DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

גלאזער האט געשריבן: שיינע ביאורים
אז דו קענסט דיך יא אויס.
אפשר ביסטו מסביר די אלע חילוקים צווישן פארשידענע ydna טעסטס.
ס'דא 12. 25. 37 און אזוי ווייטער.
און וואס מיינט mutations. וויאזוי ווערט צוביסלעך אפגערוקט genetic matches
יישר כח

אנטשולדיג פארן דויערן אזוי לאנג צו ענטפערען, איך מיין אז מויטעשיענס און וויאזוי זיי געשען האבן איך שוין מסביר געווען, אז עס פעלט אויס מער הבנה, רוף זיך אן.

בנוגע Y DNA, און די פארשידינארטיגע טעסטס, איז אזוי, קודם כל דארף מען א הקדמה, עס איז דא א זאך וואס הייסט Tandem Repeats, דהיינו DNA וואס חזרט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל, די אויפטוה ווענדט זיך ווי די DNA געפינט זיך, און איז נישט קלאר. איין משל וואס איך וועל געבן איז די CG Repeats, עס איז דא ביי די סוף פון יעדער קראמאזאום א חלק פון DNA וואס קוקט אויס אזוי CGCGCGCGCGCGCG און אזוי ווייטער, דהיינו עס חזר'ט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל CG CG CG CG, ווי סאך מאל חזר'ט זיך דאס איבער? איז ביי יעדער מענטש אנדערש, אבער עס איז דא עכ"פ 2 זאכן וואס מאכן אז די CG זאלן זיך איבערחזר'ן ווייניגער מאל, און דאס איז עלטער, דהיינו אן אלטער מענטש וועט האבן ווייניגער חזרות און סטרעסס, וואס מאכט אויך אז עס זאל זיין ווייניגער חזרות.

פונקט ווי די CG חזרות, איז דא אין די גוף נאך א סאך אזעלכע חזרות, נישט דוקא CG, אבער אנדערע sequences פון DNA, עס זענען דא חזרות וואס זענען מער פון טויזענט base pairs לאנג, אנדערש ווי די CG חזרות, וואס די מספר פון חזרות איז תלוי אין עלטער און סטרעס, זענען די מספר פון די חזרות ענדליך צו mutations, און אויב למשל אז איינער האט לאמיר זאגן 10 חזרות פון עפעס אזא חזרה, וועלן זיינע קינדער אויך האבן 10 חזרות. יעצט קומט מען צו די Y DNA טעסטס, מען מאכט טעסטס אויף קורצע חזרות (אין ענגליש Short Tandem Repeats אין קורץ STR), די סיבה דערפאר איז ווייל זיי זענען זייער גרינג און ביליג צו טעסטען, און צו זען וויפיל מאל די חזרה חזר'ט זיך איבער. אויך אנדערש פון געהריגע SNP טעסטס זענען דא אסאך מער מעגליכקייטען. אן SNP קען זיין בלויז איין פון 4 אותיות, אבער די מספר פון חזרות, ווענדט זיך אויף יעדער חזרה באזונדער וויפיל מאל עס קען זיך איבערחזר'ן.

די נומערן ווי 12, 25, 37 (67 און 111) איז פשוט וויפיל אזעלכע STRs מען וויל טעסטען.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איז דא עפעס וואס די עולם וויל איך זאל איבערגיין איידער איך גיי ווייטער?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

כ'האב שוין לאנג ארויסגעפרינט די צווייטע חלק, נאר נישט אנגעקומען דערווייל צו ליינען. דו שרייב נאר... איך וועל שוין נאכקומען מיט די קושיות...
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI

דער קראמאזאום און איהר טיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

די מענטשליכע DNA איז צוטיילט אין 23 קראמאזאומס, מען קען זיך פארשטעלען ווי דאס איז א סעט פון ספרים, וואס די סעט באשטייש פון 23 ספרים, יעדער מענטש האט צוויי גירסאות פון די סעט פון ספרים, איינס פון די מאמע און איינס פון די טאטע.

די קראמאזאום אינטהאלט 3 סארטן DNA, די ערשטע סארט איז געהעריגע DNA, די צווייטע חלק הייסט די telomere, די טעלעמער געפינט זיך ביי די צוויי עקען פון די קראמאזאום, די אויפגאבע פון די טעלעמערס זענען צו באשיצען די קראמאזאום, מען קען זיך פארשטעלען אז די טעלמערס זענען ווי די פלעסטיק אויף די עקען פון א שיך בענדעל, פונקט ווי די פלעסטיק פון די שיך בענדעל היט אויף די שיך בענדעל כדי עס זאל נישט קליא ווערען, אזוי אויך טוהט די טעלעמער באשיצען אויף די קראמאזאום אז עס זאל נישט קליא ווערען. די DNA פון די טעלעמער וועט בדרך כלל נישט געליינט, און עס ווערט נישט דערפון קיין פראטיען, איהר אויפגאבע איז צו באשיצען די קראמאזאום, נישט צו ווערען פראטיען.

