ראש השנה - תשובה מיט חיות און שמחה!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

ראש השנה - תשובה מיט חיות און שמחה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מיר שטייען אצינד אין די טעג איידער מיר טרעטן אריין אינעם הייליגן יום טוב ראש השנה, א טאג וואס איז מיוחד פאר מלכיות זכרונות און שופרות, ממליך צו זיין דעם אייבישטער און מקבל זיין עול מלכותו יתברך אויף אונז, און אין דעם טאג ווערן מיר אלע אוועקגעשטעלט פארן מלך מלכי המלכים, וּבְרִיּוֹת בּוֹ יִפָּקֵדוּ... מִי לֹא נִפְקַד כְּהַיּוֹם הַזֶּה, די מעשים פון יעדעם איינעם ווערן אדורכגעקוקט און דער מלך המשפט איז יושב על כסא רחמים און משפט אפ די גאנצע בריאה.

וואס איז די מהות פון ראש השנה?
ווי מיר האבן שוין אין עטליכע געלעגנהייטן געשמועסט דערוועגן, אבער ס'איז שטענדיג פאסיג, יעדעס יאר פון דאסניי, זיך אביסל אפשטעלן און מתבונן זיין אין די מהות און די תוכן פונעם יום טוב ראש השנה. טיילמאל באקומט מען אזעלכע 'געמישטע געפילן' בנוגע וואס איז דאס ראש השנה? וואס דארף זיין אונזער עבודה אין די טעג?, און מיר געפונען עטליכע נקודות וואס קוקן אויס ווי א שטיקל סתירה איינס צו די אנדערע. פון איין זייט ווערט ראש השנה אנגערופן א יום טוב, און ווי פילע פוסקים נעמען אָן איז דא א מצוה פון "שמחת יום טוב" אין ראש השנה, מיר געפונען אפילו אין די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט פון השי"ת פארוואס זאגט מען נישט קיין הלל אום ראש השנה.

אזוי אויך איז באקאנט די פסוקים פון ספר נחמיה (ח' ט') ווען עזרא הסופר האט פאָרגעליינט די תורה אום ראש השנה פאר די אידן וואס זענען ארויפגעקומען פון גלות בבל, די אידן זענען געווארן שטארק צובראכן און טרויעריג ביי זיך זעענדיג אז זיי האבן געזינדיגט און נישט מקיים געווען די זאכן וואס שטייען אין די תורה, כִּי בוֹכִים כָּל הָעָם כְּשָׁמְעָם אֶת דִּבְרֵי הַתּוֹרָה, ביז נחמיה און עזרא האבן זיי געמוזט בארואיגן און געזאגט "הַיּוֹם קָדֹשׁ הוּא לַה' אֱלֹקֵיכֶם אַל תִּתְאַבְּלוּ וְאַל תִּבְכּוּ" עס איז א הייליגע טאג היינט צום באשעפער, זייט נישט טרויעריג און וויינט נישט. עזרא הסופר זאגט ווייטער "לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִים וְשִׁלְחוּ מָנוֹת לְאֵין נָכוֹן לוֹ כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם לַאֲדֹנֵינוּ וְאַל תֵּעָצֵבוּ כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם" גייטס עסן גוטע מאכלים און זיסע געטראנקען און שיקט פארציעס פאר די ארימעלייט וואס האבן נישט אויף סעודת יום טוב, ווייל עס איז א הייליגע טאג, און זייט נישט טרויעריג, ווייל די פרייד פון השי"ת - די שמחה של מצוה פונעם יום טוב טוט אייך שטארקן.

על כל פנים זעהט מען פון דאס אלעס אז ראש השנה איז א זמן פון שמחה און א יום טוב.

אבער פון די צווייטע זייט ווייסן מיר אז ראש השנה איז א יום הדין און א זמן פון משפט, עס איז א צייט פון פחד און מורא, אדרבה, דער אר"י הקדוש זי"ע זאגט אז ווער עס וויינט נישט אין די הייליגע טעג איז א סימן אז זיין נשמה איז נישט אינגאנצן אין ארדענונג ברוחניות, אויב אזוי פארוואס טאקע זאגט עזרא הספר "אַל תִּתְאַבְּלוּ וְאַל תִּבְכּוּ"? און בפרט דארט וואו די אידן האבן באמת געהאט אויף וואס צו וויינען צוליב דעם וואס זיי האבן געזינדיגט, פארוואס זאלן זיי נישט וויינען, און וואס איז די געוואלדיגע שמחה וואס ער הייסט זיי פראווען און זיך מחזק זיין?

