וויפיל קאסט דיר דאס לעבן?
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו זען וויפיל עס קאסט דאס לעבן פאר אן עווערעדזש יונגערמאן. צו טראכטן אויפן יאר איז שוין אביסל מער קאמפליצירט, ס'קען אריינקומען אסאך אומגערישטע הוצאות. אבער וויפיל די בילס זענען סוף חודש ווייסט יעדער, איז דאס די ערשטע סטעפ.
צו דערמאנען זאל מען געדדענקען צו אריינרעכענען : רענט, געז, לעקטער, קאר, גאזאלין, קאר אינשורענס, עסן, קליידונג, שכר לימוד, קרעדיט קארד, גויטע, קלינערס,וכו'.
איך וואלט געמאכט אן אנקעטע אויך אויף יעדע אויסגאבע באזונדער צו זען וויפיל דער עולם צאלט דערפאר, אבער כ'ווייס נישט וויאזוי און אויב מ'קען בכלל. דעריבער אויב איינער איז וויליג צו שרייבן אין א תגובה וויפיל עס קאסט אים יעדע זאך באזונדער, איז פיל בעסער. אזוי וועט מען זיך קענען פארגלייכן און זיך העלפן איינדער דעם אנדערן. למשל, אויב ראובן זעט אז רוב צאלן פאר זייער סעלפאן 40$ און ער צאלט 80$ ווייסט ער אז ער דארף מאכן ריסוירטש. די זעלבע מיט געז, לעקטער, וכו'. די זעלבע אויב איינער שפענדט פאר קינדער קליידונג 30$ און א צווייטער 300$, וועט מען קענען ווייזן פאר די אידענע אז עס איז מער ווי נארמאל.
און אויך זייער וויכטיג איז צו הערן וויפיל קינדער מען האט.
איר קענט שרייבן אנאנימאס די אינפארמאציע, אבער איך מיין עס איז אינטערעסאנט און וויכטיג פאר יעדן צו הערן דערוועגן און ווי מער עס נעמען אנטייל אין די אנקעטע וועט מען וויסן די מצב.