לויט דעם שרייבער פון "אידישקייט" דארף א ירושליימער ייד, זיין: אויסגעדארט, ארעם, און חלילה זיך נישט פארגינען לכבוד שבת שאקאלאד רח"ל, לויט איהם איז א ירושליימער ייד, א מענטש וואס מ'ווארפט איהם ארייו 3 דאלער אין בית מדרש, און אליין לויפט מען זיך אנקויפן און אנפרעסן לכבוד שבת ויו"ט, לכבוד סיום מסכת, לכבוד פרישטיג, לכבוד רעסטאראן, אפאר אבער פאר א ירולשימער ייד איז דאס חילול הקודש! גייט דערציילט איהם, אז אברהם לייב איז פון די ירושליימער -וואס פרעזענטירט טויזנטער וי איהם- יגיעי כפיהם כי יאכלו, האבן פרנסה, און... יא! ! פלאי פלאים! זיי קויפן שאקאלאד פאר די אייניקלעך, לכבוד שבת ויום טוב, מיט דעם ירושליימער קאפטן און ווייסע יארמולקע! תורה וגדולה במקום אחד, בירושלים עיר הקודש. איך זעה איך דארף שוין נאך ימים טובים פארן נאכאמאל אין אמעריקע... א ביסל צורודערן דעם עסק דארט, און ברענגען ארדענונג..
אטעטשמענטס
געפעלט איהם דער עד נישט.jpg (23.54 KiB) געזען 2340 מאל
אין הביישן למד! פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 + לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב: viewtopic.php?p=5012519#p5012519מסודר לויט טעמעס, נושאים.
לויט דעם שרייבער פון "אידישקייט" דארף א ירושליימער ייד, זיין: אויסגעדארט, ארעם, און חלילה זיך נישט פארגינען לכבוד שבת שאקאלאד רח"ל, לויט איהם איז א ירושליימער ייד, א מענטש וואס מ'ווארפט איהם ארייו 3 דאלער אין בית מדרש, און אליין לויפט מען זיך אנקויפן און אנפרעסן לכבוד שבת ויו"ט, לכבוד סיום מסכת, לכבוד פרישטיג, לכבוד רעסטאראן, אפאר אבער פאר א ירולשימער ייד איז דאס חילול הקודש! גייט דערציילט איהם, אז אברהם לייב איז פון די ירושליימער -וואס פרעזענטירט טויזנטער וי איהם- יגיעי כפיהם כי יאכלו, האבן פרנסה, און... יא! ! פלאי פלאים! זיי קויפן שאקאלאד פאר די אייניקלעך, לכבוד שבת ויום טוב, מיט דעם ירושליימער קאפטן און ווייסע יארמולקע! תורה וגדולה במקום אחד, בירושלים עיר הקודש. איך זעה איך דארף שוין נאך ימים טובים פארן נאכאמאל אין אמעריקע... א ביסל צורודערן דעם עסק דארט, און ברענגען ארדענונג..
מאה אחוז! זיי זאלן קומען אביסל ערב שבת אין גאולה אדער מאה שערים וועלן זיי זען די ירושלימע אידן איינקויפן אלע גוטע ממתקים לכבוד שבת.
viewtopic.php?p=5553343#p5553343 קוקט אריין אין דעם לינק, מאמענט מאגאזין. איך ווארט צו הערן דעת חכמי ורבני ישיבה וכולל אברכים דאייוועלט. די סוגיא איז מער וי דער קריטיק אויף מיין AD מיטן ירושליימער קאפטן.
אטעטשמענטס
הקפות שניות ירושלים תשפה.jpg (54.78 KiB) געזען 1038 מאל
אין הביישן למד! פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 + לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב: viewtopic.php?p=5012519#p5012519מסודר לויט טעמעס, נושאים.
