ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ריינע קדושה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 4:47 pm

ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריינע קדושה »

בס''ד

אונזער 16 יעריגער יאיר איז געבוירן און וואוינט אין רחובות, א טיפישער תינוק שנשבה אזויווי עס וואלגערן זיך ליידער אין די מאסן אינעם הייליג לאנד. יאיר, פונקט ווי זיינע חברים אין זיין יארגאנג ווייסט נישט צו סאך פון גאט און זיין פאלק צו זאגן, גראדע א שטיקל שומר שבת איז זיין טאטע יא געווען, אבער חוץ פון דעם איז נאר געווען די טראדיציאנעלע מנהגים פון עסן פאנקען, צינדן די קאלירפולע לעכטעלעך וואס קומט אהן יערליך אויף די פאסט פון די א. ג. קק"ל, שטיין ווי א גלאץ אינעם יום המר, וזהו, חוץ פון דעם לעבט ער זיין לעבן ווי א פּאָלנער שנשבה ה"י.
יאיר'ס גוף און נשמה (נישט וואוסענדיג אפילו איר באדייט) ציהט צו נגינה , אנגעהויבן האט זיך עס ביי די מעמדים און מסיבות אין היי סקול, און ווען נאר מ'האט זיך צוזאמגענומען פאר א יום הולדת אד"ג איז יאיר געווען דער וואס האט געהאלטן די מייק. זיין נפש ציהט מער צו רעעפינג סטייל, זאגן ווערטער אָנע משמעות פון א טאָן, אבער דעיס איז וואס זיינע חברים גלייכן- און שוין.
נאך א יאר צוויי גייט זיין נאמען ארויף אויפ'ן דעמאלטסטיגן מאפע, טעג גייען אריבער, חדשים אויך, יאיר ווערט עלטער און ער הייבט אהן גיין צו אויפטריטן אויך אינדרויסן פון זיין בּאַקס, דא א הייראטונגס-פעסט, און דא אקאָנצערט לכבוד די חגאות און יָמים..
איין אוונט נאך א אויפטריט קומט צו צו אים א איד מיט א קליינע גרינע ביכל, דא נאדיר, יאיר געבט א בליק אהין און צוריק פון אויבן און אונטן, 'מאוד יפה' זאגט ער, און וויל עס צוריקגעבן אבער יענער זאגט ס'גוט ס'גוט האלט עס, לייין עס אמאל דורך. יאיר וועלנדיג שוינען יענעם'ס פארמעיגן, פראבירט עס צוריקצוגעבן אבער יענער לאזט נישט נאך, און שטופט אים עס אריין אין די הענט.
אפאר טעג שפעטער איז עס געווען ווען יאיר האט זיך עקשעלי געטראפן מיט'ן ביכעלע אין האנט, ער איז פארט נייגעריג וואס ליגט דא אין דעם גרינע'ם ספר'ל, אנגעהויבן ביי די הקדמה, ווען מיטאמאל טרעפט ער זיך 2 אהאלב שעה שפעטער אויפן זעלבן ארט, ער פילט עדיקטעד, ער קען נישט סטאַפּן ליינען, ליינען, און ליינען, יאיר שטעלט זיך אויף פונעם לוג שטול און פרובירט צו גיין ווייטער מיט זיין לעבן, אבער די קאָנטענט וואס ער האט דארט דערשנאפט איז געבליבן סטאק אין מוח און מוטשעט ממש אז ער וויל נאך, ער וויל פילן און וויסן מער.
יאיר פוילט זיך נישט, זוכט און נישטערט, ביז ער שאפט עס ענדליך, ער הייבט אויף דעם טרייבל און רופט.
העלו?
א ווארימע שטימע אנטפאנגט אים פון די אנדערע זייט: שלום.
שלום כבוד הרב, קראתי את הספר שלך בשם 'גן האמונה', אני רוצה....
פון דארט האט זיך די שמועס מיט הרב ארוש געצויגן מיילן ווייט, און ציט זיך נאך ביזן היינטיגן טאג.
