Re: העלפט מיר מיט געדאנקען פאר א קורצע וואקאציע
ס'איז מיר נישט וויכטיג קיין חצות מנין, אבער יא א נארמאלע שול מיט א מקוה און מנין שחרית 8'טע 9'נע צייט, געהעריג מנחה מעריב ביים זמן, ס'זאל זיין א אידישע דירה, און אביסל א אידישע געגנט, מיין ב"ב זאל זיך פילן באקוועם זיך ארויסצוזעצן/ארויסצוגיין ווען איך בין אין שול,וועגן דיר האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 6:02 pmביליגערע אפשענס מיין איך און געגנטער צו פארן 10-20 מינוט פון נארט מיאמי ווייל חצות מנין איז ווי דערמאנט נאר דא דארט קוק מער איך וואלט עס גערופן און די בעק ווי COOPER CITY אדער luderhill און אזוי ווייטער די געדאנק איז אז הייזער ארויס פון נארט מיאמי זענען צומאל אסאך ביליגער
(כ'בין געווען לעצטענס אין וויימאמא טאקע ווייל ס'איז געווען ביליגער, די דירה, און שול איז אמחי', אבער מיין ב"ב האט זיך נישט געשפירט באקווען אליינס צו שפאצירן דארט אויף די גאסן)
וואס זענען די צוויי געגנטער וואס דו האסט צוגעצייכענט? ס'האט עפעס אידשקייט?