דער אייבישטער טרעפט אונזער פנימיות'דיגע אבידה
איז צום ערשט לאמיר אנהייבן מיט דברים נפלאים פון הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע ווי ער ברענגט אין זיין ספר מגן אברהם:
די גמרא דערציילט אין מסכת חגיגה (דף ט"ו:) אז דער הייליגער תנא רבי מאיר האט געלערנט תורה פון אלישע בן אבוה וואס איז ליידער נחמץ געווארן און זיך דערווייטערט פונם דרך התורה און מ'האט איהם אנגערופן מיט'ן נאמען 'אַחֵר', אבער טראצדעם וואס ער האט זיך נישט געפירט ווי עס דארף צו זיין האט רבי מאיר ווייטער געלערנט פון איהם און קונה געווען פון זיינע ידיעות. פרעגט די גמרא, וויאזוי האט רבי מאיר געקענט לערנען תורה פון אזא איינעם? ענטפערט די גמרא, "רבי מאיר רמון מצא, תוכו אכל, קליפתו זרק", רבי מאיר האט דא געפונען אן אוצר וואס איז צוגעגליכן צו א גוטע מילגרוים, וואס פונקט ווי ווען מ'עסט א מילגרוים מוז מען אפשיילן און אוועקווארפן די דרויסנדיגע דיקע שיכט פון שאָלעכץ וואס נעמט ארום די גוטע פרי, און דערנאך קומט מען אָן צו די קערנדלעך פון אינעווייניג וועלכע מ'קען עסן און הנאה האבן. די זעלבע האט רבי מאיר געטוהן מיט די תורה וואס ער האט געלערנט פון אחר,
ער האט געוואוסט וועלכע חלקים אוועקצושניידן דערפון און עס אוועקווארפן, און ער האט נאר געהאלטן ביי זיך די גוטע חלקים פון אינעוויינג.

זאגט דער טריסקער מגיד זי"ע, אז אט די ווערטער "רבי מאיר רמון מצא, תוכו אכל, קליפתו זרק" זענען א מליצה אויפן רבונו של עולם וויאזוי ער פירט זיך מיט אונז כלל ישראל אום ראש
השנה. 'רבי מאיר' איז מרמז אויפן אייבישטער, ווי מיר געפונען דעם לשון אין חז"ל אלקא דמאיר ענני, [זעה אין גמרא עבודה זרה (י"ח:), און ווי דער מהרש"א איז מסביר אויפן ארט, אז די ווערטער 'אלקא דמאיר' איז נישט טייטשט דער גאט פון מאיר, נאר עס מיינט 'דער גאט וואס באלייכט די וועלט', די ווארט מאיר איז נאר א רמז צום תנא רבי מאיר וואס האט געגעבן די סגולה פון זאגן אלקא דמאיר ענני], און ווען דער אייבישטער משפט אידישע קינדער קוקט ער אריין אין די פנימיות פון זייערע הערצער, טיף אינעווייניג איז יעדער איד לויטער און ריין, יעדער איד איז א שטיק קדושה, און איז משתוקק צו דינען דעם אייבישטער. נאר ליידער מאכט זיך דורכאויס דעם יאר אז מ'פארגעסט און מ'פארקריכט, דער מענטש גייט אדורך פארשידענע נסיונות און שוועריגקייטן און נישט אלעמאל איז ער זוכה בייצושטיין און זיך מתגבר זיין אויף זיין יצר הרע, דעריבער האט ער טאקע א רוחניות'דיגע 'שאָלעכץ' ארום זיך פון אינדרויסן. אבער דאס איז באמת נאר פון אינדרויסן, עס איז בלויז א חיצוניות'דיגע זאך, ווייל טיף אינעווייניג בלייבט דער איד הייליג און טייער, עס געפונען זיך ווייטער אין איהם די זאפטיגע שיינע קערנדלעך פונעם מילגרוים וואס זענען לעכטיג און זיס און זענען ראוי לברכה.