היינט צוטאגס ווען רבי יאיר גייט שוין מיט געדרייטע לאקן ביי זיינע צוויי זייטן און געחתמע'ט מיט א חתימות זקן, האט ער נאכאלץ גאר א שטארקע קשר מיט זיין רבי, הרב שלום אראש דער בעל מחבר פונעם קליינעם גרינעם ספר וואס האט אים צוריקגעברענגט.
יאיר האט געגליכן גאר שטארק דעם ברסלב'ן מהלך פון זיין נאנט און פילן דעם טאטן אויף יעדן טאַט און מאַט.
...
ס'איז ערגעץ וואו סוף חודש אייר, די זומער הייבט אהן ווארפן אירע הייסע וועטער'ס אויף הר מירון, -פארציילט יאיר- זיצעך מיך דארט התבודדות'דיגערהייט, מיט א תיקון הכ' אין די הענט, טיף פארטראכט אין מיינע מחשבות, כ'שוועב ארום הויך מיט ריינע עמאָשענס פון ווייסע פרישקייט, א בליק פון ריינע שטחים פון מיין קומענדיגע לעבן, ווען כ'מאך צו די אויגן זעה איך אלץ ארום ווייס, הויך, העכער ווי דערהויבן, מיין תמימות'דיגער בעל תשובה'קייט און פרישקייט האט מיך נאך דאן געלאזט גיין העכער ווי רעגולער מענטשעלעך...
אזוי אינמיטן מיין ספירטואלע שוועבּעריי, הער'ך די שטימע פון אַן עלטערע איד וואס פארציילט פאר זיינע ארומיגע אויסהערער, אז ער האט לעצטנס געהערט אז דער יצר דער שלעכטער -דער וואס פלעגט רעדן צו מיך אויף דעילי בעיסעס אלץ פרייער- ער טוט שוין היינט איינרעדן אפילו פאר די גאר פרומע, צו טאָן זאכענעס וואס זענען געמאכט פאר חילונים...
כ'קוק אים אזוי אהן פון אונטן אויף ארויף: זאג נאר ר' זקן, השתגעת?
כ'פארשטיי אז דו ביסט עלטער, אבער מחול לי, דיינע ווערטער מאכן קיין טראפּל סענס... אחי, כ'קום פון דארט...
א איד וואס איז פרום און ערליך ווי מיר, ווי זאל אים צוקומען צו טוען אומריכטיגקייטן?
מיר לעבן דאך אויף אזא העכערע סטאנדארט פון לעבן, פארנומען צו טאָן מעשים טובים, דאווענען און לערנען. וואו איז בכלל דא צייט פאר זינד?
אבער דאן האב'ך נאכנישט געוואוסט אז אין זיין פִּנקס האט ער זיך שוין פארשריבן -דער יעניגער-: "יאיר דער פרישער בעל תשובה.."
פלוצלינג דערמאן איך פון א חבר מיינער א פרומער מיט די גאנצער לבוש, וואס האט זיך קוים אפאר טאָג צוריק אויסגערעדט צו מיר, אז ער איז טיף אין בור, כהאָ' שוין דעמאלטס אים געוואלט פרעגן, אויב ביזסטו פרום וואס זוכסטו אין גרוב, כ'מיין... מה קשר?
ביזזזזזז....
געציילטע טעג פון דאן זענען פאראיבער, כהא'זיך דערזעהן זיצן ביי מיר אין צימער, די טיר פארקאנקט, די פענסטער'ס פארהאקט, אבער אט פיל איך ווי ער איז אריינגעקומען... ער איז פולי דא, דער מיט'ן פִּנקס וואס האט מיין נאמען צווישן אלע נעמען...
העי! וואס טוטסטו דא, דו יצר, איך בין שוין פון די פרומע...
וואָק אוועק פון מיר!!
אבער ער ענטפערט נישט, ער הייבט אהן צו שניידן שטיקער רעכטס און לינקס, ער שטופט און שטופט, ריקט און האקט, לייגט אונטער פיסלעך, און ווילמ'ך ממש אראפווארפן טיף אין תהום...
און כ'געמיך א כאפ אויף ווי פון שאק.
העלאָ העלאָ, מה קורה פה?? וואָ גיי דאָ פאָ...
כ'שטעל מיך אויף, אויף מיינע צוויי פיס, כ'מאך צו מיינע אויגן און מיט מייח פעסטע שטומע דונערט אפ די איינע ווארט אינעם חללפונעם ליידיגן צימער.
לא.
!לא לא! לא!
איך בלייב 'דא' פאר אייביג.
כ'פלאן נישט צוריקצומופן...
דעט"ס מי"י פלעי"ס מע"ן.

