מיין סוכה פאטענט, ציגל אנשטאט ברעטער.
א ברעט און נאך א ברעט
די טיר און פענסטער
פון איבעראל מען זעהט
עס איז די סוכה די שענסטער
מען ארבעט אריין שווער
און די טעג פאר סוכות
נוי סוכה מער און מער
שנעל שנעל פארטיק-עס
ענדלעך די סוכה שטייט שוין
נאכן ארבייטן אזויפיל
שאקלען די ד' מינים מ'גייט שוין
און לויפן צום רבינס הויף'ל
ביים סעודה מען זיצט צוזאמען
מען שפירט די ווארעמקייט אין יעדע ביין
די משפחה, קינדער, טאטע און מאמע'ן
אזש עס האט דאך ממש אזא חן
ווי שיין און לעכטיג ס'איז דאך דא
די אושפיזן ברוך הבא
לישב בסוכה מען מאכט די ברכה
אלע אינאיינעם מען פרייד זיך
די שמחות יום טוב פארשפרייט זיך
אויף אלע געסט און די גאנצע משפחה
ביים לייגן יעדע ברעט
א הייסע תפילה איך בעהט
שיבנה בית המקדש במהרה
מיט די מצות סוכה איז זיכער
אז די בית המקדש בויט זיך גיכער
די בית המקדש של אש די פייערע
---
א ציגל און נאך א ציגל
מיט יעדע מצוה מען בויט שטייטלעך
מ'בעהט ברעך שוין אויף דעם ריגל
פון די גלות גראטעלך
מען ארבעט אריין זייער שווער
אין די טעג פאר די גאולה
מצות און מעשים טובים מער און מער
מלוך על כל העולם כלו
ענדלעך די בית המקדש שטייט שוין
נאכן ארבייטן אזוי פיל
מקרב זיין קרבנות מען גייט שוין
אנגעקומען ענדלעך צום ציל
נעבן משה רבינו מען זיצט צוזאמען
יעדער וויל הערן וואס רעדט ער דארט
די פשט טוט אזוי פלאמען
אוי ווי גוט זעט-דער-ווארט
ווי שיין און לעכטיג עס וועט זיין
ווען די אבות קומען אריין
שהחינו מען מאכט די ברכה
אלע אינאיינעם מען פרייד זיך
אין ירושלים מען דרייט זיך
ענדלעך ארויס מעמק הבכה
די טיר און פענסטער
פון איבעראל מען זעהט
עס איז די סוכה די שענסטער
מען ארבעט אריין שווער
און די טעג פאר סוכות
נוי סוכה מער און מער
שנעל שנעל פארטיק-עס
ענדלעך די סוכה שטייט שוין
נאכן ארבייטן אזויפיל
שאקלען די ד' מינים מ'גייט שוין
און לויפן צום רבינס הויף'ל
ביים סעודה מען זיצט צוזאמען
מען שפירט די ווארעמקייט אין יעדע ביין
די משפחה, קינדער, טאטע און מאמע'ן
אזש עס האט דאך ממש אזא חן
ווי שיין און לעכטיג ס'איז דאך דא
די אושפיזן ברוך הבא
לישב בסוכה מען מאכט די ברכה
אלע אינאיינעם מען פרייד זיך
די שמחות יום טוב פארשפרייט זיך
אויף אלע געסט און די גאנצע משפחה
ביים לייגן יעדע ברעט
א הייסע תפילה איך בעהט
שיבנה בית המקדש במהרה
מיט די מצות סוכה איז זיכער
אז די בית המקדש בויט זיך גיכער
די בית המקדש של אש די פייערע
---
א ציגל און נאך א ציגל
מיט יעדע מצוה מען בויט שטייטלעך
מ'בעהט ברעך שוין אויף דעם ריגל
פון די גלות גראטעלך
מען ארבעט אריין זייער שווער
אין די טעג פאר די גאולה
מצות און מעשים טובים מער און מער
מלוך על כל העולם כלו
ענדלעך די בית המקדש שטייט שוין
נאכן ארבייטן אזוי פיל
מקרב זיין קרבנות מען גייט שוין
אנגעקומען ענדלעך צום ציל
נעבן משה רבינו מען זיצט צוזאמען
יעדער וויל הערן וואס רעדט ער דארט
די פשט טוט אזוי פלאמען
אוי ווי גוט זעט-דער-ווארט
ווי שיין און לעכטיג עס וועט זיין
ווען די אבות קומען אריין
שהחינו מען מאכט די ברכה
אלע אינאיינעם מען פרייד זיך
אין ירושלים מען דרייט זיך
ענדלעך ארויס מעמק הבכה