קומט דער הייליגער באשעפער -דער אלקא דמאיר- ווען ער משפט דעם מענטש, "רמון מצא, תוכו אכל, קליפתו זרק" ער זעהט די שיינקייט פון א אידיש קינד וואס איז צוגעגליכן צו א רמון, און דער אייבישטער נעמט נאר ארויס די פנימיות פון אונזערע הערצער און ווארפט אוועק די 'קליפה' די דרויסנדע שיכט וואס איז נישט מער ווי א צודעק און שאלעכץ וואס איז ארומגעוואקסן.

דער ענין איז מרומז אין די ווערטער פון חז"ל וואס מיר זאגן אינעם פיוט ונתנה תוקף, וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, 'מרון' איז די זעלבע אותיות ווי 'רִמוֹן' ווייל השי"ת פירט אונז טאקע אדורך פאר איהם אזויווי א מילגרוים, און קוקט בלויז אויף אונזער פנימיות.

[עד כאן דברי קדשו פונעם טריסקער מגיד זי"ע. בדרך צחות קען מען צולייגן, אז דאס איז טאקע דער ענין פארוואס ווען מען זוכט א פארלוירענע אבידה זאגט מען "אלקא דמאיר עננו". פונקט ווי דער אלקא דמאיר קוקט אדורך די חיצוניות'דיע צודעקן און מויערן וואס באדעקן און פאַרשטעלן די פארלוירענע פנימיות פון א איד, דער רבוש"ע נעמט אוועק אלע פאַרשטעלונגען און דעקט אויף דאס וואס איז געווען פארהוילן און געזוכט, דעם ענין דערמאנען מיר אין יעדע מצב ווען מ'זוכט סיי וועלכע אבידה, אז דער זעלבער באשעפער וואס דעקט-אויף און טרעפט אונזערע נפשות, זאל אונז אויך אויפדעקן און טרעפן אונזער יעצטיגע אבידה].

לשמוע קול שופר - א קול גלייך ארויס פונעם פנימיות
באמת איז דאס אויך דער ענין פון מצות תקיעת שופר אין ראש השנה, ווי עס איז מבואר פון הרה"ק דער בעל התניא זי"ע און נאך פילע ספרים הקדושים, אז דער שופר גיבט ארויס א קול אָן קיין שום דיבורים אדער אותיות, א פשוט'ע געשריי וואס קומט ארויס פון די טיפענישן פונעם אידיש הארץ. דער איד שטייט און ער בלאזט ארויס פון זיין עצם פנימיות, זיין טיפע ריינע נקודה וואס איז קודש קדשים און באליבט ביי השי"ת.

און דאס איז ווי א רוף וואס איז כביכול מעורר געוואלדיגע געגועים און ליבשאפט פון אבינו שבשמים, ווען ער הערט אט דעם באליבטן קול פון די טיפענישן פון א אידישע נשמה.
די צוגאנג צו ראש השנה מתוך שמחה און התחזקות

איינמאל מיר הערן די לעכטיגע דברי חיזוק, קען א איד צוגיין צום ראש השנה מיט אסאך א גרינגערן געמיט בעזהשי"ת. הגם מיר ווייסן גוט אז מיר זענען ליידער נישט ווי עס דארף צו זיין, מיר האבן זיך שוין אזויפיל מאל געוואלט נעמען אין די הענט אריין און זיך באמת פארבעסערן צום גוטן, מיר האבן געהאט אזויפיל פלענער און שאיפות לטובה, אבער ליידער זענען מיר געבליבן ביים אלטן. לֵב יודע מרת נפשו, דאס הארץ שפירט אז מען איז נישט ערליך און וואויל, דער מענטש ווייסט אז ער האט געזינדיגט און געווארן דערווייטערט פון השי"ת, און מיט וואס פאר א פנים קען מען זיך שטעלן צום משפט פארן בורא עולם ווען מ'זעהט אזוי אויס?

