נקמה איז זיס!!!
יעדער זיצט פארטראכט
צום סקרין צוגעקלעפט
אין די ספערן מ'שוועבט
אינגאנצן פארשוויצט
מיט חברים מ'זיצט
מ'מאנטשט פאפקארן
נו וואס איז געווארן
מ'ציילט די שטומען איינע איינע
מ'טוט שוין רופן נארט קאראליינע
סתם זיך געזארגט אומזיסט
עכט האב איך שוין לאנג געוואוסט
אן קיין שום מניעה
מ'רופט דשארדשיע
ס'פארט גוט, אזוי ס'הייסט
מ'ערלויבט זיך אביסל צו הייבן די גייסט
ס'דויערט גאנץ לאנג
די מידיא ס'טוט באנג
זיי ווילן נישט מודה זיין
נאר פאקס שפרינגט אריין
די רעיס ווערט גערופן
די עולם איז בגיליפין
העריס בכלל נישט ס'שמעקט
אבער דאנאלד טראמפ איז פרעזידענט עלעקט
די שליסלעך פארראסט
די סעלצער ס'באסט
ראלסטאן אויכמיר א שטינקער
גארנישט מער ווי פארנאטישע לינקער
ווייסט ווער ס'האט געוואוסט פאראויס
אונזער היימישע @אליעזר קרויס
אויך די אנאליסט פון טרי ניין זיראו
יוסי געשטעטנער אונזער העראו
***
פאר אכט יאר נישט געסטאפט
ווילדע פאנטאזיעס אויפצובלאזן
זיין בלוט אזוי געצאפט
אנגעהויבן פון ראשע קאלושזען
אגענטן אונטערגעשמירטע
זיך איינגעבראכן מיט געוואלד
דאקומענטן קלאסיפעצירטע
קלאמפיש ער האלט
געברענגט קלאגעס
אין די מאסן
וויכטיגערע דאגות
ווי פארברעכער אין די גאסן
די השגחה אזוי אפן
איז אומגעהויער
א קויל געטראפן
זיין רעכטע אויער
אויך ביי אים אויפן שטח
א שיסער געטוען כאפן
ווער זיי זענען איר זעט דאך
די געמיינע דעמאקראטן
***
זייער שטיק
נעמט שוין אן עק
דער בחור איז צוריק
מיט א קאמבעק
היטלער, נאצי, און ראסיסט
גארבידש מיט נאך אנדערע נעמען
עס האט צום סוף געוואנען די מיסט
אוי ווי די דעמס טוען זיך שעמען
ער וועט אין גיכן זיך נעמען דערצו
בשעת ווען ביידען געט א געניץ
אויל, אינפלעישען, און די אקאנעמי
ביז הערמאטיש פארמאכן די גרעניץ
חאמאס, כיזבאלא, און איראן
אוי ווי עס געט זיי א ציטער
שנעל קלערטס איבער אייער פלאן
אז נישט וועט אייך זיין ביטער
אנשטאט מייק פענס
א נייער שטערן
דשעי די ווענס
לאזט זיך הערן
עס בלאזט צו
א נייער ווינט
ראבערט עף קענעדי
פאר אונזער געזונט
נקמה איז דאך
אזוי זיס
פון זייער בראך
איך געניס
לב מלכים ושרים
מיר זעען קלאר
טראמפ הודו ירים
נאך פיר יאר!!!