ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר @מאניש בנבנשתי
אקעי, ווי יעדער האט שוין געהערט האט פרעזידענט ערוועלט טראמפ געשטעלט אונזער אלט באליבטן ידיד @מאניש בנבנשתי
צו דינען אלטס נייע פרעס סעקרעטערי אין ווייסן הויז, אונז גיימיר אריבער צו די פרעסע צימער פאר א בריפינג.
———-
א גוטן אוונט יעדער איינער,
דער פרעזידענט האלט נאך אינמיטן פארטיילן אלע כיבודים לכבוד די גרויסע חתונה וואס האלט אינמיטן פארקומען, אנדערש ווי א געהעריגע חתונה וואס האט בלויז איין חתן און כלה, וויל די פרעזידענט דאסמאל חתונה מאכן אסאאאאך כעוורע אויפאיינמאל.. ווען די פרעזידענט האט אנגעהויבן מיט די קבלת פנים כיבודים, א שטייגער ווי מארקאוי רוביאוי זאל האלטן איין הבדלה אונטער די חופה און גאווערנער קריסטי נועם זאל האלטן די אנדערע הבדלה, האבן די וועטערער'ס אפגעאטעמט אז ס'קומט מן הסתם א לאנגווייליגע חתונה און מ'קען שוין אויסלעשן די לעקטער'ס פונעם זאל..
אט דעמאלטס האט טראמפ זיי געבעטן אויב זיי קענען אים האלטן זיין ביר, ער וויל מכבד זיין דשאן רעכטליף מיט די ערשטע ברכה, די כעוורע אין זאל האבן אנגעהויבן ציהן די אקסל'ן, און די פרעזידענט פרעגט זיי אויב זיי האבן נאך פלאץ אין זייער הענט צו האלטן נאך א ביר.. ווייל ער איז מכבד מייק האקאבי צו זיין די זינגער ביי די חתונה.. אקעי, דער עולם האט נאך געקענט דעס אראפשלינגען, ווי מ'זאגט דאס איז די גאנצע? אויף דעם חשבון קענען מיר האלטן א גאנצע קעיס ביר אויך.. אזוי?
דא האט ער באשלאסן צו מכבד זיין פיט העגסעט צו זיין די שפילער, און זאכן האבן אנגעהויבן גיין מזרח.. ס'האט זיך אנגעהויבן אביסל צווישענרופן שטילערהייט, מאנכע האבן זיך געווינקען איינער דעם צווייטן, דער פרעזידענט זעהנדיג ווי דער עולם איז אין בארירונג, האט זיי געפרעגט צו זיי קענען האלטן נאך א קעסטל ביר.. ווייל ער איז מכבד טאם האמען צו מעורר זיין דעם חתן ביי קבלת פנים.. דאן האט אנגעהויבן ווערן א טומל אין זאל, מאנכע האבן פשוט געוואלט נעמען א פליגער און אפטראגן קיין קאנאדא, און טאם האמען האט געאפערט הילף צו ארויפגיין די שטיגן אויפן פליגער אויב ס'קומט אן צו שווער..
דאן האט די פרעזידענט זיך אויסגעדרייט, און מיט א שמייכל רופט ער זיך אן, הער, איך ווייס אז עטץ קענטץ שוין נישט האלטן אזויפיל ביר אין די האנט, עטץ מעגטס עס שוין אראפלייגן, ס'וועט נישט שאדן.. ער איז מכבד טאלסי געבערד מיט כתובה ליינען.. די אויגן פון די פארזאמעלטע האט אנגעהויבן שווינדל'ן.. קיינער ווייסט שוין נישט וועלכע טאג ספירה מ'ציילט, און צו מ'לייגט די וואך א שליסל אויף די חלה אדער א ליכטמאן אויף א המן טאש..
דער פרעזידענט איז אבער נישט שטיל געווארן, ער רופט אויס מיט עקסטאז, די צוויי מחותנים וואס וועלן אונטער פירן וועלן זיין וויוועק מיט אילאן.. קיינער קלאטש שוין נישט, ס'הערשט אזא עד דלא ידע שטימונג אז עס דאכט זיך ווי ס'איז בכלל נישט פאני..
אה, האלט איין מינוט זאגט דער פרעזידענט, אר עף קעי איז מכובד מיט די ערשטע מצוה טאנץ! בום!!! אלע טעלער'ס פיש מיט קניידלעך האבן זיך א לאז געטוהן פון די טעצער אראפ אויף דער ערד.. די וועיטערערס האבן פלוצלינג באקומען פארקיסאנס ל''ע, די הענט און פיס הייבן אן מאכן ריקודין של סימכע..
מיטאמאל זאגט דער פרעזידענט, מעט געיטץ ווערט מכובד מיט בדחנות לכבוד די שמחה.. און פלוצלינג האבן אלע אלטגעזעסענע אין וואשינגטאן הבירה זיך אנגעהויבן שפירן ווי חתן כלה וואס מ'גייט אט אט אונטערפירן.. גייענדיג אין די קארידארן פונעם דזשאסטיס דעפארטמענט וואס איז מיר פערזענליך צום הארצן פאר ווער ס'ווייסט, קען מען שוין שפירן די ימים נוראים'דיגע לופט.. מ'הערט שוין שופר בלאזן אין קאנגרעס און אין סענאט.. אלווין ברעג מיט דשעק סמיט זאגן שוין למנצח לבני קורח.. לעטישע דזשעימס האט באשטעלט ספעציעלע נאכט קעסטלעך פון די קאמפעני פעמפערס וואס מ'טוט אן אין גאר שווערע מצבים, ווען אפילו די פיש אין וואסער ציטער'ן..ביי די פארמאסטיוקעל קאמפעניס שלאגט מען שוין כפרות אין גרויסן..
און מיט דעם מיינע פריינד, וועל איך ענדיגן מיין באריכט פאר היינט, מיר נעמען נישט קיין קשיות היינט, האצמעך א אלע א סימכעס פירעם!! מעיק אמעריקע גרעיט אגעין.

פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו