חיים יצחקהאט געשריבן:↑פרייטאג יוני 14, 2024 1:23 pm
ערענסט גערעדט, עס קומט ארויס פשטות סך א גרעסערע חורבן פון די דרך הלימוד וואס מען לערנט היינט צוטאגס און ישיבה .. רוב בחורים קענען ניטאמאל א פערטל וואס זיי האבן געלערנט א גאנצע זמן ווען עס קומט סוף זמן!
די איינציגסטע זאך וואס מען געדענקט אפשר איז די שיעור פשוט…
דרך הלימוד לערנעט מען זיך נישט אונז ווען מען לערנט יעדע יאר וויאזוי דער מגיד שיעור וויל קוועטשן … איינער האט ליב דבר יעקב מהלך.. איינער אוהל תורה.. זערא מיט א סטרעיט פארווערד דרך הלימוד..
והיינו טעמא אז עס איז נישטא כמעט קיין אינגעלייט פון 35 וואס לערנען פלעין גמרא תוספות…
אויסגעהיילטהאט געשריבן:↑פרייטאג יוני 14, 2024 1:08 pm
ליטווישערהאט געשריבן:↑פרייטאג יוני 14, 2024 12:33 pm
האט מיר א קלויזנבורגער בחור אמאל געזאגט בהאי לישנא: ''די דרך הלימוד פון זיך פארהערן טויזנט בלאט וכו' האט מיר אוועקגענומען די חשקת התורה'', וכ''ש הכא.
אויב טאר די תגובה נישט געשריבן ווערן קען מען מעקן
און דער קלויזענבורגער מהלך, איז געווען אסאך אסאך אנדערש פון די יעצטיגע מזומנים.
למשל, תוספות איז קיין איסור נישט געווען. מ'האט נישט אויסגעלאזט שווערע שטיקלעך. מ'האט אויך, אדער אפילו מער געלערנט שווערערע מסכתות. ועוד, ועוד, ועוד.
אבער איין זאך איז קלאהר, וויפיל איך בין זיך מתנגד צו דער מהלך (כ'מיין, ווער בין איך, און וועלכע נער האט געפרעגט מיין מיינונג....), אבער הדבר ברור, ווען וואלט איך יענץ געטוהן אנשטאטס זיצען סתם און בטל'ן די צייט, וואלט איך נישט נאר הונדערט מאל בעסער געווען ווי וואס איך בין. נאר הונדערטע מאל מיליאן מאל בעסער ווי מיין יעצטיגע עם הארצות'דיגע מהלך אין יידישקייט.
בארא פארקערהאט געשריבן:↑פרייטאג יוני 14, 2024 1:29 pm
חיים יצחקהאט געשריבן:↑פרייטאג יוני 14, 2024 1:23 pm
ערענסט גערעדט, עס קומט ארויס פשטות סך א גרעסערע חורבן פון די דרך הלימוד וואס מען לערנט היינט צוטאגס און ישיבה .. רוב בחורים קענען ניטאמאל א פערטל וואס זיי האבן געלערנט א גאנצע זמן ווען עס קומט סוף זמן!
די איינציגסטע זאך וואס מען געדענקט אפשר איז די שיעור פשוט…
דרך הלימוד לערנעט מען זיך נישט אונז ווען מען לערנט יעדע יאר וויאזוי דער מגיד שיעור וויל קוועטשן … איינער האט ליב דבר יעקב מהלך.. איינער אוהל תורה.. זערא מיט א סטרעיט פארווערד דרך הלימוד..
והיינו טעמא אז עס איז נישטא כמעט קיין אינגעלייט פון 35 וואס לערנען פלעין גמרא תוספות…
דא אמאל געווען א אשכול פון הרב ישראל שניאור עפעס א מין עילו .. וואס קען כל התורה כולה גייט דורך מסכת מיט א פאר ישיבות… די ליטווישע האבן נישט געדענקט קיים בעסיקס.. די איינציגסטע וואס האבן געקענט איז א כיתה פון גור גאנץ מועד…
עניוועיס אונז גייען נישט אריין גיין אין זיך טענה׳ן צו רוב יא צו רוב נישט ..
די מציאות איז אז דארט איז דא פילע בחורים וואס קענען על כל פנים מועד מסכת (זאל זיין אזוי) אויס ווייניג בו בזמן וואס ביי אונז קענען די בחורים ניטאמאל ווטס זיי האבן געלערנט די זמן.. כמעט נישט דא קיין בחור וואס זאל זיך פאר הערן וואס ער האט געלערנט די זמן..
