אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

שטיינער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 8:03 pm
It's saying that Xlsx extensions are not allowed
You can share a google drive link
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:03 am
כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:12 pm
לעצטענס איז געווארן שטארק אריינגעכאפט ,און אפילו פראפעשנעל טערעפיסטס מיט יארן עקספיריענס, הייבן אן געבן אדער רעקאמאנדירן "פיסקעדילעקס"וואס איז שטארקע מעדיצין בלע"ז ,מיט טערעפי אויף איינמאל , ווי למשל "אייוואסקע" און "מאשרומס" אדער "קעטעמין" ,
זייער אסאך זאגן אז עס העלפט מורא'דיג פאר סאשעל ענעקזייעטי , נייגעריג צו איינער קען מיט טיילן ערשט האנטיגע עקספיריענס
מאריכוואנא אין קאקעין העלפן אויכעט מורא'דיג פאר סאשעל ענקזייעטי,

כ'האב נישט ממש ערשט האנטיגע עקספיריענס. אבער צווייטהאנטיגע האבעך..

אפגעהיטן זאל מען זיין, דאס האט שוין די יאר אליין אוועגעריסן צוויי אידישע נפשות וואס איך קען פרעזענליך, קיינער זאל נישט גארנישט טוען אן א דעת תורה, אין דעת פין א מומחה.
איך קען נישט דעי טריטמענט פון וואס ער רעדט, אבער דיין עצם טענה איז קיין טענה. אסאך מענטשן זענען שוין קאליע געגאנגען צו געשטארבן דורך אפעציעלע מעדיצין פון עדיקשאן און אווערדאוז.

סיי וואס מ'נעמט דארף מען סייווי נעמען מיט שכל און מיט גוטע הדרכה.

פארשטייט זיך אליינס אז די גאנצע נעמען (סיי וואס) איז נישט לכתחילה בכלל - ס'איז עסקעיפ, די בעסטע וועג איז אוודאי עס אווערקאמען אויף א ריכטיגע וועג. אבער אז איינער מוז אדער וויל נעמען זעאיך נישט פארוואס ס'איז א גרעסערע וויי געשריי אויף די פארשידענע סארטן איינגענעמעכצער (נישט קאקעין) מער ווי אויף די אפעציעלע מעדיצין - אויב נעמט מען ריכטיג וכו'.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7661
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

תנו שכר לאובד ויין למרי נפש, ס'איז פערפעקט פאר אן אויפגעגעבע מענטש זיך צו פארטייבן. א היילונגס מיטל איז דאס קיינמאל געווען.

https://www.mgketer.org/tanach/28/31/6
אוועטאר
פארגעס
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:13 pm
תנו שכר לאובד ויין למרי נפש, ס'איז פערפעקט פאר אן אויפגעגעבע מענטש זיך צו פארטייבן. א היילונגס מיטל איז דאס קיינמאל געווען.

https://www.mgketer.org/tanach/28/31/6
איך מיין ס'נישט אזוי פראקטיש!?
😉
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

@מתבונן, א וועטעראן מומחה בתורת הנפש, באשרייבט אזא ענליכע מעשה
viewtopic.php?p=966578#p966578
מתבונן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 6:28 pm

'אויב איך בין גרויס, גיי איך זיכער פאלן'

איז לאמיר זעהן ווי אזוי עס שפילט זיך אויס אין אונזער טעמע פון טערעפי. און כדי מען זאל דאס בעסער פארשטיין, וועל איך אראפברענגען א קלאסישע דוגמא וויאזוי איך האב ארויסגעהאלפן א יונגערמאן אין זיין ביזנעס. נישט אלעמאל גייט עס נעמען אזוי שנעל, און ועס איז נישט געווען די גאנצע ישועה פאר דעם יונגערמאן, אבער עס ווייזט ווי אקוראט עס ארבעט (לכה"פ מיט איינע פון זיינע געפילן וואס האבן איהם געשטערט אין זיין ארבעט).