נאך א סארט איז די centeromere, אין די סארט ווערט די קראמאזאום איינגעצויגען, און איז נישט אזוי ברייט (מען קען זיך פארשטעלען אז עס קוקט אויס ווי א גארטעל אתרוג, אבער אויף אן עקסטרעמע אופן), די סענטערמער, ווי איהר נאמען באדייט, געפינט זיך אין דער מיטן פון די קראמאזאום, די מיטן דא מיינט נישט פונקט אין דערמיט, נאר עס קען זיין נאנט צו די אויבערשטע טעלעמאר, עס קען זיין נאנט צו די אויבערשטע טעלעמאר, אדער נאנט צו פונקט אינדערמיט. עס ווענדט זיך אין יעדער קראמאזאום, למשל קראמאזאום 1 האט זיין סענטעמאר מער ווייניגער פונקט אינדערמיט, אבער קראמאזאום 2 האט זיין סענטערמאר מער צו איין זייט).

וואס איז די אויפגאבע פון די סענטימער? פאר דעם פעלט זיך א שטיקל הקדמה, יעדער סעל וועט זיך פון צייט צו צייט מוזן צוטיילען. איינס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס א סעל דארף האבן כדי זיך צו צוטיילן, איז א פרישע סעט פון קראמאזאומס, באמת וועט ער דארפן 2 פרישע סעטס, איינס פון די מאמע, און איינס פון די טאטע. דאס באדייט אז פון יעדער פון די 46 קראמאזאומס וועט דארף׳ן ווערען 2 קראמאזאומס, נו וויאזוי ווערט פון 1 קראמאזאם 2? עס גייט דורך 3 שטאפלן (באמת מער אבער איך שרייב בקיצור) די ערשטע שטאפל איז synthesis, אין דער שטאפל ווערט די DNA איבערגעשריבן, נאכדעם וואס די DNA איז איבערגשריבען, דאן וועט יעדער קראמאזאום האבן אין זיך 2 קאפיס פון אלע DNA פון די קראמאזאום, יעדער פון די 2 קאפיס וועט הייסן א sister chromatid, און די צוויי קראמאטידס וועלען ווערען צוזאמעהאלטן ביי די סענטימער, און נאך אלץ זיין איין קראמאזאום. אין דער שטאפל וועט די סעל פארמאגען 4 קאפיס פון DNA, צוויי פון די מאמע און צוויי פון די טאטע. באגלייט קען מען זען א בילד וויאזוי א קראמאזאום קוק אויס מיט איין קראמאטיד, און מיט צוויי קראמאטידס.

chromosomes3_thumb16.jpg
chromosomes3_thumb16.jpg (11.56 KiB) געזען 1969 מאל

און דער צווייטער שטאפל וועלען זיך די 2 קראמאטידס צוטיילען און ווערען יעדער פאר זיך א קראמאזאום, נאך דעם שטאפל וועט די סעל האבן 92 קראמאזאומס אנשטאט די געווענליכע 46, דערנאך וועט קומען די דריטע און ענדגילטיגער שטאפל, ווי די סעל וועט זיך צוטיילען און עס וועט ווערען 2 סעלען וואס יעדער פון זיי האט 46 קראמאזאומס. דער מהליך פון זיך צוטיילען וואס איך האב דא געשריבן בקיצור נמרץ בבחינת פרוץ מרובה (ועוד חזון למועד) הייסט mitosis, און ווערט גענוצט בלויז ביי געווענליכע צעלן ועוד חזון למועד. אויך די טעלעמער פארלאנגט נאך גאר אסאך הרחבה.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

זייער שיין, יישר כחכם פאר'ן אויף פרישן/ממשיך זיין!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

שש משזר: די נפלאות הבורא פון די פאָלדינג פון DNA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יעדער האט שוין זיכער געהערט אז ווען מען זאל ווען אויסציען די DNA פון איין סעל, וועט עס זיין 6 פיס לאנג, און דאס איז אמת, אז ס'וואלט אזוי גרויס געווען, די פראבלעם איז נאר, אז די גאנצע נוקליועס פון די סעל איז בלויז 6 מיקראמעטער (א מיליאנסטען פון א מעטער, אדער א צען טויזענסטעל פון א סענטימעטער) גרויס, און דאס אנטהאלט נישט בלויז DNA, נאר אנדערע זאכן אויך, מילא ווי אזוי קען זיין אז DNA, וואס ווען אויסגעצויגען וולאט געווען צעווישען 1.5 און 3 מעטער (געוואנדען וויאזוי מען רעכענט דאס), גייט אריין אין א ניוקליועס וואס איז בלויז 6 מיליאנסטלעך פון א מעטער?

עס ליגט אונטער דעם א מורא'דיג'ע, מורא'דיג'ע נפלאות הבורא קודם וועל איך צייגען א בילד ווי אזוי דאס קוקט אויס, און דערנאך וועל איך גיין יעדער זאך באזונדער.

dna-folding.jpg
dna-folding.jpg (168.5 KiB) געזען 1750 מאל

ווי מען קען זען, פאנגט זיך אן די בילד (1) מיט פשוט'ע DNA, די ברייטקייט פון די DNA איז צוויי nm אדער נאנא-מעטער, דהיינו א טויזענסטעל פון א מיקראמעטער, דערנאך (2) קומט צו היסטאון פראטיענס.

