Re: וואס באדייט די ווארט?
מיינסט 'אנגעבליך'?
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
מיינסט 'אנגעבליך'?
אויב וואלט איך אזוי געמיינט וואלט דא באלאנגט אזא ’אנגעבליך’...
דערמאנסט מיר אז כ'האב אמאל געזען אין א ספר (אפשר מדרש פנחס?) "משטייניר גיזאגט". לויט דיין פשט איז עס פשוט "שטיינער" בלשון רבים.שמחת עולם האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:11 amדארט ווערט צוויי מאל דערמאנט אינמיטן בריוון וואו דער/די שרייבער שרייבן פון זייערע צרות ל"ע און דרוקן זיך אויס "דעם שטיין געזאגט", למשל פלוני איז "דעם שטיין געזאגט" קראנק... דאס איז אזוי ווי איינער זאל היינט זיך אויסדרוקן "אויף אלע גוים געזאגט"...
און לדעתי איז דאס די מקור פון דעם אויסדרוק, נאר ס'איז געווארן געטוישט און פעלעריג בצורתו ובכוונתו.[/b]
אן אינסטרומענט וואס רעקארדירט די באוועגונג פון די ערד בשעת אן ערד ציטערניש.
*סייסמאגראף.
Consultant?גרשון האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:17 pmקאָנסולאיז אן אויסלענדישער דיפלאמאט וואס פירט אן אפיס פון זיין לאנד דארט וואו ער געפינט זיך. דער אפיס וואס ער פירט הייסט א קאנסולאט. אין ענגליש איז עס consul, און אזוי זאגט מען עס אויף אלע שפראכן.
Council, ווידער, איז אן ענגליש ווארט, און ס'באדייט א גרופע פון מענטשן וואס זענען געשטעלט צו געבן עצות אדער דורכפירן געזעצן. אויב וויל מען עס טראנסטליטערירן אין אידיש, דאן קומט עס לכאורה קאונסילאדער קאנסיל. אין אידיש זעלבסט הייסט עס "א ראָט" (אין עברית זאגט מען "מועצה").
א שמועס דער וועגן אויף תפוז תשס"ב
הייסט עס אז יודן-ראַט איז פון דעם שורש.גרשון האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:17 pmקאָנסולאיז אן אויסלענדישער דיפלאמאט וואס פירט אן אפיס פון זיין לאנד דארט וואו ער געפינט זיך. דער אפיס וואס ער פירט הייסט א קאנסולאט. אין ענגליש איז עס consul, און אזוי זאגט מען עס אויף אלע שפראכן.
Council, ווידער, איז אן ענגליש ווארט, און ס'באדייט א גרופע פון מענטשן וואס זענען געשטעלט צו געבן עצות אדער דורכפירן געזעצן. אויב וויל מען עס טראנסטליטערירן אין אידיש, דאן קומט עס לכאורה קאונסילאדער קאנסיל. אין אידיש זעלבסט הייסט עס "א ראָט" (אין עברית זאגט מען "מועצה").
און געוויסע זאגן תענית מיט א קמץביבליאגראף האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 30, 2024 12:54 pmאבער ראט-הויז, שטאט-ראט, זאגט מען מיט א פתח!
גע'גנב'עט פון נפַשות...
און שַלשידעס און צַם גדלי'...
מעגליך טאקע אז ביי אונז איז ראָט נישט אנגענומען, נאר מ'זאגט ווי אריגינעל אין דייטש. איך האב שוין געזען נאך אזעלכע ווערטער, צב"ש אָנגעשטעלטער אין די ווערטערביכער, וואס איז אַנגעשטעלטער ביי אונז (נישט איינגעשטעלטער).ביבליאגראף האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 30, 2024 12:54 pmאבער ראט-הויז, שטאט-ראט, זאגט מען מיט א פתח!
מדי דברי האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:39 pmא שמועס דער וועגן אויף תפוז תשס"ב
......
[סליחה על השטויות שכתבתי בהודעה הקודמת] הנה התשובה הבדוקה הביטוי המלא של "מישטיינס" הוא - מישטיינס אין דער ערדן געזאָדט. לראשונה פוגשים את הביטוי במכתב שנשלח מפראג בראשית המאה ה-17, ובו נכתב בין היתר המשפט הבא: דען שטיין אין דער ערדן געזאָגט [=יאמר על האבן באדמה]. מכאן הביטוי התגלגל ל"מישטיינס", "דען שטיין אין..." הפך ל"מישטיינס".הפירוש המדויק של מישטיינס: 1) שיאמר גן עלי דבר כזה. 2) דבר שאינו אמת אלא נראה כאמת. 3) דבר שרמתו נמוכה. 4) מה כבר אפשר לומר ?! הכל לפי המיקום בו מופיעה המילה במשפט. מקורות לתשובה שלי: מאַרק יודל, ייִדישע שפּראַך, XXI, עמ´ 64; "די שפּראַך פון דער קאָמדיע ´די גענאַרטע וועלט´", שם, III, עמ´ 79-78. לגבי התרגום של צאנין - "חס-ושלום", לא ראיתי את צאנין אבל אני מאמין שכך הוא מתרגם וזו הפשטה של המשמעות המורכבת בהרבה כפי שהראתי עכשיו.
איך האב הנאה צו זעהן אז נאך איינער ברענגט די זעלבע מקור און סברא וואס איך האב דא געברענגט.שמחת עולם האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:11 amגראדע זענען דא אסאך וואס נוצן עס מיט פארשידענע ווערזיעס. אמאל האב איך געמיינט אז דאס א לעצטיגע זאך, האב איך געהערט פון אן אלטן פוילישע יוד אז דאס איז אן אויסדרוק וואס ער האט אסאך געהערט פון פוילישע יודן.
איך ווייס נישט גענוי די באדייט דערפון און ווען מען נוצט עס, איך מיין אז מען נוצט עפעס בלשון ארויסצוברענגען אז דאס וואס איך יעצט געזאגט איז בעצם אסאך מער, למשל "ס'זענען געווען דארט טויזענט יודן - מ'שטיינס געזאגט..." עפעס אזוי, איך בין אבער נישט זיכער.
לעטצענס איז מיר נתחדש געווארן א חידוש נפלא אין דעם אויסדרוק און איך בין כמעט זיכער אז דאס איז די אמת'ע מקור פון דעם אויסדרוק.
איך האב דורכגעליינט גאר אלטע בריוון געשריבן אין א דייטשע יידיש, מ'רעדט דא פון פריוואטע בריוון וואס זענען געשיקט געווארן צווישן קהילות פראג און ווינא בשנת ש"פ און ליגט היינט צו טאגס אין אן ארכיוו אין עסטרייך. דובער וואכשטיין האט בשעתו דאס געלאזט דרוקן און געמאכט דערפון א בוך.
דארט ווערט צוויי מאל דערמאנט אינמיטן בריוון וואו דער/די שרייבער שרייבן פון זייערע צרות ל"ע און דרוקן זיך אויס "דעם שטיין געזאגט", למשל פלוני איז "דעם שטיין געזאגט" קראנק... דאס איז אזוי ווי איינער זאל היינט זיך אויסדרוקן "אויף אלע גוים געזאגט"...
און לדעתי איז דאס די מקור פון דעם אויסדרוק, נאר ס'איז געווארן געטוישט און פעלעריג בצורתו ובכוונתו.