כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
זיסער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm

Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסער אידל »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 8:34 am
די גמ’ זאגט אין יומא כב’ ’’דשאני מיגנא ממיקם’’ ווי רש’’י איז מסביר, אז ס’איז גרינגער פאר א מענטש זיך צו האלטן אויף ’א גאנצע נאכט’ ווי איידער אויפשטיין פארטאגס.

ס’איז א פשוטע מציאות, איך וויס אפילו נישט וואס ס’איז דא זיך מתווכח צו זיין איבער דעם.
טאקע וועגן דעם איז א ענין אויפצושטיין פארטאגס צו סליחות .
נאר מיט תפלה קומט מען אן צו אלעס !
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

זיסער אידל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 8:40 am
שפילקעס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 8:34 am
די גמ’ זאגט אין יומא כב’ ’’דשאני מיגנא ממיקם’’ ווי רש’’י איז מסביר, אז ס’איז גרינגער פאר א מענטש זיך צו האלטן אויף ’א גאנצע נאכט’ ווי איידער אויפשטיין פארטאגס.

ס’איז א פשוטע מציאות, איך וויס אפילו נישט וואס ס’איז דא זיך מתווכח צו זיין איבער דעם.
טאקע וועגן דעם איז א ענין אויפצושטיין פארטאגס צו סליחות .
איך האב נישט צוטירט קיינעם, אבער כ’האב מיך באצויגן צו דאס וואס עטליכע האבן געוואלט טענה’ן אז אמאל איז געווען שווערער צו בלייבן אויף ביינאכט ווי איידער אויפשטיין פריער פארטאג’ס , וויבאלד מ’פלעגט דאך אמאל סייווי אויפשטיין פרי.
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

אותות ומופתים האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 9:24 am
קלאנג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:58 am
איך ווייס נישט וואס איז חשוב'ר ביים באשעפער פארטאגס אדער ביינאכט, אבער אסאך מענטשן זאגן ביינאכט ווייל ס'איז ווייניגער פרעשור ווי דארפן אויפשטיין פארטאגס. אסאך פארענטפערן זיך אז ס'איז גארנישט ראונג והא ראי' פולע אנדערע ערליכע אידן פירן זיך אזוי. פאר די חברה זאג איך אז ס'איז אמת, מ'וועט נישט שמייסן פאר נישט זאגן פארטאגס, אבער טאמער וועסט בכלל נישט זאגן, וועט מען אויך נישט שמייסן. די זאגסט סליחות ווייל די ווילסט אנהאלטן מסורת אבות, דאן זאג עס וויאזוי זיי האבן זיך געפירט.
דו כאפסט נישט ווייל דו קוקסט פון דיין קוק ווינקל, אבער אין די אלע פלעצער וואס מען האט געזאגט ביינאכט נאך חצות איז עס מסתמא געווען שווערער פאר רוב מענטשן ווי פארטאגס אויפשטיין, בפרט בימים ההם ווען מען פלעגט יעדן טאג אויפשטיין באלד ביים באגינען (און זונטאג איז נישט אנדערש געווען). ווידער אום אויף בלייבן ביז נאך האלבער נאכט, אן קיין לעקטער, איז געווען א פאר רוב עולם מסתמא א גאנצער אפקומעניש.

סאו טאקע אין די פלעצער וואס מען האט זיך געפירט יא צו זאגן פארטאגס, איז דאס געווען די געשמאקערע אפציע. די אנדערע עולם וואס האט געפראוועט גאנצעטע ענינים צו זאגן סליחות מיט די בגדי שבת, מיט מלוה מלכה און ווייסעך וואס, דאס איז געווען די שווערערע מהלך. היינט צוטאגס ווען די יוצרות האבן זיך געביטן, וואלט בעצם געפאסט אז די אייניקלעך פון די פארטאגס זאגער זאלן אנהייבן זאגן ביינאכט, לויט דעם חשבון...

עס איז דא מענטשן (וגם אני בתוכם), וואס פילן אז דער זיך ארויסרייסן פון בעט אין א מוצאי שבת פארטאגס איז א פאסיגער אנהויב, א ריכטיגער וועיק אפ קאל אז די ימי הרחמים והרצון זענען שוין דא, און מען דערלייגט דאס מיטן זאגן סליחות ביינאכט. אבער לפי הנ"ל איז דאס לאו דוקא ריכטיג, ווען דו כאפסט ווען יעצט א שמועס מיט דיין עלטער זיידן און דו זאגסט אים דאס וואלט ער דער געענטפערט אז אויף זיין ביז האלבער נאכט און דאן זאגן סליחות איז אים סאך שווערער, און לויט דעם חשבון סאך מער א 'פרעשור', ווי אויפשטיין אפאר מינוט (צי אפילו א שעה) פריער ווי זיין געווענליכן שטייגער אינדערפרי.
ביי די הויפן וואס מהאט געזאגט פארטאגס וואלט געווען גרינגער ביי חצות זינט של"ש פלעגט מען אריינציען ביז שפעט, צאנזער רב צב"ש פלעגט פירן של"ש ביז אפאר שעה אריין אין מוצ"ש און סליחות געזאגט פארטאגס
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