כ'בין נישטא פאר שטיות און הוילקייטן, איך ציל צום ליכטיגקייט, אפילו אויב פאלן, איז גלייך זיך צוריקהייבן! אפילו נאך א ראנ"ג עקזיט, דרייע'ך מיך צוריק צום מעין ראוד,
כ'פאר אויפן הייוועי וואס צילט צו ווערן א צדיק.
איך בין א חייל בשחור, מיין מיליטער יוניפארום איז שווארץ, חוץ מיין קאפל וואס איז אמאל ווייס...

...
געמיינט ס'איז מסודר מיט'עם. אבער צוריק געקומען שפעטער און צומארגנס, מיך אנגעהויבן מאכן צוריקגיין צו די אלטע מקומות 'לאמיר גיין צו מגדל העזראלי' הער'ך אין מיך אליין טראכטן, ‐מגדל האזרעלי פאר ווער ס'ווייסט נישט ב"ה, דאס איז די דריעם מאָלל שבתל אביב- און כ'געמיך א דערמאן מיינע ניגונים וואס כ'האב אמאָל געשריבן לזכות מיין חבר שי, שי איז מיין גאר נאנטע 'געווען', שי האט נישט געוואלט צוריקקומען צוזאמען מיט מיך, נאר געוואלט בלייבן פאלן טיפער און טיפער, אינעם ניגון בינעך מסביר ווי פארביטערט שי'ס לעבן איז און ווי זיינע קינדער שפייען אים אין פנים, ער האט נישט גארנישט, נישט עולם הזה און נישט הבא.. "אבא, תרחם על שי....", געב זיי צו פארשטיין טאטע אז ער זאל אויך פילן די זיסקייט פון גיין נאך דיך, און אז די זיסטע און בעסטע זאך איז נאר לרוץ אחריך, לרוץ אחריך... אבער אין יענע רגעים, האבע'ך אנגעהויבן טראכטן צו מיר אליינס, האַלאָ, איזה "תרחם על שי", איזה "לרוץ אחריך..."? וואו בינעך דא...
כ'זעה שוין, דאס איז עס, דער יאיר איז א שטיק פאפּער, די אלע עמאושענ'ס געזינגעכצעך איז וואן ביג סקעם, א בלאף! כ'האלט נאך בכלל נישט דערביי!...
אזוי וויל ער, כ'הער.
ועוד הפעם קמתי, ועוד הפעם פארמאכטי מיינע אויגן, ועוד הפעם האבעך מיך צושריגן.
לאאא!
נין און ניין און נאכאמאל.
-וואס ניין'סטע מיר?
פלעין און סימפל, כהע'דיך עס זאגן נאכאמאל: ניין! מיין אמת'ע איך זאגט און שרייט נ י י ן! ס'נישט מיך דער וואס האט געוואלט די נידעריגע.
זה לא אני, ס'איז אלעס נאר דו, ייצר הרע.
דו ביזסט דער וואס שטופט מיך אראָפצופאלן, און מאכט מיך וועילן דעי אלע מאדנע זאכן, ס'בכלל נישט דער טייפ פון מיין חלק אלוקי, און דער גאט ווייסט עס, ער זעהט מיך, ה' זעהט מיין רצון ער הערט ווי כ'שריי צו אים: אז כ'וויל נ י ש ט זינדיגן, ער וויל סך הכל כ'זאל מער דאווענען צו'נעם.
"מיליטער מאן"!!! האבעך געזאגט צו מיר אליינס, זיי ממשיך צו לויפן, אויב האלט ער דיך אן... וועט עס זיין דערנאך.
שוין, בעצם נעם איך ענק שוין אויף צו א לאנגע רייד פון פאלן און זיך אויפשטעלן... דו ווארטסט שוין מסתמא פאר די העפי ענדינג, נישט אזוי? אבער די פראבלעם איז אז דאס איז א עכטע פאסירונג וואס האט געשעהן און געשעהט כסדר,
אויך יאיר האט שוין יעצט ממש געהאלטן אז דעט'ס איט, כ'האב אים באזיגט מיט מיינע פעסטע לא נתקבל'ך, אבער ווען די טשאַרט אין מוח וואס האט די ריינע טעג, איז געווארן אודך אנגעקאטשקעט, און דער זקן וכסיל אין מיין מוח'ל טענה'ט זיך שוין ווייטער: קוק וואו דו האלסט, שוין מתפלל געווען אזוי סאך צו זיין א קדוש און קוק צו וואו ביסט אנגעקומען.
האב איך אים גענטפערט, דו! אברהם און שרה האבן געדאוונט קרוב צו הונדערט יאהר פאר א קינד, און זיי האבן עס באקומען, איך וועל אויך באקומען!! וועסט נאך זעהן כ'העלנאך זיין א צדיק!
לאמיר איבער חזר'ן מיינע ווערטער
לנצח המקום שלי פה,
כ'בין דא פאר א ציל, כ'דארף אויספירן מיין שליחות,
כ'מאך נישט קיין 360... אפילו נאך א פאל, מיינט נישט אז כ'בין צוריק די אלטע יאיר, כ'בין די נייע צדיק יאיר אפילו יעצט, צדיק + פאל באטרעפט נישט רשע. און אויך נישט חוטא.(כל זמן מ'שטעלט זיך אויף)
פאלן, און אויפשטיין.
כ'בין אין גאטס ארמיי.
העלא, כ'בין ביזי יעצט כ'האלע אינמיטן פייט'ן אויפ'ן פראנט.
השם יתברך יעזור לי.
דער השם יתברך וואס תמיד אוהב אותי ער וועט זיכער מאכן אז תמיד יהי' לי רק טוב...



