גיימיר מאכן התרת נדרים?
בס"ד
און א נדר געמאכט
מיט א קול פון בכי'
געטון ווי געטראכט
די קינדער פארשיק איך
אויף א וועג גאר ווייט
מ'דארף נישט זיין קיין פיקח
צו וויסן ווי שטארק ס'אַרט
האב איך מורא געהאט
איך וועל זיי אהיימנעמען פרי
נאך איידער די צייט
ס'וועט א שאד זיין די מיה
האב איך געמאכט א נדר
דאס איז קאי וקיים
כאטשיג צובראכן איך זע-דיר
איך נעם דיך נישט אהיים
גזירה היא מלפני
ס'מוז אזוי זיין
אסתירה מהם פני
איך באהאלט מיין שיין
נאך א שבועה לייג איך צו
אז אויך איך בלייב פארוואגעלט
אין גלות גיין איך טוה
מיט דיר זיך מיט געשמוגעלט
אבער ס'איז שוין צו לאנג
די קינדער אנע קיין כוח
אויך די מאמע טוט באנג
אויף די צרות רויעך
זאלן 'וויסן' און 'פארשטאנד'
די 'טאטע' און 'מאמע'
עפענען דעם באנד
מתיר זיין בטעמא
אויב נישט זיי
ברענג איך נאך
די אבות מיינע דריי
זיי מתיר – אפשר דאך
און אצינד מיר אלע
שרייען אויס אינאיינעם
בזמן מאוד נעלה
במעמד נערים וזקנים
אין ווייסן באקליידעט
און מיט זידיגע טרערן
שרייט יעדער שבט
מיר ווילן תירוצים נישט הערן
על דעת המקום
ועל דעת הקהל
זאל זיין אתה תקום
צוריק ווי אמאל
כל נדרי – מיט א ציטער
מיר הייבן אן דעם טאג
דער גלות איז אונז ביטער
זע אונזער פלאג
נדרנא – קיין נדר נישט
שבועתנא – אויס שבועה
חשבונות אפגעווישט
אחישנה, אן קיין מניעה
נ.ב. אויך דאס האב איך אנגעהויבן שרייבן עטליכע וואכן צוריק, און איך האב געהאט בדיעה אויף עפעס פיל בעסער, אבער עם לא עכשיו אימתי... איז עס ארויס אזוי. גוט.
גיימיר מאכן התרת נדרים?
געשוואוירן א שבועהאון א נדר געמאכט
מיט א קול פון בכי'
געטון ווי געטראכט
די קינדער פארשיק איך
אויף א וועג גאר ווייט
מ'דארף נישט זיין קיין פיקח
צו וויסן ווי שטארק ס'אַרט
האב איך מורא געהאט
איך וועל זיי אהיימנעמען פרי
נאך איידער די צייט
ס'וועט א שאד זיין די מיה
האב איך געמאכט א נדר
דאס איז קאי וקיים
כאטשיג צובראכן איך זע-דיר
איך נעם דיך נישט אהיים
גזירה היא מלפני
ס'מוז אזוי זיין
אסתירה מהם פני
איך באהאלט מיין שיין
נאך א שבועה לייג איך צו
אז אויך איך בלייב פארוואגעלט
אין גלות גיין איך טוה
מיט דיר זיך מיט געשמוגעלט
אבער ס'איז שוין צו לאנג
די קינדער אנע קיין כוח
אויך די מאמע טוט באנג
אויף די צרות רויעך
זאלן 'וויסן' און 'פארשטאנד'
די 'טאטע' און 'מאמע'
עפענען דעם באנד
מתיר זיין בטעמא
אויב נישט זיי
ברענג איך נאך
די אבות מיינע דריי
זיי מתיר – אפשר דאך
און אצינד מיר אלע
שרייען אויס אינאיינעם
בזמן מאוד נעלה
במעמד נערים וזקנים
אין ווייסן באקליידעט
און מיט זידיגע טרערן
שרייט יעדער שבט
מיר ווילן תירוצים נישט הערן
על דעת המקום
ועל דעת הקהל
זאל זיין אתה תקום
צוריק ווי אמאל
כל נדרי – מיט א ציטער
מיר הייבן אן דעם טאג
דער גלות איז אונז ביטער
זע אונזער פלאג
נדרנא – קיין נדר נישט
שבועתנא – אויס שבועה
חשבונות אפגעווישט
אחישנה, אן קיין מניעה
נ.ב. אויך דאס האב איך אנגעהויבן שרייבן עטליכע וואכן צוריק, און איך האב געהאט בדיעה אויף עפעס פיל בעסער, אבער עם לא עכשיו אימתי... איז עס ארויס אזוי. גוט.
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא לְבַדּוֹ הוּא, הַמַּמְלִיךְ מְלָכִים וְלוֹ הַמְּלוּכָה!