איך וועל מפסיק זיין יעצט מיט די בילד, און אביסל ארומרעדען וועגען די היסטאון פראטיענס, היסטאון פראטיענס, זענען פראטיענס, וואס זייערע אויפגאבע איז צו האלטן די DNA געפאקט. עס זענען דא פינעף סארט היסטאון פראטיענס, 4 זענען זייער ענליך, און איינס איז אביסל אנדערש, די פיר היסטאון פראטיענס וואס זענען ענליך הייסען H2A, H2B, H3 און H4, און זיי קוקן אויס ווי פערטעל רעדלעך, ווען אלע פיר קומען זיך צוזאם, ווערט דאס איין גרויסע רעדל, געווענליך אין DNA, וועט זיין 2 אזלעכע רעדלעך צוזאמען, ד.מ. אז (3) עס וועט זיין 8 היסטאונס צוזאמען, און ארום דעם וועט זיין בערך 147 בעיס פעירס פון DNA.

nuclesome.png
nuclesome.png (37.68 KiB) געזען 1750 מאל

די 8 היסטאונס פאר זיך, הייסען א היסטאון אקטעמער (לייטענש פאר א זאך וואס האט 8 שטיקלעך), צוזאמען מיט די DNA, הייסט דאס א נוקלעסאום (לייטיניש פאר א זאך וואס געפינט זיך אין א נוקלעס), דערנאך איז דא די פיפטע סארט היסטאון וואס הייסט H1, דער היסטאון קוקט אויס ווי א סארט קליפ (די רויטע אין די ערשטע בילד, דאס איז די H1 היסטאון), דאס האלט די DNA באהאפטען צו די נוקלאסאומס, ( (4) די נוקלאסאומס, צוזאמען מיט די H1 היסטאונס הייסט קראמאטאסאומס) די נוקלעסאומס זענען 11 נאנא-מעטער גרויס, דערנאך שטעלן זיך צוזאמם די נוקלעסאומס (5), און זיי ווערען א פאדים וואס איז 30 נאנאמעטער גרויס.

דערנאך (6) וועט די פאדים גיין פאר בערך 300 נאנא-מעטער, אהין און גלייך זיך אומקערן פאר 300 נאנא-מעטער, וחוזר חלילה, (שטעלט אייך פאר א פאדים וואס מען קנייטשט איין יעדער 300 נאנא-מעטער) די (7) פעדימער (וואס זענען לאנג 300 נאנא-מעטער) וועלען דערנאך צוזאמגעשטופט ווערען ביז זיי ווערען ברייט זיין 250 נאנא-מעטער, און פון דעם וועט אויך ווערען א פאדים, די פעדימער (8) וועלען ענדגילטיג צוזאמגעקוועטש ווערען צו ווערען דער קראמוזאום.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15350
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זייער זייער אינטערעסאנט.

מיר ווארטן צו הערן נאך.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

פון DNA ביז RNA.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ווי געשריבן דא די וועג פון וויאזוי DNA ווערט פראטיען, איז דורך א סטאפ אין RNA, וויל איך יעצט אביסל מאריך זיין אין די תהליך פון DNA ביז RNA, די ערשטע זאך וואס מען דארף וויסן, איז אז פונקט ווי רוב זאכן אין די גוף ווערען געמאכט דורך ענזיימס, אזוי אויך ווערט RNA געמאכט דורך פראטיענס, ס'איז דא א פאר ענזיימס וואס מאכן RNA, און היות די ציל פון די פראטיען ענזיימס איז צו מאכן ענזיימס ווערט די ענזיים אנגערופן RNA פאלימערייעס (RNA polymerase) די טייטש פון דעם אויף אידש איז RNA פארמערער, היות ס'איז דא א פאר ענזיימס וואס מאכן RNA, הייסט איין סארט RNA פאלימערייעס RNA פאלימערייעס I (ראמען נומערעל איינס), די צווייטע הייסט RNA פאלימעריעס II (דאס איז די עיקר פאלימערייעס וואס א מענטש ניצט), אא"ו.

[offtopic]ואם ישאל השואל, אויב DNA מאכט פראטיען, און עס קען נאר ווערען פראטיען דורך RNA פאלימערייעס, וואס דאס אליינס איז א פראטיען, ווי אזוי ווערט די RNA פאלימערייעס? והתירוץ באמת פשוט, איז אז מען באקומט געוויסע פראטיענס פון די עלטערען בשעת'ן געבוירען ווערן, אין די עלטערען פון די עלטערען ביז אדם וחוה, און זיי זענען באשאפען געווארען בקומה שלימה, מיט DNA, מיט RNA פאלימערייעס, און מיט אלע פראטיענס וואס עס פעלט זיך אויס צום לעבן.[/offtopic]

