מיר זענען ריין!
טוֹב - האט מען א טאג א גוטע זיך צו פרייען, שמייכלען און לאכן
הָיָה עוֹשֶׂה - געטון מיט אן אויסטערלישן צופרידנקייט מאכן
שֶׁיָּצָא - ווען דער כהן גדול האט געזאגט באזארגט נישט זייטס
בְּשָׁלוֹם - איך בין ארויסגעקומען צו ענק אידן גאנץ אָן א קראץ
מִן הַקֹּדֶשׁ - פונעם קודש הקדשים, אונזער הייליגסטע פלאץ
האפקעטס אריין! הייבטס ענק אין די לופטן! מיר זענען ריין!