היינו טעמא פאר דרשו אידן דארפן אזויפיל חיזוק/עיווענטס. ווייל ווען די גאנצע תכלית איז צו געדענקן וויפיל תירוצים איז דא אויף די בלאט, און די צוויי אופנים פון מחלוקת ר' יוחנן מיט ריש לקיש, פארפאסט מען די juice פון א סוגיא. און גאנץ תלמוד בבלי ווערט א ליסט פון מימרות.
הלכות דארף מען געדענקן. גמרא דארף מען לערנען.
צו מזומנים איז בלויז זכרון אהן הבנה קען איך נישט אריין רעדן, ווייל טאקע דאס וויל איך מער הערן דערוועגן... די סברה זאגט אז צו עכט קענען די לימודים מוז מען עס האבן איין מאל געקענט גוט, נאכדעם צו געדענקען ברויך מען חזרן
אבער אז גמרא איז געמאכט צו לערנען אויף א אופן מ'זאל הנאה האבן ווי juice און דאס איז די וועג וויאזוי מ'דארף לערנען איז לענ"ד נישט ריכטיג, די אגלי טל ברענגט ארויס אז "מ'מעג" הנאה האבן פון תורה ומצוות אבער ס'מוז נישט
די שו"ע הרב פסקנט זייער שארף אויף השוכח לימודו, אלזא פון וואנעט נעמט מען אז גמרא דארף מען לערנען, וואס ווערט געדרינגען אז נישט געדענקען?!
והעיקר, ווען מ'פרעגט זיך נאך ביי אלע אונזערע זיידעס די דרך הלימוד אינדערהיים איז נישט געווען אויף די דרך העיון פון היינט, מ'האט געלערנט בלעטער אויף בלעטער, ביי די 20 האט מען שוין געקענט אפאר הונדערט בלאט וכו' (ס'געווען וואס האבן אויך געלערנט סוגיא) וויפיל האט מען געדארפט קענען כדי זיך איינצושרייבען אין יח"ל? די בקיאות התורה פון אסאך גדולים האט זיי געמאכט דאס וואס זיי געדענקען
חיים יצחקהאט געשריבן:↑פרייטאג יוני 14, 2024 1:23 pm
ערענסט גערעדט, עס קומט ארויס פשטות סך א גרעסערע חורבן פון די דרך הלימוד וואס מען לערנט היינט צוטאגס און ישיבה .. רוב בחורים קענען ניטאמאל א פערטל וואס זיי האבן געלערנט א גאנצע זמן ווען עס קומט סוף זמן!
די איינציגסטע זאך וואס מען געדענקט אפשר איז די שיעור פשוט…
דרך הלימוד לערנעט מען זיך נישט אונז ווען מען לערנט יעדע יאר וויאזוי דער מגיד שיעור וויל קוועטשן … איינער האט ליב דבר יעקב מהלך.. איינער אוהל תורה.. זערא מיט א סטרעיט פארווערד דרך הלימוד..
והיינו טעמא אז עס איז נישטא כמעט קיין אינגעלייט פון 35 וואס לערנען פלעין גמרא תוספות…
בדרך אגב יעדע מענטש האט אן אייגענע אג דרך הלימוד פאר עפעס א סיבה פרעגט דיין חברותא א אנדערע מין קשיא ווי דיר און די באטראכסט א אנדערע מין זאך ווי איהם פאר א חידוש און סאיז נישט מעגליך אז דו זאלסט האבן די זעלבע אג דרך הלימוד נאר וואס דען האט מען געוואלט אז דו זאלסט דיך אויסלערנען ביי שיעור עיון? אז דו זאלסט דיך אויסלערנען טראכטן.סאיז דא איין צד השוה צווישן די בריסקע דרך הלימוד און חידושי סוגיות פונעם רבין אז ביי ביידע דארף מען טראכטן
היינו טעמא פאר דרשו אידן דארפן אזויפיל חיזוק/עיווענטס. ווייל ווען די גאנצע תכלית איז צו געדענקן וויפיל תירוצים איז דא אויף די בלאט, און די צוויי אופנים פון מחלוקת ר' יוחנן מיט ריש לקיש, פארפאסט מען די juice פון א סוגיא. און גאנץ תלמוד בבלי ווערט א ליסט פון מימרות.
הלכות דארף מען געדענקן. גמרא דארף מען לערנען.