די וועג וויאזוי דאס ארבייט איז אזוי, די RNA פאלימערייעס דארף זיך אנעאפען אין DNA, ער קען זיך אבער נישט אנכאפען אין סתם א פלאץ אין די DNA, ער דארף זיך אנכאפען (מיט די הילף פון אנדערע פראטיענס, וואס ווערען אנגערופען טראנסקריפטשען פעקטערס) אין א ספיעצילע פלאץ אין די DNA וואס הייסט א פראמאטער (promoter) (די פראמאטער איז שוין אביסל אויסגעשמועסט געווארען אין דער תגובה ). מיט וואס איז די פראמאטער ספעציעל? וואס איז ער אנדערש פון געהעריגע DNA? די אמת איז, אז יעדער gene וועט האבן א פראמאטער, און ביי יעדע gene, וועט זיין אן אנדערע סיבה פארוואס די פראמאטער איז א פראמאטער, בנוסף לזה, זענען פראמאטערס איינס פון די געביטן אין DNA, וואס מען ווייסט אז עס פעלט אסאך אינפארמאציע. פארט שלא להניח הנייר חלק, וועלען מיר שרייבן 2 סימנים וואס זענען גלייך ביי כמעט אלע מענטשליכע genes.

קודם כל אן הקדמה, די פראמארטער אליינס דינט נאר אלץ אן הענטעל פאר די RNA פאלימערייעס, אבער די פראמאטער זעלבסט ווערט נישט איבערגעשריבען צו RNA, די פאלימערייעס כאפט זיך אן אין דער פראמאטער און פאנגט אן שרייבען די DNA פון נאך די פראמאטער, 10 בעיס פעירס פאר די סוף פון די פראמאטער געפינט זיך א שטיקל DNA וואס קוקט אויס אזוי TATAAT, (דאס לויפט פון 10 בעיס פעירס פאר די סוף פון די פראמארטער ביז 4 בעיס פעירס פאר די סוף פון די פראמאטער), דער שטיקל הייסט די TATA באקס, חוץ מזה, איז דא נאך א שטיקל פון DNA, וואס געפינט זיך 35 בעיס פעירס איידער די פראמאטער ענדיגט זיך וואס קוקט אויס אזוי TTGACG, (דאס לויפט פון 35 בעיס פעירס ביז 29 בעיס פעירס איידער די פראמאטער ענדיגט זיך). די צוויי שטיקלעך DNA, ווערען כמעט אלעמאל געזען אין די DNA פון די פראמאטער פון א gene.

[offtopic]אינטרעסאנטע נקודה בנוגע די TATA באקס, אפילו די גרעסטע אפוקורסים, מוזן מודה זיין אז אן דעם טאטע [אין הימל] געשענט נישט קיין כי הוא זה בגוף האדם[/offtopic]

די RNA פאלימערייעס וועט גיין און מאכן נאך און נאך RNA, ביז עס וועט אנקומען צו א חלק פון די DNA, וואס הייסט א טערמינעטער, וואס דאס איז די פארקערטע פון די פראמארטער, וואס ווען די RNA פאלימערייעס קומט אן דארט, דאן שאקלט די DNA זיך אפ פון די RNA פאלימערייעס, און די RNA פאלימערייעס הערט אויף צו ליינען די DNA. ווי ווייניג מען ווייסט איבער פראמאטערס, ווייסט מען נאך ווייניגער איבער די טערמינעטערס. נאכדעם וואס די RNA פאלימערייעס ענדיגט ליינען די DNA וועט די RNA פאלימערייעס ארויסגעבן א שטיקל RNA וואס הייסט pre-mRNA, דהיינו רויע mRNA.

1920px-Pre-mRNA.svg.png
1920px-Pre-mRNA.svg.png (52.58 KiB) געזען 1695 מאל

מיר וועלען יעצט זיך באציען איבער די פראסעס וואס די פרי-מRNA גייט דורך צו ווערען געהעריגע mRNA. ס'איז באמת דא צוויי באזונדערע פראסעסעס וואס געשען, די ערשטע זאך וואס געשענט איז, אז חלקים פון די RNA ווערט ארויסגעשניטען (אינטראנס), דערנאך שטעלט זיך צוזאם די איבערגעבלינע חלקים פון די RNA (עקסאנס) און זיי שטעלען זיך צוזאם צו ווערען איין שטיקל RNA (די אויפטוה פון דעם איז מורא'דיג גרויס, אי"ה וועל איך נאך שרייבען א תגובה אין דער ענין), חוץ פון דעם, באקומט די RNA צוויי דעקלעך פון ביידע זייטען, פון פארנט (די פארדערשטע זייט ווערט אנגערופן די 5 פריים זייט, אדער 5', עס איז דא א סיבה דערפאר, אפשר וועל איך נאך איין טאג מסביר זיין, ס'איז אבער זייער טעכניש), וועט ער באקומען א ספיעציעלע G נוקלעטייד, און צום סוף (דריי פריים אדער 3') וועט ער באקומען בערך 200 A נוקלעטיידס (די 200 A נוקלעטיידס שפיל אויך א ראלע אין דעם אז די RNA פאלימערייעס זאל זיך אפלאזען פון די DNA), די אויפטוה פון ביידע דעקלעך איז עס באשיצט די RNA, אז עס זאל נישט צוזאמפאלען.

[offtopic]די באדייט פון אינטראנס, איז דאס וואס בלייבט אינעווענינדיג, און די באדייט פון עקסאנס מיינט אז דאס בלייבט אינדערויסען, פארוואס דען איז דא פארקערט? די עקסענס בלייבן אינעווענדיג, און די אינטראנס פאלן ארויס, איז די תירוץ, אז די עקסאנס פאלן ארויס פון צו ווערען ארויסגעפאלען, איי פארוואס מאכט מען דאס אזוי קאמפיליציערט? אויף דעם איז נישט דא קיין געהעריגע תירוץ חוץ פון דעם אז די פרעפאסארען וואס האבן מחליט געווען עס אזוי א נאמען צו געבן, האבן געזוכט צו שפעטן פון די מענטשהייט. (זייער טענה איז אז רוב פון די RNA איז אין די אינטראנס, דהיינו אז רוב RNA פאלט אוועק, מילא איז ריכטיג צו זאגן אז די עקסאנס זענען ארויסגעפאלן פון צו ווערען ארויסגעפאלן)[/offtopic]

[offtopic]בנוגע די גרינע אין דעם בילד (UTR אדער די untranslated region) איז פשט אזוי, אין דער תגובה שטייט אז ווען די RNA ווערט איבערגעטייטש צו פראטיען איז דא א ספעציעלע קאוד פאר סטאפ, עס פארפעלט דארט צו שטיין אז די פראטיען וועט אלעמאל זיך אנהייבן מיט די אמינא אסיד methionine וואס ווערט געמאכט דורך די קאוד AUG (צו מאל וועט די אמינא אסיד אראפפאלען פון די ענדגילטיגע פראטיען), וואס געשענט ווען איך האב א RNA וואס פאנגט זיך נישט אן מיט AUG? די תירוץ איז אז די RNA וועט נישט איבערגעטייטש ווערען ביז עס טרעפט אן AUG, און ערשט פון דארט אין ווייטער אנפאנגען איבערטייטשען,מילא אלעס פון פאר די AUG וועט נישט ווערען איבערגעטייטש צו פראטיען (untranslated איז דאך טייטש אומאיבערגעטייטש, און דאס איז פשט פון די נאמען 5' UTR, דהיינו די אומאיבערגעטייטשטע חלק RNA פון אנפאנג) אלע RNA וואס געפינט זיך נאך א סטאפ קאוד, וועט אויך נישט ווערען איבערגעטייטש, און מילא הייסט דאס די 3' אומאיבערגעטייטשע חלק. (געדענק 5' מיינט די אנפאנג חלק RNA, און 3' מיינט די סוף חלק.

איך פיל ווי ס'איז דא אין דעם זייטיגע נאטיץ אסאך אינפארמאציע וואס קען צומישן די ליינער, וועל איך איבערשרייבן אביסל קלארער. כדי אז DNA זאל ווערען פראטיען גייט דאס דורך דריי פילטערס:
1. ער מוז זיך געפונען צעווישען א פראמאטער און א טערמינעיטער, טאמער נישט, וועט די RNA פאלימערייעס עם נישט קענען ליינען
2. אפילו ער קומט שוין אריין אין די פרי-מRNA, דארף ער נאך רחמים ער זאל אנקומען צו אן עקסאן און נישט קיין אינטראן (ווייל די אינטראנס פאלן ארויס שפעטער)
3. אפילו נאך די אלע זאכן, אויב איז די RNA פאר די סטארט קאוד (AUG) אדער נאך א סטאפ קאוד (UAG, UAA ,UGA) וועט ער נישט ווערען איבערגעטייטשט[/offtopic]

נ.ב. אויב ס'איז נישט גענוג קלאר, ביטע איבערפרעגן. אויב מען האט הנאה לאז מיר וויסן.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח פון פאראויס @בבקשה!

איך וויל עס זייער ליינען, אויב מ'קען מאכן א PDF וואלט עס געווען א גרויסע הילף. אויב נישט וועט עס דארפן ווארטן לכשירחיב...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מחשב האט געשריבן: יישר כח פון פאראויס @בבקשה!

איך וויל עס זייער ליינען, אויב מ'קען מאכן א PDF וואלט עס געווען א גרויסע הילף. אויב נישט וועט עס דארפן ווארטן לכשירחיב...

