Re: מנהגי מונקאטש - דינוב
איך כאפ נישט פינקטליך וואס איר זאגט.צדיק דורינו האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 03, 2024 4:14 pmאיך פארשטיי לגמרי נישט דעם גאנצן אהין און צוריק.
דער רב ז"ל שרייבט קלאר אז דאס איז א מנהג יסותו בהררי קודש, און מ'האט 'דאס אפגעשטעלט צוליב דעם וואס די יענגיע טוען אזוי. און אזוי האט ער זיך געפירט ביי זיך אין ביהמ"ד. נאכאמאל, נישט אין שטאטישן ביהמ"ד, נאר ביי זיך אין ביהמ"ד, מ'האט נישט געלייגט קיין שום בלומען און נישט קיין ביימער, און נישט גארנישט ענדליך צו דעם, ווייל דאס אלעס טוען די 'עמים'. צו זאגן אז דער סיבה דערפון איז בליז ווייל אזוי איז געווען דער מנהג אין מנקאטטש בעפאר דעם רב, איז גאר שוואך... איבעריג צו זאגן, אז אויבוואלט ער געהאלטן אז מ'דארף יא לייגן, ביימער אדער בלומען, וואלט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן, ווייל מ'האט נישט געלייגט נאך איידער ער איז געווארן רב, ער האט נישט געהאט קיין שון פראבלעם צו טוישן גרעסערע זאכן פון דעם...
אין שטאטישן שול אין מונקאטש האט מען נישט געלייגט קיין בלומען, כן 'מוכרח' מלשונו של רבינו בשע"י. (געדענק אז אין מונקאטש האבן די חסידים אלעמאל געהאט די אויבערהאנט, אין שטאטישן שול האט מען געדאוונט נוסח ספרד. ואכמ"ל).
אוודאי האט דער רב צוגעשטימט צו דעם מנהג, און צוגעשטעלט דעם גר"א. אבער ער שרייבט עס נישט באופן ווי ער איז קובע א מנהג, נאר ווי ער טרעפט א סמך און מקור פארן מנהג.
'עמים' לייגן נישט קיין בלומען שבועות. אויב איז מען נישט מקפיד א גאנץ יאר האט נישט קיין פשט פונקט שבועות מקפיד צו זיין. דאס איז אין שטוב, אבל בביהמ"ד יש מקום לדמותו לאילנות בדוחק.
נאך עפעס שווער?