צו מזומנים איז בלויז זכרון אהן הבנה קען איך נישט אריין רעדן, ווייל טאקע דאס וויל איך מער הערן דערוועגן... די סברה זאגט אז צו עכט קענען די לימודים מוז מען עס האבן איין מאל געקענט גוט, נאכדעם צו געדענקען ברויך מען חזרן
אבער אז גמרא איז געמאכט צו לערנען אויף א אופן מ'זאל הנאה האבן ווי juice און דאס איז די וועג וויאזוי מ'דארף לערנען איז לענ"ד נישט ריכטיג, די אגלי טל ברענגט ארויס אז "מ'מעג" הנאה האבן פון תורה ומצוות אבער ס'מוז נישט
די שו"ע הרב פסקנט זייער שארף אויף השוכח לימודו, אלזא פון וואנעט נעמט מען אז גמרא דארף מען לערנען, וואס ווערט געדרינגען אז נישט געדענקען?!
והעיקר, ווען מ'פרעגט זיך נאך ביי אלע אונזערע זיידעס די דרך הלימוד אינדערהיים איז נישט געווען אויף די דרך העיון פון היינט, מ'האט געלערנט בלעטער אויף בלעטער, ביי די 20 האט מען שוין געקענט אפאר הונדערט בלאט וכו' (ס'געווען וואס האבן אויך געלערנט סוגיא) וויפיל האט מען געדארפט קענען כדי זיך איינצושרייבען אין יח"ל? די בקיאות התורה פון אסאך גדולים האט זיי געמאכט דאס וואס זיי געדענקען
נישט ריכטיג עי'אגלי טלבהקדמה
ומדי דברי זכור אזכור מה ששמעתי קצת בני אדם טועין מדרך השכל בענין לימוד תוה"ק ואמרו כי הלומד ומחדש חדושים ושמח ומתענג בלימודו אין זה לימוד התורה כ"כ לשמה כמו אם היה לומד בפשיטות שאין לו מהלימוד שום תענוג והוא רק לשם מצוה. אבל הלומד ומתענג בלימודו הרי מתערב בלימודו גם הנאת עצמו. ובאמת זה טעות מפורסם.ואדרבא כי זה היא עיקר מצות לימוד התורה להיות שש ושמח ומתענג בלימודו ואז דברי תורה נבלעין בדמו. ומאחר שנהנה מדברי תורה הוא נעשה דבוק לתורה.[ועיין פירש"י סנהדרין נ"ח. ד"ה ודבק]. ובזוה"ק דבין יצה"ט ובין יצה"ר אינן מתגדלין אלא מתוך שמחה. יצה"ט מתגדל מתוך שמחה של תורה. יצה"ר כו'.
הלומד לשם מצוה ומתענג בלימודו הרי זה לימוד לשמה וכולו קודש כי גם התענוג מצוה:
קענן לערנן לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא פאדערט אסאך סקיללס, און ווען א דרך החינוך פארלייגט זיך אויף איין סקיל בקיצוניות, אויסלאזענדיג אלע אנדערע, וועלן זיי נישט קענן פראדוצירן תלמידי חכמים.
די ליטווישע דרך הלימוד פלעגט נישט זיין אזוי עקסטרעם, אבער היינט האבן זיי אן ענליכע פראבלעם. למעשה, רוב יונגעלייט וואס בלייבן ביים לערנן, פארשטייען שוין אליינס אז א באלאנס מוז זיין, און די עיון פון אלס בחור ווערט גערעכענט אלס מער נישט ווי א חינוך וויאזוי צו טראכטן טיף, נישט קיין דרך לעולם ועד.
איך הער אז אין גור פארלירט מען גאנץ שנעל די חשק, און נאך די צוואנציג ווערט א גרויסע משבר. מאנכע יונגעלייט גייען זוכן א וועג צו לערנן מיט עפעס אן עיון, און מאנכע פארלירן די חשק אינגאנצן.