נאדיר, דאס איז די לעצטע 3 תגובות בלתי מוגה, אויב א טייפסעטער וויל מיך ארויסהעלפען וואלט איך הנאה געהאט
אטעטשמענטס
DNA13-raw-min.pdf
(170.52 KiB) געווארן דאונלאודעד 130 מאל
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע:ביי די טאטערס

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

שכח
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בבקשה האט געשריבן: אויב א טייפסעטער וויל מיך ארויסהעלפען וואלט איך הנאה געהאט
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

Wow wow wow געהעריגע פראפעסער'ס דא.....!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

WOWOW!
א גרויסן דאנק אייך אלע
און בעיקר בבקשה, Waukesha
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

DNA פון bacteria, viruses און אנדערע germs

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לכבוד מיין פופצען הונדרעדס׳טע תגובה האב איך געוואלט אביסל אויף לעבן דעם אשכול

יעדער האט שוין געהערט פון ווירוסעס, און יעדער האט שוין געהערט פון בעקטעריע, אבער פונקטליך וואס איז דאס בעקטעריע? וואס איז די חילוק צעווישען בעקטעריע און ווירוסעס? וואס ווערט אנגערופן א ווירוס, און וואס א בעקטעריע? און וואס איז וועגן אנדערע germs ווי למשל פונגעס?

בעקטעריע מהו

בעקטעריע איז א באשעפעניש וואס האט בלויז איין סעל, אלעס וואס ער טוהט, ווערט געטוהן דורך די איינע סעל, לגבי DNA, איז זיין DNA אנדערש ווי דאס פון א מענטש, א מענטש קען האבן מערערע קראמאזאומס מה שאין כן א בעקטעריע, א בעקטעריע האט בלויז איין קראמאזאום, נאך א חילוק איז, אז די קראמאזאום פון א מענטש איז געווענליך גראד און אויסגעצויגן ווי א שטעקן (מיט א גארטעל ערגעץ ווי), מה שאין כן די קראמאזאום פון בעקטעריע איז געווענדליך רינידכיג אין קוקט אויס ווי א רינג.

דער איינציגע סעל פון דער בעקטעריע, חוץ פון ״עסן״ און ״פראדיצירן״ (רוב בעקטעריע טוהן ״עסן״ עפעס, און ״פראדיצירן״ עפעס אנדערש) טוהט ער אויך זיך זעלבסט נאכמאכן, און מאכן א ״קינד״ וואס תולדותו כיוצא בו, א צווייטע סעל, וואס איז פונקט ווי זיין טאטע, און איז די זעלבע סארט בעקטעריע ווי זיין טאטע.

אנדערש ווי ביי א מענטש, וואס האט מערערע קראמאזאומס, און צוויי קאפיס פון יעדער סארט (איינס פון די מאמע, און איינס פון די טאטע) האבן בעקטעריע בלויז איין קראמאזאום, וואס דער קראמאזאום גייט אריבער צו זיין קינד (בעקטעריע האבן נאר איין עלטערען, מילא האבן זיי נישט צוויי פון יעדער סארט), מילא איז זיין ירושה זייער א פשוט׳ע ירושה, אויב א בעקטעריע באקומט א מוטאטציע, וועט ער דאס איבערגעבן פאר אלע זיינע ״קינדער״ און זיינע ״קינדער״׳ס ״קינדער״ עד סוף כל הדורות.

איין לעצטע נקודה בנוגע בעקטעריע, עס זענען דא אסאך סארט בעקטעריע, עס זענען דא גוטע בעקטעריע, עס זענען דא שלעכטע בעקטעריע, און עס איז פארהאן בעקטעריע וואס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט מענטשען, היות בעקטעריע זענען באשעפענישען פאר זיך, קענען זיי לעבן זייערע אייגענע לעבן, אן קיין שום שייכות מיט מענטשען.

ווירוס מהו

אנדערש ווי א בעקטעריע, איז א ווירוס נישט קיין סעל, און קען גארנישט טוהן פאר זיך אליין, א ווירוס ביסודו איז א שטיקל DNA אדער א שטיקל RNA וואס קען פאר זיך גארנישט טוהן. אם כן, וויאזוי טוהט זיך א ווירוס פארשפרייטען? די תירוץ איז, אז די ווירוס דארף האבן עפעס וואס הייסט א ״האסט״ אדער א מכניס אורח, דער ווירוס כאפט זיך אריין אין סעל, אמאל ער איז אין די סעל, טוהט ער כאפן די פראטיענס וואס די סעל ניצט פאר זיך, און ער ניצט דאס אויס פאר זיינע אייגענע צוועקען.

די ערשטע זאך וואס די ווירוס וועט טוהן, וועט זיין צו כאפן די פראטיענס וואס זייער אויפגאבע איז צו נאכמאכן DNA און וועט ניצן די פרטיענס צו מאכן אסאך קאפיס פון די DNA פון די ווירוס, דערנאך וועט ער כאפן די פראטיענס וואס זייער אויפגאבע איז צו ליינען DNA און עס איבערשרייבן אויף RNA, און מאכן אז די DNA וואס די פראטיען ליינט איז נישט די DNA פון די סעל, נאר די DNA פון די ווירוס, דערנאך וועט ער פארכאפן די פראטיענס וואס טוהן פראסעסען און פארטייטשען RNA צו פראטיען, און דאס אויסניצן אויף די RNA וואס איז געשאעפן דורך די ווירוס DNA, און אזוי ארום וועט ער האבן ווירוס פראטיען, וואס די ווירוס דארף צום לעבן. דערנאך וועט ער צוזאמשטעלען די פרטיען וואס ער דארף מיט די קאפיס פון די DNA וואס ער האט שוין געמאכט, און מאכן נייע ווירוסעס וואס ער וועט שיקן ווייטער.

