגערעכנט...)

כמיין It's the new norm
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די מוזיק אדער מאווי סטרימינג סייטס האבן נישט קיין אנדערע הכנסה, נאר דאס איז זייער איינקונפט, (דאס זעלבע איז מיט די סאפטוועיר קאמפאניס וואס איך האב אויבגערעכנט אין מיין תגובה, ווי מייקראסאפט, אדאבי), משא"כ די קאר קאמפאניס מאכן שיין געלט פון די הארדוועיר, די סאפטוועיר איז סתם א ריפ-אף.
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

מאכט נישט קיין ברעקל סענס די גאנצע סובסקריפשן נושא, חוץ אויב דו זאגסט מיר אז די פרייז פון די קארס גייען אראפ כדי צי פארענטפערן די סובסקריפשן, איך מיין, איך האב געצאלט פול פרייס פאר די קאר כדי צי קענען האבן heated seats, ווילסטו מיר בעטן נאך געלט פאר דעם?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שאינו יודע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 10:38 am
טאיאטע טריק ארבייט נישט ביי די 22 קארס.
שקצים
וועלכע טריק?
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

איך האב געהאט דעם געפיל ביים קויפן א פרינטער. ממש ווי כ'האב חתונה געהאט מיט זיי. ווען כ'מוז באשטעלן נייע טאונער לאזט ער מיר שוין נישט פרינטן
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 2:51 pm
שאינו יודע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 10:38 am
טאיאטע טריק ארבייט נישט ביי די 22 קארס.
שקצים
וועלכע טריק?
I think up to to 22 there was a way to remote start
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עס האט אמאל געארבעט?
האסט א סובסקריפשאן מיט זיי? (קוקט אויס ווי $8 א חודש פאר די רעמאוט סטארט)
אטעטשמענטס
remote-toyota.jpg
remote-toyota.jpg (108.23 KiB) געזען 483 מאל
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

It used to work if you clicked 3 times on the unlock and hold it for 3 seconds. Something like this
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דאס זאג איך, קען זיין דיין סובסקריפשאן איז אפגעלאפן און דו דארפסט צאלן עס זאל ווייטער ארבעטן.
YY56
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 27, 2022 5:11 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך YY56 »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:32 pm
דאס זאג איך, קען זיין דיין סובסקריפשאן איז אפגעלאפן און דו דארפסט צאלן עס זאל ווייטער ארבעטן.
I have a 2020 Toyota and its after 4 yours already and the remote start on the key (pressing 3x the unlock) is still working without paying subscription. This discussion has a lot of debates but no one really knows how long it is going to work, some say it will be disconnected after 10 years.
pop
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:56 am
GM איז נאך פיל ערגער, זיי געבן דיר די סערוויסעס בלויז פאר איין חודש, און נאכדעם דארפסטו צוצאלן ארום 20-30 טאלער צו קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש (נישט פארגעסן – דאס איז בנוסף צו דיין חודש'ליכע קאר פעימענט!).
געהאט דעם זומער GM אויטא און מעפס האט געארבייט פיין פאר 3 חדשים כלייב שווער אז די קאר רענטעל צאלט פארדעם ווי אזוי איך האב פארשטאנען איז אז אויב דו ווילסט ניצן זייער אינטערנעט דארפסטו באצאלן אבער אויב דו האסט דיין אייגענע ווייפי נישט
לעצט פארראכטן דורך pop אום פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 1:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע עפאכע פאר קארס: סובסקריפשאן סערוויסעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ריכטיג ביי GM. אויב האסטו אייגענע ווייפיי קענסטו זיך קאנעקטן דערצו און נוצן די סערוויסעס.
ביי טאיאטע ארבעט עס נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”