תגובה
דורך אבימלך
»
מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:52 pm
פון אלעקסיי דער בעל עגלה האט שוין איינער געהערט? נע... נישט דער פון פישל שעכטער'ס טעיפ'ס וואס זינגט זיך אינטער 'האפטאם דארים-טאם...' איך רעד פון דער עכטער אלעקסיי מיט דער רויטן נאז, געשוואלענע פאסיק, מאראסטיגע שטיוועל, און ציפעדיגע לייצעס... איז אזוי, דער אלעקסיי האט אמאל געטריבן זיינע פערד... ער האט געהאט Huuuuuuge פערד... זיינע פערד האבן געמאכט אלע פערד גרעיט עגעין... און ער פלעגט זאגן אז ער האט שוין געטראגן די גרעסטע Crowds מיט זיינע פערד... ווי בינעך פארפארן? בקיצור, איינמאל איז ער געפארן אויף א וועג טראגענדיג א גאנצע ליפערונג פון פורפעל-וואל. ערגעץ ווי אויפן וועג צווישן פינזען האלץ און ליים זעהט ער ביי די זייט פון וועג ערעב יונה שפאצירן אויפן וועג איינער אליינס אנע באגלייטערס. לאמיר אייך מסיבר זיין ווער ערעב יונה איז... ערעב יונה איז געווען די שטאטס עושר, ראש הקהל, מקווה טרייבער, חזן, די קריאת התורה קינדער שששש'קנער, סאוער-דאו עסער, און רב... אלעס אינאיינעם. אלעקסיי שטעלט זיך אפ און פרעגט דעם ערעב יונה'ן וואס גייט דא פאר? וואס שפאצירסטו דא אזוי אליינס ערגעץ אינעם כ'ווייס נישט ווי? ביסט אנטלאפן פון דיין שטאט? האסט עס נישט ליב? זאגט איהם ר' יונה: 'איך בין נישט אנטלאפן אין ערגעץ... איך גלייך גראדע מיין שטעטל זייער שטארק! ס'איז א פיין פלאץ א וואוילע פלאץ, און איך האב גראדע הנאה יעדע מינוט וואס איך געפין זיך דארט...' דא האטסעך באוויזן פראגע צייכענעס אין אלעקסיי'ס אויגן... ער געט א שארטס אראפ פון זיינע אויסגעקנעטענע הענט זיינע ברוינע הענטשעך און ער גרייט אהן דעם גראבן אגודל צו מאכן דעם שבכל הלילות מאנעווערע און פרעגן 'אויב אזוי??' אבער ר' יונה האט איהם אויסגעכאפט און שנעל פארענדיגט זיינע רייד: 'אסאך מאל ברויך מען נעמען א טריט אויף צוריק, און טוהן וואס איז וויכטיג פארן לעבן... איך גיי אוועק פונעם שטעטל פאר א שטיק צייט פאר פריוואטע צוועקן, אבער איך וועל בעז''ה נאך זיין צוריק און זיין שטערקער און גרעסער ווי פארדעם... ר' יונה האט אויפגעהויבן דעם נא נא פינגער און עס געפאכעט צום ערשטוינטן אלעקסיי: 'ווארט נאר ווארט... הוהא גייט גיין זיין לעבעדיג... ----- לענייננו. אייוועלט איז פיין! אייוועלט איז וואויל! און איך גלייך באמת דעם אינהאלטסרייכע מקום און עס איז מיר א כבוד צו מהנה זיין אזויפיל אידן מיט כשר'ע נייעס. אבער אנפארטשענוטלי גיי איך אי''ה נישט דא זיין פאר א שטיקעל תקופה. מ'דארף נעמען א סטעפ-בעק און פאוקסען אויף געוויסע ענינים. איך וועל אבער אי''ה זיין צוריק נאך בעסער ווי פריער און ווייטער ענק און מיר מהנה זיין! הצלחה רבה! צום ווידערזעהן! -אבימלך
1f22cd95-15b1-43b5-a9f5-62fb914e0078.jpeg (205.21 KiB) געזען 14399 מאל
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא
און פאר קאמענטארן קליקט דא