געוויסע ווירוסעס, האבן אין זיך DNA קאוד, וואס וועט מאכן א פראטיען, וואס וועט נעמען די DNA פון די ווירוס, און עס אריינלייגן אין די DNA פון די מכניס אורח, אזוי אז יעדער מאל וואס די מכניס אורח וועט זיך קאפיען, וועט ער אוטאמטיש אויך קאפיען די DNA פון די ווירוס, ווייל די DNA פון די ווירוס וועט זיין א חלק פון די DNA פון די מכניס אורח. די ווירוסעס הייסען retrovirus.

אנדערש ווי בעקטעריע, קען קיין ווירוס נישט לעבן אן קיין מכניס אורח, דער מכניס אורח קען זיין סיי וועלעכע סארט סעל, אפילו א בעקטעריע, יעדער ווירוס מוז שטימען מיט א מכניס אורח, צו מאל באקומט די ווירוס א מוטאטציע, וואס דאס מאכט אז ער זאל קענען שטימען מיט א נייע מכניס אורח, דאן קען די ווירוס שטימען מיט צוויי סארט מכניסי אורח, (דאס איז געשען מיט קאוויד-19, לכתחילה האט עס נאר גשטימט מיט דעם אז א בעט סעל זאל זיין זיין מכניס אורח, אבער דערנאך האט עס באקומען א מוטאטציע וואס האט געמאכט אז עס זאל שטימען אז אויך די סעל פון א מענטש זאל קענען זיין די מכניס אורח)

פונקט ווי ביי בעקטעריע, האט א ווירוס בלויז איין עלטערען, דאס מיינט אז זיין ירושה ארבייט פונקט ווי די בעקטעריע, און יעדער מוטאטציע וואס ער האט, געבט ער איבער פאר אלע זיינע קאפיס (כדוגמת די מוטאטציע אין קאוויד-19 וואס האט געמאכט אז מענטשען זאלן קענען זיין מכניסי אורח, אמאל איין קאפי פון די ווירוס האט געהאט די מוטאטציע, האט שוין אויך זיינע קאפיס געהאט די מוטאטציע און ביז א קורצע וויילע איז שוין די מוטאטציע געווען פארשפרייט אין אסאך פלעצער)

אנדערע germs

חוץ בעקטעריע און ווירוסעס איז דא אנדערע סארט גערמס, ווי למשל (fungus), וואס זייערע DNA ענדעלט צו מענטשליכע DNA, און זיי באשטייען געווענליך פון איין סעל, זיי זענען באשעפענישען פאר זיך מילא מוז ער נישט צוקומען צו קיין מכניס אורח צום לעבן, פונקט ווי בעקטעריע קענען זיי זיין גוט, זיי קענען זיין שלעכט, און זיי קענען זיך לעבן באזונדער.

מען קען באמת נישט לייגען א כלל אויף די סארט גערמס, ווייל זיי זענען זייער אנדערש איינער פון די צווייטער, איך האב נאר געוואלט ארויסברענעגען אז עס זענען דא 3 עיקר סארט גערמס, ס׳איז דא בעקטעריע, ס׳איז דא ווירוסעס, און ס׳איז דא נאך גערמס, וואס זייער DNA איז מער ענדליך צו די DNA פון מענטשען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

שוין געענדיגט די תגובה, אנטשלודיגט פאר די פריערדיגע טעות. ווער עס האט שאלות און הערות אדער אפילו פשוט חיזוק , ביטע שרייבן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח פאר דיינע הערליכע ארטיקלן.

אין מילים

דאס איז די איינציגסטע אשכול וואס איך בין אויפגעסיינט צו באקומען א נאטעפיקאציע ווען מען שרייבט צו א תגובה.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע:אין בוידעם

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

wow wow wonderful
can someone make a PDF from that ?
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm

שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!

ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
בלוט בלבול
שר חמשת אלפים
תגובות: 5247
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

j718 האט געשריבן: wow wow wonderful
can someone make a PDF from that ?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ייש"כ, @בבקשה, שיין צולייגט!

ס'איז דא נאך א סארט דזשערם, "פראטאזאעה". https://en.wikipedia.org/wiki/Protozoa#Disease . דאס איז גרעסער פון באקטעריע. און האט א נוקליעס. די מאלעריע מחלה קומט פון דעם.

אגב איז אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז רוב באקטעריעס זענען גוטע באקטעריע. אנדערש ווי וויירוסעס ווי רוב זענען שעדליכע. אין די וועלט איז אינדענטיפיצירט ארום 5 מיליאן וויירוסעס.
--

כ'האב געמאכט א PDF דערפון און לייכט מגיה געווען. אזוי איז מיר געווען גרינגער צו האלטן פאוקוס...

