Re: מיין הערצעלעס טריעטמענט פון ketamine
נאר צוצולייגן א נקודה, אדיקשען איז זייער אפט א טראומע ריספאנס ווען די מוח קען נישט דילן מיט די פעין, די (און MDMA), טריטמענט העלפט פראסעסן די פעין, און אזוי קען מען פייטן די אדיקשען.מיין הערצעלע האט געשריבן: ↑ מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 7:53 amדי נושא איז פון טשיילדהוד טראומע (לע"ע וויל איך נישט אריין גיין אין קיין פרטים)
עס איז דא אין די מוח געוויסע ריסעפטערס וואס זענען רעספאנסיבל צו מאכן די מענטש פילן פעין סיי עמאושענל און סיי פיזיקל (אין סייקאלעדזשי שפראך איז עמאושענל מיט פיזיקל פעין די זעלבע זאך)
טראומע איז פשט אז עפעס איז די מענטש דורך וואס ער האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן און די מוח האט פשוט געטון עםעב אנדערש דערמיט אשטאטס עס צו פראסעסן
אין טערעפי קען מען דורך געוויסע טולס ארויף ברענגן די טראומע און עס היילן און אויס לערנען די מוח וויזוי צו קענען פראסעסן די זאכן
אין מיין פאל מיט מיין פערסאנעלעטי קען מען זיער גרינג ארויף ברענגן טראומע אבער עס צו פראסעסן איז זייער שווער וואס דעס ווייזט עכ"פ אין מיין קעיס אז עס איז דא נאך טיפערע טראומע אונטער דעם און אזוי האבן זיך זאכן געריקט און מען האט געטרייט סייקאלעדזשי וואס האט אסאך געהאלפן אבער עס איז אויך א לאנגע זאך האט מיר מיין טעראפיסט געזאגט אז איך זאל גיין נעמען ketamine
Ketamine איז א דראג וואס מען ניצט אין שפיטעלער אלץ איינע פון די דראגס צו לייגן א מענטש שלאפן בשעת א סיורדזשערי וואס דעס שאקעלט אויף די ריסעפטערס וואס זענען רעספאנסיבל פאר פעין און לייגט עס שלאפן אביסל
די זעלבע דראג ניצט מען אויך צו העלפן מענטעלי
בעיקר פאר דיפרעשן און אויך פאר טראומע
בשעת די טריעטמענט האט מיין באדי פיין רילעקסד און געלאזט ריליעסן די טענשן פון מיין גאנצע באדי וואס רוב פון די טענשן איז רילעיטעד צו טראומע
און עס נעמט א שטיק צייט ביז עס קומט צוריק און אין די צייט בין איך געווען ביי מיין טעראפיסט און איל האב מיר דארט געקענט זייער גרינג עפענען און ארויף ברענגן אלטע זאכן און עס גרינג פראסעסן אנדעם וואס נאכן סעשן זאל איך פילן אז איל האב געדארפט אויסניצן מיינע כוחות זיך צו עפענען
ראש גולם אריאל