שאק און שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

שאק און שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

היינט צופרי, בין איך פונקט אריינגעפאלן אויף א שחרית אין סאטמאר דריי-און-פופציג, נאכן נישט דאווענען דארט די לעצטע שטיק צייט.
אהה... די הייסע מקווה, זיך אנטון אויף איין באנק צווישן האדמו"ר מ___ און הרבני הנגיד___... די באכעדיגע שאוער'ס... מחיה...

געכאפט א בלאט גמרא אינעם קינג בעולם ההיכלי התורה "בית חיה" המפואר, וואס קען זיין געשמאקער און שענער פון דעם... כ'האב אפילו געווארט אויפן ליין פארן בית הכבוד, כמנהג המקום...

ביי שחרית - אינמיטן פסוקי דזמרה - האב איך געכאפט א שפאצירעלע אין די בעק פונעם גרויסן היכל הבית מדרש, במקום שהשפאצירערס שפאצירן... געהערט א גוט ווערטל פונעם מיטאלאגישן גבאי... דער קערעסטירער אייניקל...

אינמיטן הייבן זיך מיינע אויגן, און ווענדן זיך אינסטיקטיוו צום רעכטן מזרח טיש,און זיי ווילן כאפן א בליק אויפן פלאמעדיגן עבודה פונעם קאסוב'ער רבי... און - זיי דרייען זיך ווילד אין זייערע לעכער... אוי... וואו איז ער...

וואו איז די קאסוב'ע רבי?! נישט דא מער!!

דאס איז דאס! מיר קענען מער נישט מיטהאלטן די הייליגע עבודה בהשתפכות הגוף והנפש פונעם רבי'ן... יא, דארט פלעגט ער שטיין מיט די הענט אין די הייעך, די ארבעל זיפער-ברייט צועפנט... די קאפ פארווארפן אין זייט...פאר'מוח'ט פאר'דביקה'ט...

אויש!! ס'איז עכט!! דער מציאות פאטשט אין פנים!! דער צדיק - וואס האט געווען ממש א חלק פונעם פלאץ - איז נישט דא מער... זיין פלאץ איז פאר'יתום'ט...

לאמיר נישט פארגעסן...

לעילוי נשמת הרב שרגא פייוויש בן אברהם יהושע העשיל זצ"ל.
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 2:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
For professional Web design & development, reach out to: [email protected]
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? 📫 גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
hoipt1
שר האלף
תגובות: 1044
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: שאק אין שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

גימל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 8:44 pm
.
ווען פלעגט ר' משה דאווענען אין 53?
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18084
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאק אין שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ער איזשוין אין אנאנדער 53.. אינעם ג"ן עדן..


(לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז דער 53 המדובר די ג"ן עדן התחתון..)
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: שאק אין שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

זצוק”ל!...

😢😢😢😢....
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: שאק אין שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:32 am


(לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז דער 53 המדובר די ג"ן עדן התחתון..)
נאר די אונטערשטע שטאק, די מקוה און בית חיה.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7581
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שאק אין שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

במקום שהשפאצירערס שפאצירן

יאפ, א ביטערע אבידה שאין לה תמורה
השם יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: שאק אין שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

עלינו האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:52 am
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:32 am


(לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז דער 53 המדובר די ג"ן עדן התחתון..)
נאר די אונטערשטע שטאק, די מקוה און בית חיה.
אין ג׳׳ן עדן, ווארט מען נישט אויפן ליין צו ניצן דעם בית הכבוד...
For professional Web design & development, reach out to: [email protected]
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? 📫 גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: שאק און שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

פארגעסן צו שרייבן: אויך האב איך אנגעטראפן אין דער ״כולל בוקר״ גבאי….
For professional Web design & development, reach out to: [email protected]
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? 📫 גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
זיי פריילאך
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 05, 2023 4:29 pm

Re: שאק אין שוידער... אין סאטמאר דריי-און-פופציג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי פריילאך »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 1:58 pm
עלינו האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:52 am
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:32 am


(לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז דער 53 המדובר די ג"ן עדן התחתון..)
נאר די אונטערשטע שטאק, די מקוה און בית חיה.
אין ג׳׳ן עדן, ווארט מען נישט אויפן ליין צו ניצן דעם בית הכבוד...
אזוי? פארוואס? ס'איז דאך ממש א חלק פון די עבודת התפלה,
אפי סדא גענוג ווארט מען אויף ליין כמנהג המקום
דו ווילסט זיין פריילעך? נו זיי!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”