געקומען איז צו מיר א יונגערמאן, לאמיר איהם רופען הערשל, וואס איז יעצט אריין אין די ריעל עסטעיט אינדאסטריע, און האט אנגעהויבען צו ארבעטן אין א 'טים' מיט נאך אנדערע אגענטען. אין די גרופע איז געווען א סיסטעם וואס האט מכלומרשט געדארפט געבן א שטיפ און מאטאוואציע פאר די אגענטן צו ברענגען ווי מער קליענעטן. פאר דעם איז געווען א סיסטעם פון פונקטען פאר וויפיל 'דיעלס' מען ברענגט אריין. לויט וויפל פונקטען מען האט געהאט, איז מען געשטיגען אין א העכערן 'ראנג'.

אונזער הערשל, וואס איז נאר וואס פריש ארויס פון כולל, איז זיך אריינגעקומען אין דעם גרופע און זיך געזעצט ביי זיין טישל פארן קאמפיוטער צו אנהויבען ארבעטן. ער האט געדארפט מאכן א ליסטע וועמען ער גייט רופען היינט, פראבירן צו מאכן נייע קאנטאקטן, און זיך צירוק-קאנטאקטען צו אלטע קליענטן. און... ער האט זיך עפעס 'פארטון' מיט אנדערע זאכען. ער האט עפעס נישט געמאכט די טעלעפאן רופען וואס ער האט געדארפט מאכן. אזוי האט ער געזעהן די טעג גייען פארביי בשעת ער האט קיין סאך נישט אויפגעטון. מיט די צייט האט ער אנגעהויבן צו פילן די קאנסעקווענצען. קיין טשעקס זענען נישט געקומען, און ער האט נישט געהאט פון ווי צו צאלען זיינע בילס. זעענדיג זיין מצב האט ער אויפגענומען פאר זיך א 'ביזנעס קאוטש' וואס האט איהם סדר געשטיפט מיט נייע 'טאקטיקען' וויאזוי איבערצוקומען זיין נאכגעלאזטקייט, און אריינבלאזען אין איהם א חשק און א חיות צו ארבעטן. נאך א יאר צייט פון באקומען עצות פון זיין עצה געבער האט זיך הרשל געמאכט דעם חשבון, אמת געלט מאך טאקע, אבער עפעס ברעכט זיך נישט דורך דעם 'קאוד' וואס האלט איהם אזוי צירוק. ס'איז געווען א כסדר'דיגע מיטשעניש. ווען ער איז געקומען צו מיר האט ער זיך ווי אויסגעדריקט, 'איך לויפ שוין אויס פון טעקניקס, איך מוז דאס דורברעכן!'

פאר מגייט ווייטער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט. דא זעהט מען די ערשטע טעות וואס אסאך מאכן. ממיינט אז אויב מ'ארבעט' אויף זיך וועט מען סוכ"ס דורך ברעכן די אייז, און דא איז אונזער הערשל א יאר שפעטער דער זעלבער הערשל, וואס אן זיין עצה געבער וואס שטיפט איהם כסדר, זיצט ער נאך אלץ ביי זיין קאמפיוטער און שפילט שאך. דאס איז ריין עפלעך מיט מאראנצען. מדעקט איבער די עפל – די עצלות, מיט מאראנצען – מיט די הילף פון א קאוטש, אבער די מינוט וואס מנעמט אוועק די מאראנצען – די קאוטש, זעהט מען גלייך צירוק די עפל – די עצלות. מאנכע וועלן זאגען אז דאס איז אלעמאל געווען די וועג וויאזוי מען האט געארבעט אויף די מידות, וויאזוי דער רמב"ם שרייבט אין הל' דיעות, אז מען דארף גיין צו די 'קצה האחרון' און אזוי ברעכט מען דורך די עצלות, ובפרט ווי דער הייליגער ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטיל קטן אז מען דארף ארבעטן אויף אזא מהלך 40 טעג. אבער אויב איז דאס די מציאות אין דעם פאל פון הערשל, וואלט שוין הערשל פון לאנג געדארפט פילן א דערלייכטערונג און זיך מער נישט דארפן מיטשענען מיט דעם. אבער דאס האט נישט פאסירט. א ראיה, אז נישט דאס איז יעצט די וועג צו ארבעטן אויף זיינע מידות. עס ליגט דא עפעס טיפער.