אבער ווען מ'ווייסט אז דער אייבישטער איז א צוֹפֶה נִסְתָּרוֹת בְּיוֹם דִין, ער קוקט אריין אין אונזער פנימיות, ער משפט אונז לויט אונזערע אינערליכע באהעלטענישן, אונזערע גוטע רצונות
וואס מיר האבן נאך ליידער נישט געקענט אויספירן, און ער איז מקיים לְרַחֵם עַמּוֹ בְּיוֹם דִּין לְשׁוֹמֵר אוֹהֲבָיו בַּדִּין, ער האט רחמנות אויף אידישע קינדער און ער האט אונז ליב מיט א געוואלדיגע אהבה, ער אנדעקט אונזער 'אבידה' די פארלוירענע נשמה וואס לעכצט און בענקט צו אבינו שבשמים, דאס גיבט אונז חיזוק און קוראזש צוצוגיין צום יום הדין, און זיך שטעלן מיט אונזער לב נשבר פארן באשעפער.

בשעת'ן רייניגן איז מען אויך עוסק אין עבודת המלך
יעצט אודאי איז פארהאן א ענין פון 'משפט' לויט אונזערע מעשים, כִּי זֵכֶר כָּל הַיְצוּר לְפָנֶיךָ בָּא, מַעֲשֵֹה אִישׁ וּפְקֻדָּתוֹ וַעֲלִילוֹת מִצְעֲדֵי גָבֶר, מַחְשְׁבוֹת אָדָם וְתַחְבּוּלוֹתָיו וְיִצְרֵי מַעַלְלֵי אִישׁ, יעדע ברעקל און זכר פון אונזער מחשבה, דיבור, ומעשה, אלעס איז אָפן און גלוי וידוע פארן מלך המשפט. און טאקע דערפאר האט השי"ת אונז געגעבן די יעצטיגע ימי הרחמים והסליחות און די עשרת ימי תשובה, וואס זענען געאייגנט פאר תשובה און תיקון המעשים, אז א איד זאל זיך אפשטעלן און מתבונן זיין אין זיינע מעשים, חרטה האבן אויפן עבר און זיך מקבל זיין אויפן עתיד, און קומען פארן אייבישטער מיט הכנעה און שברון לב אז ער וויל ווערן בעסער און ער וויל מתקן זיין זיינע וועגן.

אבער אז מ'פארשטייט אז די אלע נסיונות און שוועריגקיייטן און אונזערע דערווייטערונגען פון השי"ת ח"ו, דאס איז נאר ווי די 'קליפה' און דרויסנדיגע שאלעכץ וואס האט אונז איבערגעדעקט, אבער ס'איז נישט אונזער 'עצם' און אונזער עכטע מהות, נאר מיר זענען נאך אלס דער שיינער און גוטע 'רמון' פון אינעווייניג, וואס השי"ת זעהט אדורך און איז מקיים "תוכו אכל קליפתו זרק", ווייסט מען אז מ'האט באמת האפענונג, און מ'קען באמת זוכה זיין נתקרב צו ווערן צום אור פני מלך חיים, צום מלך חפץ בחיים וואס וויל אונזער תשובה און אונזער התקרבות צו איהם. און ממילא האט די גאנצע תשובה אן אנדערע טעם, דער מענטש טרעט צו דערצו מיט א התרוממות, מיט א דערהויבנקייט, און מיט א הייליגע און לעכטיגע געפיל. ער שטעלט זיך אוועק פארן אייבישטער מיט תקוה און השתוקקות צו ווערן בעסער, צו קענען ארויסברענגן זיינע אינערליכע קערנדלעך, און זוכה זיין צו מאכן א שינוי לטובה.

מענין לענין באותו ענין ווערט טאקע געברענגט א סיפור פונעם בעל שם טוב הק' זי"ע, אז אין א געוויסע שטאט איז געווען א חזן וואס האט געדאווענט פארן עמוד אין די הייליגע טעג, און ווען ס'איז געקומען צו זאגן 'על חטא' אין יום כיפור, האט דער חזן דאס אפגעזינגן מיט א ניגון. די אידן אין בית המדרש האבן געהאט טענות צום חזן אז על חטא איז נישט געמאכט צו זינגן... און זיי האבן איהם פאר'מַסר'ט פארן בעל שם הקדוש אז ער זינגט ביי על חטא. דער בעש"ט האט געלאזט רופן דעם חזן און איהם געפרעגט פשט אין זיין הנהגה, פארוואס זינגט ער א פרייליכע ניגון אויף על חטא. האט דער חזן געענטפערט מיט זיין תמימות, אז ער איז אמאל געווען אינעם מלכות'דיגע שטאט פעטערבורג (וואס איז דעמאלטס געווען די הויפט שטאט פון רוסלאנד) און ער האט געזען ווי דער ארבייטער וואס איז ממונה צו רייניגן די מיסט און די אפלויף-רערן פונעם קעניגליכן פאלאץ, שטייט און שלעפט מיסט וואס האבן געטראגן א שרעקליכן ריח, אבער בשעת מעשה האט ער זיך אונטערגעזינגן א לידל מיט גרויס צופרידנקייט. איינער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און איז איהם צוגעגאנגען פרעגן "לשמחה מה זו עושה?" וואס איז דא צו זינגן בשעת מ'שלעפט מיסט וואס פארשפרייט אזא אומאיינגענעמע גערוך? אבער דער ארבייטער האט געעפנט א פּאָר פארוואונדערטע אויגן און געזאגט "דו ווייסט פאר וועמען איך ארבעט דא? איך שלעפ דאָך ארויס די מיסט פונעם קעניג'ס פאלאץ, זאל איך דען נישט זינגען דערביי"?