בס"ד חשון תשפ"ה מזל טוב בנין בראך –לכבוד דעם געבוירן ווערן א נעפיו: לב אהרן סאוט 8 א גאסט, שוין נישט אויף א ווייל.... איך בין די לעצטע וואך געקומען צוריק אין אמעריקע אויף א פאר וואכן. איך שטיי איין אין א אכנסיה, וואס איך בין פארליבט אין זיי, א ארגינעלע משפחה, פארצייטיש, קיין נאמען וועל איך נישט שרייבן נישט זיין קיין מברך רעהו בקול גדול קללה יחשב לו וי שלמה המלך דריקט זיך אויס. די רעבעצין איז פון ירושלים, געקומען מיט א יובל צוריק אין וילי, זיי האבן נאך געדואוונט און זיך געווייקט ביים תולדות אהרן און דא בי ר' יואל זצ"ל, דער טאטע מאכט אייגענע וויין, א טיפ פון א ארגינעלער שיינער חסידישער אטענטישער ייד. די ערשטע מאל וואס איך בין געקומען צו זיי, איז געווען דרוך א צופאל, איך האב געמוזט זיין אין וילי, בשעת איך האב געווינט אין מאנסי אין א הויז וואס איך האב געדונגען, לעצטע יאר אנהויב ווינטער, גלייך נאך 7 אוקטובער אטאק אין ארץ ישראל, וואס מעהאט מיר געקענסלט אלע הזמנות און פרנסה און איך בין געקומען זעהן די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס אמעריקע האט מיר צו פארקויפן אדער קויפן פון מיר, טראץ דעם וואס מיין מאמע איז דא געבוירן געווארן, און מיין זיידע ע"ה איז באגראבן דא אין ניו יורק, נאכדעם וואס ער איז אנטלאפן פון דייטשלאנד פאר די קריג. די מאמע דא, אין די אכנסיה, מיהלט אליין די פיש, קאכט און באקט אייגענע, נישט קיין געקויפטע פראדוקטן, אזוי וי איך האב ליב אין יעדן אינזיכט, וי בי מיינע מיוזיק און בינע, און אויך מיינע קאכן לעסנס און וידאו מיט מיין חבר דער שעף צביקא קרויזער אין ירושלים בי מיין קרעצ'מע. דער בחורל האט מיר ענציקט מיט דעם וואס ער פלאנצט איין ירקות מיט בלומען יעדן זומער אין די פענצטער אין דעם באלקאן, און ער קלייבט אליין די בלומען פאר שבת און שטעלט דאס אויס ארטיסטיש, כאטש ער איז א ריכטיגער חסידישער בחור, סשטערט נישט איינס דאס צווייטע אזוי וי עס דארף טאקע צו זיין. געדאוונט האב איך אין סאוט 8 בי די סאטמער שוהל, און עד היום טאנץ איך אריין א סאך דארט. א מחיה דארט, 1 דאלער די מקווה, טאקע אן קיין שאמפא אן זייף אבער פארט א פיינע מקווה. די שוהל תמיד פול מיט חברותות וואס לערנען, און דער גבאי מיט א שמייכל דרייט זיך און פירט די מלוכה מיטן סדר המניינים א פארגעניגן, זיי געהערן צו סאטמער ר' זלמן לייב שליט"א וואס איידי דאיירי בהו מוז איך שרייבן עפעס וועגן איהם. איך האב צו איהם א הכרת הטוב, כאטש איך האב זיך מיט איהם קיינמאל נישט געטראפן, פארוואס? ווייל נאך דעם ביטערן אטאק פון שמחת תורה, ווען אונז זענען געווען צעקלאפט און צעשוידערט און יעדן פאר שעה זיך דערווסט נאך ערגערע בשורות, און דער פחד איז געווען ממשותיג אז אראבער אפשר וועלן ארויס טאנצן אונטער ואונזער הויז און שעכטן חלילה? סאיז געווען ביטערע שווערע טעג, און?.. איך הער זיך איין וואס האט סאטמער צו זאגן אין אזא מצב. די דרשה זיינע מוצאי שמחה תורה (סאיז מיר געווען א וונדער לעצטע שבת ווען איך בין געקומען סעודה שלישית אין ראדני בית מדרש, געווען טונקל און ארום איהם, ווען ער האט געזאגט תורה, זענען געוען אפשר 200 יידן מיט בחורים, רוב עולם האט אפגעדאונט אינדרויסן מעריב און אוועק אהיים) צוריק צודי דרשה מוצאי שמחת תורה. לכאורה קענען די סאטמערער זאגן: אה! מעהאט אייך אנגעזאט נישט וויינען צווישן די ציונים, מורדים באומות וכו', אבער דער ר' זלמן לייב דער רבי פון זיין סאטמער קהילה, האט גערעדט אזעלכע ווארימע ווערטער! אזעלכע טרייסט דיבורים און דער עיקר! ער האט צוגעזאגט אז דער עולם אין אמעריקע וועט שטיין מיטן גאנצן כוח און רצון צו העלפן די יושבי ארץ ישראל אין וואסערע מצב זאל חלילה נישט זיין ! איך האב אלעמאל געווסט אז ער איז א עקסטרימער קנאי, אויך בי די סאטמער, איך האב נאך נישט געהאט קיין אהנוג וואס איז דער גרויסער דיפערענס צווישן די קנאים פון ירושלים און די סאטמערער אין חוץ לארץ, כרחוב מזרח ממערב, איך האב דאס באשריבן שוין אין אייוועלט והמה בכתובים, ממילא האט מיר זיין דרשה געגעבן מוירעדיגע טרייסט, כאטש איך בין א אגודיסט פון מיין עלטער זיידן'ס צייטן אין פולין, מיין זיידע איז געווען לעבן דעם מהר"ם שפירא פון חכמי לובלין, און איך געהער צו די סעקטע פון שלומי אמונים אין די אגודת ישראל, אבער איך בין דאנקבאר אזא דרשה אין אזא צייט פאר דעם סאטמער רב ר' זלמן לייב שליט"א. להבדיל אלף אלפי הבדלות, בין איך מכיר טובה אויך דעם פרעזידענט ביידן וואס איז געקומען עקסטער א באזוך אין ארץ ישראל און געגעבן זיין ווארט און דער עיקר געסטראשעט די שונאי ישראל אז זאלן נישט מיינען אז סאיז געווארן הפקר א וועלט און ער האט געשיקן באוואנפטע שיפן מיט קריגס פליגער וכו'.