ביים סוף פון ערשטען סעסיע, איז ארויסגעקומען, אז ווינדער איבער ווינדער, הרשל דרייט זיך ארום אונטער זיין באוויסטזיין וויסענדיג זייער קלאר אז ער איז 'נישט ווערד'! אזוי רעדענדיג איז געווארן נאך קלארער די בילד, און וויאזוי הרשל האט זיך אויסגעדריקט, אז 'איך בין נישט ווערד צו ווערן גרויס!' און היות און זיין קאמפעני איז געווען א גרויסע ווינד פאר אלע אגענטן צו ווערן 'גרויס' מיטן סיסטעם פון די פונקטען וכדו', איז עס געווען א גרויסע פחד פאר הרשל צו ווערן גרויס, ווייל ער ווייסט טיף טיף אין זיך, אז ער איז נישט ווערד פאר דעם.

איז לאמיר זיך געבן נאך א שטעל אפ דא.

די אינסטינקט פון יעדע טערעפיסט / קאוטש וואלט געווען אין דעם שטאפעל אז, 'אהא, יעצט האט מען געטראפן די שורש פונעם פראבלעם. ער האלט נישט פון זיך און ער קוקט זיך אראפ!' אין געוויסע מהלכים ווי אין סי.בי. טי. וועט מען אנהויבן אויסלערנען הרשל וויאזוי צו רעדן צו זיך 'פאזעטיוו', 'איך בין יא ווערד צו זיין גרויס' און אזוי האפען אז עס וועט אויסדרייען זיין נעגעטיווע בליק אויף זיך. אנדעדע וועלען אפילו פאדערען פון הרשל איבער די וואך אלטס א עקסערסייז, צו זיך דערמאנען פון פעלער ווי ער איז געווען גרויס און מצליח געווען, מיט א האפענונג אז דאס וועט איבערווייזן הרשל'ן אז ער לעבט אין א טעות.

איז לאמיר זעהן אויב דאס קען ארבעטן ווי די עפלעך און מאראנצען, אדער ווי די הייסע און קאלטע וואסער. איז דא א דיירעקטע סתירה וואס קענען נישט זיין צוזאמען?

די תירץ איז אז עס ארבעט נישט מחמת 2 טעמים. איינס, אויב הרשל חזרט פאר זיך אז ער איז 'יא' ווערד צו זיין גרויס, איז דאס אן 'אייגענע' קלארע פאקט אז ער איז יא ווערד צו זיין גרויס? אדער איז דאס וואס ער הערט פון איינעם פון אונדרויסען, וואס קען זיין אז יענער איז גערעכט, אבער קען אויך זיין אז נישט. קיין דיירעקטע קלארע סתירה איז נישטא, ווייל פאר הרשלס מוח איז נישט קלאר אז ס'איז בכלל דא אזא פאקט אז ער איז ווערד. איי ער מוז אזוי גלייבן ווייל אזוי שטייט אין ספה"ק אז יעדע מענטש איז ווערד? אמת, אבער מיט דעם קען ער וויסן אנדערש פאר א קלארע פאקט, אז נישט איהם מיינט מען. מ'מיינט נאר מענטשן וואס זענען אמת'דיג ווערד, אבער ער איז טאקע נישט ווערד (דאכציך אז יעדער וואס האט שוין באגעגענט אזא פראבלעם ביי איינעם, האט זיך אויך אנגעשטויסען אין די התנגדות אנצונמען די דברי חיזוק. בפרט ביי משגיחים מיט בחורים, וואס ביי אזא פאל פראבירט דער משגיח אויפצוקלערן דעם בחור מיט אלע מיטלען אז ער מוז אננעמען וואס שטייט אין ספרים, און דער בחור ווערט נאר מער אראפגעקלאפט אז ער 'דערהערט' נישט וואס די ספרים זאגען, און קען נאך זיין אז עפע איז נישט בסדר מיטזיין יודישקייט, ודי). די צוויי פאקטן מוזן זיין פארן מענטשן שווארץ אויף ווייס, אז ביידע זענען אמת. אויב איז דא די מינדעסטע ספק אין די אוטענטישקייט פון די צווייטע פאקט, גייט דער מוח אנהאלטן דעם אלטן פאקט.