פון דעם האב איך מיך אפגעלערנט -האט דער בעל תפלה אויסגעפירט פארן בעל שם הקדוש זי"ע- אז אפילו ווען איך זאג טאקע על חטא און כ'בין עוסק מיט 'נישט אזעלכע געשמאקע'
זאכן, אבער סוף כל סוף פאר וועמען טוה איך דאס? איך האלט דאָך אינמיטן דינען דעם גרויסן בורא דער מלך מלכי המלכים הקב"ה און איך טוה זיין עבודת הקודש, זאל איך דען נישט זינגן דערביי? דער בעש"ט האט משבח געווען זיינע ווערטער און איהם געלאזט אנהאלטן ווייטער זיין מנהג פון זינגן ביי על חטא...

משה רבינו לערנט אונז וויאזוי צוצוגיין צו ראש השנה
ווי מיר ווייסן, ליינט מען אלעמאל פרשת נצבים אין די טעג איידער ראש השנה, און ווי באקאנט שטייט אין זוהר הקדוש אז אַתֶּם נִצָּבִים "הַיּוֹם" כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם, היום גייט ארויף אויף ראש השנה, דער יום הדין אין וועלכע מיר שטייען אלע פאר השי"ת. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט סתם א רמז, נאר אין די פסוקים שטייען אודאי ווערטער וואס זענען נוגע פאר אונז און דינען אלס א חלק פון אונזער הכנה צום גרויסן און הייליגן יום טוב ראש השנה.

אצינד לאמיר זיך מתבונן זיין אינעם לשון הפסוק וואס משה רבינו זאגט דארט צו כלל ישראל, "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם" איר שטייט אלע דא היינט פארן אייבישטער, און ער רעכנט אויס ווער עס געפונט זיך אלס דא, רָאשֵׁיכֶם, שִׁבְטֵיכֶם, זִקְנֵיכֶם, וְשֹׁטְרֵיכֶם, כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל, עס זענען זיך צוזאמגעקומען יעדער איינער פון גרויס ביז קליין, אנגעהויבן פון די הויפטן און די זקנים פון כלל ישראל, און אינעם קומענדיגן פסוק איז ער ווייטער ממשיך אויסצורעכענען, טַפְּכֶם, נְשֵׁיכֶם, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בְּקֶרֶב מַחֲנֶיךָ, די קינדער, די ווייבער, די גרים, און אפילו "מֵחֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שֹׁאֵב מֵימֶיךָ" די האלץ האקער און די וואסער טרעגער זענען אויך געקומען הערן דעם דבר השם.

לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז פשט פון די אריכות, און וואס וויל משה רבינו דא מדגיש זיין מיט'ן אויסרעכענען די אלע דַרגות פון אויבן אראפ? און אז מ'רעכנט שוין יא אויס אלע סארטן בפרטיות, אויב אזוי פארוואס שטייט ארויסגעשריבן אויך די ווערטער "כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל" וואס איז לכאורה איבריג.