קיין שום עקסטרעם טויג נישט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
הרי אני כבן 29 שנים, וב''ה האב איך זוכה געווען אסאך יארן צו זיצן באהלה של תורה, לערנען און חזר'ן מסכתות הש''ס גפ''ת שו''ע ונו''כ, א גרויסע חלק פון די לימודים האב איך געקענט בע''פ, אבער די לעצטע צוויי חדשים זייט איך האב אנגהויבן צו לערנען אין די אויבנדערמאנטע מסגרת, די ערשטע מאל וואס איך פיהל די טיהפקייט פון ותלמודו בידו, איך רעד פון ארום 11 בלאט גמ' תוספות ס''ה אבער די קלארקייט און סדר וואס איך האב אין דעם האב איך קיינמאל געהאט, לענ''ד איז נישטא וואס זיך מתווכח זיין אויף די דרך הלימוד, דען מ'רעדט נישט פון א נייע מציאות וואס האט נישט עקזיסטירט, די עצם נקודה צו חזרן וואס מ'האט געלערנט איז זיכער נישט קיין נייע זאך, אדרבא ס'איז א החזרת עטרה ליושנו, די תניא ברענגט דאך אז בימיהם היה המנהג לחזור על הנלמד מאה פעמים, און אזוי איז געווען דרכם בקודש פון אלע גדולי הדורות,די עיקר נקודה איז אז מען זאל חזר'ן גלייך ווען מ'לערנט, פאר מיר פערזענליך איז עס געווען א געוואלדיגע תועלת, ס'איז זיכער אז ס'איז דא וואס ב''ה זיי האבן מאז ומקדם אזוי געלערנט, אויב אזוי אשריהם ואשרי חלקם.
בן הרבי מגור הרה"צ נחמיה אלתר חשף כי ה'בית ישראל' מגור זצ"ל נגלה לאביו בחלום, וכששאל אותו מה אומרים בשמיים על תוכנית 'מזומנים' הגוראית, ה'בית ישראל' ענה ש"זה דבר טוב, אך צריך להוסיף משהו". הרבי הסיק מכך שצריך להוסיף "חיזוק ביראת שמיים" וכך נוסד סדר מוסר בכוללים ובשטיבל'אך
קיינערהאט געשריבן:↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 5:33 am
הרי אני כבן 29 שנים, וב''ה האב איך זוכה געווען אסאך יארן צו זיצן באהלה של תורה, לערנען און חזר'ן מסכתות הש''ס גפ''ת שו''ע ונו''כ, א גרויסע חלק פון די לימודים האב איך געקענט בע''פ, אבער די לעצטע צוויי חדשים זייט איך האב אנגהויבן צו לערנען אין די אויבנדערמאנטע מסגרת, די ערשטע מאל וואס איך פיהל די טיהפקייט פון ותלמודו בידו, איך רעד פון ארום 11 בלאט גמ' תוספות ס''ה אבער די קלארקייט און סדר וואס איך האב אין דעם האב איך קיינמאל געהאט, לענ''ד איז נישטא וואס זיך מתווכח זיין אויף די דרך הלימוד, דען מ'רעדט נישט פון א נייע מציאות וואס האט נישט עקזיסטירט, די עצם נקודה צו חזרן וואס מ'האט געלערנט איז זיכער נישט קיין נייע זאך, אדרבא ס'איז א החזרת עטרה ליושנו, די תניא ברענגט דאך אז בימיהם היה המנהג לחזור על הנלמד מאה פעמים, און אזוי איז געווען דרכם בקודש פון אלע גדולי הדורות,די עיקר נקודה איז אז מען זאל חזר'ן גלייך ווען מ'לערנט, פאר מיר פערזענליך איז עס געווען א געוואלדיגע תועלת, ס'איז זיכער אז ס'איז דא וואס ב''ה זיי האבן מאז ומקדם אזוי געלערנט, אויב אזוי אשריהם ואשרי חלקם.
דיין מציאות איז נישט אמת.
די דרך המזומנים איז א דרך וואס איז שולל אלע אנדערע חלקים פ פפון לימוד התורה. דו האסט שין געלערנט אין דיין לעבן, דו ווייסט שוין וויאזוי א מענטש דארף צוגייען צו א בלאט גמרא. א בחור וואס לעבט מזומנים און נאר מזומנים אגאנץ לעבן ביז צום חתונה, וועט גאנץ שנעל פארגעסן זיין לערנן, און זיך קיינמאל נישט באהעפטן צום לערנן ווי עס דארף צו זיין. אן א געזונטע באלאנס, קומט מען אין ערגעץ נישט אן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
גלייב מיר אז איך האב נישט קיין אינטערעס דא, ס'איז נישט ריכטיג מיר צו ענטפערן אויף אזא וועג, איך האב נישט געשריבן קיין ליגנט, דאס איז די מציאות ביי מיר, קען זיין אז נישט פאר יעדן איז עס א תועלת, איך אבער האב געהאט א געוואלדיגע תועלת פון דעם, ס'איז לאו דווקא דאס מער חזר'ן, ס'איז מיר געווען גאנץ קלאר די חשיבות פון חזר'ן, און ווי חז''ל זאגן הלומד תורה ואינו חוזר עליה דומה לאדם שזורע ואינו קוצר, די דרך הלימוד האט מיר מחדש געווען אז תיכף ביים לערנען די ערשטע מאל גייט מען עס איבער עטליכע מאל, נאך פאר לערנען תוספות אין מעיין זיין אין די גמ', אויב ביי אנדערע איז עס שוין קלאר איז אוודאי גוט. נאך א נקודה איך ווייס נישט וויאזוי עס איז אין אנדערע פלעצער, ביי אונזער קהילה איז עס א מסגרת ווי כולל יונגעלייט און בעה''ב לערנען א בלאט יעדע וואך, פארשטייט זיך אז נישט אלע לימודים איז שייך צו לערנען אויף די אופן.