צווייטענס, ביים צווייטען וועג זיך אויפצווויזען אז ער האט שוין יא מצליח געווען אין זיין עבר, וואס דאס איז שוין לכאורה א קלארע באווייז אז ער האט טאקע מצליח געווען און געווען גרויס – א קלארע סתירה מיט וואס ער ווייסט יעצט אז ער קען נישט מצליח זיין, קען מען אויך גרינג אפפרעגן. 'דעמאלטס' פערצופאל האט זיך פונקט געמאכט אז ער האט מצליח געווען, אבער מארגען? מארגען קען ער ווייטער דורכפאלן.

אלזא האמיר דא ווייטער נאר עפלעך מיט מאראנצען וואס איינס טרעט נאר איבער דעם צווייטן. קיינער קען נישט איבערמאכן דעם צווייטן. ביידע בלייבן ערגעץ ווי אמת, און די מוטשעניש גייט ווייטער אן.

אויב אזוי וואס טוט מען דא ווייטער? איז וואס איז דער עכטער שורש ווי הרשלס זלעבסט-זיכערקייט זאל זיך ווי פון זיך אליין הייבן? די פלאץ ווי די צוויי קערעלעך פון די עפל און די מאראנץ וועלן זיך נישט קענען האלטן צוזאמען און זייער ענערגיע וועט זיך פון זיך אליין מאכן עפעס פון דאסניי?

כדי צו באקומען דעם ענפער, האב איך געלאזט הרשל אגאנצע וואך זיצן מיט דעם געדאנק אין קאפ. איך האב ארויפגעשריבן אויף א צעטל, 'איך קען נישט מצליח זיין און ארויפגיין אין ראנג, ווייל איך בין נישט ווערד פאר דעם'. איך האב געוואלט זעהן וואס וועט פאסירן מיט הרשל במשך די וואך. וואס וועט איהם אריינקומען אין קאפ בקשר מיט זיין נישט זיין ווערד?

ביים צווייטן סעסיע איז ארויסגעקומען זייער קלאר מיט וואס ער מוטשעט זיך. ער האט אנגעפאנגען צו פארציילען וואס ער האט זיך דערמאנט במשך די וואך, וואס האט פאסירט מיט איהם זייענדיג א יונגעל אין כתה ז'. במשך אלע יארן איז ער געווען פון די 'מנהיגים' אין זיין כתה. אין יענע יאר האט זיך זיין כתה שטארק צוקריגט מיט איהם, און מען האט איהם אראפגעווארפן פון זיין 'הויכען בענקעל'. זיין צער איז דעמלטס געווען אין לשער, אבער ער האט זיך צו קיינעם נישט אויסגערעדט און עס איז געבליבען שטעקן אין איהם די ווייטאג. אין זיין וועלטעל, איז איהם געבליבן די צער עד היום הזה. ווען ער האט זיך דאס דערמאנט, האט ער זיך אויך דערמאנט וואס ער האט דעמאלטס זייער קלאר מחליט געווען אין זיין קינדערישען מוח'ל, 'גרויס וועל איך קיינמאל מער נישט זיין, ווייל אויב בין איך גרויס, וועל איך נאכדעם פאלען!' מדארף באמערקן די שטארקע ספעציפישע החלטה וואס ער האט מחליט געווען דעמאלטס אין לעבן, 'גרויס וועל איך קיינמאל מער נישט זיין'.

פינטעל.

אן קיין פשרות.

דאס איז א פאקט אין לעבן, אז אויב מען איז גרויס, גייט מען זיכער באקומען א פאטש אין פנים, און מען גייט צירוק פאלן.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז הערשל האט במשך אלע זיינע יארן זייער שיין אויסגעפירט זיין החלטה. אין ישיבה איז ער געווען א בחור וואס האט קיינמאל נישט געזוכט צו צוען קיין שום אויפמערקזאמקייט. אבער דא אין די נייע לעבן ווי ער איז אריין, האט ער געהאט א גרויסע פראבלעם. דא אין דעם גרופע, אויב ארבעט מען, שטייגט מען אין ראנג און מען ווערט 'גרויס'! דאס איז געווען אינטער זיין באוויסט-זיין אלטס א גרויסע פחד, וואס האט איהם כסדר געשטיפט זיך צו 'האלטן אין די ראמען' און נישט ארבעטן געהעריג. דאס איז געווען פאר הערשל א גרויסע סורפרייז, אז זיינע אלטע החלטות גייען נאך אן עד היום הזה.