נאר דער ענין קען זיין, משה רבינו רעדט דא צו כלל ישראל און גיבט אונז חיזוק, ער לערנט אונז דעם וועג וויאזוי מיר זאלן זיך שטעלן פארן אייבישטער ווען עס קומט צו גיין די גרויסע און הייליגע "הַיּוֹם" פון ראש השנה ווי פאלגענד:

די ווארט 'נִצָבִים' איז טייטש זיך אוועקשטעלן מיט א שטארקייט, [ווי די ספרים צייכענען צו אז מיר געפונען דעם לשון (מלכים א' כ"ב) 'נִצָב מֶלֶךְ', אדער ווי די תורה זאגט אין פרשת קרח (ט"ז כ"ז) וְדָתָן וַאֲבִירָם יָצְאוּ 'נִצָבִים' און רש"י ברענגט פון מדרש אז זיי זענען געשטאנען 'בקומה זקופה' מיט א אויפגעשטעלטע הייעך, און אזוי אויך אין נאך פארשידענע ערטער], ווען עס קומט ראש השנה, דארפן מיר אידישע קינדער זיך אוועקשטעלן מיט א שטארקייט, מיט א הארץ פיל מיט האפענונג און התחזקות. און די סיבה פאר דעם איז, ווייל "רָאשֵׁיכֶם, שִׁבְטֵיכֶם, זִקְנֵיכֶם, וְשֹׁטְרֵיכֶם... טַפְּכֶם, נְשֵׁיכֶם, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בְּקֶרֶב מַחֲנֶיךָ, מֵחֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שֹׁאֵב מֵימֶיךָ" נישט קיין חילוק ווער איר זענט און אין וואס פאר א מצב איר געפונט זיך, די צַד השוה פון אייך אלע איז "כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל!" יעדער איינער פון אייך איז דאָך א 'ישראל' א חלק פון כלל ישראל, א הייליגע איד מיט א נקודה פנימית, א חלק אלוקי ממעל וואס געפונט זיך טיף אינעווייניג אין זיין נשמה, און ממילא איז נישט קיין נפקא מינא אויב אינדרויסן איז מען פון די ראשים אדער זקנים פון כלל ישראל, אדער אויב מ'איז פון די האלץ האקערס און וואסער שעפערס, די אלע זאכן זענען נאר חיצוניות'דיגע חילוקים וואס טיילן אפ איין איד פונעם אנדערן, אבער אינעווייניג זענט איר "כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל" אויב איר זענט נאר א איד זענט איר שוין הייליג לעכטיג און ריין, און דער אייבישטער קוקט אריין דארט אינעווייניג און ער איז מקיים "תוכו אכל קליפתו זרק", די אלע טיטלען און מיטלען וואס לייגן אריין דעם מענטש אין א שוואכערע מדריגה, דאס אלעס באזייטיגט השי"ת ווען עס קומט ראש השנה. און דעריבער דארף א איד אנקומען צום ראש השנה מיט א שטארקע 'נצבים' און שטיין פארן אייבישטער פיל מיט התחזקות.

ותתצב אחותו מרחוק - פונקט ווי מרים הנביאה בשעתה
לאמיר שפאנען א טריט ווייטער: די ווארט 'נִצָבִים' ענהאלט אין זיך נאך א שטארקע רמז און חיזוק פאר אונז אידישע קינדער אין ראש השנה. אין פרשת שמות געפונען מיר דעם זעלבן לשון ביי מרים הנביאה ווען זי איז געשטאנען ביים וואסער און נאכגעקוקט דעם קליינעם קעסטל אין וואס איר ברודער משה איז געלעגן, "וַתֵּתַצַּב" אֲחֹתוֹ מֵרָחֹק. ותתצב ווייזט אויף א שטאנד פיל מיט האפענונג און התחזקות, ווען מ'שטייט פעלזן פעסט אָן קיין ייאוש און צובראכנקייט.

ווי מיר האבן שוין דערמאנט כמה פעמים, איז מרים הנביאה די סימבאל פון האפענונג און שטארקייט, זי איז געווען דער וואס האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן אפילו אין די שווערסטע זמנים, און איר איז צו פארדאנקען א גרויס חלק פון גאולת מצרים און די קיום פון כלל ישראל. און מיר וועלן עס דא דערמאנען נאר אין קורצן.

