Re: ווען א ניק ווערט א נצרך
ס'איז פאראן א פוינט אין ביידע נקודותרוממה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 28, 2024 11:35 amיעצט אריינגעפאלן דא. איך מוז מחולק זיין מיט הרב @פייבל שרגא
א שרייבער קען אסאך מאל אריינלייגן שעות פון ארבעט פאר זיינע ארטיקלען ווייל ער וויל אז מענטשן זאלן הנאה האבן. וויאזוי דען זאל ער וויסן אז מענטשן האבן טאקע הנאה געהאט און זיין פלאג איז נישט געגאנגען לטמיון?
איך דארף נישט רעדן בלשון נסתר "א שרייבער", איך קען זאגן "איך".
איך האב נעכטן אפגעשריבן א ארטיקל פאר אייוועלט, און איך שרייב אויך פאר א אויסגאבע. איך וואלט לכאורה באקומען באצאלט פאר אזא ארטיקל ארום $200 (ציפערן פארדרייט כדי צו היטן אויף די כבוד פון די באטרעפנדע, אבער יו גאט די פוינט). פארוואס זאל איך נישט פילן אז איך וויל טאקע זעהן אז ס'איז ווערד געווען די אומזיסטע ארבעט פאר די הנאה פון מענטשן? וויאזוי דען אויב נישט דורכן דערמאנען מענטשן וואס האבן באמת הנאה, נאר מחמת שאור שבעיסה ושעבוד מלכיות זענען זיי צו טרוד צו געדענקען איבערצולאזן א לייק.
דעיס הייסט א נצרך? ניין. ס'איז נישט דומה צו א נצרך וואס גייט ארום בעטן נדבות, נאר ענדערש צו א מקוה איד וואו ס'איז נישט דא קיין געיט, און ער בעט זיך אז מ'זאל באצאלן די מינינימום צוויי-דריי דאללער וואס די מקוה קאסט אין אנדערע פלעצער...
---
אלנפאלס האב איך געלייקט דיין ארטיקל פאר די געשמאקע שפראך וואס דו האסט, און אז דו זאלסט וויסן אז ס'איז ווערד געווען דיין צייט ווייל איך האב עס הנאה געהאט צו ליינען
כה לחי!
יעדער וויל אנערקענונג, אבער דער איבערגעטריבענער רייץ פאר לייקס, מיט די קוואטא'ס וואס מוז אנגעפולט ווערן [ווייל אויב נישט גיי איך מיר], איז אמאל אבריג