וויס עס שטעלט זיך ארויס איז הרשל נישט קיין פשוטער 'עצלן', נאר ער האט מורא פון א גאר 'אמת'ע פאקט', אז סלוינט זיך נישט צו זיין גרויס, 'ווייל ווען מען איז גרויס, פאלט מען' און די צער נאכדעם איז זייער גרויס.

איז מעגליך אפצופרעגן דעם פאקט? דא וועט ווייטער ארויפשפרינגען די אינסטינקט פון יעדע בר דעת און פארהאלטען הרשל אויף זיינע 'שטותים'. 'וואס מאכסטו דיך משוגע? קינדער זענען סתם נאריש, וועגן נארישע קינדערישע זכרונות גייסטו קאליע לייגען דיין קארעריע? לאז דיך אפ מיט די נארישקייטן!'

וואס מדארף דא אבער פארשטיין, אז מיר קענען זיין זיער גערעכט מיט אונזערע ווערטער. אבער ווען מען זאל ווען פארשטיין, אז פאר הרשל וואס לעבט שוין אזוי יארן לאנגן, מוז נישט זיין אז דאס גייט זיך אזוי שנעל אויפגעבן אויב מיר זאגען איהם, דו מאכסט דיך נאריש. נישט נאר דאס, נאר אויב מיר זאגען איהם אז ס'איז שטותים און דו מאכסט דיך סתם נאריש, וועט קיינמאל נישט אויסקומען אז אונזער נייע אינפארמאציע – אז מ'פאלט עכט נישט, מיט זיין אלטע אינפארמאציע – אז ס'איז 'יא' אמת, און אויב מאיז גרויס פאלט מען, וועלן נישט זיין צוזאמען אין פארענט פונעם מוח 'אויף איין מאל', ממילא וועלן זיי נישט האבן קיין מעגליכקייטן זיך 'אויסצומושען'. דער געדאנק איז פשוט, אויב איך זאג איינעם, 'זאלסט וויסן אז דאס וואס דו טראכסט איז שטותים', וועט יענער פשוט אוועקשטופן דעם געדאנק צירוק פון ווי עס איז געקומען, און וועלן ווי ווייניגער טראכטן דערפון, היות די אינפארמאציע איז נישט ריכטיג. ווען דאס פאסירט האבן מיר פארלוירען די געלעגענהייט אז די נייע אינפארמאציע זאל 'אויסמעקן' די אלטע און ביידע בלייבן ווייטער לעבעדיג אין די לאנג טערם מעמערי. מארגען ווען ער וועט קומען צו די ארבעט און זיך נעמען פלייסיג ארבעטן, וועט ער ווייטער 'אויך' האבן אין קאפ, אז 'מעגליך' אז ער גייט פאלן, און 'אויך' אז ס'איז שטותים, און די סטראגעל קען ווייטער אנגיין. קען אפשר זיין אז סוועט זיין אביסל מילדער, אבער פארט א סטראגעל.

היינט וויל מען אז איך זאל בלייבן גרויס!

וואס איך האב געוואלט דא זאל געשען איז, אז הרשל אליינס זאל וויסן זייער קלאר אלטס א אמת'ע פאקט, אז היינט איז נישטא וואס מורא צו האבן, און עס זאל זיין פונקט אזוי אמת ווי ער ווייסט אז מקען יא פאלן. ווייל נאר ווען ער וועט דאס וויסן פאר א קלארע פאקט, וועלן זיך די ניוראנס עפענען און קראכן אויף אייביג. דאס וועט מאכן אז עס זאלן זיך געפונן צוויי פארקערטע כוחות אויף איינמאל. דאס וועט מאכן אז עס זאל ווערן פון עפל און מאראנץ, א עפראנץ, און דאס וועט ווייזן פאר די ניוראנס אז ס'שוין 'נייע צייטן', און מקען נאכלאזן די אלטע פאקטן.
עס איז דא אסאך וועגן וויאזוי מקען דאס מאכן. וואס איך האב געטון איז, איך האב אראפגעשריבן שווארץ אויף ווייס אויף א צעטל דאס וואס הרשל ווייסט שוין יארן לאנג. עס איז געשטאנען דארט בזה הלשון:

'איך וויל זייער שטארק ארבעטן פלייסיג און מאכן געלט, אבער איך ווייס אז אויב גיי איך ארבעטן פלייסיג גיי איך ווערן גרויס, און נאכדעם גיי איך פאלן, פונקט אזוי ווי איך בין געפאלן ביי די קינדער אין חדר. ממילא גיי איך זיצן אין אפיס און גארנישט טון'.