חכמינו ז"ל דערציילן אונז אז ווען פרעה האט ארויסגעגעבן זיין גזירה אז מ'זאל אריינווארפן אלע אידישע ניי געבוירענע יונגלעך אין וואסער, האט עמרם, דער פאטער פון משה רבינו, וועלכער איז דעמאלטס געווען דער גדול הדור באשלאסן אז אויב אזוי לוינט זיך שוין נישט צו זיין חתונה געהאט, צו דען זאל מען געבוירן קינדער וואס מ'וועט חלילה אריינווארפן אין טייך? דעריבער האט ער געגעבן א גט פאר זיין ווייב יוכבד. כלל ישראל האט האט איהם נאכגעמאכט, און דער עולם האט אויך אפגע'גט די ווייבער גענוי ווי דער גדול הדור האט געטוהן. ווען מרים האט דאס געזעהן האט זי געזאגט, טאטע דיין גזירה איז נאך ערגער פון פרעה ח"ו, ווייל פרעה האט נאר גוזר געווען אויף די זכרים אבער דו מאכסט אז ס'זאלן שוין נישט געבוירן ווערן קיין אידישע קינדער, אפילו נקבות אויך נישט... און דעמאלטס האט עמרם צוריקגענומען זיין פרוי יוכבד לויט די עצה פון זיין טאכטער, און אלע אידן האבן געטוהן די זעלבע.
שפעטער ווען משה רבינו איז געבוירן געווארן און מ'האט איהם שוין נישט געקענט באהאלטן אינדערהיים, און מ'האט מורא געהאט אז די מצריים וועלן איהם קומען נעמען און אריינווארפן אין טייך, האט די מאמע יוכבד געמאכט א קליינע קעסטל אין וועלכע מ'גייט אריינלייגן דאס קינד, און מ'גייט איהם ארויסלאזן אויפן וואסער און ווארפן זיין גורל אויפן באשעפער. מרים הנביאה ווערט אבער נישט געפאלן ביי זיך, זי האט א מיסיע צו מאכן זיכער אז אלעס איז אין ארדענונג מיט'ן קינד, וַתֵּתַצַּב אֲחֹתוֹ מֵרָחֹק! זי איז זיך אינגאנצן נישט מייאש, זי שטעלט זיך פונדערווייטענס צווישן די געוויקסן און בלעטער צו האלטן אן אויג אויפן קליינעם קאסטן, זי האט געוואוסט דורך נבואה אז דאס קינד וועט נאך איין טאג זיין דער 'מושיען של ישראל' וואס וועט ראטעווען כלל ישראל, און אפילו יעדער איינער ארום איר האט געהאלטן פארקערט און גע'טענה'ט אז די מצב איז שוין פארלוירן, האלט זי זיך פעסט און זי וויל זעהן וואס וועט זיך דא אפשפילן מיט'ן קינד, זי גיבט נאך יא האפענונג פאר איר נבואה מקויים צו ווערן, און זי איז דא צו העלפן אויב עס פעלט זיך אויס.

וואס איז געווען די המשך? בתיה בת פרעה קומט צום וואסער און זי נעמט דעם קעסטל, וַתִּפְתַּח וַתִּרְאֵהוּ... וְהִנֵּה נַעַר בֹּכֶה וַתַּחְמֹל עָלָיו "וַתֹּאמֶר מִיַּלְדֵי הָעִבְרִים זֶה", זי מאכט עס אויף און זי זעהט ווי דאס קינד וויינט, זי האט רחמנות אויף משה און זי רופט זיך גלייך אָן "מִיַּלְדֵי הָעִבְרִים זֶה" דאס איז א אידיש קינד!

פון וואו האט בתיה געוואוסט אז דאס איז א אידיש קינד? מ'רעדט דאָך דא פון א קליין דריי חדשים'דיגע קינד אין א קעסטל וואס קען נישט מער ווי וויינען, פון וואנעט נעמט זי צו זאגן מיט אזא זיכערקייט אז ער איז מילדי העברים? ענטפערט דער סלאנימער רבי - דער נתיבות שלום זי"ע, אז דער תירוץ שטייט דארט אין פסוק, ווען זי האט דערהערט זיין געוויין האט זי באלד געהערט "דאס איז א אידישע געוויין!" א איד וויינט אינגאנצן אנדערש פון א גוי. ווען א גוי וויינט, וויינט ער פון צובראכנקייט און ייאוש, ער איז האפענונגסלאז און בעצבות, אבער ווען א איד וויינט, וויינט ער מיט גאנץ א העכערע סארט געוויין, דער איד וויינט אלעמאל מתוך תקוה, מיט האפענונג אויף א בעסערן צוקונפט, און ווער ס'האט גוטע אויערן קען אויפכאפן אינעם געוויין אז דאס איז א אידישע געוויין.