אההה...דעי ווערטער סאונדען שוין היימיש... הע?
האסט שוין געהערט זיך אונטערזינגען ערגעצוואו דעם פזמון, ניין? ועוד יותר טוב, ועוד יותר טוב...
אה, אזוי בינעך צוגעקומען צו הערן זיין לעבנס געשיכטע פון אים.
די בעל מחבר פון דעי 'עוד יותר טוב' זמר'ל איז א איד וואס טראגט אויף זיך די זעלבע נאמען ווי אונזער בעל המעשה יאיר, יאיר אלייצור. נישט סתם עפעס אן עברית'ישער אורח, ער איז א בעל תשובה וואס ציהט בכלל נישט צו זיין א סעלעב, ער צילט צו זיין א צדיק און אויפטון פאר אידישקייט, אביסל פון זיין היסטאריע וואס שטייט דא קענסטו אויפזוכן אויף א ניגון זיינער מיט'ן נאמען 'חייל בשחור' (אדער אנדערע פון זיינע מער מאמע לשון תנועות)
אויב ביסטו אנגעקומען ביז דא, קומטצעך ' דיך'די לייק...
ווען כ'וויל שטארק, בינעך אבער שטערקער!
און אויב ווילעך שטערקער, בינעך פארט נאך שטערקער!!
אוועטאר
ריינע קדושה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 4:47 pm

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריינע קדושה »