בבקשה.pdf
(78.93 KiB) געווארן דאונלאודעד 87 מאל

--

פריער ווען כ'האב (אביסל) פסח'דיג געמאכט די ספרים שאפע, האב איך געפונען די ארויסגעפרינטע DNA צעטלעך.. און כ'האב באשלאסן אז ס'איז צייט פאר חזרה... איז אפשר וועל איך מאכן א פידיעף פון דעם אויך...
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

Waukesha האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:09 pm
גלאזער האט געשריבן:
שיינע ביאורים
אז דו קענסט דיך יא אויס.
אפשר ביסטו מסביר די אלע חילוקים צווישן פארשידענע ydna טעסטס.
ס'דא 12. 25. 37 און אזוי ווייטער.
און וואס מיינט mutations. וויאזוי ווערט צוביסלעך אפגערוקט genetic matches
יישר כח
אנטשולדיג פארן דויערן אזוי לאנג צו ענטפערען, איך מיין אז מויטעשיענס און וויאזוי זיי געשען האבן איך שוין מסביר געווען, אז עס פעלט אויס מער הבנה, רוף זיך אן.

בנוגע Y DNA, און די פארשידינארטיגע טעסטס, איז אזוי, קודם כל דארף מען א הקדמה, עס איז דא א זאך וואס הייסט Tandem Repeats, דהיינו DNA וואס חזרט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל, די אויפטוה ווענדט זיך ווי די DNA געפינט זיך, און איז נישט קלאר. איין משל וואס איך וועל געבן איז די CG Repeats, עס איז דא ביי די סוף פון יעדער קראמאזאום א חלק פון DNA וואס קוקט אויס אזוי CGCGCGCGCGCGCG און אזוי ווייטער, דהיינו עס חזר'ט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל CG CG CG CG, ווי סאך מאל חזר'ט זיך דאס איבער? איז ביי יעדער מענטש אנדערש, אבער עס איז דא עכ"פ 2 זאכן וואס מאכן אז די CG זאלן זיך איבערחזר'ן ווייניגער מאל, און דאס איז עלטער, דהיינו אן אלטער מענטש וועט האבן ווייניגער חזרות און סטרעסס, וואס מאכט אויך אז עס זאל זיין ווייניגער חזרות.

פונקט ווי די CG חזרות, איז דא אין די גוף נאך א סאך אזעלכע חזרות, נישט דוקא CG, אבער אנדערע sequences פון DNA, עס זענען דא חזרות וואס זענען מער פון טויזענט base pairs לאנג, אנדערש ווי די CG חזרות, וואס די מספר פון חזרות איז תלוי אין עלטער און סטרעס, זענען די מספר פון די חזרות ענדליך צו mutations, און אויב למשל אז איינער האט לאמיר זאגן 10 חזרות פון עפעס אזא חזרה, וועלן זיינע קינדער אויך האבן 10 חזרות. יעצט קומט מען צו די Y DNA טעסטס, מען מאכט טעסטס אויף קורצע חזרות (אין ענגליש Short Tandem Repeats אין קורץ STR), די סיבה דערפאר איז ווייל זיי זענען זייער גרינג און ביליג צו טעסטען, און צו זען וויפיל מאל די חזרה חזר'ט זיך איבער. אויך אנדערש פון געהריגע SNP טעסטס זענען דא אסאך מער מעגליכקייטען. אן SNP קען זיין בלויז איין פון 4 אותיות, אבער די מספר פון חזרות, ווענדט זיך אויף יעדער חזרה באזונדער וויפיל מאל עס קען זיך איבערחזר'ן.

די נומערן ווי 12, 25, 37 (67 און 111) איז פשוט וויפיל אזעלכע STRs מען וויל טעסטען.
הייסט דאס אז די נידריגערע נימערן פון א טעסט ווייזט אז עס איז א שוואכערע רעזאלט???
למשל איך וויל נעמען א טעסט צי זעהן די כהונה איז נישט גיט די קליינע נימערן? אדער אזא זאך איז אויך גיט די קלענערע נימערן???????????
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אמור יאמר האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 5:42 pm

ריכטיג. וואס מער אלץ בעסער (און אלץ טייערער).

להלכה קען מען סייווי נישט בויען קיין כהונה אויף DNA, זינט דאס איז נישט קיין אויס'גע'פסקנ'טע זאך. אויף אינטרעסטאנטקייט, ווענדט זיך וויפיל ביסט גרייט צו צאלן פאר וויפיל נייגער די האסט.

נ. ב. אויב די ווייסט נישט, דער ניק וואס די ציטריטסט איז מיין אלטע ניק.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א PDF פונעם גאנצן אשכול?
פייפליין
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2020 12:17 am

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייפליין »

ידיעות און פליאות - משה שפיצער https://www.yiddish24.com/miscellanies/211/116361
אוועטאר
פרייליכער מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 3:45 pm

Re: DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכער מענטש »

פאטאקי08 האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 1:57 pm
א PDF פונעם גאנצן אשכול?
ד אייוועלט קראום עקסטענשאן האט א אפציע צו דריקן אלע אשכולות אויף אמאל.
404
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”