איך האב איהם געהייסן ליינען דעם צעטל יעדע מאל ער האט זיך אראפגעזעצט ביי זיין טיש אין אפיס. ער האט נישט וואס צו מאכן א טעלעפאן קאל, פאר ער ליינט נישט דעם צעטל. אסאך וועלן זיך ווינדערן, רבש"ע! דו לייגסט דאך איהם נאך מער אריין אין זיין פעקל? אבער דער אמת איז נישטא אזוי. מה נפשך, אויב איז דאס טאקע אמת, איז עס אמת, ער בלייבט פונקט ווי אמאל. אויב איז עס נישט אמת, גייט ער צווינגען זיין מוח בוחר צו זיין אין די אמת'ע אמת.

און דאס האט טאקע פאסירט.

צוויי טעג שפעטער, רופט מיר הערשל אן, אז מען דארף דערווייל נישט ממשיך זיין מיט אונזער ארבעט ווייל די גאנצע זאך מאכט עפעס נישט קיין סענס.'וואס האט קינדער מיט היינט?' פרעגט ער מיר מיט אזא שפאס. 'ביי נארישע קינדער קען דאס געשעהן, נישט ביי ערוואקסענע. ס'מאכט דאך בכלל נישט קיין סענס!' רעדענדיג דעם שפראך, האב אייך גלייך געזעהן אז עס ארבעט, די פאקט האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם. ער האט נאכדעם אויסגעפירט, 'נישט נאר אז מען גייט מיר נישט אראפווארפן אויב ווער איך גרויס, מען 'וויל' אז איך זאל זיין גרויס ווייל דאס וועט דאך הייבן דעם קאמפאני, דאס איז די גאנצע ציל'. הערשל האט איינגעזעהן, אז אפילו מען איז גרויס, פאלט מען 'נישט', נישט נאר דאס, מוויל איהם אויפהייבן די מערסטע וואס איז שייך.

צוויי אמת'ע פאקטן, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איינמאל – אין איין קלארע אנערקענונג. איין פאקט איז אמת, אז אויב מען איז גרויס פאלט מען, א גאר צווייטער פאקט ווייסט פונקט פארקערט, אז מענטשן האבן ליב ווען ער איז גרויס און מען גייט איהם קלאר נישט אראפווארפן. נו וועלכע איז אמת? א מענטש וועט נאטירלעך לעבן מיט דעם 'ריכטיגען' אמת.

בשעת'ן זיצן מיטן צעטל פאר צוויי טעג, האט זיך ארויסגעשטעלט קלאר פאר הערשל'ן אז ער לעבט אין א פאטאלע טעות – עפעס מאכט נישט קיין סענס. די צוויי קערעלעך האבן געטראפען די פלאץ ווי זיי קענען נישט עקזעסטירן צוזאמען. הרשל האט יעצט געקענט אנהויבן א נייעם לעבן פריי פון זיינע אלטע פחדים, אנשטאטס א לעבן פון צירוקגעצויגענקייט, קען ער יעצט לעבן מיט א דערלייכטערונג.

א יאר שפעטער איז הערשל צירוקגעקומען זאגענדיג, אז ער איז שוין און גאר הויכען ראנג כאילו עס קיינמאל גארנישט געשעהן, און ער קען נאך אלטס נישט פארשטיין וויאוזי ער האט זיך באנארישט מיט דעם אלטן 'שטות'. יעצט האט הערשל געפילט אז ער קען טון מער פון דעם, אבער ער האט געשפירט אן אנדערע בלאקעדזש, אבער דער אלטן בלאקעדזש פון נישט מעגן זיין 'גרויס', איז טאטאל ארויס פון זיין סיסטעם.

דאס איז די רעיון פון מעמערי ריקאנסאלידעישען.

די דריי שטאפלען

איז יעצט לאמיר מסכם זיין אין קורצן די דריי שטאפלען וואס דארף פאסירן אז די מעמערי ריקאנסאלעדעישען פראצעדור זאל קענען פאסירן.