שכויח @אלפים פאר'ן זיין מיין ערשטע לייק, כ'האב געארבעט ליטשעלי שעות ארוכות פאר דעם, און כאטש זעה איך ווי איינער האט הנאה פאר כ'גיי שלאפן...
אבער האלו דו, ליין עס אויך דורך...
ווען כ'וויל שטארק, בינעך אבער שטערקער!
און אויב ווילעך שטערקער, בינעך פארט נאך שטערקער!!
אוועטאר
אפגערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגערעדט »

זייער שיין און מוראדיג גוט געשריבן
וואס איז די ניגון?
אוועטאר
עמית
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

הערליך !!!
איך האב געהערט די ניגון און אומאן א גאנצן טאג אפשר ווען איך ליין ווען די מעשה פארדעם וואלט עס געהאט א אנדערע טעם אדער וואלט איך אפשר גאר מיט געזינגען
אוועטאר
אפגערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגערעדט »

קען איינער צוברענגען דעם ניגון?
אוועטאר
אלפים
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 07, 2024 2:25 pm

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלפים »

ריינע קדושה האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 1:59 am
שכויח @אלפים פאר'ן זיין מיין ערשטע לייק, כ'האב געארבעט ליטשעלי שעות ארוכות פאר דעם, און כאטש זעה איך ווי איינער האט הנאה פאר כ'גיי שלאפן...
אבער האלו דו, ליין עס אויך דורך...
הערליך
זייער שיין געשריבען
אוועטאר
עמית
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

אפגערעדט האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:01 am
זייער שיין און מוראדיג גוט געשריבן
וואס איז די ניגון?
https://drive.google.com/file/d/15RpGyd ... p=drivesdk
ה' הוא אבא טוב והוא תמיד מתפאר בי רואה בי רק ת'נקודות הטובות
רואה שאני רוצה להיות טוב רק לא יוצא לי וחסרות לי כולה כמה תפילות
וה' הוא גם ראה את הרצון שהיה לי שניסיתי לא אמרתי נואש
רואה בבזיון שלי במר שהרגשתי איך התחלתי כל פעם שוב מחדש


וה' יתברך תמיד אוהב אותי
ותמיד יהיה לי רק טוב
ה' יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
ויהיה לי עוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ותמיד יהיה לי רק טוב



שומע מרחם עלי ותמיד עונה לי
ואם עדיין לא ממשיך לחכות
מלא אותי בזה שאתה תמיד אוהב'תי
תתן לי כל יום מחדש מתנות
ותנהיג אותי ברחמים כאלו כמו שבעולם הזה נקרא רחמים
שיראו כולם שכן אתה שומע תפילות
ונחייך נהיה בריאים ונשיר
שה' יתברך תמיד אוהב אותי
ותמיד יהיה לי רק טוב
ה' יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
ויהיה לי עוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ותמיד יהיה לי רק טוב



ותהיה לי פרנסה
תהיה לי עשירות
ורווקים ורווקות יהיה להם זיווג
תהיה גם רפואה שלמה ובריאות איתנה
חיים יפים מאושרים שנה אחרי שנה



יבוא כבר משיחנו ובלי שום מלחמה
נאכל גם אבטיח יהיה לנו יום חג


ה' יתברך תמיד אוהב אותי
ותמיד יהיה לי רק טוב
ה' יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
ויהיה לי עוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ועוד יותר טוב
ותמיד יהיה לי רק טוב
לעצט פארראכטן דורך עמית אום פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ריינע קדושה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 4:47 pm

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריינע קדושה »

אפגערעדט האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:01 am
זייער שיין און מוראדיג גוט געשריבן
וואס איז די ניגון?
זוך אים אויף, אויף זינג.
Nov_1_2024_6_09_41.jpg
Nov_1_2024_6_09_41.jpg (26.31 KiB) געזען 1059 מאל
ווען כ'וויל שטארק, בינעך אבער שטערקער!
און אויב ווילעך שטערקער, בינעך פארט נאך שטערקער!!
שחיטה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