ווי געזאגט, דאס זאגן פארטאגס איז געווען דער ברייטער מנהג, דער נחלת הכלל ביי אידן, נישט בלויז די פאר צענדליגער אדער לאמיר אפילו זאגן הונדערטער וואס זענען געזיצן שלש סעודות ביי א רבי'שער טיש. און אוודאי, ווי שוין ארויסגעברענגט דא, איז דער צאנזער רב צי אנדערע צדיקים נישט געגאנגען טוהן אנדערש פונעם אנגענומענעם מנהג במקומותם, בלויז כדי עס זאל שטימען מיט זייער פערזענליכע באקוועמליכקייט.

דער פוינט איז איין זאך, די אנגענומענע מהלך וואס מען זעהט אין אלע הלכה ספרים, צו זאגן פארטאגס, האט גראדע גוט געשטימט אויך מיטן מציאות פון רוב עולם, בעת דאס זאגן ביינאכט איז א פארהעלטנמעסיג שפעטערער מנהג וועלכע איז ווי עס שיינט איינגעפירט געווארן, ספעציפיש אין חסידישע מקומות אין פוילן און רוסלאנד, צוליב פארשידענע ענינים דערביי. (אינטערעסאנט אז דוקא אין די מקומות ווי עס זעהט אויס צו זיין א ספעציעלע ענין צו זאגן מוצאי שבת דייקא, פונקט דארט האבן פילע ניטאמאל מקפיד געווען צו ווארטן שפעט אויף חצות נאר מען זאגט שוין פריער אויך, ד.ה. אז סיי דער אלטער מנהג פון פארטאגס און סיי דער נייער ענין פון זאגן מוצאי שבת זענען דוקא נישט געווען דעזיינט דוקא צו 'פרעשורן' די מענטשהייט).

און מיטן מאדערניזאציע טויש וועלכע איז אנטשטאנען איבער די וועלט און האט געטוישט די סדרי בראשית, איז אויסגעקומען - פאר די לעצטע 100, 120 יאר בערך - אז היינט צוטאגס איז שוין פיל גרינגער און מער צוגעפאסט פארן ברייטן עולם צו זאגן ביינאכט, בעת די אמאליגע פארטאגס מהלך איז געווארן צוליב די שינוי סדרי החיים גאר שווער נאכצוקומען, ממילא האט די וועלט אויפגעהערט צו זאגן פארטאגס און אנשטאט זאגט מען ביינאכט.

דאס זאגן פארטאגס איז נאר געבליבן א שטאנדהאפטיגער מנהג היינט צוטאגס ביי חסידישע פלעצער, וואס מען איז דאך סתם אזוי אויך שטארק נזהר אנצוהאלטן אלע מנהגים און סדרים פון די פריערדיגע צדיקים און רבי'ס פונעם הויף, ממילא אין די חסידישע מקומות וואס דער אלטער מנהג פון פארטאגס איז געבליבן במקומו ביז תר"ע, האט מען דאס נישט געטוישט שפעטער אויך נישט הגם די וועלט האט געטוישט ערגעץ יענע תקופה.
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

הרים סביב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 12:09 am
יוצאי אונגערין און גאליציע זאגן פארטאגס
יוצאי רוסלאנד, פוילען, ליטא, און ראמעניע זאגן ביי חצות
איך האב פארגעסן צוצולייגן אז די וואס זאגן מיט א גיטאר, זאגן ביי חצות...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8915
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

הרים סביב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 11:51 am
הרים סביב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 12:09 am
יוצאי אונגערין און גאליציע זאגן פארטאגס
יוצאי רוסלאנד, פוילען, ליטא, און ראמעניע זאגן ביי חצות
איך האב פארגעסן צוצולייגן אז די וואס זאגן מיט א גיטאר, זאגן ביי חצות...

צ"ל: פון חצות ביז פארטאגס
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
צרורא דלעילא
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:28 am

Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צרורא דלעילא »

ב”ה געזען אז משטעלט צו פארן ציבור נאן סטאפ כפרות א גאנץ ליל ששי
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”