מען מעג נאר וויינען פון האפענונג און התחזקות
דאס זאגט אונז די תורה הקדושה "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם" ווען עס קומט צו גיין דער 'היום' פון ראש השנה, שטעלט זיך אוועק פארן אייבישטער מיט א שטארקע שטעלונג, מיט שמחה און התחזקות, מיט די זעלבע געפילן פון "וַתֵּתַצַּב" אֲחֹתוֹ מֵרָחֹק וואס איז פונעם זעלבן שורש פון נצבים. שטעלט זיך אוועק פיל מיט האפענונג אויפן עתיד, נישט מיט ייאוש און צובראכנקייט, אדרבה, פונקט ווי מרים הנביאה בשעתה כאטש יעדער האט געהאלטן אנדערש, קיינער האט נישט געגלייבט אז ס'קען נאך אויסוואקסן דא א מושיען של ישראל אין אזעלכע שווערע אומשטענדן, אבער מרים הנביאה ווערט נישט געפאלן ביי זיך, זי קומט און זי שטייט מיט א שטארקייט, זי ווארט אויף די ישועת ה' וואס זי ווייסט זיכער אז ס'וועט קומען.

אט דאס דארפן זיין די הרגשים פון א איד ווען ער שטעלט זיך ראש השנה פארן בורא כל עולמים. אמת איך בין טאקע נישט ווי עס דארף צו זיין, מיין יאר איז נישט אריבערגעגאנגען ווי איך האב געוואלט אז ס'זאל זיין, איך בין ליידער נישט בייגעשטאנען מיינע נסיונות און איך בין זייער ווייט פון שלימות... און די נשמה דארף טאקע לאזן טרערן און וויינען מיט חרטה און חשבון הנפש אויפן עבר און תשובה ותיקון המעשים ווי דער אר"י הקדוש זאגט. אבער מצד שני שטעל איך זיך אוועק פיל מיט האפענונג און התחזקות אויפן עתיד, ווייל איך ווייס אז השי"ת זעהט און הערט מיין פנימיות, מיין אינערליכע רוף. און אפילו ווען איך וויין איז דאס א אידישע געוויין, א בכי של תקוה, מיט השתוקקות און שטרעבן אויפן נייעם יאר אז ס'וועט אי"ה זיין אסאך בעסער און שענער, אבער חלילה נישט א בכיה פון עצבות אדער ייאוש ח"ו, ווי די הייליגע נביאים האבן אונז געזאגט "הַיּוֹם קָדֹשׁ הוּא לַה' אֱלֹקֵיכֶם אַל תִּתְאַבְּלוּ וְאַל תִּבְכּוּ" עס איז א הייליגע און דערהויבענע זמן ווען דער אייבישטער וויל אונז העלפן און מקרב זיין צו זיך, מ'טאר נישט וויינען פון עצבות, נאר לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִים... וְאַל תֵּעָצֵבוּ כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם, דער אייבישטער פריידט זיך און שטאלצירט מיט אונז און זעהט אונזער גוטס, און וועט אונז אי"ה פארשרייבן א גוט געבענטשט יאר, א שנה טובה ומתוקה מיט אלע גוטע פירושים, אכי"ר.

לסיכום געדענק:
• די פנימיות פון א איד איז אלעמאל לויטער און ריין, ווי די 'תוך' פון א הערליכע רימון, און דאס קוקט השי"ת און זעהט אום ראש השנה.
• מיר טוען תשובה אויף אונזער חיצונית'דיגע קליפה וואס נעמט אונז ליידער ארום, אבער אויך די תשובה דארף זיין מתוך שמחה, עס איז עבודת המלך!
• ווען מיר וויינען ראש השנה דארף עס זיין א געוויין פיל מיט אמת'ע האפענונג און התחזקות אויף א בעסערן עתיד, נישט מתוך עצבות אדער ייאוש ח"ו.

א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: ראש השנה - תשובה מיט חיות און שמחה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: ראש השנה - תשובה מיט חיות און שמחה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”