צוריק צו סאוט 9 און 8 לעצטע יאר ווינטער תשפ"ד איך כדרכי האב ליב צו דאווענען יעדן שבת אין א אנדער בית מדרש, און עסין בי א אנדער משפחה, אזוי באקען איך זיך שנעל און רייך מיט דעם עולם, כארארקטער'ס, מנהגים, טיפן, און נאך. איך האב זיך באקאנט דא מיט א ידיד יצחק יודא מאשקאביץ בי די חברים גרופן איזי, א איידעם בי איינעם וואס זיין ברודער איז געווען א שכן אונזערער אין סאטמער בנין אין קאטמאן ירושלים מיט א יובל צוריק. איך האב געגעסן בי איהם און שטארק הנאה געהאט, און מוצאי שבת געמאכט א מלוה מלכה מיט זיינע שכנים און זיך דארט אנגע'הערט אינטרעסאנטע מעשיות וועגן די יידן וואס קומען נאך געלט, אבער דאס מאל האב איך געהערט אויך דעם פון די זייט פון די אמעריקאנער.... אחח איז געווען וואס צו הערן... דערווייל האב איך געדאוונט אין זייער שוהל שחרית שבת, סאיז נאך געווען א בייסמענט אין סאוט 8 זיי געהערן צו ר' אהרן סאטמער רבי. אין בייסמענט דארט האט זיך טאקע געפילט דארט צייטווייליג, דער עולם האט נאך נישט געשפירט אז סאיז ממש א בית מדרש, די ספרים שאפע איז געווען מינימאליסטיש, און דער עולם וואס האט זיך צאמגערעדט האט נישט געשטערט נישט דעם חזן און נישט דעם בעל קורא, זיי האבן געהאט דעם פולן פרייקייט צו ממשיך זיין דאווענען ווען דער עולם איז געווען פארטיפט אין זייערס. א דיין האבן זיי גענומען א ייד א תלמיד חכם און דווקא נישט קיין סאטמער נאר א באבוווער (פרעגט מיר נישט וועלכע – איך אלץ ברסלבר האב שוין נישט קיין נערוון צו מברר זיין ווער איז רבי און ויפיל חסידים ער האט און ויפיל דער אנדערער, און אין וועלכע שטאט קעניגט ער, און ויפיל יורשים ער האט, מיט ויפיל פרינסן און פרינסעסן און מיט וועמען זיי שלאגן זיך און ווער גייט איינעמען וועמען אין קומענדיגן דור... צו פיהל פאר א ברערסלעווער וואס דער רבי לעבט שוין נישט 200 יאר) יצחק יודא נעמט מיר און ווייזט מיר זייער בית המקדש השלישי, אינמיטן זיך בוייען, א ביסל פארשטיי איך נאך אין געבוי און קאנסטרוקציע, איך האב געזעהן אז דא בוייעט זיך א פאלאץ מיט די בעסטע און שענסטע שטאף! די ערשטע זאך וואס איך האב ליב געהאט איז די הוייכקייט, היינט פארשטייט נישט דער עולם אין חשיבות פון הויכקייט, מ'נעמט ממאכט נידריגע הייזער, בתי מדרש, אויך אין ארץ ישראל, מ'איז משקיע א וועלט מיט געלט אין די דירות אבער אלע זענען נידריג און גיט א פאשטיקטן געפיהל. יעצט אז איך בין געקומן און געזעהן דעם בית מדרש צום גרייטן!! האט זיך מיר געוואלט מאכן א טאנץ אן זאגן שהחיינו בשם ומלכות! דער נאמען איז "לב אהרן", טאקע אויפן נאמען פון ר' אהרן זייער רבי, היינטיגע דור האט נישט קיין געדולט צו ווארטן, אזוי אז ביים לעבן פון צדיקים דרוקט מען שוין ספרים אויף זיי מיט מעשיות, אזוי איז געווען בי הרב שך ז"ל און ר' חיים קנייעבעסקי ז"ל, יעצט זעה איך אז מ'גיט ביים לעבן א נאמען פון א שוהל אויף א לעבעדיגן רב ביז 120 שליט"א מיט נחת און געזונט, זייער חשבון איז ריכטיג, פארוואס נישט פארגינען דעם רבין נחת אוין איף דער וועלט אויך? איך