1. מען דארף צירוק ארויפברענגען דעם אינערליכען 'פונקטליכען' פאקט / געפיל וואס פראדעצירט דעם יעצטיגען פחד. א געוויסע געפיל וואס 'ערווארט' אז עפעס זייער ספעציפיש שרעקליך גייט פאסירן ווען דער און דער מצב פאסירט.
2. מען דארף זעהן שווארץ אויף ווייס, אז דאס וואס מען ערווארט זאל געשען, איז קלאר נישט אמת – עס גייט נישט פאסירן. א פאקט פונקט אזוי לעבעדיג אמת ווי דער אלטע פאקט.
3. אפאר מאל איבערגיין דאס וואס מען האט יעצט געזעהן, צו גוט איינחזרען דאס וואס מען האט פלוצלינג אנערקענט.
לאמיר צונעמען די דריי שטאפלען.
די ערשטע זאך וואס מען דארף האבן כדי צו מיטלעבן דעם אינערליכען מיטלעבעניש, מוז מען וויסן פונקטליך דער געפיל וואס האלט אן דעם פראבלעם. די געפיל וואס ווייסט וואס אומבאקוועם און שרעקליך קען פאסירן.
וואס מיינט פונקטליך?

פונקטליך, מיינט פונקטליך. לאמיר נעמען א דוגמא פון אונזער הערשל. אויבען אויף האט שמעון א פראבלעם פון 'עצלות' – פוילקייט. מיט די צייט זעהט אויס אז דער פראבלעם איז נידריגע זעלבסט ווירדע. אבער דאס איז נאך אלץ נישט דער פונקטליכער פראבלעם. דער פונקטליכער פראבלעם איז, 'איך ערווארט אז די מינוט וואס איך ווער גרויס, גיי איך נאכדעם ערגעץ ווי טראסקענען!' זיינע ניוראנס האבן אין זיך צאמגעשטעלט די צוויי פאקטן, א', מווערד גרויס, ב', מגייט פאלן – דאס איז קלאר וואס גייט פאסירן.

איינמאל מווייסט וועלעכע פאקט שפילט דא די ראלע און פראדעצירט דעם ערשטען פראבלעם (און אונזער פאל די עצלות), קען מען גיין צום צווייטן שטאפעל – טרעפן א דיירעקטע 'סתירה' וואס זאל אפפרעגען דאס וואס מען ערווארט זאל פאסירן. אין דעם פאל, האט הערשל קלאר מיטגעלעבט א פארקערטע פאקט – יעדער וויל באמת איך זאל שטייגען און גיין העכער און העכער, קיינער וויל מיך נישט זעהן אונטען! אפשר אפאר נארישע קינדער האבן מיר געוואלט זעהן אונטען, אבער נישט ערוואקסעסע עדאלטס.

איז יעצט יעדע מאל וואס די מציאות פון ווערן גרויס קומט ארויף, אזאך וואס פאסירט יעדע מאל ווען הערשל זעצט זיך אראפ ביי זיין טיש אין אפיס, ווייסט ער אז, ניין, מגייט מיך נישט אראפטראסקענען. מגייט מיך מער און מער הייבן. דאס איז א פאקט שווארץ אויף ווייס. ס'איז נשיטא וואס זיך צו טענה'ן אויף דעם. מיט דעם ווערט אויסגעפירט שטאפעל דריי. יעדע מאל וואס שמעון זיצט ביי זיין טיש, און זעהט קלאר אז איך 'וואקס', ווערט מער און מער איינגעקריצט די פארקערטע מעסעדזש ווי ביז היינט.

די עיקר מטרה פון קאוטשינג און טערעפי איז צו דערייגן, וועלעכע פאקט שפילט דא א ראלע אינעם מענטשענס פראבלעם, און וואס ווייסט 'דער מענטש אליינס' היינט אנדערש פון אמאל. און בשעת דער מענטש וועגט פאר זיך זיינע צוויי אמת'ע וועגן פון לעבן, טוישט זיך פון זיך אליין די ארגינעלע פראבלעם ווי ס'וואלט קיינמאל נישט געווען.

וויאזוי האט זיך אונזער חיים ארויסגעדרייט פון זיין פאניק? אויף דעם אינעם קומענטדיגן שיעור.

הערות דא.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”