היינטיגע נייעס - דינסטאג וירא פ"ה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8615
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

היינטיגע נייעס - דינסטאג וירא פ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

א כינעזער - ווארשיינליך - צעדרייטער גוי
האט באמת נישט געהאט בעסער צו טון
נאר מיט זיין קאר הרג'ענען מענטשן אזוי
אריינפארנדיג צווישן זיי אויפן גאס אהין

-

ווייטער טראמפ - דער הערט נישט אויף
אסאך נייעס איז מיט אים געווען היינט
רוקט צענדליגער אויף פאזיציעס ארויף
ער קלויבט זיינע פריינט פון צווישן פיינט

מייק הוקאבי - איך קען אים נישט, ניין
אמבאסאדאר צום לאנד מדינת ישראל
דזשאן רעטקליף טוט צו דעם פארשטיין
CIA דיירעקטאר, ס'קומט צייטן ווי אמאל

אויך פיט העגסעט - א פאזיציע באקומען
גאר באקאנט פון פאקס ניוז זיין ער טוט
אלץ סעקרעטאר פון דיפענס אויפגענומען
דאס ווערט באצייכנט אלץ א מאדנע שריט

אצינד שוין צום שפיץ לייטער קומט מען צו
וויוועק ראמאסוואמי מיט... אילאן מאסק
דעפארטמענט פון גאווערמענט עפישענסי
דאס מאכט אין די מידיע א גרויסן טראסק

-

מארגן גייט טראמפ צו ביידן אין ווייסן הויז
ס'קומט א פעסטע מיטינג צווישן זיי אליין
אבער זיין שטוב - זי קרויזט דאס אויס
זי זאגט אז זי האלט נישט ביים אהינגיין

-

לצים האלטן זיך אייביג אונטער אוודאי
צום יארצייט פון מאמע'ן שענקען בליקן
די אמעריקאנע - אין מדנ"י אמבאסאדע
קיין קבר רחל וועט טראמפ עס רוקן...

-

מעיאר עדעמס פון די שטאט פון מייז
א פרעסע קאנפערענץ היינט געגעבן
דערלאנגט פאר א רעפארטער אזוי אז
יענער האט חרטה פארן שטיין דערנעבן

-

ספיריט עירליינס - נישט די בעסטע בכלל
שטעלט אפ רייזעס צווישן האיטי און די יו-עס
נאכן קומען אונטער פייער, פון קוילן א קוואל
אזש די רייזנדע האבן איבערגעלעבט בדרך נס

-

וואלד פייערן בוזשעווען ווייטער נאכאנאנד
עפעס ביימער זענען בכלל איבערגעבליבן?
די גערוך דא אין שטאט איז ממש א שאנד
"אראנדז"ש קאונטי" האט א לץ געשריבן...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: היינטיגע נייעס - דינסטאג וירא פ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

זיסער פון זיס
#שוואכער_מיט_שטארקע_סחורה
לעצט פארראכטן דורך קענסט מיר נישט אום דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 10:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאיבי תחכמני
פייט!
אוועטאר
זאבי
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 7:31 pm

Re: היינטיגע נייעס - דינסטאג וירא פ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאבי »



דער איז זיס ווי האניג!
נאך 1 טאג צום אונטערגאנג פון עלאן ליכטמאן! צוזאמען מיט זיינע 13 קיעלעך...
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
נידער מיט די רעזשוואלקעס....
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: היינטיגע נייעס - דינסטאג וירא פ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

רבותי!! שרייבטס ענק אויס פון אלע נייעס אשכולות, און שרייבסט ענק איין דא!!!

viewtopic.php?t=66114
אוועטאר
אלטע קוגל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: היינטיגע נייעס - דינסטאג וירא פ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

שוואכער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 8:59 pm
"אראנדז"ש קאונטי" האט א לץ געשריבן...
א פיינער לץ גראדע...
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: היינטיגע נייעס - דינסטאג וירא פ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

אלע נייעס אין א נאטשעל... ווייס איך שוין וואס די נייעס פון טאג איז.... קעמען שוין גיין שלאפן.


פאר איך פארגעס. @שוואכער ביסט אריין אין א דיטש.
ביסט מיר געווארן א קאמפעטישן מיט דעם בדחן... אילאוויטש
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”