מייסטעריש געשריבן
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

"לא חוזר לרחובות" די ניגון ווי ער שרייט אז ער גייט נישט צוריק אהין

https://open.spotify.com/album/1aNOCqAX ... dvzq4fK-5g
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

הערליך שיין געשריבן, אלץ איז בעסער צו פארשטיין די זאכן אין היימישן מאמע לשון.
@ריינע קדושה שטארקע חיזוק!
אוועטאר
עמית
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

חייל בשחור
ווי ער פארציילט די מעשה פון מירון וואס הרב @ריינע קדושה האט אזוי קונסטליך אראפגעשריבן
https://drive.google.com/file/d/15adLs9 ... p=drivesdk
אוועטאר
עמית
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

און פארשטייט זיך אז אזויווי יעדע ארץ ישראלדיגע זינגער האט ער אפגעזונגען "הלב שלי" מיט ישי ריבו אויף צו קענען ווערן אנגערופן א זינגער
https://drive.google.com/file/d/15ZNOsz ... p=drivesdk
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ניין ניין ניין!

וואס האט @ריינע קדושה געטון יעצט צו מיר?

פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט פארדעם וואס קומט??

אזא מעסיוו הארציגע ארטיקל! מלא תוכן וחיזוק! Wow!
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7592
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

א מייסטער ארטיקל. פשוט הייליג!
השם יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

שכוח @ריינע קדושה ער איז פון מיינע פעוואריט ישראלי זינגערס איך זיך שוין זיין ביאגראפיע פאר א לאנגע צייט, ער האט עפעס מוראדיג צי זיך
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

@ריינע קדושה די האסט א הסבר אויף די ניגון אבטיח?
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
אוועטאר
ריינע קדושה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 4:47 pm

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריינע קדושה »

"אבטיח" איז לכאורה בלויז פאר די גראם שבו מיט משיח און מצליח, און אויך אז ס'זאל אויפכאפן.. אבער בעצם אין די ניגון מיינעך אז ער איז מתפלל צו האבן אהבת חינם.
יאללה, תביא כבר ת'המשיח... ס'הייבט די געמיטער ווען מ'הערט נאר די פזמון...
ווען כ'וויל שטארק, בינעך אבער שטערקער!
און אויב ווילעך שטערקער, בינעך פארט נאך שטערקער!!
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7592
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

לא חוזר לרחובות לייגט גוט אראפ זיינע מלחמות
השם יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

@ריינע קדושה נעקסט לעוועל!!

האסט מיר גענומען אויף א רייד!!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
א יוד פון בית שמש
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:45 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א יוד פון בית שמש »

כ'קען אים פון ירושלים ער דרייט זעך און ברסלבער שול און מאה שערים און בעיקר און די שוהל פון זיין רבי מובהק הרב שלום ארוש וואס אויף זיין באפעל צו ארויסגעבן א ניגון ארום די ווערטער השם יתברך תמיד אוהב אותי האט ער ארויסגעגעבן די ניגון
אגב יאיר האט מיר פראזענליך געזאגט אז רוב פון זיינע ניגונים גיבט אר נישט ארויס פאר די היימישע עולם נאכן אים פרעגן פאר א תקופה צוריק אויב ער איז טאקע דער אלייצור פון די דעמלטסדיגע היט די ניגון אבטיח (אויף וואס זיין כוונה איז דערמאנענדיג ביי די עוד יותר טוב ניגון די ווערטער ונאכל גם אבטיח וכו) נאר יעדע מאל וואס ער באקומט א פידבעק פון א היימישע יוד אויף זיינס א ניגון באדערט אים די היינטיגע מצב וואס יעדער קומט אן צו אלעס און אויך האט ער מיר דעמאטס געזאגט אז ער פלאנט בקרוב צו יא ארויס געבן א שיינע זאך וואס זאל פאסן פאר אלע שיכטן און ווי עס זעט אויס איז עס טאקע די עוד יותר טוב ניגון
שטייגינג
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 10:41 am

Re: ניין, ניין און נאכאמאל ניין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגינג »

מורא׳דיג!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”