טשיקי טשיקי אוי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8578
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

א תפילה כ'בעט
ווען אריין כ'טרעט
די שמעק קלאר איז
טויזנטער כפרות

גענצליך ריין
זאל עס דורכגיין
פונעם כפרה כ'מאָן עס
כ'דארף נישט די מתנות

טשיקי טשיקי אוי
כ'דריי דיר אזוי
שפיר די קלעם
מיינע עבירות נעם


ארויס פונעם קעסטל
פעדערן אויפן וועסטל
מיטן גארטל גרייט
דארט מ'שטייט

זה חליפתי זאג איך
מיט אים מיטקלאג איך
א צווייט מאל א דריטע
די תפילה די גוטע

טשיקי טשיקי אוי
כ'דריי דיר אזוי
שפיר די קלעם
מיינע עבירות נעם


אים אפגע'שחט'ן
מיין זעל פארראכטן
איצט באדעקן זיין בלוט
דארט אונטן מ'טוט

אהיים כ'טו מיר גיין
יעצט בין איך שוין ריין
דער כפרה געבט א כליפע ער
און איך בין גרייט אויף יום כיפור

טשיקי טשיקי אוי
כ'דריי דיר אזוי
שפיר די קלעם
מיינע עבירות נעם
.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך
מאיבי תחכמני
פייט!
אוועטאר
ערד ציטערניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 9:42 pm

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד ציטערניש »

זייער שיין. א גוטער אבזערווירער.
וטהר לבינו לעבדך באמת

איטשע קלמן ביי של''ס - חלק ב' viewtopic.php?p=5526247#p5526247
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3588
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

משוגענע חיזוק!!...
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

טשיקי טשיקי אוי

א שאד האסט נישט קיין צוגעפאסטע ניגון אויף די ווערטער, עס וואלט געווען א איבערקערניש פון א ניגון, טשיקי טשיקי אוי, איך דריי דיר אזוי...

דאס איז נעקסט לעוול, ווי אזוי זאגט נאר יענער - ער וועט וויירשיינליך אפקויפן פון דער דער ניגון... עס איז זיין ארט - עס איז נישט גוט משוגע, עס איז משוגע גוט!

@שוואכער , סאו פאר האסטו עס! אזוי א נקודה צום פינטל, גוט ארויסגעברענגט, אין א אזא ערנסטע, אבער יום כי'פורים'דיגע וועג. דאס איז טאלאנט!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
אלטע קוגל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9023
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

הערליך!!
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

WOW!!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
שקיעה
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

מאסיוו!!!
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

לייק פארן קעפל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

עכט היימיש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 8:56 pm
טשיקי טשיקי אוי

א שאד האסט נישט קיין צוגעפאסטע ניגון אויף די ווערטער, עס וואלט געווען א איבערקערניש פון א ניגון, טשיקי טשיקי אוי, איך דריי דיר אזוי...
מ'קען עס צולייגן אלס הויכע פאל צום אלטן דביקות'דיגן טשיקי טשיקי ניגון.

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 2#p2524372

viewtopic.php?t=45696
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הארליך שיין !!!
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

די עולם האט זיך געהעריג אינטערגעזינגן ''טשיקי טשיקי אוי'' ביים ליין צום שוחט.... ביי דיין כפרות פלאץ אויך?

למעשה די טשיקי הערענדיג די פרייליכע טשיקאווע תנועה'לע - אנדערש ווי יעדע יאר ווי ער פארפירט מיט א פחד - האט זיך צוגעשטעלט מיט א פרייליכקייט און גערן איבערגענומען דאס פעקל, שכוח שוואכער!

נעקסטע יאר וועט שוין זיין גרויסע טאוולען מיט די פולע נוסח פון טשיקי טשיקי אוי... די רבנים זענען נאך דן ווי אזוי צו אוואוידען אז מען זאל נישט פארגעסן פון די ארגינעלע בני אדם נוסח
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: טשיקי טשיקי אוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”