גיי אראפ צו די מקווה רבותי!!! סאיז אומזיסט!!!! מדארף נישט שמוגלען און זיך אריינכאפן מיט נאך א ייד צווישן די רעלסן.... אבער דאס איז אויף חודש חשוון (זאגט שטילעהייט דעם עולם זאל קומען צו לויפן! אומזיסט!!) שטייט א פאר גאלאנען שאפמא מיט כל מיני זייפן, זעהן אויס וי א מאשין פון קאלירטע אייזקרים צו טרינקען... די שאאוערס איז נאך נישט אינגאנצן מסודר, סאיז נאך אין פראוועס, זאל דיר נישט שטערן אז די וואסער איז טייל מאל פרייטיג ווארים א ביסל, אדער קאלט, אבער די מקווה איז א גן עדן ממש, גוטע האנטוכער אז דו וויסט נישט אויפהערן זיך צו אפווישן... די קאווע סיסטעם איז א ביסל אנדערש, דא איז דא פושקעס פון קאווע און נישט אזא סיסטעם וואס מדרייט און סלויפט ארויס גלייך אין דעם גלאז.
שבת אינדערפרי, א גרויסער עולם אין שוהל, איך טראכט זיך און וונדער מיר: א וו זענען זיי אלע יידן דא אריין משך א פאר יאר אין יענעם קליין בייסמענט?? און טאקע דא אין דעם גרויסן שיינעם בית מדרש, איז דער ציבור שוין קאנצעטרירט אין דעם סידור ביים דאווענען, א מורא מקדש, ווער ס'וויל עפעס רעדן איז דא א גרוייסער פאליש אינדרויסן, אבער סאיז ליידיג כמעט דארט, אז סאיז געשמאק צו זיצן מכובדיג אויף א פלאץ אין א שיינע שוהל ווערט אטאמאטיש בעסער און ריכטיגער דער מורא מקדש, דער דאווענען און אויסהערן די קריאת התורה. די שטיבלאך רייך און ברייט (איינע פון זיי איז טאקע בנדבת מיין חבר יצחק יודא) דער ארון קודש איז נאך נישט געבוייעט מסתם גייט דאס זיין א גוט שטיקל ארבעט, די בענק און טישן שיינע אבער ווייל סאיז נישט פונקט דער קאליר פון די האלץ פון די ווענט און ארון קודש בייט מען אלעס איבער! 300.000 דאלער! (ב"ה דער בעל מלאכה האט געפונען א קליינעט פאר די איציטיגע בענק און טישן) און.. אויב ווילסט קיינמאל נישט זאגן קיין תחנון האסטו נאך א סיבה דאווענען אין לב אהרן, ווייל דער מנהג איז בי זיי אז אויב אין שטאט איז ד א ברית אין איינע פון זייערע בתי נדרש, ווערן אלע אטאמאטיש פטור פון תחנון און סאיז א שטיקל יומא דפגרא, כל ימיהם כחגים. נאך דעם דאווענען איז דא רייכע טיש מיט פרישע קייק מיט בראנפן און אורענג' ג'וס, אז די ווילסט זיך נישט אפצ'עפען פון די שוהל, עפנט מען א גמרא צו א אנדער יידיש ספר, ביז.... ס'קומען אריין פרישע יונגעלייט פון דעם ויזניצזער נייער כולל וואס דא האט זיך גע'עפנט און סהערט זיך א קול תורה א ערנסטע אז סאיז א מחיה. מנחה מעריב וועט נאך מסתם נעמען צייט ביז דעם עולם וועט זיך צוגעוויינען אז סאיז דא, אבער גדול יהיה כבוד הבית הזה. דער עולם זעהט מיר אויס דארט, סיי לויט דעם פלאץ וואס איז אין שיינעם געגנט לעבן דעם טייך, אז זיי זענען מער בעלי בתים חשובים, ביזנעס יידן, מיט ווארעמע יידישע חסידיע הערצער, אשרינו מה טוב חלקינו.
עס וואלט געווען גרינגער ווען מען דארף נאר ניצן די ווייסע חלק פון די פיאנאו אבער די פאר שווארצע חלקים איז גאר וויכטיג פאר די ניגון דיין לעבן איז א ניגון!!! עס איז גרינגער אן די שווארצע חלקים אבער דיין לעבן וואלט נישט געארבעט אן דעם