איך האב געמיינט אז דו טוסט נישט די מזומנים וואס זיי טון.
נוצן די מהלך אויף צו געדענקן לערנן וואס מ'האט געלערנט ריכטיג איז נישט די זעלבע ווי ווען די גאנצע לערנן איז א היכי תימצי פאר מזומנים.
עס איז באמת ווייטאגליך, ווייל רוב קהלות זענן אויסגעמישט עטוואס מיט אנדערע, און ממילא קען קיין שום קהלה נישט פארמאכן די קעפ פון זייער יונגעלייט. למשל, ווען סאטמאר מאכט אזא שריט, האבן זיי גענוג יונגעלייט וואס לערנן הוראה אין סקווער, לומדות ביי די ליטווישע, און ספרים פון בעלזער, וויזניצער, און פאפא'נער חסידים. די חסידות איז אבער א פארמאכטן, א דור וואקסט אונטער וואס ווייסט נישט וואס לערנן איז, און זיי האבן נישט קיין באציאונגן מיט אנדערע קהלות צו נאשן פון זיי. אין פופציג יאר ארום וועלן זיי האבן רבנים און פירערס, עמי הארץ דגולים. און אייוועלט וועט צענזורירן יעדער דערמאנונג דערפון, ווייל 'מ'רעדט נישט אויף רבנים'. עס איז ממש א ווייטאג דאס צוצוזען.
בתחלת דרכם, האבן זיי פראבירט איינצורעדן אנדערע חסידישע און ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל זיי נאכצומאכן, ולא עלתה בידם. דאס ווייס איך בידיעה אז הרב שטיינמן זצ"ל האט בא'ארבעט מעשים ביי געוויסע ישיבות אז זיי זאלן נישט אריין פאלן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאקהאט געשריבן:↑דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 9:39 am
איך האב געמיינט אז דו טוסט נישט די מזומנים וואס זיי טון.
נוצן די מהלך אויף צו געדענקן לערנן וואס מ'האט געלערנט ריכטיג איז נישט די זעלבע ווי ווען די גאנצע לערנן איז א היכי תימצי פאר מזומנים.
עס איז באמת ווייטאגליך, ווייל רוב קהלות זענן אויסגעמישט עטוואס מיט אנדערע, און ממילא קען קיין שום קהלה נישט פארמאכן די קעפ פון זייער יונגעלייט. למשל, ווען סאטמאר מאכט אזא שריט, האבן זיי גענוג יונגעלייט וואס לערנן הוראה אין סקווער, לומדות ביי די ליטווישע, און ספרים פון בעלזער, וויזניצער, און פאפא'נער חסידים. די חסידות איז אבער א פארמאכטן, א דור וואקסט אונטער וואס ווייסט נישט וואס לערנן איז, און זיי האבן נישט קיין באציאונגן מיט אנדערע קהלות צו נאשן פון זיי. אין פופציג יאר ארום וועלן זיי האבן רבנים און פירערס, עמי הארץ דגולים. און אייוועלט וועט צענזורירן יעדער דערמאנונג דערפון, ווייל 'מ'רעדט נישט אויף רבנים'. עס איז ממש א ווייטאג דאס צוצוזען.
בתחלת דרכם, האבן זיי פראבירט איינצורעדן אנדערע חסידישע און ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל זיי נאכצומאכן, ולא עלתה בידם. דאס ווייס איך בידיעה אז הרב שטיינמן זצ"ל האט בא'ארבעט מעשים ביי געוויסע ישיבות אז זיי זאלן נישט אריין פאלן.
דו רעדסט מער די חלק וואס זיי האבן מבטל געווען עיון, די 'מזומנים' האט זיך ערטש אנגהויבן די לעצטע יארן, ס'איז אפשר א גוזמא צו זאגן עמי הארץ דגולים, אבער ס'איז נישט פארשטענליך פאר מיר וואס ליגט אונטער דעם.