מיינע לשון - לכבוד יו''כ
צו דער רב פון לעמבערג - ר' איטשא אהרן איטינגא
איז אריינגעקומען א מאדערנער איד, א סוחר א אינגע
"רבי, איך בין א סוחר פון פראנקרייך, אבער אויף עפעס אן אופן
האבן די שטאטישע באאמטע געטראפן פארלעצונגען, כ'האב געמוזט אנטלויפן!"
האט אים דער רב געזאגט, "זארגט נישט, איך האב אן עצה א גוט'ס
פארבלייב אין שטאט לעמבערג, איך וועל דיר דא געבן שיץ
טויש דיין לבוש, לאז וואקסן א בארד וועסטו אויסזעהן ווי אונז גלייך
און אנשטאט רעדן פראנצויזיש, לערן דיך אויס דאס אידישע שפראך."
אזוי האט ער דארט געוואוינט, אנגעהויבן אויסזעהן ווי א איד א חסיד'יש
און צוביסלעך צוביסלעך זיך אויסגעלערנט דאס שפראך 'אידיש'.
**
איין יאר יום כיפור, יעדער ווייס אין שוהל עס שוועבט א הייליגקייט
ווען מיטאמאל, "וואסער, וואסער" אונזער סוחר שרייט
מ'האט מודיע געווען דער רב, דער איד שפירט ער גייט זיך דערשטיקן
"ניין" זאגט דער רב, "ער איז נאך נישט אין א מצב מסוכן"
פיין, מ'דאוונט ווייטער ווען פליצלינג צוויי שעה שפעטער
"וואסער, וואסער" מיט זיין לעצטע כוחות זיך בעט-ער
מ'פרעגט דעם רב, 'זאל מען אים געבן וואסער, עס איז ממש א הצלה?!'
ענטפערט ר' איטשא אהרן, "ער איז נאכנישט אין א מצב אזא שמאלע!"
אפאר מינוט גייט פארביי, "וואסער וואסער", דאסמאל מיט א פראנצויזישן אקצענט
"גיבטס אים שנעל וואסער" זאגט דער רב, "א סכנה איז אויף אים דערקענט!"
**
נאך יום כיפור, דער איד באדאנקט דעם רב פארן ראטעווען זיין לעבן
"פון וואנעט האט דער רב געוואוסט ווען וואסער מיך נישט צו געבן?
איך מוז מודה זיין, די ערשטע צוויי מאל בין איך טאקע נישט געוועזן אזא מסוכן
אבער די דריטע מאל האב איך געשפירט אז אט אט, גיי איך מיין נשמה ארויפשיקן"
האט אים דער רב ר' איטשא אהרן געענטפערט, "עס איז בכלל נישט קיין חידוש
איך ווייס דאך יא אז עס איז נאך ביי דיר ווילד-פרעמד דאס שפראך אידיש
די ערשטע צוויי מאל האסטו געשריגן 'וואסער' אינעם אידישער שפראך
האב איך געזעהן, דו קענסט נאך האלטן קאפ, איז נאכנישט געפערליך די זאך
ווייל ווען דו רעדסט אין אידיש ברויכסטו עקסטער טראכטן די הבנה
האב איך פארשטאנען עס איז נאכנישט א מצב סכנה
אבער ווען האסט געשריגן אין פראנצויזיש - דיין מאמע-לשון, 'גיבטס מיר וואסער א טראפ'
מיט דעם געוויזן אז דו קענסט מער נישט האלטן קאפ
און אז עס איז פיקוח נפש ממש, האב איך גראד געוואונקען
געבט'ס אים שנעל וואסער צו טרינקען."
**
אידעלע טייערער, עס איז יום הכיפורים נאכמיטאג, מ'האלט נאך א טאג פאסטן, נאך א טאג שטיין אויף די פיס מתפלל זיין צום באשעפער; דו שפירסט אז דו האסט מער נישט די כוחות, האסט מער נישט די מוח, דו קענסט שוין נישט מער אינזינען האבן יעדעס ווארט; דאן שריי אויס צום באשעפער מיט דיין היגע שפראך, בעט מיט דיין מאמע-לשון. אזוי ווי עס שטייט, אוחילה לקל וכ"ו ואשאלה ממנו 'מענה' לשון - מיט 'מיינע' שפראך. און אוודאי וועט מען אלעס גוט'ס פועל'ן.
לע"נ הב' משה בן ישראל, היארצייט שלו חל בערב יוה"כ.
- מאיר הירשסאן